סעיוון אלטע געלטער

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

סעיוון אלטע געלטער

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:01 pm

אזווי ווי יעדעס יאר בין איך מכובד געווארן פסח'דיג צו מאכן מיין שאפע. יעדעס יאר פאק איך אויס און איך לייג אלעס צוריק אז ס'זאל זיין שיין מסודר פאר נעקסטעס יאר ווען איך וועל עס נאכאמאל פסח'דיג... יעדעס מאל קוק איך און באטראכט אלעס און איך געזעגן זיך דערפון פאר א שנה שלימה. א שטייגער ווי די חתן זייגער....

איינע פון די זאכן וואס איך טרעף מיר אן מימים ימימה איז די אלטע געלטער וואס איך פלעג סעיוון נאך אין די ימי הבחרית און עד היום האב איך נאכנישט קיין האלטער דערפאר. כ'האב שוין געטרייט צו זיכן אבער נישט געטראפן.

וואס איך זיך איז הארטע פלעסטיק האלטערס פאר קעש וואס יעדע באנקנאט זאל זיין אין א עקסטערע האלטער. און ווי אויך דארף איך גיטע האלטערס פאר אלע מינע קוינטס. פעניס, ניקעלס, דיימס, קוואדערס, האלבע דאלערס, גאלדענע און זילבערנע דאלערס און American eagals. ס'איז דא אזאנע האלטערס וואס ס'איז פאפן-דעקל ארום און ארום און נאר אויבן און אינטן איז עס פלעסטיק. איך זיך וואס ס'איז נאר פלעסטיק.

אויב איינער ווייסט פון א גיטע פלאץ ווי מ'קען באקומען דיזע סחורה אדער אויב איינער האט גיטע עקספיריענס וויזוי עס צו סעיוון איז מכובד בכבוד גדול אנצוצייכענען ווי און ווי אזוי.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 11:17 pm

אויפן מינוט קומט מיר דאס ארויף, איך פלעג ארדערן פרי קעטעלאגס פון זיי

littleton coin company

אמעזאן דארף לכאורה אויך זיין גוט
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » פרייטאג מארטש 29, 2019 12:27 am

די ביליגסטע וואלט לכאורה געווען איבעי פאר די זאכן

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג מארטש 29, 2019 12:36 am

ר' ענעמי, מסתמא מיינסטו פאר די מטבעות די סארט האלטערס.
אבער דאס ארבעט אויך גאנץ פיין און איז סאך ביליגער.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 29, 2019 5:34 am

דעס למשל ארבעט אז איך קען דא לייגן וועליכע מטבע איך וויל און איך פאנטש עס אויס?
https://www.ebay.com/itm/25-Guardhouse- ... 0935.m2460
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג מארטש 29, 2019 10:56 am

nmi האט געשריבן:דעס למשל ארבעט אז איך קען דא לייגן וועליכע מטבע איך וויל און איך פאנטש עס אויס?
https://www.ebay.com/itm/25-Guardhouse- ... 0935.m2460

ניין. ס'איז נאר פאר פענניס, ווי זיי שרייבן: Coin Holders for Penny / Cents.
ס'איז דא באזונדער צו קויפן פאר אנדערע סארט מטבעות, ניקלעך דיימס קוואדערס וכו'.
כ'בין נישט זיכער וועגן די גאר אלטע odd סייז מטבעות, ווי למשל 2 סענט מטבעות וכדו'.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מארטש 29, 2019 11:08 am

סורטש אויף איבעי פאר
Coin Snaplock 2x2 Clear Plastic Holders
ס'דא פאר אלע סייז מטבעות און איז נאר הארטע פלעסטיק.
קוק דא:
https://www.ebay.com/sch/i.html?_from=R ... +&_sacat=0

אויב זוכסטע א גרעסערע אויסוואל, קוק דא:
https://www.ebay.com/sch/i.html?_from=R ... s&_sacat=0
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 29, 2019 12:15 pm

א גרויסן דאנק. וועליך עס אויסטשעקן ווען כ'וועל האבן א געלעגנהייט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מארטש 29, 2019 12:20 pm

מיי פלעשור, זענען זיי געבענטשע געלט אדער סתם אלטע געלט?

פאר געבענטשטע געלט לוינט זיך צו ספענדען פאר א טייערע האלטער למען יעמדו ימים רבים און אויסזעהן מכובד'דיג; אבער פאר סתם אלטע געלט, קען זיין עס איז נישט ווערט דער אינוועסטמענט און פאפענדעקל האלטערס איז איבער גענוג, אדער "וויטמען" ביכער זיי שיין אריין צו לייגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:36 pm

SPUSMN האט געשריבן:מיי פלעשור, זענען זיי געבענטשע געלט אדער סתם אלטע געלט?

פאר געבענטשטע געלט לוינט זיך צו ספענדען פאר א טייערע האלטער למען יעמדו ימים רבים און אויסזעהן מכובד'דיג; אבער פאר סתם אלטע געלט, קען זיין עס איז נישט ווערט דער אינוועסטמענט און פאפענדעקל האלטערס איז איבער גענוג, אדער "וויטמען" ביכער זיי שיין אריין צו לייגען.

סתם אלטע געלטער. די קעש האב איך פון די פופציגער יארן און ווייטער אויכעט די סינגעלס מיט די סטארס. קוינטס האב איך פון די 1800ער יארן ביז די פופציגער יארן בערך. און אויך עפעס קוואדערס דייםס וואס איז ריין זילבער.

קוינטס פון די 1800ער זענען ווערד עפעס מער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:43 pm

יעדער מטבע האט זיך זיין ווערט, עס האט נישט אזוי פיל מיט די עלטער נאר מיט וויפיל ס'געבליבען אין דער קאנדישאן (און פארשטייט זיך וואס עלטער אלץ ווייניגער איז געבליבען). ס'דא וואס מען קויפט במנין ואס יעדער שטיק האט א באזונדערע ווערט, און ס'דא וואס מען קויפט במשקל ממש אויף די וואג אין זעק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2010 11:14 pm

תגובהדורך ישובניק » מוצ"ש מארטש 30, 2019 10:18 pm

nmi האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:מיי פלעשור, זענען זיי געבענטשע געלט אדער סתם אלטע געלט?

פאר געבענטשטע געלט לוינט זיך צו ספענדען פאר א טייערע האלטער למען יעמדו ימים רבים און אויסזעהן מכובד'דיג; אבער פאר סתם אלטע געלט, קען זיין עס איז נישט ווערט דער אינוועסטמענט און פאפענדעקל האלטערס איז איבער גענוג, אדער "וויטמען" ביכער זיי שיין אריין צו לייגען.

סתם אלטע געלטער. די קעש האב איך פון די פופציגער יארן און ווייטער אויכעט די סינגעלס מיט די סטארס. קוינטס האב איך פון די 1800ער יארן ביז די פופציגער יארן בערך. און אויך עפעס קוואדערס דייםס וואס איז ריין זילבער.

קוינטס פון די 1800ער זענען ווערד עפעס מער?


דיימס און קוואדערס, און אזוי אויך זילבערנע האלבע און גאנצע דאללערס אין circulation זענען קיינמאל נישט געווען 'ריין' זילבער, זיי זענען 90% זילבער, עטוואס ווייניגער ווי רוב זילבערווארג וועלכע זענען סטערלינג סילווער, 92.5% זילבער.

coins פון די 1800s ווענדט זיך ווי א מטבע, פארהאן וועלכע זענען ווערד נישט מער ווי 2-3 דאלער, און אזעלכע וועלכע זענען ווערד צענליגער טויזענטער... אבער דאס מוז נישט זיין דייקא פון די 1800s, עס זענען דא מטבעות און פאפירענע געלט וועלכע זענען בכלל נישט אזוי אלט אבער זענען ווערד טויזענטערס, עס ווענדט זיך בעיקר ווי זעלטן, און זייער אסאך מאכט אויס אין וועלכער צושטאנד דער מטבע איז.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course און 13 געסט