סעיווינגס אקאונט.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

סעיווינגס אקאונט.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 13, 2019 10:20 pm

אין דירעקטע רעזולטאט פון די לעצטיגע פראצענט ראטע העכערונג דורך די פעדעראלע רעזערוו, איז פאראן א שטיקל שפע פון אינטרעסט אויף סעווינגס אקאונטס ביי מערערע בענק, דעריבער האבן מיר געעפנט די דעזיגנירטע אשכול ווי מען וועט ארומרעדן איבער סעיווינגס אקאונטס והמסתעף.

מיט צענדליגע יארן צוריק, ווען א הארטע דאללער האט נאך פארמאגט עטוואס ארגיאנעלע שוויות, פלעגט די סעיווינגס אינטרעסט האלטן ביי אזוי הויעך ווי צוועלעף פראצענט! דאס איז אבער געווארן א פארגאנגענהייט מיט די אויפקום פון די מאדערנע מארגעדזש-מארדשין אינפלאציע-דעפיציט ווירטואלע עפאכע, ביי וועלכן די דאללער איז סינטעטיש מאדיפיצירט געווארן אלס עובר לסוחר אפילו ביי די וועלכע עס האבן דאס נאטורליך נישט פארדינט. דערמיט האבן די ראטעס געטראסקעט אין די קלינטאן בוש אבאמא יארן, טיילמאל אזוי נידריגע ווי 0.0025 פראצענט.....

אבער יעצט מיטן פראטאקאל-שטרענגן בודזשעט-קאנסערוואטיוון פעדעראל רעזערוו פינאנץ שעף מיסטער פאועל וועלכער הייבט נאכאנאנד די צינזן - אומווילנדיג אנצולערנען טראמפ און זיינע פריינט אויפן סטאק-מארקעט - שטייגן אין רעזולטאט די ראטעס, און לויט ווי אנאליסטן זאגן פאר וועט דאס ווייטער שטייגן אין די קומענדיגע תקופה.

דאס ברענגט אונז צו פארשידענע באקאנטע בענק וועלכע גיבן שוין אריבער 3 פראצענט פונקטן אויף CD סעווינגס. וואס דאס איז גאראנטירט דורך די FDIC גענוי ווי א געהעריגע דיפאזיט אקאונט. דאס איז שוין כמעט אזויפיל ווי די בערך 4 פראצענט וואס מען פארדינט פון זויגערופענע גאראנטירטע מארגעדזש באונדס פון די סעקאנדערי מארקעט. (זאלן די סטאק ידענים טאקע אריינקומען אויב ס'האלט שוין מער)

פארשטייט זיך אז די ראטעס ווערן איבערגערעכנט חודש'ליך, ד.מ. אז צוקונפטיגע אינטרעסט וועט אויך גערעכנט ווערן אויף די שוין פארדינטע אינטרעסט.

אין אנדערע ווערטער, ווען עמיצער זאל למשל אוועקלייגן פאר זיין 7 יעריג טאכטער 22 טויזנט דאללער אויף חתונה צו מאכן, דאן נעמט מען ארויס א נישקשה'דיגע 32 אלפים מיט צוועלעף יאר שפעטער. און דאס איז אן נעמען סיי וועלכע ריזיקאלישע אינוועסטמענטס.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך פאברואר 13, 2019 11:13 pm

טשעיס באנק האט עס?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

CD

תגובהדורך זאגסט גוט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:00 am

5 יאר 3.5
צוגעלייגטע
CD.PNG
CD.PNG (20.43 KiB) געזעהן 455 מאל

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 9:53 am

וועלכע באנק איז גוט פאר סעיווינגס?

די בעסטע איז אויסצוקלויבן א נאציאנאלע באנק. פילע פון די קליינע בענק אדער קרעדיט יוניאנס זענען נישט געהעריג עטאבלירט מיט זייערע סערוויסעס, און עס איז נישט באוואוסט זייער פינאנציעלע סטאטוס. און טראץ וואס די דיפאזיט איז אינשורד ביי די FDIC איז נישט קיין באטעמ'טע עסק אנצוקומען דערצו.

אבער א חלק פון די פאפולארע דיפאזיט בענק א שטייגער ווי טשעיס גיבן זייער קליינע אינטרעסט ראטעס. דעריבער איז די בעסטע אויסוואל א באקאנטע אנליין באנק, א שטייגער ווי אמעריקען עקספרעס, גאלדמאן סאקס באנק, קעפיטעל וואן, און נאך. איך פערזענליך נוץ אמעריקען עקספרעס מיט צופרידנהייט.

ווען מען מאכט א CD אקאונט איז ראטזאם נישט אריינצולייגן אלעס אין איין אקאונט. נאר עפענען יעצט איין אקאונט, און א האלבע יאר ארום נאך איין, און אזוי גיין ווייטער ביז עטליכע אקאונטס ביי די זעלבע באנק. די אויפטו איז, אז דו האסט פיל שנעלער געלט עוועילעבל אין פאל דו דארסט עס וויכטיג נוצן, ווייל אויב נעמסטו למשל א צוויי יאר cd, ווערט בערך יעדע האלבע יאר עוועילעבל נאך געלט צו קענען ארויסנעמען, אנשטאט 2 יאר. דאס ווערט אנגערופן בלשונם א cd ladder.

די אינטרעסט ווערט גערעכנט אלס געהעריגע פארדינסט, און מען באקומט א 1099 ענדע יאר פון די באנק מיט די סכום אינטרעסט וואס מ'האט פארדינט. דוכט זיך אז ביז 10 אלפים אינטרעסט א יאר איז טעקס פריי.

די אקאונט ווערט אויטאמאטיש באנייט ביי די ענדע דאטום לויט די דעמאלסדיגע ראטע, חוץ אויב מען טוט זיי פאראויס איינמעלדן אז מען וויל נישט.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:17 pm

אז מען רעדט שוין יא, וואס איז די חילוק צווישן א סעווינגס און א מאני מארקעט אקאונט ?
NECB געט 2.25 פאר א מאני מארקעט אקאונט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Belz123 און 13 געסט