בלאט 4 פון 6

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:18 pm
דורך ר' יום טוב
עס איז נישט קיין עולה פאר א נצרך צו גיין נאך געלט פאר זיך... אבער ווילאנג מען פאפט קיינעם נישט אויס. א יחיד וואס גייט נאך געלט זאמלען קוואדערס איז שווער צו זען אלס בלאפער. ער קען אפשר זאגן צרכי רפואה אנשטאט הכנסת כלה..

דער עיקר איז דאס שכיח ביי ארגאנאזעישאנס אדער געלט אקציעס. און יא... בערך האלב דערפון שמעקט נישט גוט. א דוגמא, א הכנסת כלה טיי-אווענט וואס קאסט 10 טויזנט און ברענגט אריין 70 טויזנט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:52 pm
דורך קלאָצקאָפּ
בבל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פאנג אן צו סקרינען יעדן געלט גייער אין ביהמ"ד

אין לעקיוואד דארף מען האבן א צעטיל צי קענען גיין נאך געלט
ווייס איך פין א גאר גרויסע עסקן וואס ווערפייט פאר יעדע קעיס, ער מאכט ריסערטש צי מען זאגט אמת. אפשר איז צייט איינציפירן דא

נישט אזוי האבן אונזערע רבי'ס אונז געלערנט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:03 pm
דורך אליעזר קרויס
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פאנג אן צו סקרינען יעדן געלט גייער אין ביהמ"ד

אין לעקיוואד דארף מען האבן א צעטיל צי קענען גיין נאך געלט
ווייס איך פין א גאר גרויסע עסקן וואס ווערפייט פאר יעדע קעיס, ער מאכט ריסערטש צי מען זאגט אמת. אפשר איז צייט איינציפירן דא

נישט אזוי האבן אונזערע רבי'ס אונז געלערנט.

קום אריין קלארער, ביטע אויב מעגליך.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:14 pm
דורך מקבל
ס'איז א גרויסע חילוק ווען איינער גייט ארום פאר זיך הכנסת כלה וכדו' אדער איינער מאכט א גאנצע אקציע און וויל ארויס שלעפן גרויסע געלטער, איך האב שוין עטלעכע מאל געהערט פון די אידן זיך שטארק אפרעדן אויף די שטרענגע רולס אין לעיקוואד, אונדזערע רבי'ס האבן נישט בודק געווען די ציצית פארן געבן אפאר דאלאר פאר א איד, אבער ווען איינער מאכט אזא אקציע מעג מען פרעגן אביסל מער.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:48 pm
דורך ווישוואש
גא"מ נישט נאכצומאכן וואס גייט פאר אין לעיקוואד.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:00 pm
דורך בענאק
א קליינע דוגמא, וואס מען קען זען דערפון אז מען טאר נישט גלייך אפסטעמפלן א נצרך אלס שווינדלער!

איך בין געווען ביי א חתונה, און א בחור איז ארומגעגאנגען נאך געלט זאגנדיג "א חתן פון א"י", היות איך האב א געוויסע שוואכקייט צו די חתנים, האב איך אים געזאגט אז ער זאל צוקומען צו מיר שפעטער. א גוטער מענטש וואס האט דאס געזען האט געפילט פאר וויכטיג מיר שנעל צו קומען זאגן אז דער בחור איז נישט מער ווי א תלמיד אין א געוויסע ישיבה וואס גייט ביי חתונות נאך געלט. אבער דאס אז ער איז א חתן איז ליגנט!
שפעטער האב איך צוגערופן דעם בחור און אים פארגעהאלטן, זאגט ער מיר איני מבין רק עיברית, אני מארץ ישראל..
פרעג איך אים, דו לערנסט אין יענע ישיבה? זאגט ער: כן, ואני מתחתן בחודש הבא בא"י ואני מקבץ כסף כל ערב ובוקר, ומשך היום אני לומד בישיבה

דער בחור האט מיר דערנאך געשיקט א בילד פון זיין חתונה הזמנה
צומארגנס האב איך אנגערופן יענעם ראש ישיבה, און ער האט דאס באשטעטיגט מיט'ן בחור'ס נאמען אז ער לערנט טאקע אין זיין ישיבה און אז ער איז א חתן

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:14 pm
דורך בטיש בטישין
שמעתי אז הרה''ק ר' חנה ה''ש מקאלשיץ זצ''ל הי''ד האט געזאגט אז אויב מען וועט נאר געבן צדקה פאר די וואס האבן המלצות (אזוי ווי ס' געוועהן פאר'ן קריג) וועט זיין א קריג
מען דארף געבן פאר יעדער וואס בעהט

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:15 pm
דורך HelpMe
בענאק האט געשריבן:א קליינע דוגמא, וואס מען קען זען דערפון אז מען טאר נישט גלייך אפסטעמפלן א נצרך אלס שווינדלער!

איך בין געווען ביי א חתונה, און א בחור איז ארומגעגאנגען נאך געלט זאגנדיג "א חתן פון א"י", היות איך האב א געוויסע שוואכקייט צו די חתנים, האב איך אים געזאגט אז ער זאל צוקומען צו מיר שפעטער. א גוטער מענטש וואס האט דאס געזען האט געפילט פאר וויכטיג מיר שנעל צו קומען זאגן אז דער בחור איז נישט מער ווי א תלמיד אין א געוויסע ישיבה וואס גייט ביי חתונות נאך געלט. אבער דאס אז ער איז א חתן איז ליגנט!
שפעטער האב איך צוגערופן דעם בחור און אים פארגעהאלטן, זאגט ער מיר איני מבין רק עיברית, אני מארץ ישראל..
פרעג איך אים, דו לערנסט אין יענע ישיבה? זאגט ער: כן, ואני מתחתן בחודש הבא בא"י ואני מקבץ כסף כל ערב ובוקר, ומשך היום אני לומד בישיבה

דער בחור האט מיר דערנאך געשיקט א בילד פון זיין חתונה הזמנה
צומארגנס האב איך אנגערופן יענעם ראש ישיבה, און ער האט דאס באשטעטיגט מיט'ן בחור'ס נאמען אז ער לערנט טאקע אין זיין ישיבה און אז ער איז א חתן

ווער זאגט דיר אז די הזמנה איז זיינס???

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:20 pm
דורך בלומינג גראוו
HelpMe האט געשריבן:

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:22 pm
דורך מחשב
אליעזר קרויס האט געשריבן:[
נישט אזוי האבן אונזערע רבי'ס אונז געלערנט.quote]

קום אריין קלארער, ביטע אויב מעגליך.

און דאס איז טאקע געווען איינע פון דיינע שיטות, וואס האבן מיר אויפגעברענגט בייז בלוט, ליבערשט זאל אוועק פאלן נאך כהנה וכהנה פאר שווינדלער'ס, ווי אזוי צו דערנידערן און מבזה זיין אמת'ע נצרכים.

#אידישעגעפיל.

און איך מיין אז איר ר' אליעזר וואלט געדארפט וויסן, אז נישט יעדע 'בליק' און 'הרגשה' וואס א חסיד באקומט פון זיין רבי, דארף ער קענען טרעפן א סטעיטמענט דאס צו בעקן, "אונזערע רבי'ס" מיינט ווארשיינלעך סאטמאר רב זי"ע. וואס איז באקאנט אז ער האט געגעבן לכל דורש ומבקש אן נאכקוקן, און פאר שווינדלער'ס אויך, וואס ווען מ'איז אים געקומען זאגן אז יענער איז א שווינדלער, האט ער זיך נאר געפרייעט אז ב"ה יענער האט נישט די אלע צרות וואס ער האט געזאגט אז ער האט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:25 pm
דורך ניס קראכער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פאנג אן צו סקרינען יעדן געלט גייער אין ביהמ"ד

אין לעקיוואד דארף מען האבן א צעטיל צי קענען גיין נאך געלט
ווייס איך פין א גאר גרויסע עסקן וואס ווערפייט פאר יעדע קעיס, ער מאכט ריסערטש צי מען זאגט אמת. אפשר איז צייט איינציפירן דא

נישט אזוי האבן אונזערע רבי'ס אונז געלערנט.

%100 גערעכט

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:28 pm
דורך א גאנץ יאר פרייליך
מחשב האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:[
נישט אזוי האבן אונזערע רבי'ס אונז געלערנט.quote]

קום אריין קלארער, ביטע אויב מעגליך.

און דאס איז טאקע געווען איינע פון דיינע שיטות, וואס האבן מיר אויפגעברענגט בייז בלוט, ליבערשט זאל אוועק פאלן נאך כהנה וכהנה פאר שווינדלער'ס, ווי אזוי צו דערנידערן און מבזה זיין אמת'ע נצרכים.

#אידישעגעפיל.

און איך מיין אז איר ר' אליעזר וואלט געדארפט וויסן, אז נישט יעדע 'בליק' און 'הרגשה' וואס א חסיד באקומט פון זיין רבי, דארף ער קענען טרעפן א סטעיטמענט דאס צו בעקן, "אונזערע רבי'ס" מיינט ווארשיינלעך סאטמאר רב זי"ע. וואס איז באקאנט אז ער האט געגעבן לכל דורש ומבקש אן נאכקוקן, און פאר שווינדלער'ס אויך, וואס ווען מ'איז אים געקומען זאגן אז יענער איז א שווינדלער, האט ער זיך נאר געפרייעט אז ב"ה יענער האט נישט די אלע צרות וואס ער האט געזאגט אז ער האט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:31 pm
דורך בבל
[/i]
מקבל האט געשריבן:ס'איז א גרויסע חילוק ווען איינער גייט ארום פאר זיך הכנסת כלה וכדו' אדער איינער מאכט א גאנצע אקציע און וויל ארויס שלעפן גרויסע געלטער, איך האב שוין עטלעכע מאל געהערט פון די אידן זיך שטארק אפרעדן אויף די שטרענגע רולס אין לעיקוואד, אונדזערע רבי'ס האבן נישט בודק געווען די ציצית פארן געבן אפאר דאלאר פאר א איד, אבער ווען איינער מאכט אזא אקציע מעג מען פרעגן אביסל מער.

יא מאכט סענטץ וואס די זאגס' ט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:48 pm
דורך מי יודע
בר דעת האט געשריבן:This incident should serve as a wake up call on the need of some oversight on the fundraising campaigns in our community, by individuals raising money for all types of non established causes. Hundreds of millions of dollars are being donated by our community on a yearly basis. It is crucial to ensure that we are not being taken advantage of.

Fundraising by Mosdos and official established organizations also needs a overhaul, to ensure proper accountability is in place.

איך בין נייגעריג וויפיל אידן דא געבן געלט פאר א גאו פאנד מי אדער טשערידי וואס דו קענסט נישט דעם קעיס, אדער דו האסט נישט באקומען קיין אימעיל פון א חבר וואס איז א חלק פונעם קאמפיין.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:03 pm
דורך בענאק
אמאל געהערט פון ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש, אויף וואס מען זאגט אז סאטמאר רבי זי"ע האט "אויסגעלערנט" זיינע חסידים צו געבן צדקה.
מיר ווייסן אז דער רבי האט געהאקט אויף ציונות, פארלאנגט זיך צו פירן בקדושה וטהרה, אבער צדקה? וואו האט ער דאס געלערנט?
נאר וואס דען? ער האט דאס אליינס געטון אויף אזא גרויסן פארנעם, אז אלע חסידים האבן זיך דערפון אפגעלערנט

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:22 pm
דורך שטאלצער יוד
כ'פאשטיי באמת נישט.

חסד פאנד האט נישט קיין שום פראטיקאל פון נאכקוקן א צוועק אויב ס'איז לעגיט? זיי זוכן נישט צו היטן זייערע פרעסטידש?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 4:41 pm
דורך רודף שלום
זיי האבן יא א option פון א verified campaign

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 6:52 pm
דורך חמרא
ווישוואש האט געשריבן:גא"מ נישט נאכצומאכן וואס גייט פאר אין לעיקוואד.

אז די וועסט פרעגן משולחים, וועלן זיי זאגן אז אין לעיקוואוד מאכן זיי מער ווי אין אנדערע געגנטער. אפשר האט עס צוטוהן מיט דעם וואס דארט האט מען המלצות

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 7:12 pm
דורך nmi
חמרא האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:גא"מ נישט נאכצומאכן וואס גייט פאר אין לעיקוואד.

אז די וועסט פרעגן משולחים, וועלן זיי זאגן אז אין לעיקוואוד מאכן זיי מער ווי אין אנדערע געגנטער. אפשר האט עס צוטוהן מיט דעם וואס דארט האט מען המלצות

כ'מיין אז דו מאכסט א שטיקל טעות. משולחים זאגן אלץ אז אין די סאטמאר'ע געגענטער מאכט מען מיט היבש גרעסערע פראצענטן אווי ווי אימער

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 8:01 pm
דורך אסדר לסעודתא
חמרא האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:גא"מ נישט נאכצומאכן וואס גייט פאר אין לעיקוואד.

אז די וועסט פרעגן משולחים, וועלן זיי זאגן אז אין לעיקוואוד מאכן זיי מער ווי אין אנדערע געגנטער. אפשר האט עס צוטוהן מיט דעם וואס דארט האט מען המלצות

לאו דוקא, נאר ווייל זיי האבן "מעשר ענוועלאופס" אין שאנק.... א זאך וואס מיר זענען ליידער נישט נזהר דערין. איינער פון די טעמים אויף אראפנעמען מעשר איז צו אייביג האבן גרייט געלט ווען א משולח קומט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 10:25 pm
דורך קלאָצקאָפּ
ווער איז די "מיר" וואס זענען נישט נזהר דערין?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 10:40 pm
דורך גיט
מחשב האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:[
נישט אזוי האבן אונזערע רבי'ס אונז געלערנט.quote]

קום אריין קלארער, ביטע אויב מעגליך.

און דאס איז טאקע געווען איינע פון דיינע שיטות, וואס האבן מיר אויפגעברענגט בייז בלוט, ליבערשט זאל אוועק פאלן נאך כהנה וכהנה פאר שווינדלער'ס, ווי אזוי צו דערנידערן און מבזה זיין אמת'ע נצרכים.

#אידישעגעפיל.

און איך מיין אז איר ר' אליעזר וואלט געדארפט וויסן, אז נישט יעדע 'בליק' און 'הרגשה' וואס א חסיד באקומט פון זיין רבי, דארף ער קענען טרעפן א סטעיטמענט דאס צו בעקן, "אונזערע רבי'ס" מיינט ווארשיינלעך סאטמאר רב זי"ע. וואס איז באקאנט אז ער האט געגעבן לכל דורש ומבקש אן נאכקוקן, און פאר שווינדלער'ס אויך, וואס ווען מ'איז אים געקומען זאגן אז יענער איז א שווינדלער, האט ער זיך נאר געפרייעט אז ב"ה יענער האט נישט די אלע צרות וואס ער האט געזאגט אז ער האט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: פרייטאג פעברואר 15, 2019 1:40 am
דורך נו גוט נו שוין
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווער איז די "מיר" וואס זענען נישט נזהר דערין?

געשריבן: פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:55 am
דורך אסדר לסעודתא
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווער איז די "מיר" וואס זענען נישט נזהר דערין?

ביי מיר איז די מעשר אנגעצייכנט אינעם נאטיץ ביכל. ביי זיי אין די ליטא איז די מעשר גענצליך אפגעטיילט אין אן ענוועלאופ.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 15, 2019 7:29 am
דורך nmi
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווער איז די "מיר" וואס זענען נישט נזהר דערין?

ביי מיר איז די מעשר אנגעצייכנט אינעם נאטיץ ביכל. ביי זיי אין די ליטא איז די מעשר גענצליך אפגעטיילט אין אן ענוועלאופ.

אסדר איז מיט דעם גערעכט אז די גאנצע איידיע פון מעשר איז אז ווען אן ארעמאן קומט צו דיר זאלסטו אים גראד קענען געבן און נישט אז מ'לייגט עס אוועק צו געבן ביים דינער. ס'איז דא א גאנצע געטיעכץ צו מ'דארף געבן די גאנצע מעשר וואס מ'האט פארן ערשטן ארעמאן וואס קומט צו דיר אדער מ'קען עס איינטיילן פאר מערערע ארעמעלייט. אווי די מחלוקה ביי מעשר ראשון.