נייעס אינערהאלב COMMSAR

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

וואך 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

.
אטעטשמענטס
The Front Page Weekly #2.PNG
The Front Page Weekly #2.PNG (710.07 KiB) געזען 3455 מאל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אויפן בקשה פון די באהערדע, וויל איך דא קלאר שטעלן אז איך בין בכלל נישט קיין אפיציעלע ווארטזאגער פאר די ארגענעזאציע, ספעציעל דא אויפן וועלטל. דאס איז זייער אן אומאפיציעלע אשכול.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

א טיפיקעל טעלעפאון רוף צו קאמסאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

קאמסאר: קאמסאר דיספעטש, העלאו

רופער: יא, אהם, (היס, היס...) אינז זעמר נישט ממש פארלוירן, נאר, עהם, איך בין נישט זיכער ווי אינז זעמיר און עס הייבט שוין אהן ווערן טינקעל. און...

קאמסאר: איך פארשטיי. ווי איז די לעצטע פלאץ וואס דו האט געוויסט ווי עטס זענטס?

רופער: אינז זעמיר אריין כאפן א הייק פון די קעקיעט פארק. אינז זעמיר געגאנגן אויף א אויסגעטרעטענע וועג, אונז האבן געפלאנט נאר צו שפאצירן אפאר מינוט, אבער עפעס זעמיר פארקראכן. איך שטעל מיר פאר אז אויב איך וועל גיין נאך אביסעל וועל איך טרעפן די וועג, איך מיין, ווי גרויס קען שוין די וואלד זיין, נאר, עהם...

קאמסאר: בעפאר מען גייט ווייטער, וויל איך פשוט זיכער מאכן אז איך האב אלע נויטיגע אינפראמאציע. וויפיל באטערי האט איר אויפן טעלעפאון?

רופער: איך האב א נייע טעלעפאון, מיין בעטערי איז פיין. איך ניץ עס אפי' יעצט פאר א פלעשלייט. ס'איז פעסט!

קאמסאר: ביטע לעש אויס די פלעשלייט ווייל דו וועסט בלייבן אהן בעטערי. וויפיל בעטערי האסטו נאך?

רופער: איך האב דיר געזאגט, גענוג און נאך! איין מינוט, לאמיר דיר זאגן פינקליך... לאמיר טשעקן... איך האב... אוי ווי! איך האב נאר איין באר!!!

קאמסאר: לאמיר עס מאכן שנעל. וויפיל מענטשן זענט עטס?

רופער: א גרופע

קאמסאר: פון וויפיל?

רופער: וואסססאאאחילוק. איך ווייס נישט פינקליך. אקעי, בערך פיפצען בחורים

קאמסאר: עפעס קינדער?

רופער: יא, מיינע קינדער זענען מיטגעקומען

קאמסאר: האט איר די גאנצער גרופע מיט זיך? פעלט איינער?

רופער: איך מיין יעדער איז דא

טאלי, מאטי, ברוך, איז יעדער דא?

איך מיין אז יא.

קאמסאר: ביטער מאכט זיכער צו האלטן יעדעם צוזאמען.

שלומי, קריך נישט אויף די בוים. די מענטש אויף די טעלעפאון זאגט אינז זאלן בלייבן צוזאמען, אקעי?!

קאמסאר: דו ווייסט וואסערע טרעיל עטס האטס גענומען? האסט אפשר באמערקט עפעס אנגעצייכנט אויף די ביימער?

רופער: יא, עפעס איז געווען אנגעספרעיט אויף די ביימער מיט ווייסע ספרעי פעינט, עס מיינט עפעס?

קאמסאר: גראדע יא... וואס זעסטו ווי דו ביסט יעצט?

רופער: עפעס איז דא א גאנצע וועג פון אויסגעריסענע ביימער אינמיטען וואלד. מורא'דיג אינטערסאנט, איך ווייס נישט וואס איז פשט דערפון?! אינז האבן אנגעפאנגן גיין דערויף, אבער עס ענדיגט זיך נישט!

קאמסאר: דאס איז א געז ליין. פייפס פון געז לויפן דארט אינטער דער ערד.

רופער: עכט?! Wow! ווער דארף געז אינמיטן וואלד? אה, מסתמא פאר קעמפ פייערס

קאמסאר: האט איינער מיט זיך א נארמאלע פלעש לייט?

איינער האט א פלעשלייט? אה, שלמיאל, אמאל קומט דיינע שמאנצעס יא צוניץ!

רופער: יא אינז האמיר א פלעשלייט

קאמסאר: וועלכע זייט פון ווי איר שטייט, גייט די זון יעצט אינטער?

רופער: וואס?!?!

קאמסאר: וועלכע זייט פון ווי איר שטייט, גייט די זון יעצט אינטער?

רופער: דו מיינסט עס נישט אמת'דיג. איך האב גערופן א ראנג נאמבער? דו מאכסט מיך סתם משוגע?

קאמסאר: ניין, דו האסט נישט גערופן א ראנג נאמבער, אין איך מאך דיך נישט סתם משוגע, איך וויל דיר העלפן ארויסגיין פון וואלד. ווי זעסטו די זין אינטערגיין?

רופער: ההה. אויף מיין רעכטע זייט

קאמסאר: זענט עטס יעצט אינטן פון א בארג?

רופער: יא

קאמסאר: אקעי. איך ווייס ווי דו ביסט. דריי זיך אויס אז די זין זאל זיין אויף דיין לינקע זייט און הייב אהן ארויף גיין דעם בארג אויף די געז ליין. ווען דו וועסט אנקומען נאנט צום שפיץ, וועט זיין א קליינע בערגעל שטיינער אויף דיין לינקע זייט, דארט וועסטו זען א אראנדזשע צייכן אויף א בוים. גיי נאך די ביימער וואס זענען אנגעצייכנט אראנדזש ביז דו וועסט אנקומען צוריק פון ווי דו ביסט אריין. איז קלאר?

רופער: עהם איך מיין אזוי...

קאמסאר: אקעי, סאו זאג מיר איבער, צו זיכער מאכן אז אינז זעמיר קלאר.

רופער: איך גיי ארויף דעם בארג, ביז א בערגעל שטיינער אויף די לינקע זייט, דארט גיי איך אריין אין וואלד נאכגייענדיג די ביימער וואס זענען אנגעצייכנט אראנדזש.

קאמסאר: געוואלדיג. ביטער רופט צוריק יעדע צען מינוט אפדעיטן צו וויסן עטס גייטס גוט.

רופער: שכח! ווען איך קום אהן אינדרויסן קען איך מאכן א קעמפ פייער פון די געז ליין?

קאמסאר: איך ווארט צו הערן אז דו ביזט ארויס. דעמאלס וועל איך דיר מסביר זיין וואס די געז ליין איז...

רופער: אקעי, שכח.

שלומי קום שוין אראפ פון בוים, מען גייט שוין צוריק.

דיסקלעימער: די מער טעכנישע חלקים האב איך אויסגעלאזט כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דרך אגב, צו אויפסיינען פאר די אפיציעלע וועכענטליכע קאמסאר ניוז לעדער. קליקט דא
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג מאי 20, 2019 1:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

היימישער הייקער האט געשריבן:קאמסאר: קאמסאר דיספעטש, העלאו

מעכטיג גוט געשריבן!!!

לאז אונז נישט ווארטן, וואס איז פשט פין די געז ליין אין וואלד?...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

הייקער דו ביסט פיין. לאמיר ליינען נאך אזא פאון קאל.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

הייקער דו ביסט פיינע נייעס !! ברענג נאך
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די גאז קומט פון ערגעץ. פינקט ווי עס איז דא עלעקטריק שטאנגן דורך אויס אמעריקע צו ברענגן לעקטער פון די פלענטס ביז די קאסטומערס, גענוי די זעלבע זאך איז מיט גאז. עס גייט אויך אדורך וועלדער.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

בענקעל האט געשריבן:הייקער דו ביסט פיין. לאמיר ליינען נאך אזא פאון קאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

היימישער הייקער האט געשריבן:די גאז קומט פון ערגעץ. פינקט ווי עס איז דא עלעקטריק שטאנגן דורך אויס אמעריקע צו ברענגן לעקטער פון די פלענטס ביז די קאסטומערס, גענוי די זעלבע זאך איז מיט גאז. עס גייט אויך אדורך וועלדער.

דרך אגב, אינז כאפן אליין נישט וויפיל אינז דארפן עפרישיעיטן די איפעסטראקטשער פון וואס אינז געניסן. מענטשן האבן פיזיש געדארפט אויסהאקן מיילען פון ביימער, און גראבן גרובער צו באגראבן די פייפס וכו' וכו' וכו' וכו'. אלס וואס אינז דארפן טוהן איז געבן א דריי אויף די געז רענדזש. הודו לה'!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הייקער, ניינע פייעס!! שרייב נאר שרייב.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

איך האב געליינט די אינטערוויו אין קינדליין און שטארק הנאה געהאט! בעיקר פון דעם אז מען קען אויפקומען מיט א יוניק ארגאניזאציע, ווי איך פארשטיי איז עס נישט קיין קאמפעטישן מיט קיינעם.

צוויי שאלות.
1) ווי שווער איז צו האבן צוטריט צו סעלפאון טרעקינג? דאס דארף דאך צו מאכן די גאנצע זאך פילע גרינגער. און מען קען אפילו אזוי סערווירן סתם ווען איינער רופט אריין אז ער איז פארלוירן, אפילו נישט אין א וואלד. (היינט האבן שוין מענטשן סמארטפאונס און דזשי פי עס, אבער עס קען זיך נאך אלץ מאכן אז מען בלאנדזשעט און מען האט נישט קיין מאפע).

2) וויאזוי קאווערט זיך די ארגאניזאציע? נדבנים? פאנדרעיזען? פלאנט מען עס צו נעמען מער פאבליק?
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די תירוץ איז, ווען דער רופער האט א סמארט פאון, באקומט ער אוטעמאטיש א טעקסט מיט א לינק. ווען ער דריקט אויפן לינק באקומען מיר טאקע תיכף זיין פינקליכע GPS COORDINATES. אפי' נאך דעם, דארף מען נאך אויך אסאך מאל אריין שיקן א טים וואס זאל וויסן ווי אזוי אנצוקומען צו די GPS COORDINATES

ביי א בעיסיק פאון איז עס אסאך מער קאמפלעצירט. קודם כל דארף מען איוואלווען די פאליציי און עס דארף דורכגיין א פראסעס וואס נעמט אביסעל צייט, און צווייטענס, די וועג ווי אזוי מען כאפט אויף די לאקאציע פון א בעיסיק פאון איז דורך א טעקניק וואס הייסט טרייענגולעישן און איז אסאך ווייניגער פינקליך ווי די GPS

לגבי דיין צווייטע פראגע, אינז קאווערן זיך לויטער דורך אחינו בנ"י. אינז האפן בקרוב צו מאכן א שטיקעל אנליין פאנדרעיזער. מען וועט עס אי"ה פאוסטן דא אויך, און עס איז צום האפן אז דער עולם וועט זיך ווארעם אנרופן. ביזדערווייל קענט איר גיין צו https://www.commsar.org/donate און טוהן צו די זאך!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

געטוישט אביסעל די טרעיל אין קעקיעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

קלארער צו מאכן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אזוי ווי מען זעהט אין די אפיציעלע מאפע פונעם פארק, איז די אנהייב פון די אראנדזשע טרעיל (אנגעצייכענט מיט די אראנדזשע פייל) געווען מיט אפאר הינדערט פיס ארויפציר פון די אנהייב פון די ווייסע טרעיל (אנגעצייכענט מיט די ווייסע פייל), וואס איז גלייך אנהייב פון די פארק.

דאס האט געמאכט אז רוב שפאצירער האבן גענומען די ווייסע טרעיל (אנגעצייכנט מיט די שווארצע געהאקטע ליינס), מיטן פלאן זיך צוריק צו קערן מיט די אראנדזשע טרעיל. די פראבלעם איז אבער אז אסאך שפאצירער האבן זיך נישט געהאלטן לינקס אויף די אראנדזשע טרעיל (אנגעצייכענט מיט די ווייסע פייל) און מיר האבן געהאט ארבעט... די ווייסע טרעיל ציט זיך ווייט אריין אין די מאסיווער הערימען סטעיט פארק.

דערפאר האבן מיר, מיט די גוטסהייסונג פון די NYNJ Trail Conference און די Rockland County Park Department, צוריק גערוקט די אנפאנג פון די אראנדזשע טרעיל צו די אנהייב פון די פארק, נאך פריער ווי די ווייסע טרעיל, נעבן די קליינע בלויע טרעיל, כדי שפאצירער זאלן ענדערש נעמען די אראנדזשע טרעיל, וואס דאן איז גרינגער צו מאכן א רעכטס אויף די ווייסע טרעיל.

מען שלעפט ארויס די סיין וואס צייכענט אהן די אנהייב פון די אראנדזשע טרעיל אויפן ארגינעלען פלאץ.

בילד

ויסעו!

ויחנו. מען גראבט די לאך אויפן נייען פלאץ

בילד

פה תישב! דערוואגן זאלסטו דיך צו רירן

בילד

מען מאכט צוריק שיין די פלאץ

צוגעלייגט אפאר טרעיל מארקס

בילד

געלונגן!

טאקע גענומען כוחות, אבער ווייניגער ווי ארויסקומען יעדע פאר וואכן ארויסברענגען איינעם...
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דאנערשטאג מאי 23, 2019 10:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

געהעריג א ווי ווי...
העכסט אינטערסאנט
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

קאמסאר וואלענטירן שטעלן פאר ווי אזוי צו הייקן אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דעם פארגאנגענעם זינטאג האבן קאמסאר וואלעטירן אנטייל גענומען און די יערליכע זימער אויסשטעלונג אין די ווילידזש אוו וועסלי הילס. זיי האבן אויסגעטיילט סעיפטי אינפראמאציע און פארגעשטעלט ווי אזוי זיך צו באשיצען ביים שפאצירן אין וואלד כדי עס זאל חלילה נישט צוקומען צו קיין סכנה און ווי אזוי צו פארמיידן טיקס. אזוי אויך האבן זיי פארגעשטעלט אינטרעסאנטע געצייג וואס ווערט גענוצט אין פאל פון נויט. די באטייליגטע זענען ארויס גאר צופרידן און מיט א פרישע פארשאנד ווי אזוי זיך צו שפאצירן אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג נישט צו צוקימען צו קיין סכנה. צו באקומען די אינפראמאציע קען מען זיך פארשטענדיגען מיט קאמסאר אויך [email protected]

דעם אויסשטעלונג

די אויסגעלייגטע ליטעראטור

[image][/image]

די אויסגעלייגטע געצייג

א Litter Box די ספעציעלע סארט סטרעטשער וואס ווערט געניצט אין וואלד. עס לאזט זיך צוטיילען אויף צוויי כדי מען זאל עס קענען גרינג און שנעל אריין שלעפן אין וואלד דורך אנבינדן אינעם רוקזאק

די גאר פארגעשריטענע אינטענע וואס באקומעט סערוויס אפי' אינעם טיפעניש פון וואלד

די געטרייע וואלענטירן וואס האבן געגעבן פון זייער טייערע צייט צו העלפן יודן פארמיידן סכנות

Capture.PNG
Capture.PNG (166 Bytes) געזען 2576 מאל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

קאמסאר וואלענטירן גרייטן זיך אויפן ארגסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

פארגאנגענעם זינטאג האבן זיך א גרופע קאמסאר וואלענטירן צוזאמען מיט די ניו יארק פארק רעינדזשערס זיך צאמגעקומען צו לערנען נייע פארגעשריטענע מעטאדן ווי אזוי צו עוואקוירן געשטראנדעטע אויף בערגיגע שטחים אויפן ארגסטן אופן וואס איז נאר שייך. די טרענירונג איז אנגעפירט געווארן דורך די מאונטעין רעסקיו עסאוסיעישען, וואס איז א וועלטס פירער אין דעם געביט. דורכאויס דעם טרענירונג האט מען אויסגעשטעלט פארשידענע סיטואציעס ווי דער פאציענט איז געשטראנדעט אויפן שפיץ בארג, מיט ווייניג פלאץ זיך צו באוועגן, די וועג אראפ איז גליטשיג, און דער פאציענט איז אין סכנה פון פרירן. מען האט זיך טרענירט ווי אזוי צו אנווארימען דעם פאציענט, אים גוט אריינבינדען אין א Litter Basket, די ספעציעלע סטרעטשער וואס מען ניצט אין אזא פאל, און ווי אזוי אים ארויסצוטראגן פון וואלד. אויך האט מען זיך טרענירט ווי אזוי אנצוגרייטן דעם פאציענט צו קענען ווערן ארויסגענומען דורך א העליקאפטער.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

ביים אנגרייטן די געצייג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

ביים אויסהערן די שיעור...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

ווייטער ביים שיעור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אנטשולדיגט, איך געדענק שוין נישט וואס די דזשאוק איז געווען, סאו איך קען עס נישט איבערזאגן...

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

איינגעפאקט דעם ערשטן קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

עס פאדערט זיך פארדעם אן עקסטערן מומחיות. פון איין זייט דארף מען זיכער מאכן אז זאל זיין וואס זאל זיין, זאל זיך דער פאציענט נישט ארויסרירן פון די 'ליטער באקס'. פון דער צווייטער זייט, דארף מען זיכער מאכן אז ער איז באקוועם וויבאלד ער קען צומאל דארט פארברענגען א לענגערע צייט אויב מען דארף אים ארויספירן פון טיף אין וואלד.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

נאר דער נאז שטעקט זיך ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

בילד
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מען לערנט דעם 'וואסער קניפ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

פרעג מיר נישט פארוואס עס הייסט אזוי, ווייל איך ווייס נישט. אבער דער WATER KNOT איז א גאר שטארקע קניפ וואס ווערט געניצט אפט דורך בערג קריכער.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מען חזר'ט ווי אזוי צו מאכן א פראוועזארישע HARNESS און פאל פון נויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”