די אנטוויקלונג פון מענטל פראבלעמן און איר ריכטיגע רפואה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דינסטאג פאברואר 19, 2019 5:48 pm

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:שרייזשע, יעדעס ווארט איז מתוק מדבש!
עס איז דא א נייע מהלך וואס הייסט innate health, וואס האט שוין געהאלפן טויזנטער מענטשן צו ווערן 'אינגאנצן' אויסגעהיילט פון 'אלע' זייערע שוואכקייטן. עטליכע פון זייערע יסודות זענען ממש דאס וואס דו שרייבסט, צום ביישפיל:
1 יעדער מענטש, אן אויסנאם, איז ביכולת צו ווערן אינגאנצן געזונט, אויב ער זאל נאר אמת'דיג פארשטיין וואס עס טוט זיך מיט אים, וואס עס איז באמת דער שורש פון זיינע געפילן און מחשבות.
2 וויאזוי? ווייל דאס (די פארשטאנד) וועט צוברענגען אז ער זאל אינגאנצן אויפהערן מורא האבן פון האבן א שווערע געפיל.
און נאכ'ן פארשטיין וויאזוי געפילן און מחשבות ארבעטן באמת (לויט ווי זיי ערקלערן דאס), פארשטייט מען וויאזוי דאס (דאס נישט מורא האבן פון די געפילן) העלפט טאקע.
עס איז אבער וויכטיג צוצולייגן אז 'זאגן פאר דעם מענטש' אז ער זאל זיך לאזן פילן די געפילן, עס נישט פייטן אבער נישט לאזן אים איבערנעמען, וכו' וכו', העלפט נישט אינגאנצן. פארוואס? ווייל נאך אלעמען, אויב דער מענטש האט נאך מורא פון זיינע געפילן (און נישט אלעמאל ווייסט ער אפילו אז ער האט מורא, כמובן) וועט ער עס קיינמאל נישט קענען טון ריכטיג.
און וויאזוי קען מען טאקע אויפהערן מורא האבן? נאר אויב דער מענטש זעט אליין איין אז עס איז נישטא פון וואס צו מורא האבן. (אויב איינער זאגט אים עס וועט עס נישט העלפן, ער מוז עס אליין איינזען.)
און דאס איז אויף וואס דער מהלך ארבעט: צו מאכן דעם מענטש אליין זען וואס א געפיל איז, פון וואו עס קומט, וויפיל כח עס האט (אדער האט נישט) און אזוי ווייטער.
איך לייג צו צוויי וועבסייטס וואס רעדן וועגן דעם. עס איז דא אסאך מער, אבער די צוויי זענען אידישע ארגאניזאציעס וואס האבן גענומען אויף זיך צו פארשפרייטן דעם יסוד כדי צו העלפן נאך אידן.
http://www.twerskiwellness.com
http://www.iheartprinciples.com
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן. מיר קוקן ארויס צו הערן ווייטער.

lately INNATE HEALTH is very popular with great results
?where can i hear a good online course of this

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך פאברואר 20, 2019 8:42 pm

שרייזשע, א צייט צוריק האב איך געהאט א שטיקל אשכול, ווי אזוי מען קען האנדלען ווען א שווערע געפיל קומט ארויף דורך קאנעקטען צו די סענסעישאנס וכולי. ווייס איך צו עס האט עפעס מיט אייער שניט אדער קוזינס וכו'

viewtopic.php?f=25&t=36774

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך פאברואר 20, 2019 9:11 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:שרייזשע, א צייט צוריק האב איך געהאט א שטיקל אשכול, ווי אזוי מען קען האנדלען ווען א שווערע געפיל קומט ארויף דורך קאנעקטען צו די סענסעישאנס וכולי. ווייס איך צו עס האט עפעס מיט אייער שניט אדער קוזינס וכו'

viewtopic.php?f=25&t=36774

איך וועל דאס בעזר השם דורך ליינען
אויף וויפעל איך האב געבליקט דערווייל, איז קאזענס איז עס זיכער...
ברענגסט דיך אמתדיג ארויס זייער שיין און קלאר! יישר כח פארן עס צוצייכענען.
די אמת איז אז ווי ווייט איך מיין איך פראשטיי וועט דאס זיין די ערשטע סטעפ וואס איעדע טעראפיסט וועט פראבירען צו דעגרייכען, נישט קיין חילוק מיט וואסארע מעטאד אדער טעראפי דאס זאל נאר זיין, וועט דאס זיין די ציל און די טעראפי וועט גרינגער און העלפן מאכן דאס צו טון.

אבער ביי מענטשען וואס ליידען אויף א ערענסטערע מענטל העלט פראבלעם וועט מען על פי רוב נאך אלע טעראפי נאך אלץ בלייבען מיט די מחלה למחצה לשליש ולרביע, דאס הייסט מען
זעהט זיך נישט ארויס זען דערפון אינגאנצען, מען בלייבט נאך אלץ סטאק דערין, און צו דעם וועל איך פראבירען צצוקימען אי"ה, פראוואס דאס איז אזוי און וויאזוי מען קען זיך ארויס זען דערפון אינגאנצען
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום מיטוואך פאברואר 20, 2019 11:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:37 pm

שריידזע אנע טערעפי קלעימסטו קען מען היילן?

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:שריידזע אנע טערעפי קלעימסטו קען מען היילן?

ניין און רוב פעלער דארף מען יא צוקימען צו א טעראפיסט ביז א געוויסע שטאפעל

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 10:16 pm

שׁטילער האט געשריבן:
געשמאקע ווינטל האט געשריבן:שרייזשע, יעדעס ווארט איז מתוק מדבש!
עס איז דא א נייע מהלך וואס הייסט innate health, וואס האט שוין געהאלפן טויזנטער מענטשן צו ווערן 'אינגאנצן' אויסגעהיילט פון 'אלע' זייערע שוואכקייטן. עטליכע פון זייערע יסודות זענען ממש דאס וואס דו שרייבסט, צום ביישפיל:
1 יעדער מענטש, אן אויסנאם, איז ביכולת צו ווערן אינגאנצן געזונט, אויב ער זאל נאר אמת'דיג פארשטיין וואס עס טוט זיך מיט אים, וואס עס איז באמת דער שורש פון זיינע געפילן און מחשבות.
2 וויאזוי? ווייל דאס (די פארשטאנד) וועט צוברענגען אז ער זאל אינגאנצן אויפהערן מורא האבן פון האבן א שווערע געפיל.
און נאכ'ן פארשטיין וויאזוי געפילן און מחשבות ארבעטן באמת (לויט ווי זיי ערקלערן דאס), פארשטייט מען וויאזוי דאס (דאס נישט מורא האבן פון די געפילן) העלפט טאקע.
עס איז אבער וויכטיג צוצולייגן אז 'זאגן פאר דעם מענטש' אז ער זאל זיך לאזן פילן די געפילן, עס נישט פייטן אבער נישט לאזן אים איבערנעמען, וכו' וכו', העלפט נישט אינגאנצן. פארוואס? ווייל נאך אלעמען, אויב דער מענטש האט נאך מורא פון זיינע געפילן (און נישט אלעמאל ווייסט ער אפילו אז ער האט מורא, כמובן) וועט ער עס קיינמאל נישט קענען טון ריכטיג.
און וויאזוי קען מען טאקע אויפהערן מורא האבן? נאר אויב דער מענטש זעט אליין איין אז עס איז נישטא פון וואס צו מורא האבן. (אויב איינער זאגט אים עס וועט עס נישט העלפן, ער מוז עס אליין איינזען.)
און דאס איז אויף וואס דער מהלך ארבעט: צו מאכן דעם מענטש אליין זען וואס א געפיל איז, פון וואו עס קומט, וויפיל כח עס האט (אדער האט נישט) און אזוי ווייטער.
איך לייג צו צוויי וועבסייטס וואס רעדן וועגן דעם. עס איז דא אסאך מער, אבער די צוויי זענען אידישע ארגאניזאציעס וואס האבן גענומען אויף זיך צו פארשפרייטן דעם יסוד כדי צו העלפן נאך אידן.
http://www.twerskiwellness.com
http://www.iheartprinciples.com
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן. מיר קוקן ארויס צו הערן ווייטער.

lately INNATE HEALTH is very popular with great results
?where can i hear a good online course of this

האסט שוין פרובירט IHEART? פון זייער סייט זעט מיר אויס (פון וויפיל איך קען זיך אויס) אז זיי זענען זייער ארויפגעארבעט, און זיי האבן זייער גוטע קורסעס פאר נישט צו טייער.
אויך איז דא א איד אין בארא פארק Tzvi Werther וואס גיבט קורסעס פריוואט אדער אנליין.
ס'איז זיכער דא נאך, אבער דאס איז וואס איך ווייס.
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג פאברואר 25, 2019 7:11 pm

בס"ד

איך טאנץ אביסעלע ארום, עס איז נישט אזוי מסודר ווי איך האב געהאפט עס וועט זיין, אבער טא בעד...

המשך

א מענטש וואס ליידט אויף א נפשיותדיגע מחלה ווי OCD אדער פאניק אטאקע וכו', פארגעסט די נערמאלע וועג פון טראכטען כלפי זיינע געפילען בשייכות מיט די מחלה, און איעדעס מאל מען רעדט צו אים אדער ער פראבירט צו אריינטראכטען וואס עס גייט פאר מיט אים קען ער נישט און ער טוט דאס אויף אן אימגעזינטע וועג, און די סיבה דערצו איז ווייל די זאך וואס זיין געפילען זאגען אים אז ער מיז ער דעגרייכען און שפירען, און די זאך וואס זיין גאנצע געפיל און הארץ שפירט דעספערט איז זיך צו פארזיכערן מיט די מחלה! נישט זיך אויסציהיילען פון די מחלה, במילא איעדע שכלדיגע זאך וועט ער נאר קענען רילעטן קראנקערהייט צו זיך.

איז במילא די צייט איז נישט יעצט צו פראבירען צו רעדען מיט שכל, ווייל די מענטש איז נישט ביכולות צופארנעמן שכל בנוגע די מחלה, וואס מען דארף יא טון איז נישט צו פיטערן די מחלה! און דאס פראביר איך דערוויל אויסצישמיסען און דעגרייכען
(וואס די אמת איז אז דאס פיטערן די מחלה איז 99% פונעם פראבלעם.)

די יסוד איז אז די מענטש דארף אנטפאנגען פארנעמן די פאקט אז ער שפירט זיך דעשראקען / צובראכען וכו', און ער זאל נישט נעמען עקשאן!
ווען די געפילען שפילען און טרייבען, און שרייען אז דאס און דאס איז געפערליך, און זאגט פאר די מענטש אז מען מיז שוין נעמען עקשאן, למשל ווען די מענטש דמיונ'ט אז ער גייט שטארבען, דאן וואס די מענטש דארף טון איז ער לאז דיך ווייטער מורא האבען, נעם נישט קעיר יעצט פון די פחד פראביר דיך נישט ארויס צו זען דערפון טראכט נישט און פראביר דאס נישט צו פראענטפערן און אויסהיילען, לאז דיך שפירען דעשראקען, פארנעם די פאקט אז די ביסט דעשראקען, און זאג דיר אליינס די וועסט עס מסדר זיין שפעטער, די וועסט קעיר נעמען פון די פחד אן אנדערס מאל, אזויווי אינז האבען מיר שוין געהאט גערעדט אז די פראבלעם און די מחלה וואס די מענטש האט איז נישט די פחד וואס ער האט, עס איז דאס וואס וואס די מענטש פראבירט זיך צו פראזיכערען פון די פחד, און די ארגינעלע גורם צום פחד וואס דאס זאל נאר זיין אומריכטיגע מעסעדזשעס אדער אומריכטיגע צוגאנג צו א זאך, איז זיך מלבש און די פחד וואס ער שפירט.
איז במילא די ערשטע זאך וואס די מענטש דארף טון, איז אז ער דארף אויפהערן צו פיטערן די מחלה מיט מחשבות לאז די פחד שפילען שלאג דיך נישט דערמיט.
וואס וועט פאסירען עווענטואל איז אז די פחד וועט ווערן מער און מער נאטירלעך און נענטער צו ריאליטעט און ציביסלעך אז די וועסט נישט לאזען דמיונות און פאלטשע תירצום און לעזינגען און שלעגערייען שפילען א ערעענסטע ראלע און דיין קאפ, און די וועסט לאזען די געפיל לויפן און שפילען, וועט די געפיל צוביסלעך אויסוועפן און ווערן שוואכער נאטירלעך, וועסטו מיט די צייט אנטפאננגען צו זיין ביכולות צו טראכטען מיט א קלארע קאפ און זיך באקענען שטייטלעך מיט די פחד און מיט דיינע געפילען בכלל און אנטפאנגען צו כאפען און פארשטיין די אמתע גורם.
די וועסט דיך אנטפאנגען צו באקענען מיט דיר אליינס און צוביסלעך וועסטו אנקומען צח די אמתדיגע גורמים צו דיין צובראכענקייט און שלעכטע געפיל, איך וועל דאס נאך אויסשמיסען ברייטער אי"ה.

באמת איז דאס שייך און גאר וויכטיג אפילו ביי גרינגערע מצבים ווי למשל א קאמפלעקס אדער ענדליכס.
בשעת די ביסט און די מצב פון די קאמפלעקס אדער סיי וואספארא פראבלעם, טאר מען נישט אריינטראכטען דערין, פראביר עס נישט צו העלפען לאז דיך רויט ווערען... ערלויב דיך צו שפירען שלעכט און פארשעמט ווער נישט דעשראקען אדער צובראכען דערפון, לאז די מחשבות און געפילען לויפען שלאג דיך נישט דערמיט, וועסט עס מסדר זיין א צווייטע מאל, די צייט דאס אויסצוהיילען איז נישט בשעת די געפילען און דיין נפשיותדיגע אומגעזינטקייט צושפילט זיך מיט אלע פארבן! בשעת דיין געפילן שפילען דארפסטו האבען סבלנות און הכנעה צו אננעמען די שווערע געפיל און זיין גרייט צו שפירען שלעכט, (און ווי נשמה זאגט איז דאס גאר א געשמאקע זאך צו טון, און ער איז שטארק גערעכט)
ווען די שלאגסט דיך דערמיט, קריכסטו אריין טיפער און די לעכעל פון די קראנקע וועג פון טראכטען און די שטעלסט אוועק דיין קאפ און מהלך המחשבה טיפער לויט די מחלה. און אפילו ווען די וועסט יא טרעפן א וועג אדער א מחשבה וואס וועט דיך בארואיגען אביסעלע וועט עס אויך זיין א רפואה נאר לויט די לעכעל פון די מחלה, דאס הייסט עס וועט נישט זיין אמתדיג אויסגעהיילט, עס וועט זיין א דמיון אין איינרעדעניש, אבער צום שורש פונעם פראבלעם וועט עס נישט צורירען! בשעת די ביסט דערינען איז די שכל נישט ביכולות צו אמתדיג טרעפן די פראבלעם מיט א ניכטערע בליק, ווייל דיין טראכטען איז פיל מיט דיין קראנקע געפילען און מחשבות.


המשך יבא בעזר השם!

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » זונטאג מארטש 03, 2019 9:49 pm

זייער זייער שטארק און אמת!!!
און מיר ווארטן אויף ווייטער!!!
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג מארטש 03, 2019 10:16 pm

"שרייזשע" קיפ אן
ברענג נאך ווארע...

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:07 pm

.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט