די אנטוויקלונג פון מענטל פראבלעמן און איר ריכטיגע רפואה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

די אנטוויקלונג פון מענטל פראבלעמן און איר ריכטיגע רפואה

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:23 pm

אלס איינער וואס קען זאגען מבשרי אחזה, וואלט איך געוואלט צונעמן אביסל די נושא פון מענטל העלט באופן כללי, קען זיין אז געוויסע וועלן נישט געוואר ווערן דא קיין חדושים, קען זיין אז געוויסע וועלן זיך גאר דינגען..., אדרבא איך בין גרייט צו הערן א צווייטענס מיינונג,
די סיבה פארוואס איך האב מיך געזעצט דאס שרייבען איז, ווייל איך שפיר אז עס זענען דא אסאך ליידענדע וואס ווערן עלטער און זעהן זיך נישט באמת ארויס פון זייער נפשיות'דיגע פראבלעמן,און מיטשענען זיך אלס ארום למחצה לשליש ולרביע.. און איך פיל אז צו אסאך פןן די וואס איך האב גערעדט מיט, פארפאסען איין זייער וויכטיגע נקידה וואס צו די נקודה וויל איך אי"ה צוקומען דא, איך וואלט עס גערופען די final push...
איך רעד מיך נישט איין אז איך גיי דא אויסהיילען כלל ישראל מיט די אשכול, און איך רעד מיך נישט איין אז איך גיי דא מגלה זיין נפלאות... נאר קלאר מאכען א געויסע נקידה וואס איך שפיר אז רוב עולם פארפאסט דאס



איך וועל עס פראבירען איינצוטיילען אין 3 חלקים, צו מסביר זיין וויאזוי מענטל העלט פראבלעמן אנטוויקעלן זיך, און די יסוד צו א ריכטיגע רפואה בסייעתא דשמיא,
פארטשטייט זיך אז עס איז דא אסאך אופנים און אנדערע ציורים וויאזוי עס קען זיך אנטוויקלען, איך וועל אנכאפען איין געוויסע שניט, און עס זאל זיין א בחינה פןן תן לחכם ויחכם עוד, זאל עס יעדער פארזיך אריינלייגען און זייער אייגענע שיך.




חלק א'

עס זענען דא געוויסע יסודות וואס א מענטש דארף בעקומען אלס קינד וואס דאס מאכט א מענטש מסוגל אויפצווואקסן און ווערן אן ערוואקסענע געזונטע מענטש, די נומבער איינס וויכטיגסטע זאך וואס פארלאנגט זיך פאר א קינד אויפצווואקסען א געזונטע נערמאלע מענטש, איז ריכטיגע ליבשאפט פון די ארומיגע,און דאס מיינט נישט דווקא באקומען א קוש פון די טאטע... נאר דאס איז כולל און זיך אסאך מער פון דעם, איינער פון די זאכן וואס דאס נעמט מיט זיך איז דאס אז די קינד זאל שפירען ווי די ארומיגע שעצן אים וויאזוי ער איז, איך וועל אנכאפען איין ביישפיל, ווען א טאטע אדער מאמע שפירען אז זייער קינד מיז אויסוואקסען א תלמיד חכם, און די קינד וועט שפירען אז דאס וויאזוי די טאטע האט אים ליב, אדער אז אויב טוט ער דאס נישט וועט די טאטע אים נישט ליב האבען, איז דאס נישט קיין געזונטע ליבשאפט,
( דאס מיינט נישט אז א טאטע טאר נישט פארלאנגען פון א קינד צו לערנען, נאר עס מיז האבן 2 תנאים 1 אז די טאטע טאר נישט וועלן די קינד זאל עפעס אויפוואקסן, דאס הייסט ער מעג וועלן די קינד זאל יעצט לערנען, די קינד טאר בשום אין אופן נישט שפירען אז איך דארף זיין א תלמוד חכום, 2 אז עס טאר נישט זיין די זאך וואס די קינד זאל שפירען אז אויב טוה איך דאס נישט דאן האט מיך מיין טאטע נישט ליב, און און אויב איז דאס נישט אויף אזא אופן דאן באקומיט נישט דאס קינד די וויכטיגסטע לעבענס געצייג וואס דאס איז ליבשאפט.)

ווען א קינד באקומט נישט די ריכטיגע ליבשאפט וועט דאס אויס קלאפן און א אומזיכערקייט און א צוקלאפטקייט, און די עפעקט דערפון וועט זיין ביי א יעדן אנדערש געוואנדען און די נאטור פונעם קינד,
געוויסע קינדער וועלן זיך שלאגען מיט די געפול פון פארלוירענקייט און צוקלאפטקייט דארכען ווערן גאר TOUGH, און אנדערע קינדער וועלן רעאגירען צו דעם מיט'ן זיין שעמעדיג און צוריק געצויגען וכו' וכו'
אבער די יסוד וועט אלס בלייבען די זעלבע, און דאס איז א געפיל ביי די קינדער פון אומזיכערקייט.

יעצט ווען די קינד ווערט אביסעל עלטער און ער פאנגט שוין אן אריין צוגיין און א שטאפעל און לעבען וואס מען דארף זיך שוין עטוואס אליינס באפארענען, ווערט די געפול פון זיכערקייט, און שעצונג קריטיש וויכטיג, און די מאנגעל דערפון פאנגט אן וויי צו טון גאר שטארק.
וויכטיג אנצומערקן, אז איעדע געפיל מיז זיך מלבש זיין און א מחשבה, א מענטש קען זיך נישט שפירען פארלוירען אדער צוקלאפט אדער סיי וועלכע אנדערע געפיל אן קיין מחשבה בשייכות מיט יענע געפיל, איז במילא דא ביי אונז וועט די יינגעל/בחור טראכטען זאכען בשייכות מיט די געפילען פןן פארלוירענקייט און אומזיכערקייט, צום ביישפיל עס וועלען אים אריבער לופען מחשבות אז מען לאכט פון אים, אדער גאר א א פחד אז ער גייט שטארבען אא"וו
אבער ביי די שטאפעל הייסט דאס נאך נישט קיין מענטעל העלט פראבלעם, עס האט זיך נאך נישט אנטוויקעלט פון דעם א OCD אדער א פאניק אטאק וכו' עס איז א אומגעבויטקייט און צומאל אביסעלע קאמפלעקס וכו, און עס איז נישט מוכרח אז עס וועט זיך למעשה אנטוויקלען צו אן ערענסטע מענטעל פראבלעם

המשך יבא אי"ה
איך ווייס אז ביז אהער איז אלס דברים פשוטים, אבער איך האף אי"ה צוצוקימען צום עיקר נקידה וואס איך וויל ארויס ברענגען בקרוב ממש

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:26 pm

מיר ליינען מיט דארשט

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:42 pm

fiena nieas האט געשריבן:מיר ליינען מיט דארשט

yalah
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מיטוואך ינואר 23, 2019 11:02 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:מיר ליינען מיט דארשט
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:23 am

yalah האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:מיר ליינען מיט דארשט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 7:45 pm

זייער שיין, און זייער אמת'דיג. והשם יעזור אותך שלא יצא מכשול מתחת ידך וידינו.

איינער האט מיר אמאל געזאגט (בערך אזוי) אז ווען עס קומט פאר א באגעגעניש פון דיר מיט דיין קינד, זאל עס קיינמאל נישט זיין אפילו נישט א משהוא, "איך בין נישט מסכים צו דיר..." נאר אלעמאל דארף עס זיין "איך בין מסכים הונדערט פראצענט וויאזוי דו ביסט נאר"... מוסר זאגט מען ווען דאס קינד דארף נישט דיין הסכמה. אבער די רגעים פון באגעגעניש, קריצט דאס קינד איין, בין איך באליבט צו נישט. ער קריצט נישט איין אין זיין זכרון, "מיין טאטע איז נישט מסכים צו מיר וועגן דאס און דאס און דאס, אבער באמת איז ער יא מסכים..." זיין גאנצע 'איך' ווערט אפגעפרעגט. "מיין טאטע האט מיך נישט ליב, און גארנישט וועט נישט צוריקגעווינען זיין ליבשאפט". דאס איז וואס ער קריצט איין.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג ינואר 24, 2019 7:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 7:48 pm

חלק ב'

המשך

יעצט וועל איך פראבירען צו מסביר זיין דאס מערסטע כפי יכלתי וויאזוי עס קומט צו צו א ערענסטערע מענטעל פראבלעם.
קודם איז נאכאמאל וויכטיג מקדים צו זיין, אז ביז ווילאנג א מענטש דרייט זיך ארום מיט די שווערע געפולען פןן צוקלאפטקייט און אומזיכערקייט אדער פארלוירענקייט, איז דאס נאך נישט קיין מחלה, עס קען זיך אפשר ארויסווייזען אלץ א קאמפלעקס פון מענטשען א צוריקגעצויגענקייט וכו' געוואנדען לויט די נאטור פונעם מענטש, אבער עס איז נאך נישט א מחלה, און ווען ער וועט ווערען עלטער קען מען עס גאר גרינג אויסוואקסען, אויב האט ער די ריכטיגע כשרונות וועט דאס קענען טון אליינס, אדער און ערגסטען פאל וועט זיך פארלאנגען אביסעלע הילף פןן א פארפעסעניאל, אבער א מחלה איז עס נאך נישט.
די צייט ווען עס ווערט טראנספארמירט צו א מחלה איז ווען מען פאנגט זיך אן צו שלאגען מיט די געפולען און ער פאנגט אן צו ענטפערן פאר די מחשבות, און על פי רוב פאסירט דאס ווען עס כאפט אן א שטארקע פחד, און די מענטש ווערט דעשראקען פון די פאקט אז ער האט אזא פחד און ער פאנגט אן זיך שפירען גאר א שטארע נויט און זיך פארזיכערען פון די פחד.
איך וועל פראבירען בעסער צו מסביר זיין וואס איך מיין, לאמיר אן כאפען א ציור אז די אלט באזעסנע געפיל פון פארלוירענקייט און אימזיכערקייט האט זיך מלביש געווען און שטארקע פחד פון שטארבען, איז אויב לאזט ער עס לויפען,דאס הייסט אז ער מער וויניגער איגנארירט דאס, וואס וועט פאסירען איז, די מחשבות וועלען אים נאך ארויף שווימען מזמן לזמן איעדע פאר מינוט אבער על פי רוב וועט עס נאך דעם אוועק גיין מיטען ווינט.
אבער אויב וועט די מענטש ווערן גאר דעשראקען פונעם פאקט אז ער שפירט אזא שטארקע פחד און ער וועט אנפאנגען שפירען א מורעדיגע נויט זיך צו פארזיכערען אנטקעגען די פחד,און ער וועט אנטפאנגען טון זאכען זיך צו פארזיכערען אנטקעגען די פחד, צום ביישפיל ער וועט נישט אריבער גיין די גאס ווייל אפשר וועט אים א קאר ארפקלאפען וכו' דאן דא איז ווי עס ווערט אנטוויקעלט צו א מענטל מחלה, ער וועט זיך אנטפאנגען שלאגען מיט די שלאגען די מחשבות, און די דעשראקענע געפיל וואס איז נאך איינגעווארצעלט פון אים אלץ קינד ווייז אן (ווי אויבען דערמאנט) גייט נישט אוועק גיין, וועט ער ווייטער האבען מחשבות פון די פחד, וואס ער האט יעצט אוועק געשטעלט זאל זיך מלביש זיין און די מחשבה אז ער גייט שטארבען, און די דעספערעט ניד בלע"ז פון זיך שפירען פארזיכערט האט זיך ביי אים און קאפ אריין געזעצט אז ער גייט דאס באקומען דארעכען זיך פארזיכערען אנטקעגען שטארבען,
היוצא לנו מזה איז אז די מחלה וואס די מענטש האט אנטוויקעלט, איז אזאך וואס ער האט געטון אליינס (און זיין subconscious), וויל ער האט געוואלט אנטלויפען און זיך פארזיכערען פון די שווערע געפיל וואס ליגט ביי אים איינגעווארצעלט.

איך האף איך בין געניג קלאר...

המשך יבא אי"ה

מילא
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

תגובהדורך מילא » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:30 pm

א גרויסן ש'כח

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:42 pm

נשמה האט געשריבן:זייער שיין, און זייער אמת'דיג. והשם יעזור אותך שלא יצא מכשול מתחת ידך וידינו.

איינער האט מיר אמאל געזאגט (בערך אזוי) אז ווען עס קומט פאר א באגעגעניש פון דיר מיט דיין קינד, זאל עס קיינמאל נישט זיין אפילו נישט א משהוא, "איך בין נישט מסכים צו דיר..." נאר אלעמאל דארף עס זיין "איך בין מסכים הונדערט פראצענט וויאזוי דו ביסט נאר"... מוסר זאגט מען ווען דאס קינד דארף נישט דיין הסכמה. אבער די רגעים פון באגעגעניש, קריצט דאס קינד איין, בין איך באליבט צו נישט. ער קריצט נישט איין אין זיין זכרון, "מיין טאטע איז נישט מסכים צו מיר וועגן דאס און דאס און דאס, אבער באמת איז ער יא מסכים..." זיין גאנצע 'איך' ווערט אפגעפרעגט. "מיין טאטע האט מיך נישט ליב, און גארנישט וועט נישט צוריקגעווינען זיין ליבשאפט". דאס איז וואס ער קריצט איין.

א גרויסען יישר כח.
אמן!

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 9:19 pm

זייער שיין און קלאר געשריבן... ישר כח!

כ׳וויל נישט אויסכאפן ח״ו; כ׳גיי נאר געבן א ׳געס׳... ׳מעדיטעישן׳?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 9:42 pm

Graphic24 האט געשריבן:זייער שיין און קלאר געשריבן... ישר כח!

כ׳וויל נישט אויסכאפן ח״ו; כ׳גיי נאר געבן א ׳געס׳... ׳מעדיטעישן׳?

סארי... אבער נאפ'ס...
איך גיי נישט פראבירען אזוי ווייט פארזאגען דא א קלארע מהלך, נאר איך וועל פראבירען קלאר צומאכען די ציל,און די אמת'דיגע רפואה, אויף אן אופן וואס איך שפיר אז 90% פארפאסען דאס, און זאל עס איעדער נעמען לפי זיין מצב און זיין פראבלעם.

איך שפיר אז דאס וואס איך וועל בער השם ארויס ברענגען דא, איז בעיקר נוגע פאר מענטשען וואס מיטשענען זיך שוין פאר יארען, און האבען שוין געווען ביי טעראפיסטען, און האבען שוין געהערט כל מיני עצות ותחבילות וואס האבען געהאלפען למחצה לשליש ולרביע (וואס דאס איז 99 פראצענט ליידענדע פון21 יאר און העכער), אבער מיט דעם אלעמען שפירען זיי זיך נאך אלץ פארשפארט אינעם פראבלעם. נישט אז דאס וואס איך וועל זאגען איז נישט נוגע פאר די וואס האבען נארוואס אנגעהויבען, נאר פשוט אז על פי רוב זענען די נאך נישט מסוגל דאס צו הערען.
איר וועט אי"ה פארשטיין קלארער וואס איך מיין ווען איך וועל ממשיך זיין, בעזר השם

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 9:44 pm

שרייזשע האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:זייער שיין און קלאר געשריבן... ישר כח!

כ׳וויל נישט אויסכאפן ח״ו; כ׳גיי נאר געבן א ׳געס׳... ׳מעדיטעישן׳?

סארי... אבער נאפ'ס...
איך גיי נישט פראבירען אזוי ווייט פארזאגען דא א קלארע מהלך, נאר איך וועל פראבירען קלאר צומאכען די ציל,און די אמת'דיגע רפואה, אויף אן אופן וואס איך שפיר אז 90% פארפאסען דאס, און זאל עס איעדער נעמען לפי זיין מצב און זיין פראבלעם.

איך שפיר אז דאס וואס איך וועל בער השם ארויס ברענגען דא, איז בעיקר נוגע פאר מענטשען וואס מיטשענען זיך שוין פאר יארען, און האבען שוין געווען ביי טעראפיסטען, און האבען שוין געהערט כל מיני עצות ותחבילות וואס האבען געהאלפען למחצה לשליש ולרביע (וואס דאס איז 99 פראצענט ליידענדע פון21 יאר און העכער), אבער מיט דעם אלעמען שפירען זיי זיך נאך אלץ פארשפארט אינעם פראבלעם. נישט אז דאס וואס איך וועל זאגען איז נישט נוגע פאר די וואס האבען נארוואס אנגעהויבען, נאר פשוט אז על פי רוב זענען די נאך נישט מסוגל דאס צו הערען.
איר וועט אי"ה פארשטיין קלארער וואס איך מיין ווען איך וועל ממשיך זיין, בעזר השם

אקעי; מעווארטמער מיט שפאנונג!
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » זונטאג ינואר 27, 2019 10:31 pm

מיר ווארטן........
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג ינואר 27, 2019 11:34 pm

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:מיר ווארטן........

גא"מ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג ינואר 28, 2019 1:13 pm

ווען גייט מען ווייטער?

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג ינואר 28, 2019 8:25 pm

fiena nieas האט געשריבן:ווען גייט מען ווייטער?

האפענטליך אי"ה אין די קומענדיגע 2 - 3 טעג

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דינסטאג ינואר 29, 2019 3:19 pm

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:מיר ווארטן מיט שפאנונג!........

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג ינואר 29, 2019 4:57 pm

ווען מאכט מען א PDF?

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 29, 2019 7:30 pm

חלק ג'

גיימיר ווייטער בסיעתע דשמיא!

אזויווי איך האב געהאט מסביר געווען אז איעדע מענטעל פראבלעם פאסירט ווען מען קען נישט האנדלען מיט א שווערע געפיל וואס מען טראגט זיך ארום, און די מענטש אליינס אנטויקעלט די פראבלעם ווייל ער רעדט זיך איין סאב קאנשעסלי אז דאס וועט אים אוועק נעמען די ארגינעלע שווערע געפיל וואס ער קען נישט האנדלען, וואלט איך געוואל צינעמען די זאך אביסעל מער.
קודם איז וויכטיג מסביר צוזיין, אז עס איז לאוו דווקא א געפיל וואס די מענטש זיכט צו פטור ווערען פון, א פיסכעלאגישע מחלה קען פונקט אזוי קומען פון אומריכטיגע מעסדזשעס וואס מען האט באקומען, וואס איז למשל ווען א קינד האט באקומען א געפיל פון די טאטע אז די וויכטיגסטע זאך איז אז ער מיז אויסוואקסען א תלמוד חכום און אן דעם איז ער גארנישט, איז דאס גאר א אומגעזינטע מעסעדזש פאר 2 סיבות, 1 וויל דאס איז א ציל וואס איז מורעדיג שווער נאך צוקימען, 2 ווייל אן דעם שפירט זיך דאס קינד ווי א גארנישט, און די 2 סיבות צוזאמען מאכט אז די געדאנק פון זיין א תלמוד חכום זאל זיין פארען קינד א גאר שווערע אומגעזינטע דאגה אויף זיין קאפ, וואס קען זיך גאר גרינג אנטוויקלען און א מחלה, עס איז דא זייער א סאך משלים און צייורם וואס מען קען אנכאפען אבער לאמיר זען וויאזוי אויף די פאל קען זיך אנטוייקלען אלע סארט מחלות, איינער וועט אנטוויקלען פון דעם אן OCD א צווייטער וועט אנטוויקלען פון דעם א דיפרעשען און א דריטער וועט גאר אנטויקלען פון דעם פאניק אטאקס, געוואנדען איעדער לויט זיין נאטור און אימשטענדען, אבער אלע דריי וועט זיין די זעלבע דבר השווה, אז די מחלה האט זיך אנטויקעלט ווייל זיי האבען נישט געקענט האנדלען מיט די שווערע געפיל.

דיפרעשען: די בחור זעט די ציל וואס גייט אים מאכען פאר א יש, וואס דאס איז און אינזער פאל זיין א תלמוד חכום, און ער זעט אז עס איז אים זייער שווער אן צוקומען, און ער זעט נישט אוועג ארויס!
טרעפט ער פארדעם א וועג ארויס פון די שווערע אומדערטרעגליכע שעובד פןן זיין א תלמוד חכום דארעך די דיפרעשען, ער געט זיך א לאז נאך און געט אויף און פערטיג ער האט אויף געגעבען אויף זיין לעבען, ער דארף שוין נישט זיין א תלמוד חכום!

פאניק אטאקע: ווי מען האט שוין געהאט דערמאנט איז ווען א מענטש באקומט נישט די ריכטיגע ליבשאפט דאן שפריט זיך אזא קינד פארלוירען און אומזיכער, און די פאניק אטאקע וועט פאסירען ווען די מענטש פארשטייט נישט די ארגינעלע גורם צום פארלוירענע און דעשראקענע געפיל, און די מחשבה איז זיך מלבש און א שטארקע פחד, וואס די מענטש פארשטייט אז פון דעם דארף מען מורא האבען, ווי למשל א פחד פון שטארבען, אז מען איז נישט געזינט וכו'

OCD: א OCD איז שוין א שטאפעל ווייטער און א ערגערע פארום פון פאניק אטאקע, דאס איז שוין אז די מענטש פראבירט זיך צו יא פארזיכערען, און ער כאפט אן איין זאך, וואס מיט דעם שפירט ער און ער רעדט זיך איין אז ער גייט זיך מיט יענע זאך האבען און די הענט, צו זאל עס זיין אז ער גייט זיך האבען און די הענט דארעך זיך פארזיכערען אנטקעגן שטארבען, אדער דארעך זיך פארזיכערען אז ער איז זויבער וכו' וכו' עס קען ארויס קומען אויף אלע מין פארומען אבער די צד השווה ביי אלע OCD ליידענדע וועט זיין אז פראבירט מיט די מחלה זיך צו האבען און די הענט און זיך נישט שפירען ווי א פארלוירענע פויגעל.

הצד השווה ווי מען זעט איז אלע מחלות פאסירען ווייל מען פראבירט צו האנדלען מיט די ארגינעלע שווערע געפיל און אימריכטיגע מעסעדזש, און מען טרעפט א אומגעזינטע וועג ארויס דערפון!


איך האף איך בין געניג קלאר...

המשך יבא אי"ה!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:26 pm

וויי-פיי האט געשריבן:ווען מאכט מען א PDF?
צוגעלייגטע
די אנטוויקלונג פון מענטל פראבלעמען און איר ריכטיגע רפואה.pdf
(206.59 KiB) דאונלאודעד 54 מאל
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך ינואר 30, 2019 8:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:31 pm

נשמה האט געשריבן:
וויי-פיי האט געשריבן:ווען מאכט מען א PDF?

די אנטוויקלונג פון מענטל פראבלעמען און איר ריכטיגע רפואה.pdf

א גרויסע ייש"כ נשמה'לע

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:35 pm

איך האף אז איך חזר נישט איבער צופיל מאל די זעלבע נקידות, בעצם וואלט זיך פארלאנגט אויף דעם א גאנצע בוך, נאר איך פראביר עס צומאכען די קורצטע וואס מעגליך, במיללא פראביר איך צו ארום נעמען דיזאך פון פארשידענע זייטען, כדי עס זאל אריין גיין און קאפ, און מען זאל באקומען די ריכטיגע בילד אויף די זאך, כדי אז ווען איך קום צו צום צווייטען שטאפעל, וויאזוי עס איז צוהיילען ריכטיג און זיך ארויס זעהן דערפון מיט אן אמת, זאל מען זיין קלאר מיט וואס איך מיין, און מען זאל מיך ריכטיג פארשטיין.
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום דינסטאג ינואר 29, 2019 11:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:44 pm

.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:52 pm

שרייזשע האט געשריבן:איך האף אז איך חזר נישט איבער צופיל מאל די זעלבע נקידות, בעצם וואלט זיך פארלאנגט אויף דעם א גאנצע בוך, נאר איך פראביר עס צומאכען די קורצטע וואס מעגליך, במיללא פראביר איך צו ארום נעמען דיזאך פון פארשידענע זייטען, כדי עס זאל אריין גיין און קאפ, און מען זאל באקומען די ריכטיגע בילד אויף די זאך, כדי אז ווען איך קום צו צום צווייטען שטאפעל, וויאזוי עס איז צוהיילען ריכטיג און זיך ארויס זעהן דערפון מיט אן אמת, זאל מען זיין קלאר מיט וואס איך מיין, און מען זאל מיך ריכטיג פארשטיין.

ניין דו ביסט גאר קלאר און בקיצור גיי אן מיר ווארטן מיט שפאנונג

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:07 am

יישר כח די קומסט אריין זייער קלאר


האקט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט