יעקב99 האט געשריבן:רעסטאראנט האט געשריבן:יעקב99 האט געשריבן:פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,
איז דא א גוטע עיצה:
בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.
ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.
א ווייסע וועסטעל איז נישט קיין בגד ?איז נישט די ענין פון גיין גאנץ שבת ווייס מיט אלע מלבושים?
דער אר"י הקדוש זאגט אז דע וויכטיגסטע איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס, און מ'דארף זאל זיין אלעס צוזאמען פיר בגדי לבן. אבער נישט אלע מלבושים.
עיינתי בדברי האר"י וואס ווערט גיברענגט בכתבי ר' חיים וויטאל, ולא ראיתי שם אז די וויכטיגסטע איז די בגד עליון. ער רעכינט דארט אויס פיר בגדים כנגד שם הויה, אבער אין ס' שלחן הטהור (סי' רס"ב ס"ח) רעכינט אויס אנדערע פיר בגדי לבנים. לפי זה איז די ד' בגדי לבנים וואס דער אר"י רעכנט אויס איז לאו דוקא, והעיקר ס'זאל זיין פיר ווייסע בגדים.
ובנוגע בגד העליון איז דא וואס שרייבן אז מ'זאל דאס נישט אנטאן משום יוהרא. ביי זיך אין שטוב צו גיין מיט א ווייסע בעקיטשע איז לכאורה נישט דא משום יוהרא.
אגב ראיתי בס' דרכי חיים ושלום של הגה"ק ממונקאטש זצ"ל דלצאת דעת האר"י שיש ללבוש ד' בגדי לבן בשבת והבגד עליון בתוכם, וד' הגה"ק מקאמארנא שצריכין מסי"נ ע"ז ללבוש בגדי לבן "אנו נוהגים שהולכים בבגד לבן למעלה בעת סעודת שבת קודש אבל בתפלה בש"ק מנהג אבותינו ורבותינו הק' זי"ע רובם ככולם בדורינו ודור שלפנינו בבגד שחור שלמעלה וסומכין על מה שבעת התפלה הולכים למעלה בטלית גדול שזהו בגד חשוב לבן משא"כ בעת הסעודה שאין לובשים הטלית למעלה ע"כ לובשים בגד לבן למעלה בסעודת ש"ק ע"כ".
א טלית ווערט אויכט נישט אויס גירעכנט בדברי האר"י, וכנראה שהעיקר שלא יפחות מן ד' בגדי לבנים