בלאט 4 פון 6

געשריבן: פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:58 pm
דורך נשמה
בס"ד

מיין תשוקה איז: אז איך זאל ווערן איבערצייגט אז עס לוינט זיך מיר צו לעבן אינעם הווה.

ס'דא אסאך מהלכים פון 'לעבן אינעם הווה'. א אינו בן ברית, ווען ער הערט אז לעבן אין די הווה, Being Present, האט אין זיך עפעס, און ער גליסט דערצו, און ער ארבעט דערויף, סוף סוף "וואו קומט ער אן ???..." דאס איז חוץ אויב ער וויל ווערן נענטער צו זיין מקור... אוודאי איז דאס נישט די הייליגע מקור פון וואו מיר שטאמען, אבער נענטער צו עפעס איז עס... ווי ס'שטייט אין תנא דבי אליהו: מעיד אני עלי את השמים ואת הארץ, בין ישראל בין עכו״ם, בין איש בין אשה, בין עבד ובין שפחה הכל לפי מעשה שהוא עושה - כך רוח הקודש שורה עליו.

ווען עס קומט אבער צו אונז, צו א יוד וואס ביי אים איז דער עיקר 'ולדבקה בו', ער דארף דאך נישט מער, ער וויל זיך אויסארבעטן די מידות אויך נאר וועגן 'לשכנו תדרשו ובאת שמה'. אויך נאר וועגן 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם'. דא איז שוין עפעס העכער ווי אלגעמיין...

ווען מ'ארבעט אריינצוגיין אינעם הווה, איז זייער כדאי צו וויסן א כלל וואס מ'דארף אויך וויסן ווען ס'גילטיג דער כלל, און ווען טאקע נישט, אז טויש געשעהט צוביסלעך דייקא. מעט מעט אגרשנו מפניך, פן תרבה עליך חית השדה. ס'דא א סך מאל ווען מ'שפירט ווי די 'איגו' שלעפט מיט אויסטערלישע כוחות, און רעד איין אז מ'זאל זיך אפקערן פונעם הווה. און דא שפירט מען ווי "ס'איז אזוי גוט צו לעבן אינעם הווה, ס'גייט מיר ב"ה, איך מוז פארזעצן... איך מוז פארזעצן... איך מאך פארשריט... איך מאך פארשריט... און דא קומסטו, און דו... יא דו... דו ביסט דער וואס איז מיר גורם די אלע שוועריגקייטן... און יעצט ווילסטו מיר אוועקשלעפן..." און מ'וויל זיך שלאגן צו בלייבן אינעם הווה... מ'וויל עס נישט אפלאזן...

די גאנצע אויפטוה פון 'לעבן אינעם הווה' איז: שובי נפשי למנוחיכי כי ה' גמל עליכי. די גאנצע אויפטוה פון 'לעבן אינעם הווה' איז, אז די 'איגו' זאל אוועקגיין... איז די סברא געט מיט, אז אויב מ'שלאגט זיך צו שטארק צו כאפן דעם הווה ; זיך האלטן אינעם הווה, ברענגט מען ארויף אין זיך 'שטייפקייט'. שטייפקייט צוימט איין די פלוס פון אינערליכער ענערגיע. די פלוס פון אינערליכער ענערגיע איז וואס קען ברענגן נאנט צום אייבערשטן, אויב מ'איז זוכה מן השמים... די פלוס פון אינערליכער ענערגיע מיין איך די 'פנימיות' וואס דארף ווערן נאנט צום אייבערשטן. אויב א מענטש איז 'שטייף' ווייל ער שלאגט זיך צו שטארק אנצוהאלטן א געוויסע 'איך וויל יעצט לעבן אינעם הווה'. איז אים שווערער אז ס'זאל נתעורר ווערן זיין פנימיות.

דערפאר שאפט זיך א כלל, 'לעבן אינעם הווה' דארף זיין מיט Gentle Pressure, מ'דארף זיך ציען צוריק צום הווה, מיט לייכטע ציאונגען, און נישט מיט 'שטייפקייט'. די רצון פון א מענטש וואס וויל זוכה זיין צו לעבן אינעם הווה, שוין יעצט און אינגאנצן, "איך האב שוין נישט קיין כח מער, איך מוז שוין זוכה זיין צו די וואונדערליכע זאך וואס 'לעבן אינעם הווה' קען מיך ברענגען... דאס קען פונקט אזוי קומען פון 'איגו'...

פונקט אזוי ווי דער 'איגו' איז נישט מסכים צו לעבן אינעם הווה, נאר ס'וויל טראכטן שוין יעצט וואס צו שרייבן א גוטן ארטיקל פאר 'פייער און וואסער' לכבוד פורים, אזוי איז דער 'איגו' אויך נישט מסכים צו דערליידן די אמת'ע לעבן... די אמת'ע יעצט... די אמת'ע יעצט אז מ'דארף זיך פלאגן... אז ס'פארנעמט א תמידיות'דיגע עבודה אין משך פון א לאנגע זמן ווילאנג מ'איז זוכה אריינצוגיין אינעם הווה... די אמת'ע הווה, די אמת'ע עכטע יעצט, איז טאקע די מלחמה וואס איך פיר יעצט מיט מיר אליין אריינצוגין אינעם הווה. שטאטלעך, צוביסלעך...

די רגע מ'איז מסכים צו די מלחמה... אז יא, איין זייט פון מיר וויל יעצט נישט זיין אינעם הווה, און ס'פאדערט מיר 'ארבעט'... די רגע מ'איז מסכים דערצו... מ'איז מסכים צו לעבן דערמיט... און זיך פלאגן דערמיט... נישט עס צו געבן א ווארף אוועק און זאגן "שוין זאלסטו לעבן אינעם הווה... אבער שוין... איך וויל נישט הערן קיין ווארט..." נאר מ'איז מסכים צו ארבעטן, איז מען דאך שוין אינעם הווה. מיט דעם האט מען באמת דערגרייכט דעם הווה...

המשך יבוא בעזר השי"ת. והשם הטוב יעזור... איך זאג נאכאמאל אז ס'נעמט צייט. אבער איך מוז אריינלייגן תמידיות'דיגע עבודה... נאכאמאל, נאכאמאל, נאכאמאל, ביז ביז ביז איך וועל זוכה זיין בעזר השי"ת...

געשריבן: זונטאג פאברואר 10, 2019 1:46 pm
דורך נשמה
בס"ד.

א מענטש דארף זייער שטארק משתוקק זיין יא צו שפירן א טעם אין דאווענען. ווען מ'איז נישט זוכה דערצו דארף מען אוודאי זיין צופרידן און זיך פרייען מיט וויפיל מ'האט יא, וויפיל און וואס מ'שפירט יא. אבער משתוקק זיין עד הסוף דארף מען. דאס מיינט דאך 'השתוקקות' פון וואס רבינו ז"ל מסאטמאר האט אזויפיל גערעדט דערפון.

'לעבן אינעם הווה' מיינט נישט "איך גיי מיך אויסלערנען צו קענען דערליידן די טרוקענע לעבן, און אויפהערן צו משתוקק זיין..." אזוי ווי א מענטש וואס וויל זיך איינגעוואוינען צו לעבן אנעם צוגערעטל, אנעם קאקאש קעיק, אנעם גלעזל ברוינפן, ער וויל זיך איינגעוואוינען צו אויפהערן משתוקק זיין צום שטיקל קעיק. דאס מיינט נישט 'לעבן אינעם הווה'... פארקערט, א מענטש איז דאך א חלק אלוק ממעל, ער וויל יא... 'לעבן אינעם הווה' מיינט "איך גליסט צו שפירן התקרבות לה'... איך וויל שפירן נאנטשאפט, איך וויל נישט שפירן boredom, אבער מיט דעם אלעם ווען עס קומט למעשה, גיי איך מיט וויאזוי עס איז נאר...

ווען א מענטש געוואוינט זיך איין צו לעבן אינעם הווה, איז ער - בעזהשי"ת - קיינמאל נישט Board. נישטא אזא זאך ביי אים. ער איז אלעמאל מקושר צום מקור. ער 'לעבט'. לאנגווייליגקייט קומט ארויף אינעם מענטש ווען ער איז צוגעוואוינט צו ערפילן די אפגעהאקטקייט פון זיין מקור ; פון זיין פנימיות, דורך די אדיקשן... א מענטש וואס געוואוינט זיך איין צו לעבן אינעם הווה, ווערט ער מקושר צו זיין 'פנימיות', דאס מיינט דאך 'לעבן אינעם הווה'. ער ווערט מקושר צום אייבערשטן. ער גליסט צום אייבערשטן.

ווייל 'לעבן אינעם הווה' האט אלעמאל א אמת'קייט אין זיך. די 'הווה' איז אמת פאר זיך אליין. די ערלויבעניש צו זיין מיט די 'אמת' פונעם 'יעצט', וויאזוי עס איז נאר, איז מקשר א מענטש צום אמת'ן מציאות. די אמת'ע מציאות איז דאך נאר דער אייבערשטער. מלא כל הארץ כבודו. אויב בין איך ווייט פונעם אייבערשטן, גליסט איך צו שפירן נאנטער, אויב שפיר איך נאנט, וויל מען דאך אוודאי לויפן ער זאל אונז אויפהייבן אויף זיינע ארעמס.

ווען מ'ארבעט צו לעבן אינעם הווה, איז כדאי צו געדענקען אז ס'איז קיינמאל נישט א טרוקענע פראסעס. ס'איז נישט אזוי ווי א מענטש וואס האט באשלאסן ביי זיך אז ער גייט זיך קאנצענטרירן אויפן יעצט... קאנצענטרירן אויפן יעצט איז נישט די זעלבע זאך ווי לעבן אינעם הווה. קאנצענטרירן אויפן יעצט מיינט: אז דער מענטש שרומפט איין זיין אטענשאן צו איין נקודה, אזוי ווי א מענטש וואס באשלוסט אנצופעינטן זיין גלעזער שווארץ און לאזן נאר א קליין לעכל... א גוטע עצה ווען מ'גייט במקום שלא אפשר ולא מיכוון און מ'וויל זיין ערליך... אבער נישט דאס מיינט 'לעבן אינעם הווה'.

לעבן אינעם הווה מיינט, אז מ'ערלויבט אלעס !!! ווארן א מענטש וואס איז פארנומען זיך צו קאנצענטרירן אויף לאמיר זאגן פירוש המילות, וויאזוי האט ער צייט צו שפירן א התעוררות תשובה וואס עס איז אריינגעקומען אין זיין פנימיות. א מענטש וואס וויל לעבן אינעם הווה, אז ער זאגט דיבורי תפילה איז אוודאי אז זיין קאפ איז דערביי, איז אוודאי אז ער האט אינזין. וואס דען איז יעצט ? דאס טוט ער דאך יעצט, ער רעדט יעצט דיבורים. ער דארף נישט צולייגן די באזונדערע וואג אויסצופירן די תפקיד פון 'קאנצענטרירן'.

אז מ'איז נישט געוואוינט צו לעבן אינעם הווה, דאן: יא ! דאן דארף מען 'קאנצענטרירן'. א מענטש וועם זיין מח איז אגאנצן טאג שלא בהווה, זיין מח איז פארנומען צוצושטעלן זיין 'איגו' אגענדעס, ער איז שלא בהווה, איז אוודאי ווען ער וויל אויסהערן איינעם, דארף ער טראכטן: "איך קאנצענטריר !!! " אבער ב"ה נישט ווען א מענטש געוואוינט זיך איין צו לעבן בהווה ממש.

לעבן אינעם הווה מיינט ריספאנדן צום הווה. ס'זייער א שווערע זאך צו טון פאר איינעם וואס איז נישט צוגעוואוינט. זייער שווער. מ'דארף זיך אסאך בייגן... בייגן... בייגן... בייגן... בייגן... און דאס דארף מען אויך בייגן. און דאס אויך. און נאך אלעם דארף מען דאס אויך בייגן... ווילאנג מ'איז זוכה אויב מ'איז זוכה אז ס'זאל נכנע ווערן דאס קשה עורף. דאס 'ווידערשטאנד', די Resistance. דאס געשלעג מיט דאס מין זאך וואס הייסט 'לעבן'.

איך בין איינמאל געווען ביי ר' שרגא פליישמאן נ"י קיין עין הרע, נישט צוליב מיר, איך האב מיט אים געוואלט דורכשמועסן א זייטיגע ענין... א 'מענטש' ווילאנג ער ווייסט וואס ס'מיינט 'לעבן אינעם הווה' און זיין וואך לכלים הווים זכים ואמיתיים, ווילאנג ער ווייסט נאר דערפון, קומט עס נישט צו ווען ער כאפט וואס ס'מיינט אז א מענטש לעבט אזוי. א מענטש קען מיינען אז ער קען לעבן אינעם הווה, "וואס דארף מען שוין טוהן ? סתם זיין דאהי... וואס איז שווער ? ס'איז אפילו נישט שווער... איך קען... פאקטיש טו איך עס אפאר מאל..." (מ'מיינט אז מ'טוט עס...)

אבער ווען מ'קומט פנים אל פנים צו איינעם וואס לעבט אזוי, דאן זעהט מען פאר זיך גאר עפעס אנדערש. "יא, טאקע דאס מיינט לעבן אינעם הווה. איך האב אלעמאל געמיינט אז איך האב עס..."

לעבן אינעם הווה איז נישט אזאך וואס מ'צווינגט זיך ארויף. "איך גיי מיך באצווינגען..." לעבן אינעם הווה איז אזאך וואס דער גאנצער מענטש איז דערביי. ער איז דא...

די פנימיות פון א מענטש איז ענדלאז. די דרויסן איז אלעמאל די זעלבע, א היט, א גארטל, רעקל, שיך ! נאכאמאל, א היט, א גארטל, רעקל, שיך ! נאכאמאל, א היט, א גארטל, רעקל, שיך ! שבת איז עס א שטריימל אויך. די דרויסן טוישט זיך נישט. די פנימיות דאס איז נישט אזאך וואס מ'זעהט.

איז כדי זוכה זיין צו לעבן אינעם הווה, פאדערט חיזוק, חיזוק, חיזוק, און חיזוק.

המשך יבוא והשם הטוב יעזור.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:31 pm
דורך נשמה
בס"ד.

'לעבן אינעם הווה'.


ווען א קינד ווערט געטשעפעט, אנטלויפט ער פון די מציאות ארום. איר געדענקט נאך ווען איר זענט פארשעמט געווארן צווישן אנדערע יונגלעך ? פלוצלינג שפירט מען ווי מ'פארט אוועק פונעם יעצט, מ'ווערט אריינגעפירט אין עפעס אוועק פון דא... אין זיך אריין... ערגעץ אבער נישט דא. מן הסתם איז די פארשעמונג געווען צו שטארק, און מ'האט דאס נישט געקענט פארטראגן, האט מען זיך אפגעטראגן פונעם יעצט פונעם 'הווה'. און עס האט זיך געשאפן א וואנט צווישן דעם 'הווה' און צווישן 'זיך אליין'. מ'האט באקומען א ווידערשטאנד צו נאכאמאל זיך באגעגענען מיט די מציאות.

אויב חלילה מ'ווערט צופיל מאל פארשעמט, אדער אויב די פארשעמונג איז געווען צו שטארק, וועט דער מענטש אכטונג געבן אז ער זאל זיך מער נישט טרעפן מיט'ן יעצט, מיט'ן הווה. אוודאי, ער קען באשטיין אז זיין קערפער זאל זיין אינעם הווה. אבער ער פאר זיך ציהט זיך אוועק דערפון. ער ציהט אוועק זיינע געפילן דערפון. ער וויל נישט נאכאמאל באקומען א ציפ. עס בויט זיך אויף אין א מענטש אז ער זאל אגאנצן צייט אכטונג געבן זיך נישט מקשר זיין מיט'ן הווה. ווייל די 'הווה' קען פלוצלינג געבן א שטארקע ציפ. אזוי ווי א קינד וואס כאפט אן - די ערשטע מאל אין זיין לעבן - א הייסע אייזן, מער כאפט ער דאס נישט אן ! די אייזן ציפט. "שטיי אוועק דערפון..." די זעלבע געשעהט מיט א מענטש וואס ווערט למשל פארשעמט, געטשעפעט. עס בויט זיך אויף אין אים אזא 'שומר' וואס ארבעט 24/7 אז ער זאל זיך נישט דערנענטערן צום 'יעצט'. ווייל ס'קען פלוצלינג געבן א ציפ. ער געט אכטונג 24/7, אז ער זאל נישט האבן מיט איר צופיל שייכות. ער זאל זיין 'פאר'חלומ'ט. ער זאל נישט טראכטן צופיל. ער זאל נישט זיין 'דאהי'... ער זאל האבן "ADHD". זיין ערגעץ דארט !

יעצט, לעבן אינעם הווה מיינט, אז דער מענטש טוט פארקערט ווי א מענטש וואס ציהט זיך אפ פונעם הווה. ער איז דא. ער טוט אנדערש וואס ס'געשעהט מיט א מענטש וואס ווערט פארשעמט. ער האלט זיך צום הווה. ס'איז שווער. אבער ב"ה מיט דעם האט ער א פאטענציאל צו ווערן אויסגעהיילט. ס'איז זייער שווער פאר א מענטש צו מסכים זיין נאכאמאל פרובירן צו לעבן אינעם הווה, אבער מ'איבערצייגט זיך אז ס'געשעהט נישט מער ציפעס. בעזהשי"ת.

וואס טוט מען מיט Pain ? וואס טוט א מענטש ווען ער ווערט איבערוועלטיגט מיט ווייטאג ? ער וויל אריינקריכן אין זיך, ער וויל זיך אויסהיילן ! ער וויל טראכטן פון זיין Pain . ער וויל נישט טראכטן פון 'לעבן אינעם הווה' ! ס'דרוקט אים ? מ'לויפט צום באשעפער... דאס האט דוד המלך געטון.

מ'דארף זיך אויך צוזאגן אז מ'וועט קער נעמען דערפון. "יעצט האלט איך אינמיטן לערנען, אבער איך וועל קער נעמען פון מיין Pain" און ס'איז כדי אז מ'זאל טאקע קער נעמען פון זיך. מ'זעצט זיך אראפ אויף א בענקעל און מ'טראכט... וואס טוט מיך באמת וויי ? פארוואס טאקע קען איך נישט אויפשטיין אינדערפרי מיט זריזות ? וואס דרוקט מיך ? מ'זאגט זיך צו אז מ'איז באמת גרייט זיך אויסצוהערן אלע טענות... מיט דעם אליין וואס מ'געט זיך ערלויבעניש, מיט דעם אליין שפירט א חלק אין זיך אז מ'ווערט אויסגעהערט. נישט סתם 'לעבן אינעם הווה'. איך וויל רעדן צו דיר... ס'דרוקט מיך אז דו ביסט אזא לא לנו... און דו שרייבסט אויף אייוועלט אלע דיינע שוועריגקייטן... און דו בלייבסט באמת קרח מכאן וקרח מכאן...

סתם זיצן אין ווייטאג, העלפט דען ? זיך אויסהערן העלפט. ווייל א מענטש האט א געברויך אז ער זאל זיך אליין פארשטיין. און מיט זיך אליין מיטפילן. המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 13, 2019 1:39 pm
דורך נשמה
בס"ד.

איך דארף מיך מחזק זיין אין מיין 'תשוקה' צו זוכה זיין איינזעהן אז 'לעבן אינעם הווה' איז וויכטיג.

איך טראכט צו א מענטש קען מאכן קאוהירענס טערעפי מיט זיך אליין. 'לעבן אינעם הווה' איז א וויכטיגע זאך, אבער (אלעס לויט ווי איך פארשטיי יעצט) ס'איז דא צומאל ווען מ'דארף זיך אראפזעצן מיט זיך אליין אויף א תמידיות'דיגער אופן. אוודאי, במשכ'ן טאג איז גוט צו אנגיין מיט'ן 'לעבן אינעם הווה', אבער מ'מאכט זיך א צייט ווען אין דעם צייט וועל איך פרובירן געוואויר ווערן מיינע טיפענישן.

אוודאי איז ווארשיינליך בעסער ווען מ'קען גיין צו א טערעפיסט וואס העלפט דיר געוואויר ווערן דיינע טיפענישן, אבער איך וואונדער מיך צו מ'קען מאכן מיט זיך אליין Coherence therapy. די ערשטע זאך וואס מ'דארף געדענקען איז (איך האב עס שוין געשריבן ערגעץ...) אז א מענטש קען זיך נאר טוישן ווען ער איבערצייגט זיך אז ס'געשעהט אנדערש ווי ער ערווארטעט אז ס'גייט געשעהן. איז, אויב דו ווילסט אז ס'זאל זיך טוישן אין דיר עפעס - ב"ה - דארפסטו אלעמאל זוכן די Expectations פון די סימפטאם.

ס'קען זיין אז ס'גייט דיך נעמען צייט ווילאנג די גייסט עס טרעפן, אבער אויב דו ווילסט דיך טוישן דארפסטו טרעפן יענע פאדעם.

לאמיר נעמען צום ביישפיל א 'פירער'. א 'פירער' פרובירט אגאנצן טאג צו אנהאלטן זיין 'איך'. "איך בין דאס און דאס, און איך וויל עס געדענקען ! " יעצט, וויאזוי קען 'לעבן אינעם הווה' מאכן אז א 'פירער' זאל זיך איבערצייגן אנדערש ווי ער ערווארטעט. לאמיר טראכטן: וואס איז די Expectation ביי א פירער ? וואספארא ערווארטונג דארף זיך דער פירער איבערצייגן אז ס'געשעהט אנדערש ?

א 'פירער' וויל זיך טוישן, ער וויל אויפהערן זיין פארנומען מיט 'זיך אליין', ער וויל ארויסקריכן פון זיין 'איגו', און כדי זיך צו טוישן מוז ער טרעפן די Expectation וואס לויפט אין אים, ער מוז ווערן אויפמערקזאם אויף די Expectation און זיך איבערצייגן אז ס'געשעהט אנדערש. וואספארא ערווארטונג דארף זיך טוישן ?

די ערווארטונג וואס א פירער האט אין זיך איז, "אויב איך גיי נישט האלטן קאפ און געפיל צו אויפהאלטן מיין 'איך', גיי איך ווערן פארלוירן אין די וועלט. ס'גייט ווערן אויס 'איך'..." דאס איז וואס ער ערווארטעט. אזוי ווי א מענטש וואס וויל נישט אריינגיין אין גאר א קאכעדיגע מקווה, ווייל ער 'ערווארטעט' אז ער גייט זיך אפבריען חלילה. ער האלט זיך צוריק דערפון. ער טוט עס נישט. די זעלבע זאך צום ביישפיהל ביים 'פירער', ער האלט זיך צוריק פון אפלאזן זיין טראכטן וועגן זיך.

יעצט, אפילו ווען עס קוקט נישט אויס אז א פירער טראכט פון זיך, ער רעדט מיט אנדערע, ער לערנט, ער דאווענט, פונדעסטוועגן 'טראכט ער פון זיך'... זיין קאפ איז 'פארנומען' אויפצוהאלטן זיין 'איך'. צו 'געדענקען' ווער 'איך' בין... ער לאזט דאס נישט אפ, אפילו ער מיינט אז זיין קאפ ליגט נישט דארט, לאזט ער עס מיט דעם אלעם נישט אפ.

איז, ווען א פירער פרובירט צו 'לעבן אינעם הווה', און ער פארשטייט וואס ס'מיינט 'לעבן אינעם הווה', ער ווייסט אז דאס מיינט אז ער זאל אפלאזן דאס טראכטן פון 'זיך'.

למשל, א פירער קומט אריין צו א חתונה, וועט זיין אטענשאן זיין פארנומען מיט "איך בין דאס און דאס... און מיט דעם און דעם בין אנדערש ווי יעדעם..." איז, ווען ער וויל 'לעבן אינעם הווה', דארף ער דאס אפלאזן. ער דארף זיך דאס מערסטע מעגליך מקשר זיין מיט די מענטשן ארום, מיט די מצב ארום...

יעצט, ווען א פירער טוט דאס, ער פרובירט צו זיך מקשר זיין צו דעם הווה, אזוי ווי איך האב עס פריער מפרש געווען, וועט זיין 'אינעווייניג' פארפירן: "ניין, ניין, ניין, טו עס נישט... דו גייסט פארלוירן ווערן ! "

אבער ווען דער פירער איז זיך 'מתגבר', ער לייגט זיין פיס אויפן סטאפ-ברעק, און ער פרובירט דאך אויס צו זיך מקשר זיין מיט די הווה, וועט ער זיך איבערצייגן אז ס'געשעהט גארנישט, נאך דערצו ווען מ'איז זיך מקשר מיט'ן הייליגן באשעפער, שרשא דכולא.

יעצט, ער האט ערווארטעט אז ער גייט פארלוירן ווערן, און בעיקר אז אויב ס'געשעהט איז אויס וועלט, אבער ער האט זיך איבערצייגט דורך 'עקספיריענסן', אז זיין וועלט איז נישט געקומען צו א ענדע.

לאמיר חזר'ן : יעדע זאך וואס דו ווילסט דיך טוישן, דארפסטו טרעפן די ערווארטונג פון די זאך. וויאזוי געוואוינט זיך א מענטש אפ פון רייכערן ? דער מענטש 'ערווארטעט' אז אויב איך גיי נישט רייכערן איז אויס וועלט, און ער זעהט אז ס'געשעהט נישט.

דאס איז די סיבה פארוואס 'התגברות' ארבעט אויס א מענטש. דער מענטש איז איינגעוואוינט אז ער טראכט נישט קיין צוויי, באלד ווי ער וויל, גיבט ער עס נאך. אבער ווען ער איז זיך 'מתגבר' גיבט ער זיך צייט, צו שפירן זיין 'ערווארטונג' און אויך זיין 'איבערצייגונג'. דאס אלעס וויאזוי א מענטש טוישט זיך.

אבער, ס'איז דא אין א מענטש אונטערבאוואוסטזיניגע לערנונגען, דאס מיינט, לאמיר זאגן א מענטש שפירט אז זיין קאפ טוט אים וויי... ער ווייסט נישט פארוואס... ער זעצט זיך אראפ מיט זיך אליין, ער בעהט דעם אייבערשטן, און ער כאפט מיט זיך א שמועס... ער ווערט געוואויר אז ער איז נערוועז וועגן א געוויסע זאך וואס ער האט אפילו נישט געכאפט אז ער איז נערוועז דערוועגן...

איך בין נישט קיין טערעפיסט, און איך ווייס נישט דאס וואס ר' חיים מאיר פערל נ"י ווייסט. אבער וויפיל איך ווייס קען איך באשטיין מיטצוטיילן מיט'ן ציבור. שוין זאל דער אייבערשטער מיך העלפן אז איך זאל דאך זיין אן ערליכער יוד. והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:47 pm
דורך נשמה
מיט'ן כח פונעם הייליגן בורא עולם ית'.

די 'מעלה' פון מאכן א 'קאוהירענס טערעפי סעשאן' מיט זיך אליין איז, ווייל דער מענטש אליין שפילט טערעפיסט און קליענט, און בשעת ער שפיהלט טערעפיסט פארשטייט ער זיך זייער גוט. סתם א טערעפיסט דארף אסאך מדע נוצן צו קענען זיך אריינלייגן אינעם שיך פונעם קליענט, אבער ווען דער מענטש שפילט טערעפיסט צו זיין אייגענעם סימפטאם, איז ער שוין היפש אין זיינע אייגענע שיך. אוודאי און אוודאי דארף ער זיך אריינברענגען טיפער אין זיך אליין. ער דארף זיך גוט אויסהערן און צולייגן קאפ צו זיך אליין, אבער די פראסעס איז נענטער צום אמת.

איך וויל מסביר זיין וואס ס'מיינט אן Expectation. אויף יודיש אן ערווארטונג !

לאמיר זיך פארשטעלן א קליין קינד פון ארום צוויי יאר, וואס וויל אראפגיין פון קאונטער צוריקצואוועגס. דאס הייסט זיין רוקן איז אויסגעדרייט צו אונז. ער שטעלט אראפ זיינע פיס פון טיש מיט'ן האפענונג צו טרעפן די פלאר, אבער ער האט נישט גוט אויסגערעכנט און זיינע פיס דערגרייכן נאר כמעט די פלאר. דאס קינד שרייט פאר הילף אז ער גייט פאלן... מיר קומען צו לויפן און מיר זאגן אים "גיי... גיי... גיי... גיי נאך אביסל !" און דאס קינד שטעלט איין... און ער זעהט אז ער איז שוין ממש דארט געווען.

אין זיין קאפ האט עס אויסגעזעהן ווי ער הענגט גאר הויעך אין די לופט. ער האט 'ערווארטעט' אז פון אים ביז די פלאר איז ווייסעך ווי סך, וואס דערפאר האט ער נישט איינגעשטעלט. ווען ער ווייסט ווען דעם 'אמת', וואלט ער געגאנגען ווייטער. ער האט Expected אז ער איז גאר הויעך אין די לופט. ווען ער האט געפאלגט דעם גרויסן און איינגעשטעלט, האט ער זיך 'איבערצייגט' אז ס'איז נישט אזוי.

אסאך סימפטאמען ; שוועריגקייטן ; געפילן ; פחדים ; וכו', קומען פון אט אזאנע Expectations. 'ערווארטונגען' וואס מ'קען זיך איבערצייגן אז ס'געשעהט אנדערש ווי מ'ערווארטעט. (מיר רעדן אלעמאל פון 'ערווארטונגען' וואס מ'קען זיך איבערצייגן אז ס'איז נישט אזוי ווי מ'ערווארטעט)

ווען איך רעד פון 'ערווארטונג' רעדט איך פון 'ערווארטונג'.

צום ביישפיל: ס'איז זומער, דו שטייסט אויפן גאס ווארטענדיג אויף איינעם, און דו זעהסט ווי א אכט יעריג יונגל נעמט א ליידיגע 'דרינק', ער בלאזט עס אויף מיט אלע זיינע כוחות, ער לייגט עס אראפ אויפ'ן פלאר... און וויל... וואס וויל ער ? וואס 'ערווארטסטו' אז ס'גייט געשעהן ? שטעל דיך פאר דיינע געפילן יענע רגעים, נישט טראכט עס, שטעל דיך עס פאר ! שטעל דיך פאר וואס דו שפירסט אין דיין קערפער די רגע פאר ער טאנצט ארויף דערויף און עס הילכט אפ א זעץ. דו 'ערווארטסט' !!! דאס מיין איך צוזאגן 'ערווארטונג'. דאס וואס דו ווייסט אין דיין שכל אז ס'גייט געשען, מאכט אז דיין קערפער זאל זיך דערצו צוגרייטן ! ס'איז גאנץ שווער זיך צו האלטן רואיג, וויסנדיג אז ס'קומט א זעץ... דאס מיינט 'ערווארטונג'.

יעדע סימפטאם האט אזאנע ערווארטונגען, וואס דער מענטש 'ווייסט' אז אזוי און אזוי גייט געשעהן. א מענטש וואס האט OCD קען זיין אז ער ערווארטעט אז ער גייט פארלירן זיין וועליו אויב ער געט אויף קאנטראל.

א מענטש וואס איז געוואוינט צו לעבן שלא בהווה, יעדעס מאל ווען ער פרובירט אריינצוגיין אינעם 'הווה', ערווארט ער עפעס א נייע זאך וואס ער ווייסט נישט וויאזוי דאס גייט זיך אויסלאזן... ער שפירט אינעווייניג: "וואס גייט געשען טאמער איך גיי יעצט לעבן אינעם הווה ? " יעדע זאך וואס א מענטש 'טוישט', קומט פאר די אינערליכער 'נייגער', "וואס גייט געשעהן ???? " און דער מענטש איבערצייגט זיך עפעס.

א מענטש איז מער צוגעוואוינט צו האבן הילף פון אינדרויסן פון אים. דאס איז די שוועריגקייט פון זיך איינהאלטן פון 'לשון הרע'... קיינער ווייסט נישט אז איך האלט מיך יעצט איין... דער מענטש טרעפט זיך מיט זיך אליין... ער אליין גייט זיך מוזן אליין געבן א קאמפלימענט פאר'ן צוריקהאלטן.... ער קען אפילו נישט זאגן "איך האב א גוט'ס צו זאגן אויף יענעם און יענעם, אבער איך האלט עס אן אז ס'זאל נישט ארויסליקען " דאס קען ער אויך נישט זאגן ! ער מוז זיך אינגאנצן טרעפן מיט זיך אליין ! מיט דעם אייבערשטן ! בינו לבין קונו !

די זעלבע זאך איז 'לעבן אינעם הווה'. דער מענטש 'ערווארטעט' און ער האט נישט קיינעם מיט זיך וועם מיטצוטיילן זיין ערווארטונג אין זיינע איבערצייגענישן. ער קען עס נאר פארציילן פאר'ן אייבערשטן... אהי' אשר אהי' איך וועל זיין מיט די וואס ווילן זיין נאנט צו מיר... רמב"ן.

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:13 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת

א מענטש וויל אראפגיין ביי זיך אין בעסמענט צו נעמען עפעס פון דארט... די בעסמענט איז אנגעפאקט מיט אביעקטן אן א סדר... ער זעהט אבער צו זיין באדויערן אז לעקטער איז דארט נישטא, א פלעשלייט האט ער אויך נישט ביי זיך, און ער וויל דאך אריינגיין, וואס טוט ער ? ער וואקט פארזיכטיג, ער ווייסט נישט ביי וועכע טריט ער גייט זיך אריינהאקן אין א אביעקט וואס גייט אים איבערראשן, דערפאר וואקט ער פארזיכטיג, די זעלבע ווען מיר ווילן לעבן אינעם הווה, ווי מער פארזיכטיג מ'איז, ווי מער מ'גרייט זיך צו פאר איבערראשונגען, אלץ מער לויפט מען נישט אוועק דערפון, ווען מ'הייבט אן שפירן אנדערש...

איך זאל מיך מחזק זיין אנצוגיין מיט מיין תשוקה זוכה זיין צו קענען לעבן אינעם הווה... און עס טון אויף למעשה. נישט נאכלאזן. וואס דאס האט א פאטענציאל מיט'ן אייבערשטענס הילף מיך ארויסצונעמען פון מיינע שוועריגקייטן !!!

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:24 pm
דורך שרייזשע
נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת

א מענטש וויל אראפגיין ביי זיך אין בעסמענט צו נעמען עפעס פון דארט... די בעסמענט איז אנגעפאקט מיט אביעקטן אן א סדר... ער זעהט אבער צו זיין באדויערן אז לעקטער איז דארט נישטא, א פלעשלייט האט ער אויך נישט ביי זיך, און ער וויל דאך אריינגיין, וואס טוט ער ? ער וואקט פארזיכטיג, ער ווייסט נישט ביי וועכע טריט ער גייט זיך אריינהאקן אין א אביעקט וואס גייט אים איבערראשן, דערפאר וואקט ער פארזיכטיג, די זעלבע ווען מיר ווילן לעבן אינעם הווה, ווי מער פארזיכטיג מ'איז, ווי מער מ'גרייט זיך צו פאר איבערראשונגען, אלץ מער לויפט מען נישט אוועק דערפון, ווען מ'הייבט אן שפירן אנדערש...

איך זאל מיך מחזק זיין אנצוגיין מיט מיין תשוקה זוכה זיין צו קענען לעבן אינעם הווה... און עס טון אויף למעשה. נישט נאכלאזן. וואס דאס האט א פאטענציאל מיט'ן אייבערשטענס הילף מיך ארויסצונעמען פון מיינע שוועריגקייטן !!!

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.

WOW!
א מורעדיג ווארט!!
גאר שטארק!

געשריבן: זונטאג פאברואר 17, 2019 8:08 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איז די רצון צו מצליח זיין, אזאך וואס שטערט צו 'לעבן אינעם הווה' ? זייער מעגליך. ס'איז מיר שווער אויסצורעכענען אין מיין דמיון א וועלט וואו יעדער לעבט אינעם הווה, און דאך זאל עס אנגיין מיט'ן זעלבן טעמפא. דאס איז זיכער אז די תשוקה צו מצליח זיין שטערט פון 'לעבן אינעם הווה'. כדי צו 'לעבן אינעם הווה' דארף מען זיך ציען מער צו די "זאל זיין וואס זאל זיין, איך לעב מיך אין מיין הווה..." איך טראכט פון די קארעלע (מער א רויטע קליינע...) וואס יאגט זיך נישט, כאטש ער האט אן אפוינטמענט... אדער כאטש ער קען נאך אריינכאפן די גרינע לייט פאר ס'ווערט רויט... ס'איז גאנץ שווער צו לעבן אזוי. מ'מוז ערנסט אראפסלאוען...

אויב מ'וויל (איך וויל...) בענעפיטירן פון 'לעבן אינעם הווה', מוז מען זיין אזוי ווי דער סטופיד דרייווער וואס פארט טאקע, אבער נישט העכער דעם ספיד לימיט... ס'דא צומאל ווען מ'הייבט אן לעבן מיט'ן שוואונג, און מ'טרעפט זיך אריינקלאפן אין ריזיגע פעלזן שטיינער וואס קוקן אויף דיר מיט שטרענגע אויגן... פארפאלן, לעבן אינעם הווה מיינט 'לעבן אינעם הווה'... אויב מ'וויל עס באווייזן, דארף מען לעבן אינעם הווה. מ'מוז אראפסלאוען...

אבער ווען וועל איך מצליח זיין ? די קשיא איז נישט געלעבט אינעם הווה. פארפאלן... אדער 'הווה', אדער זיך טרעפן די זעלבע מענטש מיט די זעלבע פראבלעמען... 'לעבן אינעם הווה' לאט זיך נישט אונטערקויפן... לאט זיך נישט אונטערשמירן... לאט זיך נישט אז מ'זאל דערין אויסהאקן א שארטקאט...

המשך יבוא אי"ה, והשם הטוב יעזור...

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:16 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך געדענק, יארן צוריק, א צעהן יאר צוריק בערך, האט ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א פארגעשלאגן אין איינע פון זיינע 'זעלבסט קאנטראל' שיעורים, אז "מ'זאל זיך אליין פרעגן ! ..." שוין, אמר ועושה, איך זיץ אויפן קאך בענקעל, איך פרעג מיך: "נשמה: פארוואס מוזטו בלייבן שמועסן אין ביהמ"ד, און דו קענסט נישט גיין ווייטער ? " די תירוץ איז ארויפגעקומען "ווייל איך וויל זיך נישט שפירן ווי א נאר..." דהיינו, אויב וואלט איך מיך צוריקגעהאלטן פון רעדן, פרעגן, קאמענטירן, פארברענגען, וואלט ארויפגעקומען אין מיר די שפיר פון "איך בין א נאר..." נישט אז איך וואלט געטראכט "איך בין א נאר..." איך וואלט געשפירט "איך בין א נאר..." ס'דא א שטארקע חילוק צווישן די ביידע. שפירן "איך בין א נאר... ווייל איך האב נישט וואס צו רעדן..." דער מענטש ווייסט נישט אז ער האט מורא אזוי צו שפירן, אדער אז ער שפירט אזוי, ער שפירט "עפעס איז נישט באקוועם צו בלייבן שטיל..." זעהט אויס אז נאך אלץ בחור האב איך מיך איינגע'חזר'ט, "רעד, ווייל אז נישט קוקסטו אויס ווי דו האסט נישט וואס צו זאגן, און מ'וועט דיך אנקוקן ווי א נאר..."

דא איז דא אן Expectation. אן ערווארטונג! די ערווארטונג איז, אויב איך רעד נישט, ערווארט איך אויסצוקוקן ווי א נאר...

יעצט, מ'קען דאס נעמען נאך טיפער. מ'קען דאס נעמען "וואו, ווען, האב איך מיך דאס אויסגעלערנט, און פארוואס טאקע האב איך דאס אפגעלערנט ? ווער האט מיר געזאגט אז מענטשן שאצן אנדערע מענטשנ'ס קלוגשאפט אדער נארישקייט, לויט זיין אנטייל נעמען אין א שמועס ? און נאכמער, וואס האט מיך בכלל געמאכט טראכטן "איך קוק אויס נאריש ? איך קוק אויס קלוג ?" ווען און וואו און פארוואס איז דאס מיר געווען איבערלעבעניש-וויכטיג? וואס איז נישט דעמאלטס געווען גוט וויאזוי איך בין ?

איך ווייס ב"ה די תירוץ אויף מיינע פראגעס. מ'דארף נאר בעזהשי"ת זיך אביסל פארטיפן אין זיך. איך ווייס וואס ס'האט מיך אריינגעברענגט אין דעם טעות.

דאס איז אזוי, (שרייזשע האט שוין געשריבן דערפון) אז כדי א מענטש זאל ארויסקריכן פון זיין 'איגו', דארף ער קענען באשטיין אויסצוקוקן ווי א פולקאמער נאר, און עס נישט פייטן אפילו מיט א משהוא חלילה. ווייל יעדע געשלעג דערקעגן איז נאר די קראנקע וועג...

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור. איך זאל זיך מחזק זיין אין מיין ציהל צו לעבן אינעם הווה.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 8:29 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת

צו מאכן מיט זיך אליין א קאוהירענס טערעפי סעשאן נוץ איך א ריקארדינג דעווייס, צו ריקארדירן מיין אייגענע Prompts. און אויך א פלאץ וואו אריינצושרייבן די Felt senses וואס קומען מיר ארויף אין מיין באוואוסטזיין.

איך הייב אן צו רעדן אין די ריקארדינג ווי א קליענט קומט צום טערעפיסט... איך רעד פון 'הארץ'. איך בין אינגאנצן אפן - פארשטייט זיך -, דהיינו, איך שעם מיך נישט. הגם, מ'קען אלעמאל ארבעטן מער און מער צו זיין אפן מיט זיך אליין ! ס'קען זיין אז ס'דא א ווידערשטאנד ארויסצוזאגן פון 'הארץ' אלעס וואס דרוקט באמת, מ'דארף גיין 'פארזיכטיג'. געדענק ! דו קענסט נישט פארנעמען שווערע געפילן וואס קענען דיך פלוצלינג פארפלייצן, איז דו דארפסט עס טון 'פארזיכטיג'... אזוי ווי א מענטש וויל ארויסנעמען א פאדעם, אויב ער גייט נישט גיין פארזיכטיג וועט זיך דער פאדעם אוועקבייגן, ער מוז עס אנכאפן פארזיכטיג... עס צו קענען האלטן אין זיין הענט... די זעלבע מיט טיפע Knowings, וואס מ'ווייסט טיף אין די אונטערנבאוואוסטזיין...

איך הייב אן מיט די ווארט: "א גוטן..." און איך הער עס צוריק... "מיט די אויערן פון זייער זייער זייער א נייגעריגער און אינטערעסירטער טערעפיסט. מיט שטארקע אמת'ערחמנות געפילן צו זיך אליין. דהיינו, מיטגעפיל ! געדענק ! אז דו ווילסט דיך עפענען פאר דיך אליין, ווייז 'אמת'ע סימפאטיע און האב אמת'ע עמפאטיע צו דער אין דיר וואס שפילט קליענט. געדענק ! זיך אליין קען מען נישט פאפן... דו וועסט אלעמאל וויסן צו דו האסט צו דיך אליין סימפאטיע, צו נישט. און אויך וועסטו וויסן וויפיל סימפאטיע און וויפיל מיטגעפיל דו האסט צו דיר אליין. קיינער וויל נישט רעדן צו איינער וואס קוקט אים אראפ, און צו זיך אליין וויל מען אויך נישט רעדן, אויב מ'קוקט זיך אראפ... האב מיטגעפיל... ס'קען געדויערן צייט ווילאנג דו אלץ 'קליענט' באקומט טראסט צו זיך אליין אלץ 'טערעפיסט'. מ'דארף ארויסווייזן א גרייטקייט. און גיין 'פארזיכטיג'. געדענק ! דו ביסט עס טאקע, אבער מיט דעם אלעם קען מען זיך נישט עפענען צו איינעם וואס האט נישט קיין מיטגעפיל...

ווען דו האסט פארציילט פאר'ן "טערעפיסט" דיין סימפטאם... דיין 'שוועריגקייט' פון וואס דו ווילסט לויז ווערן, פטור ווערן, ארויסקריכן, וכו', און דו אלץ "טערעפיסט" הערט עס איבער, בשעת'ן איבערהערן דארפסטו נישט שפילן 'גארנישט', ביידע פון אייך ווייסן אז ס'איז אלעס איין מענטש. נאר מיט דעם וואס דו הערסט עס צוריק, פרובירסטו צו פארטיפן דיין אייגענע 'הכרה' צו דערשפירן טיפער, דערגיין טיפער, ארויסהאבן טיפער. פרובירסט עס צו הערן מיט 'מיטגעפיל'. ווען דו האסט עס געזאגט, ביסטו געווען פארנומען צו זאגן... יעצט, ווען דו הערסט עס צוריק, פרובירסטו צו דערשפירן, מיטשפירן. און ס'איז פארשטענדליך אז מיט דעם אליין 'גייסטו אריין טיפער אין דיר'...

יעצט, דו דארפסט נישט 'פארשטיין', דו דארפסט פשוט פארשטערקערן אין דיין באוואוסטזיין דיין אייגענע שילדערונג פון די סימפטאם...

מ'דארף נישט האבן מער ווי געציילטע טריקס וויאזוי מ'קען ארויסבאקומען די אייגענע Emotional learning's. ווען איך וויל גרובן אין דער ערד פאר א וויכטיגע זאך, נוץ איך ? א שאוועל, וואס נאך ? אזא מין גאפל. און נאך עפעס... גרוב געצייג, פעלט נישט אויס מער ווי געציילטע. גרובן, דאס דארף מען.

ס'דא געציילטע טריקס וויאזוי מ'קען ווערן 'באוואוסטזיניג' אויף 'פארוואס איך האב דעם סימפטאם...

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 8:27 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

האסט שוין אמאל געטראכט: "איך שפיר 'עפעס', איך ווייס אבער נישט צופיל מער..."

ווען מ'מאכט מיט זיך אליין 'קאוהירענס טערעפי', דארף מען אננעמען אז יעדעס געפיל וואס איך שפיר קען מיינען עפעס. יעדעס געפיל קען זיין די שפיץ פון זייער א וויכטיגע פאדעם, מ'דארף עס נאכגיין און קוקן וואו ס'פירט. מ'דארף נאר ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט אויף דעם 'שפיר', און פרובירן מער און מער עס אנצוהאלטן אין באוואוסטזיין, און פרובירן עס צו מאכן פאר 'ווערטער', און פרובירן צו שלעפן מער און מער...

איינע פון די וועגן וויאזוי מ'קען געוואויר ווערן, וואס עס איז די זאך וואס עס שטופט די סימפטאם, הייסט Symptom deprivation. סימפטאם דעפרייוועשאן. דאס טוט מען אזוי:

דו אלץ "טערעפיסט" זאגסט אריין אין דיין ריקארדער שטאטעלעך... ווי פאלגנד: "איך וויל אז דו זאלסט דיך פארשטעלן א סיטועשאן, א מצב, וואו די סימפטאם פון וואס דו ווילסט פטור ווערן געשעהט שטארק. לאמיר זאגן מיין סימפטאם. 'צוריקטראכטן'.

יעצט, ס'מוז זיין א מצב וואו די סימפטאם געשעהט שטארק ! א מצב וואו עס פאדערט שטארק אז די סימפטאם זאל ארויסקומען... לדוגמא: יעדע מאל איך שרייב אן ארטיקל דא אויף אייוועלט, וויל מיין מח 'צוריקטראכטן' וואס איך האב געשריבן... און 'צוריקטראכטן' איז נישט א גוטע זאך משום כמה וכמה וכמה סיבות. אסאך נישט גוטע זאך קומען דייקא פון 'צוריקטראכטן'.

יעדער ווייסט אז א יוד דארף זיין 'אויסגערעכנט'. מ'קען נישט שרייבן וואס מ'וויל, ווייל אויף יעדע זאך גייט מען אפגעבן דין וחשבון, און א יוד דארף לעבן מיט 'זהירות', No question about it. אבער ווען ס'הייבט אן אריינצוגיין אין 'צופיל' איבערטראכטן, און סתם 'איבערטראכטן', און נאכאמאל, און נאכאמאל, און נאכאמאל, איז כדי צו קוקן צו ס'קומט נישט פון עפעס טיפער. ווייל דאס איז גורם הרבה והרבה נישט גוטע זאכן השם ישמור... איך רעד אז בשעת'ן שרייבן האב איך געטראכט צו איך שרייב גוט, צו איך שרייב אויסגעהאלטן, וכו', נאר נאכדעם קומט דער "יצר" און פארדרייט סתם א קאפ... עסט אים פרעגן: "איך האב עפעס נישט גוט געשריבן ? " עט ער ענטפערן "יא, האסט יא גוט געשריבן... נאר וואס דען ווילסטו?... סתם דרייען א קאפ...

דאס קומט פון עפעס טיפער....

זאג איך אריין - איידלערהייט מיט שטארקע מיטגעפיל - אזוי: "איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו האסט געענדיגט אן ארטיקל אויף אייוועלט, און דו ווילסט צוריקטראכטן... און 'איבערטראכטן'... אבער דאס מאל פאר אפאר רגעים פרובירסטו צו גיין ווייטער... אן 'איבערטראכטן'... אן טון דאס וואס דו טוסט אלעמאל... נאר דו גייסט ווייטער... צו הייבסטו אן שפירן 'עפעס' אומבאקוועם ? אז דו 'ערווארטסט' עפעס אומבאקוועם ?

איך וויל דא זאגן, ס'קען געדויערן א סך צייט, ווילאנג מ'געוואוינט זיך איין צו קענען אויפכאפן אז ס'איז עפעס אומבאקוועם... מ'דארף זיך איינגעוואוינען צו קענען דערשפירן איידעלע 'עפעס'עס. די אלע קליינע קוים מערקבארע 'עפעס'... "ס'איז נאר 'עפעס' אומבאקוועם...", קען זיין די פאדעם וואס קען דיך אויסזאגן טיפע סודות פון דיר אליין...

דו דארפסט דיך אויסלערנען זיך צו קענען האלטן צו א 'שפיר'.

איינמאל דו זאגסט עס אריין, קענסטו עס איבערהערן און איבערהערן און איבערהערן, ווילאנג דו הייבסט אן שפירן צו ס'איז עפעס אומבאקוועם... און געדענק ! דו מוזט געבן Validity, צו יעדעס ווארט וואס דו רעדסט. "מאך דיך נישט אוועק... הער דיך אליין אויס... הער אויס דיינע טיפענישן... און לאך דיך נישט אויס.... :lol: ... געדענק ! אויב דו ווילסט אז דו אליין זאלסט דיך אנדעקן פאר דיך אליין, מוזטו דיך אינגאנצן אקצעפטירן ! און נישט טראכטן: "אזאנע שטותים רעדסטו..." ווארן שטותים אהער, שטותים אהין, דאס קומט פון דיין נפש... און אויב דו גייסט דיך נישט אננעמען 'ערנסט', גייסטו דיך 'פארשעמען' פון דיך אליין, און עס לוינט נישט צו ווערן 'פארהאקט'.

ווייז דיך אליין, אז וואס דו 'שפירסט' נישט קיין חילוק וואס, איז דיר וויכטיג. זיי פארזיכטיג. האנדל מיט 'חכמה'.

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור. צו לעבן אינעם הווה.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:42 pm
דורך fiena nieas
טאקע געזעהן אמאל א מהלך פון מאכן קאהירענס טערעפי אליינס נשמה גיי אן

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:47 pm
דורך fiena nieas
נשמה איך פארשטיי אז קאהירענס טערעפי ברענגט דיך ארויס וואס די געפיל איז , צו טוט קאהירענס טערעפי היילן אויך? אויב יא וויאזוי ? מיט דיין מהלך קענסט עס טון צו דיר אליינס?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 2:25 pm
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:נשמה איך פארשטיי אז קאהירענס טערעפי ברענגט דיך ארויס וואס די געפיל איז , צו טוט קאהירענס טערעפי היילן אויך? אויב יא וויאזוי ? מיט דיין מהלך קענסט עס טון צו דיר אליינס?

בכח השי"ת

פיינע טייערער, קאוהירענס טערעפי מאכט דיך באקאנט מיט די 'ערווארטונג' וואס דו האסט טאמער דו פראדוצירסט נישט דעם 'סימפטאם'.

לאמיר דיר פארציילן ווייטער מיט מיין סימפטאם הנקרא 'צוריקטראכטן'.

דער סימפטאם וואס עס געשעט ביי מיר, וואס איך רוף מיט'ן נאמען 'צוריקטראכטן', האלט אין איין געשען... איך בין צוגעוואוינט 'צוריקצוטראכטן'... 'איבערטראכטן'...

קודם כל, כדי צו עררייכן די בענעפיטן פון 'קאוהירענס טערעפי', דארף מען זיין וואכזאם. אבער 'וואכזאם'. הער גוט די פאלגנדע: ס'איז די באוואוסטזיין וואס דארף אנערקענען עפעס... מ'דארף זיצן און זיצן און זיצן און זיצן און זיצן און זיצן און נאך זיצן מיט זיך אליין, כדי אויפצוכאפן די באהאלטענע knowings וואס מ'ערווארטעט אז עס גייט פאסירן...

ווען איך אלץ "קלייענט" האב צוריקגעהערט דעם: "שטעל דיך פאר אז דו טראכסט נישט צוריק... און יענע חלק אין דיר וואס וויל יא איבערטראכטן און צוריקטראכטן לעבט, ס'איז דא, ס'פארלאנגט אז דו זאלסט איבערטראכטן... אבער דאס מאל, דו, אנשטאט זאלסט עס פאלגן און צוריקטראכטן, גייסטו ווייטער און דו טראכסט נישט צוריק... עקספיריענס ווי דו גייסט ווייטער, וואסערע אומבאקוועמע געפיל הייבסטו אן צו שפירן ? וואס קומט ארויף ? "

און בשעת'ן צוריקהערן שרייב איך אראפ וואס ס'קומט ארויף... און מ'קען דאס איבערהערן און איבערהערן... ס'איז ארויפגעקומען:

קוק צוריק !
מ'מוז מאכן א חשבון הנפש !


דאס איז אבער נאכנישט גענוג. איך בין נאכנישט געגאנגען צו טיף. סאו איך אלץ "טערעפיסט" זאג נאכאמאל אריין: "איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן און עקספיריענסן וויאזוי דו גייסט ווייטער דיין טאג (איך שילדער מיין טאג...) און דו טראכסט גארנישט צוריק, און דו קוקסט נישט צוריק, און דו מאכסט נישט קיין חשבון הנפש... פון יענע כח וואס וויל אז דו זאלסט צוריקטראכטן, אבער איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן אז דו טראכסט גארנישט צוריק, אפילו נישט איין סקונדע... אבער יענע פארט הייבט דיך אן צוריקצושלעפן... און וויל אז דו זאלסט יא צוריקטראכטן, אבער דו טראכסט נישט צוריק וואס ערווארטסטו "וואס גייט געשען..."

און מ'דארף געדענקן אז מ'דארף דאס אריינזאגן שטאטעליך... צומאל דארף מען דאס אריינזאגן אויף א בעסערע אופן, מער שילדערן, מער אריינברענגען אין די עקספיריענס פון 'עכט שפירן אז מ'טראכט באמת נישט צוריק !, צומאל דארף דער "טערעפיסט" נאכאמאל איבערזאגן און שילדערן קלארער... ס'איז ארויפגעקומען:

קאטאסטראפע...
א שגץ...
איש בליעל...
איך גיי מיך זיכער דערמאנען אין א געשעעניש וואס גייט מיך דערמאנען אז איך האב געטון נישט גוט...
איך שפיר ווי איינער וואס פארט, טרעט איבער השם ישמרינו, און גייט זיך ווייטער אן איבערטראכטן...
אן קיין עול !
א רשע דינט דעם אייבערשטן !


איך האב מיך שוין איבערצייגט אז 'צוריקטראכטן' ברענגט סך מער שקוצעריי ווי ווען מ'מאכט א "חשבון הנפש"... 'תשובה' קומט נישט פון 'צוריקטראכטן', 'תשובה' קומט פון וויסן אז מ'קען נישט אליין, 'תשובה' קומט פון 'התבודדות', און 'צוריקטראכטן' טוט גארנישט, ס'מאכט נאר ערגער... אבער שוין...

יעצט, זאג איך אריין אלץ דער "טערעפיסט", (בערך...) " א יוד דארף זיין נזהר, מ'דארף לעבן מיט א חשבון הנפש, אבער איך וויל וויסן פון דיינע Emotional leanings, וואס ווייסטו ? וואס אין דיין לעבן איז געווען ארום דעם 'שגץ, איש בליעל, אן קיין עול', וואס קומט ארויף אין דיינע זכרונות בנוגע די זאכן ? וויאזוי איז מען נישט קיין שייגעץ, וויאזוי איז מען יא א שייגעץ, וואס ווייסטו דערוועגן ? אויב דו ווייסט עפעס וועגן דעם ?... "

ס'איז ארויפגעקומען:

אז מ'טראכט נישט צוריק איז מען א שייגעץ ! דאס מיינט א שייגעץ !


אויב מ'איז פונקטליך, און מ'איז צאמגענומען, און מ'טראכט, דעמאלט איז מען נישט א שייגעץ, אבער אויב מ'טראכט נישט, לכאורה איז מען א...

איך אלץ "טערעפיסט" בחמלת ה' עלי, פרעג ווייטער: "דו געדענקסט עפעס אין דיין לעבן וואס דו האסט מורא געהאט אז מ'גייט דיך אנקוקן ווי א ... ?

די תירוץ איז: "יא".

מיין שאלה ווייטער איז: "וויאזוי היט מען זיך אפ דערפון ?..."

תירוץ: "דורכ'ן זיין צאמגעצויגן, טייט, אנגעשטרענגט..."

איך דערמאן מיך אז איינער פון מיינע חברים פלעגן אלעמאל רעדן אז יענער און יענער איז א שגץ ! איך אלץ קליין קינד האב נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי מ'ווערט דיאגנאזד אלץ שגץ... א קינד ווייסט נישט... וואס ווייסט ער ? האב איך אפגעמאכט אז 'אזוי און אזוי איז מען ערליך, דהיינו, אויב מ'איז צאמגעצויגן, און מ'טראכט איבער, איז מען ערליך, און אזוי און אזוי קוקט מען דיך אן אלץ א..." און נישט וועלנדיג ווערן אנגעקוקט אלץ א ... האב איך מיך פארגענומען איך גיי נישט זיין אזוי און אזוי.

די ערווארטונג איז: אויב איך גיי נישט איבערטראכטן גייט מען מיך אנקוקן ווי א ... און איך וויל נישט.

איך האב מיך געמאכט א צעטיל... און איך האב מיך איבערצייגט אז ביי מיר העלפט עס נישט צו געדענקען אין קאפ... דאס דארף מען אראפשרייבן אויף א פאפיר מיט א פעדער און עס ליינען ווען מ'שפירט אז די סימפטאם פאסירט... ביי מיר ארבעט דאס נאר אזוי ב"ה.

יעצט, למעשה האב איך באמערקט אז די סימפטאם איז טאקע געווארן אביסל ווייניגער, ס'האט זיך בארואיגט, אבער ס'איז נישט עכט אוועקגעגאנגען... און די כלל ביי קאוהירענס טערעפי איז, אז מ'דארף זיצן און זיצן און זיצן, און זיין 'אמת'דיג'... האב איך מיך נאכאמאל אראפגעזעצט מיט מיך אליין. אנגעהויבן מיט די "אגוטן וואס טוט זיך..." און פרובירט צו דערגיין: "וואס מאכט מיך 'איבערטראכטן'... וואס ערווארט דער כח וואס שטופט מיך 'איבערצוטראכטן', אויב איך טו עס נישט...

איך בין געגאנגען מיט א Sentence completion . איך וועל נאך שרייבן דערפון - אי"ה - מער און מער כיד ה' הטובה עלי...

דער "טערעפיסט" זאגט אריין אין די ריקארדינג אזוי: "פון יענע חלק אין דיר וואס וויל אז דו זאלסט 'צוריקטראכטן', וויל איך אז דו זאלסט זאגן, פון יענע חלק דייקא... : "אויב איך טראכט נישט צוריק און איך גיי ווייטער ערווארט איך אז... "

און ס'איז ארויסגעקומען...

קיינער גייט נישט קער נעמען פון מיינע פראבלעמען


אקעי... סאו, איך האב גענומען א פען, און א פאפיר און אראפגעשריבן: "אויב איך טראכט נישט צוריק ערווארט איך אז עס גייט קיינער נישט קער נעמען פון מיינע פראבלעמען..." און בשעת איך האב געשפירט אז איך וויל צוריקטראכטן, האב איך עס געליינט !

אבער למעשה האב איך געזעהן אז נאך אלץ וויל איך צוריקטראכטן... איך האב געשפירט אז דא איז דא עפעס טיפער... עפעס ערווארט איך... האב איך געמאכט נאך א סעשאן מיט מיר אליין... און אויף די שאלה: "וואס איז ערווארטעט ביי יענע חלק וואס שטופט איבערצוטראכטן, אויב איך גיי נישט איבערטראכטן..."

ס'איז ארויסגעקומען:

איך גיי מאכן טעותים און איך גיי עס נישט וויסן...
איך גיי מאכן א חורבן...
איך טו נישט גוט, און איך מאך מיך נישט וואוסנדיג ? ...


אבער נאכדעם האט אנגעהויבן ארויסצוקומען:

איך שפיר ווי איך באפעסטיג נישט מיינע מעשים...
איך שפיר מיך נישט...
איך ברענג מיך נישט ארויס...
איך שפיר מיך ווי א פארטרוקענטער צעקנייטשטער בלעטל


דאס האט מיך געמאכט טראכטן אז די סיבה פארוואס איך טראכט צוריק איז פשוט ווייל טאמער נישט, שפיר איך מיך נישט ! פשוטו כמשמעו. דאס צוריקטראכטן מאכט מיך שפירן מיין וועזנהייט. דהיינו 'איגו'. איך האב עס מורא אפצולאזן, ווייל איך ערווארט אז איך גיי מיך אויפהערן צו שפירן...

אבער למעשה האב איך געמאכט נאך א סעשאן, און איך האב עס ב"ה אזוי פארגעשטעלט: "איך וויל אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי ס'איז גארנישט דא וואס צוריקצוטראכטן... וואס הייבסטו אן צו שפירן ? אה, דאס האט מיך געהיט... איך האב אנגעהויבן צו שפירן 'פארלוירן', נאך אלץ, ווען איך טראכט דעם זאץ: "וואס ערווארטסטו טאמער עס איז גארנישט דא וואס צוריקצוטראכטן..." שפיר איך זייער Down. מוטלאז. און זייער Plain. איך שפיר ווא איך גיי ארויס פון 'עקזיסטענץ'...

לויט ווי איך פארשטיי יעצט, און איך בין גרייט מודה צו זיין אויף וואס עס וועט זיך שפעטער ארויסווייזן אלץ דער 'אמת' פון מיין 'סימפטאם', און אויב ס'וועט זיך ארויסווייזן אז עפעס אנדערש קומט דא פאר, וועל איך צוריקציען און טוישן... וואס דאס איז דער עיקר ביי קאוהירענס טערעפי...

לויט ווי איך פארשטיי יעצט, איז די אמת'ע סיבה פארוואס איך טראכט צוריק, נישט ווייל איך האב ספיקות, און נישט ווייל איך האב מורא, וכו'... די אמת'ע סיבה איז, ווייל אן צוריקטראכטן בין איך אויס קאפעלוטש מאכער... אויס.

די איינציגע וועג וואס עס מאכט מיך שפירן אז איך לעב, און ס'טוט זיך, און איך בין א זאך, און איך בין ווערד, און איך האב א זכות קיום, און איך עקזיסטיר, וכו', איז נאר אויב איך טרעף א סיבה אז איך מוז צוריקטראכטן... זאל עס זיין 'ספיקות', זאל עס זיין 'אומזיכערקייטן', זאל עס זיין אז יענער טראכט פון מיר, זאל עס זיין 'סתם איבערטראכטן'... אויב איך האב נישט וואס איבערצוטראכטן קומט עפעס ארויף... און דאס איז אז איך בין פלעין גארנישט...

און איך ווייס שוין, אז עס לוינט זיך ענדערש צו שפירן מער און מער דער 'גארנישטקייט', און זיך נישט שלאגן דערקעגן אפילו מיט א משהוא, אזוי ווי 'שרייזשע' האט שוין געשריבן, אז מ'דארף זיך לאזן זיין 'גארנישט'. ווייל יעדע געשלעג דערקעגן איז נאר די קראנקע וועג... און אויב איך וויל יא שפירן חשוב, וועל איך עס שפירן מיט דביקות בה'...

סאו, מיין צעטיל אויף דערווייל איז, אויב עס איז גארנישט דא וואס צוריקצוטראכטן, נאר איך ווייס אז אלעס איז גוט, וואס דערפאר האב איך נישט וואס צוריקצוטראכטן, Expect איך אז איך גיי אנהייבן שפירן מיין עכטע 'גארנישטקייט'... שוין.

און דער 'גארנישטקייט' דארף ווערן עקספיריענסד אין מיין באוואוסטזיין מער און מער...

ס'גייט נעמען צייט... ווייל ס'דא אין מיר אסאך resistance דאס עכט צו עקספיריענסן...

ווייל א מענטש איז נאר עפעס ווען ער איז דבוק אינעם הייליגן באשעפער. דאס גייט מיך געבן מיין 'עפעס'. נישט סתם 'עפעס', נאר טאקע א חלק אלוק ממעל...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 2:00 am
דורך fiena nieas
Nice

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 2:45 am
דורך דערבארומדיג'ער
געליינט און הנאה געהאט פון יעדע ווארט, געוואלדיג!

די נקודה פון לעבן מיטן הוה איז זייער ריכטיג, עס זעט מיר אבער בכלל נישט אויס ווי דו גייסט אויף עפעס א נארמאלע וועג פון לעבן מיטן הוה.
מיר זעט אויס די נקודה דיינער ווי א ענין פון זיכוך המחשבות, די האסט הנאה פון די זיכוך המחשבה, האסט עס נאר אריינגעלייגט אין עפעס א ענין פון הוה, אפשר אפילו אויף א עקסטרעמע וועג, ווייל ''דו קענסט נישט'' נישט זיך מתעמק זיין.

בקיצור, לעבן מיטן הווה איז טאקע וויכטיג אבער דיין נקודה איז לכאורה א זיכוך המחשבה, נישט א נקודה פון הווה.

בין איך גערעכט?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 1:02 pm
דורך נשמה
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:געליינט און הנאה געהאט פון יעדע ווארט, געוואלדיג!

די נקודה פון לעבן מיטן הוה איז זייער ריכטיג, עס זעט מיר אבער בכלל נישט אויס ווי דו גייסט אויף עפעס א נארמאלע וועג פון לעבן מיטן הוה.
מיר זעט אויס די נקודה דיינער ווי א ענין פון זיכוך המחשבות, די האסט הנאה פון די זיכוך המחשבה, האסט עס נאר אריינגעלייגט אין עפעס א ענין פון הוה, אפשר אפילו אויף א עקסטרעמע וועג, ווייל ''דו קענסט נישט'' נישט זיך מתעמק זיין.

בקיצור, לעבן מיטן הווה איז טאקע וויכטיג אבער דיין נקודה איז לכאורה א זיכוך המחשבה, נישט א נקודה פון הווה.

בין איך גערעכט?

מיין נקודה איז: 'לעבן אינעם הווה'. דאס מיינט (על כל פנים ביי מיר 'לעבן אינעם הווה'...) ווען די מחשבות זענען פארנומען מיט עפעס וואס עס איז געווען, לעב איך וואו ? אז דו וועסט זאגן 'לאז אפ דיינע מחשבות, לאז דיינע מחשבות לויפן, דו לעב אינעם הווה... איז מעגליך אזא זאך ? אמער וואו די מחשבות זענען, דארט איז דאך דער מענטש. אויב איז זיין מחשבה פארנומען מיט עפעס אנדערש, איז ער דארט וואו זיין מחשבה איז.

איך וויל, אויב דו קענסט באשטיין, אז דו זאלסט דיך פארשטעלן א מענטש וואס פאלגט דיר פאר איין שעה, און ער 'לעבט פשוט אינעם הווה'. נישט עפעס ווייסעכוואס, נאר טאקע 'פשוט', ספאנטאן... ער איז אינעם הווה... פלעין... נישט עפעס ווייסעכוואס. זייער 'פלעין'... אבער לו יצוייר אז דו קענסט אויפכאפן זיינע 'געדאנקען'. וויל איך דיך פרעגן, איז זיין מחשבה 'פארנומען' מיט עפעס אנדערש ווי די הווה אדער נישט ? אויב איז ער נישט 'פארנומען' מיט עפעס אנדערש ווי די הווה, איז דאך זיין מחשבה אין די הווה... צו קענסטו אפטיילן די 'מחשבה' פון די כאילו ? "איך שטעל מיך פאר אז איך בין יא אין די הווה" ווען די מחשבות זענען עכט נישט אין די הווה, וואס מיינט עס ? ס'מיינט "ס'האט זיך מיר געדאכט אז איך בין דאהי..." אבער באמת האב איך געטראכט וואסערע מינע קארטליך איך וואלט ווען געמאכט אלץ די 'השומרים' קארטליך... זיך איינרעדן "איך בין אין די הווה" ווען די מחשבות איז פארנומען מיט עפעס אנדערש, איז בלויז ? ... 'איינגערעדט'.

די אויפטוה פון 'לעבן אינעם הווה' איז די 'באוואוסטזיין'... ס'פאדערט טיפע עבודה. ס'פאדערט גאר שטארקע עמקות...

ווייטער מיט מיין 'סימפטאם' הנקרא 'איבערטראכטן'.

נעכטן ביי מעריב האב איך געשפירט אין מיר א שטארקער כח צוריקצוטראכטן. מיין 'סימפטאם' איז: א אינערליכער שטופ צו 'טראכטן'. זיך טרעפן וואס צו 'טראכטן'. זאל עס זיין "איך בין נישט קיין נארמאלער מענטש..." זאל עס זיין "איך דארף 'תשובה' טון..." זאל עס זיין "יענער האט מיך בא'עולה'ט... זאל עס זיין "פארוואס חז"ל האבן אזוי און אזוי געזאגט, זיי וואלטן ווען געדארפט זאגן אנדערש..." זאל עס זיין "ס'איז א שאלה, ניין, ס'איז נישט קיין שאלה, ניין, ס'איז יא א שאלה, ניין, ס'איז נישט קיין שאלה..." זאל עס זיין "יענער טראכט יעצט אויף מיר אז איך בין אזא 'פאני' מענטש..." זאל עס זיין "יענע בחור'ל דארט איז אזא רחמנות, נעבעך..." זאל עס זיין "איך קען מיך נישט קיין עצה געבן..." זאל עס זיין "אך א שאד איך בין אויפגעשטאנען שפעט..." צד השווה שבהן איז א כח אין מיר וואס ס'איז אים וויכטיג אז איך זאל האבן וואס צו טראכטן. To Keep Me Occupied.

דאס אליין, אז איך האב דאס געכאפט איז אויך רחמנות פונעם הייליגן באשעפער... איך האב זייער פיל אויסגעגאסן מיין הארץ צו אים...

סאו, נעכטן ביי מעריב אודך מיט עודך, איך קען מיך נישט בארואיגן, די מחשבות בוזשעווען. איך פרוביר עס צוריקהאלטן, אבער ער לאזט זיך נישט... מוז איך מאכן א סעשאן... איך האב שוין לאנג געשפירט אז "נשמה, זעצט דיך אראפ, מאך א סעשאן מיט דיך אליין, טו עס..." אבער איך האב נישט געהאט קיין געדולד... ביז איך האב אנגעהויבן צו שרייבן דא אויף אייוועלט, האב איך כח און חיזוק ב"ה זיך צו שטארקן אויף דעם אינערליכן כח וואס איז אזוי שטארק אז ס'נעמט מיר איבער...

די טרייב קראפט איז געווארן ב"ה ווייניגער און ווייניגער, אבער נאך אלץ האב איך באשלאסן אז "איך דארף מאכן מיט מיך אליין סעשאנס, אויב איך בין נישט אויף די זייט פון די Coin וואס גייט צו טערעפי, כאטשיג זיך אראפזעצן מיט זיך אליין און אריינקריכן אין מיר אליין..."

אבער נאך אלץ נעכטן ביי מעריב האב איך געשפירט דעם 'כח'... ביז היינט בין איך אפילו נישט געווען אויפמערקזאם אז ס'דא אין מיר 'עפעס' וואס פאר אים איז וויכטיג מיך צו האלטן 'פארנומען', איך האב מיך דשאסט געשלאגן דערמיט, אבער יענער איז פיל פיל שטערקער... ביז ? ביז מ'הערט אים אויס...

ווען איך זעץ מיך אראפ מיט מיך אליין, הייב אן מיט 'אגוטן'... איך פיר אריין מיין אטענשאן אין מיין Vulnerable Self. מ'דארף צוגיין מיט שטארקע מיטגעפיל... קיינמאל נישט זאגן: "דו משוגענער..." קיינמאל ! ווייל אויב איז ער 'משוגע' לויפט ער אוועק, ווייל ער שעמט זיך פון דיר... ער פאקט איין. איז וואס האסטו אויפגעטון מיט דעם צוגאנג ? דו ווילסט דאך הערן וואס ער האט צוזאגן. און אויב דו גייסט שפירן אין דיר - אפילו נאר א משהוא - אז ס'איז עפעס Wrong מיט אים, גייט ער אפיאגן... ער גייט דיך מער נישט מיטטיילן זיין זארג... דו גייסט נישט קענען מיט אים שאפן קשר. מ'מוז זיך געבן Validity. מ'מוז צוגיין צו זיך אליין "וואס איך שפיר איז valid. " נישט קיין שום חילוק וואס. אויב איך שפיר עס איז עס ביי מיר טייערער פון טייער... ס'איז מיר וויכטיג צו וויסן וואס דו שפירסט... יוסיף חכם לפי הבנתו.

איך האב געזאגט אזוי:

די 'פינטעליך' (...) וואס איך שרייב איז די Space וואס איך לאז ליידיג... כדי איך זאל קענען טראכטן בשעת איך הער מיך איבער אלץ דער "קלייענט". (איך שרייב עס נישט אזוי ווי איך האב עס געזאגט, איך שרייב עס בעסער...)

איך וויל זייער שטארק - אויב דו קענסט באשטיין - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו דאווענסט מעריב... און ס'דא אין דיר דעם שטארקען כח וואס וויל אז דו זאלסט טראכטן, צוריקטראכטן, איבערטראכטן, טראכטן פון עפעס... (דאס זאג איך ווייל איך וויל אז דער "קלייענט" זאל שטארק שפירן די שטופ צו טראכטן...) און בשעת דער כח וואס טרייבט דיך צו 'טראכטן' ארבעט אין דיר, וויל איך אז דאס מאל זאלסטו פרובירן דשאסט פאר יעצט, דשאסט פאר אפאר סקונדעס, צו אנקוקן דיין מצב, אנקוקן די וועלט ארום, אלעס ארום דיר, צו פארשטיין אז ס'איז אלעס זייער גוט, ס'איז אלעס מסודר, אויף אזא אופן אז דו האסט באמת נישט וואס צו טראכטן ... ס'איז נישטא וואס צו טראכטן... איז דא צוויי זייטן, פון איין זייט ווילסטו זייער שטארק 'טראכטן' ... אבער פון די אנדערע זייט ווייסטו ביי דיר אז ממש דו האסט נישט וואס...

די געפיל וואס איז ארויפגעקומען איז:

"איך ווער בטל..."
"איך בין גארנישט ווערד..."
"מיט וואס בין איך ווערד..."
"קיינער הערט מיך נישט..."
"מיין קול איז דערשטיקט..."
מ'לאזט נישט מיין קול ארויסקומען..."


ווי ס'זעהט אויס, כדי נישט צו דארפן דילן מיט די אויבנדערמאנטע, אדער נישט קעננדיג דילן מיט די אויבנדערמאנטע, מוז איך 'טראכטן'...איך קען נישט בלייבן 'דערשטיקט'... און דאס 'טראכטן' עפנט אויף מיין קול צו מיר אליין... נישט ווייל איך דערשטיק מיך מיט דעם אליין אז איך שטעל מיך פאר אז ס'איז נישטא וואס צו טראכטן... נאר דאס טאקע איז די סיבה פארוואס איך דארף האבן וואס צו טראכטן. דאס איז די סיבה - ווי עס קוקט מיר יעצט אויס - פארוואס ס'דארף זיין א שאלה.. (אזוי קוקט מיר אויס...)

ווען איך זעה א פאטענציאל פאר א שאלה, די ערשטע ס'קונדע איז אלעס גוט, אבער א רגע נאכדעם הייבט עס אן צו ווערן א 'שאלה'... און נאכן טראכטן דערין ווערט עס אויס שאלה... און נאכדעם ווערט עס נאכאמאל א שאלה... בקיצור, די שוועריגקייט צו זיין אין Touch מיט די באוואוסטזיניגקייט אז איך בין 'דערשטיקט' (נישט קיין חילוק צו ס'איז א איינרעדעניש, צו מ'האט מיך טאקע נישט אויסגעהערט, נישט קיין שום חילוק פאר יעצט. פאר יעצט איז נאר א נפקא מינה אז ווייל ס'איז מיר שווער צו דילן מיט די 'דערשטיקעניש', מוז איך האבן וואס צו טראכטן... שפעטער קען איך אריינגיין טיפער און זעהן פארוואס טאקע שפיר איך אזוי... אבער קודם מוז איך דאס אינטעגרעטן אין מיין באוואוסטזיין אויף א תמידיות'דיגן אופן, גאר שטארק. וויסן וואס עס איז באמת די סיבה פארוואס איך מוז טרעפן 'שאלות'... זיין אין Touch מיט עס. זיך באציען צו די 'סימפטאם' אז דאס איז וואס עס דרוקט... און גארנישט עפעס אנדערש.

סאו, מיין צעטיל איז: אויב אלעס איז גוט אויף אזא אופן אז איך האב נישט וואס איבערצוטראכטן, ערווארט איך אז איך גיי ווערן אויפמערקזאם ווי מיין קול איז דערשטיקט, אז מ'לאזט נישט מיין קול זאל ארויסקומען...

והשם הטוב יעזור והמשך יבוא אי"ה...

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 2:36 pm
דורך fiena nieas
נשמה,
און די איינצוגסטע וועג אז איך זאל נישט ווערן בטל און יא זיין ווערד און מען זאל מיך יא אויסהערן און מיין קול זאל נישט ווערן דערשטיקט און מיין קול זאל יא ארויסקימען איז ביי ציריקטראכטן און משוגע ווערן דערפון אפילו ס'מאכט מיך צודרייט

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 2:51 pm
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:נשמה,
און די איינציגסטע וועג אז איך זאל נישט ווערן בטל און יא זיין ווערד און מען זאל מיך יא אויסהערן און מיין קול זאל נישט ווערן דערשטיקט און מיין קול זאל יא ארויסקומען איז ביי ציריקטראכטן און משוגע ווערן דערפון אפילו ס'מאכט מיך צודרייט

איך וויל קודם ווערן אין Touch דערמיט, קוים וואס ס'שפירט זיך אין מיין באוואוסטזיין אז דאס איז די סיבה... קוים וואס איך שפיר אז איך ערווארט צו ווערן אויפמערקזאם אז מיין קול איז דערשטיקט... ווען איך וועל עס שפירן, און נישט נאר וויסן, נאר שפירן אז דאס איז טאקע וואס איך ערווארט אויב איך האב נישט וואס צו טראכטן, אז דאס איז טאקע פון וואס איך האב מורא, דאן קען איך גיין ווייטער. איך האב עס שטארק געשפירט בשעת די סעשאן, אבער יעצט דארף איך זעהן איך זאל עס שפירן במשכ'ן טאג טעגליכן לעבן... אזוי ווי איך האב געשפירט בשעת די סעשאן. דאס מיינט אז ווען מיין מח נעמט זיך טראכטן, "דאס איז דאך אזא פראבלעם, און יענץ איז דאך אזא פראבלעם... און וואס וועט זיין מיט יענע זאך... און וואס וועט זיין מיט יענע זאך..." דארף איך שפירן (דהיינו זיין באוואוסטזיניג...) אזוי ווי איך האב עס געשפירט בשעת די סעשאן. פארוואס עס מוז זיין וואס צו טראכטן... "ווייל איך האב מורא אז איך גיי אנהויבן צו שפירן מיין דערשטיקעניש..." ס'נעמט צייט... לאמיר האפן.

והשם הטוב יעזור.

געשריבן: זונטאג פאברואר 24, 2019 2:57 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'פאדערט מיר 'יגיעה' צו ווערן אין touch מיט מיין צעטיל. וויסן, ווייס איך עס. איך רעד די אומלייכטקייט צו שפירן אז דאס איז דער אמת מיט מיר. ווארשיינליך איז דא אין מיר א 'ווידערשטאנד' עס צו ערלויבן ארויפצוקומען אין מיין Conscious Awareness אויף א תמידיות'דיגן אופן.

ס'איז אזוי אינטערעסאנט וויאזוי די 'מיינד' פון א מענטש געט א 'מיינונג' אז עס דא דא א פראבלעם וואס דארף באהאנדלט ווערן דורכ'ן 'טראכטן דערפון', ווען עס איז דא א הונטערליגנדער סיבה וואס וויל אנקוקן די וועלט, די ארום, און זיך, אז ס'איז פראבלעמאטיש אויף אזא אופן אז מ'דארף דערפון זייער וויכטיג 'טראכטן'... בלויז 'טראכטן'...

ס'קען זיין אז ס'דא פראבלעמען וואס דארפן באהאנדלט ווערן, אבער ווילאנג ס'קומט פון א טיפערע צוועק וואס וויל 'פארשטיין' אז דא איז דא פראבלעמען וואס איך דארף ווערן 'פארנומען' דערמיט, בין איך נישט אין בארירונג מיט די עכטע מציאות מעשי.

איז מיר כדאי צו מאכן נאך א סעשאן מיט מיך אליין, און אריינפירן מיין Attention אין וואס ערווארט איך גייט פאסירן אויב איך ערלויב די געפיל פון דעם אמת ארויפצוקומען Fully און גאר שטארק אין מיין באוואוסטזיין, וואס ערשט דאן וועל איך בכח השי"ת עס קענען טוישן.

'איך' קען נישט גרינג באשטיין צו שפירן אז איך בין 'דערשטיקט'. ס'איז שווער צו שפירן אזוי. מודה זיין מיינט גארנישט פאר Coherence Therapy. עס ערלויבן צו שפירן ! צו עקספיריענסן ! לעבן דערמיט ! אז דאס איז די Reality וואס עס קומט פאר מיט מיר! דאס דארף מען אין קאוהירענס טערעפי.

ביז איך וועל דאס דערשפירן, איז מיין Reality אז דא איז באמת דא פראבלעמען וואס איך דארף פארנעמען מיין קאפ דערמיט... מיין Reality איז נישט: "איך האב מורא צו שפירן אז איך בין 'דערשטיקט' און דערפאר מוז איך 'מיינען' אז דא איז דא פראבלעמען מיט וואס איך דארף 'פארנעמען' מיין קאפ...

מיין ריאליטעט איז: "איך האב א פראבלעם ! און איך מוז דילן דערמיט ! איך מוז 'טראכטן' כדי ארויסצוקריכן דערפון ! "

אויב איז דא אין מיר א 'צוועק', א Purpose, צו האבן וואס צו טראכטן, וועל איך אלעמאל ווערן 'אריינגעדרייט' אין מחשבות... כאטש איך וויל נישט... כאטש איך וויל פלעין מאכן איתכפיא (עיין תניא פרק כז)... וועט עס אבער קונצליך צוריקקומען קעגן מיין רצון צו זיין ערליך. פארוואס ? ווייל אויב עס איז נישטא וואס צו טראכטן, ערווארט איך אז איך גיי אנהייבן שפירן מיין 'דערשטיקעניש' ! און דאס איז נישט אזאך וואס איך וויל ערלויבן...

גראדע איז מיין 'סימפטאם' ברוך השם והשם יעזור געווארן סך סך ווייניגער, ס'איז ב"ה ממש אוועקגעגאנגען, ווילאנג איך ליין די צעטיל. אבער ס'קען צוריקקומען ווייל איך האב דאס נישט אויסגעמעקט בשורשו... די 'דערשטיקעניש' און די פחד צו ווערן אין Touch דערמיט, לעבט נאך אין מיר...

איז, ווי איך שרייב דא, לאמיר מאכן א סעשאן...

די ערשטע זאך הייב איך אן מיט 'אגוטן'...

איך אלץ "טערעפיסט"... "איך האב געזעהן אז דו ליינסט דעם צעטיל: 'אויב אלעס איז גוט אויף אזא אופן אז איך האב נישט וואס צוריקצוטראכטן, ערווארט איך אז איך גיי ווערן אויפמערקזאם ווי מיין קול איז דערשטיקט, אז מ'לאזט נישט מיין קול זאל ארויסקומען...' אבער איך האב באמערקט אויף 'דיר', אז ס'איז דיר נישט אזוי גרינג צו ווערן אין Touch מיט דעם אז דו ביסט 'דערשטיקט', וואלסטו מסכים געווען צו מאכן א סעשאן ?

(איך גיי זייער פארזיכטיג, ווייל איך וויל נישט אז ס'זאל ארויפקומען א ווידערשטאנד און פארלייקענען די גאנצע זאך, אז "ס'הייבט זיך נישט אן, איך בין יא געווען אין Touch דערמיט, איך האב נישט קיין שום שוועריגקייט צו זיין אין Touch דערמיט"... דערפאר גיי איך פארזיכטיג, מיט שטארקע מיטגעפיל, מיט א גרייטקייט מיך צו אקצעפטירן וויאזוי איך בין באמת...)

איך אלץ "קלייענט"... (שוואך, צעבראכן, פארלוירן, אבער גאנץ גרייט צו רעדן...) (און דא רעד איך אויך זייער זייער זייער 'פארזיכטיג', מיט שטארקע מיטגעפיל אז ס'זאל נישט געשען קיין Resistance. ווייל סוף סוף בין איך דאך די זעלבע מענטש... און בשעת איך בין דער "קלייענט", דארף דער "טערעפיסט" זיין פארזיכטיג... ווייל דער "טערעפיסט" קען פונקט אזוי שטעלן א ווידערשטאנד...) "איך בין גרייט צו מודה זיין אז אסאך מאל הייב איך שפירן ווי איך ווער 'באוואוסטזיניג' אויף דעם געפיל אז איך בין אליין און 'דערשטיקט', און אז קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט, און אז איך בין אליין... (ער שפירט זיך אזוי גוט אז "איינער" הערט אים אויס...) אבער ס'האלט נישט אן מער ווי א פאר סקונדעס, ס'איז מיך שווער עס צו באגרייפן, ס'איז מיך שווער עס אנצוכאפן, ס'איז מיך שווער צו ווערן אין טאטש דערמיט, פאקטיש אפילו יעצט ווען איך רעד, איז מיר גאנץ שווער עס צו כאפן...

איך אלץ "טערעפיסט" געב יעצט מיטגעפיל פאר בערך א מינוט, וואס דאס איז די זעלבע ווי ליינען די צעטיל. און איך פרוביר צו שפירן מיין ווייטאג, איך בעיקר מאך איך מיר מער און מער באוואוסטזיניג אויף מיין 'אמת'...

(זעה! מ'קען טוישן פאזיציע צווישן שפילן "טערעפיסט" און "קלייענט", לויט וויאזוי ס'ברענגט נענטער צו ווערן באוואוסטזיניגט אויפן אמת... ס'איז נישט די שפיל, ס'איז די 'באוואוסטזיין' וואס דארף ווערן 'באוואוסטזיניגט' אויפן אמת...) (ווי אויך קען מען איבערהערן די לעצטיגע ריקארדינג, וואס ברענגט צוריק אריין אין די פלאץ וואו מ'האט געהאלטן...)

איך ווייטער אלץ "טערעפיסט"... "איך וויל - אויב דו קענסט באשטיין - זיך פארצושטעלן, וויאזוי דו ביסט יעצט אין ביהמ"ד צווישן מענטשן... און דו ערלויבסט אז דיין 'דערשטיקעניש', זאל Fully און Completely אריינקומען אין דיין באוואוסטזיין... צו ערלויבט זיך עס ??? צו שפירט זיך עס ???

(מ'דארף זיין גרייט אויף א שטראם פון 'געפילן'... מ'דארף זיין גרייט 'מיטצושפירן'... און בשעת מ'שפירט מיט, מאך דיך מער און מער באוואוסטזיניגט דערויף.

(דאס איז ווייטער די זעלבע ווי מ'ליינט א צעטיל...) (און אויך געדענק אז מ'קען איבערהערן דעם ריקארדינג אפאר מאל...) (און אויך אז מ'דארף זיין 'פארזיכטיג'... לאזן די געפילן אריינקומען צוביסלעך...)

דאס וואס א בריוו צו מעלות האט געשריבן אז ס'איז א סכנה צו ערלויבן אלע געפילן אריינצוקומען אין באוואוסטזיין, זיך נאכצוגעבן די געפילן. יש לומר אז דאס איז נאר ווען מ'האט נישט קיין פלאץ וואו צוריקצוקומען... אז מ'געט זיך אויס די געפילן אן קיין גרעניץ, אן קיין מאס, אבער אויב ס'איז נאר אויף א פאר מינוט א טאג... מיין איך אז דאס איז נישט קיין פראבלעם.

איך אלץ "קלייענט"... ניין, איך שפיר א ווידערשטאנד ! איך שפיר אז איך קען דאס נישט 'ערלויבן'... (די מוסקלן פון מיינע פיס ווערן שטייפער, ווי צו זאגן: "איך לאז נישט...")

אבער איך גיי איבערמאכן מיין Prompt, אפשר וועל איך יא ווערן מער אין בארירונג דערמיט...

"איך וויל - אויב דו קענסט באשטיין - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו ביסט אין ביהמ"ד צווישן די מענטשן... און דו ערלויבסט צו שפירן ווי טיף אינעווייניג אין דיר איז דא א געפיל וואס ווייסט עפעס וועגן דיין 'פארמאכעניש' פון דיין אינערליכער קול.... וואס ווייסט עפעס אז דיין אינערליכער קול איז 'פארמאכט'... 'דערשטיקט'... Muted... נאר דו אליין ווייסט עס... קיינער קיינער גייט עס נישט אנזעהן... נאר דו מיט מיך... און איך אקצעפטיר דיר וויאזוי דו ביסט... קיינער ווייסט נישט, אבער פאר מיר ביסטו Accepted און איך קוק דיך ארויף... אויב דו וועסט מיר זאגן דיין 'אמת' וועל איך דיר נאר ארויפקוקן... ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן דיין 'אמת'.... און איך שטיי מיט אפענע ארעמעס דאס מקבל צו זיין, וויאזוי עס איז... איך ווייס אז איך האב דיר קיינמאל נישט געגעבן די געלעגנהייט... אבער יעצט קוק אליין וועסטו זעהן אז איך בין גרייט דערצו...

(איך שעם מיך ביטערליך פון מיר אליין... איך דארף אסאך ארבעטן אז איך זאל ארויסקומען... כאטש צו מיר אליין... מ'דארף האבן אסאך כוחות דאס צו טון אליין, אבער איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז אליין מאכן מיין אפעראציע... והשם יעזור)

איך קען נישט גענוג ארויסזאגן אז מ'דארף זיין זייער פארזיכטיג, א מענטש קען נישט אויסהאלטן צו א שטארקע שטראם פון געפילן... מ'דארף עס טון מיט חכמה... Radical Acceptance ארבעט גוט. אקצעפטיר...

איך אלץ "טערעפיסט"... (מיט מיטגעפיל...) "איך וויל אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו ביסט אין ביהמ"ד צווישן די מענטשן... (וואס דארט איז ווארשיינליך מער דא די Resistance...) און זאלסט מיר זאגן אזוי, און זאג עס פון די Part אין דיר וואס האלט צוריק, פון די פארט אין דיר וואס מאכט שטייפער דיינע פיס עס נישט צו ערלויבן... : "אויב איך ערלויב צו שפירן דאס וואס איך ווייס וועגן מיין 'דערשטיקעניש', דאן... " אבער נישט דו ענדיג די זאץ, נאר לאז דיינע טיפענישן ענדיגן די זאץ... טו עס...

למעשה זעה איך אז ס'קומט נישט געהעריג ארויף די ענדע פון די זאץ... סאו, איך טויש עס. דא דארף זיין אן ערווארטעניש, א Expectation וואס דאס ערלויבט נישט אז דער געפיל, דער Knowing, זאל ארויפקומען אין מיר...

ענדיג דעם זאץ... "אויב איך גיי וויסן אז דאס דרוקט מיר..."

גייט נאך אלץ נישט...

די Resistance דערצו איז אזוי שטארק, אז ס'דאכט זיך מיר אז איך רעד שטותים מיט הבלים... ווי איינער זאגט: "לאמיר גיין ווייטער..." איך ווייס אבער אז ס'איז נאר א ווידערשטאנד, איז איך פרוביר אזוי: "איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן, ווי דו זעהסט דיך ארומדרייען וויסנדיג אז דו ביסט דערשטיקט... דיין קול איז Muted..."

ס'קומט ארויף

"איך גיי נישט קענען דילן דערמיט..."


דער אמת איז דען אז איך קען נישט דילן דערמיט ? פאקטיש איז נישט אזוי שווער צו דילן דערמיט... איך ווייס עס אליין... נאר איך דארף פשוט ווערן אין Touch אז איך ערווארט אז טאמער איך גיי ווערן אויפמערקזאם דערויף, גיי איך נישט קענען דילן דערמיט... מיט דעם אליין דארף איך ווערן אין Touch.

איז, מיין צעטיל ביזדערווייל איז: אויב אלעס איז גוט אויף אזא אופן אז איך האב נישט וואס צוריקצוטראכטן, ערווארט איך אז איך גיי ווערן אויפמערקזאם ווי מיין קול איז דערשטיקט, און אז מ'לאזט נישט מיין קול ארויסקומען... און מיט דעם קען איך נישט דילן... צו קען איך טאקע נישט דילן דערמיט ?

והשם הטוב יעזור המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: זונטאג פאברואר 24, 2019 11:36 pm
דורך fiena nieas
געוואלדיג

געשריבן: מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:36 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

Persistence ! דאס איז וואס עס פעלט אויס. תפילה אז עס זאל זיין סיעתא דשמיא, אז מ'זאל קענען כאפן די פרא-סימפטאם פאזישאן...

פארטיפן די באוואוסטזיין מער און מער אין זיך, מער און מער אין די פרא-סימפטאם פאזישאן.

ט: וויאזוי איז געווען דיין צעטיל ? (וויבאלד איך בין איין און די זעלבע מענטש, טוט דער שאלה פארטיפן מיין אטענשאן אין וואס עס קומט פאר מיט מיר בשעת די טאג טעגליכן לעבן וואו די סימפטאם געשעט/קען געשען שטארק.

ק: איך האב געליינט 'אויב איך גיי פארשטיין די מצב מיט מיר, און מיט די וועלט ארום אז ס'איז אויף אזא אופן אז ס'איז נישטא וואס צו טראכטן, ערווארט איך אז איך גיי שפירן מיין דערשטיקעניש, Muted, אז מ'לאזט נישט אז מיין קול זאל ארויסקומען, און מיט דעם קען איך נישט דילן, צו קען איך טאקע נישט דילן מיט דעם ?' איך האב אנגעהויבן שפירן, אז אויב איך גיי פארשטיין די מצב מיט מיר און מיט די וועלט ארום אז ס'איז אויף אזא אופן, אז ס'איז נישטא וואס צו טראכטן, האב איך אנגעהויבן שפירן אזוי ווי איך קום צוריק צו מיר אליין, אזוי ווי איך הייב אן ווערן מיט מיר אליין, און איך האב אנגעהויבן שפירן אז יא, ס'איז שווער צו זיין מיט מיר אליין, ס'איז שווער צו זיין מיט די Emotional Knowing, אז איך בין 'דערשטיקט' און אז איך בין Muted, א געוויסע סארט זאך וואס געשעט ווען איך בין מיט מיך אליין, און איך האלט מיך נישט פארנומען, געשעט עפעס אזא סארט, איך קען עס נישט געהעריג מסביר זיין, אבער יא, איך קען זאגן אז איך האב געפילט אז טאמער איך פארשטיי די מצב מיט מיר און מיט די וועלט ארום אז ס'איז אויף אזא אופן אז ס'איז נישטא וואס צו טראכטן, און איך גיי אריין אין די הווה, האב איך אנגעהויבן שפירן א געוויסע סארט 'דערשטיקעניש', און ס'שווער צו זיין דערמיט, דאס איז וואס איך וויל דיר זאגן... ס'איז שווער צו זיין אין דעם מצב.

איך פיר אריין מיין אטענשאן - מיט empathy - מער און מער אין דעם געפיל... איך בין דשאסט מיט דעם געפיל... מיט דעם מאך איך מיר מער און מער באוואוסטזיניגט אויף די שוועריגקייט פון וואס איך אנטלויף. פון וואס איך טאנץ ארויס. אין וואס איך קען נישט זיין דערין.

ווי אויך געב איך אכטונג אז ס'זאל נישט זיין resistance, אז ס'זאל זיך מיר נישט אנהייבן פארלייקענען די עקזיסטענץ פון וואס איך אנטלויף... אז ס'זאל מיר נישט אנהייבן פארלייקענען די Felt Sense פון דערשטיקעניש... אז איך זאל נישט אנהייבן קלערן "נע... שטותים... דריי נישט קיין קאפ... ס'איז אלעס גוט... דו פילסט גארנישט..." וואס דאס אליין איז א דירעקטער שליח פון די שוועריגקייט צו שפירן די דערשטיקעניש... און איך מוז דאך שפירן דעם דערשטיקעניש, שפירן מיין איך צו זאגן 'זיין געהעריג באוואוסטזיניגט' אויף די עקזיסטענץ אין מיר פון 'איינגעשטילטקייט', כדי עס צו טוישן... א מענטש קען נישט טוישן אזאך וואס ער שפירט נישט...

ט: לאמיר דיך פרעגן, וואס מאכט עס אזוי שווער צו זיין מיט דעם, וואס איז די שוועריגקייט פון דעם... (איך פרעג די שאלה אויף אזא אופן אז מיין אטענשאן זאל זיך אריינציען אין יענע פארט... אז איך זאל ווערן באוואוסטזיניגט אויף יענע פארט.)

ק: איך שפיר אזוי ווי, אזוי ווי, דו פרעגסט מיך וואס דו שוועריגקייט פון דעם איז, איך שפיר אזוי ווי איך קען נישט דארט זיין, ס'איז זייער א אומבאקוועמע פלאץ, ס'איז זייער א אומבאקוועמע פאזישאן, זייער א אומבאקוועמע Knowing, זייער שווער צו זיין אזוי, זייער שווער זיך צו האלטן אין דעם, זייער שווער צו שפירן דעס, זייער שווער צו זיין אזוי. פאקטיש האב איך אלעמאל געהאט אזא געפיל, פון דעם אנטלויף איך, ס'איז אמת.

ווייטער געב איך מיך צייט דשאסט עס צו שפירן, דשאסט צו שפירן Compassion for my self, דשאסט מיטגעפיל און רחמנות... ווי מער דו שפירסט אז דו האסט רחמנות - מיטגעפיל מיט דיר אליין, אלץ מער וועסטו געוואויר ווערן טיפע זאכן פון דיר אליין, ווייל דו אליין טיילסט מיט דיינע סודות נאר צו איינעם וועם דו שפירסט דיך באקוועם און אפן...

איך שפיר מורא'דיג אסאך Resistance, איך האלט אין איין וועלן אפלייקענען די עקזיסטענץ אז איך האב א זאך וואס דרוקט מיר... איך דארף אגאנצן צייט שיקן שטראלן פון ליבליכקייט צו מיר אליין, צו יענע פארט, ער זאל זיין גרייט זיך צו עפענען און אינגאנצן אריינקומען אין מיין באוואוסטזיין...

ט: שפירסט אז דו ביסט זייער שטארק אליין ? אז דו דארפסט אליין סטראגלן ? ס'איז שווער ! ס'איז זייער שווער. יא ?

ווייטער געב איך מיך צייט דשאסט צו פאוקעסן אויף דער שוועריגקייט. דשאסט אריינפירן מיין אטענשאן אין דעם מער און מער... דשאסט ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט דערויף...

ט: וואס מאכט דיך וועלן זאגן "נע, שטותים, ס'איז אלעס יא גוט ? "

ווייטער געב איך מיך צייט דשאסט צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט...

ק: ווייל איך קען מיך סייווי נישט קיין עצה געבן דערמיט.

ט: מיט די געפילן אז דו ביסט 'דערשטיקט'... ס'איז שווער צו זיין אזוי... זייער שווער. אמת ? אפשר פארציילסטו מיך מער וועגן דיינע געפילן ארום דעם... דשאסט פארצייל... יא אמת, נישט אמת, ס'איז יא שטותים, ס'איז נישט שטותים, מ'דארף זיך עכט נישט וואוסנדיג מאכן דערפון, פיין, מ'דארף עכט נישט מאכן דערפון א אישו, פיין, אבער דו פארצייל סתם...

ק: (קווענקלט...) אז דו ווילסט אז איך זאל דיר פארציילן, איך קען דיר פארציילן, אבער ס'מיינט נאכנישט אז איך מאך דערפון אן עסק, ס'מיינט נישט אז איך האלט אזוי... איך קען דיר אבער פארציילן מיינע שוועריגקייטן וואס איך שפיר.

ט: דו פארצייל סתם...

ק: איך ווייס אז ס'איז נישט 'איך', ס'איז נאר א Part אין מיר וואס ער האט א כח אויף די סימפאטם... אז איך שפיר אז ווען מ'איז סתם וואויל איידל און באשיידן פאר זיך זעהט מיר קיינער מער נישט... מ'ווערט אזוי ווי פארע וואס ווערט מער און מער בטל... מ'ווערט ממש אויס... ס'איז קיינער מער נישט אינטערעסירט... און דאס איז א שווערע זאך פאר מיר צו זיין אזוי... איך סטראגל מיט דעם זייט איך געדענק מיך... איך שפיר אז ווען איך וויל ווערן וואויל, מיינט עס אז איך גיי ווערן בטל, און איך גיי דארפן אזוי אנגיין... און דאס איז שווער פאר דעי Part...

ט: וואס האט צו טון דאס אז דו ערווארטסט צו ווערן בטל, טאמער דו פירסט דיך אויף וואויל, מיט דעם אז דו מוזט צוריקטראכטן און האבן וואס צו טראכטן, וואס האט איינס מיט'ן צווייטן ?

ק: כאטש שפיר איך נישט די Pain. זייער שווער צו ווערן בטל.

איז מיין צעטיל אויף ביזדערווייל איז: אויב איך ווער וואויל מיינט עס, אז איך ווער בטל - מ'הערט אינגאנצן אויף קוקן אויף מיין זייט, און דאס איז זייער שווער אויסצוהאלטן, דערפאר מוז איך האבן וואס צו טראכטן, זיך צו דערהאלטן ביים לעבן...

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:31 pm
דורך fiena nieas
געוואלדיג

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:51 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: וויאזוי איז געווען די צעטיל ?

ק: יא, איך האב עס געליינט... (איך זאג פאר'דוקא איבער די צעטיל, ווייל מיט'ן זאגן ברענג איך מיך אריין מער אין דעם Emotional Truth, 'אויב איך ווער וואויל מיינט עס אז איך ווער בטל... מ'הערט אינגאנצן אויף צו קוקן אויף מיין זייט...' דאס מיינט אז ס'שפירט זיך אזוי... איך שפיר אז טאמער איך ווער 'וואויל' הייב איך אן שפירן ווי 'וואויל' מיינט אז מ'הערט אינגאנצן אויף צו קוקען אויף מיין זייט... 'און דאס איז זייער שווער אויסצוהאלטן... דערפאר מוז איך האבן וואס צו טראכטן... זיך צו דערהאלטן ביים לעבן'... איך האב פרובירט דאס מערסטע וואס איך קען צו זיין אויפמערקזאם אויף דעם צעטיל, און עס ליינען... איך האב געליינט, 'אויב איך ווער וואויל מיינט עס אז איך ווער בטל...' איך האב געקענט שפירן אז אויב איך ציה יעצט צוריק מיין אנגייענדיגער פלוס, און איך ווער נארמאל, אזוי ווי איך פיל אז איך דארף זיין, שפיר איך ווי איך ווער בטל... איך שפיר ווי... איך שפיר ווי איך ווער אפגעהאקט... איך שפיר ווי איך הייב אן צו זיין מער מיט מיך אליין... און ס'שווער צו זיין אזוי... איך האב דיר שוין נעכטן געזאגט...

ט: לאמיך דיך פרעגן... און הער גוט וואס איך פרעג דיר... "וואס מיינט ביי דיר 'וואויל' ? דאס איז וואס דו פרובירסט צו זיין ?

ק: 'וואויל' מיינט ביי מיר: 'זיין אזוי ווי איך פארשטיי אז איך דארף זיין'. 'לעבן אינעם הווה'. נישט 'איבערטראכטן. נישט זיין צעפלויגן. זיין דאהי. טון צום זאך. זיין מיט מיר. אין איין ווארט 'טון וואס איך ווייס אז דאס דארף איך טון'...

ט: און דו זאגסט אז ס'איז שווער ?

ק: שווער זיך צו האלטן דערין...

לויט ווי ס'קוקט מיר אויס, איז דער עיקר שוועריגקייט מיינע, א אומלייכטקייט צו בלייבן מיט מיך אליין אן זיין פארנומען מיט'ן 'טראכטן' עפעס. ווייל ווי עס זעהט אויס, טרעף איך מיך דעמאלט פנים אל פנים מיט א געוויסע Emotional Knowing וואס פון דעם אנטלויף איך. איך בין זייער נייגעריג אויב 'טון וואס איך ווייס אז איך דארף טון' ברענגט מיך אריין אין די זעלבע Schema ווי נישט האבן וואס צו 'טראכטן', איך וויל מיך פשוט מאכן מער און מער באוואוסטזיניג אויף וואסערע שוועריגקייט ס'קומט ארויף טאמער איך פאלג מיך, און איך 'טו וואס איך ווייס אז דאס דארף איך טון'... עפעס שפיר איך, אז דא ליגט עפעס...

ט: (רעדט שטיל און געפיליש...Appealing...) איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן, און עקספיריענסן, אין דיין Felt Senses, - אויב דו קענסט באשטיין - ווי דו ביסט אין ביהמ"ד, אין אזא סיטואציע ווי ס'איז דיר שווער צו טון וואס ס'ווייסט זיך ביי דיר אז דאס דארפסטו טון... און איך וויל - אויב דו קענסט באשטיין - אז דאס מאל, נאר פאר א פאר סקונדען, זאלסטו עקפיריענסן ווי דו טוסט אינגאנצן דאס וואס דו ווייסט אז דו דארפסט טון, אבער דו טוסט עס אינגאנצן.... כאטש - בעת - א אנדערע חלק אין דיר, וויל דוקא עפעס אנדערש... אבער דו טוסט וואס דו ווייסט אז דו דארפסט טון... דו טוסט אנדערש... און שרייב אראפ אין ווערטער די אומבאקוועמליכקייט וואס ס'קומט ארויף אין דיר. אויב עס קומט ארויף...

ס'קומט ארויף: "זייער שווער"

איך הער עס נאכאמאל איבער, מיט מער מיטגעפיל, מער עקספיריענסן, מער זיין דארט, מער שפירן ווי 'איך טו דאס וואס איך ווייס אז איך דארף טון', מער אריינפירן מיין באוואוסטזיין אין מיין טיפע, טיפע Emotional knowings, מער שפירן די ערווארטונגען וואס ס'קומט ארויף טאמער איך טו וואס איך ווייס אז איך דארף טון...

ט: האסט געזאגט, "זייער שווער צו זיין אזוי..." פון יענע חלק אין דיר וואס שפירט די 'זייער שווער' וויל איך - אויב דו קענסט באשטיין - אז דו זאלסט ענדיגן די פאלגנדע זאץ... "אויב איך גיי אן אזוי ווייטער און ווייטער און נאר אזוי ערווארט איך אז..." און לאז דיינע טיפענישן זאלן ענדיגן דעם זאץ...

ק: אז ס'גייט מיך זיין זייער שווער און איך גיי נישט קענען...

ט: ... "אויב איך גיי אן אזוי ווייטער און ווייטער... איז עס שווער ! און איך ערווארט אז ?

ק: אז איך גיי ווערן ערגעץ וואו דערשטיקט...

"איך טאר נישט זאגן פאר קיינעם וואס ס'קוועטשט מיר ??? איך טאר נישט זאגן פאר קיינעם וואס ס'דרוקט מיר ???... איך דארף מיך איינהאלטן ???? איינהאלטן, איינהאלטן, איינהאלטן, וויפיל איז די שיעור ??? " (א מחאה...)

(לויט ווי ס'קוקט מיר אויס, איז מיין Definition פון זיין 'וואויל', א געוויסע פארום פון 'איינהאלטן וואס ס'דרוקט מיר'... זעהט מיר אויס אז איך דארף טרעפן די ריכטיגע באלאנס צווישן זיך 'איינהאלטן' און צווישן זיין 'וואויל'... זעהט אויס אז יעדעס מאל וואס איך וויל זיין 'וואויל' מיינט עס ביי מיר איינהאלטן... אפילו זאכן וואס מ'דארף נישט איינהאלטן... 'וואויל' האט נישט קיין פונטקליכע אנווייזונגען... איז, ווען א קינד וויל זיין 'וואויל', ער הערט "זיי וואויל" קען ער עס אפלערנען וויאזוי ס'טראגט זיך אים... אז ער פארשטייט אז ס'מיינט צוריקהאלטן נאטורליכע סתם ענערגיע, זאל זיין... און ס'קומט אויס אז דער מענטש גייט אריין אין אומריכטיגע שטייפקייט... אדער ס'קען זיין אז דעמאלט בשעת מ'הערט עס געהערט אלץ קינד, האט זיך אויסגעפעלט אז דאס קינד זאל אזוי מיינען. "רידער נישט ארום... שא..." נאר יעצט, יעדעס מאל איך וויל זיין 'וואויל' וויל איך אריין גיין אין דעם זעלבן מצב... און ס'שווער... אזוי קוקט מיר אויס ביז אהער...

ט: וואס האט א שייכות אזא מין 'וואוילקייט' מיט זיך טרעפן וואס צו טראכטן ?

ק: איך קען נישט מער... איך זוך א וועג ארויס... און מיט טראכטן באקום איך מנוחה...

איז בחמלת ה' עלי שרייב איך מיר א צעטיל אזוי: "וואויל מיינט: זיך אינגאנצן איינהאלטן די מערסטע וואס איך קען... זיך נישט ארומרירן אפילו מיט א ברעקל... גארנישט רעדן מיט די ארומיגע... נישט טון וואס איך וויל... נאר דאס מיינט 'וואויל'... נאר דאס מיינט טון וואס איך ווייס אז מ'דארף טון... וואס מיינט 'זיין וואויל'? "

הן אמת חפצת = דעם אמת פארוואס דו ווילסט, ובסתום חכמה תודיענו = ליגט אין דיין אונטער-באוואוסטזיין.

המשך יבוא אי"ה, והשם הטוב יעזור...

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 2:32 pm
דורך נשמה
בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ...

ק: איך האב געליינט די צעטיל "לעבן אינעם הווה מיינט זיין 'וואויל' און 'וואויל' מיינט זיך אינגאנצן איינהאלטן דאס מערסטע וואס איך קען. זיך נישט ארומרירן אפילו א ברעקל. גארנישט רעדן מיט די ארומיגע. נישט טון וואס איך וויל." איך האב געליינט דעם צעטיל, בעת איך האב געוואלט זיין מיט מיר אליין, דאס וואס עס געשעט ווען איך הער אויף 'טראכטן'...

ט: וויאזוי איז געווען דיין יכולת צו קענען זיין אין בארירונג מיט די Emotional Knowing וואס ס'שטייט אינעם צעטיל ?

ק: זייער שווער... איך קען שפירן אז איך פייט מיט דעם... ס'איז ממש ווי איך שלאג מיך - 'להוציא מלבן' - נישט אריינצוגיין אין דעם מצב... אין נאך מער אין מצבים וואו מ'דארף זיין 'שטיל'...

ט: ווען מאכט סענס אז ס'איז דיר אריין אין קאפ די הדרכה 'זיי וואויל' אויף אזא אופן וויאזוי דו ווייסט עס היינט ?

ק: כיתה ג' מאכט סענס...

ט: ס'האט דיך דאן אויסגעפעלט אז דו זאלסט עס אזוי אפלערנען ?

ק: יא. דאס האט דאן געמיינט 'זיין וואויל'... דאס איז וואס איך האב דאן געדארפט שטארק טון...

ט: זיך איינהאלטן, נישט רעדן, נישט ערלויבן, צוריקהאלטן...

ק: יא. איך האב געהאט 'פחד' צו טון אנדערש... איך האב אזוי געמוזט זיין. און עס פראקטיצירן, ביז עס איז געווארן א טייל פון מיר...

ט: איך וויל - אויב דו קענסט באשטיין - אז דו זאלסט זאגן פון יענע חלק אין דיר וואס האט זיך Adapted צו האלטן דיין קערפער אין די מצב פון 'זיין וואויל', וויאזוי דו האסט דאן פארשטאנען אז אזוי דארף מען זיין, פון יענע חלק זאג: "די יעצטיגע היינטיגע מצב אלץ אן ערוואקסענער פאדערט מיר אז איך זאל אזוי זיין ! "

ק: איך קען עס נישט זאגן...

ט: פארוואס ?

ק: ווייל איך שפיר אז איך גיי מיך פארלירן, איך האב מורא... דער 'רבי' איז שוין נישטא ? ס'קען זיין ? ווער גייט מיך וואטשן ? ווער גייט מאכן איך זאל זיין וואויל ? איך דארף האבן א 'רבי' זאל מיך העלפן זיין וואויל ? איך קען אליין זיין וואויל ? וואס דארף איך טון ? וואו בין איך ? ווער בין איך ? אבער איך גיי פרובירן און השי"ת זאל זיין בעזרי...

זעהט אויס אז ס'איז מיר שווער צו אויסמעקן מיט איינמאל די Emotional Knowing וואס עס איז מיר געווען וויכטיג כדי צו זיין א וואוילע יונגעל. אבער ווי מ'קען זעהן איז דאס שוין נישט שייך... אבער פאר מיין Inner Child איז דאס זייער שווער צו Dis-confirm...

איך אטעם אריין שטאטעלעך... איך ווייס אז איך בין שוין ערוואקסן... איך קום צוריק צו מיר... איך בין אביסל פארלוירן... מיין וועלט שאקלט זיך אביסל... אבער איך שטארק מיך... און דאס איז זייער וויכטיג צו געדענקן ווען מ'טוט אליין קאוהירענס טערעפי, צו האבן א בעיס וואו צוריקצוקומען... זיך צו קענען צוריקכאפן... זייער אכטונג געבן...

איך געב מיך Compassion... איך האב מיטלייד מיט מיר אליין... איך פרוביר אז ס'זאל נישט זיין קיין רעזיסטענס... ווייל אין אזא פאל קען זייער שטארק געשען רעזיסטענס... "איך האב נישט קיין שום פראבלעם, ס'איז אלעס גוט" מ'האקט זיך אפ פון די Emotional Truth Of The Symptom. אבער דאס טויג נישט... דארף מען אכטונג געבן... (גוט געדענקען, ווייל וויפיל מאל קען איך עס איבער'חזר'ן...)

ט: איך וויל זאלסט מיר זאגן "אויב איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן ?..." און לאז די ווערטער קומען פון דיינע טיפענישן...

ק: איך קען עס קוים זאגן... איך קען נישט... איך קען נישט... איך האב מורא...

ווי ס'זעהט אויס, איז דא דא אין מיר א פחד צו ווערן ערוואקסן... צו שפירן אז מ'איז ערוואקסן... אבער איך שטארק מיך און איך פרוביר... אבער איך קען מער נישט שפירן... מיינע געפילן זענען אוועקגעלאפן... די פחד פון די וועלט, די פחד צו ווערן ערוואקסן, קומט מיר אריין אין פנים... אלעס דרייט זיך... אלעס זעהט אויס אנדערש... איך הייב אן פארשטיין ב"ה וואס ס'גייט פאר מיט מיר... איך וויל עס אפלייקענען "נע, שטותים..." אוי וויל איך עס אפלייקענען...

ט: זאג "הייליגער באשעפער אויב איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן ?..."

ק: איך פוילעץ ווי איך דארף ווען אריינגיין אין א קאלטע סווימינג פול... ממש איך קען נישט... אקעי...

אקעי, איך מוז דא סטאפן פאר היינט, צופיל עמואשענס, צופיל...

איך מאך מיר אזא צעטיל...

"אויב איך לאז מיר אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן, און די מצב פאדערט אן אנדערע סארט 'זיין וואויל' ווי עס האט מיר געפאדערט אין חדר, דאן ערווארט איך אז ?..."

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור...