א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

samuel האט געשריבן:נשמה, האט איהר געטראכט אמאל פון אזא פַאקטָאר אז אוי-סי-די וועט קומען צו גיין ווען מען איז אונטער'ן אביוז, אדער מעהר פונקטליך - ווען מען לאזט זיך קאנטראלירן די מיינד? אין איין ווארט?


א גוטע איידיע פון וואס צו טראכטן. און עס קלינגט צו זיין אמת. מ'דארף טרעפן די נקודת הרצון. אפילו ווען מ'איז מחנך, איז לפי עניות דעתי איז זיכער דא א וועג וויאזוי עס ווערט נישט קיין כפיה אויף אזא אופן אז די מיינד ווערט קאנטראלירט. איך עקספלאריר לעצטענס א טעאריע אז OCD קומט פון די Si פונקציע. די וואס האבן דאס אין הויפט, וועט מען זאגן אז זיי האבן OCPD. און די וואס האבן עס די צווייטע האבן עס מער אין די יונגע יארן, ווילאנג די Ne פאפט אריין.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ.

ט: א גוטן וואס טוט זיך, וואס הערט זיך, וויאזוי גייט אלעס ; איז דא עפעס א ריספאנס וואס עס געשעהט אין דיר אומבאקוועם, וואס דו וואלסט דיך געוואונטשן אז ס'זאל נישט געשען, אדער אז ס'זאל געשעהן אנדערש?

ק:

ט: דשאסט נעם דיך רעדן...

ק: איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן. איך ווייס נישט. איך ווייס אז זאכן זענען נישט סטאביל אין מיר. איך שפיר א סך מאל ווי די גאנצע זאך פון אויסקלויבן צו איך זאל יא טראכטן פון אים, צו איך זאל נישט טראכטן פון אים, איך קען דשאסט גיין ווייטער - ב"ה - און זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון די גאנצע זאך. איך קען דשאסט זאגן אז אלעס איז גוט און שוין.

ט: איז אלעס גוט, איז אלעס גוט, איך פרעג דיר: איז אלעס גוט.

ק: ניין, נישט עכט, איך שפיר מיך ווי די ליידיגע לופט אין א איינשפריץ נידל אז ס'וויל מיט עפעס ווערן אנגעפילט.

ט: וואס מיינסטו צו זאגן אז דו שפירסט דיך ווי די ליידיגע לופט אין א איינשפריץ נידל?

ק: וואקלדיג?

ט: וואס נאך?

ק: איך ווייס נישט צו איך בין גוט.

ט: וואס נאך?

ק: איך פיל נישט מיין אייגענע שטארקייט.

ט: איז דאס ערגעץ אנדערש אויך אזוי, אדער נאר אין א פלאץ פאר א פאטענציאל פאר זיין אנוועזנהייט? זיך זעהן אין אן אנדערע פלאץ און זאגן: איך שפיר מיך ווי די ליידיגע לופט אין א סערינדשער, ווארטנדיג צו ווערן מיט עפעס אנגעפילט. איך שפיר מיך וואקלדיג, איך ווייס נישט צו איך בין גוט. ס'שפירט זיך מיר נישט מיין אייגענע שטארקייט.

ק: איך האב קיינמאל נישט געכאפט - אזוי שטארק - אז איך שפיר אזוי. איך קען נישט אזוי...

ט: זיך פארשטעלן שפירנדיג 'שטארק' - שטארקייט קומט פון באשעפער - אויף אזא אופן אז ס'איז פונקט דאס פארקערטע פון די ליידיגע סערינדשער לופט...

ק: איך קער נישט. ס'גייט מיך נישט אן.

-> איך האב שוין אויף דעם געמאכט א צעטיל, אז די רחמנות איז נישט באמת אז ס'דא וואס רחמנות צו האבן, ס'איז א זוכונג פאר א געוויסע תענוג של 'נפש'. איך האב מיך שוין דאס איבערצייגט. זעהט אויס אז ס'דא אין מיר א רעזיסטענס צו טראנספארמעשאן <-

ט: די פריסטע זכרונות?

ק: קיינער גייט שוין נישט קערן פאר מיר.

ט: וואס נאך?

ק: איך שפיר Disconnected.

ט: וואס נאך? וואס איז די Coherent סיבה, פארוואס איך זאל - ב"ה - ענדערש בלייבן מיט די געפיל אז איך בין ווי די לופט פון א סערינדש, און נישט אז איך בין א הארט שטיקל האלץ...

ק: איך שפיר Unsafe.

ט: וואס נאך?

ק: די Need פאר Connection ווערט אפגעקילט.

ט: וואס נאך?

ק: די עצם נאטור מיינע איז צו שפירן 'וואקלדיג'... די שפיר ווי די ליידיגע לופט אין סערינדש.

ט: צו איז דא אן Expectation וואס - די רבש"ע האט איינגעפלאנצט אין מיר אז - איך ווייס אז עס גייט געשען אויב איך בלייב פעסט ; הארט ; מיט זיך אליין ; סעיף ; אן א געברויך פאר קשר ?

ק: ווען א מענטש וויל באקומען פון איינעם, מוז ער זיין אונטער יענעם. חוץ אויב ער איז מסכים נישט צו באקומען. די רייץ צו נייגעריגקייט צו וויסן וואס ס'טוט זיך אויף די וועלט, פאדערט מיר צו זיין אזוי. א כיתה א' יונגעל, אמת אז זיצנדיג אויפן פלאץ און פאלגן איז גענוג פאר Safety, פעלט אבער דערפון די רייץ.

-> איך באנוץ מיך מיט די איידיע פון די פירער'ישע איגו <-

ט: וויאזוי שפירט זיך צו זאגן: איך שפיר מיך ווי די ליידיגע לופט אין א סערינדשער, ווארטנדיג צו ווערן מיט עפעס אנגעפילט. איך שפיר מיך וואקלדיג, איך ווייס נישט צו איך בין גוט. ס'שפירט זיך מיר נישט מיין אייגענע שטארקייט. אבער אין די זעלבע צייט וויסן אז דאס האט צו טון קשר צו השי"ת ?

ק:

ט: זאגן: אויב איך גיי מיך עכט עכט אינגאנצן לאזן, אז דער אמת איז אז וואס איך זוך אין דעם יעצטיגן מינוט איז אן Emotional Response, אן Emotional Connection, נפש, דהיינו, קירבת ה', און נישט עפעס אנדערש. און מ'קען עס טרעפן אין קירבת ה', דאן?

ק: וויאזוי קען זיין אז דער רבש"ע זאל דאס נישט זאגן פאר א מענטש. (ער זאגט עס יא, אבער אין כאן המקום להאריך...)

ט: וואס נאך?

ק: איך לייד און לייד און פלעין אזא עצה, און שוין ? געליטן אומזיסט ?

ט: וואס נאך?

ק: וויאזוי קען זיין אז די וועלט איז א Illusion, ס'פאפט ?

ט: וואס נאך?

ק: פארוואס לאט דעס דער אייבערשטער צו ?

ט: וואס נאך?

ק: דאס אלעס.

ט: זאגן: צולאזן אז די גאנצע זאך איז סתם אז ס'דאכט זיך נאר אז ס'דא עפעס וויכטיג צו מאכן קשר, אבער באמת איז נישט דאס וואס איך זוך, ערווארט איך צו לעבן אין א קשיא, וויאזוי קען דאס דער אייבערשטער אזוי מאכן? אז ס'זאל פון איין זייט שטארק אויסזעהן אזוי פאר מיך ווען באמת איז דאס נאר אן אילוזיע. סתם ליידן פון א דמיון?

די צעטיל איז: איך שפיר מיך ווי די ליידיגע לופט אין א סערינדשער, ווארטנדיג צו ווערן מיט עפעס אנגעפילט. איך שפיר מיך וואקלדיג, עס שפירט זיך מיר נישט אז איך בין גוט. ס'שפירט זיך מיר נישט מיין אייגענע שטארקייט.

אויב איך גיי מיך עכט עכט אינגאנצן לאזן, אז דער אמת איז אז וואס איך זוך אין דעם יעצטיגן מינוט איז אן Emotional Response, אן Emotional Connection, נפש, דהיינו, קירבת ה', און נישט עפעס אנדערש. און אז איך קען עס טרעפן אין קירבת ה', דאן ערווארט איך צו לעבן אין א קשיא, (נראה כסתירה) וויאזוי קען דאס דער אייבערשטער אזוי מאכן? אז ס'זאל פון איין זייט אזוי שטארק אויסזעהן פאר מיך, אז ס'איז אזוי, ווען באמת איז דאס נאר אן אילוזיע. סתם ליידן פון א דמיון?

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך האב מיך גע'ישוב'ט צו איך זאל ווייטער פארזעצן מיט דעם 'סימפטאם'. זינט ס'גייט מיך שוין נישט אזוי אן, ווי ביים אנהייב וואס איך האב געשפירט ווי ס'נעמט מיך זייער שטארק איבער. אבער דאך שפיר איך אז אפשר לוינט מיר יא צו גיין נאך טיפער און ווייטער. והשם הטוב יעזור.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז איך זעה אים, און דאס מאל אמת'דיג, און אינגאנצן זיך לאזן מודה זיין; און לעבן מיט דעם; עס שפירן; נישט נאר וויסן, אז די אמת איז אז ס'האט מיט דאס זוכן נפש; אז איך קען עס טרעפן אין דביקות בה', און גארנישט מיט אים פערזענליך, אויף אזא אופן אז ס'גייט אינגאנצן אוועק יעדע ריספאנס. וויאזוי שפירט זיך צו לאזן לעבן מיט אזא אמת?

ק: א צעקלאפטקייט אז מיין מיינד פאפט מיר.

ט: זאגן: אין אמת'ן וואלט זיך מיר שוין לאנג מודה געווען אז ס'האט גארנישט מיט דיר, און ס'איז א דמיון, נאר איך גיי מוזן פנימ'ן וויאזוי מיין דמיון דרייווט מיך פאלש. איך גיי מוזן איינזעהן אז איך האב געמאכט א מיסטעק.

ק: זאגט עס.

ט: וואס אין מיר מאכט עס אזוי שווער צו מודה זיין אז איך האב מיך געלאזט פון א מיסטעק? זאגן: אויב איך גיי מיך לאזן איינזעהן און מודה זיין אז דאס איז דער אמת, איך האב מיך געלאזט פון א מיסטעק, דאן?

ק: איך גיי נאך ווערן מער און מער צעקלאפט, צוגאב צו די אלע צעקלאפקייטן.

ט: וואס נאך?

ק: ווער ווייסט וואס נאך איך לעב אין א מיסטעק? איך פארליר טראסט אין מיר אליין. איך דארף מורא האבן פון מיין אייגענע מיינד. אז איך קען אויך מאכן א טעות.

ט: דאס פרעג איך: וואס איז אויב איך גיי מודה זיין אין מיין Felt Sense אז איך האב געמאכט; און זיך געלאזט פון א טעות?

ק: איך פארליר מיין וועליו. און איך קען נישט לעבן אזוי.

ט: וואס נאך?

ק: ערווארט איך אן עונש אלץ א קאנצעקווענץ. אזוי איז עס געווען אין חדר, אויב שפיר איך ביי מיר אז איך בין גוט, דאן ערווארט איך אז ס'גייט זיין גוט, אויב איך ווייס אז איך האב געמאכט א מיסטעק, ערווארט איך אן עונש.

סאו די צעטיל איז: צו האב איך מורא צו מוזן איינזעהן וויאזוי און ווי ווייט מיין דמיון האט מיך געדרייווט פאלש, ווייל דאס גייט ברענגען צוקלאפטקייט אז מיין אייגענע מיינד פאפט מיר. און א זארג: ווער ווייסט מיט וואס נאך איך לעב אין א מיסטעק. און א פארלוירנקייט: איך פארליר טראסט אין מיר אליין. א פחד: איך דארף מורא האבן פון מיין אייגענע מיינד. אנערקענונג: איינזעהן אז איך קען אויך מאכן א טעות. און בעיקר ערווארט איך אז ס'קומט אן עונש. אויב גיי איך מודה זיין, גייט טאקע קומען עפעס?

והשם הטוב יעזור. והמשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל דא שרייבן א טיפע ענין (על כל פנים, פאר מיר איז עס יעצט טיף.) די נאכגעביגקייט מיינער צו שרייבן דערוועגן איז אין גאר שארפער קאנטראסט צו די פרינציפ וואס איך וויל אראפשרייבן.

ווייל לויט דעם פרינציפ פון וואס איך וויל שרייבן, וואלט איך יעצט נישט געדארפט שרייבן. ווייל פארוואס וויל איך שרייבן? איז מיין פלאן מיט'ן שרייבן זיך צו העלפן? צו קען מיין שרייבן העלפן? צו קען עצות העלפן? צו וויל איך יעצט פאררעכטן עפעס? צו קען איך יעצט פאררעכטן עפעס?

די פרינציפ איז: אז איך דארף מיך פארלאזן אז דער אייבערשטער וועט שוין מאכן. און דאס אליין אז איך שרייב אז דער אייבערשטער וועט שוין העלפן, פארוואס וויל איך יעצט דאס אליין שרייבן? צו איז דאס אליין דען נישט קיין זאך וואס קומט פון א מאטיוויציע זיך אליין אן עצה צו געבן? און נישט ווייל איך וויל זאגן אז דער אייבערשטער וועט שוין העלפן, נאר ווייל איך וויל זיך אליין אן עצה געבן אויף אן אופן וואס איז זייער שארף קעגן דעם פרינציפ.

איז אפשר זאל איך נישט שרייבן און שוין. צו קען אן ארטיקל העלפן? צו וועט דאס נישט זיין דשאסט נאך אן אנטוישונג? איז טאקע די מהלך פונעם 'דרך אמת' די ריכטיגסטע מהלך? איז מיין קשיא צו עס איז די ריכטיגסטע מהלך דען נישט א באווייז אז איך בין בכלל נישט אויף דעם מהלך, ניטאמאל אין א בחינה פון עס אויסטרייען? און אויב אזוי קען איך נישט האבן טענות אז ס'ארבעט נישט. צו דארף איך אפלאזן און דשאסט גיין ווייטער? און נישט שרייבן און שוין.

קען טאקע זיין אז דאס זאל זיין א געוויסער מהלך וואס קען באמת ארויסנעמען א מענטש פון זיין אייגענעם רשת וואו ער איז אריינגעפאלן? און אויב דאס איז דער מהלך, פארוואס'זשע דען טו איך יעצט קעגן דעם? איך צעברעך דאך די מהלך מיט מיין אייגענע הענט?

אויב איז דער פרינציפ אז איך זאל נישט פרובירן צו פאררעכטן מיט מיינע כוחות, ווייל איך קען נישט, אויב איז דאס די פרינציפ, נו, וואס טו איך יעצט מיט דעם וואס איך שרייב? איך האב א פלאן אז מענטשן וועלן עס ליינען, און דורכדעם זיך פאררעכטן. דורכדעם ווערן אויסגעלייזט פון זייערע דרוקענישן. איז דאס נישט קעגן די פרינציפ? עס שפירט זיך אז יא. עס שפירט זיך אז דאס אין שארפן קאנטראסט אקעגן דעם פרינציפ.

און איך זאג פאר מיר אליין: 'נשמה' ווילאנג וועל איך צעברעכן א מהלך מיט מיין אייגענע הענט? און דו - ליינער - זאגסט: שרייב נישט, און שוין. לאז אפ. און איך זאג: וויאזוי ווייסטו וואס איך וויל שרייבן? קודם לאז מיך דיר זאגן וואס איך וויל שרייבן.

איך באשלוס אז איך גיי נישט שרייבן דערוועגן. פארוואס? ווייל אויב וועל איך יעצט צעברעכן דעם פרינציפ, וואו וועט זיך דאס אפשטעלן? אויב א פרינציפ זאגט מיר גארנישט, ווען קען דאס ווערן אויסגעפירט? אויב איך בין נישט גרייט אינגאנצן זיך מכניע זיין צו א פרינציפ, וועט דאך אלעמאל אריינקומען אנדערע זאכן וואס וועלן עס שטערן.

אויב מענטשן ווייסן שוין דערוועגן, נו, וואס האב איך צו שרייבן דערוועגן, דארף איך דאך טאקע נישט שרייבן. און צו קען איך שטעלן דעם מהלך פאר א פראבע? אויב איך גיי אויף דעם מהלך און דאס איז נאר ביי מיר א פראבע; זעהן צו ס'ארבעט, דאס מיינט אזוי: אז באמת איז דא אין מיר אויך א צד אז איך קען זיך יא אליין אן עצה געבן. נו, אויב אזוי האב איך דעם מהלך פונעם 'דרך אמת' נישט אויספרובירט מיט אן אמת. טאקע דערפאר ווייל איך האב דאס געשטעלט נאר פאר א פראבע.

און אויב איך וועל מיך איינרעדן אז איך "גלייב" אין דעם מהלך, אבער באמת וועט נאך זיין אין מיר א צד אז עכט קען איך יא אליין. האב איך דאך דאס ווייטער נישט אויספרובירט. און אן אויספרובירן קען איך נישט קומען מיט טענות אז ס'האט נישט געארבעט. קומט אויס אז איך מוז מיך באמת טוישן.

יעצט: קען אזא מהלך העלפן? אופס... ווייטער... לאמיר אריינטראכטן: פארוואס פרעג איך דעם קשיא? לויט דעם פרינציפ טאר מען אפילו אזא קשיא נישט פרעגן. דער פרינציפ - וואס איך שפיר אז איך בין יעצט עובר - קוקט אויף מיר מיט וואונדער? וואס פרובירסטו צו עררייכן יעצט? דו קענסט? האסט אמאל געקענט? צו וועט נישט יעדעס ברעקל מיינונג אז איך קען, דשאסט שטערן דעם מהלך פון מצליח זיין? יא, ס'וועט אוודאי שטערן. ווייל דער מהלך זאגט: איך קען גארנישט טון ארויסצוקריכן פון מיין פראבלעם. גארנישט. פון מיין צד, מיט מיינע כוחות, גיי איך בלייבן אזוי ווי איך בין. איך קען נישט. און איין זאך וואס איך קען יא, איז בעטן אז השי"ת זאל מיך העלפן, און האפן צו אים.

דער מהלך זאגט מיר נישט יעצט אז איך זאל נישט שרייבן. ס'זאגט מיר נישט יעצט וואס צו טון. ס'קוקט אויף מיר מיט וואונדער. וואס ווילסטו? דו קענסט? יעדעס ווארט וואס איך שרייב טוט נאר אוועקקלאפן דעם מהלך.

אבער איך פרעג: צו דארף א מענטש זיין ווי א בהמה, און גארנישט פרובירן זיך אן עצה צו געבן? אופס... שוין ווייטער בין איך אוועקגעקראכן פון דעם מהלך. ווייל פארוואס האב איך געטראכט "צו דארף א מענטש זיין ווי א בהמה..." איז דאס נישט געווען ווייל איך האב צאמגעקליבן מיין אייגענע כוחות וואס איך האב נישט כדי זיך ארויסצוזעהן פון מיין פראבלעם פון וואס איך קען מיט מיינע כוחות נישט ארויסקריכן?

וואס זאל איך טון? זאל איך בלייבן געפרוירן און שוין? דער מהלך זאגט: דשאסט טו, און געב אויף אויף יעדעס ברעקל מיינונג אז דו קענסט דיך ארויסזעהן פון דיין פראבלעם, און פארלאז דיך אויפן אייבערשטן. ער וועט דאס שוין מאכן פאר דיר.

אבער איך זאג: יא, אבער איך וויל א מהלך וואס העלפט.

און ער זאגט צוריק: דו ווילסט א מהלך וואס העלפט? קודם נעם עס נישט פון דיר אליין, ווייל אזוי וועסטו זיכער נישט קענען, ווייל דו קענסט נישט. דו קענסט גארנישט. און נישט נאר דו קענסט נישט, נאר דו גייסט קיינמאל נישט וויסן וואס פונקטליך דו האסט געטון אז ס'זאל דיר ארויסנעמען פון דיין פראבלעם. איין זאך וואס דו גייסט וויסן איז: אז ווען דו האסט באשלאסן ביי דיר אז דו קענסט נישט, דאן האב איך דיר געהאלפן.

און איך פרעג ווייטער: ס'העלפט? און דער מהלך פרעגט צוריק: סאו, דו זוכסט א מהלך וואס מענטשן קענען דיר העלפן? מענטשן האבן דיר שוין געהאלפן? מענטשן קענען העלפן? עצות האט דיך שוין געהאלפן? און איך גיי אריין אין א מצב פון הילפסלאזיגקייט, און אויפגעביגקייט.

סאו איך פרעג: זאל איך פלעין גיין ווייטער, און האפן אז דו וועסט עס טון, און שוין?

עקזעקטלי.

אבער...

וואס אבער?

אבער איך וויל מיך ארויסזעהן דערפון.

דו קענסט מיט דיינע כוחות זיך ארויסזעהן דערפון?

סאו, איך מוז עכט ווארטן אויף דיר?

יא!!!

דער מהלך ארבעט אזוי: דריי זאכן וואס איך דארף חזר'ן בכל עת ועונה. די רגע איך שטיי אויף, און בעיקר ווען איך טרעף מיך פרובירן ארויסצוקריכן פון מיין פראבלעם. מ'דארף אבער זיין אויפמערקזאם.

ווען איך רעד, רעד איך נאר פון מיר, זינט איך בין קיינמאל נישט געווען יענעם. סאו, ס'גוט צו וויסן אז איך בין א ENFP. מיין מהלך קומט פון 'דרך אמת' און וויאזוי ר' שרגא פליישמאן נ"י לייגט דאס אראפ.

דריי זאכן וואס איך דארף חזר'ן בכל עת ועונה. די רגע איך שטיי אויף. און בעיקר ווען איך טרעף מיך פרובירן צו טרעפן אן עצה ארויסצוקריכן פון מיינע פראבלעמען; זיך אן עצה געבן איינמאל פאר אלעמאל מיט מיינע פראבלעמען. די עצה דארף איך טון גרינטליך און אמת'דיג. חוץ אז איך האב דא געשריבן, וואס דעס אז איך האב דא געשריבן איז געווען קעגן דעם מהלך. ווייל איך האב פרובירט צו פאררעכטן. אזוי שפיר איך.

דריי זאכן: 1) איך האב נישט קיין שום עצה וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון מיין פראבלעם. א דיסטרעקשן קען געשעהן פלוצלינג און ס'קען מיר אוועקשלעפן. איך האב נישט קיין שום וועג ארויס. איך ווייס גארנישט וויאזוי דורכצוגיין מיין טאג. איך האב נישט קיין שום פלאן. איך בין גענצליך הילפסלאז. גענצליך. איך לייג אראפ מיין געווער. איך הער אויף צו זוכן עצות. איך געב אויף. איך ווייס גארנישט. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט. איך האב קיינמאל נישט געדארפט וויסן. וואס איך ווייס איז נישט וואס עס קען מיך העלפן. איך ווייס דאס און דאס? פיין, געזונטערהייט. העלפן? העלפט נאר דער אייבערשטער.

2) איך וויל ווערן נארמאל. איך וויל זיין א נארמאלער מענטש פונקט ווי יעדעם. השתוקקות און הכנעה. איך וויל נישט זיין צעשלעפט. איך געב אויף אויף מיין וועג וויאזוי איך לעב. איך ווייס אז דאס טויג נישט. וועלן דארף מען עד הסוף. א פלאן? קיין שום פלאן! אויפגעבן אז איך קען? יא.

3) נאר דער אייבערשטער קען מיך ארויסנעמען פון מיין פראבלעם. נישט די Unconscious. נישט טראכטן אז דאס האט צו טון ווייל דאס אויפגעבן געט א געלעגנהייט פאר די אונטערנבאוואוסטזיין אריינצוקומען אין בילד, און ענליכע פסיכאלאגישע טעאריעס. דער אייבערשטער בכבודו ובעצמו. כל יכול. וואס ער קען. וואס ער פירט די וועלט, ער קען מיך העלפן. דער אייבערשטער דארף נישט צוקומען צו די אונטערנבאוואוסטזיין צו דרייווען א מענטש. ער קען דשאסט מאכן אז א קאר אינדרויסן זאל געבן א פייוו. איך מאך נאר א משל.

וואס טוט מען ווען מ'זעהט אז די עצה ארבעט נישט. און מ'זעהט זיך דורכפאלן? מ'זעהט זיך ווערן דיסטרעקטעד. דאן איז די צייט צו חזר'ן די דריי כללים נאך שטערקער.1) איך בין געווארן פארשלעפט ווייל איך קען מיך נישט קיין עצה געבן וויאזוי ארויסצוקריכן פון מיין מצב. 2) איך וויל ארויסקריכן און זיך אינגאנצן טוישן. יא, אויסדרוקליך. 3) און נאר דער אייבערשטער קען מיר העלפן.

אויב מ'זעהט זיך טראכטן עפעס, דארף מען אריינטראכטן, פארוואס טראכט איך צוריק? איך זוך א וועג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן? איך קען מיך אן עצה געבן? ווער קען מיך העלפן? נאר דער אייבערשטער.

ווען מ'טוט אזא מהלך, קומט אויס אז מ'לעבט אינעם הווה. אזוי קומט אויס. אבער נישט דורך א איגו'איסטישע וועג: איך מוז לעבן אינעם הווה.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.

איך ציטער אלעמאל צו שרייבן עצות. ווייל ווער זאגט אז מענטשן גייען דאס ריכטיג פארשטיין. צום ביישפיהל דער מהלך פון 'דרך אמת' קען ווערן אויסגעטייטשט אז: איך מעג דורכפאלן, ווייל איך קען סייווי נישט. אדער, עס קומט פאר א מענטש דורכצופאלן. און נאך אזאנע פאלשע פשטים. דערפאר האב איך מורא צו שרייבן דעם עצה. איך האף אז מ'וועט אפעלירן שכל אז ס'זאל נישט אריינשפילן אין די הענט פון יצר הרע.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

כדי מ'זאל האבן חשק צו פרובירן די וועג פונעם 'דרך אמת', וועל איך פרובירן צו ערקלערן די מערסטע וואס איך ווייס וויאזוי דער 'דרך אמת' העלפט. די ערשטע פרינציפ איז אז דער אייבערשטער וואס איז א כל יכול, ער איז שטערקער, און מער Powerful ווי מיין גאנצע מיינד. און ער קען מיך קומען העלפן. דאס איז די ערשטע פרינציפ. דער פרינציפ וועט קיין איין פסיכאלאגישע טעאריע נישט קענען ערקלערן. און מיט דעם הייבט אן, און מיט דעם ענדיגט מען.

נאכדעם קומט די צווייטע זאך, און דאס איז די 'איגו' שטערט. די 'איגו' איז וואס ערלויבט נישט אז די הילף פון באשעפער זאל דערגרייכן דעם מענטש. נישט די הילף פון די Unconscious, אז די הילף פון באשעפער זאל דערגרייכן דעם מענטש. וויאזוי?

פון דעם "חללה של רשות" קען מען זייער אסאך רעדן. וויאזוי די 'איגו' האלט צוריק די הילף פון באשעפער. די 'איגו' מאכט אז דער מענטש זאל זיך האלטן צו איין געוויסער מהלך וואס טויג נישט. דער מענטש וויל זיך נישט ארויסזעהן דערפון, ווייל זיין 'איגו' לאט נישט. און ער לאזט זיך נישט פירן פון די הילף פון באשעפער.

יעצט: וואס געשעהט ווען דער מענטש איז מכיר אז ער קען נישט. וואס געשעהט ווען איך בין מכיר אז: איך קען נישט. מיין 'איגו' לאזט נאך. דער מענטש הייבט אן וועלן מקבל זיין אן עצה פון באשעפער, וואס שטייט נעבן אים און וויל אים העלפן.

אויב איינער פון אייך וואס ליינט וואס איך שרייב וועט האבן אביסל כח אין זיך און נאכגיין וויאזוי זיין 'איגו' ארבעט, וועט ער זעהן ווי ווייט די רצון צו "איך וויל מיך אן עצה געבן מיט מיינע כוחות" ווי ווייט דאס שטערט נאר, און דאס האלט צוריק דעם מענטש פון באקומען הילף פון השי"ת. ווייל דער מענטש פארשליסט זיך אליין אין זיין אייגענעם תפיסה, און ער עקשנ'ט זיך, נישט ארויסצוגיין דערפון.

דאס אליין אז א מענטש שפירט ביי זיך: איך וויל מיט מיינע כוחות ארויסקריכן פון יצר הרע, דאס אליין שטערט נאר. ווייל מ'וויל ארויסקריכן פונעם יצר הרע מיט'ן יצר הרע. ס'איז איין זאך. א מענטש קען נישט באקומען הילף פון השי"ת, ווייל די רגע דער מענטש שפירט אז השי"ת וויל אים העלפן זאגט דער מענטש: איך האב שוין א וועג. איך דארף נישט דיין נייע וועג. איך האב שוין א וועג.

די וועג וויאזוי די 'איגו' פרובירט ארויסצוקריכן פון א פראבלעם איז: זיך צו פארשליסן אין איין געוויסע מהלך, וואס איז נישט מער ווי נאך א יצר הרע. וואס דען איז עס? פון וועם קומט עס? פון וואו קומט עס? ווער געט עס? די רגע די 'איגו' הערט אויף צו פאררעכטן א פראבלעם, דאס מיינט אז דער מענטש פארשטייט: איך קען נישט. וויאזוי דען זאל מען אויפהערן פאררעכטן? נאר דורך: איך קען נישט. נאר דורך דעם וואס איך בין מכיר אז איך קען נישט. יענע רגע לאזט דער מענטש אריין אין זיך די עצה פון השי"ת.

לאמיר פארשטיין: א ADD וואס ווערט דיסטרעקטעד, און ער מיינט ביי זיך טיף אינעווייניג: איך קען מיך אן עצה געבן. איז ער גרייט צו מקבל זיין די נייע אומגעווענליכע עצה פון השי"ת? אדער ער האט זיך שוין זיינע עצות, וואס פאקטיש ארבעט עס נישט.

די גאנצע מענטש באשטייט פון מהלכים וויאזוי "איך קען מיך אן עצה געבן מיט די וועלט". זייט א מענטש איז געבוירן, ארבעט ער: 1) איך פארשטיי די וועלט; אזוי און אזוי ארבעט די וועלט; אזוי און אזוי טוט מען זאכן; דאס און דאס ברענגט דאס און דאס 2) דאס און נאר דאס; איך קען, און איך ווייס, און איך קען, און איך ווייס, און איך קען, און איך ווייס, און איך קען, און איך ווייס.

איינמאל א מענטש זאל זיך אראפזעצן מיט זיך אליין, און זיך פרעגן: איך קען מיך אן עצה געבן? ס'ארבעט? און, אויב ס'ארבעט נישט, פארוואס זאל איך נישט מודה זיין אז איך קען נישט.

איך רעד פון מיר אליין. איך האב מיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט באמת וויאזוי זיך צו באגיין אין מיין לעבן אויף אן אופן וואס ארבעט. וואס איך האב יא איז: אז איך האב מיך איינגערעדט אז איך ווייס וויאזוי זיך אן עצה צו געבן. איז דען די עצה פון א בשר ודם, די זעלבע ווי די עצה פון מי שאמר והיה העולם?

צו ווייס איך טאקע וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט מיינע פראבלעמען? צו קען איך טאקע ארויסקריכן פון א דיסטרעקשאן? צו קען איך טאקע זיין נארמאל פונקט ווי יעדעם אין אלע ענינים?

צו ווייס איך טאקע וויאזוי מ'איז זיך מתגבר אויף די יצר הרע? אדער איך מוז מודה זיין אז איך ווייס טאקע נישט וויאזוי מ'מאכט דאס, און איך מוז מודה זיין אז יא, איך דארף צוקומען צו הילף פון דער ווער ס'האט באשאפן די וועלט. וואס ער ווייסט יא.

די פסוק זאגט: ראוּ עַתָּה כִּי אֲנִי אֲנִי הוּא וְאֵין אֱלֹהִים עִמָּדִי אֲנִי אָמִית וַאֲחַיֶּה מָחַצְתִּי וַאֲנִי אֶרְפָּא וְאֵין מִיָּדִי מַצִּיל. מיט וואס פאר א כוחות קליינע מענטשעלע פרובירסטו דיך צו פארמעסטן מיט מיר, הא? וואס מיינסטו איך בין נישט שטערקער ווי דו? איך האב דעם פראבלעם צאמגעשטעלט פאר דיר, און איך קען דיך פון דעם ארויסנעמען, אבער דו האלסט נישט ביים מודה זיין אז דו קענסט נישט. און דערפאר האלסטו אן מיט אלע דיינע כוחות צו די אלע נארישע מהלכים וואס ארבעט נישט. און דו ווילסט נישט נעמען מיין מהלך וואס איך בין דיר גערן גרייט צו געבן.

עס שטייט אין פסוק: בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָעֵהוּ וְהוּא יְיַשֵּׁר אֹרְחֹתֶיךָ. ס'איז פשוטו כמשמעו. זיי, די סייענטיסטן, קענען דאס נישט מודה זיין. אמער, ס'זאל זיין אזא זאך, אז א מענטש זאל גארנישט קענען וויסן וויאזוי מ'קריכט ארויס פון א פראבלעם, און ס'זאל נאר זיין אין השי"ת הענט? ממש דארפן זיין אפהענגיג?

אבער מיר יודן האבן דאך נישט זייער סטופידעטי. יא, ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. און ער איז שטערקער ווי מיר. ער קען סך בעסער. זיי קענען דאס נישט מודה זיין. ס'איז פאר זיי צו ביטער דאס מודה צו זיין.

איין ברירה וואס זיי האבן איז 'מינות ואפיקורסות'. אזוי אז דער מענטש ווערט נעבעך אינגאנצן אפגעהאקט פון באשעפער. אז אלעס איז כעמיקאלן וכו'.

אין תהלים שטייט: גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה. און עס שטייט: עיני תמיד אל ה' כי הוא יוציא מרשת רגלי. און נאך און נאך פסוקים.

ווי מער מ'רעדט זיך איין אז מ'קען זיך אן עצה געבן. מאכט דאס מער 'איגו', און מער זיך נישט קענען אן עצה געבן. ווייל די עצות פון באשעפער זענען: מַיִם עֲמֻקִּים עֵצָה בְלֶב אִישׁ וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה. אבער עס שטייט: בְּטַח אֶל ה' בְּכָל לִבֶּךָ, וְאֶל בִּינָתְךָ אַל תִּשָּׁעֵן. און וויאזוי זאגט ער: ואיש תבונה ידלנה. נאר דאס מיינט: אז מ'האט שכל זיך נישט צו פארלאזן אויף די אייגענע בינה, טרעפט מען די מים עמוקים.

דעס מין זאך: איך גיי מיך אן עצה געבן! דו קענסט אן עצה געבן? ס'ארבעט? נו, פון וועם לאזטו דיר צעהאקן דעם קאפ?

זיי מודה: איך ווייס נישט וויאזוי ארויסצוקריכן. איך האב נישט קיין אהנונג, און דער אייבערשטער קען מיר דאס אויסלערנען. איך דארף אבער וויסן אז אלעס וואס איך ווייס, איז אלעס שטותים. איך ווייס נישט, איך קען נישט. דער אייבערשטער קען יא, און ער קען מיך העלפן, אבער נאר ווען איך גיי מודה זיין אז איך קען נישט. נאר אזוי בין איך גרייט פאר זיינע ריזיגע עצות.

סאו, נאכאמאל די דריי עצות: 1) איך קען מיך נישט א עצה געבן ארויסצוקריכן פון מיין פראבלעם; די עצה וואס איך האב אין מיין ארסענאל וויאזוי ארויסצוקריכן ארבעט גארנישט. איך דארף צוקומען צו א נייע עצה פון באשעפער. 2) איך וויל זייער שטארק ארויסקריכן, איך וויל נישט זיין אזוי ווי איך בין, לגבי די יצר הרע. איך מאך התבודדות, (ר' שרגא נ"י רופט התבודדות א Declaration of dependency) איך בעהט דעם אייבערשטן אז ער זאל מיר העלפן 3) נאר דער אייבערשטער קען מיר העלפן.

דאס וואס ס'שטייט אז א מענטש דארף טון כל מה שבכחו, און דאן האפן צום באשעפער. (עיין בישמח משה, בהתהלימ'על שלו, על הפסוק לולי תורתך שעשועי) דאס מיינט: אז דער מענטש טוט דאס ביסל עצות וואס ער האט שוין באקומען פון השי"ת. דאס מיינט, אז ס'דא צומאל ווען דער מענטש באקומט הילף פון השי"ת, אבער ער נוצט עס נישט. אוודאי דארף מען אויספירן די הילף - וואס מ'באקומט פון השי"ת - אויף למעשה. אבער מ'דארף געדענקען אז איך אליין קען נישט. די כח מיט וואס איך בין מיך מתגבר קעגן דעם יצר הרע, דאס העלפט מיך דער אייבערשטער. נישט פון מיר, איך קען נישט: כשאני לעצמי מה אני.

אדער מיינט עס די צווייטע סטעפ. איך וויל ארויסקריכן. ווען א מענטש וויל, עט ער טוהן. סוף סוף איז דער מענטש דער וואס דארף פרובירן. אבער די ערשטע סטעפ איז פונקט אזוי וויכטיג. ס'גייט צוזאמען אויף איינמאל.

והשם הטוב יעזור. והמשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

-> איך קען נישט כאפן - על כל פנים יעצט ווען איך שרייב די שורות - פארוואס פונקטליך קאוהירענס טערעפי ארבעט. ס'איז נישט נאר די ערווארטונג וואס ווערט איבערצייגט אז ס'געשעהט נישט. איך קלער צו ס'איז פשוט די 'איגו' וואס לאזט נאך. מיין סימפטאם האט היפש נאכגעלאזט, איך קען נישט זאגן אז איך האב נאך דעם סימפאטם אויף אן אופן אז איך בין סטאק דערמיט, איך קען גיין ווייטער און שוין. אבער נאך אלץ שפיר איך אז צוליב מיין אומוויליגקייט אויפצוגעבן קאנטראל, און לאזן זאכן זיך אליין מסדר זיין, ווער איך א משהוא צעשאקלט. אז איך קען נישט אינגאנצן גיין ווייטער <-

ט: קוק אויף אים און זאגן: איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וויאזוי צו פילן, איך ווייס נישט וויאזוי צו זיין, כדי ארויסצוגיין פון דעם פראבלעם, איך קען טאקע נישט מסדר זיין די זאך. און נאר דער אייבערשטער קען מיר ווייזן א נייע וועג ארויס. נאר דער אייבערשטער קען דאס מסדר זיין פאר מיר. נאר דער אייבערשטער קען דאס אויסגראדן. און דשאסט גיין ווייטער. וויאזוי פילט זיך צו גיין ווייטער, אן עס פאררעכטן?

-> לבי אומר לי, אז מיין עצם רצון ארויסצוגיין פונעם פראבלעם און מסדר זיין די זאך איינמאל פאר אלעמאל, איז וואס לאזט מיר נישט גיין ווייטער און אפלאזן. איי וועסטו פרעגן: איך וויל דאך יא מסדר זיין די זאך? די תירוץ איז: דאס איז עס מסדר בעזרת השי"ת. <-

ק: איך שפיר אז איך פארליר קאנטראל.

ט: וואס נאך פילסטו?

ק: איך שפיר מיך ווי א לאזער.

ט: וואס נאך?

ק: ווי א לא לנו וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיין לעבן.

ט: וואס נאך?

ק: איך פארליר סיפוק.

-> זעהט אויס, אז פאררעכטן א פראבלעם געט מיך סיפוק <-

ט: וואס נאך?

ק: אויב איך קען מיך נישט קיין עצה געבן, בין איך גארנישט ווערד. ס'קומט ארויף א ווערדלאזיגקייט.

ט: וואס נאך?

ק: ווען איך הער די ווערטער: איך ווייס נישט וואס צו טראכטן. שפיר איך ביי מיר: איך דארף אבער יא וויסן וואס צו טראכטן. איך וויל נישט אז מיין טאטע מאמע זאלן זעהן אז איך קען מיך נישט א עצה געבן אין מיין לעבן.

ט: וואס נאך?

ק: אז אויב איך ווייס נישט דעס, ווייס איך גארנישט

-> די ענין פון מיך, אז איך מוז מיך קענען אן עצה געבן אין מיין לעבן, זעהט אויס, אז ס'איז א שטארקע עיקר; ס'האט אסאך סיבות פארוואס דאס זאל ווערן אנגעהאלטן <-

ט: וואס נאך פילסטו?

ק: מיין גאנצע עצם Being ווערט פארוואנדלט אין לופט.

ט: וואס נאך?

ק: ס'מאכט אז איך זאל נישט קענען גיין ווייטער.

ט: וואס נאך?

ק: איך מוז מודה זיין על האמת, אז איך ווייס טאקע נישט. איך דערמאן מיך פון 'חדר' ווען איך האב טאקע נישט געוואוסט וואס צו טון, איך קען דאס נישט ערלויבן.

ט: וואס נאך?

ק: ס'קען ווייזן אז קאוהירענס טערעפי ארבעט נישט עכט. און פון דעם האב איך מורא.

ט: וואס נאך?

ק: מיין גאנצע Being ווערט אויס.

-> איך האב דאס שוין פריער געזאגט, אבער זעהט אויס אז דאס איז די מערסטע אמת. <-

ט: וואס נאך?

ק: ס'קומט מיך ארויף, מיך זייענדיג א יונגעל אין חדר, נישט וואוסנדיג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן.

-> אויך דאס האב איך שוין פריער געזאגט, אבער זעהט אויס אז דאס איז אויך די מערסטע אמת. <-

ט: וואס נאך?

ק: די וועלט איז שרעקעדיג, איך קען מיך נישט קיין עצה געבן דערמיט.

ט: וואס נאך?

ק: וואס גיי איך טון קומענדיגע מאל ס'געשעהט? וואס זאל איך טון?

ט: וואס נאך?

ק: איך וויל ארויסגיין. איך האב עס נישט ליב. איך וויל עס אויסטון. ס'קלעבט.

ט: ענדיגן די זאץ: כדי איך זאל מיך ארויסזעהן פון א געוויסע מחשבה, אדער געפיל, וואס ס'האט מיך אנגעכאפט, וויל איך...

ק: ווערן אינוואלווד דערין. עס באטראכטן וויאזוי עס צו פייטן. ס'איז א שונא וואס מ'מוז אנכאפן און אוועקטראסקענען.

ט: וואס נאך קומט ארויף?

ק: איך שפיר מיך זייער אפהענגיג אין באשעפער. איך שפיר (מצד היצר) אז איך וויל אליין.

ט: וואס נאך?

ק: ס'מאכט אויך אז איך זאל מוזן פאלגן אנדערע וואס צו טון

-> wow, איך ווער נישט פארטיג. זעהט אויס אז דאס אלעס ווערט אויסגעפירט מיט איין וועג: איך וויל מיך אן עצה געבן <-

ט: וואס נאך?

ק: בעסיקלי א פארלוירנקייט, און א אונטערגעביגקייט.

ט: וואס ערווארט איך, גייט געשעהן אויב איך גיי אן אזוי?

ק: זייער א אומבא'טעמ'טע שפיר אז איך גיי מוזן פאלגן. איך האב אלעמאל אנטלאפן פון פאלגן. איך האב נישט ליב צו פאלגן.

ט: וואס נאך ערווארט איך?

ק: די זעלבע זאך.

אויב איך גיי עכט אננעמען אז איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וויאזוי צו פילן, איך ווייס נישט וויאזוי צו זיין, כדי ארויסצוגיין פון דעם פראבלעם. איך קען טאקע נישט מסדר זיין די זאך. און נאר דער אייבערשטער קען מיר ווייזן א נייע וועג ארויס. נאר דער אייבערשטער קען דאס מסדר זיין פאר מיר. נאר דער אייבערשטער קען דאס אויסגראדן. סאו איך גיי דשאסט ווייטער. ערווארט איך אז דאס גייט מאכן אז איך גיי מוזן פאלגן, איך בין אלעמאל אנטלאפן פון פאלגן. איך האב נישט ליב צו פאלגן.

-> מיין הארץ באכעט פון פחד פון פאלגן <-

ט: וואס האט עס צו טון מיט פאלגן?

ק: ווייל ס'מאכט מיך זיין אפהענגיג. און אפהענגיג מיינט פאלגן.

די צעטיל איז: אויב איך גיי עכט אננעמען אז איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וויאזוי צו פילן, איך ווייס נישט וויאזוי צו זיין, כדי ארויסצוגיין פון דעם פראבלעם. איך קען טאקע נישט מסדר זיין די זאך. און נאר דער אייבערשטער קען מיר ווייזן א נייע וועג ארויס. נאר דער אייבערשטער קען דאס מסדר זיין פאר מיר. נאר דער אייבערשטער קען דאס אויסגראדן. סאו איך גיי דשאסט ווייטער. שפיר איך: אז איך פארליר קאנטראל. א לאזער. א לא לנו וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיין לעבן. איך פארליר סיפוק נישט האבנדיג וואס צו לעזן. ווערדלאז. אז מיינע מחנכים ווילן אז איך זאל יא וויסן וואס צו טראכטן. אז אויב איך ווייס נישט דעס, ווייס איך גארנישט. מיין גאנצע עצם Being ווערט פארוואנדלט אין לופט. ס'מאכט אז איך זאל נישט קענען גיין ווייטער. איך מוז מודה זיין על האמת, אז איך ווייס טאקע נישט. ס'דערמאנט מיך פון 'חדר' ווען איך האב טאקע נישט געוואוסט וואס צו טון. ס'קען ווייזן אז קאוהירענס טערעפי ארבעט נישט עכט. די וועלט איז שרעקעדיג, און איך קען מיך נישט קיין עצה געבן דערמיט. וואס גיי איך טון קומענדיגע מאל ס'געשעהט? איך שפיר מיך זייער אפהענגיג אין באשעפער. איך שפיר (מצד היצר) אז איך וויל אליין און בעיקר ערווארט איך אז דאס גייט מאכן אז איך גיי מוזן פאלגן, איך בין אלעמאל אנטלאפן פון פאלגן. איך האב נישט ליב צו פאלגן.

איך מיין אז ר' חיים מאיר מאכט נישט אזא לאנגע צעטיל, ער נעמט ארויס די מערסטע תמצית. אבער איך קען באשטיין. יעדע זאך פון דעם צעטיל האט א פאטענציאל צו ווערן אפגעוואנדן.

והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

וואס קענען זיך אנדערע מענטשן לערנען פון מיין ביז יעצטיגע לעבן? איך שרייב נאר פון מיין פערזענליכע ערפארונג. וויפיל קען מען זיך ארויסלערנען פון מיין פערזענליכן ערפארונג?

ווען איך רעד פון 'פראבלעם', רעד איך פון די פראבלעם פון פארשלעפטקייט. ADHD, וכו', צו וויאזוי דו ווילסט עס אנרופן, בקיצור נישט מסודר מיט'ן טאג.

די פאלגנדע וואס איך שרייב איז נישט קיין יאוש ח"ו, נאר ס'איז וואס מיין לעבן האט מיך געלערנט לענגאויס מיין וועג פון זיך זעהן מיט'ן פראבלעם, און פרובירן ארויסצוקריכן. וויל איך דיך מיטטיילן וואס איך האב מיך אויסגעלערנט.

אז פראבלעמען גייען זיך נישט אויסהיילן פון זיך אליין. דאס מיינט, אז נאר אז מ'טוט דראסטישע שריט וואס איז אנגענומען אז ס'העלפט, קען עס אולי העלפן ב"ה. אבער סתם מיינען אז ס'גייט בעסער ווערן, איז א טעות. די פראבלעם ווערט נישט בעסער פון זיך אליין. אויב דו ביסט יעצט אזוי און דו טוסט נישט עפעס גאר דראסטיש, זאל עס זיין בעבי סטעפס, אויב דו טוסט עס נישט גייסטו האבן די זעלבע טעג אין צעהן יאר ארום. קריץ דיך דאס איין.

אויב דו זעהסט דיך יעצט מיט א פראבלעם, טראכט נישט אז דו וועסט שוין עפעס מאכן און עס וועט גיין. ווייל אויב דו זעהסט דיך מיט א פראבלעם מיינט אז דא איז דא א שורש, און דער שורש איז סך סך טיפער ווי דיין יעצטיגער פארשטאנד. דאס מיינט, אז קוק נישט אויף דיין פראבלעם מיט פלאטשיגע גלעזער. ס'איז גאר גאר טיף. ס'האט אין זיך זאכן וואס דו אליין כאפסט נישט אז ס'עקזיסטירט אין דיר.

זיך אראפזעצן טראכטן פון דיין פראבלעם גייט דיך פון דעם נישט ארויסשלעפן, נאר דו גייסט פארבלייבן דערין. די פראבלעם איז שטערקער ווי דיינע עצות. דאס מיינט אז מיט וועלכע קאפ פרובירסטו צו טראכטן עצות? די פאקט האט מיך געוויזן אז ס'העלפט נישט. טראכטן העלפט נישט. טיף טראכטן? אויך נישט. גאר טיף טראכטן? אויך נישט. אפשר גוטע טערעפי ביי א גאר גוטע טערעפיסט קען ב"ה העלפן.

אויספיגערן דיין פראבלעם, גייט דיך דערפון נישט ארויסשלעפן, און דו גייסט פארבלייבן דערין. די פראבלעם איז שטערקער ווי דיין 'פיגור'. די זעלבע ווי פריער.

אפילו אויב דו מיינסט אז דו קענסטעך אן עצה געבן מיט דיין פראבלעם, מיינט עס נישט אז דו קענסט טאקע. ווען יארן וועלן דורכלויפן וועסטו איינזעהן מיט א קלארקייט אז מיט דיין יעצטיגן פארשטאנד איז סתם נישט געווען מעגליך ארויסצוקריכן. ס'איז א ווערייעשאן פון די פריערדיגע. דאס מיינט, אז שפיר נישט ביי דיר, אדער בעסער געזאגט: ווען איך האב געשפירט ביי מיר אז איך קען מיך אן עצה געבן, האב איך מיך טועה געווען.

דו דארפסט נישט טראכטן שעות ארוכות פון דיינע פראבלעמען, ווייל ווי געשמועסט גייט דאס דיך נישט העלפן. קומט אויס אז אביסל צייט איז פונקט גענוג. איין בלאט פון א בוך, איין מחשבה איז גענוג.

אפילו אויב דו ווייסט זייער קלאר אז דו האסט א פראבלעם, גייט דאס דיך נישט העלפן בעת די נסיון, נאר דו גייסט פונקט אזוי ווערן פארשלעפט. דאס מיינט, אז אויפמערקזאמקייט העלפט נישט. עכ"פ מיך האט עס נישט געהאלפן.

ווען דו בעהטסט דעם אייבערשטן ארויסצוקריכן פון דיין פראבלעם, בעהט אויף גלות השכינה ענדערש. און לויב דעם אייבערשטן אויף דיין גוטס. דאס וועט ענדערש העלפן. השי"ת וויל הערן דיינע תפילות. ס'איז נישט קיין חילוק אויף וואס, ער דארף דיינע תפילות.

ווען ס'איז סוף טאג און דו ביסט צעשאסן ביי דיר אז דיין טאג איז געווארן פארפאטשקעט, רעג דיך נישט. יעדע ביסל כעס גייט נאר מאכן ערגער. פריי דיך אז דו לעבסט. ס'איז צווייע ביינאכט און דו רעגסט דיך אז הלוואי וואלט יעצט געווען עלעווע, די 'רעגן' גייט גארנישט אויפטון. ענדערש פריי דיך יענע מינוטן אז דו לעבסט. ס'איז שפעט האסט נישט געכאפט חצות, רעג דיך נישט, עס גייט דיך גארנישט העלפן.

טראכט נישט קיין איין רגע אז דו פארשטייסט דיין פראבלעם, דו פארשטייסט עס נישט. ס'איז טיפער ווי דיין פארשטאנד. און אפילו אויב דו ליינסט א בוך דערוועגן גייט עס דיך נישט העלפן. ווייל ס'איז טיפער ווי דיין פארשטאנד. דאס מיינט אז זיי נישט צופרידן מיט וויפיל דו פארשטייסט עס, ווייס אז ס'איז סך סך טיפער. סך סך ברייטער, און עס נעמט אריין אין זיך טיפערע אספעקטן ווי דיין יעצטיגע פארשטאנד באגרייפט.

ס'איז א שאד יעדע רגע וואס דו טראכסט דערפון, ענדערש לערן, טו א מצווה, דאווען, זאג תהלים, געב א שמייכל פאר דיין אידענע, א שמייכל פאר דיינע קינדער. און דאנק דעם אייבערשטן פאר די גוטס אין דיין לעבן און בעהט אים אויף ווייטער. דאס מיינט, אז די 'איבעריגע' טראכטן דערפון העלפט דיך נישט. ס'א שאד. געב נישט אוועק פאר דעם צופיל צייט. ס'א שאד. צייט און עקספיריענס קען דיך ענדערש אויסלערנען ווי 'טראכטן' פון עס.

זאלסט נישט מיינען אז אויב דו גייסט האלטן קאפ, גייסטו נישט ווערן דיסטרעקטעד. דיין פראבלעם ווי געשמועסט איז טיפער ווי דיין פארשטאנד. ווילסט נישט דורכפאלן? גיי נישט אין די פלאץ פון די נסיון. האלטן קאפ גייט דיך נישט העלפן. דער עיקר איז, "די פלאץ איז די זאך וואס שלעפט אוועק, נישט דאס אז דו האסט געדארפט האלטן קאפ".

אויב דו ווילסט דיך אויסלערנען צו גיין שלאפן פרי, א) האף נישט דורכדעם אויפצושטיין פרי. ב) לייד די ווייטאג פון גארנישט האבן אויפגעטון מיט'ן טאג.

מיין נישט אז דורכדעם וואס דו גייסט אויפשטיין פרי, גייסטו דורכדעם מצליח זיין מיט דיין טאג. ווייל ווי געזאגט, דיין פראבלעם איז טיפער און שטערקער ווי דיין "אויפשטיין פרי". דאס מיינט: "איך גיי אויפשטיין פרי" מיינט גארנישט.

מעדיטעשן גייט דיך נישט העלפן.

התבודדות גייט דיך נישט העלפן. התבודדות העלפט. אבער מיין נישט: איך גיי מאכן התבודדות און השי"ת גייט מיך זיכער שוין העלפן. אויב זאל איך פרעגן דעם אייבערשטן, פארוואס טאקע העלפט עס נישט, וועט זיין תירוץ ווארשיינליך זיין, מיין קינד, ס'דא זאכן וואס דו פארשטייסט נישט. ווילסט מאכן התבודדות אדרבה. אבער דיין קאפ, מיט מיין קאפ כביכול, איז לא מחשבותיך מחשבותי. אדרבה דו טו פון דיין זייט וואס דו קענסט.

פיש אויל גייט דיך נישט העלפן. איך רעד פון א אבסעלוטישע הילף. ס'קען אפשר צוהעלפן.

ווייטעמינען גייט דיך נישט העלפן.

מעדיקעשאן גייען דיך נישט העלפן.

דו וואונדערסט דיך אוודאי וואס דו קענסט יא טון. גארנישט. דהיינו, וואס דו קענסט טון אויף א אבסעלוטישן אופן. דאס און דאס גייט עס מאכן!

דאס האט מיך מיין עקספיריענס אויסגעלערנט ביז אהער. אבער איך געב נישט אויף אפילו אויף א האר, אפשר וועל איך נאך א טאג יא טרעפן א עצה וויאזוי מ'קריכט ארויס פון פארשלעפטקייט, פון ADHD וכל שם וחניכא דאית ליה. ס'מיינט נישט אז ס'איז נישטא קיין עצה, ס'מיינט "איך האב נאכנישט געטראפן קיין עצה חוץ די אויבנדערמאנטע".

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
וואס איך וואלט געזאגט פאר מיר אליין פופצן יאר צוריק.pdf
(94.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 77 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך קלער אז די סיבה צו דעם סימפטאם איז געקומען פון וועלן קאנטראלירן. איך האב אמאל געהערט פון ר' שרגא נ"י, ווען מ'וויל יענעם קאנטראלירן און מ'קען נישט, ווערט מען קאנטראלירט פון יענעם. דמיון א רעדל וואס דרייט זיך. יעצט, דמיון אז דו ווילסט עס אראפהאלטן און עס דרייען די אנדערע וועג; דיין וועג. יעצט, אויב ס'געלונגט דיר, און די ריידל הייבט זיך אן דרייען דיין וועג, דאן האסטו קאנטראל, אבער אויב ס'געלונגט נישט, וועט די רעדל דרייען דיין הענט. דאס קען געשעהן מיט איינעם וואס האט א חפץ צו האבן קאנטראל און השפעה אויף יענעם. די פחד אז דו וועסט נישט האבן קאנטראל, ברענגט ארויס דיין 'אהבה' צו יענעם. פארוואס? ווייל די עצם קאנטראל איז ליבליכע קאנטראל, עס קומט פון ליבע. דו ווילסט יענעם קאנטראלירן נאר ווייל דו האסט יענעם ליב. און אויב ס'גייט נישט? מוז די אהבה בהכרח ווערן שטערקער. אינטערעסאנט, ניין? פאני? נישט ממש. דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן כדי מיר זאלן קענען מחנך אונזערע קינדער.

דאס זוכן אהבה קען קומען ווייל ס'פעלט אהבה. און עס קען אויך קומען פון די רצון צו קאנטראלירן. א ראי' האסטו, ווייל די רגע יענער לאזט זיך משפיע זיין, קומט נישט קיין שום אהבה. גארנישט. אבער ווען מיין פארשטאנד כאפט אז יענער לאזט זיך נישט משפיע זיין, הייבט זיך אן אהבה.

יעצט לאמיר גיין צו אנדערע סעשאנס, וועגן אנדערע ענינים. נאכן הערן ר' שרגא'ס נ"י שיעורים בנוגע 'יכולת'. און ווי ווייט, ווי ווייט א מענטש זוכט צו האבן 'יכולת'. קען מען פרובירן בעזרת השי"ת צו מאכן סעשאנס, מיט 'יכולת' אין די כוונה.

ווען איך וויל מאכן א סעשאן מיט מיר אליין, דארף איך מיך צעטיילן אויף צוויי מענטשן. איינס איז די טערעפיסט. און איינס ווערט די קלייענט וואס שעמט זיך.

ט: א גוטן טייערקייט.

ק: א גוטן, דו גייסט מיך שוין ווייטער אויספאקן דא אויף אייוועלט? איך האב עכט נישט ליב.

ט: זאג מיר טייערקייט.

ק: אטעמט אריין טיף...

ט: קוק אהער, אפשר וואלט כדי געווען...

ק: לאזט אראפ זיין קאפ מיט הכנעה

ט: דו ווייסט דאך אז דו ביסט מער אויף די זייט פון מענטשן וואס זענען נישט אזוי מצליח אין זייער לעבן. פאקטיש ביסטו מער אויף די זייט פון נישט מצליח זיין. און לאמיר זעהן צו...

ק: אוי. נו?

ט: איך ווייס דאך אז דו אליין וואלסט קיינמאל נישט געמאכט קיין סעשאן.

ק: אקעי, פרעג שוין.

ט: איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן אז דו ביסט מצליח אין דיין לעבן...

ק: נישט גוט. ס'שפירט זיך אומבא'טעמ'ט צו מצליח זיין.

דאס אליין וואלט געווען גענוג פאר אן עמאושענעל אמת.

ט: פארוואס נישט? קום אהער דו. דו וויינסט אלעמאל פאר די אייבערשטער אז דו ווילסט אז ער זאל דיר העלפן מצליח זיין. ניין?

ק: יא, אבער ס'שרעקעדיג. איך שפיר ווי איך ווער אפגעלאזט פון קייטן וואס בינדן מיך צו צו זיכערקייט.

ט: הער אויף. דו ווילסט יא מצליח זיין.

ק: ניין, איך זאג דיר אז ממש איך ציטער.

ט: מאך דיך נישט נאריש. שטעל דיך פאר אז דו ביסט מצליח...

ק: אפשר ווייל מענטשן גייען מיך געבן א שלעכט אויג?

ט: עה, לאדיך אפ. קיינער גייט נישט קוקן, און זעהן. דו ביסט...

ק: איך גיי קיינמאל נישט האבן קיין געלעגנהייט צו פראצעסירן מיין ווייטאג וואס איז באגראבן אין מיר.

ט: וואס הייסט דו גייסט קיינמאל נישט קיין געלעגנהייט צו...

ק: זעהסט, דו אליין מאכסט מיך יעצט אוועק. דו קערסט נישט אויף מיר. דו ביסט אויך פון די מענטשן וואס ווילן איך זאל מצליח זיין און שוין.

ט: צדיק'ל זאג מיר אזוי: איך וויל האלטן די געלעגנהייט צו קענען פראצעסירן ווייטאג, ווען אימער איך וויל.

ק: אבער דו ווילסט אז איך זאל עס נישט פראצעסירן?

ט: חלילה. ניין.

ק: דו ווייסט נישט וואסערע שוועריגקייטן איך בין אלץ דורך אין מיין לעבן. און נאכדעם מאכסטו מיר עס שרייבן אויף אייוועלט. אז יעדער זאל עס זעהן.

ט: זיי מיר מוחל. אבער זאג: איך וויל און איך דארף האלטן די געלעגנהייט צו קענען פראצעסירן ווייטאג, ווען אימער איך וויל. ס'איז מיין רעכט.

ק: זאגט עס. און פרעגט: וואס גייט עס העלפן?

ט: לאמיר זעהן. זאג: די איינציגע רעכט וואס איז מיר איבערגעבליבן אין מיין לעבן איז צו קענען פראצעסירן ווייטאג.

ק: די איינציגע רעכט - וואס איז מיר אזוי נאנט צום הארצן - וואס איז מיר איבערגעבליבן אין מיין לעבן איז צו קענען פראצעסירן ווייטאג.

ט: זאג: א מענטש וואס איז מצליח קען נישט פראצעסירן ווייטאג.

ק: קלייענט פאקט זיך איין און פארפריהט זיך אין זיין ווייטאג.

ט: זאג: די איינציגע קאנטראל וואס איך האב נאך אין מיין לעבן איז צו קענען פראצעסירן ווייטאג.

ק: קלייענט שעמט זיך. און זאגט: יא, איך וויל האבן קאנטראל אויף עפעס. מ'האט מיר אלעס צוגענומען (?) און דאס אויך נישט? איך מוז זיך לאזן פירן? און מ'ווייסט אפילו נישט אז דא וואוינט א מענטש מיט געפילן.

ט: וואס ווייסטו, וואס האט מצליח זיין מיט ווייטאג? איך וויל אז דו זאלסט זעהן ווי פון איין זייט איז דא דיין הצלחה און ס'גייט דיך ב"ה, און פון איין זייט איז דא די איינציגע קאנטראל וואס דו האסט אין דיין לעבן צו קענען פראצעסירן ווייטאג. פארוואס טוט די זייט פון הצלחה, צושטערן די אנדערע זייט?

ק: טראכט... ווייל הצלחה איז אויבערפלעכליך. ס'זאגט נישט גארנישט וועגן מיר. ווייטאג האט מיט מיר. הצלחה איז יענער. די דרויסנדיגע גוף איז מצליח. ש'כח. גוט מארגן. וואס האב איך דערפון.

ט: זאג: הצלחה איז אויבערפלעכליך, ס'האט גארנישט מיט מיין עכטע 'איך'.

ק: ניין. ס'האט טאקע נישט! wow.

ט: זאג עס נאכאמאל: הצלחה האט גארנישט מיט מיין עכטע 'איך'.

ק: א שארפע פעין.

ט: איז נאכאמאל: וואס ווייסטו, וואס האט מצליח זיין מיט ווייטאג? איך וויל אז דו זאלסט זעהן ווי פון איין זייט איז דא דיין הצלחה און ס'גייט דיך ב"ה, און פון איין זייט איז דא די איינציגע קאנטראל וואס דו האסט אין דיין לעבן צו קענען פראצעסירן ווייטאג. פארוואס טוט די זייט פון הצלחה, צושטערן די אנדערע זייט?

ק: ווייל הצלחה איז אויבערפלעכליך. ס'זאגט גארנישט אז אינעווייניג וואוינט א עכטע מענטש. די דרויסנדיגע גוף איז מצליח. ש'כח. גוט מארגן. וואס האב איך דערפון. מיין 'איך' דארף מצליח זיין.

ט: לאמיר דיך פרעגן: וואס טראכסטו, מיט וואסערע 'יכולת' בלייבסטו, ווען דו בלייבסט אויף די אנדערע זייט פון הצלחה. זעה ביידע זייטן. זיי אמת'דיג. לויף נישט אוועק.

ק: שעמט זיך: איך קאנטראליר זייער אסאך זאכן. איך בלייב, כדי צו קענען טון וואס איך וויל לויט מיין באגער.

ט: סאו, מיט וואסערע 'יכולת' בלייבסטו ווען דו בלייבסט אינעווייניג. און נישט אויבערפלעכליך?

ק: די 'יכולת' צו זיין מיך אליין.

ט: וואס מיינט די 'יכולת' צו בלייבן 'מיך אליין', וואס איז 'מיך אליין'?

ק: שמייכלט.

ט: וואס איז דיין עכטע 'איך' וואס דו מוזט אזוי שטארק אכטונג געבן פון הצלחה?

ק: קלייענטס אויגן לייכטן אויף: איך גיי ווייזן אז דא וואוינט א מענטש מיט געפילן!

צעטיל:

די טערעפיסט פארשטייט און האט שטארקע מיטגעפיל אז וויבאלד מיין עכטע איך איז די מהלך וויאזוי עס לויפט און ווירקט מיינע טיפסטע געפילן. און אויב איך גיי מיך עכט לאזן נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן, גיי איך באמת קיינמאל נישט האבן קיין געלעגנהייט צו פראצעסירן מיין ווייטאג וואס איז באגראבן אין מיר. און וויבאלד די איינציגע רעכט, און קאנטראל - וואס איז מיר אזוי נאנט צום הארצן - וואס איז מיר איבערגעבליבן אין מיין לעבן איז צו קענען פראצעסירן ווייטאג מוז איך אנהאלטן די 'יכולת' עס קענען טון ווען אימער איך וויל, ווייל דאס קען מען מיר נישט צונעמען. און איך מוז אנהאלטן די 'יכולת' אז דא וואוינט א מענטש מיט געפילן. ווייל קיינער קערט נישט אויף מיר.

עכט מיך לאזן נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן מיינט אויבערפלעכליך עס זאגט גארנישט וועגן מיר. מיינט אז דא וואוינט נישט א מענטש מיט געפילן. מיינט פארלירן די געלעגנהייט צו קענען פראצעסירן ווייטאג. מיינט לעבן מיט די קלארע ידיעה אז קיינער נעמט נישט קער אויף מיין עכטע געפילישער איך.

הייליגער באשעפער העלף, והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם.
אטעטשמענטס
מצליח זיין ויכולת.pdf
(93.81 KiB) געווארן דאונלאודעד 70 מאל
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3936
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ייש"כ נשמה!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: א גוטן

ק: א בעסערן

ט: וויאזוי איז געווען מיט די צעטיל?

ק: ס'איז אמת.

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן אז איך בין מצליח, איך נעם די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן. איך נעם עס

ק: איך שפיר עפעס אומבאקוועם דערמיט. ס'פעלט מיין 'איך' דערפון. אזא סארט "איך וויל מצליח זיין לויט וויאזוי איך וויל, און איך וויל נישט דשאסט נעמען וואס השי"ת געט מיך" ווייל איך שפיר אז סוף טאג וועל איך נישט זיין געהערט. מיין ווייטאג וועט בלייבן דערשטיקט.

ט: איך זעה אז ס'איז דיך שווער זיך פארצושטעלן. שטעל דיך פאר ווי א אנדערע מענטש וואס קוקט אויס ווי דיר, איז מצליח, אבער 'אינגאנצן'. ער נעמט די הצלחות וואס השי"ת וויל אים געבן, אבער אזוי 'אינגאנצן'.

ק: ניין.

ט: וואס ניין?

ק: א נאר.

ט: וואס א נאר?

ק: ווען מ'איז נישט מצליח ברענגט מען זיך ארויס.

ט: יא?

ק: ער ווערט געשלעפט פון הצלחות, און ער לאזט זיך שלעפן. ער לאזט זיך.

ט: און? אז ער לאזט זיך? ס'איז דאך אזוי גוט, ניין? ער איז מצליח! דאס איז וואס דו ווילסט ניין?

ק: איך האב אלץ געהאט אזא זאך דאס נישט צוצולאזן. ס'טאר נישט גיין!

ט: וואונדערט זיך?

ק: איך קען נישט ארויסברענגען וואס איך וויל.

ט: נישט נאר וויל איך וויסן וואס דו ווילסט, איך וויל וויסן וואס דו ווילסט, און פארוואס דו ווילסט עס. איך בין גרייט צו הערן. געדענק דו האסט א געלעגנהייט

ק: מ'פרעגט נישט מיין דיעה. מ'הייסט נאר.

ט: לגבי וואס דרייט זיך ארום דיין דיעה?

ק: איך וויל זיין דער וואס שטופט, און נישט דער וואס ווערט געשלעפט.

ט: אלעמאל געווען אזוי אין דיר?

ק: ענטפערט נישט.

ט: האב נישט מורא צו זאגן דעם אמת. מ'דארף מודה זיין על האמת.

ק: ווען איך האב געזעהן אז איך פארליר קאנטראל

ט: אויף וואס פארליר איך קאנטראל?

ק: צו קענען טון וואס איך וויל.

ט: איז נישט וואס דו ווילסט, מצליח זיין?

ק: ניין, ס'איז עפעס טיפער פון דעם.

ט: וואס איז די טיפער?

ק: אין מיין דמיון איז עס כאילו איך כאפ מיך אן אין א הארטע פלאסטישע געביידע. און איך זאג: דאס וויל איך.

ט: אקעי, כאפ עס אן נאך שטערקער, ווער נאנט דערמיט, זייער נאנט, און דערשפיר מער וואס איז דאס וואס דו ווילסט עררייכן?

ק: ס'קומט ארויף א געפיל פון: מ'קען נישט טון מיט מיר וואס מ'וויל. איך וועל ענק ווייזן.

ט: אקעי. דאס מאל זאלסטו דיך פארוואנדלן אין דעם פלאסטישן הייזקע. און זאג מיר מער...

ק: איך ווייס נישט פארוואס. אבער ס'קומט ארויף: האסט געמיינט אז מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל. ניין! ס'וויל זייער שטארק געזאגט ווערן. איך ווייס אבער נישט צו ס'מאכט סענס. איך שפיר אויך א פארלייכטערונג ווען איך זאג עס. "ווארף זיך נישט ארום מיט מיר, איך בין דא. איך בין יא דא".

ט: ס'וויל זיך דיר זיין די פלאסטישע הייזקע?

ק: איך וויל בעיקר מ'זאל דאס יעדער וויסן. "זעה מיך. דאס בין איך. ווארף מיך נישט אוועק אז איך זאל מיך נישט דערקענען"

ט: זיך אנצוכאפן אין דעם פלאסטישער הייזקעלע ווערט שטערקער ווען דו ווילסט דיך זעהן מצליח זיין?

ק: יא.

ט: וואס זענען די ווערטער...

ק: איך וויל זאלסט מיך זעהן. עס קומט מיט מיט אזא געפיל צו וויינען.

ט: זאג וואס מ'האט נישט געזעהן.

ק: מ'האט מיך נישט געזעהן. מ'האט פארגעסן פון מיר. מ'האט מיך נישט באמערקט. קיינער האט נישט געזעהן. איך בין געווען אליין. ס'האט קיינער נישט געקוקט. ס'איז קיינעם נישט געווען אינטערעסאנט. איך וויל נישט זיין די פלאסטישע הייזקעלע, אבער איך וויל אויך נישט...

ט: וואס?

ק: איך וויל אז מ'זאל מיך יא האבן געזעהן...

ט: ס'איז געווען פיינפול די שפיר אז מ'זעהט דיך נישט?

ק: יא.

ט: וויאזוי אנטלויפסטו דערפון?

ק: שמייכלט. דורכ'ן נישט מצליח זיין.

ט: וויאזוי?

ק: יעדער איז מצליח, אבער איך בין אנדערש. איך בין נישט מצליח.

ט: זיך פארשטעלן ביידע. סיי די ווייטאג פון די שפיר אז מ'זעהט מיך נישט. און סיי די עצה פון נישט מצליח זיין.

ק: שעמט זיך.

ט: וואס האט איינס מיטן צווייטן?

ט: פון די פלאץ אז קיינער זעהט דיך נישט. זאג: אויב איך גיי עכט עכט עכט נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן...

ק: מיינט מוחל זיין דערויף. וויאזוי קען איך עס מוחל זיין.

ט: וואס שפירט יענע חלק ווען דו זאגסט: איך בין מוחל וואס איך שפיר יעצט, איך גיי מיך אויסדרייען און נעמען די הצלחות וואס השי"ת געט מיך.

ק: ניין.

ט: פארוואס? זיי נישט קיין נאר. דריי דיך אוועק און דשאסט נעם די הצלחות פון השי"ת און שוין.

ק: דאס מיינט אז איך עקזיסטיר נישט עכט.

ט: פארוואס נישט? דשאסט דריי דיך אויס, און שטרעק אויס דיין האנט, און נעם די הצלחות וואס השי"ת וויל דיך געבן?

ק: די גאנצע דשוס פון מיין עקזיסטענץ איז דארט. איך האב געוואלט אז מ'זאל מיך מיך זעהן! און קיינער האט זיך נישט וואוסנדיג געמאכט.

ט: וואס איז די עקזיסטענץ וואס דו גייסט באקומען טאמער מ'קוקט יא?

ק: איך בין א זאך. אבער איך וויל נישט עכט אז מ'זאל מיך זעהן, ווייל איך שעם מיך. אבער דאך איך האב פארלוירן א געלעגנהייט. ווען זיי וואלטן געקוקט, וואלט איך מיך מער געטראפן. יעצט, בין איך נישט דעס.

ט: זאג זיי: איך בין זייער קלאר איבערצייגט אז נאר אויב ענק קוקן אויף מיר און זעהן מיין עכטע איך, נאר דעמאלטס קען איך טרעפן מיין עקזיסטענץ. אויב נישט האב איך נישט קיין וועג וויאזוי דאס צו טרעפן.

ק:

ט: וואס וואלט געווען אויב דו ביסט מוחל אז דו האסט פארפאסט די געלעגנהייט.

ק: וויאזוי קען איך מוחל זיין. אזוי גייט עס? סתם ווייטאג און זיך גיין ווייטער?

ט: זיך זעהן מצליח זיין. וואס קומט ארויף?

ק: ס'פעלט מיין 'איך'.

ט: און זאג: איך קען אפשר פרובירן צו אויסשטרעקן מיין הענט צו נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן, אבער מיין 'איך' גייט פעלן. ווייל איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו טרעפן מיין 'איך' נאר אויב מ'קוקט אויף מיר. ענק האבן נישט געקוקט, נישט באמערק, געענדיגט. און אויך קען איך נישט מוחל זיין אז מ'האט נישט באמערקט. סתם ליידן, און זיך גיין ווייטער.

ק: טאקע אזוי.

ט: אין יענע חלק וואס ווייסט צו זאגן פון די ווייטאג אז מ'באמערקט דיך נישט, וואס ערווארטסטו גייט געשעהן, אויב דו ביסט עכט עכט מוחל.

ק: איך געב אויף אויף קאנטראל. איך לאז מיך אריינשטופן אין די ענדלאזיגקייט פון נישט באמערקט, דאס מיינט פון אומעקזיסטירנד.

ט: פארוואס? דשאסט זיי מוחל. און נעם די הצלחות.

ק: איך קען נישט.

ט: פארוואס? וואס גייט זיין.

ק: איך לאז מיך אריינפאלן אין אומעקזיסטירנדער עקזיסטענץ.

ט: און וואס עררייכסטו אז דו ביסט נישט מצליח, אז דו כאפסט אוועק דיין האנט פון נעמען די הצלחות?

ק: יעצט עקזיסטיר איך.

ט: זיך זעהן מצליח זיין, וואס קומט ארויף?

ק: שמייכלט. איך ווער אויס עקזיסטירנד. אוודאי וויל איך נישט.

צעטיל: איך קען אפשר פרובירן צו אויסשטרעקן מיין הענט צו נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן, אבער מיין 'איך' גייט פעלן. איך גיי שפירן אומעקזיסטירנד. ווייל איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו טרעפן א 'איך' נאר אזא איך וואס מ'באקומט ווען מ'באמערקט מיין טיפע איך. ענק האבן נישט געקוקט, נישט באמערקט, געענדיגט. און אויך קען איך בשום אופן נישט מוחל זיין אז מ'האט נישט באמערקט. ווייל דאס מיינט זיכער מסכים זיין צו זיין אומעקזיסטירנד.

והשם הטוב יעזור
אטעטשמענטס
ליקח המתנה של הצלחה מאת השם י.pdf
(96.18 KiB) געווארן דאונלאודעד 63 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך רעד בעיקר צו די געוויסע טיפ מענטשן וואס ביי זיי איז זייער 'מוד' דער עיקר אין זייער לעבן. זיי זענען אגאנצן טאג זייער צוגעבינדן צו זייער 'מוד'. זיי שווימען אין זייער מוד. און זיי זענען שטארק אינטערעסירט וויאזוי עס איז. און דאס טרייבט זיי זייער שטארק.

איך האב ליב צו טרעפן נייע ענינים אין מיין נפש. לעצטענס האבעך אנגעהויבן טראכטן וועגן 'מוד'. וואס איז דאס 'מוד'. וואסערע השפעה האט עס אויף געוויסע טיפ מענטשן. (ווען איך שרייב 'א מענטש' מיין איך באמת מיך. איך בין דאך נאך קיינמאל נישט געווען קיינעם.) צו טרייבט עס די מעשים, מחשבות, רעיונות, ווי ווייט, און וויאזוי.

איך וויל זאגן אז 'מוד' קען האבן א שטארקע השפעה אויף געוויסע טיפ מענטשן. טאקע נישט אויף יעדעם, אבער ס'דא געוויסע טיפ פון מענטשן וואס זיי ווערן זייער נשפע פון זייער מוד. און די פראבלעם איז אז זיי כאפן נישט. זיי כאפן נישט אז זיי זענען יעצט אין א געוויסע 'מוד', און אז דאס איז יעצט משפיע אויף זייערע מעשים, מחשבות, רעיונות. זיי כאפן נאר אז זיי טראכטן יעצט, אז זיי ווילן יעצט, אבער זיי כאפן נישט אז זיי ווערן געפירט פון זייער 'מוד'. זיי מיינען ביי זיך אז דאס וואס איך טו, דאס וויל איך טון. זיי שפירן: פאר מיר איז דאס יעצט וויכטיג צו טון. זענען איבערצייגט: דאס וואס איך האלט, דאס איז מיין שיטה. זיי כאפן נישט אז זיי ווערן געפירט פון זייער מוד. אז די מוד וויל עס טון. נישט זיי.

וואלטן זיי געכאפט, און וואלטן זיי געוואוסט וויאזוי דאס צו טוישן ב"ה, וואלטן זאכן געווארן סטאביליזירט.

לאמיר אויסשמועסן און זיך פארטיפן דערין, און עס אויסברייטערן.

וואס מיינט: ד' דברים צריכים חיזוק? טראכט: וועלכע חלק אין דיר באקומט די חיזוק? דיין 'מוד'. ס'דא טיפ מענטשן וואס אלעס וואס זיי טוען קומט לויט די 'מוד'. און ס'איז טיפער ווי מ'מיינט. לאמיר נעמען די מאמר חז"ל: אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ. וואס מיינט 'לבו חפץ'? 'מוד'. פון דעם רעד איך. דאס איז וואס איך רוף 'מוד'. לבו חפץ.

יעצט, לאמיר זאגן אז דער טיפ מענטש באקומט א 'מוד' צו לערנען מסכת ברכות. וואס איז די סיבה פארוואס ער האט באקומען אזא מוד? קען זיין ווייל ער האט פונקט יענע רגע געוואלט שפירן דעם טעם פון די אגדתא וואס איז אין מסכת 'ברכות'. יעצט, ער עפנט א 'ברכות', און ער זעהט אז די מציאות פירט אים נישט צום טעם וואס ער האט גע'חלומ'ט אז ער גייט באקומען, און זיין 'מוד' פליהט ארויס. איז אפילו ער גייט ווייטער לערנען, איז אבער די מוד ארויסגעפלויגן. און אז די מוד איז ארויסגעפלויגן, וואס גייט אים צוהאלטן דערצו? איך וויל עס נאך ברייטער און טיפער אויסשמועסן. אם ירצה השם.

אבער געדענק די קשיא: אויב די מוד איז ארויסגעפלויגן, וואס גייט אים יעצט צוהאלטן דערצו? וואס זאל האלטן דעם מענטש אין א טרעק? אין א סדר? אויסצופירן פליכטן? אויב אלעס איז נאר די מוד? פארשטייסט מיין קשיא?

קוק: אויב וואלט די וועלט געלאפן דורך מוד, וואלטן זאכן געקענט אויסגעפירט ווערן? טראכט! פון מוד קענען ווערן זייער גוטע חלומות. א מענטש חלומ'ט לויט זיין מוד, אבער צו וואלטן עכטע מעשים געקענט געטון ווערן אויף די וועלט אויב נאר דורך מוד? א מוד איז אזאך וואס טוישט זיך. דערפאר זאגן חז"ל ארבעה דברים צריכין חיזוק. ווייל אויב דו ווילסט לערנען, אויב דו ווילסט בויען א הויז, אויב דו ווילסט עפענען א גמ"ח, די רצון דערצו קומט פון א מוד. אבער נאכדעם דארף מען אנהאלטן דעם מוד, און דאס מיינט 'חיזוק'.

ס'דא געוויסע טיפ מענטשן וואס אסאך מאל טרעפן זיי זיך שמועסן מיט איינעם א געוויסן ענין, און די סיבה דערצו איז נאר די 'מוד'. ער איז יעצט אין דעם 'מוד'. וועסט אים זאגן אז מ'דארף יעצט צינדן חנוכה לעכט, וועט זיך אים נישט אזוי וועלן. יעצט צינדן חנוכה לעכט? ביי אים איז חנוכה לעכט נישט נאר די חיוב דערפון. די צייט דערפון. ביי אים איז עס די 'מוד' וואס באלאנגט צו חנוכה לעכט צינדן. חנוכה לעכט האט ביי אים א געוויסע 'מוד' וואס יענע 'מוד' דארף וועלן צינדן די לעכט. נישט נאר זיינע הענט דארפן עס צינדן. די מוד דארף עס וועלן צינדן. ביי אים איז די מענטש וואס דארף עס טון, די מוד וואס דארף עס וועלן. אזוי האט ער אייביג געוואוסט. אויב די מוד וויל נישט יעצט צינדן חנוכה לעכט, נו, ווער איז דא עס צו טון?

פאר איך גיי מיך נאך דערגרינטעווען מער אין מער אין דעם מין התגלות הנפש וואס איז זיך בוחן אלץ 'מוד', לאמיר קודם געבן עצות וויאזוי מ'האנדלט דערמיט. און איך רעד צו מענטשן וואס ווערן בעיקר געטריבן פון זייער 'מוד'

די ערשטע זאך איז: נעם אן דיין 'מוד'; זיי עס נישט מזלזל. דו דארפסט פארהאנדלן דערמיט מיט מיטגעפיל. געדענק: דו דארפסט שטארק אכטונג געבן דערויף. נישט נאר ווייל ס'איז א חלק פון דיר אליין, ס'איז דיין מוד. נאר בעיקר ווייל דאס איז וואס טרייבט אלע דיינע מעשים, מחשבות, געפילן, רעיונות, אלעס. דאס איז וואס האט השפעה אויף דיין טאג, אויף דיין חודש, אויף דיין יאר, אויף דיין לעבן. אויף דיך און אויף דיינע ארומיגע.

האנדל בעיקר נאר מיט די 'מוד' אין וואס דו ביסט יעצט. אבער האנדל. נישט לאז עס זיין וויאזוי ס'וויל זיין. ניין, נעם קער דערפון.

זאג נישט: אוי, איך האב פארגעסן צו קער נעמען פון מיין מוד, און דערפאר האלט איך יעצט דא. זאג עס נישט. זאג: וואס קען איך יעצט טון, טראכטן, כדי צו טוישן מיין יעצטיגע מוד צום גוטן.

די חובת הלבבות אין שער יחוד המעשה פרק ו שרייבט: אבל הזהירות במחשבה ושמירתה ראוי לך שלא תתעלם לפקוד מחשבתך ורעיוניך ושרעפי לבך כי רוב ההפסד והתקון במעשים לא יהיה כי אם מחמתם כפי תקונם והפסדם כמו שאמר הכתוב (משלי ד) מכל משמר נצור לבך כי ממנו תוצאות חיים ואמרה תורה (בראשית ח) כי יצר לב האדם רע מנעוריו ואמר (דברים לא) כי ידעתי את יצרו ואמר (ד״‎ה א כח) כי כל לבבות דורש ה׳ ‎‎וכל יצר מחשבות מבין ואמר (דברים ל) כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו ואמר וכו'

פון דעם זעהט מען אז מ'דארף זיך פארלייגן אויף וואס עס טרייבט דעם מענטש. די מחשבות, רעיונות. און דא ביי אונז: מוד

געדענק, און חזר דיך עס איין: מיין 'מוד' מעג זיין וויאזוי ס'וויל זיין, מיינט דאס אבער נאך אלץ נישט אז מ'קען עס נישט געבן א טויש אין איין רגע. א געפיל קען מען נישט טוישן. אויב מ'איז אין כעס אויף איינעם, קען מען עס נישט טוישן אזוי שנעל. א 'מוד', וואס איז א מוד? א מוד איז נישט קיין געפיל.

א מוד איז לויט וויאזוי מיין באוואוסטזיניגקייט נעם אינאכט דעם יעצטיגן מצב.

צום ביישפיהל: וואס טוט מכריע זיין צו איך זאל יעצט צוריקענטפערן איינעם, זיך טענה'ן מיט איינעם, אויפווייזן מיין פינטל, אדער איך זאל יעצט זיצן רואיג? די מוד.

אויב איך וועל ערלויבן מיין מוד צו ברויזן, וועט זי ברויזן. אבער אויב איך וועל טראכטן עפעס צו בארואיגן דעם ברויז, צום ביישפיהל איך וועל טראכטן: איין מינוט, איך האב דאך וויכטיגערס צו טון יעצט. עס עקזיסטירט נישט יעצט נאר יענעמ'ס טענות. עס ברענגט אריין אין מיין באוואוסטזיין פאקטן וואס טוישן מיין מוד.

א מוד, אפילו ס'איז ווי שטארק ס'איז און עס טרייבט גאר שטארקע מעשים, איז עס דאך מיט דעם אלעם בלויז א מוד, און מ'קען עס טוישן. חזר דיך דאס איין.

איך וועל דיר געבן א ביישפיהל: דו ביסט עלעוו אזייגער ביינאכט אין די גיסטע צו הערן עפעס א האט ליין, און איינער דערמאנט דיך אז מ'דארף יעצט טון דאס און דאס, אדער מ'דארף גיין שלאפן. פלוצלינג ווילסטו עס שוין נישט הערן. וואס איז געשעהן? די איין דערמאנונג האט פשוט געטוישט דיין גאנצע ריזיגע גיסטע וואס האט דיך אריינגעשלעפט אינעם האטליין. קומט אויס אז די גיסטע איז נאר א גיסטע. כאטש ס'קען פירן צו מאכטפולע מעשים. איז עס אבער בלויז א גיסטע. און דאס דארף מען גוט איינ'חזר'ן. עס איז בלויז א מוד.

איך רעד נישט פון א געפיל. איך רעד פון א מוד. די אופן וויאזוי א מענטש זיצט אדער שטייט, האט מיט די מוד. קוק גוט וועסטו זעהן ווי ס'האלט זיך אין איין טוישן. איך רעד נישט פון געפיל. איך רעד פון א מוד.

א געפיל דויערט צייט צו בארואיגן. א מוד איז אזאך וואס מ'קען טוישן אין א רגע. געב א צינד אן א ניגון, און דיין מוד וועט ווערן געטוישט. געב א טראכט פון א גוטער פריינד און דיין מוד וועט ווערן געטוישט. דאס איז נישט געפיל. דאס איז מוד.

טראכט אריין: כאטש ס'טרייבט מעשים איז עס בלויז א מוד. מ'קען עס טוישן. מ'דארף עס נישט טוישן מיט געוואלד, אבער מ'קען זיך צוגעוואוינען דאס צו טוישן.

די סטעפס צו טוישן א מוד איז ווי פאלגנד: די ערשטע סטעפ איז הכרה. באוואוסטזיניג דיר אז דו ביסט יעצט אין א געוויסע מוד. טו נישט ווייטער וואס דו טוסט אן דער הכרה. גיי נישט ווייטער טראכטנדיג אז דו ווילסט עס טון. טראכט: איך בין יעצט אין א געוויסע מוד, און דער מוד פירט מיך. מיט דעם אליין האסטו געטון די ערשטע סטעפ.

די צווייטע סטעפ איז מעשה. הייב אן צו טון זאכן וואס קענען דיך אריינלייגן אין א אנדערע מוד, די ריכטיגע מוד.

דריטע סטעפ איז השפעה, געב א קוק וואסערע השפעה די זאך וואס דו האסט געטון האט אויף דיין מוד. געב א קוק, געב אכט, האלט קאפ וויאזוי ס'טוישט זיך. נישט נאר ווייל ס'וועט דיר זיין אינטערעסאנט. נאר אויך ווייל דו וועסט דיך קלאר איבערצייגן אז דאס וואס דו האסט פריער געוואלט טון האט מיט דיין מוד און נישט מיט עפעס אנדערש.

געב א קוק א ביישפיהל. דו ווילסט שמועסן, און ס'שפעהט צו מנחה, און דו געסט א טראכט פון די זייגער: פלוצלינג טוישט זיך דיין מוד וואס טרייבט דיך צו שמועסן. ווייל דו הייבסט אן זעהן די ענין פון צייט. די ענין אז מ'קען נישט יעצט סתם איך ווייס וואס טון. דער עיקר איז: פאוקעס בעיקר אויף דיין מוד. פאוקעס נישט צו זיין דאהי. די חשבון איז זייער פשוט: אויב דיין מוד איז וואס טרייבט דיך, לייג דיין אויג אויף דיין מוד. וואס האסטו מיט דיינע מחשבות? דו דארפסט טוישן דיין מוד. האסט גארנישט פון טוישן מחשבות. האסט גארנישט פון וויסן אז דו דארפסט עפעס טון. אבער ווען מ'טוישט די מוד, דאן איז שוין גאר עפעס אנדערש.

יעצט, ווי מער דו וועסט דיך צוגעוואוינען צו טון די דריי זאכן. א) באוואוסטזיניגן: איך בין יעצט אין א געוויסע מוד, און דאס טרייבט מיך יעצט, ב) טון זאכן וואס נעמען דיך אוועק פון דעם מוד. ג) זעהן וואסערע השפעה ס'האט אויף דיין מוד. אין קורצן: הכרה, מעשה, השפעה.

הכרה מיינט: איך באוואוסטזיניג מיך אז אלעס וואס איך טו יעצט, אדער טראכט יעצט, אדער רעד יעצט, קומט פון מיין מוד. וואלט עס געווען א אנדערע מוד, וואלט נישט געווען אזאנע דיבורים, מעשים, מחשבות, רעיונות. (און איך רעד צו אזאנע וואס די מוד פירט זיי). מעשה מיינט: טו עפעס וואס גייט האבן אן השפעה אויף דיין יעצטיגע מוד. השפעה מיינט: געב א קוק וויאזוי עס טוישט דיין מוד.

לאמיר געבן א ביישפיהל: דו פיהלסט צעבראכן ביי דיר. דו האסט נישט די מוד זיך צו נעמען דאווענען. דו ביסט צעבראכן וועגן צרות ישראל השם ירחם. יעצט, די ערשטע איז: הכרה. איך קען נישט דאווענען, נישט ווייל איך וויל נישט, נאר ווייל מיין מוד איז נישט סטאביליזירט. זיי מכיר: איך בין געפאלן ביי מיר, דערפאר וויל זיך מיר נישט דאווענען. צווייטע סטעפ איז: מעשה. זאג אפאר קאפיטלעך תהלים וואס דו ווייסט אז ס'קען דיר אויפהייבן דיין מוד. אוי הייליגער באשעפער קוה אל ה' חזק, דו באשעפער ווארטסט אויף מיינע תפילות... אדער עפעס א אנדערע זאך. און די דריטע סטעפ איז השפעה. געב א קוק וויאזוי דיין מוד טוישט זיך און עס הייבט זיך.

די דריטע סטעפ פון 'השפעה' איז וויכטיג, ווייל דאס וועט דיך איינגעוואוינען צו ווערן און זיין מער און מער באוואוסטזיניגט אז עס האט מיט דיין מוד.

די סטעפס האב איך אויפגעטראכט.

געדענק: אויב דו ווילסט האבן א סטאביליזירן טאג, איז דיר זייער וויכטיג צו האבן א סטאביליזירטן מוד. ווייל ווער און וואס פירט דיין טאג? דיין מוד. דו ביסט אזא סארט טייפ. דערפאר פארלייג דיך עס צו סטאביליזירן. קום מיך נישט זאגן: 'נשמה' דו פארשטייסט מיך נישט. איך פארשטיי דיר יא. דיין מוד וואקלט, דו ביסט אנגעווייטאגט, און בכלל ווערסטו פארשלעפט פון דיין אייגענע גיסטע, און דו ביסט צעבראכן וועגן דעם אליין אז דו ווערסט פארשלעפט, דו קענסט פלוצלינג אריינפאלן אין טענות ומענות אויף איינעם. דאס קומט פון וואקסינען? פון עסן נישט געזונטע עסן? פון וואס קומט עס? איך ווייס נישט. אבער דאס ווייס איך יא, אז דו דארפסט דיך פארלייגן אויף דיין מוד.

ווען מ'ליגט אין בעט ארבעט עס נישט, ווייל מ'קען נישט אזוי גרינג טון די צווייטע סטעפ, די סטעפ פון מעשה איז דאך שייך. נישט אומזיסט שטייט: להתגבר כארי אן קיין חשבונות. אבער די עבודה ווען מ'איז נישט אין בעט, קען האבן אן השפעה אויף אויפשטיין פרי.

סטאביליזיר דיין מוד, סטאביליזיר דיין טאג.

פאר אזאנע מענטשן איז כדאי צו האבן א טאג פון פארשידענע מעשים וואס איז דירעקט אויסגעשטעלט צו משפיע זיין אויפן מוד. דו שטייסט אויף? זאג מודה אני! נישט סתם זאג עס, נאר טראכט אריין דערין כדי דאס זאל האבן אן השפעה אויף דיין מוד. שטעל דיך נישט סתם אזוי דאווענען. ברענג דיך אריין דערין. דיין מוד איז די טרעק אויף וואס דיינע 'רעיונות, געפילן, מחשבות, וכו' וכו'' גייען לויפן.

לאמיר זיך פארשטעלן איינער וואס האט דאס גענומען אין באטראכט און אויסגעשטעלט זיין טאג אויף אזא אופן. ער זאגט אזאנע תפילות, פארטיפט זיך אין ספעציעלע קאפיטלעך תהלים, אדער לערנט אזאנע זאכן יעדן טאג וואס איז דעזיגנירט צו האבן אן השפעה אויף זיין מוד.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
מוד.pdf
(100.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 62 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די פריערדיגע ארטיקל וועגן 'מוד' איז גאנץ גוט. אבער עס איז מער פאר מחנכים און משפיעים. א מענטש אליין ווייס איך נישט צו עס איז שייך צו ארבעטן אויף די 'מוד'.

יעצט וויל איך גיין ווייטער מיט א סעשאן בנוגע 'הצלחה'. און דער אייבערשטער זאל מיר העלפן.

ט: א גוטן

ק: א בעסערן.

ט: לאמיר דיר פרעגן. ס'איז געווען אמאל א צייט אין דיין לעבן, ווען דו האסט געטראכט פון אזא זאך ווי האבן הצלחה?

ק: יעדע מאל דו הייבסט אן רעדן דערפון, וויל איך דערפון נישט הערן אפילו. ס'ברענגט מיר ארויף א עקל. איך וויל נישט מצליח זיין. פאר'דוקא.

ט: און אפשר קען מען פרובירן אריינקריכן אין די טיפענישן און פרובירן זעהן וואס עס האלט דיך צוריק?

ק: איך שפיר ווי אויב איך האב הצלחה פארליר איך קאנטראל. דאס מיינט אז יעצט ווייס איך אז איך בין נישט מצליח. אבער הצלחה געב איך מיר איבער.

ט: וויאזוי ווייסט זיך דיר אז דו ווילסט נישט מצליח זיין? אפשר ווילסטו יא?

ק: איך שפיר ווי צווישן מיר און הצלחה איז דא א וואנט. איך האב מורא פון די אנדערע זייט וואנט.

ט: וויאזוי פיהלט זיך דיר די אנדערע זייט וואנט? לאמיר זאגן אז בהכרח ביסטו דארט אריינגעפאלן. וואס איז יעצט?

ק: איך פארליר עפעס.

ק: איך פארליר מיך אליין. איך קען נישט פראצעסירן מיינע געפילן.

ט: וואס איז אזוי וויכטיג צו פראצעסירן דיינע געפילן? איז נישט געווען אמאל אין דיין לעבן ווען דו האסט יא מצליח געווען, און דאך געווען מעגליך צו פראצעסירן דיינע געפילן?

ק: הצלחה איז אזאך וואס לויפט צו שנעל.

ט: און?

ק: איך וויל זיין מער אין די זייט פון די רחמנות'דיגע מענטשן.

ט: א מוצלח איז מער נישט Safe?

ק: איך שפיר ווי איך שטעל מיך אפ. איך קוק אויף די וואס זענען נישט מצליח. און איך באהאלט מיין הצלחה. איך פיל מיט מיט זיי. איך וויל נישט אז מיין ברודער זאל זעהן אז איך האב הצלחה.

ט: וואס קען געשעהן?

ק: ס'וועט אים ווייטון.

ט: זאג אים: "..." איך ווייס קלאר אז עס גייט דיך שטארק ווייטון אויב איך גיי עכט עכט מצליח זיין, און דו גייסט זעהן אז איך קען יא. איך האב דיך זייער ליב מיין טייערער ברודער. און איך וויל נישט אז ס'זאל דיך ווייטון. איך גיי צוריקהאלטן מיין הצלחה מיט אלע כוחות. איך גיי מיך פארקוועטשן. וויאזוי קען איך דיך אפהיטן פון ווייטאג? איך קען מיך נישט לאזן מצליח זיין. סאו, יעדע מאל איך שפיר אז אט אט איך גיי מצליח זיין. וועל איך עס צוריקהאלטן.

ק: עמאושענעל.

ט: צו ווייסטו אין דיין לעבן, ווען דו האסט יא מצליח געווען, און דו האסט גאר געמאכט אז דיין ברודער וואס דו האסט אזוי ליב זאל זיך גאר פרייען?

צעטיל: "..." איך ווייס קלאר אז עס גייט דיך שטארק ווייטון אויב איך גיי עכט עכט מצליח זיין, און דו גייסט זעהן אז איך קען יא. איך האב דיך זייער ליב מיין טייערער ברודער. און איך וויל נישט אז ס'זאל דיך ווייטון. איך גיי צוריקהאלטן מיין הצלחה מיט אלע כוחות. איך גיי מיך פארקוועטשן. וויאזוי קען איך דיך אפהיטן פון ווייטאג? איך קען מיך נישט לאזן מצליח זיין. סאו, יעדע מאל איך שפיר אז אט אט איך גיי מצליח זיין. וועל איך עס צוריקהאלטן. צו ווייס איך אין מיין לעבן ווען איך האב יא מצליח געווען, און גאר געמאכט מיין ברודער זאל זיך אמת'דיג אינערליך פרייען?

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
הצלחה ג.pdf
(81.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 55 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בסיעתא דשמיא.

איך ווייס קלאר אז עס גייט דיך שטארק ווייטון אויב איך גיי עכט עכט מצליח זיין, און דו גייסט זעהן אז איך קען יא. איך האב דיך זייער ליב מיין טייערער ברודער. און איך וויל נישט אז ס'זאל דיך ווייטון. איך גיי צוריקהאלטן מיין הצלחה מיט אלע כוחות. איך גיי מיך פארקוועטשן. וויאזוי קען איך דיך אפהיטן פון ווייטאג? איך קען מיך נישט לאזן מצליח זיין. סאו, יעדע מאל איך שפיר אז אט אט איך גיי מצליח זיין. וועל איך עס צוריקהאלטן. צו ווייס איך אין מיין לעבן ווען איך האב יא מצליח געווען, און גאר געמאכט מיין ברודער זאל זיך אמת'דיג אינערליך פרייען?

ק: עס איז דא אין מיר א ווידערשטאנד צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף די אינהאלט פון דעם צעטיל. איך קען עס נישט עכט שפירן.

ט: זאג: אויב איך גיי מיך עכט לאזן שפירן אז דאס איז דער אמת מיט מיר" און ענדיג עס

ק: גיי איך שפירן א פאלשע זאך. ס'קומט מיך ארויף פעין. (מיין קאפ פליהט אוועק.) וועגן דעם זאל איך נישט מצליח זיין.

סאו די צעטיל איז: איך האב מורא צו ווערן אין טאטש אז מיין אי הצלחה האט צו טון דיך אפצוהיטן פון ווייטאג. ווייל אויב איך גיי ווערן אין טאטש דערמיט, גיי איך איינזעהן דעם אמת, אז נאר וועגן דעם בין איך נישט מצליח. און עס גייט מיך זייער ווייטון.

ביז דא אין איין סעשאן.

ק: איך וואונדער מיך צו איך קען באשטיין צו ווערן אין טאטש מיט די עמאושענעל אמת פון די פאריגע צעטיל, צו נישט.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז אלעס פארוואס איך האב נישט מצליח געווען ביזן היינטיגן טאג קומט אלץ א שמירה נישט צו שאפן צער חלילה פאר... לאזט זיך עס שפירן?

ק: זייער סטופיד אז דאס איז דער אמת פארוואס איך בין נישט מצליח, אבער איך ווייס אז ס'איז אזוי, ווייל דאס האט די סעשאן געוויזן.

ט: זיך פארשטעלן אלץ יענע עידש, און איך זאג אים: איך גיי זיין א גרויסע מוצלח.

ק: ס'טוט אים וויי.

ט: זיך פארשטעלן אז איך בין מצליח...

ק: איך זעה נייע פלעצער, נייע וועגן, וואו איך בין נאכנישט געגאנגען. עס פילט זיך נישט סעיף.

ט: איך זעה אז דו טרעפסט כאילו אן אביעקט וואס אנטהאלט אין זיך די אומזיכערקייט פון די נייע וועגן. וואס זאגט עס?

ק: שאקל נישט. איך וועל נישט וויסן וויאזוי צוריקצוקמען.

ט: איז געווען אמאל א צייט אין לעבן ווי איך האב באמת געוואלט מצליח זיין אלץ א נארמאלער מענטש כשאר גוברין יהודאין מוצלחין.

ק: איך פיל ווייטאג.

ט: האבן גאר שטארקע עמפאטיע מיט זיך

ק: עס קומט זיך מיר נישט קיין הצלחה.

ט: פארוואס? אבער מיט דעם אלעם. איז אמאל געווען א צייט ווען איך בין צוגעגאנגען צו די וועלט אלץ א רוצה להצליח, אז ס'זאל זיין א שטארקע וברכתיך.

ק: (עס קומט נישט עכט ארויס עפעס זאכליך)

ט: זיך פארשטעלן ווען איך בין יונג, און איך האב גרויס ארטיגע פלענער פון הצלחה.

ק: איך בין דערשראקן פון די וועלט.

ט: געדענקן גוט וואס מ'פילט יעצט. נישט אז מ'זאל נאכאמאל דארפן מאכן א סעשאן. איך פיל דערשראקן פון די וועלט.

ט: זיך פארשטעלן ווי איך בין יונג, און איך האב גרויס ארטיגע פלענער פון הצלחה. וואס קומט ארויף?

ק: ניין. טו עס נישט.

ט: דריי דיך אויס און פרעג אים "פארוואס נישט"

ק:

ט: אויב איך גיי וועלן מצליח זיין.

ק: עס פילט זיך ווי איך וויל אזאך אליין. אנדערש ווי מיין טאטע מאמע.

ט: און וואס איז?

ק:

ט: איך זעה א פאוקעס אויף די אייגענע ווילן. וואס איז עס?

ק: איך האב נישט געשפירט אז איך מעג אליין האבן פלענער.

ט: און ווען דו טוסט עס טראץ דעם?

ק:

ט: פון יענע פאזיציע זאג: איך וויל טרעפן וואס איך וויל, און איך וויל מצליח זיין.

ק: ס'קומט מיך אריין פעטש, דערנידערונגען, גארנישט ווערד.

ט: זאגן: מיט דעם אלעם

ק: איך פיל אז איך בין א קליינע ברעקעלע.

ט: זאגן: איך קליינע ברעקעלע, וויל מצליח זיין אין מיין לעבן אזוי ווי אלע...

ק: זייער שווער. איך קען נישט.

ט: זאגן: איך וויל מצליח זיין אין מיין לעבן אזוי ווי אלע יודישע קינדער.

ק: די וועלט איז זייער א הארטע שטרענגע וועלט.

ט: און?

ק: איך וויל נישט פארוואנדלט ווערן אין אזא סארט זאך.

ט: איך וויל בלייבן א?

ק: אהא... דאס בין איך. דא שטיי איך יעצט. יא, איך האב אויסגעפירט...

ט: זיך זעהן יונג. און זעהן די וועלט ווי יעדער איז מצליח, יעדער קומט, טוט, און האט הצלחה ב"ה. און זאגן: איך גיי נאך אמאל זיין אזוי ווי ענק

ק: נישט גוט. (אז אזוי פילט זיך עס)

ט: וואס ערווארט איך - פון יענע פאזיציע - גייט זיכער געשעהן אויב איך לאז אינגאנצן אריינקומען אין מיר די רצון צו מצליח זיין.

ק: ס'ווערט שטארק אונטערדרוקט.

ט: פון וועם? פון וואס?

ק: מ'ערלויבט נישט אז איך זאל האבן אייגענע מחשבות.

ק: ס'שפירט זיך פארוויינט.

ט: לאמיר גיין אזוי. ווען געדענק איך איז די ערשטע מאל ווען איך געדענק א מחשבה פון די ענין פון הצלחה. א צייט וואס ס'מאכט סענס אז איך האב געדארפט מאכן א דעסישאן וועגן די ענין פון פונקט אזוי מצליח זיין ווי יעדעם.

ק:

ט: איז געווען א צייט ווען איך האב יא געוואלט מצליח זיין

ק:

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז איך בין מצליח

ק: אומבא'טעמ'ט.

ט: וויאזוי האב איך אנגעקוקט די ענין פון הצלחה. וואס האט אלעמאל געמיינט די ענין אז גיי אויך דארפן מצליח זיין אין מיין לעבן?

ק:

ט: וואס גייט פאר?

ק:

ט: לאמיר נישט מורא האבן. לאמיר ארויסקומען מיט'ן אמת.

ט: זאגן אזוי: לויט וויאזוי איך ווייס מיך, און לויט וויאזוי איך ווייס די וועלט ארום מיך, ווייס איך טיף טיף אינעווייניג אין מיר, אז אויב איך גיי זיך לאזן האבן הצלחה גייט...

ק: זיין גוט

ט: נאכאמאל

ק: גייט זיין עפעס נישט גוט

ט: נאכאמאל

ק: גיי איך זיין ארויפגעקוקט און דאס איז א פראבלעם.

ט: נאכאמאל.

ק: גייט מען מיך ארויפקוקן און איך גיי עס נישט קענען האנדלן.

ט: נאכאמאל

ק: עס גייט מיך מאכן פראבלעמען.

ט: זאג עס נאכאמאל

ק: גייט מען מיך ארויפקוקן און איך גיי עס נישט קענען האנדלן.

ט: וואס ווייס איך וועגן דעם ענין אז מ'קוקט ארויף איינעם וועם מ'זעהט מצליח זיין?

ק: שמייכלט

ט: וואס איז די שמייכל

ק: ווייל איך האב אלעמאל געוואוסט אז דאס איז מיין פראבלעם

ק: (אטעמט אריין א טיפע אטעם)

ט: וויאזוי פילט זיך די געפיל צו דארפן האנדלן דערמיט.

ק: איך האב עס אסאך מאל. מאכן זיכער אז יעדער איז צופרידן. און אז יעדער פילט זיך גוט.

ט: לאמיר צוריקגיין אין די פריערדיגע 'פארוויינטע' פאזיציע. און זאגן: ווען איך בין מצליח פילט זיך עס אזוי...

ק: איך וויל צוריק אראפקומען זיין ווי יעדעם.

ט: מצליח זיין מיינט איך בין העכער ווי יעדעם?!

ק: ניין, ס'קען נישט זיין. הצלחה מיינט נישט העכער ווי יעדעם. הצלחה מיינט פונקט ווי יעדעם.

ט: יא?

ק: איך בין צעמישט דערוועגן.

ט: איך קען געדענקן זייט ווען הצלחה מיינט ביי מיר זיין מער ווי ארומיגע, אז ס'זאל אויספעלן אראפצוקריכן שנעל פון די לייטער?

ק:

ט: איך זע ווען איך בין געווען אין די פארמעסט האב איך אויך זיכער געמאכט אז יעדער איז העפי. האט דאס א שייכות?

ק: יאפ

ט: וואס איז עס?

ק: יעדער זאל מצליח זיין.

ט: וואס איז אויב דו קוקסט נישט אויף קיינעם.

ק: נייין.

ט: פארוואס?

ק: איך פיל זייערע הערצער.

ט: מיט דעם אלעם, דו גייסט אן.

ק: איך ווער נישט אנערקענט ביי מיין טאטע מאמע.

ק: איך ווער עפעס אזוי ווי לופט. א שלעכטער (?)

ק: איך פארליר קאנעקשאן.

ק: איך בין אליין אויף מיין אייגענס.

ט: איז שלעכט צו שפירן אזוי? איז עס עפעס נעגעטיוו אויף עפעס א וועג?

ק: איך קען מיך נישט געהעריג טרעפן.

ט: וואס טרעף איך יא?

ק: א מענטש וואס איז פאוקעסירט. איז אבער זייער איינגעטינקען אין זיין אייגענעם וועלט. איז קאלט צו ארומיגע.

ט: און וואס איז עס נעגעטיוו?

ק: איך בין נישט באליבט אויף דעם אופן. נישט אז איך בין נישט באליבט, נאר איך בין דאס אויך נישט.

ט: איך האב אלעמאל אזוי געוואוסט?

ק: איך פיל אז אזוי ווער איך א מענטש וואס קערט נישט.

ק: עס איז אנדערש ווי די ענווייראמענט אין וואו איך בין אויפגעוואקסן.

ט: זאגן: איך מוז אגאנצן צייט צוריק-קוקן וויאזוי ארומיגע זענען מיט מיין הצלחה? איך קען נישט סתם גיין און גיין און גיין. איך מוז שטארק קער נעמען דערויף.

ק: זאגט עס.

ט: ווייל אויב איך גיי אן?

ק: גייט מען מיך זיכער מאכן אז ס'איז סעלפיש.

ט: פארוואס גייט מען נישט דשאסט זעהן אז איך בין פונקט ווי יעדעם?

ק: איך בין נישט פונקט ווי יעדעם. איך בין מער ווי יעדעם. און איך דארף עס באהאלטן. מיין הצלחה וועט ארויסברענגען אז איך בין מער ווי יעדעם. און איך דארף עס באהאלטן.

ט: איך האב אלעמאל געוואוסט אז דשאסט מצליח זיין פונקט ווי יעדעם גייט אויפהייבן אויגן ברעמען?

ק: יא.

ט: איך מוז איינהאלטן מיין ענערגיע צו הצלחה. ווייל אויב נישט

ק: וועט זיין קנאה

ט: ווער האט מיך אריינגעלייגט אין קאפ אזא מעסעדש, איך ווייס?

ק:

ט: די קנאה פון וואס איך רעד, וואס איז עס?

ק:

ט: לאמיר זעהן אזוי: לאמיר זאגן אז איך מאך א גוטע סעשאן בעזרת השי"ת, און עס ווערט עכט בטל יעדע מין עמאושענעל לערנונג וועגן דעם, און איך ווער עכט עכט א מענטש וואס וויל זיין פונקט ווי יעדעם, מצליח זיין פונקט ווי יעדעם. און עס גייט אזוי געשעהן בעזהשי"ת. נאר וויאזוי פילט זיך עס?

ק:

ט: וויאזוי פילט זיך צו לעבן אז טראץ איך בין מצליח, בין איך ווייטער - אויף עפעס אן אופן - פונקט ווי יעדעם. אן דארפן זיכער מאכן. און נישט נאר דאס, נאר איך פארלירן נישט קיין שום קאנעקשאן.

ק: איך קען מיך נישט טרעפן. איך וויל זיין ספעציעל. איך וויל מיך טרעפן.

ט: פארוואס פעלט אזוי אויס אז איך זאל זיין ספעציל. חלילה איך וויל מיך נישט אליין טשעפענען. איך פרעג עכט.

ק: קיינער קוקט נישט אויף מיר. אזוי בין איך גארנישט. איך בין נישט פארהאנען.

ט: די געברויך צו זיין ספעציעל, איז אלעמאל אזוי געווען?

ק:

ט: זאג: איך, וואו בין איך?

ק: אלעס איז קאלט. דאס איז מיין איינציגע האפענונג צו זיין עפעס.

ט: זאגן: אויב איך גיי מצליח זיין, אדער זיך לאזן האבן די ענערגיע צו מצליח זיין, אבער טאקע מצליח זיין. דעמאלטס?

ק: וואו בין איך? הצלחה מיינט ארויסגיין פון מיין איך, ארויסגיין פון מיין ספעציעלקייט. זיין אזוי ווי די פורניטשור מיט די קאלטע טיש. און וואו בין איך?

ט: וואס האט הצלחה צו טון מיט פארלירן ספעציעלקייט?

ק: הצלחה מיינט ווי יעדער. עס איז די וועלט.

ט: און אפילו ווען ס'גייט פשוט אזוי ווי יעדעם?

ק: יעדעם?!

ט: הצלחה האט אלעמאל געמיינט יעדער?

ק: אויב איך דארף באהאלטן מיין אייגענע הצלחה, און זיין ווי יעדעם. אויב מיין הצלחה טאר גארנישט זאגן וועגן מיר, אז איך האב ספעציעלע מעלות, כדי איך זאל אפילו נישט האבן די חשש אז מ'איז מיך מקנא, און אויב אזוי מיט וואס בין איך איך?

ט: מיין ספעציעלקייט איז קנאה? ס'קען נישט לויפן: דשאסט ספעציעל, אבער נישט קנאה?

ק: דאס אליין אז איך בין עפעס זעהט מען אויך נישט איין.

ט: און אז מ'זעהט עס נישט איין? איך אליין מאך אפ ביי מיר אליין אז איך בין ספעציעל. איך בין. וויאזוי פילט זיך עס? קיינער וואלידעט עס נישט. אבער איך אליין בין דאך דאך איך אליין. וויאזוי פילט זיך עס?

ק: עס גייט נישט זיין קיין יוסטיץ. איך וויל אזוי שטארק די אנדערע וועג.

ט: זאג: אויב איך גיי אריינלאזן אין מיר מיין ענערגיע צו מצליח זיין אויף מיין וועג, צו טרעפן מיין ספעציעלקייט אויף מיין וועג. דעמאלטס?

ק: איך וויל מ'זאל מיך זעהן. יעצט איז שוין דערנאך. איך ווייס עס.

ט: בין איך גרייט צו מוחל זיין מיין עבר, און אנהייבן? זאגן: איך בין עס מוחל, איך בין עס מוחל. עס לאזן עכט גיין.

ט: זאג: אויב איך גיי מצליח אריינלאזן מיין ענערגיע צו מצליח זיין אויף מיין וועג, טרעפן מיין אייגענע ספעציעלקייט, און וויסן אז קיינער איז נישט מקנא. דשאסט פאר יעצט. אויף עפעס אן אופן איז קיינער נישט מקנא, יעדער איז צופרידן. איך טרעף מיין ספעציעלקייט. מיין וועג.

ק: קיינער זעהט מיך נישט.

ט: קנאה איז די איינציגע וועג וואס האלט מיך אז מ'זעהט מיך.

ט: זאגן: אויב איך גיי אריינלאזן מיין ענערגיע צו מצליח זיין אויף מיין וועג, טרעפן מיין אייגענע ספעציעלקייט, דאס מיינט נישט אז איך בין אנדערש ווי יעדעם. ווייל יעדער איז ספעציעל פאר זיך. און וויסן אז קיינער איז נישט מקנא. דשאסט פאר יעצט. אויף עפעס אן אופן איז קיינער נישט מקנא, יעדער איז צופרידן. איך טרעף מיין ספעציעלקייט. מיין וועג. און דאך זעהט מען מיך. אבער נארמאל.

ק: ניין.

ט: פארוואס?

ק: עס טוט מיך וויי אז מ'האט מיך געגעבן פעטש. עס איז זיך מיר נישט געקומען. גייט נישט אזוי. שלאגסט, און נאכדעם דארף איך נאך מצליח זיין אויך? וואס האט געמיינט די פעטש? איך וויל אים צוריקגעבן. ער האט איינגעשפארט מיין ענערגיע.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, ווי ער שלאגט, (ווער? ער.) און איך זאג: איך ערלויב מיין ענערגיע צו מצליח זיין אריינצוקומען, און זיין, אין מיר אינגאנצן. און איך גיי טון פעולות צו מצליח זיין דייקא.

ק: ס'איז א סתירה.

ט: וואס גענוי איז די סתירה.

ק:

ט: זאג אזוי: דיין פעטש מיינט אז איך דארף צוריקהאלטן מיין ענערגיע צו מצליח זיין.

ק:

ט: פון די פאזיציע וואס כאפט פעטש, זאג, אויב איך גיי ערלויבן אז ס'זאל אריינקומען אין מיר ענערגיע צו מצליח זיין געהעריג, ערווארט איך אז:

ט: פון יענע פאזיציע וואס כאפט די פעטש זאגן: דו ווילסט מיך זעהן אלץ א מוצלח.

ק: דו ווילסט מיך זעהן צעקלאפט.

צעטיל: די פעטש וואס איך כאפ יעצט מיינט אז איך דארף צוריקהאלטן מיין ענערגיע און עס גוט אראפקלאפן. וועגן צוויי זאכן. איינס, אז דיין כוונה איז מיך צוצוקלאפן. און איך בין מסכים דערצו אל די וועי, ווייל אויב נישט, נאר איך האלט ווייטער אן מיין ענערגיע צו וועלן מצליח זיין, געשעט א סתירה אין מיין קאפ. און ווער בין איך זיך קעגנצושטעלן. און צוויי כדאי זאלסט וויסן אז מ'שלאגט נישט. יעצט זעהסטו אז ס'לוינט נישט צו שלאגן.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
הצלחה ד.pdf
(91.84 KiB) געווארן דאונלאודעד 36 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הכל בעזרת השי"ת.

אין די סעשאן שרייב איך 'דו' כאטש ס'איז איין מענטש. די סיבה איז, ווייל מיט'ן רעדן צו מיר אליין מיט די ווארט 'דו' האף איך צו רעדן צו מיין אונטערנבאוואוסטזיין.

ק: איך האב א געוויסע sensation וואס שטערט מיך. איך ווייס נישט וויאזוי פטור צו ווערן דערפון. ס'קען זיצן ביי מיר אגאנצן טאג אין איין ציה. עס האלט זיך נישט ביים אפרוקן. איך ווער אזוי ווי סטאק דערמיט. אזא פארום פון OCD. אדער וואס.

ט: לאמיר פרובירן. די ערשטע זאך וואס מ'דארף געדענקען ווען ס'קומט צו קאוהירענס טערעפי אז די קערפער טוט פראדוצירן דעם סימפטאם ווייל אין א וועג פעלט זיך עס אויס פאר'ן אונטערנבאוואוסטזיין. דער מענטש ווייסט - אונטערנבאוואוסטזיין - אז אנעם סימפטאם וואלט ער נישט געקענט אויסהאלטן אנצוגיין. וואלט ער נישט געקענט אויסהאלטן צו זיין.

ק: אקעי, און דער אייבערשטער זאל שוין העלפן. איך לייד שוין פון דעם א פינף יאר אין איין ציה. עס גייט אזוי שווער. ס'איז מיר אזוי ביטער.

ט: אקעי. לאמיר פרובירן וואס מ'קען טון. און השי"ת זאל העלפן. די ערשטע זאך ביי קאוהירענס טערעפי מוז מען טרעפן ווען די סימפטאם צינד זיך אן, אדער ווערט שטערקער. מ'דארף כאפן גענוי ווען עס געשעהט, אדער ווערט שטערקער. צו ווייס איך ווען ס'געשעט מער?

ק: ביים דאווענען ווערט עס מער און מער. אבער צומאל אפילו נאכן דאווענען. איך האב מורא אז איך קען נישט געדענקען ווען פונקטליך ס'רוקט זיך אן. איך האב דאס שוין א היפשע פאר יאר. ס'גייט מיר אויף די נערווען.

ט: די תחבולה וואס קומט יעצט איז, זיך צו פארשטעלן ווי מ'איז אין א מצב ווי אלעס - אבער אלעס - גייט אן ווי געווענליך, חוץ ממש די סימפטאם. נאר די ריספאנס איז נישטא. צו קענסטו פרובירן זיך אויס'משל'ן אז דו ביסט אין די זעלבע מצב ווי די ריספאנס געשעהט שטארק, אבער נישט די סימפטאם. פרוביר

ק: איך האב מורא אז ס'קומט ארויף שטותים. למשל: איך האב נישט ליב מיין לעבן. איך האב נישט ליב די וועג וויאזוי איך גיי אן. יעצט האב איך עס גאנץ שטארק. איך קען מיך שווער פארשטעלן אז איך בין אָן די סימפטאם. איך גיי אבער פרובירן.

ט: זיך פארשטעלן ווי עס איז דא גענוי אזא פלאץ מיט גענוי דער זעלבער מענטש ווי איך בין. דער מענטש ווייסט גענוי די זעלבע וואס איך ווייס. סיי וואס ער ווייסט וועגן זיך, סיי וואס ער ווייסט וואס עס גייט זיין. פרובירן זיך פארצושטעלן אז דער מענטש ווייסט אלעס וואס איך ווייס. אבער איין זאך: דער מענטש עקספיריענסד נישט דער סימפטאם. אלעס עקספיריענסד ער יא. אפילו וויאזוי דו שפירסט דיין קאפל. אבער נאר נישט דער שפיר.

ק: קודם האב איך זייער ליב זיך צו טרעפן מיט אזא מענטש. איך האב איך ליב, און איך האב רחמנות אויף אים. איך קוק אים אן ווי איינער וואס האט מעלות און כשרונות נאר האלט עס נישט ביים נוצן. אזוי ווי א יונגער מענטש וואס גייט מיט א שטעקן.

ט: פרובירן אוועקצולייגן אלע זייטיגע הערצליכע געפילן. בלויז קוקן אויף פאקטן. און נאר נאכן קוקן אויף פאקטן, טון וואס מיר האבן געשמועס אז מ'גייט טון.

ק: ס'איז פאני, אבער

ט: האב איך זיכער געמאכט אז דער מענטש ווייסט גענוי אלעס וואס איך ווייס? האב איך זיכער געמאכט אז דער מענטש שפירט אלעס גענוי וויאזוי איך שפיר. חוץ דעם סימפטאם? פרובירן נאכאמאל.

ק: ס'קומט ארויף אז דער מענטש פארלירט קשר

ט: פרובירן נאכאמאל. און דאס מאל זיך אריינרוקן און ווערן יענער מענטש אויף א קליינע וויילע. וויסן וואס יענער מענטש ווייסט אבער אנעם סימפטאם, וואס קומט ארויף?

ק: איך פיל אז ס'פעלט עפעס.

ט: פרובירן צו ווערן די באוואוסטזיניגקייט פון יענער מענטש, וואס האט די זעלבע באוואוסטזיניגיקייט ווי מיר. א באוואוסטזיניגקייט וואס ווירקט אן די סימפטאם.

ק: עס פילט זיך ווי אלעס איז אים צו לייכט.

ט: זאגן: מממ, פון איין זייט איז גאנץ גוט צו לעבן אזוי, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך אז...

ק: איך פיל נישט קיין גראונד. ס'פילט זיך אזוי ווי א נשמה.

ט: און וואס איז נישט גוט אזוי צו זיין?

ק: ווי מער איך פרוביר זיך פארצושטעלן ווי איך ווער יענע מענטש, אלץ ערגער ווערט דער סימפטאם. ממש איך פארטראג עס נישט.

ק: ס'פילט זיך אזוי ווי די קאפסול פון די ראקעט וואס פליהט אריין אין ארביט.

ט: און וואס איז אזוי שרעקליך דערמיט? איז עס ארביט?!

ק: איך גיי פרובירן נאכאמאל צו פארשטיין וואס איך ערווארט טאמער איך לעב אין ארביט.

ט: זאגן: אויב איך גיי מיך אינגאנצן ערלויבן צו לעבן אין ארביט, גייט... און געב א קוק וואס ס'וויל ענדיגן דעם זאץ

ק: עס איז נישט אזוי ביטער צו לעבן אין ארביט. וואס איך פיהל איז אזא אומקלארקייט. אזא צעמישעניש. איך האב עס נישט ליב.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי דער סימפטאם איז שטארק גאר שטארק, און עס פארנעמט די גאנצע אטענשאן, און פלוצלינג קומט איינער, און איך ערווארט זייער קלאר אז ווען איך וועל אנהייבן רעדן צו יענעם, גייט דער סימפטאם קאמפלעט אוועקגיין.

ק: צום ביישפיהל, יעצט, האב איך געוואלט קוקען 'אקטיווע אשכולות' און איך האב געזעהן אז ס'וויל ווערן שטערקער. און יעצט האט זיך עס צוריק אנגעהויבן.

ט: זאגן אזוי. איך האב יעצט צוויי מהלכים. איין מהלך קען איך בלייבן אין ארביט, צעמישט, נישט קלאר, און אלע קאנצעקווענצן וואס איך ווייס אז ס'קען ברענגען.

ק: זיין משוגע. אראפגעקוקט. נישט קיין מענטש ווי יעדעם.

ט: יא.

ט: זאגן אזוי: די עקספיריענס פון מיין לעבן האט מיך קלאר אויסגעלערנט אז ס'איז נישט גוט צו זיין אזוי צעמישט, אזוי ארביטיש. בעסער זיך ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער.

ק: ס'קומט ארויף זייער שטארקע פעין.

ט: עס דאך זאגן.

ק: איך האב זייער אסאך געליטן אין מיינע אויפוואקסונג יארן. מ'האט אלעמאל חוזק געמאכט פון מיר. אז איך בין פאר'חלומ'ט. פארקלאצט.

ט: לאמיר דיך פרעגן, וויאזוי מאכסטו - כהיום הזה - זיכער אז דו זאלסט נישט זיין דער פאר'חלומ'טער פארקלאצטער? וויאזוי מאכסטו זיכער אז דו זאלסט נישט זיין אין די מצב פון פאר'חלומ'ט און פארקלאצט?

ק: דער sensation איז אזוי ווי א שטעקן וואס האלט מיך אן. איך ווייס נישט צו איך זאל פארזעצן מיט די סעשאן. איך וויל דען אז ס'זאל צוריקקומען יענע פאר'חלומ'קייט?

ט: זאגן: די איינציגע וועג וויאזוי נישט צו זיין פאר'חלומ'ט, יענע פאר'חלומ'טקייט וואס האט מיך געמאכט פראבלעמען. איז דורך שפירן אזא sensation. וויאזוי דען?

צעטיל: איך שפיר יעצט א sensation, און ביי די סעשאן איז קלאר ארויסגעקומען אזוי: איך האב יעצט צוויי מהלכים, איין מהלך איז נישט האבן דעם שפיר, אבער דאס מיינט זיך לאזן און בלייבן, אדער מער אריינגיין, אין ארביט, צעמישט, נישט קלאר, אין איין ווארט די אלע אינערליכע מצבי המח וואס האט מיך געמאכט אזויפיל טשעפעריי דעמאלטס און געשאפן אזויפיל אומאנגענעמליכקייטן. אבער איך האב עס נישט ליב, איך וויל אויסמיידן די טשעפעריי, און די אלע קאנצעקווענצן פון זיין אזוי. מיין איינציגע עצה - וואס איז קלאר ארויסגעקומען אין די סעשאן - איז צו שאפן דעם שפיר. אזוי מוז איך אויפהערן צו חלומ'ן, צו טראכטן, צו שפאקולירן, איך מוז זיין דאהי. כאטש עס איז מיר אומאויסהאלטבאר דער sensation, איז אבער יענע טשעפעריי, יענע אינערליכער מצב סך סך סך מער פראבלעמאטיש. און איך זאל זיך לאזן זיין אזוי?

והשם הטוב יעזור שנצא מכל הפראבלעמען, אז מיר זאלן זיין געזונט און שטארק.
אטעטשמענטס
sansation .pdf
(82.23 KiB) געווארן דאונלאודעד 47 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר גיין ווייטער מיט מיין סעשאן וועגן וועלן מצליח זיין.

ט: איך וויל אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו שטייסט דארט, און דו באקומסט וואס דו באקומסט, און דו זעהסט וואס דו זעהסט, און מיט דעם אלעם פרוביר אנצוהאלטן דיין ענערגיע פון וועלן מצליח זיין אזוי ווי יעדעם.

ק: ס'טוט מיך געפערליך וויי. איך קען מיך נישט ברענגן דאס מוחל צו זיין און אפלאזן און גיין ווייטער.

ט: וואס קומט ארויף ווען דו זאגסט אין דיר מיט אן אמת בשעת מעשה "איך האלט אן מיין ענערגיע צו וועלן מצליח זיין פונקט ווי יעדעם"

ק: איך פיהל ווי איך ווער צעטיילט אויף צוויי.

ט: זיי בעסער מסביר.

ק: די ווייטאג ווערט נאר שטערקער און שטערקער.

ט: צו קענסטו מאכן די ווייטאג פאר ווערטער?

ק: איך וויל נישט מצליח זיין אויף דעם אופן.

ט: פארוואס?

ק: איך פיהל ווי איך שלעפ אים מיט. "און יעצט מוז איך מצליח זיין אויך?" אלעס ווערט שוין אונטער דער השפעה. אלעס האט שוין דעם קוועטש. דער דורכפאל. דער הכנעה.

ט: זאג "איך לאז אפ דעם הכנעה. איך לאז עס אפ. איך גיי פשוט ווייטער אן מיט מיין ענערגיע צו וועלן מצליח זיין. וואס געשעט אין דיר?

ק: ווען איך זאג עס, פיל איך אז איך פארליר (די מערסטע וואס איך קען עס יעצט אנרופן)...

ט: זאג: אויב איך גיי עס אפלאזן, ערווארט איך אז.

ק: איך גיי פארלירן די ליבשאפט וואס איך האב אין זיין הארץ צו מיר. די שעצע וואס ער האט צו מיר.

ט: לאמיר דיר זאגן עפעס. יעדע עמאושענעל ווייטאג וואס א מענטש האלט אן אין זיך, קומט ווייל דער מענטש ערווארט אז עפעס גייט געשען אויב ער לאזט עס אפ. פרעג איך דיר, וואס ווייסטו אין דיר, טיף אין דיר, וואס ערווארטסטו גייט געשען, וואס פילסטו גייט געשען, אויב דו האלסט אן דיין ענערגיע צו ווייטער מצליח זיין, ווען אין די זעלבע צייט לאזטו אפ וואס דארט אין פארגעקומען.

ק: איך פיהל ווי ער ווערט זייער קליין, אז איך לאך מיך אויס פון די פעטש, אז איך לאך מיך אויס פון די גאנצע זאך. און איך וויל עס נישט. און אויך פיל איך זייער שטארק אז איך בין באגאנגען א עוולה.

ט: און וואס האט צו טון 'באגיין א עוולה' מיט פשוט אנהאלטן דיין נאטורליכע ענערגיע צו וועלן מצליח זיין?

ק: די הצלחה גייט שוין נישט האבן דעם זעלבן אומפ.

ט: דאס פרעג איך פארוואס? וואס ערווארטסטו אויב דו האלסט ביי דיר אז ס'גייט יא האבן דעם זעלבן אומפ ווי יעדעם.

ק: ס'עט געשען נאכאמאל.

ט: זאג: אויב איך לאז אין מיר מיט א אמת מיין פשוט'ע נאטורליכע ענערגיע צו וועלן מצליח זיין פונקט ווי יעדעם. אז ס'גייט האבן דעם זעלבן אומפ. איי כ'האב געכאפט פעטש, דאס איז נאר געווען פאר דער געוויסע עוולה. אבער סתם אזוי רירט עס נישט אן מיין נאטורליכע ענערגיע צו וועלן מצליח זיין פונקט ווי יעדעם, ערווארט איך?

ק: איך וויל אים ארויסשטופן פון מיר.

ט: איז שטופ.

ק: איך וויל נישט. איך וויל אים נישט ארויסשטופן.

ט: זאג: אויב איך גיי מסכים זיין אז ס'דא צוויי חלקים פון אים. איין חלק וואס איך וויל האלטן ביי מיר, און איין חלק - די חלק וואס האלט צוריק מיין ענערגיע - וואס איך וויל ארויסשטופן. ערווארט איך אז?

ק: ס'איז בכלל מעגליך אזא זאך.

ט: פרוביר. שטופ נאר ארויס איין חלק. די חלק וואס האלט צוריק דיין ענעריגע פון מצליח זיין. און דאס קענסטו נאר ארויסשטופן אויב דו ביסט גרייט צו אנערקענען אז די פעטש איז געווען נאר פאר דעם עוולה, אבער נישט כדי צוריקצוהאלטן דיין נאטורליכע ענערגיע פון וועלן מצליח זיין.

ק: איך וויל נישט מאכן די זעלבע מיסטעיקס וואס ער האט געמאכט.

ט: זאג אזוי: אויב איך גיי ווייטער אנהאלטן מיין ענערגיע צו וועלן מצליח זיין מיינט עס אז דו ביסט אינגאנצן גערעכט. און אויב איך גיי ווייטער מצליח זיין, וויאזוי וועל איך געדענקען נישט איבערצוטון וואס דו האסט געטון פאר א צווייטן.

ק:

ט: אלזא נאכאמאל. לאמיר זיך פארשטעלן בשעת די גאנצע מעשה, האלסטו אן דיין ענערגיע צו וועלן מצליח זיין. וואס קומט ארויף?

ק: עס לאזט זיך נישט געהעריגע פילן די ענערגיע.

ט: איך ערווארט אז

ק: ס'פיהלט זיך נישט געהעריג די פעטש. די מצב. איך קען פילן ווי עס ציהט זיך איין אין מיר אלץ פחד פון נאכאמאל, אז ס'זאל נישט געשעהן נאכאמאל אזא מצב.

ט: זאג: איך מוז צעשאקלן דעם ענערגיע, ווייל נאר אזוי קען איך מאכן זיכער אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן די גאנצע מצב פון די פעטש מיט די גאנצע ענין. איך קען עס נישט לאזן אומבארירט.

ק:

ט: לאמיר דיך פרעגן, און זיי אמת'דיג. וויאזוי טאקע קענסטו מאכן אז ס'זאל זיך נישט איבער'חזר'ן נאכאמאל אזא מצב?

ק: דורכ'ן צוריקהאלטן מיין ענערגיע. (?)

ט: וואס האט וועלן מצליח זיין מיט דעם אז ס'זאל זיך נישט איבער'חזר'ן די גאנצע טעות?

ק: נישט מעגליך צו בלייבן רואיג. די צוריקהאלט געשעט פון זיך אליין.

ט: איז דאס די איינציגסטע וועג צו מאכן זיכער נישט נאכאמאל צו באגיין אזא מיסטעק?

ק: ס'געשען כמעט פון זיך אליין. איך ווייס טאקע נישט עפעס א אנדערע וועג וויאזוי עס זאל נישט געשען.

ט: וואס האט וועלן מצליח זיין, מיט'ן קומען אפילו נאנט צו אזעלכע טעותים?

ק:

צעטיל: איך מוז טון אינערליכע פעולות צו מאכן זיכער אז דאס זאל זיך נישט איבער'חזר'ן. איך מוז ארויפלייגן א שטריק איינצוצוימען מיין נאטורליכע ענערגיע צו וועלן מצליח זיין. ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג וואס איך האב אז ס'זאל זיך נישט איבער'חזר'ן כעמט פון זיך אליין.

נ'גוט. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בסיעתא דשמיא.

ט: איך וויל זאלסט דיך זעהן דארט און זאגן: די איינציגסטע זאך וואס איך ווייס אז איך קען יעצט טון איז איינציען מיין ענערגיע און בלייבן אזוי. נאר אזוי וועט נישט נאכאמאל פאסירן אז איך זאל בטעות טון אזאך וואס קען מיך מאכן אין טראבל.

ק: זאגט עס.

ט: וויאזוי איז די וועג וויאזוי א מענטש מאכט זיכער אז ער זאל נישט אריינפאלן אין טראבל וואס ער האט פארדעם נישט געטראכט?

ק:

ט: וואס איך וויל דיר פרעגן איז, ווען און פארוואס האסטו אנגענומען אז די איינציגע וועג וויאזוי זיך אפצוהיטן פון נאכאמאל האבן אזא... איז דורך לייגן א שלאס אויף דיין גאנצע ענערגיע צו וועלן מצליח זיין.

ק:

ט: האסט אלעמאל אזוי פארשטאנען, אז די איינציגע וועג...

ט: זאג אזוי: אויב איך גיי יעצט (יעצט מיינט דעמאלטס בשעת מעשה) מיך ערלויבן (איך רעד נאר פון ערלויבן. נאך פאר'ן טרעפן א אנדערע וועג. פשוט ערלויבן צו טרעפן א אנדערע וועג וויאזוי איך זאל ווייטער אנגיין) איינצוזעהן אז איך האב באמת א אנדערע וועג וויאזוי עס זאל ווייטער אנגיין מיינע אינערליכקייטן, דעמאלטס...

ק: ס'קומט מיך ארויף אזא שטארקע צוריקהאלט.

ט: זאג עס נאכאמאל און בעזרת השי"ת געב א קוק וואס דער צוריקהאלט איז

ק: איך פארליר Meaning. עס איז שוין נישט אינטערעסאנט. סתם אפגעווען און שוין?! און ווי אויך איז עס א געוויסע אופן פון נקמה. (השם ישמור וינקה אותי מזה) און אויך איז עס אז איך וויל נישט האבן הכנעה. אויב איך טרעף א אנדערע גוטע מהלך, ביסטו גערעכט, און איך מוז האבן הכנעה.

צעטיל: איך קען מיך נישט ערלויבן צו טרעפן א אנדערע וועג וויאזוי צו זיין אינערליך, חוץ פון צוריקהאלטן מייין ענערגיע צו וועלן מצליח זיין, ווייל אויב איך וועל יא טרעפן א אנדערע וועג לאז איך אפ די געלעגנהייט פאר נקמה.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ק: מיט'ן קוב"ה הילף, לאמיר גיין ווייטער מיט די סעסיאנען.

ט: נ'גוט

ט: איך וויל אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו שטייסט דארט און דו זאגט: איך ערלויב אז עס זאל זיך מיר טרעפן א וועג וויאזוי נאכאמאל צו אנגיין אין מיין לעבן - וועלן מצליח זיין - אויף א אופן וואס איך וועל פרובירן נישט איבערצומאכן אזא מיסטעק. וויאזוי פילט זיך עס?

ק: איך קען אים נישט לאזן בלייבן גערעכט. זיך אונטערגעבן איז שווער. איך פיל ווי א שטיקל פון מיר איז געבליבן ביי אים אין האנט. ס'איז שוין נישט אינטערעסאנט, ס'איז שוין נישט איך.

ט: איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו שטייסט דארט, און - טראץ דעם וואס דו גייסט יא אכטונג געבן נישט איבערצוטון מיסטעקס וואס קענען קומען פון אומאיבערגעטראכטע שריט, דאך נעמסטו מיט יענע איך פון פארדעם... און דו טראכסט ביי דיר מיט א גוטמוטיגקייט, אָן א שפיר פון ווייטאג. "איך ערלויב אריינצוקומען אין מיר די ענערגיע צו מצליח זיין" וויאזוי פילט זיך עס?

ק: איך פיל א ווייטאג אין מיין האלז. איך פיל אז ס'איז שוין נישט אינטערעסאנט צו מצליח זיין.

ט: און וואס איז מיט די מוחל זיין.

ק: איך פארשטיי אז ס'איז נישטא קיין אויסוועג. ענדערש איז אז איך לאז אים געווינען.

ט: סאו, זאג: איך ערלויב אז עס זאל אריינקומען אין מיר א אנדערע מהלך וויאזוי צו מצליח זיין אנדעם וואס איך וועל איבערטון א מיסטעק. איך נעם מיט יענע איך פון פארדעם, בעזרת השי"ת.

ק: איך פיל מיך צעקוועטש.

ט: זאג: איך מוז מיטנעמען דעם צעקוועטשעניש, ווייל אויב איך גיי עס עכט עכט לאזן גיין.

ק:

ט: איך וויל אביסל אריינגיין מיט דיר אין א עריע פון וועלן פארשטיין נעגעטיווע עקספיריענס וואס געשעען צו דיר. איך רעד פון די רצון עס צו וועלן פארשטיין, צו פארשטיין "וויאזוי קען אזא זאך פאסירן" יא? איז דאס דיין אינערליכקייט? דו זוכסט פאר א ענטפער? פאר meaning? און דו ביסט עס אויסן צו טרעפן. און אפילו דו גייסט בלייבן שטעקן דערמיט, ווילסטו עס אבער טרעפן. יא? און אויך ווייל דו ווילסט נישט אז ס'זאל זיך איבער'חזר'ן, און דו האפסט אז מיט'ן פארשטיין, וועסטו... (קלייענטס קאפ איז אוועקגעפלויגן) וואס טראכסטו?

ק: לגבי וואס?

ט: לגבי דעס אז דו זוכסט צו מצליח זיין. און לויט וויאזוי עס איז ארויסגעקומען אין די סעשאנס איז די סיבה פאר'ן אפהאלטן די ענערגיע צו וועלן מצליח זיין, אז דו ביסט דארט שטעקן געבליבן. מיט וואס ביסטו שטעקן?

ק: מיט נקמה, נישט וועלן אז ער זאל געווינען. אבער איך ווייס אז ס'איז נישטא קיין ברירה.

ט: איך זעה וויאזוי דו קוקסט אויף אים בשעת דו פרובירסט עס צו זאגן. פרוביר דשאסט צו קוקן פארויס און נישט אויף אים.

ק: ס'שווער צו קוקען פאראויס.

ט: וואס ציהט דיך צוריק? וואלסט מיר געזאגט?

ק: איך וויל פארשטיין.

ט: וואס נאך?

ק:

ט: זאג: אויב איך קוק אמת'דיג ווייטער, און פאראויס, און נישט צוריק. עפעס אין מיר ערווארטעט אז...

ק: איך בין נייגעריג. איך קוק דשאסט צוריק. איך ווייס נישט זיכער צו איך ערווארט עפעס אויב איך קוק נישט צוריק.

ט:

ק: איך פיהל עפעס אזא ליידיגקייט, אויב איך קוק נישט צוריק. איך וויל וויסן מיינע געפילן "וואס איז דארט געווען?"

ט: און אויב דו גייסט דשאסט ווייטער? און זאג: איך ערלויב אז ס'זאל צוריק אריינקומען אין מיך די ענערגיע צו מצליח זיין, איך ערלויב אז ס'זאל אריינקומען אין מיר א מהלך וויאזוי אכטונג צו געבן אז איך זאל נישט נאכאמאל מאכן א מיסטעק, איך נעם מיט מיין 'איך', און איך ערלויב מיין ענערגיע צו וועלן מצליח זיין זאל זיין אין מיר אינגאנצן. און זאג עס נישט צוריקוקנדיג צו וועלן פארשטיין וואס דא איז פארגעגאנגען. וואס פילסטו?

ט: לאמיר דיך פרעגן. א אוטאריטעט, מעג דיך זאגן וואס צו טון? וויאזוי צו האנדלן?

ק: ס'טשעפעט מיך שטארק. איך וועל טון פעולות אז איך זאל מיט זיי נישט האבן שייכות.

ט: אקעי. יעצט זאג די אויבנדערמאנטע.

ט: וואס טוסטו אויב ער האט דיך יא געזאגט?

ק:

ט: איך זעה אז דו ווייסט זייער גוט, אז אמת טאקע אז ער האט אולי געטון נישט אזוי ריכטיג, אבער איך זעה אז דו אליין ווייסט גאנץ גוט אז עס איז שוין צייט צו מוחל זיין. אפשר איז דא עפעס טיפערס וואס ערלויבט דיך נישט צו גיין ווייטער? אפשר איז דא א שטיקל געברויך אז ס'זאל דא בלייבן א אינערליכער מצב פון א געשלעג. אפשר שטעלסטו דיך פאר אז די גאנצע מעשה ווערט אויס. נישטא מער. אויף עפעס אן אופן איז דיר געלונגען צו אויסמעקן די גאנצע צער מיט די גאנצע עגמת נפש, נישטא מער אין דיר קיין שום פאזיציע אין דעם ענין. צו קומט ארויף עפעס טיפערס?

ק: א טיפע ווייטאג.

ט: וואס איז די ווייטאג. קענסטו מיר טון א טובה און ווערן מער אין טאטש מיט יענע טיפע ווייטאג. און איך בין עכט גרייט דיך אויסצוהערן און דיך צו פארשטיין, און גאר שטארק מיט פילן?

ק: איך פיהל מיך עפעס נישט דאס פלאץ אין... איך פיהל אז איך בין פאני. עס איז מיר שווער. איך פיהל אז איך בין פאני weird. איך האב עפעס אזא אומבאקוועמע געפיל מיט מיין סעלף אימעדש. עס איז זייער פיינליך. איך פיל אז אויף עפעס אן אופן קום איך נישט ארויס אזוי ווי יעדעם. איך בין פאני.

ט: ס'איז אינטערעסאנט וואס דו זאגסט מיר, דו ווייסט אז ס'איז אינטערעסאנט. לאמיר אזוי טון. לאמיר יעצט פרובירן צו זאגן די פריערדיגע סטעטמענט: איך ערלויב אז ס'זאל אריינקומען אין מיר די ענערגיע צו אמת'דיג וועלן מצליח זיין, איך ערלויב אז ס'זאל אריינקומען אין מיר מהלכים וויאזוי נישט צו מאכן מיסטעקס, און איך נעם מיט די זעלבע איך פון פארדעם. און זאג עס פון א פאזיציע אז די צער איז אוועקגעגאנגען אינגאנצן. אויף עפעס א וועג איז עס נישטא מער. אויס. מ'האט געמאכט גוטע סעשאנס אדער וואס, עס איז נישטא. פרוביר עס צו זאגן פון די פאזיציע אז עס איז גארנישט דא קיין צער מער. מער קיין ווייטאג קיין געפיל פאר נקמה. קיין געפיל פון א צעקוועטשונג. קיין פחד ווער ס'גייט דא געווינען. נישטא. נישטא קיין נייגעריגער רצון צו פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען. אלעס איז אוועק. דמיון דיך אויס א מצב אז דו ווייסט קלאר אז עס איז גארנישט דא פארוואס צו זיין פארווייטאגט. נישטא. דשאסט דו ווייסט עס. אן וויאזוי דו ווייסט עס.

ק: איך בין עפעס נישט דער מענטש צו האבן הצלחה.

ט: זיי יא דער מענטש. דאס איז וואס איך זאג דיר. פיל אז דו ביסט דער מענטש וואס האט אין זיך די ענערגיע צו וועלן מצליח זיין! צו געשעט עפעס אין דיר אינערליך ווען דו פרובירסט צו ערלויבן אז ס'זאל זיך דיר וועלן מצליח זיין?

ק: הצלחה מיינט טויש. און טויש איז נישט סעקיור.

ט: יעצט לאמיר זעהן אזוי. גיי צוריק צו די צער און עגמת נפש, און די רצון צו פארשטיין. און זאג: איך ערלויב אז ס'זאל אריינקומען אין מיר די ענערגיע צו וועלן מצליח זיין.

ק: אנדערש ווי ביז יעצט. יעצט פארשטיי איך אז די סיבה פארוואס איך האב פריער געפילט ווייטאג, און די סיבה פארוואס איך קען עס נישט זאגן איז: ווייל איך האב פשוט מורא פון הצלחה. ווייל הצלחה מיינט טויש, און טויש מיינט ארויסגיין פון די באקוועמע סעקיוריטי.

ט: ביסט טאקע זיכער? אפשר פון די פעטש? און ווייל דו האסט א רצון נישט צו ערלויבן א מהלך וויאזוי אנצוגיין אין לעבן, כדי דו זאלסט בלייבן דארט סטאק, כדי דו זאלסט נקמה נעמען, אדער פארשטיין? זאג עס נאכאמאל:

ק: חחחח. גערעכט. די סיבה האט נישט מיט יענץ. והא ראי' עס פיהלט זיך נישט קיין ווייטאג. ווייל איך ווייס אז די סיבה איז עפעס אנדערש. איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס איז געשעהן. אבער איך קען פילן אז די ווייטאג איז אוועקגעגאנגען.

ט: און וואס איז דער אמת?

ק: אז איך האב מורא פון טויש. איך זוך צו זיין סעיף. און נישט וועגן די פעטש.

צעטיל. אין די סעשאן איז קלאר ארויסגעקומען אז די סיבה פארוואס איך בין נישט מצליח איז נישט ווייל איך האב געכאפט פעטש, נאר פשוט: איך האב מורא פון טויש. הצלחה מיינט טויש, און איך האב מורא פון טויש. זייער מעגליך אז עס איז מיר שווער צו ווערן אין טאטש אז איך האב פשוט מורא פון טויש, און זייער מעגליך אז איך וועל זוכן "פעטש" פארוואס איך קען נישט מצליח זיין. אבער אזוי איז קלאר ארויסגעקומען אין די סעשאן. והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הכל בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך וויל דא גיין ווייטער מיט מיין סעשאן וואס איך מאך מיט מיך אליין בנוגע מצליח זיין.

ק: לאמיר זאגן אז אנשטאט צו זיין אויפמערקזאם אז איך בין א לא יוצלח, זאג איך אז איך זוך אנצוהאלטן א געוויסע טיפע 'איך', וכו', וואס קען איך טון דערצו? סתם לעבן אזוי און שוין?

ט: זאג מיר פון ווען דו געדענקסט אין דיין לעבן ווען ס'איז דיר בייגעפאלן אן איידיע וויאזוי צו מצליח זיין, איך רעד פון די איידיע, פון די פלאן.

ק: איך קען מיך דערמאנען, און איך האב גראדע מצליח געווען.

ט: איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו ביסט יענע גיל, און דו זאגסט: דאס איז די וועג צו ערלויבן הצלחה, מ'וויל און מ'טוט און השי"ת העלפט. איך גיי נאכאמאל אזוי טון.

ק: איך פיל אין מיר א געוויסע סארט אומזיכערקייט ווי איך וויל זיכער מאכן די אויסגאנג, דאן האב איך נישט געטראכט וואס איך טו.

ט: אויב איך טראכט די קאנצעקווענצן בין איך ענדערש מצליח.

ק:

ט: איך וויל - אויב דו ביסט מסכים - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי עס פאלט דיך ביי אן איידיע, און דו אליין פארשטייסט אז ס'קען מצליח זיין בעזרת השי"ת, וואס געשעהט דאן?

ק: א קורצע צייט אפשניט גייט פארביי, און איך מאך עס אוועק אלץ "איך גיי נישט מצליח זיין דערמיט"

ט: איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי עס קומט גאר שטארק אריין אין דיר די געפיל פון "גיי שוין גיי, ענדערש נישט, לאז דיך אפ דערפון, ס'איז נישט א שטארקע זאך נאכצוגיין און עס אויספירן" אבער דו זאג זייער שטארק "די מחשבות און געפילן פון "לאז דיך אפ דערפון" מוזן נישט מיינען אז אזוי איז די מציאות הדברים, פונקט פארקערט: קען גאר זיין אז זיי נארן מיך אויס, אז דער געפיל איז נאר א נסיון פון הימעל, און קען זיין אז איך דארף מיר גאר שטארקען דערויף, בעטן דעם אייבערשטן און אנגיין טראץ די מחשבות"

ק: איך ווער אומזיכער, אויב אזוי איז סך שווערער צו וויסן צו איך מעג מיך אפלאזן פון א זאך. פון וואו קען איך יא וויסן די מציאות הדברים, די "אמת". איך פארליר גיידענס. איך דארף מער מעיין זיין אויף א זאך, איך הייב אן זוכן וואו איז יא דא א וועג צו גיין דערין. איך וויל זיין גוט, און וויאזוי קען איך פארמיידן מיסטעקס.

ט: זאג אזוי: אויב איך לאז זיין הונדערט פראצענט אמת אז אזעלכע געפילן פון "לאז דיך אפ דערפון" זענען נאר א נסיון און זיי זענען נישט ווערד אז איך זאל מיך דערצו צוהערן עס צו אויסצופאלגן, דאן ערווארט איך:

ק: אז איך גיי מער מצליח זיין.

ט: צוזאמען מיט דעם אז דו גייסט מצליח זיין איז

ק: איך בין אין א "סכנה", איך טרעף מיך ווייניגער וואוסנדיג וואס איך האב צו טון. איך וויל מיך נישט טרעפן א מענטש וואס ווייסט נישט וואס איך האב צו טון. און אויך: פארוואס טוט מען פון הימעל פארדרייען מענטשן? און אויך וועל איך מוזן פרעגן אנדערע דעם אמת. און אויך אז איך מוז מיך מער פארלאזן אויף השי"ת.

צעטיל: אויב איך ערלויב אז דער אמת מיט די געפיל פון "לאדיך אפ דערפון" איז א נסיון פון הימעל, און עס האט נישט א וועליו עס אויסצוהערן, טרעף איך מיך מיט ווייניגער קלארקייט וואס איך האב צו טון, און אזא מענטש וויל איך נישט זיין. און אויך קומט אריין א פארוואס פארדרייט מען פון הימעל, און איך הייב אן פילן אז איך וועל מוזן פרעגן אנדערע דעם "אמת", און איך פיל אז איך דארף מיך מער פארלאזן אויף השי"ת זאל מיך פירן אויפן ריכטיגן וועג.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

קאוהירענס טערעפי.

איך קלער אז צו מאכן מיט זיך אליין סעשאנס און טרעפן די עמאושענעל אמת פון א סימפטאם, איז גאנץ שווער, ווייל דער מענטש וויל זיך צומאל נישט לאזן בייגן און לאזן אין זיך ארויפקומען דעם אמת , זיך לאזן ווערן באקאנט מיט דער אמת. אבער עפעס, עפעס קען ארויפקומען במשך יארן. א טערעפיסט פון דרויסן איז גרינגער.

איך קלער אז איך גיי דא אראפשרייבן א סעשאן מיט מיר אליין און איך וויל מיט דעם פרובירן ארויסצוברענגען ווי שווער עס קען זיין - און זיכער פאר איינעם וואס האט נישט עקספיריענס - צו כאפן וואס פונקטליך עס איז די סימפטאם און וואס פונקטליך עס איז די פרא-סימפטאם פאזישאן, און ווי ווייט אויב מ'כאפט נישט וואס עס איז די עכטע סימפטאם קען מען יארן יארן גיין און גיין און גיין, קריכן און קריכן און קריכן, און נישט אנקומען אין ערגעץ. נאר פארקערט, עס קען גאר ערגער מאכן די סימפטאם מער און מער און מער.

דער הייליגער גרויסער באשעפער האט - זעט אויס - באהאלטן די פראבלעמען פון מענטשן, פאר זיינע סיבות, דהיינו: פאר די טובה פון די מענטשהייט, און מ'דארף דאס קענען אנדעקן. דאס איז נישט סתם "איך גיי טרעפן די פרא-סימפטאם פאזישאן, ווייל די פרא-סימפטאם פאזישאן איז צומאל זייער באהאלטן און געטליך פארדעקט.

ווען א קלייענט קומט צו טערעפי מיט א סימפטאם, צי קענסטו וויסן וואס עס טוט זיך אין זיין מיינד וואס דאס פראדוצירט דעם פרא-סימפאטם פאזישאן?

לאמיר גיין צום סעשאן

קלייענט: א גוטן

טערעפיסט: וואס הערט זיך?

ק: איך האב א געוויסע מין סענסעשאן וואס מאכט מיר נערוועז, אדער מחשבה, אדער געפיל, וואס צינד זיך אן אין מיר, און איך וויל דערפון פטור ווערן, אבער וויפיל איך פרוביר גייט עס נישט. און עס ווערט שטערקער און שטערקער. און עס גייט מיך אויף די נערווען.

די אומריכטיגע וועג וואס האט ביי מיך נישט געפירט אין ערגעץ איז א סימפטאם דעפרייוועשאן וואס לויפט: ווען, ביי וועלכע מצב, געשעט עס דאס מערסטע, און דאס שטערקסטע? פארוואס האט דאס נישט געהאלפן? ווייל מיין מיינד האט טאקע געטראפן א פרא-סימפטאם פאזישן פארוואס אין די געוויסע מצבים זאל געשען דער סענסעשאן וכו'. ווייל אזוי זאל איך מיך צוריקהאלטן, אדער א אנזאג פון א סכנה, אדער א וועג צו פארגעסן פון אנדערע זאכן וכדומה. אבער נאכ'ן גיין נאך טיפער, בין איך קיינמאל נישט אנגעקומען צו א דשאקסטעפאזישן. אפילו ביי מצבים וואו עס איז נישט דא די פרא-פאזישן.

און דאס איז ווייל די עכטע סימפטאם איז נישט געטראפן געווארן.

מ'דארף טרעפן - ב"ה - די עכטע סימפטאם. מ'דארף קענען אויפכאפן וואס איז די עכטע סימפטאם. די עכטע סימפטאם איז אזא בנין אב פאר אסאך אנדערע זאכן וואס דער מענטש טוט. ס'ווארפט א ליכט אויף אסאך מער ווי דשאסט דער זאך. און איך רעד נישט פון די פרא-סימפטאם, איך רעד פון די סימפטאם.

און די עכטע סימפטאם איז דאס אליין אז איך האב אזא נאטור זיך צו דערגרינטעווען, און גריבלן, כדי צו פארשטיין די נאטור, און די מהלך, און די אונטערליגנדע סיבה, צום דעם סענסעשאן. און דערפאר מאכט סענס פארוואס עס ווערט שטערקער און שטערקער. אזוי ווי איינער וואס זעט א בלורי זאך פון דערווייטענס, און ער גייט נענטער און נענטער און נאך נענטער, כדי דאס צו זעהן קלארער. די זעלבע זאך ברענג איך אריין אין מיין באוואוסטזיין דעם סענסעשאן, און די מחשבות ארום, און די פחדים ארום, כדי זיך צו דערגרינטעווען צום אמת. צו דערקענען דעם אמת. און דאס אליין ווייזט זיך ארויס - עקספיריעטשעלי - צו זיין די פרא-סימפטאם פאזישאן. עס מוז נישט זיין אז נאר דאס איז די גאנצע פרא-סימפטאם פאזישאן, אבער עס קוקט אויס - עספעריענטשעלי - דער עיקר וואס האלט עס אין פלאץ.

און די זעלבע זאך ווען איך בין געגאנגען "איך וויל אז דו זאלסט פרעגן דעם סענסעשאן, אדער מחשבה וואס זיי האבן צו זאגן" האט עס טאקע געענטפערט תשובות וואס האבן אויסגעקוקט צו זיין א פרא-סימפטאם פאזישן, ווי אומזיכערקייט, אדער לאו סעלף עסטים, אבער מיך האט עס נישט געפירט צו א דשאקסטעפאזישן. ווייל דאס אליין אז איך וויל מיך קלאר מאכן אין זאכן צופיל, דאס אליין איז דא די סימפטאם. איך רעד פון יארן יארן זיך מאכן סעשאנס בנוגע דעם ענין.

סאו, כדי צו מאכן די סימפטאם דעפרייוועשן, מוז איך גיין אזוי.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו פיהלסט אביסל דעם סענסעשאן, דעם שפיר, אבער זייער זייער קוים, ממש אויף א אופן אז דו קענסט עכט ווייטער אנגיין און עס לאזן ווערן פארגעסן פון דיר, אזוי ווי דו לאזט אסאך סענסעשאנס ווערן פארגעסן פון דיר. און איך וויל אז דו זאלסטעך פארשטעלן אז דו גייסט ווייטער און דו לאזט עס זיין, דו גייסט ווייטער... (אדער וואלט איך געקענט פרעגן: לאמיר זאגן אז דו ווייסט אז דו גייסט עס מער קיינמאל נישט שפירן, קיינמאל...)

ק: זייער שווער. איך פיהל ווי עס שלעפט מיך אריין צו טראכטן דערפון.

ט: פון די פלאץ וואס שלעפט דיך אריין צו טראכטן דערפון, זאג: אויב איך גיי דשאסט ווייטער אן ..

ק: דאן וועל איך קיינמאל נישט וויסן דעם אמת וואס דער סענסעשאן וויל מיך זאגן. וואס עס מיינט. צי ס'קומט וועגן עפעס. פארוואס עס געשעט. וואס עס איז די אמת'ע גורם דערצו.

און דאס איז די עכטע סימפטאם. און דא קומט א צעטיל מיט וואס מ'דארף דערמיט לעבן.

די צעטיל "און יעצט איז א געלעגנהייט אז מיין אטענשאן זאל ווערן מער און מער באקאנט דערמיט, סאו איך ברענג עס מער און מער ארויף צו ווערן איבערגענומען דערמיט, כדי זיך צו באגעגענען מיט'ן אמת דערפון, איך מוז מיך באגעגענען מיט'ן אמת וואס עס ליגט אונטער דעם סענסעשאן צו הערן צו ס'זאגט מיך עפעס וועגען דעם אמת, און עס געשעט נישט פון זיך אליין, ווייל איך קען עס ווען לאזן גיין, אזוי ווי אלע אנדערע מיינונגלאזע סענסעשאנס וואס איך לאז גיין. איך בין דשאסט זייער נייגעריג וואס דאס איז. וואס איז עס? איז מוז וויסן! איך מוז לעזן נאר די מיסטעריע דוקא. איך טאר נישט פארפאסן דעם אמת. נאופ, בשום אופן, איך קען עס נישט לאזן גיין. איך האב דען אנדערע מיסטעריעס צו לעזן?"

איך ווייס נישט צי איך מאך גוטע סעשאנס מיט מיר אליין, אבער פאר איינער וואס איז א טערעפיסט, איז זיכער גוט צו וויסן אז דאס עצם וועלן דערגיין די שורש קען צומאל זיין א חלק פון די סימפטאם. אזוי ווי איך האב אמאל געזעהן ערגעץ אז ס'דא דעפרעשאן, אדער לאו סעלף עסטים, אדער נאך זאכן וואס קען קומען ווייל א מענטש וויל דערגיין דעם אמת פון די זאך. און די גאנצע אמת פון די זאך, די גאנצע יסוד דערפון, איז נאר דאס אליין אז ער וויל דערגיין דעם אמת פון די זאך. ס'האט נישט קיין שום אנדערע שורש. סאו, דערפאר קומט מען נישט אן צו א דשאקסטעפאזישן. ער פיהלט אביסל לאו סעלף עסטים, דערפאר ווערט ער מער און מער לאו סעלף עסטים, און ער מאכט א גאנצע עסק. און זוכט דעם שורש, און די שורש איז דאס אליין אז ער פיהלט עס. אז ער מאכט א עסק. ס'קען אויך זיין.

והשם הטוב יעזור אותי שלא יצא שום מכשול מתחת ידי, און ער זאל געבן אין אונזער הארץ אמת'ע קדושה וטהרה.

והשם הטוב יעזור, החומל על דל, חמול על דלותם, וראה שממותם, ואורך גלותם. אל תקצוף עד מאוד, וראה שפלותם, ואל לעד תזכור עוונם, וסכלותם, רפא נא את שברם, ונחם אבלותם, כי אתה שברם, ואתה אילותם, חדש ימינו, כימי קדמוני, כנאמך בונה ירושלים ה'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: א גוטן וואס הערט זיך, וויאזוי איז עס געגאנגען מיט די צעטיל?

ק: קודם האט עס מיך זייער בארואיגט, אפילו ווען סתם אזוי וואלט אזא סענסעשאן געגאנגען מער און מער אויף די נערווען, אבער פלוצלינג האט זיך עס געשטארקט, און איך האב שוין אויף דעם צעטיל נישט געקענט זיין אויפמערקזאם. איך ווער מורא'דיג איבערגענומען פון דעם סענסעשאן.

ט: זאג אזוי: דער סענסעשאן קומט אריין אין מיר, ווייל... און לאז דיין אינערליכע וויסן ענדיגן דעם זאץ.

ק: עס מיינט אז איך האב געטון עפעס נישט גוט

ט: און דו ווייסט וואס?

ק: יא.

ט: און דו האלסט אז ס'איז נישט גוט, אדער ס'איז יא גוט.

ק: די סענסעשאן איז שטערקער ווי די לאגיק.

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן אז דו שפירסט דעם סענסעשאן, אבער דו קוקסט אויף דיין גאנצע טאג, היינט, נעכטן און אייער נעכטן, און דו ווייסט זייער קלאר אז דו ביסט גארנישט באגאנגען קיין שום זאך וואס דאס זאל זיין די סיבה פאר דעם סענסעשאן. וויאזוי פיהלט זיך עס?

ק: איך קער נישט דערויף, ס'גייט מיך נישט אן, און איך לאז עס זיין, און איך לאז עס גיין.

ט: און אויב דו דערמאנטסט דיך אז יא, האסט יא אפשר עפעס געטון...

ק: וועט עס מיך עס זייער שטערן און ווייטון, גאר שטארק.

ט: וואס זענען דיינע מחשבות דאן?

ק: נידעריגער פארשוין, ביסט גארנישט ווערד, שפל שבשפלים, קוק וואס דו האסטעך אלץ אנגעברענגט אויף דיר אליין, ביסט אזא גארנישט!

ק: איך פיהל מיך ווי אריינגעצווינגען אין דעם. אריינגעקלאמערט. אן א כוח זיך ארויסצוזעהן אדער קענען גיין ווייטער.

ט: קוק אויף דעם סענסעשאן און זאג אזוי: ווייל איך קען מיך נישט גענוג שטארק פארטיידיגן אז איך בין נישט באגאנגען קיין אומרעכט, דערפאר בין איך זייער זייער שוואך, און איך האב נישט קיין שום כוח אין מיר וויאזוי צו עקטן צו דיר, די זעלבע וויאזוי איך וואלט געעקט צו דיר, ווען איך וואלט אפילו דאס נישט געטון. פארפאלן, דאס מאל ביסטו שטערקער, איך מוז מיך פון דיר לאזן עד הסוף.

צעטיל: ווייל איך קען מיך נישט גענוג שטארק פארטיידיגן אז איך בין נישט באגאנגען קיין אומרעכט, דערפאר בין איך זייער זייער שוואך, און איך האב נישט קיין שום כוח אין מיר וויאזוי צו עקטן צו דיר, די זעלבע וויאזוי איך וואלט געעקט צו דיר, ווען איך וואלט אפילו דאס נישט געטון. פארפאלן, דאס מאל ביסטו שטערקער, איך מוז מיך פון דיר לאזן עד הסוף

והשם הטוב יעזור וישמור און ער זאל מיך פירן צום ריכטיגן געזונטן וועג.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: א גוטן

ק: א בעסערן

ט: וויאזוי איז געגאנגען צו אנקוקן די סימפטאם מיט דאס ביסל באוואוסטזיניגקייט וואס האט זיך געעפנט אין פאריגע סעשאן?

ק: נו, האסט דאך מיטגעהאלטן. איך האב פרובירט. און ס'איז אמת אז די רגע איך ווייס אז איך האב געטון עפעס וואס פיהלט זיך נישט אויף די מינוט גענוג שטארק זיך ארויסצושטעלן אזוי ווי ווען איך וואלט עס נישט געטון, פיהל איך מיך דערקעגן זייער זייער שוואך און איך לאז מיך פירן פון עס ביי די נאז. וויאזוי עס וויל.

ט: איך וואונדער מיך, וואס אין דיר מאכט אזוי וויכטיג, אז ווייל דו פיהלסט נישט די פארטיידיגונג, דערפאר דארפסטו דיך לאזן פון דעם סענסעשאן? זאג אזוי: נאר איינער וואס האט געטון גוט יעדע תנועה אויף אזא אופן אז ער פילט די פארטיידיגונג גענוג שטארק, נאר אזא איינער מעג האבן די תורה'דיגע געזונטע אדיטוד צו דעם, איינער וואס קען נישט ממש פיהלן די פארטיידיגונג גענוג שטארק אויף די רגע, אזא איינער פארלירט אלע רעכטן זיך צו באלאנסירן.

ק: זאגט עס.

ט: זאג עס נאכאמאל

ק: איך וואונדער מיך פארוואס עס פיהלט זיך זייער אמת'דיג אזוי צו זאגן.

ט: אפשר דאך

ק: מענטשן וועלן טון וואס זיי ווילן און נאכדעם זיך פיהלן גוט נאך אויך?

ט: און ?

ק: ס'דארף זיין א שטראף פאר שלעכטע מענטשן, פאר שלעכטע זאכן, און גוטס נאר פאר גוטע מענטשן, פאר גוטע זאכן.

צעטיל: איינער וואס קען נישט ממש יעצט פיהלן די פארטיידיגונג גענוג שטארק, אזא איינער פארלירט אלע רעכטן זיך צוריק באלאנסירן. ווייל אויב מ'וועט האבן די רעכט זיך צוריק צו באלאנסירן וועלן מענטשן טון וואס זיי ווילן און נאכדעם זיך פיהלן גוט נאך אויך. שלעכטס פאר שלעכטס, און גוטס קען נאר גיין פאר גוטס.

והשם הטוב יעזור וירחם עלי וירפא את נפשי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן, וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת'ן פרובירן צו זיין אויפמערקזאם אויף די תוכן פון די צעטיל בשעת די סימפטאם איז געווען?

קליענט: פרובירט צו זיין אויפמערקזאם אויף די תוכן פון די צעטיל. די סימפטאם טוט מיר נאך אלץ זייער וויי און איז מיר זייער אומבאקוועם, אבער עפעס ווייניגער צער, ווייניגער אינטענסיוו, און מער צייט צווישן איין אטאקע און די צווייטע, אבער נאך אלץ פיל איך זייער אנגעצויגן און נערוועז דערפון בעווני הרבים ועצומים, איך ווער גערעגט אויף יעדעם ארום, איך פיל מיך ממש מיט די נשמה אין די הענט, די סענסעשאן האלט אין איין צוריקקומען, און איך דארף האלטן אין איין פרובירן צו ווערן אויפמערקזאם אויף די תוכן פון די צעטיל.

ט: לאמיר פרובירן אזוי והשם הטוב יעזור. לאמיר זיך פארשטעלן אז דו האסט דעם סענסעשאן, אבער נישט נאר דו האסט דעם ריכטיגן אדיטוד צו דעם, נאר דו געסט אזא מיינונג אז דאס איז זייער א נאטורליכע סענסעשאן וואס האט נישט קיין שום מיינונג, חוץ פון דעם אז ס'איז א סענסעשאן, א נייטראלע סענסעשאן. א נייטראלער פאסירונג.

ק: איך פיהל אז איך שפרינג.

ט: פארוואס? וואס זענען די ווערטער?

ק: יעצט האב איך מורא אז דו גייסט אנקומען ווייסעך אין וועלכע שאול תחתית, און דו גייסט ניטאמאל וויסן.

ט: פון די פלאץ וואס וויל עס אנקוקען אלץ די מערסטע נייטראלסטע זאך, זאג "יעצט האב איך מורא אז איך גיי חלילה אנקומען אין די מערסטע ווייסעך וועלכע שאול תחתית, און איך גיי ניטאמאל וויסן"

ק: זאגט עס

ט: וויאזוי מאכט דער סענסעשאן און די מיינונג וואס דו האסט דערויף, אז דו זאלסט נישט אנקומען דארט חלילה?

ק: ס'איז א וועג פון אויסדרוקן 'סכנה'! האלט דיך צוריק. א סטאפ ברעק. לויף אוועק. צו צוריק. טויש וועג.

ט: זאג אזוי: איך קען ווערן אומבאמערקט איינס מיט'ן שאול תחתית אזוי ווי די נאטור פון יעדע מענטש, איך גיי ווערן חרוב, אויב איך גיי דיך אנקוקן אלץ דאס נייטראלסטע סענסעשאן, פיהל איך ווי עס איז דא גארנישט דא וואס זאל מיך האלטן אויפ'ן ריכטיגן וועג. טאקע ווייל איך קען נישט דערפילן דעם אמת פון דער זאך. כאטש איך לייד אזוי סך פון דיר, אבער ווער וויל אנקומען אין שאול תחתית? אדער פיהל איך דעם אמת פון דער זאך, אדער דער סענסעשאן.

ק: זאגט עס.

ק: אזוי ווי ווען א מענטש פיהלט אז ער פיהלט נישט דעם ריכטיגן טעם אין א זאך, וועט ער מער מורא האבן ווען ער עסט עפעס. ווי ווען ער פיהלט אז ס'האט נישט א גוטע טעם.

צעטיל: איך קען דיך נישט אנקוקן אלץ די נייטראלסטע, ווייל איך פיהל גארנישט דא וואס זאל מיך צוריקהאלטן אוועק פון סכנה. און טאקע ווייל איך קען נישט פיהלן דעם אמת מיט א שטארקייט, פיהל איך עס ווי א סכנה, די איינציגסטע זאך וואס קען מיך אוועק האלטן פון סכנה'דיגע טעריטאריע איז דיך צו האבן און אנצוקוקן אלץ פראבלעמאטיש. כאטש דו ביסט מיר גורם אין סופ'דיגער ווייטאג, אבער איך מוז דיך האבן מיך צו ווארענען פון סכנות.

און דער הייליגער באשעפער זאל שוין אויף מיר רחמנות האבן. און אויסהיילן מיין פארוואונדעטער נפש וואס זאל זוכה זיין צו מתקן זיין און צו פאררעכטן וואס ס'דארף.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן.

קליענט: א בעסערן, איך האב נישט אזוי ליב צו רעדן דא מיינע זאכן ברבים, אבער איך פיהל אז ס'קען מיר העלפן, דערפאר וועל איך רעדן, און אויך אז אפשר קען מען זיך דערפון אויסלערנען וויאזוי צו מאכן סעשאנ'ס. מ'דארף אבער געדענקען אז איך בין נישט קיין טערעפיסט.

ט: זאל השי"ת דיר העלפן. לאמיר דיר פרעגן: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת די סימפטאם איז געשען?

ק: ס'קוקט מיר אויס זייער אמת'דיג, אבער עס נעמט נישט אוועק דעם סימפטאם. ס'איז געווען ווען איך האב געפילט דעם סענסעשאן, אבער איך האב נישט געפיהלט אז ס'האט מיט וואס ס'שטייט אינעם צעטיל.

ט: דו האסט געפילט אזא סענסעשאן, און דו האסט נישט געפילט אז די תוכן פונעם צעטיל איז וואס עס קומט פאר?

ק: יא.

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו ביסט יעצט דארט ביי די מצב ווען די סענסעשאן קומט יעצט פאר, און

ק: גוט

ט: און פרוביר צו אנקוקן דעם סענסעשאן אלץ א נייטראלע סענסעשאן וואס האט נישט קיין שום כח צו האלטן דיין קאפ פארנומען דערמיט.

ק: גוט... איך קען ממש נישט אנקוקן דעם סענסעשאן אלץ נייטראל.

ט: זאג אזוי: איך בין גרייט פאר ווילאנג איך גיי ציילן אין מיין קאפ פון איינס ביז צעהן, צו פיהלן יעדע מין אינערליכע ווייטאג פון די יעצטיגער מצב ווען די סענסעשאן איז דא, אלעס, אבער נאר נישט דעם סענסעשאן. און נאר ביז ווילאנג איך צייל ביז צען. און הייב אן ציילן. קומט עפעס ארויף?

ק: ... ס'קומט. אבער איך ווייס נישט צי ס'האט שייכות

ט: וואס קומט ארויף

ק: "כ'בין א לוזער, כ'בין א גארנישט". יעצט, בעת'ן דעם סעשאן פיהל איך אויך דעם סענסעשאן, אז מיין אטענשאן איז פארנומען דערמיט, און די תוכן פונעם צעטיל קליקט נישט.

ט: אקעי, סאו, יעדע מאל דו פיהלט דעם סענסעשאן, זאלסטו זאגן "ביז איך קום אן צו נומער צעהן, בין איך גרייט צו פיהלן יעדע מין נפשיות'דיגע ווייטאג, וואס דער מצב אין וועלכע איך געפין זיך יעצט, מאכט מיר פיהלן, אבער נאר נישט דעם סענסעשאן, דעם סענסעשאן וויל איך אנקוקן אלץ נייטראל" טו עס יעצט...

ק: ... ס'קומט ארויף "ס'איז שפעט, און איך פארברענג צייט מיט שטותים"

ט: אקעי. זאג פאר דיינע טיפסטע געפילן, "איך בין יעצט אינגאנצן גרייט צו פיהלן די ווייטאג פון: ס'איז שפעט, און איך פארברענג די צייט מיט שטותים, אבער נישט דעם סענסעשאן" און ווי מער דו לאזט די ווייטאג אריינקומען אין דיר עס צו פיהלן מער און מער, זאלסטו מער און מער אנקוקען דעם סענסעשאן אלץ נייטראל אן קיין שום מיינונג אז דו זאלסט דארפן דערויף פאוקוסירן.

ק: איך קען פיהלן ווי דער סענסעשאן איז א פארום פון "דו ביסט אין א סכנה, וואטש!" דו שרייבסט ברבים דיינע פריוואטע זאכן, מענטשן גייען עס זעהן, וכו', היט דיך אפ פון א קאטאסראפע.

ט: אקעי, סאו, דו קענסט קלאר זעהן, אז דער סענסעשאן קומט סיי אלץ עצה דיך אוועקצונעמען פון פיהלן טיפערע ווייטאג, און סיי אלץ עצה דיך צו ווארענען פון סכנה אז דו זאלסט עס נישט טון, און אז דו זאלסט דיך היטן פון וואס דו טוסט. מאכט סענס?

ק: יא.

ט: סאו, ווילאנג דו גייסט לעבן אז דו ביסט אין א סכנה, און זיכער אויב דו גייסט עס אנקוקן ווי גאר א שטארקע סכנה וואס באדרויעט דיין עקזיסטענץ, גייסטו פיהלן דעם סענסעשאן, ווייל א מענטש קען נישט לעבן מיט דאס וויסן אז ער איז אין א סכנה און זיכער נישט אין א לעבנס סכנה. וואס איך וואונדער מיך אויף דיר איז, פארוואס דו פיהלסט ווי אלעס איז סכנה'דיג. וואס איז געשען? סאו, לאמיר צוריקגיין צו די נעכטיגע "סכנה" וואס ס'איז ארויסגעקומען אין די סעשאן. "ווען איך קען נישט פיהלן דעם אמת פון אזאך, פיהל איך מיך אין א סכנה". און לאמיר פרובירן צו פארשטיין צי אלעס אין דיר איז מסכים אז אזא זאך איז אזוי.

ק: גוט, והשם הטוב יעזור.

ט: אקעי. איך וויל דיר פרעגן עפעס. די זאך וואס דו האסט מיר געזאגט אז דו טוסט, וואס וועגן דעם פיהלסטו דעם סענסעשאן, איז א זאך וואס דו האסט אמת'ע ספיקות צי דו מעגסט עס טון?

ק: נישט עכט.

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן עפעס, און איך בין גרייט אז אפשר גייט נישט ארויסקומען דעם אמת מיט איין סעשאן וואס אונז גיימיר מאכן, אבער דו דארפסט זיין גרייט צו מאכן נאך און נאך סעשאנס בנוגע דעם נושא, ביז דו טרעפסט דעם אמת פון די זאך בעזרת השי"ת.

סאו, לאמיר זיך פארשטעלן אז דו האסט איינמאל, אבער נאר איינמאל, פארשטאנען אז דו טוסט גוט, און דו גייסט מיט דעם, און דו טראכסט נישט צוריק. סאו, שטעל דיך פאר, נאר פאר א מינוט, אז דו געסט א מיינונג אויף דיר אליין, אז וואס דו האסט איינמאל פארשטאנען אלץ גוט, איז גוט.

ק: פון איין זייט פיהלט זיך עס גוט.

ט: און פון איין זייט?

ק: איך ווייס נישט וואו ס'קומט אריין, אבער איך פיהל "איך בין גארנישט ממש"

ט: דו פיהלסט אזא געפיל פון "איך בין גארנישט ממש" וואס ווערט שטערקער, די רגע דו ביסט צופרידן אז דו טוסט גוט. דאס הייסט אז אין דיר איז דא א אנטלויף עצה נישט צו פיהלן דעם "איך בין גארנישט ממש". מיט דעם וואס דו ווערסט פארנומען צו מאכן ספיקות אין יעדע גוטע זאך... זעט אויס אז דער "איך בין גארנישט ממש" איז זייער ווייטאגליך צו פיהלן אזוי מיט אזא שטענדיגע געפיל אין טאג-טעגליכן לעבן. דו פיהלסט ווי ביסט א שטיקל פעינט אויפן וואנט וואס האט נישט עפעס ספעציעל אין זיך. סאו, עס איז ווארשיינליך פאר דיר שווער צו פיהלן דעם "איך בין גארנישט ממש", און דו האסט עס נישט ליב צו פיהלן. עס איז דיר שווער צו לעבן דערמיט. און אויב עס איז כדאי פאר אונזער עצה זיך צו היילן בעזרת השי"ת, יא צו פיהלן דעם "איך בין גארנישט ממש", גייט עס זיין אביסל שווער. ווייל דו מאכסט מיט זייער שטארקע ווייטאג פון די אלע ספיקות, אבער אבי נישט צו פיהלן דעם "איך בין גארנישט ממש". א מין מצב פון זיין, פון פיהלן די אייגענע עקזיסטענץ פון "איך בין גארנישט ממש", וואס דו טוסט אלעס אויף דער וועלט נישט צו האבן דעם געפיל.

ק: יא.

ט: די עצה איז, זיך צו לאזן פיהלן יענע "איך בין גארנישט ממש", און נאכ'ן עס פיהלן, פארשטיין וויאזוי מ'דארף דערפון נישט אנטלויפן צו ספיקות. דו האסט אלץ אין דיר געהאט אזא סארט "איך בין גארנישט ממש", דאס איז די וועג וויאזוי דו פלעגסט פיהלן דיין 'איך' מאז ומקדם. ביז האסט געטראפן א וועג וויאזוי צו אנטלויפן דערפון. דאס איז אבער זייער נאטורליך פאר דיר אזוי צו פיהלן. דאס איז דיין דיפאלט. "איך בין גארנישט ממש!". א געפיל וואס די געפיל אליין איז אויך נישט עפעס ווייסעכוואס. סתם "איך בין גארנישט און שוין". צי פיהלט די שטיקל פעינט אויפן וואנט, צי פיהלט עס עפעס ווייסעכוואס מיט דעם אז ס'איז נאר א שטיקל פעינט? די זעלבע זאך מיט דיר. ס'איז אזא סארט... גארנישט ממש!

ק: יא.

ט: אבער איך וויל פארשטיין פון דיר, וואס האט דער געפיל פון "איך בין גארנישט ממש" מיט "סכנה"?

ק: איך וויל נישט זיין פארנומען מיט דעם "איך בין גארנישט ממש"

ט: יא, יא. איך האב מיטגעהאלטן וויאזוי עס פיהלט זיך ביי דיר. דו האסט אזוי נישט ליב דעם "איך בין גארנישט ממש", אז עס וועט זיך דיר זוכן עפעס צו שאפן ערגעץ וואו ספיקות, זאל עס זיין אין אזאך וואס איז זיכער ווי טאג, און דו אליין שטייסט און וואונדערסט דיך אייביג "וואס רבש"ע רוקט זיך מיר אן אזעלכע ספיקות", אבער צי קענסטו עכט פיהלן דעם "איך בין גארנישט ממש". זייער שווער. דאס איז אקעגן דיין נאטור. דו האסט ליב צו פיהלן דיין שטאלץ! דיין התפארות! דיין "נשמה פון אייוועלט"! דו פארטראגסט נישט די ביטערע "איך בין גארנישט ממש". וואס לויפט דיך סייווי נאך... און דו לויפסט אוועק דערפון. די איינציגסטע זאך וואס דו האסט אייביג געטון איז אנטלאפן דערפון.

(מיין שפראך איז צו מיר אליין אויף דעם וועג, כדי צו פארברייטערן מיין באוואוסטזיין אין דעם "איך בין גארנישט ממש". אבער צו א עכטע קליענט, טאר מען נישט רעדן אזוי שארף)

ק: אבער ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט, ווער זאגט אז 'קאוהירענס טערעפי' איז עכט. אפשר איז עס באלאוני?

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן פאר א רגע, אז ס'איז יא עכט. און געב א קוק וואס קומט ארויף?

ק: מיין גארנישט'קייט.

ט: זעהסט, געב א קוק וויפיל דו אנטלויפסט דערפון. דו נוצט דיין כוח פון אוועקמאכן יעדע זאך, דיין כוח פון צינישקייט, אבי נישט צו פיהלן די "איך בין גארנישט".

ק: יא, קען זיין.

ט: סאו, וואסערע שייכות האט דאס פיהלן "איך בין גארנישט ממש" מיט די סכנה, און מיט די סענסעשאן?

ק:

ט: איך זעה אז דו ביסט אויפגערעגט אויף מיר. דארפסט נישט זייין אויפגערעגט. דו האסט אין דיר א מידה פון וועלן פיהלן דיין שטאלץ. און ס'איז דיר זייער שווער צו פיהלן דעם "איך בין גארנישט ממש". זייער שווער! און טאמער איינער זאגט עס דיר, וועסטו קודם אוועקמאכן, און אויב ס'גייט נישט, ווערסטו אויפגערעגט. איך קען מערקן אז דיין מח ארבעט שטארק מיך אראפצוקלאפן. אדער מיך אפצואוווענדן. וואס איז שוין אויב דו באגעגענסט דיך מיט דיין אייגענע אמת פון וואס דו אנטלויפסט?

ק: הער מיך אויס, איך בין גרייט צו מאכן נאך סעשאנס.

ט: סאו, וואסערע שייכות האט דאס פיהלן "איך בין גארנישט ווערד ממש" מיט די סכנה?

ק: איך וויל דיך פרעגן: ווייל עס קומט ארויף דער "איך בין גארנישט ממש", מיינט עס אז צוליב דעם מאך איך ספיקות? אפשר האט נישט איינס מיט'ן צווייטן?

ט: סאו, געב א מיינונג אז ס'האט יא איינס מיט'ן צווייטן, וואס פיהלסטו?

ק: פעין!

ט: וואס איז די פעין?

ק: אזויפיל ליידן צוליב איין געפיל וואס מ'וויל נישט פיהלן.

ט: נו, קענסטו דאך זעהן אז ס'דא אין א מענטש כוחות וואס לאזן אים נישט פיהלן דעם אמת.

ק:

ט: סאו, לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן אז אזאך וואס דו מאכסט אפ איינמאל אז ס'איז גוט, בלייבט גוט, און דו גייסט דערמיט רואיג

ק: יא, איך פיהל די "איך בין גארנישט ממש".

ט: שטעל דיך עס נאכאמאל פאר, און זאג "איך בין יעצט גרייט צו פיהלן די גאנצע ווייטאג פון דעם 'איך בין גארנישט ממש'" און לאז עס טאקע אריינקומען

ק: זייער ווייטאגליך.

ט: ס'איז ווארשיינליך סך מער ווייטאגליך ווי דו מיינסט, עס האט מן הסתם סך מער ווייטאג ווי דו קענסטעך פארשטעלן. פרוביר נאכאמאל זיך פארצושטעלן אז איינמאל דו ווייסט אז אזאך איז גוט, גייסטו דערמיט מיט א רואיגקייט, אן צוריקטראכטן, אדער ספק'נען

ק: איך פיהל ווי איך באקום נישט אנערקענונג.

ט: דו פיהלסט אזא געפיל פון "קיינער זעט מיך נישט", "איך בין אומזעהבאר".

ט: אקעי, ס'ווערט שפעט, סאו, איך האלט אז מיר גייען נאך דארפן מאכן אסאך סעשאנס ביזן טרעפן דעם אמת, ווייל דער אמת האט אלץ ליב צו אנטלויפן, דער מענטש האט ליב צו לעבן אין ליגנט! אבער מיר וועלן פרובירן בעזרת השי"ת צו טרעפן די ריכטיגע וועג צום אמת. לאמיר מאכן א צעטיל וואס וועט פרובירן צו אראפשרייבן דעם אמת וואס איז ארויסגעקומען אין דעם סעשאן.

צעטיל "דער סענסעשאן מיינט צו מיר היט דיך פון א סכנה. אבער צי איז די זאך וואס איך האב געטון א סכנה, אדער איך האב ליב דאס מאכן פאר א סכנה ווייל אזוי ווער איך נישט אויפמערקזאם אויף א טיפערע צער פון "איך בין גארנישט ממש, איך בין אומזעהבאר, קיינער זעט מיך נישט". און דאס איז זייער שווער צו פיהלן, אקעגן מיין נאטור פון וועלן פיהלן מיין אייגענע שטאלץ און שיינקייט. כאטש, דער סענסעשאן מאכט מיך צער, אבער פיהלן "איך בין גארנישט ממש, איך בין אומזעהבאר, קיינער זעט מיך נישט", איז מער אומבאקוועם.

שוין והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן, וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיין, ווען דו האסטעך פרובירט צו באוואוסטזיניג מאכן אויף די אמת פון די צעטיל בעת דעם סימפטאם?

קלייענט: איך האב פרובירט, און איך פרוביר נאך אלץ, צו טון וואס דו האסט מיר געזאגט, אז ווען מיין געדאנק ווערט פארנומען מיט דעם סענסעשאן, און איך ווער פארנומען מיט די צער וואס איך האב דערפון, האסטו מיר געזאגט אז איך זאל זאגן "ביז איך צייל צען, בין איך גרייט צו פיהלן יעדע ווייטאג וואס איך האב אין מיר בנוגע דעם מצב אין וועלכע איך געפין מיך יעצט, אבער דעם סענסעשאן וויל איך נאר פאר יעצט אנקוקן אלץ נייטראל" און עס קומט טאקע ארויף פארשידענס. אבער די ווערטער "איך בין גארנישט ממש, איך בין אומזעהבאר, קיינער זעהט מיך נישט", דאס איז מיר אינטערעסאנט צו פיהלן, און ווערן אין טאטש דערמיט.

ט: אויף די צעטיל האמיר געשריבן: און דאס איז זייער שווער צו פיהלן, אקעגן מיין נאטור פון וועלן פיהלן מיין אייגענע שטאלץ און שיינקייט. פון די פלאץ וואס עס איז שווער צו פיהלן דעם "איך בין גארנישט ממש, קיינער זעהט מיך נישט, וכו'" זאג אזוי: "אויב איך גיי מיך עכט אינגאנצן לאזן צו ווערן מער אין טאטש מיט דעם געפיל וואס איז באהאלטן אין מיר, דעמאלטס...

ק: איך הייב עס אן צו זאגן, און איך פיהלן שרעקליך, איך פיהל ווי איך ווער ממש בטל פון מציאות. עס טוט מיר וויי!

ט: פרוביר נאכאמאל...

ק: איך גיי עס נישט קענען אויסהאלטן.

ט: אקעי, פרוביר נאכאמאל...

ק: עס קומט ארויף, אז איך גיי אנטוישן מיינע עלטערן, אז איך קען זיי נישט שאפן די נחת וואס זיי האבן געוואלט זעהן.

ט: פרוביר זיך פארצושטעלן זיי, און פרוביר עס צו זאגן...

ק: יא, עס גייט זיי ווייטון.

ט: וויאזוי עס קוקט אונז יעצט אויס, איז וויכטיג פאר אונזער הצלחה בעזרת השי"ת, צו ווערן מער אין טאטש מיט דעם געפיל פון "איך בין ממש גארנישט, איך בין אומזעהבאר, קיינער זעהט מיך נישט". און וויאזוי מיר קענען באמערקן, האסטו אין דיר באהאלטן דעם געפיל, און עס איז דיר שווער צו ווערן אין טאטש דערמיט. איינמאל דו וועסט דיך לאזן קומען אין בארירונג דערמיט, וועלן מיר אפשר קענען טרעפן א וועג וויאזוי צו דילן דערמיט אויפן ריכטיגן וועג בעזרת השי"ת, און נישט אויף א אומגעזונטע וועג. סאו איך וועל מאכן א צעטיל און דו וועסט עס ליינען הויעך.

צעטיל: אויב איך גיי מיך עכט אינגאנצן לאזן פיהלן די געפיהל וואס איז באהאלטן אין מיר פון "איך בין גארנישט ממש, איך בין אומזעהבאר, קיינער זעהט מיך נישט", דאן גיי איך פיהלן ווי איך ווער ממש בטל פון מציאות, איך גיי עס נישט קענען אויסהאלטן. און איך גיי אנטוישן מיינע עלטערן אז איך קען זיי נישט שאפן נחת וואס זיי האבן געוואלט זעהן פון מיר. כאטש ווען אזא געפיל בלייבט אזוי איז עס גורם אז איך זאל ווערן פארנומען צו שאפן ספיקות, "סכנות", און סענסעשאנס, וואס טוט מיר זייער וויי, אבער זיך לאזן ווערן באוואוסטזיניג דערויף איז פיהל ערגער. ענדערש דאס ווי דאס.

ק: ליינט עס הויך.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קלייענט', וואס הערט זיך?

קליענט: גוט, השי"ת זאל ווייטער העלפן

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דעם סימפטאם?

ק: איך וואונדער מיך צי עס איז גענוג אינטעגרעדעט. דהיינו: ווען די סימפטאם געשעט, ביים ערשטן בליק קען איך נישט גראד פיהלן אז די סימפטאם געשעט צוליב די תוכן אינעם צעטיל. נאר איך האב ספיקות פון וואס עס קומט עכט.

ט: לאמיר פרובירן עס צו אינטעגרעטן.

ק: גוט.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן די מצב ווען די סימפטאם איז געשען, כאילו ס'איז יעצט, אבער דאס מאל לאמיר פרובירן דשאסט פאר א האלבע מינוט, 'זיך' צו פיהלן, דשאסט 'זיך' צו פיהלן. און פיהלן אלעס וואס וויל זיך פיהלן, די וועג וויאזוי דו פיהלסט דיין 'איך', דיין 'זיין' אויף דער וועלט אין דעם מצב. אבער די זאך וואס שאפט ספיקות האסטו נישט געטון בכלל. אבער דו בלייבסט מיט די זעלבע אופן וויאזוי עס האט זיך געפיהלט דיין 'איך'. איז דא עפעס א אומבאקוועמליכקייט וואס קומט אין דיך ארויף אז דו זאלסט יעצט זיין אין דעם 'איך'?

ק: פון איין צד פיהלט זיך עס רואיגער. איך פיהל מיך ספעציעל.

ט: און פון איין צד?

ק: ס'קומט ארויף אזא "ווער זאגט איך בין גוט", אזא קוועשאן מארק אויף מיך. אפשר אזא מין אומבא'חנ'ט, איך נעם נישט אויס, אז מיין 'מיך' ליגט אין אזא קוועשאן מארק. אדער "איך בין נישט גענוג גוט". איך וויל אזויווי פראווען אז איך בין יא גוט. איך וויל אזוי ווי געפעלן אז איך בין יא גוט. אזא וואונד אין מיין איך. "איך בין נישט געהעריג גוט". "איך בין א אוועקגעמאכטע מענטש".

ט: דו קענסט דעם 'איך'?

ק: יא, איך קען עס זייער גוט, מיט דעם האב איך מיך אלץ געדארפט ספראווען. דאס איז די וועג וויאזוי איך פיהל מיך צווישן מענטשן. ווען איך בין געווען יונגער האב איך עס מער און גאר שטארק געפיהלט, היינט איז שוין אביסל ווייניגער. אבער איך קען עס נאך פלענטי מאל פיהלן געהעריג במלוא תקפו והדרו.

ט: איינע פון די זאכן וואס דו האסט געזאגט איז "איך וויל אזוי ווי פראווען אז איך בין יא גוט". און אויב דו בלייבסט אזוי אן פראווען אז דו ביסט יא גוט?

ק: בלייב איך מיט אזא שווערע געפיל.

ט: וואס טוסטו כדי ארויסצוגיין פון דעם שווערע געפיל?

ק: איך זוך אין די סביבה ארום מיר זאכן וואס זאלן מיך ארויסשלעפן דערפון.

ט: און עס גייט דיך?

ק: נישט אייביג. איך בלייב א סאך מאל פארשעמט אין מיר אליין. זיך טראגנדיג מיט דעם געפיל מיט גאר א שטארקייט.

ט: פאר מיר דארפסטו דיך נישט שעמען, פאר מיר זאג אלעס. וויאזוי וואלסטו באצייכנט דעם געפיל אין איין אדער אפאר ווערטער?

ק: אזא גארנישקייט.

ט: און דעם גארנישט'קייט האסטו אסאך?

ק: זייער אסאך. רוב מאל, אלעמאל!

ט: ס'איז שווער צו לעבן דערמיט, און צו זיין אויפמערקזאם דערויף?

ק: וואדען?

ט: ס'איז א ווייטאג דאס צו פיהלן?

ק: יא. צער.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז די זאך וואס דו טוסט וואס א געפיל זאגט דיר, ענדערש האלט דיך צוריק דערפון, און ס'הייבט זיך אן די אינערליכע געשלעג, ביז ס'ווערט א סענסעשאן. לאמיר זאגן אז די ספק געשעט נישט. אדער ס'געשעט זייער זייער קוים און ס'גייט גראד אוועק. דהיינו: ס'איז נישטא! דו טוסט עס ווייטער, אבער עס איז נישט מעורר קיין ספק.

ק: איך האב נישט מיט וואס צו פראווען מיין גוטסקייט. אויב עס איז נישטא קיין ספק, מיט וואס זאל זיך ארויסזעהן אז איך בין יא גוט. אזוי ווי עס איז, זעט זיך נישט ארויס אז איך בין יא גוט.

ט: יעצט, לאמיר זיך פארשטעלן נאכאמאל דעם מצב ווען דער סימפטאם געשעט, און לאמיר זיך פארשטעלן אז אנשטאטס דו פאוקעסד אויף די אנטי סימפטאם פאזישן, אז אפשר איז עס טאקע א ספק וכו', ווערסטו גראד אויפמערקזאם אויף דעם אז אין דיר האסטו אזא גארנישט'קייט וואס דו האסט "זייער ליב" צו לעבן דערמיט און עס פיהלן, און דערפאר געשעט דער ספק אלץ א וועג צו פראווען אז דו ביסט יא גוט. אז ס'זאל זיך ארויסזעהן.

ק: איך פיהל מיך ווי א נאר.

ט: דו ביסט גרייט זיך צו פיהלן ווי א נאר? איז עס פאר דיר שווער זיך צו פיהלן ווי א נאר?

ק: דאס וועט צוגעבן צו מיין אינערליכער גארנישט'קייט געפיל.

ט: פארוואס? עס כאפט זיך דיר אז יא, די ספיקות קומט נישט פון עכט, עס קומט פון וועלן פראווען אזא אינערליכע גארנישט'קייט וואס מ'וויל נישט פיהלן.

ק: יא, אבער דאס אליין מאכט מיך פיהלן אט דער גארנישט'קייט.

ט: סאו, לאמיר מאכן א צעטיל אזוי: איז אין מיר דא א פחד זיך צו לאזן איינערקענען אז די ספק וכו' קומט נישט פון עכט, נאר עס קומט אז איך זאל דערמיט פראווען אנדערש ווי די גארניש'קייט, ווייל אויב עס לאזט זיך, וועל איך ערשט פיהלן אז איך קען ווערן געפירט פון נישט עכטע זאכן. און אויב עס לאזט זיך וועט עס אוודאי מאכן אז איך זאל פיהלן מיין אינערליכע גארנישט'קייט פון וואס איך אנטלויף דערמיט. ענדערש זאל עס נישט ווערן אינטעגרעטעד, ווי איידער צו פיהלן די תוקף פון מיין אינערליכע גארנישט'קייט פון וואס איך אנטלויף.

ק: מממ אינטערעסאנט. זאל השי"ת העלפן. איך וויל עכט זיין גוט.

והשם הטוב יעזור
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”