א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: א גוטן... וויאזוי איז געווען צו זיין אין טאטש מיט דיין צעטיל ?

ק: (נעמט ארויס די צעטיל פון זיין טאש...) 'אויב איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן, אז די מצב פארלאנגט פון מיר אינגאנצן אן אנדערע סארט 'זיין וואויל' ווי עס האט מיר פארלאנגט זייענדיג א יונגעל אין חדר, ערווארט איך אז...' איך קען שפירן אז עפעס טוישט עס...

ט: סאו, לאמיר זעהן... איך וויל זאלסט עקספיריענסן אין דיינע Felt Emotions דייקא דייקא אין דיינע Felt Emotions, - אויב דו קענסט באשטיין - ווי דו קומסט אריין אין ביהמ"ד צווישן מענטשן... דו עפנסט א סידור... דו דאווענסט... וויסנדיג ביי דיר - זייער קלאר, נאר פאר דאס מאל - אז עס איז נישטא יעצט פאר דיר וואס צו טראכטן... סאו דו דאווענסט יעצט, זיך געפינענדיג מיט א 'פארשטאנד', מיט א 'שכל' - וואס דו האסט נישט געווענליך - אז עס איז נישטא וואס צו טראכטן... כאטש געווענליך אין גענוי די זעלבע Setting וועסטו זיך טרעפן Somehow טראכטן, איבערטראכטן, קלערן, דאס יענץ... אבער דאס מאל האסטו דיך געטראפן 'פארשטייענדיג' אז עס איז נישטא אין וואס צו טראכטן... אבער די רגע עס ווערט דיך 'אומבאקוועם' זיך טרעפנדיג מיט אזא 'שכל', זאלסטו ליינען דעם צעטיל, 'אויב איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן, אז די מצב פארלאנגט פון מיר אינגאנצן אן אנדערע סארט 'זיין וואויל' ווי עס האט מיר פארלאנגט זייענדיג א יונגעל אין חדר, דאן ערווארט איך אז ?...' און זאג מיר וואס עס פאסירט מיט דיר ?

ק: דאן ערווארט איך אז איך פארליר מיינע חברים.

לויט ווי איך פארשטיי יעצט, האב איך אין מיך א געברויך, א Need, צו שפירן Connected, און די רגע איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן פארליר איך דעם שפיר פון Connection. ווייל איך 'ערווארט' עפעס...

ט: (הייליגער באשעפער העלף מיר, העלף מיר... נאר מיט דיין כח, אילותי לעזרתי חושה) די איינציגע וועג צו פאקטיש זיין קאנעקטעד, איז נאר ווען איך שפיר קאנעקטעד, אויב איך פארליר די שפיר פון קאנעקשאן דאן ...

ק: וואס מיינט קאנעקשאן ?

ט: איך פרעג דיר 'טייערקייט' וואס מיינט קאנעקשאן ?

ק: ("קלייענט" איז צומישט...)

ט: וויאזוי האט מען קאנעקשאן ?

ק: איך ווייס טאקע נישט... ווען איך שפיר קאנעקשאן...

ט: לאמיר דיך פרעגן... און איך פרעג דיינע טיפע טיפע Emotional Knowings, און איך וויל אז דיינע טיפע Emotional Knowings זאלן הערן מיין קשיא... און איך וויל זאלסט מיר פון דארט ענטפערן דעם אמת, וויאזוי דער אמת איז... ס'דארף נישט זיין אינטערעסאנט, ס'מעג זיין טרוקענער ווי טרוקען... אבער ס'דארף זיין דעם אמת, אבער ס'דארף זיין דעם אמת... ווען ווייסטו ביי דיר אז דו ביסט קאנעקטעד ?

ק: איך ווייס טאקע נישט.

ט: ענטפער דעם 'אמת'... דו ווילסט שפירן קאנעקשאן ?

ק: יא.

ט: לאמיר דיך פרעגן... ווען שפירסטו יא קאנעקשאן, און ווען שפירסטו נישט קאנעקשאן... דו ווייסט ?

ק: יא

ט: ווען ?

ק: ווען איך שפיר א הארציגע קשר בין איך קאנעקטעד...

ט: און אויב דו שפירסט נישט, אבער יענער איז גוט צו דיר ?

ק: איז עס נישט אינטערעסאנט.

איך שטעל מיך פאר אז די Schema וואס דארף ווערן באנייט איז, אז איך בין קאנעקטעד, טראץ וואס איך שפיר נישט קאנעקטעד... און זיין צופרידן אן 'שפירן' קאנעקטעד...

ט: וואסערע שייכות האט דאס נישט קענען זיין אן 'טראכטן', מיט דעם אז דו מוזט 'שפירן' מקושר...

ווייל ווען איך טראכט נישט, ווער איך מיט מיר אליין, און דאס מיינט אויפהערן צו זיין מקושר...

סאו מיין צעטיל איז ווי פאלגענד: איך בין נאר מקושר אויב איך שפיר מיך מקושר, איך דארף אנהאלטן דעם שפיר, אבער אויב איך שפיר אליין איז עס פאקטיש אויס קשר...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: אגוטן דיך מיינע טיפסטע Emotional Knowings, איך וויל דיך אויסהערן, דו זאלסט מיך פארציילן, איך וויל דיך הערן... איך וויל דיך פרעגן אז דו זאלסט מיר זאגן וויאזוי דו האסט געשפירט ליינענדיג דעם צעטיל? (בעת איך פרוביר מיט'ן הייליגן באשעפער'ס הילף אכטונג צו געבן אז ס'זאל נישט זיין רעזיסטענס. און איך פרוביר דאס צו עררייכן דורך שטארק אקצעפטירן, מיך ווייזן צוטרוי, עמפאטיע, וכו', ויוסיף חכם לפי הבנתו.)

ק: בעת איך בין געווארן אויפמערקזאם אז די סימפטאם פון וואס איך וויל פטור ווערן - ב"ה - פאסירט אין מיר, די סימפטאם פון 'איבערטראכטן', 'טראכטן', האב איך מיך פרובירט צו אויפמערקזאם מאכן, און זיך אריינברענגען אין די Emotional Truth וואס עס איז ארויפגעקומען ביי די פאריגע סעשאן, אז: די סיבה פארוואס איך דארף האבן וואס צו טראכטן, און איך קען נישט זיין אן טראכטן, איז ווייל איך האב מורא ארייצופאלן אין מיר אליין, און איך וויל שפירן א קשר, און וואס איך ווייס איז, אלץ א שטארקער Core Emotional Knowing, אז איך בין נאר 'מקושר' אויב איך שפיר אויף עפעס א וועג 'מקושר', אז אויב איך שפיר אליין ווערט עס געוואוסט ביי מיר אלץ פאקטיש אויס קשר, און איך קען זאגן אז דער דעלימא האט געמאנט מעשים פון מיר...

ט: (איך געב אכטונג נישט ארויסצוגיין פון די Experiential Emotional level. איך וויל בעיקר דשאסט פארטיפן מיין באוואוסטזיין אין דעם Emotional Truth, איך זאל ווערן מער באוואוסטזיניג דערויף...) איך וויל - אבער נאר מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו ביסט יעצט אין א מצב וואס דו פארשטייסט אז דער דילעמא שפילט זיך אפ אין דיר... און איך בין זייער נייגעריג צו וויסן וויאזוי דו ווייסט יעצט דיינע Emotional Knowings... וואס איז דיין עקספיריענס יעצט ?

ק: פחד !... איך דארף זיך נעמען טון אזאך וואס מיין טאטע האט מיר געהייסן.... און איך שפיר אז ס'שווער צו טון... איך שפיר ווי דאס טון מאכט מיך אויס קאנעקטעד... ווי ביז יעצט בין איך געווען מקושר, און דוקא מיט'ן טון ווערט עס אויף עפעס אן אופן אויס... דאס טון נעמט עס אוועק... און איך קען שפירן ווי איך ווער צעמישט בשעת איך נעם מיך טון... אזוי ווי ספיקות... און דאס געשעט אויך ווען מיין ווייב הייסט מיך 'טון'... ווי דאס 'טון' זאל מיך ארויסנעמען פון די 'קאנעקשאן'...

(איך שפיר ווי איך וויל ארויסגיין פון די "אומוויכטיגקייטן" וואס איך שרייב דא... אבער איך ווייס דאך אז ס'איז נישט "אומוויכטיג"... איך געב אכטונג בעזהשי"ת פון 'ווידערשטאנד'...)

מיין שאלה דא איז "פארוואס זאל 'טון' מיך ארויסנעמען פון 'שפירן מקושר'..."

ט: האסט מיר געזאגט אז דו ווערסט צעמישט ווען דו הייבסט אן טון... דו וואלסט מיר געקענט מער ארויסברענגען אין ווערטער דער 'צעמישעניש' ? איך בין זייער זייער אינטערעסירט...

ק : א שפיר ווי מ'דארף מיך נישט מער... אזוי ווי ביז יעצט בין איך געווען זיכער מיט עפעס, און ביים פאלגן (אוי איז דא רעזיסטענס) שפיר איך אז איך גיי ארויס פון די זיכערקייט...

ט: (איך וויל מיך מער פארטיפן אין די 'זיכערקייט' והשם יהא בעזרי...) איך וויל - אבער נאר מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן אז מ'הייסט דיך גארנישט טון (קלייענט שמייכלט...) וואס שפירסטו דאן ?

ק: (קלייענט ציטערט... און איז אביסל ארויסגעלאפן פון די Emotional level, דער "טערעפיסט" ברענגט אים צוריק...)

ט: האב נישט מורא 'צדיק'ל' פאר מיר קענסטו אלעס זאגן... זאג... איך גיי דיר גארנישט טון...

ק: איך ווייס טאקע נישט פארוואס, אבער ס'שפירט זיך סך בעסער ווען איך דארף נישט טון... ("קלייענט" וויל ארויסלויפן פון די גאנצע זאך... עס אפלייקענען און שוין... אבער "טערעפיסט" לאזט נישט...)

ק: פארוואס מאכט מיך פאלגן און טון שפירן אזוי 'וואקלדיג', און פרובירן צוריקצוכאפן מיין 'זיכערקייט' ?

ט: וואס מאכט סענס אין דיין לעבן אז דאס מאכט דיך שפירן אז דו פארלירסט 'קשר' ?

ק: ווען מ'הייסט מיך עפעס 'טון'...

ט: איך וויל - אבער מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן, און עקספיריענסן, און זיין מיט דיינע טיפסטע Emotional Knowings... וואס עס פאסירט מיט דיר לגבי פארלירן קשר... אז דו ביסט 'יעצט' א קינד, און דו שפירסט שטארק מקושר... און דאן הייסט מען דיך טון... וואס מיינט דאס אין דיין Emotional וועלט לגבי דעם שפיר פון קשר... וואס הייבסטו אן צו שפירן אין אט די רגעים... לגבי דעם די רגע מ'הייסט דיך טון ? (איך געב זייער אכטונג אויף רעזיסטענס...)
(איך האב זייער אסאך מאל געטוישט די 'פראגע' אויף אזא אופן אז ס'זאל מיר באוואוסטזיניגן אויפן אמת...)

ק: ווען דו זאגסט די ווערטער "און דו שפירסט שטארק מקושר" קען איך מיך עס נישט פארשטעלן, ס'לאט זיך נישט, ס'וויל נישט...

דאס מאכט מיך טראכטן, אז ס'דא אין מיר א רצון נישט צו זיין 'מקושר'...

ט: איך וויל - אבער נאר מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו קומסט יעצט אריין אין ביהמ"ד... און דו ווייסט ביי דיר מיט גאר א שטארקע קלארקייט, אז ס'פעלט נישט אויס צו טון אפילו דאס מינדעסטע צו זיין מקושר, ווייל אויף עפעס אן אופן ווייסטו קלאר אז דו ביסט מקושר, דו גייסט אן מיט די Knowing אז דו ביסט מקושר... סאו, דו דארפסט נישט טראכטן, דארפסט גארנישט, גארנישט טון צו זיין מקושר... דו לערנסט, דו דאווענסט, צו הייבסטו אן צו שפירן עפעס 'אומבאקוועם' ווען דו גייסט אזוי אן ?...

ק: איך וויל נישט זיין מקושר... איך וויל נישט ! איך וויל זיין אליין... ס'איז צופיל פאר מיר... איך האב נישט קיין כח... אבער איך וויל נישט שפירן אליין...

ט: אינטערעסאנט, ווייל דו האסט מיר געזאגט אז דו ווילסט נישט שפירן 'אליין', און דו האסט מורא צו שפירן אליין ? איך וויל זאלסט מיר זאגן: "אויב איך גיי וויסן אז איך בין מקושר דאן..."

ק: איך האב נישט קיין כח צו קיינעמ'ס שוועריגקייטן ! איך וויל נישט זיין מקושר...

ט: איך וויל נישט זיין מקושר ווייל איך ערווארט אז ...

ק: ס'גוט צו זיין אליין...

ט: אקעי, סאו, זאג אזוי: זייער גוט אז איך שפיר מיך אליין...

ק: ס'שווער...

ט: וואס האט צו טון איינס מיט'ן צווייטן, וואס האט צו טון דאס אז פון איין זייט ווילסטו פאקטיש זיין אליין, און פון די אנדערע זייט ווילסטו נישט שפירן אליין, מיט'ן האבן וואס צו טראכטן ?

איך לעז די אויבנדערמאנטע דילעמא מיט'ן טראכטן...

סאו איך מאך מיך אזא צעטיל: פון איין זייט וויל איך זיין אליין, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט שפירן אליין, און די איינציגע עצה פאר דעם דילעמא איז: האבן וואס צו טראכטן אזוי בלייב איך פאקטיש אליין, אבער איך שפיר נישט אליין... דשאסט ערלויבן צו וויסן אז איך בין שוין מקושר ? בשום אופן ! איך קען דאס נישט ערלויבן...

והשם הטוב יעזור המשך יבוא אי"ה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

בשעת מ'טוט קאוהירענס טערעפי ווערט די סימפטאם ווייניגער - ב"ה, ווייל לדוגמא מיין סימפטאם הנקרא 'איבערטראכטן', צוריקטראכטן, טראכטן, ווען עס קוקט מיר אויס אז איך דארף 'איבערטראכטן', 'אריינטראכטן', 'מאכן זיכער', אבער איך פרוביר זיך צו נישט לאזן פארפירן פון די אויבערפלעכליכע פארשטאנד, אז עס איז באמת דא זייער וויכטיג וואס צו טראכטן, און אויב נישט גייט זיין געפערליך, נאר איך פרוביר מיט'ן הייליגן באשעפער'ס הילף זיך מייחס צו זיין צום 'פארשטאנד' פון די מצב, אז דאס קומט צוליב מיין אומליבשאפט צו שפירן 'אליין', און נישט ווייל עס איז דא וואס צו טראכטן.

טיף אינעווייניג אין מיר ווייס איך צו זאגן פון די 'אומבאקוועמליכקייט' צו שפירן אליין, וואס ליגט באגראבן אין מיר. אדער בעסער געזאגט די 'ליידן' פון שפירן אליין, איך ווייס צו זאגן פון דעם פראבלעם, עס ווייסט זיך מיר - אין מיין אונטערנבאוואוסטזיין - אז דא איז פארהאן א פראבלעם פון שפירן אליין וואס ס'מאכט ענג, איז אין די רגע איך האב וואס צו טראכטן, איז עס ווי א מענטש זומער וואס זעהט פון דערווייטענס א געלעגנהייט פאר אביסל לופט, ער לויפט אהין, דאס טראכטן געט מיר (לויט ווי איך פארשטיי ביז אהער...) א געוויסע מין פארעם פון שפירן קאנעקטעד... אדער נישט שפירן 'אליין'... און די סיבה דערצו איז, די אומוויליגקייט צו ערלויבן אז מ'איז מקושר...

כאטש די מחשבות וואס דינט אלס 'אנטלויף' פון די ענגשאפט, זענען צומאל פשוט'ע 'דמיונות', און איך ווייס אין מיין 'שכל' אז זיי זענען 'דמיונות', פונדעסטוועגן, די שוועריגקייט צו שפירן ענג ווערט למעשה לויזער דורך 'טראכטן', סאו פאר מיין אונטערבאוואוסטזיין איז נישט קיין חילוק 'דמיון אדער נישט דמיון...' אבי מ'ווערט באקוועם; אויס ענג.

ווען מ'טוט קאוהירענס טערעפי דארף מען אנווענדן אלע כוחות בעזר השי"ת זיך צו מייחס זיין צום 'געשעעניש' פון די פלאץ אין זיך וואס דארף האבן דעם סימפטאם... פון די פלאץ אין זיך וואס פאר אים איז וויכטיג די סימפטאם. דאס איז די אויפגאבע פונעם צעטיל...

ט: אגוטן וואס הערט זיך... וואס טוט זיך... וויאזוי גייט עס ? און בעיקר בין איך זייער זייער נייגעריג צו וויסן וויאזוי דו האסט געשפירט אין דיינע טיפע Felt Senses ווען דו האסט פרובירט צו ווערן אויפמערקזאם אויף די 'אמת' פון דעם צעטיל ?

ק: (קלייענט קען זיך נישט ברענגען צו ווערן אין טאטש מיט די אמת פונעם צעטיל... ער וויל זיך נישט אידענטיפיצירן מיט עס... אבער פריער האט דער "קלייענט" געהאט צו פארציילן וועגן דעם צעטיל, ווי ווייט אמת דאס איז, און ווי ווייט (אזוי שרייבנדיג הייבט דער "קלייענט" אן צוריקצוקומען... און איך געב אכטונג אז ס'זאל נישט געשען 'רעזיסטענס'... ) זיין אומליבשאפט צו שפירן אליין טרייבט אים צו פארשידענע מעשים... און אז ער וויל אז דער "טערעפיסט" זאל אים בעסער אויסהערן וועגן דעם... בעיקר די ווערטער "פון איין זייט וויל איך זיין אליין..." דאס קלינגט עפעס נישט צו אים... בעת נעכטן און אויך היינט האט ער מיר פארציילט גאנצעטע מעשיות ווי אמת דאס איז...

אויך האט ער מיר פארציילט אז זיין עיקר פראבלעם איז די פאריגע צעטיל וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: "ווען איך טראכט נישט, ווער איך מיט מיר אליין, און דאס מיינט אויפהערן צו זיין מקושר. איך בין נאר מקושר אויב איך שפיר מיך מקושר. איך דארף אנהאלטן דעם שפיר. אבער אויב איך שפיר אליין, איז עס פאקטיש אויס קשר."

איך וויל בעיקר - בסיעתא דשמיא - געבן א קוק וואס איך, אדער בעסער געזאגט א 'אפטיילונג' אין מיר, ערווארט אז עס גייט פאסירן, אויב איך ווייס אז איך בין מקושר מיט א געזונטער נארמאלער קשר, א קשר וואס פאדערט נישט קיין שום באזונדערע מחשבה אדער מעשה עס אנצוהאלטן. א קשר וואס ערלויבט צו שפירן אליין. א קשר וואס איז סאליד. עס ערלויבט. עס באפרייט...

די פאלגנדע וואס איך שרייב איז נאר לויט ווי איך פארשטיי יעצט. איך טאפ אין די פינסטער. איך פרוביר. און איך בעהט השי"ת זאל מיר העלפן. קען זיין ס'גייט עפעס ארויפקומען, און ס'קען טאקע זיין אז נישט.

איך נוץ א ביהמ"ד צווישן אסאך מענטשן - מענטשן וואס איך וויל - כאטש פון איין אפטיילונג אין מיר - יא שאפן מיט זיי א קשר, נישט סתם מענטשן אין א איינמאליגע ביהמ"ד אין שטאט ג. וואס איז אינגאנצן פרעמד פאר מיר - אז ס'זאל ווערן Engaged די Part אין מיר וואס סיי וויל נישט 'זיין' מקושר - אדער אריינלאזן אין זיך אז מ'איז מקושר - מיט א נארמאלער קשר, און סיי וועלן זיין מקושר, און א ביהמ"ד איז א פלאץ וואו עס מוז בהכרח ארויפקומען דער 'דילעמא', "זאל איך יא ערלויבן א געהעריגער קשר, זאל איך נישט ? " "איך בין מקושר ? איך בין נישט ? " א ביהמ"ד צווישן מענטשן איז א פלאץ ווי דער דילעמא פון "ארום קשר" דארף ווערן Engaged אין מיר. ס'איז זיכער אז דאס דארף ארויפברענגען אין מיר, אין מיינע Emotions, דער דילעמא... אויב עס איז דא אין מיר אזא דילעמא, דארף ארויפקומען אזא וואקלדיגקייט ארום דעם דילעמא, און איך דארף דאס דערשפירן אויב איך לייג צו "אטענשאן".

ט: איך וויל - אבער נאר לויט דיין הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו גייסט יעצט 'אן' אין ביהמ"ד צווישן מענטשן... און עקספיריענסן דיינע טיפע געפילן, דשאסט פאר א פאר רגעים, געבן אזא מיינונג, עס אזוי פארשטיין, - דשאסט פאר א פאר רגעים ממש - אבער מיט זייער א שטארקער קלארקייט, אז דו ביסט מקושר מיט א געהעריגער, נארמאלער, געזונטער, קשר... סיי פון זייער זייט זענען זיי 'נארמאל' מקושר צו דיר, ככל גברין יהודאין, און סיי דו פון דיין זייט ביסטו 'נארמאל' מקושר צו זיי, ווי א יוד צווישן יודן... געבן אזא מיינונג אז עס איז אזא קשר וואס פאדערט נישט פון דיר קיין שום מאדיפיקאציע, נישט במעשה, און נישט במחשבה, און נישט מיט געפיל... נישט פון זייער זייט, און נישט פון דיין זייט... גיי אזוי אן פאר א וויילע... מיט אזא מיינונג אז עס איז דא אזא סארט קשר, דארפן יעצט דיינע מחשבות זיין באפרייט פון סיי וואס עס האט צו טון מיט מאכן קשר, אפשאצן קשר, שטערקער מאכן קשר, ס'איז אלעס גוט און מסודר הונדערט פראצענט ! אין להוסיף, ואין לגרוע... גיי אן מיט אזא מיינונג פאר א וויילע... וויאזוי שפירט זיך עס אין דיינע Emotions וויסנדיג אז עס איז אזוי יעצט... מיט אזא סארט קשר... צו קענסטו שפירן 'עפעס' אן אומבאקוועמליכקייט וואס הייבט אין אריינצוקומען אין דיר ? וואס איז יעצט ? שרייב עס אראפ...

איך האב עס געהערט א גוטע פאר מאל... איך האב געפילט זייער א קוים מערקבארער 'אומבאקוועמליכער שפיר' וואס איך האב נישט געקענט מאכן אין ווערטער... איך האב פשוט געפאוקעסט מיין אטענשאן צו דעם 'שפיר'... עס אנגעהאלטן אין מיין 'אטענשאן'... און סתם געפאוקעסט דערויף ווי מיט א לעזער בים... ביז עס האט אנגעהויבן צו באקומען ווערטער...

ק: איך האב Pain וואס דאס ווערט נישט מיטגעטיילט. און דאס ווערט פארהוילן אויב עס איז דא קשר.

ט: און וואס האט צו טון האבן Pain און זיין פארנומען מיט 'קשר' ?

ק: איך זוך עס מיט וועם מיטצוטיילן...

ט: און וואס האט צו טון 'ערלויבן אז מ'איז שוין מקושר מיט א נארמאלער קשר' מיט דעם אז 'דו זוכסט מיט וועם מיטצוטיילן' ?

פון דעם פארט אין דיר וואס זוכט מיט וועם מיטצוטיילן דיין Pain, פון דעם Part דייקא, וויל איך - אבער אינגאנצן נאר לויט דיין הסכמה - אז דו זאלסט זאגן, "אויב איך ערלויב מיך צו וויסן אז איך האב א נארמאלער געזונטער קשר, ווייל..."

וועל איך פארגעסן פון מיין Pain.

איך מאך מיר אזא צעטיל: א נארמאלער געזונטער קשר איז נאר מיט איינעם מיט וועם איך קען מיטטיילן מיינע טיפסטע Pain... אויב עס נישט דא בין איך גענצליך אליין... יענער וויל נישט הערן מיין Pain ? אויס קשר...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'זייער מעגליך אז ס'דא אין מיר א Presupposition פון "איך בין אליין..." אדער אולי אז א געוויסע Emotional state מיינט אז איך בין אליין.

לאמיר זיך פארשטעלן א קינד וואס ערגעץ וואו און ווען באשליסט ער די פאלגנדע Presupposition: "איך בין אליין..." אדער "איך קען בלייבן אליין..." און דאס מאכט אים מורא האבן פון דערליידן דאס שפירן אליין... אדער די 'ליידן וואס ער ערווארט אז ס'גייט קומען אויב ער גייט בלייבן אין דעם Emotional State וואס ער לערנט אפ אז דאס מיינט 'בלייבן אליין'... ער וויל נישט ! עס טוט אים וויי. ער וויל זיך דערהיטן דערפון... וואס טוט ער ? ער האט אסאך אויסוואלן, ער קען רעדן הויעך... פארפירן... איבער דרייען... בעיקר זיכער מאכן זיך נישט צו שפירן אין דעם געוויסע Emotional State. זיך צו פראטעקטן. ער טוט א 'עפעס' זיך צו פראטעקטן...

ס'קען זייער מעגליך זיין אז די געוויסע State פון וואס ער האט מתחלה אן מורא געהאט, איז סתם א פחד וואס ער מיינט נאר אזוי... ס'קען זיין אז דער Emotional State מיינט נישט זיין אליין... ס'קען זיין נאך זאכן... דאס איז אבער די ערשטע סטעפ, אז די קלייענט זאל אינטעגרעטן, און דערשפירן אין זיין באוואוסטזיין אט דעם 'פחד'... פון וואס ער אנטלויפט...

ווען איך מאך די סעשאן פרוביר איך צו זיצן אנגעלאנט, דאס מאכט אז מיין 'אטענשאן' זאל מיר אריינפאלן צו מיינע געפילן, ווי איידער אין 'קאפ'... (ווען א מענטש לערנט בייגט ער זיך איין אין די הייליגע גמ', ווייל ער נוצט 'קאפ'...) און ווען איך הער מיך צוריק, אדער אפילו ווען איך רעד אריין, כדי מיך צו 'באוואוסטזיניגן' מער און מער, טיפער און טיפער, אויף מיינע Felt Senses, אויף מיין טיפע Emotional Knowings, לייג איך מיין האנט אויף מיין Chest Area, דאס העלפט מיין 'אטענשאן' זאל זיך באוואוסטזיניגן אויף וואס איך 'שפיר'... מער ווי אויף וואס איך 'ווייס'... און - ווי שוין כמה פעמים באטאנט - איך געב אכט אויף Resistance. והכל בעזרת השי"ת

נישט אלע שפירונגען זענען דוקא אין יענע ארט. ס'דא ווען מ'וויל צולייגן די 'אטענשאן' צו שטייפקייט אין די פיס... אין די הענט... אין די בויך... אין קאפ... אבער אז איך לייג מיין האנט אויף יענעם ארט, אויף די Chest area, מאכט דאס אז איך זאל בכלל צולייגן מיין אטענשאן צו מיינע 'שפירונגען'... וואס דאס איז אויסטערליש וויכטיג. די 'קערפער' ווייסט, און קען דיר זאגן זייער אסאך... אבער געב אכט אויף רעזיסטענס. והכל רק בכח השי"ת.

ט: אגוטן דיך, מיינע טיפסטע Emotional Knowings, איך וויל דיך הערן, און איך וויל רעדן צו דיר, וויאזוי איז געווען דאס ליינען דעם צעטיל ?

ק: איך האב געליינט די צעטיל וואס דו האסט מיר געגעבן אז: ("קלייענט" נעמט ארויס די צעטיל...) א נארמאלער געזונטער קשר איז נאר מיט איינעם, מיט וועם איך קען מיטטיילן מיינע טיפסטע Pain... און אויב עס איז נישטא בין איך גענצליך אליין... און איך מוז האבן וואס צו טראכטן... יענער וויל נישט הערן מיין Pain ? אויס קשר...

ט: און וויאזוי איז געווען צו זיין In Touch מיט דעם צעטיל ?

ק: איך האב איינגעזעהן אז דאס איז דער אמת. אבער היינט ביים דאווענען בין איך געווארן אביסל מער אין טאטש מיט מיין 'זיין אליין' וואס ס'קען זיין אז פון דעם אנטלויף איך... און אז דאס מאכט אז איך זאל זוכן וואס צו טראכטן... ס'איז זייער א טיפע Knowing, און ס'שפירט זיך, ס'באוואוסטזיניגט זיך, כאילו איך בין אין זייער א יונגע Age... איך קען אויך שפירן אז איך האב זייער מורא פון עס... בעסער געזאגט ס'דערשפירט זיך נישט געהעריג... ס'שפירט זיך אביסל, אבער איך קען מיך נישט האלטן דערין מער ווי א פאר סקונדעס, און נאכדעם שפירט זיך עס נאכאמאל נאר פאר אביסל, און איך קען מיך נישט האלטן דערין... אבער איך קען שפירן אז דארט ליגט עפעס א גאנצע מעשה, אז דאס איז עס פון וואס איך אנטלויף...

ט: Wow, אזוי אינטערעסאנט צו הערן פון דיר דעס... עכט אינטערעסאנט... איך בין אזוי נייגעריג אז דו זאלסט מיך דאס פארציילן... האסט נישט קיין אהנונג ווי נייגעריג איך בין צו הערן פון דיר די זאך... איך בין אזוי נייגעריג... איך בעהט דיך פארצייל מיר עס... Wow... (איך געב אכטונג פון די resistance "איך בין נישט קיין בעבי... און זאג מיר נישט Wow..."

ק: איך ווייס נישט... סתם... איך דערמאן מיך עפעס ווי איך בין א קליין יונגעל וואס איז אליין... איך ווייס ? איך ווייס אליין נישט... סתם, עפעס א מין פחד פון זיין אליין... עפעס א מין געפיל אז איך בין אליין... איך קען אבער נישט דילן דערמיט... איך טראכט צו איך דארף בכלל דילן דערמיט... אפשר איז עס סתם שטותים... און לאמיך אפ מיט די גאנצע זאך...

ט: איך בין יא זייער נייגעריג צו וויסן וואס דאס איז...

ק: איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער אלעמאל קומט מיך ארויף א פיקטשער ווי איך בין א קליין יונגעל אין כתה א', און איך גיי אין עפעס א פרעמדער חדר, און איך קען נישט קיינעם, און איך שפיר מיך אליין... די בילד מעטשט מיט די 'אליין געפיל' מיט וואס איך הייב אן צו ווערן אין טאטש...

ט: האסט ליב געהאט צו זיין אין יענע מצב ווען דו האסט געשפירט די סארט "אליין"...

ק: ניין, פארשטייט זיך אז נישט. פארשטייט זיך אז נישט. איך האב "געשוואוירן" אז דאס זאל מער נישט פאסירן... (דהיינו, א באשלוס צו אנטלויפן פון אזא סארט מצב...)

(איך אפעליר צו יענע part וואס איז יעצט א קינד... און האט נאר די שכל וואס איך האב פארמאגט אלץ קינד... האט נאר די ערווארטונגען וואס איך האב פארמאגט אלץ קינד...)

ט: וואס מיינט עס פאר דיר, דאס אז דו טרעפסט דיך יעצט אין אזא מצב ?

ק: ס'מיינט אז איך דארף קענען מער דאס פלאץ... ס'מיינט אז איך דארף טון אז ס'זאל נישט געשען... ס'האט מיר געמאכט זייער ענג שפירן, ווייל איך האב געטראכט: "יעצט בין איך גארנישט ווערד..."

אן Overt Statement מיינט דא, א סטעטמענט וואס ווערט ארויס גערעדט גלייך פון די עמאושענס ארויס...

ט: איך וויל - אז דו זאלסט מאכן אן Overt Statement צו די מצב ארום, פון די Part אין דיר וואס פילט יעצט א קינד זאלסטו מאכן אן Overt Statement, און זאגן די Emotional Truth, אבער איך בעהט דיך זייער זייער זייער שטארק, אז דער Overt Statement זאל זיין אמת, אמת, אמת, ס'זאל שפירן אמת'דיג, און אז ס'זאל זיין אמת'דיג, זאג נישט קיין פאלשע זאכן אז ס'זאל 'אויסנעמען', בשום אופן, זאלסט נאר זאגן זאכן וואס איז אמת אמת אמת, ווייל נאר מיט'ן אמת קען א מענטש אנקומען, דערפאר בעהט איך דיר זייער שטארק אז דו זאלסט נאר זאגן דעם 'אמת', זאג דעם אמת וואס דו פיהלסט יעצט, זאג א Overt Statement וואס די אמת פון די מצב איז פאר דיר...

ק: איך בין פרעמד, איך שפיר ווי איך שיין נישט ארויס, קיינער זעהט נישט מיין 'ספעציעלקייט', קיינער זעהט נישט וואס איך בין, מ'מאכט זיך נישט וואוסנדיג וואס איך בין עכט, ס'אלעס זייער Plain און פשוט, און איך האב עס נישט ליב, ווייל מ'זעהט נישט מיין ספעציעלקייט...

ט: איך וויל זאלסט עקספיריענסן אין דיינע Felt Senses וויאזוי דו ביסט יעצט אין יענע חדר צווישן די יונגלעך, און איך וויל אז דו זאלסט זאגן - פון יענע פארט וואס פילט יעצט דעס, מיט יענע שכל, נישט מיט די היינטיגע שכל, מיט יענע 'שכל', אויב די מצב גייט בלייבן טאג איין טאג אויס די זעלבע זאך... און ענדיג דעם סטעטמענט פון יענע שכל...

ק: גייט מיך קיינער מער נישט געבן קיין פערזענליכע קער. איך גיי ווערן פארלוירן, און בטל. 'אומזעהבאר'.

ט: וואס האט צו טון 'מורא האבן אז דו גייסט מער נישט באקומען קיין פערזענליכע קער', מיט מורא האבן צו שפירן אליין, (און דערפאר דארפן האבן וואס צו טראכטן) ?

ק: איך דארף אנטלויפן פון שפירן אליין, ווייל ס'מיינט אז איך גיי ווערן פארלוירן, אז מ'האט פארגעסן פון מיר... מ'גייט מיך מער נישט זעהן.

ק: סאו, איך מאך מיך אזא צעטיל: שפירן אליין מיינט אז קיינער גייט מיך מער קיינמאל נישט באמערקן... איך גיי ווערן מער און מער בטל, און אומזעהבאר... אזוי אז מ'גייט מער נישט קער נעמען פון מיר. ווען איך שפיר אליין, מיינט עס אז מ'האט פאקטיש פארגעסן פון מיר. און טאמער איך טו גארנישט דערצו, ערווארט איך אז מ'גייט זיך מער נישט באציען צו מיר. איך דארף מאכן זיכער אז מ'זעהט מיך.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך האף דער עולם האט הנאה פון מיינע שרייבעכצער דא. איך וואלט געוואלט מ'זאל זיך דערפון ארויסלערנען זאכן. אז מ'זאל זיך דערפון ארויסלערנען אז צומאל דארף מען ב"ה קריכן טיפער, און זיך נישט אפשטעלן דשאסט ביים אנהייב.

ט: אגוטן מיין טייערער Emotional Knowings, איך ווייס אז דו גייסט דורך אסאך, איך וואלט געוואלט מיט דיך כאפן א טיפע שמועס און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן. וויאזוי האט זיך ביי דיר עקספיריענסד די צעטיל ?

ק: ס'האט אביסל געהאלפן, אבער דאך שפיר איך אז די 'אליין' וואס איך וויל נישט שפירן דארף ווערן מער אויסגעשמועסט Experientially. איך האב עפעס א 'סימפטאם' וואס איך וויל וויסן צו ס'האט שייכות מיט אונזער ביז יעצטיגע שמועסערייען...

ט: וואס פונקטליך איז די 'סימפטאם' פון וואס דו רעדסט ?

ק: אז עפעס וואונטש איך מיך אלעמאל אז איך זאל באקומען א געוויסע ריספאנס בפרט שפיר איך עס ווען איך טרעף בחורימ'לעך וכו'... (זעהט אויס אז זיי וועקן אויף אין מיר די Emotional Knowings, די Inner Child, וואס איך האב אין מיר פון חדר און פון ישיבה וכו'...)

ט: איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו זעהסט אזא איינעם וואס ערוועקט אין דיר שטארק דעם 'ריספאנס', אין אזא מצב וואו דער סימפטאם געשעהט געווענליך שטארק, און דו גריסט אים... און עקספיריענס דיינע טיפסטע געפילן די סקונדע פאר דו באקומסט צוריק פון אים סיי וועלכע ריספאנס... וואס איז דיין ערווארטונג אין יענע רגעים ?

ק: ס'קומט מיר ארויף ווי א מענטש וואס מאכט זיכער אז די פארבינדונג צווישן צוויי מקוואות איז געהעריג אפן אויף אן אופן אז די וואסער זאל פליסן אהין און צוריק, אז ס'איז נישטא קיין געגנשטאנד וואס שטערט די פלוס...

(איך Pause די ריקארדינג, די רגע איך שפיר אז ס'פאדערט מיר צייט צו דערשנאפן א געוויסע טיפקייט, וואס אויב די ריקארדינג וואלט געפארן ווייטער, וואלט עס צוריק איינגעזינקען אין מיינע טיפענישן, אנדעם וואס איך זאל דאס מאכן פאר "ווערטער". )

ט: לאמיר זיין 'אמת'דיג', און נישט פארדרייען קיין 'פאקטן', לאמיר מודה זיין אויף די אמת'ע אמת, ווייל נאר אזוי וועל איך געהאלפן ווערן ב"ה, חותמו של הקב"ה אמת, סאו, לאמיר מודה זיין אויף די אמת, די אמת העלפט!!! אבער שקר מאכט צו... לאמיר זאגן פון די Part אין מיר וואס טרעפט אז עס איז טאקע נישטא קיין שום געגנשטאנד: "אויב עס בלייבט אזוי אן א געגנשטאנד, ערווארט איך אז..."

ק: (איך געב אכט אויף רעזיסטענס...) איך שפיר אזוי ווי אז מיין וואסער ווערט ערלויבט צו ווערן אריבער געגאסן צו דיינע...

ט: לאמיר זאגן, אבער איך בעהט דיך אז ס'זאל זיין 'אמת'דיג'! "אויב מיין וואסער ווערט ערלויבט צו ווערן אריבערגעגאסן צו דיינע... ערווארט איך אז..."

ק: ערווארט איך אז איך בין יא עפעס ווערד, ווייל נאר ריינע וואסער לאזט מען אריבער.

ט: וויאזוי שפירסטו אין דיינע טיפסטע טיפענישן... וויאזוי איז דיינע וואסער?

ק: איך האב מורא אז מ'דארף עס נישט... (איך פיר יעצט אריין מיין אטענשאן מער און מער צו די טיפע Knowing אין מיר, וואס שפירט אן Emotional Wound אז מיינע "וואסער" איז נישט באדארפט. איך פאוקעס דערויף מער און מער... איך קען שפירן אז דאס איז א וואונד פון גאר מיינע יונגסטע יארן... וואו מ'דארף נישט מיינע... ס'איז שווער צו ווערן אין Touch דערמיט... ס'איז פיל גרינגער זיך איינצורעדן און זיך פארשטעלן א "עכט איז יא אלעס גוט..." דערפאר געב איך אכטונג פון רעזיסטענס...)

ט: צו ווייסטו וואסערע מעסעדש האסט באקומען וואס האט דיך געמאכט טראכטן אז דיינע וואסער זענען 'נישט' ?

ק: איך קען מיך נישט דערמאנען... נאר אזויפיל אז איך האב אלעמאל אזוי געשפירט...

ט: ווען ווייסטו אז מ'דארף עס נישט ?

ק: ווען מ'לייגט נישט צו אטענשאן צו וואס איך האב צוזאגן...

ט: איך וויל זאלסט זעהן דיינע חברים און זאגן: "איך האב אויך עפעס צו זאגן... הערטס מיך אויך אויס... אפשר איז אויך אינטערעסאנט מיינע געדאנקען..."

ק: זאגט עס...

ט: וויאזוי פילט זיך עס?

ק: אזא מין רצון צו וויינען... איך שפיר ווי ס'טוט מיך זייער וויי... איך שפיר מיך ווי א ברעקעלע... Unneeded... מיין קול בלייבט דערשטיקט... ס'גייט זיי נישט אן מיינע מחשבות... איך דארף זייער 'פארפירן' אז מ'זאל זיך צוהערן צו מיר... אז נישט הערט מען נישט... קיינער קוקט נישט אויס אינטערעסירט... מ'הערט מיך נישט...

(פון דא איז די ערשטע לשון, וואס איך טראכט יעצט אז ס'איז נישט אזוי גוט...)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, דשאסט פאר יעצט, אז אזוי ווי יעדע מענטש וואס קען האבן גוטע געדאנקען וואס דער רבש"ע שיקט אריין אין קאפ, אזוי איז מיין קאפ... און אז נישט וועגן דעם געבן זיי נישט אטענשאן צו מיר...

ק: איך הייב מיך אן וואונדערן, פארוואס טאקע מאכן זיי זיך נישט צו טון... און ס'איז מיר שווער צו אנגיין אן וויסן א 'פארוואס'...

ט: לאמיר זאגן: "אויב איך גיי לעבן אז איך ווייס נישט אויף די התנהגות פון די ארומיגע א 'פארוואס', ערווארט איך אז..." און ענדיג דעם זאץ פון דיינע טיפענישן...

ק: איך וועל מיך נישט וויסן וויאזוי צו גיידן ווייטער... אזוי ווי א GPS וואס פארלירט די סיגנאל... און די קאר שטעלט זיך אפ...

ט: וואס האט צו טון "וויסן וויאזוי זיך צו גיידן" מיט פארשטיין א 'פארוואס' צו יענעמ'ס התנהגות ?

ק: ווייל נאר לויט יענעמ'ס 'פארוואס', פיר איך מיין התנהגות...

ט: וואס מיינט די ווערטער?

ק: אז אן וויסן יענעמ'ס סיבה פארן טון וואס ער טוט, האב איך נישט קיין גיידענס וויאזוי פארצוזעצן ווייטער...

סאו איך מאך מיר אזא צעטיל: איך אליין האב נישט קיין אהנונג וואס צו טון ווייטער... און נאר ערשט ווען איך שטעל מיך פאר די 'פארוואס' צו יענעמ'ס אויפפירונג, נאר ערשט דאן ווייס איך וויאזוי זיך צו פירן, אן וויסן די 'פארוואס' צו יענעמ'ס התנהגות, פארליר איך די המשך וויאזוי זיך צו פירן...

(ביז אהער איז די ערשטע לשון ואיבעית אימא...)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, ווי איך זעה אז זיי געבן מיר נישט קיין 'אטענשאן'... און דאן, אנשטאט טראכטן און שפירן אז זיי טוען דאס ווייל דיינע מיינונגען, דיין "וואסער", (מים הנובעות מן הדעת...) איז ווייניג ווערד, לאמיר פרובירן פאר דאס מאל, דשאסט פאר יעצט, צו אנקוקן אז ס'האט גארנישט צו טון וועגן מיר... וויאזוי שפירט זיך, אנצוגיין מיט א Meaning אז ס'האט גארנישט צו טון וועגן מיר ??? און צו קומט ארויף עפעס אן אומבאקוועמליכקייט ???

ק: איך שפיר נישט מיין עקזיסטענץ...

ט: וואס האט א שייכות 'וועלן שפירן דיין עקזיסטענץ', מיט: 'געבן א מיינונג אז ס'איז עפעס וועגן דיר' ???

ק: אזוי שפיר איך - עכ"פ - אז יענער 'ווייסט' פון מיין עקזיסטענץ. און אויך אז איך אליין 'געדענק' מיין עקזיסטענץ... איך עררייך ביידע מיט איינמאל...

ט: ווייל נאר ווען דו שפירסט אז יענער 'ווייסט' פון דיין עקזיסטענץ, שפירסטו אז דו עקזיסטירסט. און אויך נאר ווען דו אליין געדענקסט פון דיין 'עקזיסטענץ' שפירסטו אז דו עקזיסטירסט. און וואס האט א שייכות "דיין שפירן אז דו דארפסט איבערצייגן אז דיין וואסער איז יא 'ערלויבט'..." "מיט'ן וועלן שפירן דיין עקזיסטענץ?"

ק:ווייל נאר אויב איך וויל שפירן מיין עקזיסטענץ, מוז נישט געבן פאר מיר 'אטענשאן' מיינען עפעס וועגן מיר...

ט: און וואס האט שייכות 'די ריספאנס וואס דו ווילסט באקומען' מיט'ן 'וועלן שפירן דיין עקזיסטענץ' ?

ק: ווייל נאר דאס האט גורם געווען אז איך דארף יעצט האבן אן 'איבערצייגעניש' אז מיין 'וואסער' איז יא 'ערלויבט', און יא גוט... ווען איך זאל ווען נישט וועלן שפירן מיין עקזיסטענץ, וואלט איך דען געדארפט געבן א מיינונג אז נישט געבן אטענשאן מיינט מיך פערזענליך...

די צעטיל איז: "אויב נישט געבן זייער אטענשאן צו מיר, מיינט נישט מיר פערזענליך, הער איך אויף צו שפירן מיין 'עקזיסטענץ'...און איך וויל דאך יא שפירן מיין עקזיסטענץ, דערפאר מיינט דאס יא מיר פערזענליך, און דערפאר דארף איך יעצט א ריספאנס פון דיר צו ווערן איבערצייגט אז מיין 'וואסער' איז יא ערלויבט, די איינציגע וועג צו שפירן מיין עקזיסטענץ איז אז ס'מיינט עפעס וועגן מיר פערזענליך... אויב נישט, הייב איך אן צו שפירן ארויס פון עקזיסטענץ..."

ומחוורתא כזו הלישנא... כי בזה נכלל גם הפריערדיגע צעטיל

ווייל די סיבה פארוואס איך דארף וויסן די 'סיבה' צו יענעמ'ס אויפפירונג, איז צוליב געדענקען מיין 'עקזיסטענץ'. אזוי ווערט מיין התנהגות אנגעהוקט מיט יענעמ'ס, אזוי ארום געדענקט זיך מיר מיין עקזיסטענץ.

אבער איך וועל ליינען ביידע. וירא שמים יוצא ידי שניהם.

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

אויב איינער מוטשעט זיך שטארק מיט א פחד פון הרהורים אפילו אין מצבים וואס מ'דארף טרעפן פון אונטער די ערד אזאך וואס זאל דאס גורם זיין, און ס'ברענגט אים אריין אין א 'אנגעצויגנקייט', דער מענטש איז 'פארנומען' צו פייטן אגאנצן טאג זיך צו האלטן 'ריין', קען זיין אז דאס קומט פון א אינערליכער רצון וואס זוכט וואו מ'קען יא טרעפן וואס צו טראכטן, אנשטאט זיך צו שלאגן דערמיט, מאך א קאוהירענס טערעפי סעשאן על זה הדרך:

קודם דארף מען זיך זייער קלאר מאכן וואס די 'סימפטאם' איז. למשל:

ט: איך וויל מיט דיך רעדן אן ענין, איך ווייס אז דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, אבער איך וויל בעסער אויסשמועסן און פארשטיין די שורש וואס ברענגט אז ס'זאל דארפן ווערן געפירט אזא שארפע מלחמה וואס צאנקט אויס דיינע כוחות...

ק: אדרבה ואדרבה, איך וואלט מיך זייער געפריידט צו אדרעסירן דעם נושא, ווייל איך וויל ביידע, איך וויל סיי זיין כולו לה', און איך וויל אויך זיין כולו לה'. די ערשטע כולו לה' מיינט: אז וויל אז איך זאל זיין אנגעפיהלט נאר מיט'ן אייבערשטן, און די צווייטע כולו לה' איז, אז איך זאל קענען נוצן מיינע כוחות צום אייבערשטן, און נישט דארפן זיין פארנומען מיט אזא מלחמה, וואס לאט נישט נוצן די כוחות צום אייבערשטן...

(איך וויל דא קלאר מאכן, איך אדרעסיר די 'אנגעצויגנקייט' ארום די 'מלחמה', ווי איר וועט שפעטער זעהן...)

ט: לאמיר ארויפברענגען אין מיין 'מחשבה', אין מיין 'דמיון', א מצב וואו דער 'אנגעצויגנקייט', און 'געשלעג' נישט אריינגעכאפט צו ווערן חלילה, ווערט שטארק אנגעצינדן... און לאמיר עקספיריענסן מיינע טיפסטע Emotional Knowings וואו איך בין באמת דארט יעצט... איך שפיר עס אין אלע מיינע ביינער... איך שמעק די פלאץ... און לאמיר פרובירן - דשאסט פאר א פאר מינוט - צו לעבן מיט א Meaning, און אזוי 'פארשטיין' די מצב וואו איך בין יעצט... אז די מצב איז אויף אזא אופן: אז ענדליך האט מיך השי"ת געהאלפן ברוב רחמיו וחסדיו, נאך אסאך תפילות ותחנונים... טייכן טרערן... האט ער מיר געהאלפן... אז עס קען גארנישט געשעהן אפילו אויב דער יצר וויל זייער שטארק... צו לעבן מיט די 'פארשטאנד' - דשאסט פאר אפאר מינוט - אז איך בין 'יעצט' אין אזא פלאץ וואס האט א געוויסער כח, אז וויפיל דער 'יצר' זאל נאר זוכן, און נישטערן, און וועלן... גייט זיך אים נישט טרעפן קיין שום מין וועג וויאזוי 'ארויפצוברענגען' אין מיר עפעס וואס טויג נישט... עס גייט נישט גיין... ווייל עס קען נישט גיין... עס גייט נישט געשען... סאו, איך מוז יעצט זיין זייער זייער זייער רואיג, און אויסטערליש רילעקסד... און אנגיין ווי א פרייער פויגל... און איך דארף מער נישט טראכטן - אפילו נישט א פיצל - וועגן דעם גאנצן נושא...

לאמיר אנגיין אזוי, און עקספיריענסן מיינע טיפסטע Emotional Knowings אז אויף קיין שום מין וועג קען נישט געשעהן בשום פנים ואופן עפעס וואס איז נישט גוט... וויסנדיג מיט א שטארקע קלארקייט אז מיין מחשבה בלייבט יעצט בהכרח ריין... אן דעם וואס איך זאל דארפן פירן דאס מינדעסטע מלחמה... איך בין אזוי רואיג, ווייל איך Expect אין מיינע טיפסטע Emotional Knowings, ווי כאילו איינער פירט מיך פון אינדרויסן און עס גייט נישט געשען, ווייל עס קען נישט געשעהן... סאו, איך בין אזוי רואיג... וראה זה דבר פלא... ממש ווי דוד המלך 'כי לבי חלל בקרבי'... איך קען אנגיין די 'רואיגסטע' וואס א מענטש קען אנגיין... און איך ווייס זייער קלאר אז עס איז נישטא קיין שום מין וועג וויאזוי דער יצר זאל אויף מיר קענען האבן שליטה... דערפאר בין איך אזוי רואיג און זארגלאז...

וויסן מיט זייער זייער א קלארע קלארקייט אז צייטן האבן זיך געטוישט ב"ה, און אזאנע מחשבות קומען מער נישט... עס קען נישט! סאו איך גיי אהין און צוריק, איך דריי מיך, און איך פריי מיך, איינזעענדיג און וויסנדיג זייער זייער שארף און קלאר - די שארפסטע און קלארסטע - אז דאס איז א פאקט שטערקער ווי שטאל... ס'קומט נישט אריין !!! איך רעד מיט מענטשן, איך פארברענג, איך טרינק, איך לערן, איך דאווען, און איך דערזעה מיך מיט א פאקט וואס איז ווי א פארשפארטער ראוד מיט א שטייטערנעם בעריקאדע... איך בין מחשבות פריי!!!

און אזוי גייט דורך דעם גאנצן טאג... און יעצט איז די קומענדיגער טאג און ווייטער דעם זעלבע שטאלענעם פאקט שטעלט זיך פאר מיר ווי א ריזיגער עקשנות'דיגער פעלז, עס געשעהט נישט! איך דריי מיך און פריי מיך מיט א געוואלדיגער רואיגקייט, זארגלאז, נישט טראכטענדיג מער וועגן אזא פראבלעם בכלל... וויסנדיג אז ענדליך בין איך צוגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה... איך מאך צו די אויגן און איך געב א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער, יעצט קען איך לערנען רואיג, און דאווענען רואיג... איך דארף מער נישט טראכטן וועגן דעם גאנצן נושא... עס געשעהט מער נישט...

און אזוי גיי איך אן מער און מער... עס קומט שב"ק, און אלעס זארגלאז און רואיג... איך קען ממש נישט גלייבן אז א מענטש זאל קענען זיין אזוי רואיג וויאזוי איך שפיר... די גאנצע זאך איז א פארגאנגענהייט... איך קוק נישט צוריק קיין איין רגע טראכטנדיג אז "אפשר דאך דארף איך מורא האבן..." קיין איין רגע קוק איך נישט צוריק... עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן... עס עקזיסטירט מער נישט... איך דאווען, איך לערן, איך ארבעט, איך שרייב אויף אייוועלט, זארגלאז... ווייל עס געשעט מער נישט...

וואס הייבסטו אן צו שפירן 'אומבאקוועם' ?

ק: אוי איז דאס געווען א סימפטאם דעפרייוועשאן. וואס עס קומט ארויף איז, א שארפע ווייטאג. איך הייב אן שפירן אלץ א שטארקער פאקט, ווי איך בין ממש גארנישט ווערד... 'ווערדלאז'. דאס איז נישט א Knowing אין קאפ, איך רעד פון א שפיר וואס דערציילט א פאקט! וואס אזא Knowing שאפט אין די Emotions אלץ א פאקט וועגן מיך. אויך קומט ארויף א שפיר פון: "וואס האב איך צו זוכן אויף דער וועלט???" "איך טו גארנישט 'אויף' !!!" איך וויל שפירן אז איך טו 'אויף'... די 'אויף' וואס ווערט נישט 'געשפירט' אין מיר, אויב איך בין 'סימפטאם' פריי, איז די זאך דא... די 'ארויסברענגען'... "איך האב גארנישט 'וואס' ארויסצוברענגען..."

איך האב מיך נישט אין וואס 'אנצוהאלטן'... א שפיר ווי איינער וואס ווערט פארלוירן אין די 'גארנישטקייט', אין די 'ווערדלאזיגקייט', און ער 'האלט זיך אן אין עפעס'.

עס דערמאנט מיך ווי איך בין א יונגעל, ס'איז פרייטאג נאכמיטאג, איך שטיי און קוק ווי א טרעקטער גרובט א גרוב ערגעץ, פילנדיג אין אלע מיינע ביינער אז: אז ? אז איך בין פלעין גארנישט !!!

ט: וואס האט שפירן "איך בין פלעין גארנישט..." מיט מאכן זיכער מיט אלע כוחות אז אזא מלחמה האלט זיך אן אין קראפט ?

ק: א צאל זאכן ! 1) עס נעמט מיר אוועק די אטענשאן פון יענע פרייטאג פלעינע גארנישטקייט געפיל. 2) עס מאכט מיר א דמיון אז איך זאל שפירן ווי איך ברענג ארויס פון זיך עפעס, אמער, איך האב מיך מיט וואס צו שלאגן אויף דער וועלט, דו קענסט נישט זאגן אז 'איך בין גארנישט', קוק: זעהסט דאך ווי איך שלאג מיך מיט'ן יצר. סאו איך בין יא ווערד... איך פייט! זעהסט ? איך בין יא עפעס.

סאו, איך מאך מיר אזא צעטיל: איך קען נישט ערלויבן אריינצולאזן און לאזן אין מיין באוואוסטזיין דעם פאקט פון מיין 'ווערדלאזיגקייט' וואס איך שפיר יעצט פרייטאג נאכמיטאג ביים טרעקטער, די שפיר אז איך בין ממש גארנישט ווערד. סאו, איך מוז האבן דער מלחמה צו שפירן אז איך האב 'וואס' ארויסצוברענגען פון מיר, און שפירן אז איך טו עפעס 'אויף', כדי צו שפירן אז איך בין יא ווערד. דער מלחמה פארנעמט מיין גאנצע אטענשאן, אבער ערלויבן די ווערדלאזיגקייט אריינצוקומען איז אומאויסהאלטבאר...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: א גוטן צדיק, וואס טוט זיך ?

ק: ב"ה, איך האף צום הייליגן באשעפער, דער הייליגער באשעפער זאל מיך העלפן, איך ווייס אז ס'ליגט נישט אין "אונזערע" הענט ארויסצוקריכן פון קיין שום זאך, ס'איז אלעס נאר וויפיל דער אייבערשטער העלפט, און דאס איז דאך עניוועי דער תכלית צוצוקומען צום אייבערשטן.

ק: איך וויל מאכן א סעשאן, מיט'ן אייבערשטענס הילף אויף אסאך זאכן, אבער מ'מוז דאך אנהייבן ערגעץ... א סך מאל קומט מיך אריין איבערצוטראכטן וואס איך האב געטון, צו ס'איז גוט צו נישט. די פראבלעם איז, אז איך האב א אינערליכער Inclination, ווייטער אנצוהאלטן מיין 'נקיפת לבי' ווען מ'קען זיך באמת בארואיגן אז ס'יא גוט וויאזוי ס'איז...

צום ביישפיהל, נעכטן איז מיר ארויפגעקומען אז אפשר האב איך אומכאפנדיג געלייגט אויף דער ערד אזאך וואס מ'לייגט נישט אזוי... איך האב אפילו אנגעהויבן שפירן אז איך טו נישט ריכטיג מיט דעם אז איך גיי נישט יעצט צוריק, כדי צו קוקן וואו איך האב עס פאקטיש געלייגט. איך האב מיך פרובירט צו בארואיגן אז בדיעבד איז עס גוט וויאזוי ס'איז נאר, און אז מן הסתם האב איך עס יא געלייגט 'ריכטיג', אבער מיט דעם אלעם האט זיך מיר פארגעשטעלט אז איך האב עס געלייגט אויפן פלאר דייקא, און איך בין געבליבן מיט א ביטערע געפיל. היינט האב איך געזעהן אז איך האב עס יא געלייגט ריכטיג... וואס איך וואונדער מיך איז, אז אפשר איז דא אין מיר עפעס א טיפערע Need וואס פאר אים פאדערט צו בלייבן מיט די ספיקות, ענדערש ווי שפירן 'רואיגקייט' וואס געבוירט זיך פון וויסן אז מ'טוט גוט, וואס ווילאנג דער Need ווערט נישט 'באוואוסטזיניגט' פאר מיר, וועל איך אייביג דוקא בלייבן סטאק אז "אה... ענדליך האב איך וואס איך האב נישט גוט געטון... ענדליך האב איך מיט וואס זיך צו עגבערן..."

ט: לאמיר זיך עקספיריענסן זייענדיג "יעצט" אין גענוי דעם זעלבן מצב, - ארום און אינערליך - פאר די מחשבה איז אריין אין מיר... די מחשבה איז נאכנישט אריינגעקומען... לאמיר אריינאטעמען און טיף עקספיריענסן דעם זעלבן "לופט" וואס הערשט ארום און ארום, און אריינאטעמען און טיף עקספיריענסן דעם זעלבן לופט וואס ליגט אין מיר... עס אריינאטעמען טיף... זייער טיף... נאך און נאך... און בשעת'ן אנגיין מיט'ן אטעמען זעהן און עקספיריענסן בחוש אין אלע מיינע ביינער זייער טיף אז ס'ליגט פאקטיש גוט... זעהן און עקספיריענסן בחוש דעם נעכטיגן מציאות ארום און ארום, דעם נעכטיגן מציאות וואס איז אין מיר, נאך פאר די מחשבה קומט אריין... און עס אריינאטעמען... און ממש בשעת אטעמען נאך און נאך, זעהן און עקספיריענסן זייער קלאר אז ס'ליגט יא גוט... אריינאטעמען ווי ס'איז יעצט, מיין גאנצן נעכטיגן אינערליכער וועטער ביזן טיפסטן... איידער די מחשבה קומט אריין... און בשעת'ן אטעמען אריין און ארויס נאך און נאך, זעהן און עקספיריענסן אז ס'ליגט פאקטיש זייער גוט... צו קומט אריין עפעס אומבאקוועם ?

ק: איך האב נישט מיט וואס ארויסצוברענגען מיין ווייטאג און מיין כעס, ס'בלייבט אין מיר. איך האב עס נישט מיט וואס ארויסצושטופן.... ווי כאילו מיט'ן טראכטן אז ס'ליגט נישט גוט, שאף איך א כח וויאזוי ארויסצושטופן מיין ווייטאג...

ט: לאמיר זיך עקספיריענסן זייענדיג "יעצט" אין גענוי דעם זעלבן מצב, - ארום און אינערליך - פאר די מחשבה איז אריין אין מיר... די מחשבה איז נאכנישט אריינגעקומען... לאמיר אריינאטעמען און טיף עקספיריענסן דעם זעלבן "לופט" וואס הערשט ארום און ארום, און אריינאטעמען און טיף עקספיריענסן דעם זעלבן לופט וואס ליגט אין מיר... עס אריינאטעמען טיף... זייער טיף... נאך און נאך... און בשעת'ן אנגיין מיט'ן אטעמען זעהן און עקספיריענסן בחוש אין אלע מיינע ביינער זייער טיף אז ס'ליגט פאקטיש נישט גוט... זעהן און עקספיריענסן בחוש דעם נעכטיגן מציאות ארום און ארום, דעם נעכטיגן מציאות וואס איז אין מיר, נאך פאר די מחשבה קומט אריין... און עס אריינאטעמען... און ממש בשעת אטעמען נאך און נאך, זעהן און עקספיריענסן זייער קלאר אז ס'ליגט נישט גוט... אריינאטעמען ווי ס'איז יעצט, מיין גאנצן נעכטיגן אינערליכער וועטער ביזן טיפסטן... איידער די מחשבה קומט אריין... און בשעת'ן אטעמען אריין און ארויס נאך און נאך, זעהן און עקספיריענסן אז ס'ליגט פאקטיש נישט גוט... צו ווערט באקוועמער אויף עפעס א וועג ?

ק: איך שפיר אז אזוי קען איך דערשפירן מיין Pain, און איך שאף כאילו א כלי וואס דאס זאל זיין די Pain.

ט: און די Pain פאר די ספק איז געקומען פייניגן קענסטו נישט אזוי 'ארויסברענגען' צו וואס ?

ק: ס'דערשפירט זיך נישט אזוי... ס'איז א Relief אז ס'ווערט מלובש אין עפעס מער ממשיות'דיג... אז אומ'ממשיות'דיגע Pain פארציילט זיך נישט... מ'דערהערט עס נישט... ס'בלייבט דערשטיקט... איך מוז בלייבן דערשטיקט מיט עס... איך קען עס נישט אויסברעכן... אז ס'ליגט נישט גוט, טוט עס וויי, דערשפירט זיך עס, עס דערשפירט זיך פאר מיר אליין. עס בלייבט נישט פארהוילן... איך קען עס אויסוויינען... ס'שפירט זיך נישט גוט אז ס'ליגט חלילה נישט ווי ס'דארף, אבער בלייבן מיט רויע Pain איז א 'דערשטיקעניש'... זייער נישט גוט... מ'קען עס אפילו נישט פארציילן... איך וויל דערשפירן מיין Pain איך זאל עס קענען פארציילן...

ט: די רויע Pain פאר די מחשבה איז אריינגעקומען, פארציילט זיך נישט ?

ק: נישט עכט. וויאזוי קען מען עס פארציילן, מ'וועט דיך אפלייקענען... מ'וועט זאגן "דו רעדסט דיך איין..." "דו מיינסט נאר..." "ס'איז נישט עכטע Pain..." "קום אויף מיט עפעס זאכליך... מיט עפעס ממשיות'דיג, וועל איך דיך אויסהערן..." "דאס וואס דו שפירסט טיף טיף, דאס מיינט נישט..." וויאזוי קען איך מאכן אז מ'זאל אזאנע טיפע ווייטאג אויך פארשטיין? און אויך אויסהערן ? ס'איז אפילו מעגליך ?

ט: וואס מיינט ביי דיר "ארויסברענגען" "ארויסברעכן" "אויסוויינען" "ארויסשטופן" ...?

ק: איך וויל עס ארויסשטופן פון מיר, איך קען עס נישט האלטן אינעווייניג... איך האב מורא אז ס'גייט בלייבן דארט דערשטיקט...

ט: און ווען דו טרעפסט דיך עפעס א ספק'ל, דאן ? דאן שפירסטו פון איין זייט וואס ?

ק: אז איך אליין וועל זיך כאטש נישט פארהוילן דערפון...

ט: פון איין זייט איז עס דאך אבער זייער שווער פאר דיר, ניין?

ק: ס'איז טאקע, אבער ווען איך האב נישט דאס 'ממשיות'דיג', ווען איך בין נישט מלביש די ווייטאג אין עפעס א דערשפירענדער Pain...

ט: שפירסטו וואס ?

ק: אז איך ווער דערשטיקט ווי דער זיידן ווערעמעל...

ט: און אויך האסטו מיר פריער געזאגט אז דו ווילסט האבן א 'ווייטאג' וואס ס'פארציילט זיך...

ק: בלייבן מיט Pain וואס ס'פארציילט זיך נישט, דאס וויל איך זיכער נישט...

ט: ס'איז אזוי אינטערעסאנט, ווייל פריער האסטו מיר געזאגט אז דו האסט נישט ליב צו ליידן פון ספיקות, אז דו האסט נישט ליב אז דו קענסט נישט שטעלן דיין מחשבה אז דו טוסט יא גוט... און יעצט זאגסטו מיר א גאנצע הסבר אז דו דארפסט עס יא האבן ?

ק: איך דארף עס נישט האבן. ס'איז מיר אבער ענדערש ווי בלייבן מיט ווייטאג וואס איך קען נישט ארויסגעבן...

ט: וואס דו שפירסט נישט אז דו קענסט 'ארויסגעבן'...

ק: יא

ט: דו האלסט אז קיינער וועט דיך נישט אויסהערן...

ק: יא

ט: און דו וועסט מוזן בלייבן דערשטיקט דערמיט...

ק: און איך בלייב דערשטיקט...

ט: איך זעה אז דו האסט זייער מורא צו זאגן אז דו האסט אין דיר Pain וואס טוט דיך וויי... אמת ?

ק: (איז שטיל...)

ט: האסט מורא צו ווערן Aware דערויף ?

ק: (איז שטיל...)

עניוועי, איך מאך מיך אזא

ק: (זעהט אז איך וויל שוין ענדיגן פאר היינט, וויל זיך עפענען... און זאגן אז ער האט זייער אסאך ווייטאג... זאל אים דער אייבערשטער העלפן...)

עניוועי איך מאך מיר אזא צעטיל: איך לייד יעצט ווייטאג פון א ספק... צו דארף איך בלייבן ביים ספק ווייל איך וויל מלבש זיין רויע טיפע ווייטאג, אין ממשיות'דיגע ווייטאג וואס האבן דעם 'ספק' ברענגט, צו האבן א ווייטאג וואס שפירט זיך אז מ'קען עס יא 'ארויסברענגען' און 'ארויסשטופן' ?

ק: "קלייענט" שפירט צופרידן און דאנקט דעם אייבערשטן און בעהט אים אויף ווייטער... אויך דער "טערעפיסט" ווייסט זייער גוט אז אן דעם באשעפער'ס הילף קען ער גארנישט...

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו. המשך יבוא אי"ה כיד ה' הטובה עלי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: אגוטן, וואס טוט זיך, וויאזוי גייט אלעס ?

ק: ב"ה, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן, איך האב אויף אסאך זאכן אויף וואס צו מאכן א סעשאן.

ט: לאמיר נעמען איינס, און דער אייבערשטער זאל העלפן.

ק: איך בין נייגעריג אויב עס איז דא אין מיר א Schema וואס פאר איר איז וויכטיג צו טרעפן אז איך טו שלא כדין, אז איך טו אן "עבירה" חלילה...

-> כדי צו מאכן א סימפטאם דעפרייוועשאן, דארף מען ענגעדשאן (To Engage) די פרא-סימפטאם פאזישאן, און נאר אוועקנעמען דעם סימפטאם. נאר דאן קען מען ווערן באוואוסטזיניג - ב"ה - אויף די פרא-סימפטאם פאזישאן. מ'דארף אוועקנעמען דשאסט די סימפטאם, און דער מענטש דארף זיך באמת טרעפן אין אזא מצב וואס איז מעורר בלויז די פרא-סימפטאם. מ'דארף זיך אזוי אויס'משל'ן די מצב וואו דער סימפטאם געשעט געווענליך, עס אזוי עקספיריענסן, אז ס'איז אזא מצב וואס אנטהאלט אלעס אבער גארנישט דאס וואס מ'שטעלט זיך פאר אז ס'איז די 'עצה' צום סעלושן. דהיינו, גארנישט וואס מ'שטעלט זיך פאר אז ס'איז די 'סימפטאם'.

דא ביי מיין סימפטאם מוז איך אזוי אריינרעדן, אז איך זאל וויסן אז איך בין אין אזא מצב וואו עס עקזיסטירט נאר די חלקים וואס מאכן אז ס'זאל מיר אויספעלן דער סימפטאם, זיך פארשטעלן די מצב אויף אזא אופן אז דער סימפטאם עקזיסטירט נישט. אויב עס איז דא אין מיר אזאנע Schemas וואס וועגן זייער עקזיסטענץ שאפט עס אין מיר א Need צו געבן א מיינונג אז איך טו חלילה עפעס וואס גייט יא ארויס פון די גדר ההיתר, מוז איך זיך זעהן אויף אזא אופן אז איך טרעף זיך נישט טון א דבר וואס גייט ארויס פון די גדר ההיתר. די רגע איך וועל זיך טרעפן, אפילו אויב נאר בדמיון, זייענדיג אין אזא מצב ווי אלעס וואס איך טו איז בגדר ההיתר, נישט אז איך זאל מיך פארשטעלן אז איך רעד מיך איין אז ס'איז בגדר ההיתר, אזוי ווי א מענטש וואס ווייסט אדער האט עפעס א חשש אז ס'איז בדיעבד, און ער רעדט זיך אז מ'מעג... נאר איך דארף מיך פארשטעלן זייענדיג אין א מצב וואו עס איז פאר די דאזיגע Schemas נישטא א וועג וויאזוי צו ערפילן זייער Need. און דאס מוז זיין א מצב וואו אלעס וואס איך טו איז נאר בהיתר ממש.

אויב איך גיי מיך פארשטעלן זייענדיג אין א מצב וואס איך ווער אפילו נאר א משהוא קלות'דיג, און איך לאז נאך פון ערליכקייט אפילו א משהוא, מיינט דאס אז די Pro-Symptom ווערט יא ערפילט. ווייל די פרא-סימפטאם האט דאך א Need אז איך זאל מיך יא טרעפן אין א מצב ווי איך לאז נאך... <-

ט: לאמיר פרובירן און דער אייבערשטער זאל העלפן.

ק: והשם הטוב יעזור.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן וואו איך גיי אין א פארשטופטע וואלד צווישן די הויעכע ביימער... זעענדיג ארום מיר בלויז הויעכע פעסטע שטאמען... טרעטנדיג אויף בלעטער... איך זעה א באטל אויף דער ערד... איך קוק דערויף, און איך זעה אז אין דעם איז דא א קמיע וואס אויף עפעס אן אויפן ווייס איך זייער קלאר אז ס'איז פון צוויי הונדערט יאר צוריק... שפירנדיג אז דאס מוז זיין א סוד... איך נעם עס ארויס און איך ליין... "ווער ס'וועט ארומטראגן דעם צעטיל, איז בטוח אז וואס ער וועט נאר טון, וועט ער בהכרח מוזן טון וואס ער ווייסט אז ס'איז אויסגעהאלטן, און ער וועט נישט קענען טון אזאך וואס מאכט אים שפירן אז ער האט געטון נישט אזוי אויסגעהאלטן, דאס גייט מאכן אז ער זאל שפירן מיט זייער א שטארקער קלארקייט אז ער טוט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן און גוט, וואס ביי אים מיינט יעצט גוט... ער וועט מוזן בהכרח טון נאר זאכן וואס ער ווייסט אז ס'גוט... נישט קיין חילוק וואס ער וועט טון, וועט עס נישט קענען אריין גיין אין א זאך וואס ער קען האבן אפילו די ווייטסטע חשש אז ס'איז נישט געווען אויסגעהאלטן... אויף אזא אופן אז ס'וועט אים מאכן שפירן אז ער האט געטון נישט אויסגעהאלטן... נאר אלעס וואס ער וועט טון וועט בהכרח זיין וואס ער ווייסט אז ס'איז גוט... אויף אזא אופן אז ער וועט שפירן מיט זייער א שטארקע שארפקייט און קלארקייט אז אלעס וואס ער טוט איז גוט"

איך נעם דעם צעטיל מיט פרייד... שטופ עס אריין אין טאש... און איך פארגעס דערפון... איך גיי אן מיט'ן טאג... און יעצט איז סוף טאג, ווען איך ליג אין בעט... איך דערמאן מיך פון דעם קמיע... איך טראכט דורך מיין טאג... און וואונדער איבער וואונדער, איך שפיר מיט זייער א שטארקער קלארקייט, אזא שטארקער און שארפער קלארקייט אז איך קען שפירן אז איך האב אזא קלארקייט נאך קיינמאל נישט געהאט אין מיין לעבן... אזוי קלאר און שארף... אז ממש אלעס וואס איך האב געטון איז געווען אינגאנצן אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט... איך אטעם אריין און ארויס דעם שארפקייט... איך שפיר עס ביז די טיפסטע אין מיר... איך האב נישט קיין שום ספק... איך שפיר זייער שארף און קלאר אויף אזא אופן אז איך דארף גארנישט איבערטראכטן צו מאכן זיכער... ס'איז מיר אזוי אינטערעסאנט... וויאזוי קען זיין... אזוי קלאר שפירן אז אלעס וואס איך האב געטון איז געווען הונדערט פראצענט גוט ? ... אזאך וואס איך האב נישט געווענליך... איך בין איבערגענומען מיט וואונדער... ווייל געווענליך שפיר איך "אפשר טאר מען נישט... אוי איך טו נישט גוט... אוי איך האב געטון אן עבירה, אך..." ס'איז נאר דער קמיע טראכט איך צו זיך...

און איך פריי מיך עד הסוף... איך גיי שוין איינשלאפן... ווייל מארגן גייט זיין אזא גוטע טאג... א טאג וואס אלעס וואס איך גיי טון, גייט זיין טאקע אזוי ווי איך שפיר יעצט, גוט... אלעס וואס איך גיי טון גייט בהכרח זיין נאר אויסגעהאלטן... אן דאס מינדעסטע אופן צו שפירן צעבראכן אז איך טו אפשר נישט גוט...

און יעצט איז טאקע די קומענדיגער טאג... איך מאך אויף מיינע אויגן... איך דערמאן מיך פון דעם קמיע וואס איך זעה קלאר אז ס'ארבעט אויף א משוגע'נעם אופן... ס'מאכט אז סוף טאג זאל איך זעהן אז וואס איך האב געטון איז געווען אויסגעהאלטן און גוט... און איך שפיר זייער פרייליך... עס גייט מער נישט זיין ביי מיר אפילו די ווייטסטע ספיקות, ווייל וואס איך גיי טון גייט בהכרח נאר זיין גוט... און אזוי הייב איך אן מיין טאג, זארגלאז !!! און טאקע סוף טאג געשעט צו מיין איבערגענומענע וואונדער די זעלבע זאך... איך ליג אין בעט און איך שפיר מיט זייער א שארפער קלארקייט אז אלעס, אבער אלעס און אלעס וואס איך האב געטון איז געווען אויסגעהאלטן און גוט עד הסוף ממש, דורך און דורך... איך אטעם עס ווידער אריין זייער טיף... אריין און ארויס... אויף אזא אופן אז מיט'ן יעדן פארבייגייענדיגן טאג ווערט ביי מיר מער און מער נאכגעלאזט דאס מין זאך וואו טרעפן אז איך טו שלא כדין... ווייל אלעס וואס איך טו איז בהכרח גוט...

און אזוי גייט דורך א גאנצע וואך... אן קיין איין אפילו איין דורכפאל...

יעצט איז זונטאג... איך בין זייער זייער זייער זארגלאז... אנגייענדיג מיט מיין טאג אויף אזא אופן אז עס איז נישטא מער אזא זאך ווי שפירן אז איך טו אפשר אולי נישט גוט... וויל איך ווייטער אזוי לעבן ?

ק: קודם קומט מיר ארויף "איך וויל אבער יא טון וואס איך ווייס אז ס'איז נישט ריכטיג..." (נישט איך, די שאור שבעיסה...) . נאכדעם קומט מיר ארויף אזא שפיר פון 'אויפגעבן', "איך געב אויף אויף מיינע פלענער צו טון אפילו 'עפעס' וואס מ'טאר נישט..." נאכדעם האב איך אנגעהויבן שפירן ווי עס בלאקט מיר פון עפעס. איך האב פרובירט די מערסטע וואס איך קען - ב"ה, ארויסצוברענגען פון Implicit Memory צו מיין Explicit וואס איך שפיר...

איך האב אנגעהויבן שפירן אז שפירנדיג אז איך טו יא אלעס גוט, קען איך נישט רילעטן צו די וועלט... צו די מענטשן ארום... איך שפיר אליין! ס'מאכט מיר שפירן מיין וועליו ביי אנדערע אזוי ווי אן אראפגעפאלענעם אנגעטרעטענעם כאלאטעל גארטל... איך שעם מיך אז איך בין וואויל... (זעהט אויס איך דארף ארבעטן אויף דן זיין לכף זכות...) "טון גוט, מיינט נישט גוט ביי אנדערע"... נאכדעם האב איך אנגעהויבן שפירן ווי ס'פעלט מיר Stimulation.

נאכדעם איז מיר ארויפגעקומען ווי איך בין א וואוילער יונגעל אין חדר, אבער איך שפיר צו אונטערטעניגט... און אויב איך גיי ווייטער בלייבן מיט די שפיר אז איך טו גוט, וועל איך נישט האבן א געלעגנהייט זיך צו באפרייען פון אונטערטעניגקייט. שפירן אז איך טו גוט מיינט בלייבן פאר אייביג אונטערטעניגט...

ט: זייער אינטערעסאנט, אזוי אינטערעסאנט צו הערן פון דיר דעס... דאס מיינט צו זאגן אז אין "דיר" האסטו א רצון צו שפירן אז דו טוסט נישט גוט ?

ק: פארוואס ?

ט: ווייל לאמיר זעהן... וואס געשעט ווען דו שפירסט אז דו טוסט יא אלעס גוט ?

ק: אה, גערעכט... טאקע... ס'מאכט מיך שפירן פארשעמט... ס'מאכט מיך שפירן ווי איך קען נישט רילעטן צו מענטשן ארום... ס'מאכט מיך שפירן אליין... ס'מאכט מיך שפירן א Wired מענטש... ס'מאכט מיך אויך שפירן אז איך גיי בלייבן אונטערטעניגט אונטער די רבי פאר אייביג.... און דאס איז נישט אן ערווארטונג וואס איך וויל זייער שטארק אז ס'זאל זיין מיין מציאות...

ט: געב א קוק ווי אינטערעסאנט דאס איז... קודם קומסטו וויינען אז דו שפירסט אגאנצן טאג ספיקות צו דו טוסט גוט, און אז דו שפירסט אז דו טוסט נישט גוט... און דא זעהסטו זייער קלאר, אז די רגע דו הייבסט אן שפירן אז דו ביסט יא אויף די Right Track, הייבט אן צו ווערן אן ערווארטונג וואס דו האסט נישט אזוי ליב... יא?

ק: טאקע אינטערעסאנט... וויאזוי קען זיין אז א מענטש זאל מיינען אז ער האט נישט ליב עפעס, אינדערצייט וואס ער דארף דער 'עפעס' אזוי שטארק, אזוי שטארק... לעבנסוויכטיג...

ט: און דו בעטסט השי"ת אלעמאל אז ער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט זיין גוט און וואויל, און דא ביסטו נישט אזוי צופרידן מיט'ן שפירן גוט און וואויל...

ק: טאקע אינטערעסאנט...

ט: וואס איז אינטערעסאנט?

ק: אז ווען איך האב א ספק, און איך לייד צאם דאס גוטע יאר "אוי, געוואלד, הייליגער באשעפער, איך קען נישט מער, די ספיקות עגבערן צום טויט, זיי צאפן מיר אויס דאס בלוט, טאטע, איך וויל זיין קלאר אין די הלכה, וואס איז די הלכה, איך וויל טון 'אויסגעהאלטן'... איך וויל טון 'גוט'... טאטע איך וויל טון גוט... והאר עינינו בתורתיך ודבק לבינו במצוותיך... און דא ....

ט: און דא וואס ?

ק: איך ווייס נישט.

ט: און דא די רגע דו הייבסט אן שפירן אז דו טוסט יא גוט... וואס געשעט ?

ק: איך ערווארט עפעס...

ט: וואס?

ק: אז ס'שפירט זיך מיר א שעם צו זיין וואויל און טון אלעס גוט... אז איך שפיר מיך ווי אן אראפגעפאלענעם כאלאטעל גארטל... אז מיין וועליו ביי אנדערע הייבט זיך אן שפירן שטארק פארמינערט... אז איך קען נישט רילעטן צו אנדערע...

ט: וואס האט עס מיט 'רילעטן'... דו ווייסט ! וואס ווייסטו ?

ק: (געט א אטעם...) ס'שפירט זיך מיר נישט אזוי גוט, זיך צו שפירן צווישן אנדערע אז איך טו יא גוט... ס'קומט מיך ארויף א בילד ווי איך בין א קליין יונגעל אין א יונגע כיתה, איך שפיר מיך: צו וואויל, אויף אזא אופן אז איך קען נישט רילעטן... איך שעם מיך דערמיט...

ט: וואס האט עס מיט רילעטן ?

ק: ס'איז שווער פאר מיר זיך מייחס זיין צו מענטשן וואס זענען אזוי אנדערש, וואס זענען בארדעריש, כדי צו רילעטן מוז איך אויך ווערן אזוי ווי זיי...

ט: אה. און דערפאר מוזטו האבן ספיקות אז דו טוסט אפשר נישט גוט ?

ק: דאס נעמט מיך ארויס פון די Painful געפיל אז איך בין א שעם... איך קען נישט זיין א שעם... ווי ווייניגער איך שפיר אז איך טו גוט, אלץ מער יחס צו די וועלט ארום.

ט: און טאמער דו ביסט מתייחס צו די וועלט פון די פלאץ אז דו ביסט יא גוט ?

ק: ס'וועט זיי שטערן... אזוי ווי ס'שטערט פאר מיר ! ס'שטערט פאר אנדערע ווען איינער א וואוילער רעדט צו זיי...

ט: ס'שטערט דיך ?

ק: יא ! זייער שטארק. (נישט איך, שאור שבעיסה...)

ט: פארוואס שטערט עס דיך ?

ק: ווייל איך שפיר מיינע חסרונות ווען איך זעה יענעמ'ס מעלות.

ט: און דו ווילסט נישט אז יענער זאל אזאנס ליידן...

ק: ניין.

ט: און מיט דעם וואס דו שפירסט אז אפשר טוסטו נישט גוט, מיט דעם פארמיידסטו ליידן פאר יודישע קינדער...

ק: יא !

ט: סאו, דו ווילסט שפירן אז דו טוסט אלעס גוט, אדער דו ווילסט נישט ?

ק: איך ווייס שוין נישט... די רגע איך הייב אן שפירן אז איך טו יא אלעס גוט, הייבט זיך אן די ערווארטונג צו זיין ביי אנדערע פארמינערט אין 'וועליו'...

ט: וואסערע שייכות האט צו שפירן אז דו ביסט ביי אנדערע פארמינערט אין וועליו, ווען דו שפירסט אז דו טוסט גוט, און אכטונג געבן נישט גורם זיין ליידן פאר אנדערע ?

ק: ווייל די ליידן מאכט אז מענטשן זאלן נישט דערליידן אזא מענטש וואס טוט אלעס גוט. זיי שפירן זייערע חסרונות, און אזא מענטש האט נישט ביי זיי אזא וועליו. אזוי שפיר איך !

ט: און וואס איז מיט די ערווארטונג אז שפירן אז מ'טוט אלעס גוט מיינט בלייבן פאר אייביג אונטערטעניגט ?

ק: בשום אופן... א Part אין מיר וויל ענדערש שפירן אז איך טו נישט גוט... ווי איידער שפירן אונטערטעניגט...

סאו, איך מאך אזא צעטיל: איך שפיר יעצט אז איך טו נישט גוט... טו איך טאקע נישט גוט, אדער אפשר קומט עס ווייל אויב איך גיי בלייבן ביי די שפיר אז איך טו יא אויסגעהאלטן און גוט, גייט דאס מאכן אז איך זאל נישט קענען געהעריג רילעטן צו די וועלט, מענטשן האבן נישט ליב איינעם וואס טוט אלעס גוט, ס'שאפט זיי Pain, אזוי ווי ס'מאכט מיך Pain... ווייל ס'דערמאנט די חסרונות... און אזוי שפירן גייט אויך צופירן אז איך זאל נישט האבן קיין שום וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון די אונטערטעניגקייט...

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו, אז איך זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה. המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. בזכות רבינו רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע ועל כל ישראל אמן.

ט: א גוטן וואס טוט זיך, וואס הערט זיך ?

ק: דער אייבערשטער זאל מיר העלפן

ט: דו ווילסט מאכן א סעשאן, ריכטיג ?

ק: איך וויל אז מ'זאל דערגיין, כדי איך זאל נישט דארפן אזויפיל ליידן פון עפעס א סימפטאם

ט: איך וויל דיך פרעגן, פון וואס ליידסטו ?

ק: מיינע מחשבות ווערן קאנעקטעד, און איך קען עס נישט דיסקאנעקטן

ט: דו פרובירסט, און ס'גייט נישט.

ק: איך בין נישט אזוי זיכער, צו איך פרוביר באמת, וועגן דעם וויל איך מאכן א סעשאן וואס ס'קומט פאר.

ט: וואס פונקטליך איז דיינע ליידן ?

ק: א שטארקע געפיל פון וואס איך ווער נישט פטור.

ט: און דו ווילסט דערפון פטור ווערן, אמת ?

ק: נאכאמאל, וועגן דעם וויל איך מאכן א סעשאן, איך וויל וויסן וואס ס'קומט פאר .

ט: וואס איז די געפיל ? וואס איז די געפיל ?

ק: ס'צעטיילט אויף צוויי. איין חלק וואס...

ט: וואס ? זאג, רעד, דערצייל, איך גיי דיך אויסהערן. והשם הטוב יעזור

ק: א בענקשאפט געפיל צו א געוויסער בחור'ל. (איך רעד פון סתם א בענקשאפט, ווי איר וועט זיך שפעטער איבערצייגן וואס דאס איז...)

ט: איך וויל זאלסט דיך עפענען פאר מיר אינגאנצן, איך וויל זאלסט מיר פארציילן אלעס, איך וויל זאלסט מיר פארציילן דיין טיפע הארץ

ק: איך ווייס נישט וואס דאס איז, עפעס א געפיל פון בענקשאפט וואס לאט נישט נאך, דאס אלעס.

ט: ווי ס'קוקט אויס, איז דא אין "דיר" געוויסע Emotional Schemas, וואס פאר זיי איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט פאר "אלע געלט" אנהאלטן דעם בענקשאפט, און "אונזער" ארבעט איז אז "דיין" באוואוסטזיין זאל זיך אריינקלאפן, און שפירן די Emotional Schemas, און דאן וועסטו דאס קענען טוישן. און אלעס בחמלת ה' עלי וחנותי את אשר אחון, ורחמתי את אשר ארחם.

ק: איך קען שפירן א בארואיגונגס געפיל אז "דו" זאגסט מיר אז וועגן עפעס מאכט עס סענס "איך" זאל עס שפירן. אבער זאג מיר שוין, וואס איז דאס ?

ט: איך קען גארנישט. נאר וואס דען, נאר דער אייבערשטער וועט העלפן, אפשר וועט עס געלונגען, לאמיר טרייען, אבער נאר מיט'ן אייבערשטענס הילף, מיט די אויגן געוואנדן צום אייבערשטן.

ק: נו, והשם הטוב יעזור . לאמיר דיר פארציילן וואס ס'גייט פאר, וועסטו מער פארשטיין

ט: האסט מיר שוין געזאגט. ס'איז א בענקשאפט געפיל וואס קומט אריין אין דיר, און ס'לאזט נישט נאך .

ק: און איך וויל [מצד די אנטי-סימפטאם פאזישאן] פאר אלע געלטער דאס זאל נאכלאזן. אזא בענקשאפט געפיל וואלט איך געוואלט האבן צום אייבערשטן ! וואלט געווען אזוי גוט !

ט: זאלסט וויסן אז יעדע בענקשאפט געפיל, קומט באמת מצד די 'נשמה' וואס גלוסט צום באשעפער, צו זיין נאנט צום אייבערשטן, מ'מיינט נאר אז מ'וועט דאס עררייכן מיט בענקשאפט צו א בשר ודם

ק: יא, אבער למעשה האב איך יעצט אזא מין בענקשאפט, און מצד די ASP וויל איך דערפון פטור ווערן

ט: לאמיר דיך פרעגן, דו געדענקסט די Settings ווען ס'איז שטארק ארויפגעקומען דער בענקשאפט ?

ק: יא, אוודאי. נעכטן נאכט. פארדעם איז גארנישט געווען. אינמיטן האט עס צוביסלעך צוריק אנגעהויבן שטערקער און שטערקער און זייער שטארק...

ט: און וואס פונקטליך וויל די געפיל, וואס וויל ער ?

ק: א 'בארואיגונג' .

ט: זאג מיר מער, וואס פונקטליך וויל דער געפיל ?

ק: א געפיל פון, "איך וויל אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך וועל קענען זיין מיט דיר אין איין סביבה..."

ט: איך וויל דיך זעהן, איך וויל זיין נעבן דיך ?

ק: יא. Exactly

ט: איך וויל זיין נעבן דיך, ווייל ?

ק: (קלייענט ענטפער נישט)

ט: די בענקשאפט געפיל איז, "איך וויל זיין נעבן דיך..." און ענדיג די זאץ. "איך בענק אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך גיי שוין קענען זיין נעבן דיך, ווייל דעמאלטס ?... ענדיג עס פון די טיפסטע, טיפסטע Felt sense וואס דו פארמאגסט

ק: ווייל דעמאלט וועל איך שפירן א גוטע געפיל

ט: זאג עס נאכאמאל, און זאג עס פון די פלאץ אין דיר וואס 'בענקט', וואס רצונ'ט אז ס'זאל שוין קומען די צייט... "איך בענק אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך גיי שוין קענען זיין נעבן דיך, ווייל דעמאלטס וועל איך שפירן א גוטע געפיל אז..." ?

ק: אז איך בין יא א גוטע מענטש

ט: זאג עס נאכאמאל...

ק: דיך קענען איבערצייגן אז איך בין יא גוט

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, ווי איך בין יעצט, נעכטן ביינאכט, בשעת עס שטופט פון מיינע טיפסטע טיפענישן א בענקשאפט... איך לערן... און עס שטופט פון מיינע טיפסטע טיפענישן א בענקשאפט... "איך בענק אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך גיי שוין קענען זיין נעבן דיך..." הייבסטו אויף די אויגן, און דו באמערקסט ווי אויפן טיש ליגט א צעטיל געשריבן פון דעם בחור'ל מיט זיין תמימות'דיגער האנטשריפט, און דייקא פון יענע Part וואס 'בענקט' "איך בענק אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך גיי שוין קענען זיין נעבן דיך..." ליין איך: "צו דיר... איך האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן מיין הארץ, אז ענדליך בין איך שוין אינגאנצן איבערצייגט אז דו ביסט יא א גוטע מענטש... נארמאל און גוט..." און דאן זעהסטו, און דו שפירסט אין אלע דיינע ביינער, ווי ער זיצט נעבן דיר... און דו באקומסט די 'יכולת' אריינצוקוקן אין טיפסטע פון זיין הארץ, און ליינען זיינע מחשבות, און דו זעהסט ווי דארט שטייט אין מחשבה/געפיל שפראך: "איך בין איבערצייגט אין מיינע טיפסטע Emotional וועלט, אז דו ביסט א גוטער נארמאלער מענטש..."

וויאזוי שפירט זיך אזא עקספיריענס ?

ק: איך וויל נאך אלץ בענקען...

ט: סא, ס'קען זיין אז ס'איז דא אין דיר א Need אנצוהאלטן די מיינונג אז ער האלט עפעס נישט פון דיר, כדי זאלסט קענען בענקען... ווייל זייער מעגליך אז ס'קומט פשוט ווייל עס איז דא אין דיר א Need וואס האט ליב צו בענקען...

ק: קען זיין.

ט: סאו, זאג אזוי: אויב איך גיי אויפגעבן אויף מיין 'בענקשאפט', דאן ?

ק: דאן וועל איך בלייבן אליין, און איך וועל נישט האבן קיין קאנעקשאן.

ט: זאג עס נאכאמאל...

ק: אויב וועל איך אויפגעבן אויף מיין בענקשאפט צו דיר, דאן וועל איך בלייבן אליין, און איך וועל נישט האבן קיין קאנעקשאן, און איך וועל שפירן מיין צעבראכנקייט...

ט: זאג עס נאכאמאל. און וויסן זאלסטו, אז איך בין דא דיך אויסצוהערן אינגאנצן. אינגאנצן. און אינגאנצן. צו מיטפילן מיט דיר און צו וויסן וואס עס דרוקט דיך... סאו, זאג: אויב איך גיי אויפגעבן אויף מיין 'בענקשאפט' און איך גיי עס לאזן אינגאנצן אוועקגיין דאן ערווארט איך אז...

ק: איך גיי בלייבן מיט מיין צעבראכנקייט, איך שפיר מיך עפעס ווי א איש השלם צוזאמען מיט אים.

ט: מ'דארף באלד זעהן, וואס האט 'בענקשאפט' "איך בענק אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך גיי שוין קענען זיין נעבן דיך..." מיט'ן ערווארטן אז אן דעם בלייבסטו מיט דיין צעבראכענעם געפיל... אבער איך וויל דיך עפעס אנדערש פרעגן: ער איז א כליל המעלות ?

ק: (קלייענט שמייכלט...)

ט: וויאזוי איז ער דיך משלים ?

ק: ווען איך שפיר יענעמ'ס שלימות, שפיר איך מיך ווי 'גאנץ'. ס'ווערט אן השלמה... ער איז אזוי ווי מיין צווייטע האלב וואס פעלט...

ט: נאר ער האט דעם שלימות ? וואס האט ער וואס דו האסט נישט ?

ק: ער קען זיך אן עצה געבן. ווען איך בין געווען זיין Age האב איך נישט געקענט, ער קען יא ! ער קען !

-> איך האב געוואלט זעהן, צו ס'קומט אויך ווייל איך 'אידיאל' אים... <-

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, אז איך קוק אים אן, ווי א געווענליכער בחור'ל דוקא, וואס איז די אומ'רצון - אויב ס'דא - וואס שטופט איך זאל ארויסגיין פון אים אנקוקן אלץ דורכשניטליך, פונקט ווי יעדעם...

ק: זייער שווער, ממש ס'לאזט זיך נישט... איך שוין איהם... איך וויל איהם ארויפקוקן, ער וויל דאך אזוי שטארק אז מ'זאל איהם ארויפקוקן... אויב איז ער נארמאל ביי מיר, און נישט 'אידיאל' גיי איך נישט קערן אויף איהם... ער גייט פארלירן שטיצע... ער גייט פארלירן מיין שמייכל... און ווער וועט רחמנות האבן אויף איהם... ווער וועט איהם מקרב זיין... ער גייט שפירן וואס איך האב געשפירט זייענדיג זיין עידזש... קיינער האט מיך נישט ארויפגעקוקט, און איך האב געליטן... ער פארלירט... ער פארלירט א געוואלד... איך וויל נישט ער זאל ליידן...

די איינציגע וועג וויאזוי איך קען עס פריווענטן, איז נאר דורכ'ן איהם 'אידיאלן'... נישטא קיין שום אנדער וועג וויאזוי איך קען דאס פריווענטן... א בחור איז א רחמנות... קיינער דארף אים נישט... אין דען דא אן אנדער וועג, אן איהם אנקוקן ווי נישט דורכשניטליך... איך שפיהר ווי ער פאלט אריין אין א לאך... אין די זעלבע גארנישטקייט וואו איך בין געווען... וואו קען איך דאס צולאזן... נישטא קיינער וואס זאל אים ראטעווען... מיט דעם וואס איך קוק אים ארויף, מיט דעם ראטעווע איך אים... ווייל אן דעם טשעפען זיך אפ מיינע געפילן פון אים... און אויך ער אליין וויל אז מ'זאל אים ארויפקוקן... און פארוואס זאל איך זיין אזוי שלעכט איהם דאס נישט צו פארגינען... די איינציגע וועג צו געבן שטיצע איז נאר דורך 'אידיאלן'... אויב עס איז נישטא קיין אידיאל, ווערט ער 'באמת' פארלוירן...

ט: ווי ס'קוקט יעצט אויס, ווילסטו אים 'ראטעווען'... און דו שפירסט אז די רגע דו לאזט נאך דיין 'אידיאל' אויף אים, פארלירט ער דיך אינגאנצן... ווייל דיינע געפילן קענען נאר געבן care פאר אן 'אידיאל'... יענער מוז זיין ביי דיר 'אידיאל', כדי צו באקומען עפעס פון דיר... אבער לאמיר דיך פרעגן...

ק: וואס ?

ט: וואס האט דאס צו טון מיט "איך בענק אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך גיי שוין קענען זיין נעבן דיך..."

ק: קודם ס'מוז נישט האבן צו טון, ס'קען זיין נאר א אומפארמיידבארער קאנצעקווענץ. דהיינו, ווייל איך 'אידיאליזיר' אים, צוליב אויבנדערמאנטע סיבות, און ווייל איך פארשטיי אז ער האט ליב אז מ'קוקט אים ארויף, שפיר איך אז ער 'באקומט' פון מיר, כאטש ס'מוז נישט זיין אז ער ווייסט אז איך קוק אים ארויף... אבער למעשה שפיר איך [צו ווייל איך וויל שפירן] אז ער 'באקומט' פון מיר, אז ער האט הנאה דערפון, אז איינער א 'נשמה' קוקט אים ארויף ביי די עק פון די שוהל... [און וויל אויך פטור ווערן דערפון...]

און אדער קען עס זיין, ווייל איך וויל געבן...

ט: און דערפאר דארף מען 'בענקען' ???

ק: אפשר ווייל איך וויל מיט אלע כוחות ענדליך קענען געבן...

ט: און וויאזוי געסטו ?

ק: דורכ'ן קודם ארויפקוקן... אידיאליזירן... און נאכדעם א קליין שמייכל... שוין

ט: ווי מער 'ארויפקוקן'... ווי מער 'אידיאליזירן'...

ק: יא...

ט: און וואס האט דאס צו טון מיט'ן זיך שפירן 'גוט' ווען דו ביסט נעבן אים ?

ק: ווען ער באקומט פון מיר, דהיינו איך קוק אים ארויף, און א שמייכל... פארגיטיג איך מיין 'ווערדלאזיגקייט'.

ט: וויאזוי ? ווייל דו קוקסט יענעם ארויף, און דו געסט א שמייכל, ווערסטו 'ווערד' ? וויאזוי ארבעט דעס ?

ק: קוק: קענסט נישט זאגן אז איך בין גארנישט ווערד ! זעהסט דאך ווי גוט איך בין ...

ט: און בעיקר אידיאליזירסטו אים ?

ק: יא

ט: פארוואס ?

ק: ווייל נאר אזוי שפיר איך אז ער גייט באקומען פון מיר ...

ט: און איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס האט דאס צו טון מיט "איך בענק אז ס'זאל שוין קומען די צייט ווען איך גיי שוין קענען זיין נעבן דיך..." קענסט מיר מער מסביר זיין וואס 'געבן' האט מיט 'בענקען' צו געבן...

ק: ס'האט !

ט: וויאזוי ?

ק: "קענסט נישט זאגן אז איך בין גארנישט ווערד ! זעהסט דאך אז איך בין בעצם א גוטער, און נישט א 'ווערדלאזער' ..." און בפרט אז יענער דארף עס אזוי... און אן בענקען שפיר איך ווערדלאז...

ט: לאמיר דיך פרעגן: געדענקסט ווען דו האסט אנהייב סעשאן געזאגט, "מיינע מחשבות ווערן קאנעקטעד, און איך קען עס נישט דיסקאנעקטן..." ?

ק: יא, דערמאנסט מיר...

ט: יעצט ווייסטו פארוואס דו קענסט עס נישט דיסקאנעקטן ?

ק: סתם אזוי שפיר איך 'ווערדלאז'... אויב איך האב א געלעגנהייט צו 'אידיאליזירן' איינעם וואס דארף הילף, און ווער דארף נאך אזא מין 'ווערד' ווי א בחור'ל, וועל איך מיך צוכאפן דערצו... איך בענק מיך צו די געלעגנהייט פון שפירן אז איך בין יא בעצם ווערד, איך בין יא בעצם גוט. 'איינער דארף מיך'... ווייל וויאזוי קען איך שפירן אז מיין 'איך' איז ווערדלאז, בעת דער זעלבער 'איך' מאכט יענעם לעבן... געט יענעם די עצם 'חיות' ? ווייל וואס נאך איז 'חיות' פאר א בחור'ל ווי איהם 'ארויפקוקן', האלטן פון 'אים', קערן אויף אים אין די 'מחשבה'... דאס וואלט דאך געווען מיין גאנצע חיות אלץ בחור'ל... אז איך וואלט געוואוסט אז איינער טוט אזוי צו מיר, וואלט עס מיך זייער חשוב געווען...

ט: יעצט ווייסטו פארוואס דו קענסט עס נישט דיסקאנעקטן ?

ק: איך וויל שפירן אז איך בין יא 'ווערד', דורכ'ן געבן פאר יענעם.

ט: איך וויל דיך פרעגן... פארוואס דארפסטו 'בענקען' צו זיין נעבן אים ? געדענקסט האסט מיר געזאגט: "איך וויל דיך זעהן, איך וויל זיין נעבן דיך..."

ק: האלטן פון דערווייטענס פון איינעם, זעהט דאך יענער גארנישט... און איך אליין שפיר נישט די עצם ווערד מיינעם וואס קומט פון געבן... ווען איך בין דערנעבן, איז דא די געלעגנהייט צו געבן, אפילו א שמייכל איז שוין גענוג פאר מיר צו שפירן אז מיין עצם Being איז יא ווערד... איך געב דאך אים 'לעבן'... זיין דערנעבן נעמט אוועק מיין ווערדלאזיגקייט.

ט: האסט מיר פריער געזאגט: "איך וויל נאך אלץ בענקען..." אפילו ווען דו ווייסט אז ער האלט דיך פאר א גוטער מענטש... וואס איז פשט ? איז נישט דיין גאנצע רצון אז ער זאל האלטן אז דו ביסט א גוטער מענטש ?

ק: ניין, ס'איז די שפיר אז איך געב אים 'חיות'... מיט'ן אידיאליזירן געב איך אים 'חיות'... דאס האב איך דאך געדארפט אלץ בחור'ל... און אזוי שפיר איך 'ווערד'...

ט: האסט געזאגט פריער, "דאן וועל איך בלייבן אליין, און איך וועל נישט האבן קיין קאנעקשאן..." וואס האט דאס צו טון מיט'ן געבן 'חיות' ?

ק: ווייל נאר מיט'ן געבן אזא סארט חשוב'ע 'חיות', נאר דאן שפיר איך נישט מיין 'ווערדלאזיגקייט'... זעהט אויס אז נאר דורכ'ן געבן אזא סארט חיות פאר יענעם בין איך ווערד...

ט: האסט געזאגט: "איך שפיר מיך עפעס ווי א איש השלם צוזאמען מיט אים..." וואס האט דאס צו טון מיט'ן געבן אזא סארט 'חיות' כדי ס'זאל אוועקגיין די 'ווערדלאזיגקייט' ?

ק: אן 'חיות' בין איך ניטאמאל א האלבע מענטש... מיט 'חיות' בין איך עפעס...

ט: און וואס האט דאס צו טון מיט 'בענקען' ווען וועט שוין זיין די צייט ?

ק: סיי צו געבן, און בעיקר איז די 'בענקשאפט' ווייל אן דעם שפיר איך ווערדלאז... וועל איך אוודאי וועלן מאכן שטערקער די בענקשאפט... און אוודאי מיינען ווי מער אז יענער דארף עס זייער שטארק... פארוואס זאל איך נישט בענקען צו אזאך וואס נעמט אוועק מיין 'ווערדלאזיגקייט'... דאס מאכט מיך מיינען, אז יענער האלט ממש נישט אויס אן מיר...

ט: ס'איז די ווערדלאזיגקייט ! נישט אז יענער דארף טאקע עפעס...

ק: יא

-> Overt statement for integration <-

ט: איך וויל זאלסט אים זעהן, און זאגן: איך האב עס 'פיינט' צו זאגן, זייער פיינט, אבער א Part אין מיר - נישט איך - בענקט צו דיר, ווייל ס'שפירט יעצט 'ווערדלאז'...

ק: ס'שטומט.

ט: ס'שטומט וואס ?

ק: אז א Part אין מיר 'בענקט' צו געבן 'חיות' - וואס איך פארשטיי אז ס'געט חיות פאר א בחור'ל, אז ס'זאל אוועקגיין די שפיר פון 'ווערדלאזיגקייט'.

-> כדי נאך און נאך צו אינטעגרעטן, מוז איך שטעלן אזאנע פראגן. <-

ט: יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס דו קענסט נישט דיסקאנעקטן דיינע מחשבות פון 'בענקען' ? לאמיר זעהן, שטעל דיך פאר אז דו 'בענקסט' און פרוביר עס יעצט צו דיסקאנעקטן ?

ק: איך האק מיך אליין אפ פון די מקור צו מיין 'אייגענעם' חיות...

ט: דו הייבסט אן שפירן ?

ק: ווי מיין 'חיות' האקט זיך אפ... אויס בענקשאפט, אויס 'ווערד'... וויאזוי קען איך מאכן אז איך זאל יא שפירן ווערד ?

ט: קודם לאמיר לעבן מיט דעם צעטיל וואס ליינט זיך ווי פאלגנד:

"איך שפיר יעצט 'בענקשאפט' און ס'איז מיר שווער צו דיסקאנעקטן... צו דארף ער טאקע פון מיר מיין 'ארויפגעקוקאכץ', אדער איז דער אמת אז איך 'אידיאליזיר' אים, און איך וויל אים נישט אנקוקן ווי דורכשניטליך, ווייל נאר מיט דעם האב איך א געלעגנהייט אז איך זאל אים געבן 'חיות' דורכ'ן ארויפקוקן... אלעס כדי אויפצוהערן שפירן מיין ווערדלאזיגקייט... וואס איז דער אמת ?

ט: וואסערע שייכות האט די יעצטיגע צעטיל מיט דעם צעטיל סוף: "אויב נישט געבן זייער אטענשאן צו מיר, מיינט נישט מיר פערזענליך, הער איך אויף צו שפירן מיין 'עקזיסטענץ'...און איך וויל דאך יא שפירן מיין עקזיסטענץ, דערפאר מיינט דאס יא מיר פערזענליך, און דערפאר דארף איך יעצט א ריספאנס פון דיר צו ווערן איבערצייגט אז מיין 'וואסער' איז יא ערלויבט, די איינציגע וועג צו שפירן מיין עקזיסטענץ איז אז ס'מיינט עפעס וועגן מיר פערזענליך... אויב נישט, הייב איך אן צו שפירן ארויס פון עקזיסטענץ..."

דאס ווערן איבערצייגט אז מיין וואסער איז יא ערלויבט מיינט, אז דו זאלסט ערלויבן ביי דיר צו באקומען פון מיר 'חיות'.

און דאס וואס איך האב דעמאלט געזאגט: ערווארט איך אז איך בין יא עפעס ווערד, ווייל נאר ריינע וואסער לאזט מען אריבער. דאס איז געקומען ווייל איך האב ביי יענע סעשאן געשפירט א Worthiness ווען איך האב געשפירט וויאזוי מיין וואסער ווערט יא ערלויבט. יעצט פארשטיי איך נאך טיפער, איך פארשטיי יעצט, אז די געפיל פון 'ווערד' וואס איך דערגרייך דורך דעם קומט נישט בלויז ווען איך שפיר אז מיין וואסער איז יא ערלויבט, און שפירן אז ס'איז ערלויבט וועט גארנישט פאררעכטן.

ווייל אפילו אויב איך בין איבערצייגט אז מיין 'וואסער' איז יא 'ערלויבט' ווער איך נאכנישט רואיג... איך וויל נאך אלץ געבן 'חיות'... דאס איז וואס איך וויל... וואס דערפאר אידיאליזיר איך, און איך שפיר אז איך מוז געבן ווייל יענער דארף עס, אנשטאט שפירן אז איך מוז געבן ווייל איך וויל נישט שפירן מיין ווערדלאזיגקייט...

און פארוואס שפיר איך 'ווערדלאז' דאס וועט שפעטער זעהן, אי"ה...

אזוי גייט עס מיט קאוהירענס טערעפי. ווי טיפער מ'גייט אלץ מער פארשטייט מען וואס מ'האט געזאגט אין די פריערדיגע סעשאנס... ווייל ווען א "קלייענט" זאגט עפעס, איז עס ביי אים אליין נאכנישט אזוי קלאר וואס פונקטליך ס'גייט פאר... מ'שפירט זאכן... אבער וואס, ווען, וואו, פאדערט נאך אינטעגרעשאן, און נאך דיסקאווערי, און נאך אינטעגרעשאן, און נאך דיסקאווערי...

והשם הטוב יעזור... המשך יבוא אי"ה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

אין קאוהירענס טערעפי איז דא דריי סטעפס.

דיסקאווערי

אינטעגרעשאן

און טראנספארמעשאן

די עיקר ציהל פון א מענטש וואס טוט קאוהירענס טערעפי איז צו מאכן 'טראנספארמעשאן'. דאס מיינט אז די פראבלעמאטישע 'ערווארטונג' וואס דער מענטש האט זיך אויסגעלערנט ערגעץ ווען מיום עמדו על דעתו (אן ערווארטונג מיינט: "אויב איך טו דאס און דאס, גייט געשען דאס און דאס...") ווערט ביי אים איבערצייגט אז ס'געשעהט נישט. ס'געשעהט נישט וויאזוי ער ערווארטעט.

יעצט, אויב זאל איך מאכן דא א 'טראנספארמעשאן'. און זיך איבערצייגן אז דער בחור'ל האט יא אלעס ! ער האט חברותות, ער האט א גוטע טאטע מאמע, וכו' וכו'... און עס פעלט נישט אויס אז איך זאל אים 'אידיאליזירן', און ער דארף נישט מיין 'רחמנות', גייט עס נישט אויסמעקן מיין 'סימפטאם' אפילו מיט א משהוא, און איך וועל נאך אלץ 'בענקען'...

ווייל מיין אמת'ע סימפטאם וואס איך האב, און איך דארף ווערן מער און מער אין Touch מיט עס, איז - לויט ווי עס קוקט מיר אויס ביז אהער, און ס'קען זיך טוישן במשך קומענדיגע סעשאנס ב"ה - מיין 'ווערדלאזיגקייט'... ס'איז די אומריכטיגע באנדאזש וואס איך בין איינגעוואוינט צו נוצן, זיך נישט צו לאזן ווערן 'באוואוסטזיניגט' אויף מיין 'ווערדלאזיגקייט'... די מהלכים וויאזוי איך אנטלויף פון זיך לאזן שפירן מיין 'ווערדלאזיגקייט' ! און אפילו מ'וועט מיך ברענגען צענדליגער ראיות אז דעם בחור'ל פעלט גארנישט, און אז ער האט אלעס ב"ה והשם יעזור, וועל איך נאך אלץ: "זאגסט מיר צו ? אלעס איז גוט ? איך האב א טיפע פילינג אז עפעס פעלט דיר ?...." פארוואס וועל איך פילן אז עפעס דאך טיף טיף פעלט אים ? ווייל מיין 'ווערדלאזיגקייט' האט א Need צו ענדערש געבן א Meaning אז דעם בחור'ל פעלט עפעס, כדי איך זאל זיין דער וואס ערפילט עס. און דאדורך שפירן א חיות... און אויפהערן שפירן מיין 'ווערדלאזיגקייט'.

איז אויב איך וועל מאכן טראנספארמעשאן, און זיך 'איבערצייגן' אז אלעס איז יא גוט מיט אים, און אז מיין 'רחמנות' איז נישט וויכטיג, און מיין 'אידיאליזירן' איז אויך נישט וויכטיג, וועט מיין סיפטאם נישט ווערן געטוישט מיט א האר... און איך וועל נאך אלץ בענקען, אדער זיך טרעפן א צווייטן... איך מוז ווערן באוואוסטזיניגט אויף מיין 'ווערדלאזיגקייט', און אויף די אופן וויאזוי איך בין צוגעוואוינט זיך צו פראטעקטן פון שפירן מיין 'ווערדלאזיגקייט'... און פון יענע פלאץ עס טוישן, צו טרעפן די קאוהירענס סיבה פארוואס איך וויל נישט שפירן ווערד אלץ א חלק אלוק ממעל... ס'איז זיכער דא א שטארקע סיבה, איך דארף עס נאר טרעפן - ב"ה

די סיבה פארוואס א מענטש שפירט 'ווערדלאז' און בעיקר ער וויל שפירן 'ווערד' איז ווייל דער אייבערשטער רופט אים, און זאגט אים "טו תשובה..." ווי עס שטייט אין פסוק, תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם... די פראבלעם פון שפירן 'ווערדלאז' קומט ווייל מ'איז א חלק אלוק ממעל...

דערפאר דארף מען אלעמאל געדענקן, אז מ'מוז טרעפן - ב"ה - דעם טיפסטן שורש... און דארט מאכן טראנספארמעשאן.

ט: א גוטן, איך ווייס אז ס'איז נאר איין טאג, און איך וויל נאך "דו" זאלסט ליינען דעם צעטיל, און שטארק ווערן 'באוואוסטזיניגט', זייער שטארק, די מערסטע וואס דו קענסט, אויף די Emotional Truth Of The Symptom פון וואס דו ליידסט, פארוואס דו דארפסט אזוי אזוי בענקען... אבער איך וויל דיך פרעגן, און דיך מיינעך צו זאגן: דיינע טיפסטע טיפסטע עמאושענעל Felt Senses, וויאזוי איז געווען ביז יעצט דעם צעטיל ?

ק: איבערראשונגען... אמת'ע איבערראשונגען. איך האב באמערקט אז איך שעם מיך, באמת שעם איך מיך צו זאגן פאר א בחור'ל א גוט ווארט, נאר ערשט נאכ'ן אידיאליזירן, דעמאלטס קען ער באקומען פון מיר א ווארט, אבער דאס איז נישט אינטערעסאנט באמת, דאס איז נישט דער עיקר... איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, איך האב א געפיל אז ס'דא אין מיר א Need צו געבן א מיינונג אז ס'איז שווער פאר א בחור'ל, אז ער גייט דורך... איך וויל זעהן וואס ס'קומט ארויף, טאמער איך געב א מיינונג אז ס'איז יא אלעס גוט מיט אים...

ט: ב"ה, לאמיר פרובירן, און דער הייליגער באשעפער וואס האט רחמנות אויף זיינע באשעפענישן - ווי ס'שטייט 'ורחמיו על כל מעשיו' - זאל "אונז" העלפן... געב א קוק אויף וואס איך ווער באוואוסטזיניגט בשעת'ן עקספיריענסן דעם ריקארדינג... לאמיר זיך פארשטעלן, און עקספיריענסן אין אלע מיינע ביינער, זייער שטארק, און טיף, וואו יעצט איז וואס איך זעה אים... אטעם אריין, און שפיר עס, שפיר עס... וואו יעצט איז ווען איך זעה אים, און א רחמנות געפיל קומט מיך ארויף... און דאס מאל, שפירן ווי איך באקום א מתנה מן השמים, א געוואלדיגער יכולת, אריינצוקוקן און זעהן דעם 'אמת' וואס עס גייט 'באמת' פאר מיט'ן בחור'ל... און אינמיטן אזוי רחמנות האבן, און בעהטן פאר אים אין מיין הארץ, און האפן אז דער הייליגער באשעפער זאל אים העלפן... און אינמיטן אזוי טראכטן פון אים דעס... זעה איך מיט א געוואלדיגער קלארקייט, און איך בעהט דיך אז דאס מאל לאמיר דאס זעהן מיט זייער א שארפער קלארקייט, דשאסט פאר א מינוט, צוויי, עס אזוי צאמשטעלן צו זעהן זייער קלאר און ווייט אז אלעס איז גוט מיט אים... דער אייבערשטער האט שוין פון לאנג רחמנות אויף אים... אינגאנצן אנדערש ווי איך האב מיך פארגעשטעלט... אין די זעלבער צייט וואס איך בין איבערגעפילט, און איך שווים אין רחמנות געפילן... אין דער זעלבער צייט ממש זעה איך גאר אן אנדער סארט מציאות... א מציאות ווי דער זעלבער בחור'ל, שפירט אינעווייניג, און ווייסט אינעווייניג, אז אלעס, אבער אלעס און אלעס און אלעס, איז יא גוט מיט אים... אויף אזא אופן אז ער איז שוין לאנג בא'רחמנ'ט פון באשעפער, אז ער האט איינער וואס האט זיך שוין פארזארגט פאר אים... אז מיין רחמנות מאכט אינגאנצן נישט קיין סענס... ווייל אלעס איז יא גוט... וואס - אויב עפעס - הייבט אן אריינצוקומען אין מיין באוואוסטזיין ?

ט: לאמיר זיך פארשטעלן נאך עפעס, ווי איך שטיי נעבן א בית המדרש אין אן אנדערע שטאט, און איך וויל אריינגיין, איך מיין זייער שטארק אז קיינער איז נישט דארט... איך בין צוגעגרייט מיט מיינע טיפסטע עמאושענס אז קיינער, קיינער איז נישט דארט... און איך עפן די טיר... און וואס קומט מיך ארויף אין די סאמע ערשטע סעקונדע וואס איך זעה דעם בחור'ל שטיין דארט מיט א ספר... (אויף וועם איך האב אזא רחמנות געפיל...) און נאך זיין דארט צוזאמען מיט אים פאר פינעף מינוט... איך לערן... מיט די וויסן אז ער איז דארט... וויאזוי זענען מיינע 'עמאושענס' ? ... און נאכדעם גייט דורך נאך פופצן מינוט, און איך ווייס אז ער אליין איז דארט נעבן מיר... וויאזוי זענען מיין עמאושענס ? ... און נאכדעם גייט דורך נאך פופצן מינוט, איך לערן, און איך ווייס אז ער איז דארט נעבן מיר... וויאזוי זענען מיינע עמאושענס ? ... און איך געב מיך א דריי אויס איך קוק אים אן, און איך זעה אז ס'פעלט אים גארנישט... אבער גארנישט... גארנישט אויף וואס עס איז דא צו רחמנות האבן... גארנישט אויף וואס עס פאדערט אפילו א ברעקל מיין הילף... ער איז זייער מסודר... און דארף נישט אנקומען צו מיר... דער אייבערשטער האט שוין פון לאנג רחמנות אויף אים, און אים באמת צוגעשטעלט אלעס עד הסוף ועד בכלל... אויף אזא אופן אז מיין רחמנות, ווילן צו העלפן, וכו', איז גענצליך, אבער גענצליך זינלאז... זינלאז... וואס קומט ארויף...

ק: האסט שוין אמאל געזעהן איינע פון די שטעקעלעך פון די סטעידש ארום די ארון הקודש ?

ט: יא

ק: וואס האסטו געשפירט בשעת'ן עס זעהן ?

ט: גארנישט. א שיינע געדרייטע שטעקן ! ס'איז גארנישט 'מעורר' עפעס ספעציעל... און אויך, נישט ספעציעל... ס'איז דשאסט וואס ס'איז...

ק: אזוי שפיר איך.... אזוי ווי די שטיקל פון א סיידוואק ... ס'איז עפעס שלעכט דערמיט ?

ט: ס'איז וואס ס'איז...

ק: וואס הייסט ס'איז וואס ס'איז ?

ט: וואס קען שוין זיין מיט איינע פון די שטיקלעך פון א סיידוואק ?

ק: גארנישט. קענסט נישט זאגן ס'איז ממש 'גארנישט', ס'איז פארט א 'סיידוואק', יא ? אבער ס'איז פארט 'זייער פלעין'... אזוי שפיר איך...

ט: וואס איז שלעכט צו שפירן אזוי ?

ק: וואס איז גוט צו שפירן אזוי ? דו וואלסט געוואלט אזוי שפירן ?

ט: פרעגסט "מיך", איך פרעג "דיך" ?

ק: מיך איז עס שווער...

ט: פארוואס ?

ק: insignificance. דאס אלעס... נישטא וואס צוצולייגן, הערסט? קשיות זענען איבעריג...

ט: און וואס ווילסטו ?

ק: איך וויל נישט גארנישט. איך וויל נישט שפירן ווי דשאסט א שטיקל פון א סיידוואק, הערסט?????????????

ט: געדענקסט אנהייב סעשאן האסטו מיר געזאגט אז דו ווילסט וויסן טאמער ס'דא אין דיר א Need צו האבן אויף וואס רחמנות צו האבן, אויף א בחור'ל... יעצט ווייסטו שוין צו דו האסט אזא Need?

ק: יא, שוין איינמאל... די רגע עס איז נישטא וואס צו רחמנות האבן, קומט ארויף אז איך בין איינע פון די שטיקלעך פון די געיט ארום די ארון קודש... נישט אז ס'איז א פראבלעם, נישט אז ס'מאכט מיך ליידן... ס'איז פשוט שווער פאר מיר צו בלייבן אין אזא באוואוסטזיין... ס'איז שווער פאר מיר זיך צו האלטן אין אזא באוואוסטזיין, אז איך בין דשאסט א שטיקל פון די געיט, און גארנישט מער... ס'איז זייער שווער זיך אזוי צו שפירן און בלייבן מיט דעם שפיר... נישט ווייל איך האב נישט מיינע Needs, איך האב אלעס ! אבער איך וויל נישט פארבלייבן אין מיין 'באוואוסטזיין' אז איך בין דשאסט א שטיקל פון די געיט...

ט: און ווען דו האסט רחמנות ביסטו אויס געיט-שטיקל ? הער איבער די ריקארדינג, און לאמיר זיך פארשטעלן ווי נאכדעם זעה איך אז ס'איז יא דא אויף וואס איך זאל רחמנות האבן...

ק: איינער דארף מיין אינערליכער 'קוועלע'... ס'איז ווערד ! איינער דארף עס !!! הערסט ?

ט: ס'קוקט מיר אויס, ווי דו ווילסט שוין זייער לאנג איינער זאל דאס הערן פון דיר, ריכטיג ?

ק: יא !

ט: זאג מיר דעם אמת, צו ביסטו יעצט איבערצייגט אז דו האסט אין דיר א Need צו רחמנות האבן... לאמיר זיך פארשטעלן, אז איך לערן מיט א בחור'ל וואס באקומט פון מיר גאר א שטארקער חיות, און איך זעה עס אויף אים, ווי איך בין זיין גאנצע חיות... ער איז זייער פרייליך אז ער האט מיר געטראפן... ממש ער שפירט ביי זיך אז איך בין זיין מלאך מושיע פון השי"ת... נאר איך האב אים אנגעוויזן דעם ריכטיגן וועג באופן בלתי ישוער מקודם אויף טריט און שריט... און איך באמערק ווי עס קומט אריין א אנדער בחור אויף וועם איך האב געווענליך רחמנות... וואס קומט ארויף אין מיין 'באוואוסטזיין' ?

ק: יא. די רחמנות געפילן זענען גאר גאר שטארק Diminished. אויף אן אופן אז איך זעה ענדערש אז ס'איז נישטא וואס צו רחמנות האבן...

ט: יעצט ביסטו שוין איבערצייגט אז דו האסט אין דיר א געברויך צו געבן א מיינונג אז ס'דא אויף וואס רחמנות צו האבן? אז אין די רגע דו שפירסט דיך אין דעם 'באוואוסטזיניגקייט' אז איינער דארף דיין אינערליכער 'קוועלע', גייט אוועק די Need צו טרעפן אויף וואס רחמנות צו האבן...

ק: יא. לאמיר האפן. די ווארט איז נישט 'רחמנות', די ווארט איז 'טרעפן' וואס 'צוצולייגן' פון מיר....

ט: איך וויל זאלסט זאגן: בחור'ל איך מוז 'טרעפן' וואס 'צוצולייגן' צו דיר, אדער 'רחמנות', ווייל די רגע איך גיי וויסן אז עס איז באמת נישטא וואס צו רחמנות האבן, אדער כאטש 'צוצולייגן', גייט מיין באוואוסטזיין ווערן באוואוסטזיניגט אז איך בין איינע פון די שטיקלעך פון די געיט, אדער דשאסט איין שטיקל פון א סיידוואק... נישט קיין פראבלעם, אבער דשאסט שווער צו בלייבן אזוי...

סאו איך לייג צו צום צעטיל: "איך שפיר יעצט 'בענקשאפט' און ס'איז מיר שווער צו דיסקאנעקטן... צו דארף ער טאקע פון מיר מיין 'ארויפגעקוקאכץ', אדער איז דער אמת אז איך 'אידיאליזיר' אים, און איך וויל אים נישט אנקוקן ווי דורכשניטליך, ווייל נאר מיט דעם האב איך א געלעגנהייט אז ס'זאל מיר וועלן אים געבן 'חיות' דורכ'ן ארויפקוקן... אלעס כדי אויפצוהערן שפירן מיין ווערדלאזיגקייט... כדי נישט צו ווערן און בלייבן באוואוסטזיניגט אז איך בין די זעלבע Significant ווי איינע פון די שטיקלעך געיט ארום די ארון קודש, אדער אזוי ווי א שטיקל סיידוואק, וואס איז דער אמת ?

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

די צעטיל איז נישט אזוי אין סאביעקטיווער אויסדרוק.

"איך שפיר יעצט 'בענקשאפט' און ס'איז מיר שווער צו דיסקאנעקטן... צו דארף ער טאקע פון מיר מיין 'ארויפגעקוקאכץ', אדער איז דער אמת אז איך 'אידיאליזיר' אים, און איך וויל אים נישט אנקוקן ווי דורכשניטליך, ווייל נאר מיט דעם האב איך א געלעגנהייט אז ס'זאל מיר וועלן אים געבן 'חיות' דורכ'ן ארויפקוקן... אלעס כדי אויפצוהערן שפירן מיין ווערדלאזיגקייט... כדי נישט צו ווערן און בלייבן באוואוסטזיניגט אז איך בין די זעלבע Significant ווי איינע פון די שטיקלעך געיט ארום די ארון קודש, אדער אזוי ווי א שטיקל סיידוואק, וואס איז דער אמת ?

אזוי שרייבט מען א צעטיל.

איך שפיר יעצט צו דיר א 'בענקשאפט', און ס'איז מיר שווער זיך צו דיסקאנעקטן פון דעם שפיר... אבער לאמיר אריינטראכטן: צו דארפסטו טאקע פון מיר מיין 'ארויפגעקוקאכץ', אדער איז דער אמת אז איך 'אידיאליזיר' דיך, און איך וויל דיך נישט אנקוקן ווי דורכשניטליך, ווייל נאר מיט דעם האב איך א געלעגנהייט אז ס'זאל מיר דיך וועלן געבן חיות, דורכ'ן יא ארויפקוקן, און אלעס כדי איך זאל יעצט אויפהערן צו שפירן מיין ווערדלאזיגקייט, כדי נישט צו ווערן און בלייבן באוואוסטזיניגט אז איך בין די זעלבע Significant, ווי איינע פון די שטיקלעך געיט ארום א ארון קודש, אדער ווי א שטיקל סיידוואק, לאמיר אריינטראכטן "וואס איז דער אמת..."

-> אויב וועל איך נאר ארבעטן יא צו שפירן 'ווערד', איז נאך נישט מוכרח אז דאס וועט אוועקנעמען מיין 'סימפטאם', אדער סימפטאמען, ווייל קודם דארף ווערן אראפגענומען די אומריכטיגע אופן וויאזוי איך אנטלויף פון שפירן מיין 'ווערדלאזיגקייט'.

אויב וועל איך ארבעטן, און זיך איינ'חזר'ן "איך בין יא ווערד..." אדער "ס'גארנישט אז איך שפיר נישט ווערד..." איז נישט מוכרח אז דאס וועט העלפן... ווייל אינערליך האלט איך נישט ביים שפירן 'ווערדלאז', אפילו אויב איך רעד מיך איין אז ס'גארנישט צו שפירן ווערדלאז... און דערפאר וועל איך דאך זוכן א [אומריכטיגע] וועג וויאזוי נישט צו דערשפירן מיין ווערדלאזיגקייט. יא, ס'איז טאקע 'גארנישט' צו שפירן 'ווערדלאז', אבער איך וועל נאך אלץ זוכן וועגן וויאזוי עס נישט צו דערשפירן... און די וועגן זענען זייער זייער נישט ריכטיגע וועגן. און די וועגן געשעען בהכרח, ווייל ס'איז שווער פאר א מענטש, א חלק אלוק ממעל, צו שפירן ווערדלאז...

די איינציגע עצה פאר דעם - ב"ה - איז, אז איך זאל אוועקנעמען אלע מיינע אומריכטיגע וועגן וויאזוי איך אנטלויף פון שפירן מיין 'ווערדלאזיגקייט', און עס דערשפירן, און דאן איז דא א געלעגנהייט עס צו טוישן - ב"ה. <-

ט: האסט געהערט מיין דרשה ?

ק: (שמייכלט) יא, איך האב געהערט, אבער פארשטיי מיך.

ט: יא, איך גיי פרובירן - ב"ה - דיך צו פארשטיין, איך גיי דיך מער נישט לאזן ליידן, און זאגן "שטארק דיך און שוין..." נאר איך גיי פרובירן דיך אמת'דיג 'אויסצוהערן', צו פרובירן דערשפירן וואס ס'דרוקט "דיך". והשם הטוב יעזור

ק: איך וויל מאכן א סעשאן, וועגן היינט, אדער נעכטן.

ט: וויאזוי איז געווען די צעטיל ?

ק: ס'איז געווען מער ווייניגער

ט: וואס מיינסטו צו זאגן ?

ק: איך מיין צוזאגן אז ווען איך אויפמערקזאם מיך אויף די צעטיל, ווערט די סימפטאם שוואכער, אזש אז ס'גייט אין די מינוטן גאנץ אוועק, אבער דאן שפיר איך די 'ווערדלאזיגקייט'... און נאך א שטיק צייט קומט די סימפטאם צוריק, פארשטייט זיך שוואכער ווי די מאל דערפאר... ווייסטעך וויאזוי ס'גייט... אויך איז מיר גאנץ שווער צו בלייבן אין די ווערדלאזיגקייט געפיל... ס'קומט מיט אזויפיל Pain... אזויפיל Pain... און איך וויל נאכאמאל עקספיריענסן די 'ווערדלאזיגקייט', און נאכדעם עס פרובירן צו טוישן...

צום ביישפיל: איך האב אזא זאך, אז ווען איך באגעגן א מענטש, קומט מיך ארויף א ריספאנס אז ער טראכט וועגן מיר... שכל'דיג, לאגיש, ווייס איך אז ס'איז נישט אמת, אבער די ריספאנס אין מיין 'געפיל' לעבט אז ס'איז יא אמת, אז ער טראכט פון מיר. איך וויל זעהן צו ס'איז די זעלבע 'ווערדלאזיגקייט' פון וואס איך אנטלויף אזוי...

ט: קענסט דיך דערמאנען אן אינצידענט וואו דער 'רעספאנס' איז געשעהן אין דיר ?

ק: יא. איך קום אריין אין ביהמ"ד, איך זעה א יוד, און איך שפיר אז ער טראכט יעצט פון מיר, איך ווייס אז ס'איז נישט אמת, אבער איך קען מיך מיט דעם שפיר נישט שלאגן, ס'וויל אזוי שטארק געבן א מיינונג אויף דעם יעצטיגן מצב, אז דאס איז וואס פאסירט יעצט, אז ער טראכט יעצט פון מיר...

ט: דו געדענקסט די סקונדען פאר דו האסט אים געזעהן ? דו קענסט דיך דערמאנען וויאזוי דו האסט געשפירט פאר דו האסט אים געזעהן ?

ק: נישט עכט

ט: אקעי. דו קענסט דיך פארשטעלן די רגע וואס דו האסט אים געזעהן ?

ק: פון אינמיטן די געשעעניש קען איך מיך דערמאנען... איך קען מיך דערמאנען ווי איך זעה אים, און ס'וויל זיך מיר שפירן אז דאס וואס ער טוט קומט וועגן מיר... און מיין דמיון לויפט גלייך צאמצושטעלן א גאנצע מעשה, אז ער ווייסט פון מיר וכו'...

ט: אקעי, גוט. לאמיר זיך פארשטעלן, ווי איך בין ביים טיר אריינצוגיין אין ביהמ"ד... איך זעה די ווענט ארום... אבער איך זעה אים נאכנישט... די באלייכטונג שיינט מיר אריין אין פנים... שפירן מיינע Felt Senses וואס איך שפיר ביים אריינגאנג... איך זעה אים נאכנישט... און דאן זעה איך אים אויף אקוראט דעם זעלבן אופן וויאזוי איך האב אים היינט געזעהן... אבער איך בלייב ביי די מיינונג - דשאסט פאר א פאר מינוט - אז ער טראכט נישט פון מיר... אז איך קען אריינקוקען אין אים, און איך קוק אריין זייער זייער טיף, און בעת איך זעה אים אויף דעם זעלבן אופן וויאזוי איך האב אים היינט געזעהן, זעה איך קלאר אז ער טראכט נישט פון מיר, גארנישט, ער ווייסט ניטאמאל אז איך בין אריינגעקומען... סאו, איך גיי ווייטער מיט דעם מיינונג אז ער האט בכלל נישט געטראכט פון מיר... וואס הייב איך אן צו שפירן אין מיינע טיפע Felt Senses ?

ק: אז ס'פעלט מיך 'מיטטיילונג'... אזוי ווי אז איך דארף לעבן מיט מיר אליין... ס'קומט אויך מיט א 'צעבראכנקייט'...

ק: אקעי, איך האב נאך אן אינצידענט ווי איך האב געהאט א 'ריספאנס' פון 'רחמנות', וויל איך וויסן וואס עס קומט ארויף טאמער אלעס איז יא גוט.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, ווי איך זעה אים, אויף דעם זעלבן אופן... און היינט האב איך פארשטאנען אז ס'איז דא וואס 'רחמנות' צו האבן... אבער דאס מאל - דשאסט פאר א פאר מינוט - עקספיריענסן... עקספיריענסן... ווי איך קען אריינקוקן - מיט זייער א שטארקער און שארפער קלארקייט - אין זיין מח, אין זיינע פילינגס... עקספיריענסן וויאזוי איך קוק אריין זייער טיף, אין זיין מח... אין זיינע געפילן... און איך קוק אריין... און צו מיין איבערראשונג זעה איך אן אנדערע מציאות ווי איך זעה פון אינדרויסן... איך זעה אז ער האט שוין ווער עס שטעלט צו פאר אים אלעס... און עס איז אינגאנצן נישט וויאזוי עס זעהט אויס פון אינדרויסן... זייער קלאר און שארף זעהן, זייער קלאר, אז איינער נעמט שוין קער אויף אים... אויף אזא אופן אז ס'פעלט נישט אויס אז נאך איינער זאל רחמנות האבן, ווייל ער האט שוין ווער עס האט רחמנות... עס פעלט נישט אויס אפילו א משהוא מן המשהוא, אדער אפילו טראכטן און מיטפילן מיט אים... ווייל ער האט שוין איינער וואס האט זייער זייער שטארק רחמנות און סך מער ווי איך קען אפילו צושטעלן... און איך זעה דאס זייער קלאר... ער האט אלעס... סאו, ס'איז בכלל נישט אזוי די מציאות... נאר די מציאות איז גענוי אויף אזא אופן, אז מיין 'ריספאנס' איז גענצליך איבעריג... און פרובירן צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט, מער און מער און נאך און טיפער... באוואוסטזיניגט אויף די 'אומבאקוועמליכקייט' אדער סיי וואס עס קומט אריין אין מיר... עס שפירן זייער שטארק... עס אריין אטעמען טיף אין אלע מיינע ביינער... זיין מיט עס...

ק: איך בין נישט ווערד, אויב איך קען נישט מאכן חברים !

ט: איך וויל זאלסט זאגן אזוי: "אויב איך פעהל נישט אויס כאטש פאר איינעם בין איך נישט ווערד..." הער איבער און איבער די ריקארדינג און גיי דורך אסאך סצענעס פון דיין לעבן, און זעה צו ס'מאכט סענס...

ק: (זאגט עס... און שפירט אז ס'קלינגט אמת'דיג. )

ט: זאג אזוי: "אויב איך בין יא ווערד, אפילו אויב איך פעהל נישט אויס פאר קיינעם, ערווארט איך אז..." און גיי דורך אסאך סצענעס אין דיין לעבן, זעהן וואס דו ערווארטסט אויב דו שפירסט דיך יא 'ווערד', אפילו אויב דו פעלסט נישט אויס פאר קיינעם...

ק: ערווארט איך אז 1) איך גיי נישט וועלן מאכן חברים... 2) איך גיי נישט פאלגן... און 3) אזוי באהאנדלט מען איינעם וואס איז אזוי ווערד ? 4) איך גיי מיך אננעמען פאר מיינע רעכטן און דאס איז שוין שרעקעדיג...

ט: וואס מיינט "ערווארט איך אז איך גיי נישט וועלן מאכן חברים..." וואס האט איינס מיט'ן צווייטן ? אז מ'איז ווערד מאכט מען נישט חברים ?

ק: איך פארליר די Power צו שאפן חברים...

ט: זאג: אויב איך גיי מיך שפירן ווערד אלץ א חלק אלוק ממעל, ערווארט איך אז איך גיי נישט וועלן מאכן חברים, ווייל איך פארליר די Power צו שאפן חברים...

ק: ס'שטומט אזוי צו זאגן.

-> ווי עס קוקט מיר יעצט אויס, האב איך נישט אין מיר, - אדער מיין איך אז איך האב נישט אין מיר - די כח זיך צו מאכן חברים. און איך האב דאס אנערקענט פון א יונגע Age. דאס איז די געפיל וואס באגלייט מיך. 1) איך קען נישט מאכן חברים, און איך וויל אנטלויפן פון עס דערשפירן... און 2) אויב איך קען נישט, וויל איך נישט שפירן ווערד !!! ווייל אויב איך שפיר ווערד, ערווארט איך צו פארלירן די Power זיך צו מאכן חברים... ווייל איך ווייס אז די 'ווערדלאזיגקייט' צווינגט מיך צו קאנעקטן...

ט: זאג: איך וויל נישט שפירן ווערד, ווילאנג ס'געלונגט מיר נישט צו מאכן חברים... ווייל אויב איך שפיר ווערד אלץ חלק אלוק ממעל, ערווארט איך אז איך בלייב אן חברים.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי איך בין יעצט א בחור אין ישיבה... איך בין צווישן חברים... און קוקן אויף די חברים פון די אויגן אז איך בין יעצט א בחור'ל... און אין די רגע איך לאז אריין אין מיר די ווערד אלץ חלק אלוק ממעל, וויאזוי ווערט מיין מעגליכקייט זיך צו שאפן חברים ?

ק: איך קען שפירן אז ס'ווערט סך ווייניגער... אפילו יעצט האב איך מורא צו שפירן 'ווערד'...

ט: און וואס האט דאס צו טון אז עס מוז זיך דיר שפירן אז יענער טראכט פון דיר ?

ק: ווייל איך האב מורא פון די באוואוסטזיניגקייט אז איך קען נישט מאכן חברים.

סאו, די צעטיל איז: איך פארשטיי יעצט אז דו פאדערסט פון מיר מיין 'רחמנות', צו דארפסטו יעצט טאקע פון מיר 'עפעס', אדער וויל איך יעצט פשוט נישט ווערן באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט מאכן חברים, און ביים דאס וויסן מוז איך שפירן 'ווערדלאז', ווייל אויב איך וועל שפירן יא ווערד ביים דאס וויסן, ערווארט איך צו פארלירן דאס ביסל כח זיך צו מאכן חברים... און קאנעקשאן...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: א גוטן. וואס טוט זיך, וויאזוי גייט אלעס ?

ק: אהער, אהין, אביסל שווער, היפש איבעראשונגען...

ט: איך האב געזען אז "דו" האסט געהאט היינט א שווער ארבעט צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף די צעטיל, הא ?

ק: יא

ט: זאג מיר נאכאמאל די 'סימפטאם' וויאזוי דו האסט עס היינט עקספיריענסד ?

ק: ס'איז א (אטעמט אפ...) ס'איז אז איך ווער אנגעפילט מיט א שטארקער קאנעקשאן... און שטארקע רחמנות געפילן...

ט: און דו ווילסט דערפון פטור ווערן, ריכטיג ?

ק: יא

ט: וויאזוי עקספיריענסד זיך דיר, ליינענדיג די צעטיל ?

ק: די Need צו רחמנות האבן, מיין 'רחמנות' וואס איז ממלא כל עצמי איז אזוי שטארק, אז איך קען זיך נישט אויפמערקזאם מאכן אויף די אמת... איך קען זיך נישט באוואוסטזיניגן אויף מיין Emotional Wound אז איך קען נישט מאכן קאנעקשאן...

ט: לאמיר איבערהערן דעם 'נעכטיגן' ריקארדינג, און געב א קוק צו עס אפעלירט פאר היינט...

לאמיר זיך פארשטעלן, בחמלת ה' עלי, ווי איך זעה אים, אויף דעם זעלבן אופן, און אין דעם זעלבן Settings אינערליך, און אויסערליך וויאזוי עס איז היינט געווען... סאו, איך זעה אים יעצט אויף דעם זעלבן אופן וויאזוי איך האב אים היינט געזען, בעת עס די 'ריספאנס' פון 'רחמנות' און 'קאנעקשאן' איז אריינגעקומען אין מיר... און היינט האב איך 'פארשטאנען' אז ס'איז דא אין אים געוויסע 'עלעמענטן' וואס פאדערן שטארק מיין 'רחמנות'... וואס דאס מאכט מיין 'קאנעקשאן', אז מיין גאנצע אטענשאן ווערט 'איבערגעפילט' מיט 'תפילה ותחנונים' עליך... אויף זייער א שטארקן פארנעם... און מיין גאנצע 'רעיון' ארבעט נאר וויאזוי דיך ארויסצונעמען פון דיין Pain פון וואס דו ליידסט אזוי שטארק... און אז דער הייליגער באשעפער זאל שוין אראפקוקן אויף דיר פון הימל, און דיר העלפן...

אבער דאס מאל - דשאסט פאר א פאר מינוט - עקספיריענסן... עקספיריענסן... ווי איך קען אריינקוקן אין זיין מח, אין זיינע פילינגס... און באקומען דעם אמת'ן אמת מיט זייער זייער זייער א שטארקער און שארפער קלארקייט, וואס קיינער אויף די וועלט קען נישט אפפרעגן... ווייל איך זעה דאס מיט מיינע אויגן, אלץ א הארטער מציאות וואס מ'קען נישט אפווענדן... עקספיריענסן וויאזוי איך קוק אריין זייער טיף, אין זיין מח... אין זיינע געפילן... און איך קוק אריין... און צו מיין איבערראשונג איז נישטא קיין גרעניץ... איך בין איבערראשט צו טרעפן א מציאות וואס איז אינגאנצן אנדערש וויאזוי עס קוקט אויס פון אינדרויסן...

זעה איך גאר גאר אן אנדערע מציאות ווי איך זעה פון אינדרויסן... איך זעה אז ער האט שוין ווער עס שטעלט צו פאר אים אלעס ברוחניות עד הסוף... ובגשמיות עד הסוף... און עס איז אינגאנצן נישט וויאזוי עס זעהט אויס פון אינדרויסן... זייער קלאר און שארף זעהן, זייער קלאר, - דשאסט פאר א פאר מינוט - אז איינער נעמט שוין זייער שטארק קער אויף אים... אויף אזא אופן אז ס'פעלט נישט אויס אז נאך איינער זאל רחמנות האבן, ווייל ער האט שוין ווער עס האט רחמנות... עס פעלט נישט אויס אפילו א משהוא מן המשהוא, אדער אפילו טראכטן און מיטפילן מיט אים... ווייל ער האט שוין איינער וואס האט זייער זייער שטארק רחמנות, און שטעלט אלעס אלעס אלעס צו, און סך סך מער ווי איך קען אפילו צושטעלן... און איך זעה דאס זייער קלאר... ער האט אלעס... סאו, ס'איז בכלל נישט אזוי די מציאות... נאר די מציאות איז גענוי אויף אזא אופן, אז מיין 'ריספאנס' איז גענצליך איבעריג... איבעריג או זינלאז... און פרובירן צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט, מער און מער... נאך און נאך... טיפער און טיפער... באוואוסטזיניגט אויף די 'אומבאקוועמליכקייט' אדער סיי וואס עס קומט אריין אין מיר... עס שפירן זייער שטארק... עס אריין אטעמען טיף אין אלע מיינע ביינער... זיין מיט עס...

און מיט די דאזיגע Emotional State אין וואס איך געפין מיך יעצט נעבן אים... אין די זעלבע Settings וואו די 'ריספאנס' איז אריינגעקומען... אבער יעצט איז נישטא דער 'ריספאנס'... ווייל איך זעה זייער קלאר אז עס איז נישטא קיין שום element וואס זאל דארפן פון מיר אזא Emotional Response. עס עקזיסטירט נישט... עס עקזיסטירט נישט... איך זעה קלאר אז עקזיסטירט נישט... איך ווייס זייער קלאר אז עקזיסטירט נישט... איך זעהסט קלאר ווי איינער דארט האט יעצט יעצט סך מער רחמנות אויף אים... ברוחניות ובגשמיות... אזוי אז מיין Emotional state איז גענצליך פריי פון יעדעס ברעקל 'רחמנות'...

און מיט די סימפטאם פרייער מצב דריי איך מיך ארום... אהין און צוריק... אהין און צוריק... נאך און נאך און נאך... אריינאטעמען די טיפסטע וואס איך קען די טיפקייט פון דעם סימפטאם פרייער מצב... עקספיריענסן דעם סימפטאם פרייער מצב... זייער טיף... זיין דארט מיט אלע מיינע חושים, מיט אלע מיינע עקספיריענסער...

זייער שטארק צולייגן מיין אטענשאן צו די אומבאקוועמליכע באוואוסטזיניגקייט וואס איך ווער מער און מער באוואוסטזיניגט... ווען איך בין יעצט אין דעם מצב... אן די ריספאנס פון 'רחמנות' און קאנעקשאן... זיך עקספיריענסן ווי מיין גאנצע אטענשאן איז Completely 'דיסקאנעקטעד'...

ק: ס'קומט ארויף: איך בלייב אליין מיט מיין ווייטאג, אז איך קען נישט מאכן חברים... איך פיהל ווי איך שטיי נעבן א באנדע יונגלעך, און דורכ'ן זוכן ווער עס האט Features וואס ערוועקט מיין 'רחמנות', פרוביר איך צו טרעפן איינעם אויף מיין זייט וואס וועט מיך נישט טשעפענען, ווייל אויב ביסטו א רחמנות וועסטו מיך נישט טשעפענען... אויב ערוועקסטו מיין רחמנות וועסטו אויך רחמנות האבן אויף מיר, און דו וועסט דיך אננעמען פאר מיר ווען יעדער ארום גייט מיך טשעפענען... דיך זוך איך... דו וועסטעך אננעמען פאר מיר... מיט דיך וויל איך זיין מקושר... מיט דיך בין איך באשיצט... אין דיין שיץ וועל איך מיך באשיצן...

ט: סאו, אפילו ווען עס פעלט יענעם גארנישט אויס דיין 'רחמנות', ווערסטו אבער 'מקושר' צו אזא איינעם וואס האט לויט דיין Emotional World געוויסע כאראקטעריסטישע שטריכן וואס קען ערוועקן דיין 'רחמנות', און מיט אים זוכסטו צו שפירן קאנעקטעד, כדי נישט צו שפירן אליין אן חברים...

סאו, לאמיר איבערמאכן די ריקארדינג און לאמיר זעהן אזוי...

לאמיר זיך פארשטעלן, בחמלת ה' עלי, ווי איך זעה אים, אויף דעם זעלבן אופן, און אין דעם זעלבן Settings אינערליך, און אויסערליך וויאזוי עס איז היינט געווען... סאו, איך זעה אים יעצט אויף דעם זעלבן אופן וויאזוי איך האב אים היינט געזען, בעת די 'ריספאנס' פון 'רחמנות' און 'קאנעקשאן' איז אריינגעקומען אין מיר... און היינט האב איך 'פארשטאנען' אז ס'איז דא אין אים געוויסע Vulnerable 'עלעמענטן' וואס ערוועקן שטארק מיין 'רחמנות'... וואס דאס מאכט מיין 'קאנעקשאן', אז מיין גאנצע אטענשאן ווערט 'איבערגעפילט' מיט 'תפילה ותחנונים' עליך... אויף זייער א שטארקן פארנעם... און מיין גאנצע 'רעיון' ארבעט נאר וויאזוי דיך ארויסצונעמען פון דיין Pain פון וואס דו ליידסט אזוי שטארק... און אז דער הייליגער באשעפער זאל שוין אראפקוקן אויף דיר פון הימל, און דיר העלפן...

אבער דאס מאל - דשאסט פאר א פאר מינוט - עקספיריענסן... עקספיריענסן... ווי איך קען אריינקוקן אין זיין מח, אין זיינע פילינגס... און באקומען דעם אמת'ן אמת מיט זייער זייער זייער א שטארקער און שארפער קלארקייט, וואס קיינער אויף די וועלט קען נישט אפפרעגן... ווייל איך זעה דאס מיט מיינע אויגן, אלץ א הארטער מציאות וואס מ'קען נישט אפווענדן... עקספיריענסן וויאזוי איך קוק אריין זייער טיף, אין זיין מח... אין זיינע געפילן... און איך קוק אריין... און צו מיין איבערראשונג איז נישטא קיין גרעניץ... איך בין איבערראשט צו טרעפן א מציאות וואס איז אינגאנצן אנדערש וויאזוי עס קוקט אויס פון אינדרויסן...

איך זעה גאר גאר אן אנדערע מציאות ווי איך זעה פון אינדרויסן... איך זעה אז אויב מ'וועט מיך טשעפענען וועט ער זיך גארנישט אננעמען פאר מיר... אז ער איז אינגאנצן נישט וויאזוי עס זעהט אויס פון אינדרויסן... זייער קלאר און שארף זעהן, זייער קלאר, - דשאסט פאר א פאר מינוט - אז ער איז נישט איינער וואס וועט זיך אננעמען פאר מיר... אויף אזא אופן אז מיין בליק אויף אים, וואס דאס מאכט אז איך זוך צו שאפן קשר מיט אים, ווייל ער האט אזאנע כאראקטעריסטישע שטריכן וואס ערוועקן מיין רחמנות, און איך זוך צו שאפן קשר מיט אים ווייל ער וועט זיך אננעמען פאר מיר, קען איך אבער זעהן זייער קלאר אז ווען ס'גייט קומען למעשה גייט עס זיין אינגאנצן אנדערש ווי איך מיין... איך זעה דאס זייער קלאר... אז ער וועט זיך למעשה נישט אננעמען פאר מיר... סאו, ס'גייט בכלל נישט זיין אזוי די מציאות, אזוי ווי איך מיין, אזוי ווי איך ערווארט... נאר אויף עפעס אן אופן קען איך זעהן זייער קלאר אז די מציאות גייט זיין גענוי אויף אזא אופן, אז מיין 'ערווארטונג' איז גענצליך פאלש... עס זייער שטארק זעהן - דשאסט פאר יעצט, פאר א פאר מינוט - און פרובירן צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט, מער און מער... נאך און נאך... טיפער און טיפער... באוואוסטזיניגט אויף די 'אומבאקוועמליכקייט' אדער סיי וואס עס קומט אריין אין מיר... עס שפירן זייער שטארק... עס אריין אטעמען טיף אין אלע מיינע ביינער... זיין מיט עס...

און מיט די דאזיגע Emotional State אין וואס איך געפין מיך יעצט נעבן אים... אין די זעלבע Settings וואו די 'ריספאנס' איז אריינגעקומען... אבער יעצט איז נישטא דער 'ריספאנס'... ווייל איך זעה זייער קלאר אז עס איז נישטא קיין שום element וואס זאל מיר ערלויבן די Emotional Response פון קאנעקשאן. עס עקזיסטירט נישט... עס עקזיסטירט נישט... איך זעה קלאר אז באמת עקזיסטירט עס נישט... איך ווייס זייער קלאר אז עקזיסטירט נישט... איך זעה קלאר ווי ער גייט זיך נישט אננעמען פאר מיר... אזוי אז מיין Emotional state איז גענצליך פריי פון יעדעס ברעקל 'רחמנות' און 'קאנעקשאן'...

און מיט די סימפטאם פרייער מצב דריי איך מיך ארום... אהין און צוריק... אהין און צוריק... נאך און נאך און נאך... אריינאטעמען די טיפסטע וואס איך קען די טיפקייט פון דעם סימפטאם פרייער מצב... עקספיריענסן דעם סימפטאם פרייער מצב... זייער טיף... זיין דארט מיט אלע מיינע חושים, מיט אלע מיינע עקספיריענסער...

זייער שטארק צולייגן מיין אטענשאן צו די אומבאקוועמליכע באוואוסטזיניגקייט וואס איך ווער מער און מער באוואוסטזיניגט... ווען איך בין יעצט אין דעם מצב... אן די ריספאנס פון 'רחמנות' און קאנעקשאן... זיך עקספיריענסן ווי מיין גאנצע אטענשאן איז Completely 'דיסקאנעקטעד'...

ק: אה... יעצט קען איך שוין יא זיין Aware אויף די צעטיל... און איך קען שפירן די זעלבע ווייטאג: "איך בלייב אליין ארומגענומען מיט די שרעק פון טשעפעריי, ווייל איך האב נישט קיינעם ווער ס'זאל זיך אננעמען פאר מיר...

ט: און הער עס אויך איבער אויף דעם בחור'ל וועם דו בענקסט דיך...

ק: די זעלבע שארפע ווייטאג: "איך בין 'אליין' אן חברים, אן קאנעקשאן.

-> Overt Statement For Integration <-

ט: שטעל דיך פאר ווי דו ביסט יעצט פאר זיי, די אלע וואס ערוועקן אין מיר, די ריספאנס פון 'רחמנות' און 'קאנעקשאן' און זאג אזוי: דו ביסט דער וועם איך האב יעצט געטראפן אין דיר די כאראקטעריסטישע שטריכן וואס ערוועקן מיין 'רחמנות', און מן הסתם וועסטו אויך רחמנות האבן אויף מיר, און זיך אננעמען פאר מיר, ווייל איך זוך שוץ פון 'טשעפעריי', איך שפיר אליין אן חברים, אן קאנעקשאן, ארומגענומען מיט די שרעק פון טשעפעריי, איך זוך איינעם ווער עס וועט זיך אננעמען פאר מיר, און איך ערווארט זייער שטארק אז ווען ס'וועט זיין א טשעפעריי וועסטו דיך אננעמען פאר מיר ווייל דו ערוועקסט אזא 'רחמנות', אנהאלטן מיין קשר מיט דיך נעמט אוועק מיין שפירן יעצט די פחד פון זיין אליין ארומגענומען מיט די שרעק פון טשעפעריי... דו וועסט דיך אננעמען...

ק: (זאגט עס און שפירט אז ס'שטומט) די מערסטע וואס איך קען יעצט ארויסברענגען אין ווערטער די ריספאנס וואס קומט מיר ארויף איז: "איך בין אליין אן חברים, אן קאנעקשאן...

ט: און צו קומט ארויף עפעס א 'ווערדלאזיגקייט' ? וואס שפירסטו לגבי דעם מעסעדש: "איינער דארף מיין אינערליכער 'קוועלע'... ס'איז ווערד ! איינער דארף עס !!!"

ק: איך שפיר, אויב קיינער וועט זיך נישט אננעמען פאר מיר, דארף איך אויך קיינעם נישט...

ט: אקעי, לאמיר קודם מאכן א צעטיל אזוי: דו האסט כאראקטעריסטישע שטריכן וואס ערוועקן מיין 'רחמנות', און איך ערווארט זייער שטארק אז מן הסתם וועסטו זיך אננעמען פאר מיר פון די טשעפעריי, אנהאלטן מיין קשר מיט דיך 'במחשבה' נעמט אוועק מיין שפירן יעצט די פחד פון זיין אליין אין שרעק פון טשעפעריי... דו וועסט דיך אננעמען... אן 'רחמנות' און קשר מיט דיר שפיר איך מיין ווייטאג פון בלייבן אליין אן חברים, אן קאנעקשאן.

און ליין אויך די נעכטיגע צעטיל... והשם הטוב יעזור ויתן בליבי אהבתו ויראתו, וירפא אותי בנפש וברוח, המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: א גוטן. וואס טוט זיך, וואס הערט זיך, וויאזוי איז געווען דיין עקספיריענס ליינענדיג דעם צעטיל, און פרובירנדיג צו זיין אויפמערקזאם אויפן צעטיל ?

ק: איך האב זיך געקענט טרעפן מיט די עמאושענעל ערווארטונג אדער Knowing פון שפירן Vulnerable אז איך דארף איינער זאל זיך אננעמען פאר מיר פון טשעפעריי, און ס'איז טאקע אזוי געווען - ב"ה - אז די רגע איך האב געליינט די צעטיל, איז אוועקגעגאנגען די 'סימפטאם' און איך בין געווארן אין Touch מיט טיפערס. אבער איך האב מיך נישט געקענט אינגאנצן אפהאקן פון 'עוסק' זיין 'במחשבתי' אין די Emotional אינערליכע געשעענישן פון 'ארומיגע', מיטהאלטן זייער 'ווייטאג', אויסרעכענען זייערע 'געדאנקען'... מיטפילן זייערע געפילן... נאכגיין די געלויף פון זייער מהלך המחשבה... מיטפילן זייער Pain... זיין מיט זיי... שפירן זייערע אינערליכקייטן... אזוי אז איך האב נישט געקענט ווערן געהעריג אין Touch מיט וואס איך דארף ווערן אין Touch, נעמליך "איך בין אליין אן חברים, אן קאנעקשאן..." ס'איז כאילו איך האלט מיך אן צו 'ארומיגע' וועגן עפעס... איך וויל דערפון פטור ווערן ב"ה...

ט: מיט'ן הילף פונעם הייליגן באשעפער, לאמיר פרובירן טייערקייט, זיך אריינצוקלאפן און ווערן באוואוסטזיניגט אויפן הענטל וואס האלט עס אן. דו זאגסט אז ווען דו קומסט צווישן מענטשן געשעהט עס ווי כאילו פון זיך אליין, אז ס'דמיונ'ט זיך דיר אויס, און דיינע Emotions שפילן מיט, וואס די ארומיגע דארפן יעצט פיהלן לויט דיין חשבון... די ארומיגעס כעס... ווייטאגן... מידות... מחשבות... דורכגייעכצער... מחשבות אויף דיר... קוועטשענישן... אומבאקוועמליכקייטן... דו שפיהרסט מיט... דו וויינסט מיט... דו פיהלסט מיט... דו שפירסט זייער ברויז פון סעקונדע צו סעקונדע... און דו ווילסט פטור ווערן דערפון... צו וויסן וואס האלט עס אין פלאץ...

ק: יא.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי איך קום אריין אין עפעס א פארשטופטער אלטער בית מדרש... נאכנישט איבערגעבויט פון תר"ן... אריינגעשטופט הויעך אויפן שאנק, א פארשטויבטער אלטער ספר, אן אלטע קבלה ספר... איך בלעטער עס מיט יראת הכבוד... און אט בין איך ביי א בלאט וואס שטייט אזוי: "ווער עס האט אינזין דעם כוונה בשעת'ן זיך טובל זיין אין א מקווה מעין טהרה בכל הדקדוקים, וועט באקומען א כח משמים אז אפילו אויב ער וועט זיך טרעפן אין א פלאץ פיהל מיט מענטשן, וועט די ערשטע צוויי שעה נאך די טבילה בהכרח נישט קענען טראכטן - אפילו אויב ער וויל - מחשבות וואס קומט מכח ווייל ער ווייסט אז ער געפינט זיך צווישן מענטשן... אין לשון קודש "כל מי שיכוון כוונה זו ביראה ובטהרה בעת היותו כולו מכוסה במי מקווה מעין טהור בכל הדקדוקים, ינתן בו כח משמים על שתי שעות אחריו, שאפילו יהיה בין הרבה אנשים, לא יהיה יכולת בו לחשוב מחשבות מכח ידיעתו שהוא בין אנשים..."

זעהט אויס, אז דער כוונה איז געמאכט געווארן אז מ'זאל קענען דאווענען בכוונה... על כל פנים... איך טרעף מיך א מקווה טהרה... איך בין מכוון דעם כוונה... גראד נאכדעם בין איך נישט זיכער צו ס'גייט טאקע ארבעטן... איך קווענקל היפש... אפשר ארבעט עס נאר ביי צדיקים... אמת איך האב עס מכוון געווען די מערסטע בתשובה שלימה, בטהרה, ביראה, אבער דאך... אבער די רגע ווי איך קום יעצט אריין אין א ביהמ"ד פיהל מיט מענטשן, און וואונדער איבער וואונדער... איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט אזא עקספיריענס ווי איך האב יעצט... ריין !!! די אלע מענטשן עקזיסטירן טאקע ארום מיר... אבער נאר זייער גוף און נשמה... און איך 'פארשטיי' אז געוויס האבן זיי מחשבות... איך 'פארשטיי' לאגיש אז געוויס דארפן זיי לכאורה האבן געוויסע געפילן... אבער איך קען נישט 'טראכטן' וואס דאס איז... איך קען מיך בשום פנים ואופן נישט פארשטעלן וואס בערך דאס איז... גארנישט... No clue at all...

איך האב אזאנס אין מיין לעבן נאכנישט געהאט... איך טראכט צו מיר... איז דאס וויאזוי געוויסע מענטשן שפירן ??? איך הייב אויף מיינע אויגן, און איך זעה פאר מיר א מציאות פון בלויז 'מענטשן וואס ווערן געטריבן פון נשמות'... לעבעדיגע גופים... עס קען זיך מיר אבער גארנישט פארשטעלן וואס עס מאכט זיי יעצט טון וואס זיי טוען... גארנישט גארנישט גארנישט... איך זעה יעצט נאר פארוואס איך טו וואס איך טו... איך שפיר יעצט נאר מיר אליין... איך זעה מענטשן תנועה'נען אויף געוויסע אופנים... און איך 'פארשטיי' אז געוויס שפירן זיי אויף א געוויסע אופן וואס דאס מאכט זיי תנועה'נען על זה הדרך דייקא, אבער וויפיל איך פרוביר קען איך מיך נישט פארשטעלן א דמיון צום פארוואס ער טוט וואס ער טוט... איך בלייב מיט מיר אליין...

איך באטראכט די ארומיגע גאר שטארק... אפשר וועל איך קענען עפעס אפירקראצן... אבער ס'גייט נישט... איך ווייס זייער גוט פארוואס... זייער גוט פארוואס... איך ווייס זייער זייער זייער גוט פארוואס ס'געשעט נישט אזאנע מחשבות און געפילן וועגן די ארומיגע... נעמליך די כוונה... ס'ארבעט... "א כוונה ארבעט יא..." טראכט איך יעצט צו מיר... ס'האט א כח... און למעשה וויבאלד איך זעה אז איך קען נישט דערטראכטן קיין שום זאך בנוגע די ארומיגע... איך ווער נישט אנגעפילט אפילו מיט א ברעקל פירושים וועגן וואס זיי טוען... וועגן וואס עס גייט דורך אויף זיי... אפילו נישט מיט א ברעקל... בין איך מיך מייאש פון פרובירן... ווייל איך זעה אז גארנישט שטעלט זיך נישט צאם...

איך וויל טון וואס איך טו געווענליך, און פרובירן צאמצושטעלן א געוויסע בילד און פרובירן צו כאפן בערך וואס זיי גייען דורך.. אדער מיטלעבן מיט זיי... אבער ס'געשעהט נישט... ס'געשעהט נישט... מיין מחשבה בלייבט לויטערער ווי לויטער... לויטערער ווי לויטער... לויטערער ווי לויטער... ריינער ווי ריינער... אן קיין שום ברעקל Explanation אויף די Behavior פון די ארומיגע... טראץ דעם וואס איך געפין מיך צווישן א סך מענטשן... טראץ דעם וואס איך ווייס אז איך געפין מיך יעצט צווישן אסאך אסאך אסאך מענטשן... אסאך מענטשן... פונדעסטוועגן שטעלט זיך נישט צאם א בילד...

און אזוי דריי איך מיך צווישן די מענטשן... איך גיי... איך נעם מיין טלית בייטל און איך שטעל מיך אוועק דאווענען... מיט די ריינקייט... מיט די ריינקייט... מיט די לויטערקייט... מיט די וויסן אז עס גייט עניוועי נישט געשען... עס גייט נישט געשעהן... איז, איך גיי און איך עפן אויף מיין טלית בייטל, איך נעם ארויס מיין טלית, און איך לייג מיין תפילין, מיט די וויסן אז איך קען נישט צאמשטעלן וואס אנדערע מענטשן טראכטן, סאו, איך נעם ארויס די של ראש...

איך זעה מענטשן קומען און גייען, אבער איך ווייס אז שוין דאס איז עס, איך קען נישט דערטראכטן וואס זיי טראכטן, סאו איך טו אן מיין של ראש... און איך נעם א סידור, איך ווייס אז איך קען נישט... איך פרוביר, אבער ס'קומט גארנישט גארנישט ארויף... איך בלייב נאר מיט מיר אליין... ס'געשעהט אפילו נישט קיין Clue אין מיר וועגן די ארומיגע... איך מיש אויף די סידור... און אין מיין קאפ איז גארנישט... נאר... נאר די סידור... נאר די וויסן אז איך בין צווישן מענטשן, און נאר די סידור...

ק: ס'איז ארויסגעקומען אסאך Knowings, צו Schemas, צו וויאזוי ס'הייסט... ביים אנהייב פון די סימפטאם דעפרייוועשאן, האב איך מורא געהאט צו מכוון זיין די כוונה, ווייל אויב איך גיי עס מכוון זיין, און איך גיי נישט קענען טראכטן שפיר איך אז:

די פחד, און ערווארטונג אז: "איך גיי מיך פארלירן..."

איך גיי זיין 'אליין' צווישן מענטשן...

איך שפיר ווי איך בין א קליין יונגעל, און איך שפיר אן אינערליכער טיפער פארלוירנקייט, וואס זוכט די 'מענטשהייט' עס אנצופילן... א געפיהל פון 'איך בין אליין' און איך וויל שפירן די מענטשהייט אז ס'זאל מיר אנפילן מיט זייער וועזנהייט...

איך שפיר אז איך בין אויסגעליידיגט...

דאס ווערט צוביסלעך מער און מער Verbalized אלץ: "איך ווייס אז איך בין אליין און אז איך האב נישט קיין כח אין מיר זיך צו שלאגן מיט די שרעקעדיגע וועלט, איך גיי נישט קענען וויסן ענקערע פלענער, ענק קענען מיך איינשלינגען, איך בין אזוי פיצי..."

און דא הייב איך אן צו פארשטיין מיין Pro-Symptom Position, איך מוז נאכפאלגן ענקערע געדאנקען, צו קענען האלטן קאפ צו ענקערע כוונות זענען טאקע בלויז גינסטיג פאר מיר... אן דעם שפיר איך אז ענק קענען מיך פלוצלינג טון עפעס, און איך גיי גארנישט וויסן פון פארדעם...

איך דערמאן מיך פון א פחד וואס איך האב געהאט אלץ א יונגעל אין כתה א' אז א יונגעל האט מיר פארציילט אז די גוי'אישע קעכער האט צושניטן איינעם און אפגעקאכט... סאו איך מוז האלטן קאפ און סקענען מיין Environment אז ס'זאל נישט געשעהן...

נאכדעם הייבט אן אריינצוקומען: "פאר מיר אליין בין איך גארנישט..."

פאר מיר אליין איז עס נישט ווערד...

אויב איך גיי ענק נישט שפירן מוז איך טון וואס איך האב צו טון, און ווער האט אן אינטערעסע... איך ? נאר יענעמ'ס אינטערעסע איז עפעס...

איך אליין, פאר מיר אליין, אן יענעם, איז גארנישט ווערד...

איך בין א פארשעמטע זאך... גארנישט ווערד...

מיט מיר אליין, וואס איז שוין...

איך פאר מיר אליין איז נישט אינטערעסאנט... און דערפאר דארף איך דיך 'אינוואלווען'...

איך האב נישט אין מיר גארנישט פארצוזעצן מיין לעבן...

ט: זעה זיי אלע, און זאג זיי: "איך האב מיך גענומען און אוועקגעווארפן, אוועקגעווארפן מיינע רצוניות, אוועקגעווארפן מיין עקזיסטענץ, נאר ענק, אגאנצן טאג נאר ענק, איך עקזיסטיר נישט פאר מיר אליין... ווייל מיט מיר אליין אן ענק האב איך נישט אין מיר גארנישט פארצוזעצן מיין לעבן... נאר מיט ענק איז עס אינטערעסאנט... איך אליין ? גארנישט...

ק: (זאגט עס, און שפירט א ס'שטומט)

ט: וואס האט "איך שפיר ווי איך בין א קליין יונגעל, און איך שפיר אן אינערליכער טיפער פארלוירנקייט, וואס זוכט די 'מענטשהייט' עס אנצופילן... א געפיהל פון 'איך בין אליין' און איך וויל שפירן די מענטשהייט אז ס'זאל מיר אנפילן מיט זייער וועזנהייט..." מיט טראכטן תמיד פון ארומיגע ?

ק: אן עס אנפילן מיט זייערע אינערליכקייטן, בלייב איך 'אליין' מיט די געפיל פון אן אינערליכער טיפער פארלוירנקייט... וואס איז דא אין מיר מעודי...

ט: און וואס האט: "איך ווייס אז איך בין אליין און אז איך האב נישט קיין כח אין מיר זיך צו שלאגן מיט די שרעקעדיגע וועלט, איך גיי נישט קענען וויסן ענקערע פלענער, ענק קענען מיך איינשלינגען, איך בין אזוי פיצי..." מיט'ן מוזן אריינעמען אין מיר די ארומיגעס אינערליכקייטן ?

ק: אזוי האלט איך קאפ, אז אלעס יא גוט, מיט גוטע כוונות... און טאקע צומאל באקום איך פחד...

ט: און וואס האט: "איך דערמאן מיך פון א פחד וואס איך האב געהאט אלץ א יונגעל אין כתה א' אז א יונגעל האט מיר פארציילט אז די גוי'אישע קעכער האט צושניטן איינעם און אפגעקאכט... סאו איך מוז האלטן קאפ און סקענען מיין Environment אז ס'זאל נישט געשעהן..." מיט'ן ווערן אנגעפילט מיט די אינערליכקייטן פון דיינע ארומיגע ?

ק: די זעלבע פחד פון נישט האבן כח אין מיר זיך צו שלאגן מיט די שרעקעדיגע וועלט, איך גיי נישט קענען וויסן ענקערע פלענער, ענק קענען מיך איינשלינגען פלוצלינג אן מיין צוגרייטונג, איך בין אזוי פיצי... ווייל טראכטן זייערע אינערליכקייטן געט מיר די 'באקוועמליכקייט' אז נאך מענטשן זענען ארום מיר, און אפילו אויב עס איז דא איינער מיט שרעקעדיגע כוונות, זענען אבער אויך דא גוטע מענטשן ארום מיר... והא ראי' אז איך קען אפילו מיטהאלטן זייערע געפילן...

ט: און וואס האט "איך אליין, פאר מיר אליין, אן יענעם, איז גארנישט ווערד..." מיט'ן מוזן שפירן יענעמ'ס אינערליכקייטן ?

ק: זייער פשוט. ווען איך בין מיט מיר אליין, אזוי ווי אין די Symptom Deprivation, שפיר איך זייער זייער א שטארקער און מאכטפולער Emotional Knowing, אז זיין מיט מיר אליין איז גארנישט ווערד... און דאס וואס האט מיך באוואוסטזיניגט אז איך האב אוועקגעווארפן מיין עקזיסטענץ.

ט: וואס הייסט ס'גארנישט ווערד ? וואסערע ווערד האט עס נישט ?

ק: איך אליין געב פאר מיר אליין נישט קיין ווערד.

ט: נאר דאס טראכטן פון 'ארומיגע' געט ווערד ?

ק: לאו דוקא, נאר ס'דיסטרעקט מיין אטענשאן פון אזאך וואס עס איז נישט 'ווערד' צו זיין דערמיט... פון 'פארזעצן' די לעבן דערמיט... איך קוק נישט אויף מיר ווען איך וויל פארזעצן.... איך קוק אויף די ארומיגע...

ט: וואס מיינט: "איך בין א פארשעמטע זאך... גארנישט ווערד..." ?

ק: אז דאס איז וואס איך שפיר אלץ א פאקט ווען איך פראסעס נישט יענעמ'ס אינערליכקייטן...

ט: און דעס: "מיט מיר אליין, וואס איז שוין..."

ק: יא, זייער פשוט... מ י ט מ י ר א ל י י ן ו ו א ס א י ז ש ו י ן...

ט: וואס מיינט עס ?

ק: ס'מיינט אז אן פראסעסען די ארומיגעס אינערליכקייטן זעה איך: "מיט מיר אליין, וואס איז שוין..."

ט: וואס מיינט די ווערטער: "איך האב נישט אין מיר גארנישט פארצוזעצן מיין לעבן..."

ק: אז אן פראסעסן די אינערליכקייטן פון די ארומיגע, באגעגן איך מיך מיט די טרוקענע פאקט: "איך האב נישט אין מיר גארנישט פארצוזעצן מיין לעבן..." איך האב מיך Dismissed.

ט: און דערפאר פראסעסט מען די ארומיגעס אינערליכקייטן ?

ק: וואס דען זאל איך טון? ...

ט: איז וואס שפירסטו איז די Core Emotional Schema וואס טרייבט דיך צו פראסעסן די ארומיגעס אינערליכקייטן ?

ק: "איך האב נישט אין מיר גארנישט פארצוזעצן מיין לעבן..."

ט: און וואס איז מיט די "קעכער" ?

ק: (שמייכלט...) דאס איז שוין נאך עפעס... דאס איז שוין 'פחד'... אויך דעס...

ט: ס'איז צוויי פרא-סימפטאם פאזישענס ?

ק: זעהט אויס...

ט: איך מאך אזא צעטיל ב"ה : "איך מוז פראסעסן ענקערע אינערליכקייטן, ווייל אן דעם ווער איך באוואוסטזיניגט אז איך האב נישט אין מיר גארנישט פארצוזעצן מיין לעבן... און אן מיטהאלטן ענקערע אינערליכקייטן בלייב איך מיט פחד אז ס'קען פלוצלינג קומען איינער און מיך שלעכטס טון חלילה השם ישמור..."

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו בזכות הצדיקים... המשך יבוא אי"ה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: אגוטן, וואס טוט זיך, וויאזוי פילסטו ?

ק: ב"ה, אז איך האב זיך געקענט באוואוסטזיניגן מער און מער אויף די אינהאלט פון די צעטליך, ס'איז נאך נישט קיין שלימות...

ט: וואס האסטו געשפירט בשעת די סימפטאם איז אויפגעקומען אין דיר, און דו האסט דיך פרובירט צו באוואוסטזיניגן אויף די Emotional Truth וואס איז ארויפגעקומען ביי די סעשאנ'ס, וואס האסטו געשפירט ?

ק: איך האב מיך באוואוסטזיניגט אז הונטער די ערפילונג ; ווען נישט די ערפילונג ; ווען נישט איך ווער אנגעפילט מיט די 'סימפטאם', ווער איך באוואוסטזיניגט אויף די וויסן, און די שפיר, פון 'ווערדלאזיגקייט'... אז ווען איך קוק אויף מיר אליין, איך בין מיט מיר אליין, איך בלייב מיט מיר אליין, שפיר איך נישט ווי איך האב אין מיר מאטריאל פון וואס צו שפינען דערפון פעדימער אן אריינעמען אנדערע, ארומיגע... איך מיין אז איך שפיר א געוויסע 'ענגזייעטי' ווען איך וויל יא שפינען מיינע אייגענע פעדימער, אליין, אן די ארומיגע... ס'ווערט עפעס 'שרעקעדיג', און היפש 'אומבאקוועם' צו עוסק זיין מיט מיר אליין... אן אריינעמען ארומיגע... איך טרעף מיך מיט עפעס א מיר אליין, און דאס איז 'אומבאקוועם'... Threatening...

-> איך אלץ "טערעפיסט" טראכט: וויאזוי קען איך מאכן אז דער "קלייענט" זאל ווערן באוואוסטזיניגט אויף די קאוהירענס סיבה - אויב עס איז דא - פארוואס "ער" וויל נישט אנקוקען זיך אליין - אן די ארומיגע - אלץ א מציאות צו שפינען דערפון פעדימער, צו מאכן עפעס דערפון... ווייל די וועג לדביקות הבורא איז נאר דורך די נפש... <-

ט: מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער, ובזכות הצדיקים, דו זאגסט: אז ווען איך קוק אויף מיר אליין, איך בין מיט מיר אליין, איך בלייב מיט מיר אליין, דהיינו, אין די אבוועזנהייט פון ארומיגע... שפיר איך נישט ווי איך האב אין מיר מאטריאל פון וואס צו שפינען דערפון פעדימער אן אריינעמען אנדערע, ארומיגע... מאטריאל וואס איז ווערד... זאכליכע מאטריאל... איך זאל זיין צופרידן דערמיט... באקוועם דערמיט, אן ארייננעמען ארומיגע... דאס איז וואס דו האסט געמיינט צו זאגן, "אן ארומיגע האב איך נישט מיט וואס פארצוזעצן מיין לעבן..." און דאס איז וואס דו מיינסט צו זאגן: "ווערדלאזיגקייט..." ס'איז א שפיר אז ס'איז פשוט נישטא אייגענע מאטריאל... דו האסט דיך אלץ אזוי געוואוסט מיט דעם פאקט: "איך בין 'Plain', איך שפיר נישט אין מיר - אן די ארומיגע - מאטריאל פון וואס צו שפינען פעדימער..." ? אדער דו געדענקסט עפעס וואס האט געמאכט אז דו זאלסט 'אנערקענען' אז דאס איז די פאקט מיט דיר...

ק: איך מיין אז איך האב אלעמאל אזוי געשפירט...

ט: לאמיר דורכגיין א סך סצענעס אין מיין לעבן, פון די גאר ערשטע זכרונות, און זאגן מיט די גאנצע אמת'דיגקייט: "איך האב ענק נאר געוואלט זאגן, אז איך האב אין מיר אייגענע מאטריאל, מיט וואס זיך צו באשעפטיגן, איך ווארט נאר אויף א רואיגע מינוט זיך אפצולאזן פון ענק, און זיך אוועקצוזעצן מיט מיר אליין און דאס שפינען ווייטער... אן ענק..." וויאזוי שפירט זיך דאס צו זאגן ?

ק: ס'קומט ארויף אן ענגזייעטי צו פארלירן שטיצע... אן ערווארטונג אז איך פארליר קאנעקשאן... אזוי ווי איך לאז אפ די מאמעס הענט אין גראסערי, און איך ווער פארלוירן איך קען נישט טרעפן מיין וועג וואס צו טון ווייטער... איך בין זייער א Connected קינד, איך לאז זיך אפילו נישט קלערן פון טון אזאנס... נאר ווען איך בין קאנעקטעד צו די וועלט ארום - אין מיינע מחשבות - בין איך סעיף... אין טרעק... אפילו היינט כהיום שפיר איך דעם סארט ענגזייעטי... מיין מאמע זאל מיך נאר נישט אפלאזן די הענט... ניין, מאמע ניין, איך קען נישט אליין, אויב איך האב דיך נישט, ווייס איך נישט וואס צו טון... ווייס איך נישט וואו צו גיין... איך אליין ווייס נישט... נאר דו ווייסט, דו גרויסע מאמע... און איך וועל נאר ערלויבן צו זיין אליין, אויב איך מאך אגאנצן צייט זיכער אז איך האב ענק ארום מיר...

ט: און וואס האט דאס צו טון מיט'ן זיך ערלויבן צו שפירן "ווערד..." מסכים זיין צו א פאקט, און שפירן: "איך האב אין מיר א מציאות מיט וואס זיך צו באשעפטיגן, א מציאות וואס איז אליין און אפגעטיילט פון ארומיגע..."

ק: דאס מיינט 'אפלאזן', און אפלאזן מיינט זיך פארלירן... ווייל די רגע איך ערלויב אזא פאקט, מיינט דאס אז איך ערלויב צו שפירן אליין, און דאס מיינט אז מיין מחשבה איז מער נישט קאנעקטעד... און 'אפלאזן' מיינט, נישט וויסן וואס צו טון... איך לאז אפ די Patterns אין וואו איך בין געגאנגען, און די וועלט ערשיינט אן מהלכים וואו צו גיין ווייטער... תוהו ובוהו...

ט: וואס ערווארט איך טאמער איך לאז אריין דעם פאקט אין מיר, די פאקט פון: "איך האב אין מיר א מציאות מיט וואס זיך צו באשעפטיגן, א מציאות וואס איז אליין און אפגעטיילט פון ארומיגע..."

ק: איך גיי נישט וויסן וואס צו טון...

-> דאס מיינט אז די רגע איך ערלויב דעם פאקט, שפיר איך אליין, און איך שפיר איך אז פארליר אויך די 'קלארקייט' אינעם 'תוהו ובוהו'... די שאלה איז פארוואס ?

ט: וואס האט צו טון איינס מיט'ן צווייטן ? ווייל דו שפירסט אליין, שפירסטו וואו דו פארלירסט די מעגליכקייט צו זעהן וואס צו טון ווייטער אין לעבן ?

ק: איך שפיר וואו איך האק מיך אפ פון די וואס ווייזן מיך דעם וועג...

-> דאס מיינט אז מיין ערווארטונג איז: טאמער איך האק מיך אפ, פארליר איך אנווייזונגען... ווייל ביי איינמאל אפהאקן, ערווארט איך אז ס'מיינט אפגעהאקט פאר אייביג... און אפגעהאקט פאר אייביג, מיינט פארלירן אנווייזונגען...<-

Overt Statement for Discovery and Integration

ט: פון די Part אין מיר, וואס שפירט נישט: "איך האב אין מיר א מציאות מיט וואס זיך צו באשעפטיגן, מאטריאל וואס איז אליין און אפגעטיילט פון ארומיגע..." זאג: איך פארשטיי זייער גוט פארוואס איך מוז שפירן אז 'אן ענק' פאר מיר אליין, האב איך נישט אין מיר 'פארצוזעצן מיין לעבן', איך פארשטיי דאס זייער גוט... ווייל נאר טאמער איך בלייב מקושר צו ענק - במחשבה, ערווארט איך אז איך גיי נישט בלייבן אן אנווייזונגען וואו צו גיין ווייטער... נאר אזוי גיי איך נישט ווערן 'פארלוירן'... אין תוהו ובוהו... אבער טאמער איך לאז מיך אפ פון ענק - במחשבה, אפילו פאר אביסל... איך באשעפטיג מיך מיט מיין אייגענעם וועלט וואס איז אפגעטיילט פון ארומיגע, מיינט עס אז איך פארליר פאר אייביג קאנעקשאן, און איך ערווארט אז איך גיי נישט וויסן וואס צו טון... ווייל קיינער גייט מיך מער נישט זאגן וואס צו טון... איינמאל אפגעהאקט, איז פאר אלעמאל אפגעהאקט... עס גייט נישט צוריק ווערן קאנעקטעד... און ס'מיינט אויך אז איך הער אויף צו פאלגן... און דערפאר וויל איך נישט ערלויבן די פאקט אז איך האב אין מיר א מציאות - וואס איז אפגעטיילט פון ארומיגע - מיט וואס זיך צו באשעפטיגן... ווייל אפגעהאקט, איז פאר אלעמאל אפגעהאקט...

ק: (ס'שטומט...)

ט: יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איך דארף שפירן 'ווערדלאז' ? און דערפאר זוכן ווערד נישט אויף ריכטיגע וועגן ?

ק: ווייל טאמער איך ערלויב מיך צו שפירן ווערד, דהיינו, אז איך האב אין מיר א מציאות אויף וואס צו קוקען אויף מיר אליין, אפגעטיילט פון ארומיגע, און שפינען דערפון פעדעמער, אן אריינעמען ארומיגע אינעם פראסעס, ערווארט איך אז איך גיי מיך טרעפן און בלייבן אין א תוהו ובוהו... ווייל איינמאל אפגעהאקט, איז פאר אלעמאל אפגעהאקט... מער באקום איך נישט קיין שום גיידענס... און איך קען דאס נישט... זייער שרעקעדיג צו זיין אין א וועלט...

סאו, די צעטיל איז: איך שפיר יעצט אז איך האב נישט אין מיר גארנישט פארצוזעצן מיין לעבן... אבער איך ווייס פארוואס איך מוז אזוי שפירן... ווייל טאמער איך ערלויב מיך צו שפירן ווערד, ערלויבן צו וויסן אז איך האב אין מיר א מציאות אויף וואס צו קוקן אויף מיר אליין, אפגעטיילט פון ארומיגע, און שפינען דערפון פעדימער, אן ארייננעמען ארומיגע אינעם פראסעס... ערווארט איך אז איך גיי מיך טרעפן און בלייבן אין א וועלט אן די אריינגעקריצטע מהלכים וואס צו טון, וואו צו גיין, ווייל איינמאל אפגעהאקט, ערווארט איך, איז פאר אלעמאל אפגעהאקט...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

-> לויט ווי איך ווייס יעצט, אז די סיבה פון אסאך פראבלעמען פאר א Enfp איז אז די Si פונקציע ווערט נישט אריינגענומען אינעם באוואוסטזיין... <-

ט: לאמיר זיך פארשטעלן און שפירן וואס איך ווער באוואוסטזיניגט, ווי איך קום יעצט אריין אין ביהמ"ד, און איך קוק אהער און אהין, און איבעראל... איך לאז מיך נאר ווערן באוואוסטזיניגט אויף וואס איך שפיר אינערליך... (דהיינו Si) אבער איך האלט צוריק, דשאסט פאר א פאר מינוט, דשאסט פאר יעצט, איך האלט מיך צוריק פון צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף פירושים אויף וואס איך זעה... (Ne) דשאסט איך זעה עס און גארנישט פירושים... און איך האלט אויך צוריק פון צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף די וועליו וואס אלעס וואס איך זעה יעצט האט ביי מיר... (Fi) דשאסט איך זעה עס און איך האב נאכנישט גארנישט געגעבן מיין וועליו דערויף... און איך האלט אויך צוריק פון צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף וויפיל לאגישער סדר אלעס האט, דשאסט איך זעה עס, (Te) אן ווערן באוואוסטזיניגט אויף די לאגישע סדר... און אויף דעם אופן זעה איך די טירן... ווענט... און אלעס וואס איז דא אויף ווענט... טישן... און אלעס וואס איז דא אויף די טישן... סידורים... אלע מינע סידורים... די מענטשן... איך קוק פון מענטש צו מענטש... נישט קיין פירושים, נישט קיין וועליו, און נישט קיין לאגישער סדר, ווי אויך נישט ערלויבנדיג - דשאסט פאר א פאר מינוט - צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף א בילד וואס שטעלט זיך צאם, מיך צו לאזן וויסן וואס ס'קומט פאר... (Ni) און איך ערלויב נאכנישט צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף אנדערע מענטשנ'ס אינערליכקייטן כדי צו קענען רילעטן צו זיי... (Fe) און איך האלט מיך צוריק פון צו ווערן באוואוסטזיניגט צו פארשטיין וואס ס'קומט פאר... (Ti) און צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף די ארום, כדי צו נעמען אנטייל... (Se) און בשעת איך האלט צוריק מיין באוואוסטזיין פון ווערן באוואוסטזיניגט איף די אלע זאכן, וויאזוי שפירט זיך אינערליך ?

-> איך האב עס איבערגעהערט זייער א סך מאל, ביז איך בין נאר געווארן באוואוסטזיניגט אויף א געוויסע Part אין מיר, וואס איך פארשטיי אז דאס איז די Introverted Sensing.

ק: אנהייב ווער איך באוואוסטזיניגט אויף מיין נאמען ("נשמה")... און נאכדעם אז איך שעם מיך דערמיט... איך הייב אן שפירן ווי איך בין א קליין יונגעל און איינער פוינט אויף מיר, און איך ווער פארשעמט... איך הייב אן שפירן ווי איך פאק איין... איך שעם מיך מיט מיר אליין... אזוי ווי יעדעס מאל נאך א דורכפאל... איך שפיהר זייער שטארק מיין וועזנהייט (Si)... און איך שפיר אז דאס איז זייער פארשעמט... שווער צו בלייבן דערמיט... איך שפיר שוואך ווי איך האב נישט קיין Power...

-> דאס איז זיינער נארמאל צו שפירן ווען די פערטע פונקציע קומט אריין אין באוואוסטזיין... אבער וואס איך טראכט איז, אז איך בין געווארן זייער זייער זייער אסאך פארשעמט אלץ קינד... (נישט קיין שום חילוק נאר אז איך בין למעשה געווארן פארשעמט...) און לויט וויאזוי איך וויל זאגן א טעאריע, אז ביי א ENFP ווערט פארשעמט דוקא דער Si Part... איז, אויב מ'ווערט צופיל פארשעמט, וויל מען זיך שוין נישט אידענטיפיצירן דערמיט... און דער פארט איז די פארט וואס מ'דארף האבן כדי צו קענען זיין מיט זיך אליין... <-

ק: ס'קומט מיך ארויף ווי איך ווער פארשעמט...

ט: פון יענע Part זאג: ענק פארשעמען מיך, און איך בין מסכים אז איך בין א פארשעמטע זאך...

ק: (זאגט עס)

ט: וויאזוי שפירט זיך עס צו זאגן ?

ק: זייער אמת'דיג

ט: יעצט לאמיר פרובירן זיך צו שטארקן, און נישט מסכים זיין אז איך בין פארשעמט... נאר זיין שטארק... בשעת איך ווער פארשעמט שפירן צו זיך אליין: איך בין נישט פארשעמט !!!

ק: ס'שווער זיך נישט צו לאזן "איך בין נישט פארשעמט..."

ט: פארוואס ?

ק: די Pain ווערט ערגער...

-> די קאוהירענס סיבה פארוואס ס'איז גרינגער זיך צו שפירן פארשעמט, און מסכים זיין אז מ'איז פארשעמט איז, ווייל די רגע איך האלט מיך געבויט, שפיר איך מער און מער די ווייטאג פון די בושות וואס האלטן אין איין קומען אויף מיין ריכטונג... בושות איז נאר פאר איינעם וואס איז געווענליך גוט, אבער ער ווערט פארשעמט, דאס מיינט פארשעמט, איינמאל מ'איז מסכים אז "דאס בין איך..." ווערט גרינגער צו מקבל זיין די בושות... די פראבלעם איז אז דער Part בלייבט פארשעמט... און מ'וויל זיך מער נישט אידענטיפיצירן מיט עס... און דער Part איז וויכטיג צו קענען זיין מיט זיך אליין... צו קענען זיצן מיט זיך אליין און שפינען דערפון פעדימער לעבודת הבורא יתברך <-

ט: וואסערע שייכות האט מסכים זיין אז מ'איז טאקע פארשעמט, מיט די שוועריגקייט צו אינגאנצן ערלויבן צו וויסן אז איך האב אין מיר א מציאות אויף וואס צו קוקן אויף מיר אליין, אפגעטיילט פון די ארומיגע, און שפינען דערפון פעדימער, אן ארייננעמען ארומיגע אינעם פראסעס ?

ק: ווייל איך וויל אויפהערן צו שפירן די Pain פון די בושות... דערפאר וויל איך מער נישט קוקן אויף מיר אליין, אלץ א מציאות וואס איז ווערד צו מאכן עפעס דערפון, ווייל די רגע איך הייב אן שפירן אז איך האב אזא ווערד, בין איך אויך אויסגעשטעלט צו די Pain פון בושות... עס לוינט נישט... בעסער אוועקצולויפן פון מיר אליין, ווי איידער צו שפירן די ווייטאג פון זיין פארשעמט...

ט: ב"ה... די צעטיל איז: וויאזוי קען איך ערלויבן אינגאנצן צו ווערן באוואוסטזיניגט אז איך האב אין מיר א מציאות, אויף וואס צו קוקן אויף מיר אליין, אפגעטיילט פון ארומיגע, צו שפינען דערפון פעדימער, אן ארייננעמען ארומיגע אינעם פראסעס, ווען אין די זעלבע צייט וויל איך שפירן דערמיט אזוי פארשעמט, כדי נישט צו ליידן די Pain פון בושות...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור. וירפא אותי ברוחניות ובגשמיות... בכלל כל שאר ישראל הצריכים כל טוב וטוב.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: אגוטן, וואס טוט זיך, וויאזוי גייט עס מיט'ן ליינען די צעטיל ?

ק: ווען "דו" פרעגסט "מיר" "וואס טוט זיך..." וויל איך דיר פארציילן עפעס...

ט: וואס ?

ק: ס'איז מיר ענג... ס'איז מיר שווער...

-> איך שטעל מיך דא אפ פאר אביסל, איך גיי מיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און נאכדעם וועל איך אי"ה פארזעצן... <-

ט: וויאזוי גייט עס מיט די צעטיל ?

ק: איך האב א געוויסע פיזישע ווייטאג וואס שטערט מיך, ס'קען זיין אז איך דארף עס גיין אויסטשעקן ביי א דר. אבער איך בין נייגעריג צו וויסן צו דאס וואס איך ווער צומאל זייער ביזי דערמיט, צו ס'האט אין זיך א Pro-Symptom Position ?

ט: ווען ביסטו לעצטענס געווארן זייער פארנומען דערמיט ?

ק: פריער ביים דאווענען ?

-> בעיקר בין איך נייגעריג, אויב דאס ווערן זייער שטארק פארנומען מיט די אויבנדערמאנטער פראבלעם האט צו טון מיט די זעלבע פרא-סימפטאם פון די פריערדיגע צעטליך, דהיינו די 'ווערדלאזיגקייט' ? <-

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי איך בין יעצט אין די היינטיגע Setting אין וואו איך האב מיך געפינען ; אין וואו איך האב געוואוסט אז איך בין ; אין וואו די סימפטאם איז געשען... פריער בשעת די סימפטאם איז געשען, האב איך געוואוסט צוויי זאכן... איינס, די מציאות ארום און ארום, די מציאות אינערליך, אין וועלכע איך געפין מיך... די מענטשן ארום מיר, און אלעס וואס זיי דערמאנען מיר... מיך אליין, און אלעס וואס איך דערמאן מיך וועגן מיך אליין... דאס דאווענען, און אלעס ארום דאס דאווענען... די עצם פלאץ וואו איך געפין מיך, און אלעס אלעס וואס עס דערמאנט מיך... און אויך האב איך געוואוסט נאך עפעס... איך האב אויך געוואוסט זייער שטארק אז איך האב א געוויסע 'פראבלעם'... דאס וויסן די צוויי זאכן צוזאמען האבן געמאכט אז איך זאל שפירן געוויסע מינע געפילן... אז מיינע געדאנקען זאלן לויפן אויף א געוויסע מין אופן... אזוי ווי ס'איז טאקע געווען...

לאמיר זיך נאכאמאל טרעפן אין גענוי דעם זעלבן ארום... מיט גענוי דעם זעלבן איך... אבער לאמיר זיך פארשטעלן, און אויסשפילן אינערליך זייער שטארק און עכט די אפעקט וואס עס האט אויף מיר, אז דאס מאל זעה איך א קנעפל אויפן טיש, וואס די רגע איך דרוק אראפ דעם קנעפל, גייט דאס מאכן אז איך גיי וויסן אז איך בין געזונט און שטארק... לאמיר דאס אינערליך אויסשפילן מיט'ן גאנצן קנאק ביזן סוף... אז מיינע Emotions זאלן מיטשפילן ווי כאילו ס'איז עכט, אז ווען איך דרוק דעם קנעפל ווייס איך זייער קלאר און שטארק, זייער שארף און קלאר... אז איך בין געזונט און שטארק... און אז עס פעלט מיר גארנישט...

גרייט ?

אקעי... איך דרוק אראפ דעם קנעפל, און א פלוס פון קלארקייט פילט מיך אן... איך 'ווייס' זייער קלאר אז אלעס איז גוט... און דאס מאכט אז ? לאמיר עס אויסשפילן ביז'ן סוף... דאס מאכט אז איך 'פארגעס' מאמענטאל פונעם גאנצן 'דאגה'... ווייל אויב איך ווייס אז אלעס איז גוט, דאס מיינט אז איך ווייס בכלל נישט אז עס עקזיסטירט א פראבלעם... קומט אויס אז עס איז נישטא פארוואס אהינצולייגן מיין אטענשאן...

איז בשעת איך דרוק די קנעפל, קומט אויס, אז איך ווייס יעצט נאר פון איין זאך... די מציאות ארום און ארום, די מציאות אינערליך, אין וועלכע איך געפין מיך... די מענטשן ארום מיר, און אלעס וואס זיי דערמאנען מיר... מיך אליין, און אלעס וואס איך דערמאן מיך וועגן מיך אליין... דאס דאווענען, און אלעס ארום דאס דאווענען... די עצם פלאץ וואו איך געפין מיך, און אלעס אלעס וואס עס דערמאנט מיך... וואס הייב איך אן יעצט צו שפירן ? וויאזוי לויפן יעצט מיינע געדאנקען ?

איך אטעם אריין טיף טיף די יעצטיגע מצב אין וועלכע איך ווייס יעצט איז איך בין, איך עקספיריענס עס... בשעת איך דרוק אראפ דעם קנעפל זעה איך די מענטשן ארום מיר, און אלעס גענוי וואס עס האט היינט פאסירט ....

ק: ס'הייבט אן ארויפצוקומען: איך בין דאך אזא לא יוצלח אז נאר... די ווייטאג פון זיין א לא יוצלח... Inferiority... אנדערשקייט... איך קען עפעס נישט זיין אזוי ווי די ארומיגע מוצלחים... און נאכדעם קומט ארויף, מיך קומענדיג אין א נייע ישיבה... ס'איז אנהייב זמן... שפירנדיג ווי יעדער האט א געוויסע הייעך... אבער וויפיל איך זאל נאר טרייען זיך צו הייבן, און אפילו ווען איך שטיי אויף מיינע שפיץ פינגערס, קען איך נישט גרייכן זייער הייעך... איך פארבלייב פיצי... סאו, איך געב אויף פון טרייען... איך געב איין... ביז איך ווער זייער פיצי... און זיי בלייבן גאר הויעך... ס'איז מיר אזוי שווער... איך קען נישט... ס'איז אזוי פיינפוהל...

-> די Meaning אויף די Concrete Situation איז: ענק זענען מצליח ! און איך קען נישט ! איך בלייב דא אונטן... איך וויל קוקן אויב ס'איז דא אין מיר א Purpose, א צוועק, פאר'ן געבן אזא מיינונג, ענדערש ווי: " wow ב"ה ענק קענען, און איך קען אויך... דא איז עס: "ענק קענען, אבער איך נישט..." צו איז דא א הונטערליגנדער צוועק, וואס מאכט עס וויכטיג דער "אבער איך... נישט..." <-

ט: מיט'ן אייבערשטנס הילף... לאמיר זיך פארשטעלן, ווי איך בין יעצט א בחור'ל אין ישיבה, און איך קום אן... עקספיריענסן אין מיינע Felt Senses, ווי איך קום יעצט אן... איך שטיי יעצט, און איך זעה ווי יעדער קען... יעדער קומט... יעדער גייט... די מענטשהייט קען... די מענטשהייט קען... און איך טראכט צו מיר... מיט זייער זייער א איינפאכער אבער פעסטער איבערצייגונג, געלויבט ביסטו הייליגער באשעפער וואס דו געסט די יכולת פאר מענטשן זאלן דאס באווייזן... אלעס נאר דו... וואס זענען מיר... אבער דו קענסט... מיט דיין יכולת קענען מיר דאס באווייזן... און ווען איך זאג די ווארט מענטשן, שפירן זייער שטארק מיך אין כלל אן קיין שום אויסנאם לגבי די יכולת וואס דער אייבערשטער געט... געלויבט ביסטו הייליגער באשעפער וואס דו געסט די יכולת פאר מענטשן זאלן דאס באווייזן...

ק: מיין בויך ציהט זיך איין פון פחד, און מיין הארץ פארפעלט קלאפעס... איך שפיר ווי איך גיי ווערן פארלוירן... איך גיי ווערן אויס ספעציעל... איך גיי פארלירן מיין ספעשול פלאץ אין איינעמ'ס הארץ... מיט וואס גייט מען מיך 'אנזעהן'...

Overt Statement For discovery

ט: פון די פלאץ אין מיר וואס פחד'נט, זאג: אויב יעדער וועט קלאר זעהן אז איך קען פונקט ווי יעדעם, זעהן קלאר אז אלעס גייט מיך גלאטיג פונקט ווי ביי יעדעם, ערווארט איך אז...

ק: גיי איך שוין נישט זיין קיין 'רחמנות'... אז איך בין גארנישט ספעציעל... גיי איך פארלירן א ספעציעלע אטענשאן... אה איך ווייס וואס...

ט: וואס ?

ק: ווען איך בין געווען א בחור'ל האב איך באקומען פון איינעם א ספעציעלע אטענשאן, און חיזוק... און ס'האט מיך זייער געשמעקט... איך בין טאקע געווען אביסל צעבראכן... אבער די אטענשאן וואס איך האב באקומען איז געווען זייער גוט... זייער גוט... איך האב משום מה אפגעלערנט (אדער געוואלט אפלערנען) אז דאס איז דוקא צוליב ווייל איך בין נישט מצליח... ווייל ס'גייט מיר נישט... די פחד איז: אויב דו גייסט זעהן אז איך בין יא נארמאל וועסטו זעהן אז עס פאדערט מיר באמת נישט דיין ספעציעלע בליק וואס דו געסט מיר... אז איך בין גארנישט ספעציעל דאס צו באקומען... און איך גיי עס פארלירן...

די צעטיל איז: צו אנטלויף איך פון שפירן מיין 'לא יוצלח'דיגקייט' ? .... און פארוואס טאקע מוז איך שפירן א 'לא יוצלח' ? ... ווייל אויב יעדער וועט קלאר זעהן אז איך קען פונקט ווי יעדעם, אז אלעס גייט גלאטיג פונקט ווי יעדעם, ערווארט איך אז איך גיי פארלירן מיין ספעציעלער אטענשאן וואס איך האב אין דיין הארץ, דו גייסט זעהן אז איך בין יא נארמאל, און עס פאדערט מיר נישט דיין ספעציעלע בליק וואס דו געסט מיר, נאר אויב עס גייט מיר נישט גלאטיג ערווארט איך עס צו באקומען פון דיר, אויב ס'פארט גוט פונקט ווי יעדעם, פארוואס זאלסטו עס מיר וועלן געבן ?
המשך יבוא אי"ה... והשם הטוב יעזור...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: וואס איז די סימפטאם ?

ק: איך קען נישט אפלאזן, און אינגאנצן אריינשווימען אין די זאך וואס איך לערן... ס'איז נישט קיין שווערע זאך צו פארשטיין... אבער עפעס האלט מיך צוריק פון 'אפלאזן' און אריינשווימען... איך האב באמערקט אז ווען איך בין נעבן אנדערע מענטשן, שאצן מיינע געדאנקען אפ 'מיך' לויט וויאזוי איך שטעל מיך פאר אז זיי שאצן מיך אפ, און מיין מוט האלט אין איין פאלן און זיך הייבן לויט די שאצונגען... און איך שעם מיך... אפילו דאס רעדן זייעריגע סתם צווישן זיך, שאץ איך אויך אפ כאילו ס'מיינט עפעס וועגן מיך... ס'שטערט מיך... כאילו איך מוז אגאנצן צייט מאניטערן די 'וועליו' וואס זיי געבן מיך... ס'איז מיר שווער זיך צו געפינען נעבן מענטשן, איך שפיר ווי איך ווער שטארק געדשאדשד... פארוואס קען איך נישט זיין א מענטש וועם ס'גייט נישט אן וואס ארומיגע טראכטן אויף אים... איך פרוביר עס אפצולאזן, אבער ס'לאזט זיך נישט אפ... ס'מוז... איך קען נישט טראכטן די לערנען... מענטשן ארום מיר, מיינט ביי מיר, אז ס'מוז זיך מעורר זיין וויאזוי זיי שאצן מיך אפ... און אגאנצן צייט בלי הרף כלל וכלל... איך שעם מיך... איך שעם מיך ביטערליך... איך קען עס נישט אפלאזן וויפיל איך טריי... אפילו זייענדיג א קליין יונגעל בין איך שוין אזוי געווען... זיך געשעמט... געשעמט ביטערליך... איך קען נישט לערנען אזוי... איך וויל קענען 'לערנען' אפילו ווען איך בין נעבן אנדערע, און ס'זאל נישט ארויפקומען אין מיין באוואוסטזיין צו אויסרעכענען אז ס'זאל זיך מיר פילן וואס יענער שאצט יעצט אויף מיר... אז איך זאל זיין צופרידן וויאזוי איך בין... איך וויל - ב"ה - אז מיין באוואוסטזיין און אויך מיינע Emotions זאלן נישט זיין פארנומען מיט יענעמ'ס שאצונגען... פארוואס דארף איך האלטן קאפ אז יענער האט א דשאדשונג סיסטעם ?

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי איך בין יעצט אין א מצב וואס איז געווענליך שטארק מעורר אין מיר אז איך זאל זיין באוואוסטזיניגט אז איך בין יעצט אזאך וואס ווערט יעצט געדשאדשד פון ארומיגע... און דאס מאכט אז איך זאל נישט קענען לערנען... לאמיר עס אזוי אויסשפילן, אז מיין באוואוסטזיניגקייט זאל מיטשפילן... און אויך מיינע Emotions... דשאסט פאר א פאר מינוט... דשאסט פאר יעצט... ווי כאילו איך שפיל א ראלע אויף א פלעי... אבער איך שפיל עס אויס אינערליך עד הסוף... אז איך זעה אין א געוויסע אויסערארדענטליכער געשעפט אין א פארשטופט געסל, א געוויסע דשוס... וואס ווער ס'טרינקט עס מאכט עס אז פאר א שעה נאכן טרינקען גייט נישט געשען ביי אים די באוואוסטזיניגקייט, "איך ווער יעצט געדשאדשד פון ארומיגע..." נאר עס מאכט אז דער מענטש זאל מאמענטאל אינגאנצן פארגעסן פון דאס מין זאך אז ער ווערט געדשאדשד... פאר איין שעה... ס'מאכט אז ער זאל עס פארגעסן... נישט אז דער מענטש גייט עכט יא וויסן אז ער ווערט געדשאדשד, נאר ער גייט אינגאנצן 'פארגעסן'... ער גייט וויסן אז מענטשן זענען ארום אים... יא, אויסדרוקליך... ער גייט דאס קלאר וויסן... אבער עס גייט געשעהן אלע תוצאות וואס 'פארגעסן' דערפון קען ברענגען... ס'שטייט ארויס קלאר מיט שווארצע ווערטער "ווער עס טרינקט דאס, מאכט עס פארגעסן פאר א שעה צייט, אז ער ווערט געדשאדשד פון ארומיגע..." דאס מיינט אז טאמער איך טרינק עס, גיי איך אין די קומענדיגע שעה וויסן פון אלעם, אבער נישט פון דעם אז איך ווער געדשאדשד... לאמיר דאס אויסשפילן ווי כאילו דאס געשעהט עכט... נישט אז ס'געשעהט נאר אין א חלום... נאר עס געשעהט עכט... אינערליך לאמיר דאס אויסשפילן... זיין די בעסטע אקטאר אינערליך...

גרייט? אוודאי בין איך גרייט. איך וויל דאך אזוי פטור ווערן פון דארפן טראכטן אז איך ווער געדשאדשד... איך וויל פארשטיין דעם תוס'... איך האנדל מיך איין אט דעם דשוס... איך גיי עס טרינקען... געדענקען... גוט געדענקען... נאכן טרינקען נישטא קיין חרטה... איך גיי וויסן אז איך בין צווישן מענטשן... אבער איך גיי גארנישט זיין באוואוסטזיניגט אז איך ווער געדשאדשד... איך טרינק עס... די גמ' איז אפן... די תוס' שווימט אריין אין מיין קאפ... איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי געשפירט... איך ווייס אז מענטשן זענען ארום מיר... אבער די 'באוואוסטזיניגקייט' אז איך ווער געדשאדשד איז נישטא אין מיין 'באוואוסטזיין'... געדענק, יעדער זעהט צו איך קען גוט 'אקטן'... לאמיר דאס אזוי מאכן אז עס איז נישטא די 'באוואוסטזיניגקייט' אז איך ווער געדשאדשד...

ווי גוט שפירט זיך צו זיין אזוי... ווי גוט שפירט זיך צו זיין צווישן מענטשן, און קענען לערנען... איך קוק אריין אין תוס'...

ק: האסט אמאל געזעהן א קליין קינד זיצן אין א אינפענט סיט ? איך טראכט אלעמאל אז ער שפירט אז מ'האט פארגעסן פון אים, ער קען נאך נישט רעדן, סאו, ער קען נישט זאגן "ביטע טראכטס פון מיר..." ער שפירט אבער ווי מ'האט פארגעסן פון אים.

ט: לאמיר פרעגן די "בעבי", וואס ערווארטסטו זייענדיג אין אזא מצב ?

ק: טאמער איך וועל דארפן עפעס וועט קיינער נישט זיין עס צוצושטעלן...

ט: וואסערע שייכות האט מורא האבן אז אויב איך וועל דארפן עפעס וועט קיינער נישט זיין עס צוצושטעלן... און מיט'ן נישט קענען אפלאזן און אריינשווימען אין תוס ?

ק: ווייל אויב מ'דשאדשד מיך נישט... מיינט עס אז מ'טראכט נישט פון מיר... און אויב מ'טראכט נישט פון מיר מיינט עס אן ערווארטונג אז קיינער וועט נישט זיין עס צוצושטעלן...

ט: זאג: איך בין נאך א קליין קינד, איך קען ענק נאכנישט זאגן טאמער איך דארף עפעס...

ק: איך שעם מיך צוזאגן טאמער איך דארף עפעס...

ט: וואס האט צוטון שעמען צוזאגן טאמער איך דארף עפעס, מיט'ן נישט קענען אריינשווימען אין תוס' ?

ק: ווייל די איינציגע ברירה וויאזוי נישט צו ערווארטן אז מ'וועט נישט צושטעלן פאר מיר מיינע געברויכן, איז נאר דורך טראכטן אז מ'דשאדשד מיך... אבער למעשה שעם איך מיך צו בעטן וואס איך דארף...

ט: אקעי, דערויף וועט מען שוין מאכן א קומענדיגע סעשאן כיד ה' הטובה "עלינו"...

די צעטיל איז: צו וויל איך יעצט אפלאזן די באוואוסטזיניגקייט אז איך ווער יעצט געדשאדשד פון ארומיגע, ווייל אנדעם ווער איך באוואוסטזיניגט אז איך ערווארט אז מ'וועט אפשר נישט צושטעלן מיינע געברויכן... ?

והשם הטוב יעזור אלהלן, והמשך יבוא אי"ה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

א האלבע סעשאן...

ט: אגוטן וואס טוט זיך, וויאזוי גייט אלעס ?

ק: איך וויל פארשטיין, אפילו ווען איך האב בכלל נישט די 'ריספאנס' פון 'בענקשאפט', און פון 'קאנעקשאן', וכו' וכו', ווער איך פארנומען צו קוקן צו די 'סימפטאם' איז טאקע אוועקגעגאנגען צו נישט, פארוואס בין איך פארנומען צו קוקן צו די סיפטאם איז אוועק צו נישט, וואס גייט עס מיך אן בכלל ?

ט: לאמיר זיך פארשטעלן זייענדיג אין א מצב ווען דער סימפטאם, דער זארג, פון קוקן צו ס'איז יא אוועקגעגאנגען צו נישט אוועקגעגאנגען, קומט ארויף אין מיר... און לאמיר זיך פארשטעלן כאילו דער Exploration באקומט חיות נאר ווי לאנג ס'איז איינגעפלאגט אין מיר, דער רגע איך פלאג מיך אויס דערפון, עקזיסטירט עס מער נישט אין מיין Reality ... ס'איז נישטא... ס'ווערט ווי כאילו לא היה... קיינמאל נישט געווען... קיינמאל נישט געווען... א באואוסטזיניגקייט אז ס'איז קיינמאל נישט געווען... און איך טרעף מיך ווי די גאנצע זאך איז געווען נאר א חלום... א חלום עקזיסטירט נאכן אויפשטיין ? ניין. די רגע איך שטיי אויף, זענען די אלע מענטשן נאך אין עקזיסטענץ!!! ניין. און וואס פילט מען ? נישטא... נישטא וואס צו פילן... אזוי שפיר איך לגבי דעם גאנצן 'סימפטאם'... איך טרעף מיך אן דעם... וויאזוי שפירט זיך מיר, זיך צו טרעפן אן דעם גאנצן זאך ? זייענדיג אין א מצב וואו עס איז ארויפגעקומען... אבער איך בלייב אזוי אן די גאנצע זאך... נישטא... עס אזוי אויסשפילן אז עס איז נישטא... וואס הייב איך שפירן אין מיין באוואוסטזיין ?

ק: א 'ווערדלאזיגקייט'... אז איך גיי נישט האבן מיט וואס זיך צו טרעפן... א ווייטאגליכע געפיל אז איך בין פלעין גארנישט... איך קען נישט פראווען מיין עקזיסטענץ... איך וויל מיך פילן... איך קען מיך נישט פילן...

ט: וואס האט צו טון מיין קוקן צו דער סימפטאם איז באמת אוועקגעגאנגען, מיט'ן מיך וועלן שפירן ; מיט'ן וועלן פראווען מיין אייגענע עקזיסטענץ ; מיט די געפיל אז איך בין פלעין גארנישט ?

ק: ווייל אויב איך גיי נישט קוקן צו דער סימפטאם איז יא אדער נישט אוועקגעגאנגען... גיי איך אנהייבן ווערן באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט פראווען מיין עקזיסטענץ פאר מיר אליין... אז איך קען מיך נישט פילן... איך וויל מיך פילן... אז דארט ליגט עס... אבער פארוואס קען איך מיך נישט שפירן?

ט: דאס וועט מען שוין טוהן אי"ה אין א קומענדיגע סאשאן... אבער קודם לאמיר זיין אויפמערקזאם אויף די Pro-Symptom-Position, אז איך מוז קוקן צו איז דער סימפטאם יא אוועק, צו נישט, ווייל אנדעם קומט א 'ווערדלאזיגקייט' אריין אין מיין באוואוסטזיין.... וכו'...

די צעטיל איז: איך קוק יעצט "איז טאקע דער סימפטאם אוועקגעגאנגען, איז עס נישט אוועקגעגאנגען, אפשר דאך איז עס געבליבן... און די סיבה איז ווייל אויב איך גיי בלייבן אן דעם Exploration, ערווארט איך צו ווערן באוואוסטזיניגט אז איך בין 'ווערדלאז'... א ווייטאגליכע געפיל אז איך בין פלעין גארנישט... אז איך האב נישט מיט וואס זיך צו טרעפן... אז איך קען נישט פראווען מיין עקזיסטענץ... און די איינציגע וועג זיך צו פראקטעקטן פון דעם באוואוסטזיניגקייט איז נאר צו עקספלארירן "איז דער סימפטאם טאקע אוועק... אפשר נישט..."

המשך יבוא אי"ה, והשם הטוב יעזור...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הכל בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך שרייב אויך ווייל איך וויל אז איר זאלט אייך אויסלערנען די טיפקייטן פון קאוהירענס.

כדי צו קענען אויסמעקן אן Emotional Learning, דארף מען ווערן, און זיין 'רוטינעמעסיג' (Routinely) באוואוסטזיניגט אויף די פרא-סימפטאם. אין מיין פאל, אויב איז די סיבה פארוואס עס פעלט מיר אויס געוויסע סימפטאמען, געוויסע מחשבות, געפילן, רצוניות, אויב איז די סיבה דערצו ווייל טיף אינעווייניג שפיר איך 'ווערדלאז', דהיינו, אן די סימפטאם דערשפיר איך א פאקט אז איך בין 'ווערדלאז', דארף איך ווערן און זיין אויף א תמידיות'דיגן אופן באוואוסטזיניגט אז איך שפיר ווערדלאז. נישט אז איך דארף שפירן 'ווערדלאז'. איך דארף זיין באוואוסטזיניגט אז איך שפיר ווערדלאז. אז פון דעם אנטלויף איך.

יעצט, (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) א מענטש קען נישט שפירן און בלייבן ביים שפירן 'ווערדלאז', ווייל ער איז א חלק אלוק ממעל. ער קען אבער ווייטער אנהאלטן דעם נישט אמת'ן 'פאקט' פון זיין ווערדלאזיגקייט און זיך פארגיטיגן מיט חלילה תאוות, וואס דאס איז אויך דביקות. דביקות בתאווה. דערשפירן און בלייבן באוואוסטזיניגט מיט זיין 'ווערדלאזיגקייט' אן זיך פארגיטיגן מיט עפעס איז נישט מעגליך. ווייל ער ווייסט אז ער איז באמת יא ווערד. איך האב שוין געשריבן, די שפלות פון וואס חז"ל רעדן, מיינט שפלות 'עצמו', אלעס נאר כדי זיך צו דערשפירן אלץ בטל צום אייבערשטן. שפלות אן דביקות בה', איז בחינת מיתה. און דביקות בה' איז נישט מעגליך אויב מ'שפירט זיך אלץ א דבר נפרד וקיים בפני עצמו, וויאזוי איז עס מעגליך?

ט: אגוטן, וואס טוט זיך, וויאזוי גייט עס מיט די צעטליך ?

ק: איך האב געליינט די צעטליך בשעת איך האב געכאפט אז די סימפטאם געשעט אין מיר, און איך בין געווארן באוואוסטזיניגט אויף א 'ווערדלאזיגקייט' וואו איך קען נישט זיין מיט מיך אליין, די רגע איך בין מיט מיך אליין, שפיר איך מיך 'ווערדלאז', און אויך דעס אז אויב איך לאז אפ די באוואוסטזיניגקייט אז איך ווער געדשאדשד פון ארומיגע ערווארט איך צו ווערן באוואוסטזיניגט אז איך בין אליין אויף אזא אופן אז מ'וועט אפשר נישט צושטעלן מיינע געברויכן.

-> סימפטאם דעפרייוועשאן: א סימפטאם דעפרייוועשאן מיינט אז מיטן בלויזן דמיון שטעלט מען זיך אריין אז מ'זאל זיין באוואוסטזיניגט אז די זעלבע מצב וואס איז געווענליך גורם דעם סימפטאם, געשעט יעצט. און וויבאלד וויאזוי מ'לערנט אפ די מצב, טאקע דאס מאכט אז מ'זאל מוזן פראדוצירן דעם סימפטאם, דער באוואוסטזיין ווערט אבער נישט באוואוסטזיניגט אויף די אופן וויאזוי ער לערנט אפ דעם מצב אן דעם סימפטאם, ווייל ער איז אנגעפילט מיט'ן סימפטאם, דערפאר שטעלט מען זיך נאכאמאל אריין אינעם זעלבן מצב, אבער דאס מאל אן דעם סימפטאם, אויף אזא אופן מוז דער באוואוסטזיין ווערן באוואוסטזיניגט אויף די פרא-סימפטאם פאזישאן

איך האב דא געוואלט זאגן נאך עפעס. (וואס איך שטעל מיך פאר יעצט...) אז ס'קען זייער מעגליך זיין אז ס'ווענט זיך וועכע פון די זעכצן טייפס מ'איז. אויב מ'איז א INFJ, דארף מען פארשטעלן די סימפטאם דעפרייוועשאן אנדערש ווי ווען מ'רעדט צו א ESTJ. א ESTJ זעהט די לאגישקייט פון די וועלט ארום, און שפירט אז ס'קומט יעצט פאר דאס וואס עס קומט פאר געווענליך.

איך שרייב עס, ווייל ס'דא וואס האבן מיר געשריבן אין אישי, אז זיי קענען זיך נישט פארשטעלן, "איך שפיר נישט גארנישט..." "גארנישט קומט נישט ארויף..." "איך הער נישט קיין שום ענטפער..." "אלעס איז זייער גוט וויאזוי עס איז..." און דאס קען קומען, ווייל מ'דארף עס פארשטעלן לויט וויאזוי דער מענטש פראסעסד אינפארמעשאן. (אזוי קלער איך יעצט...)

א Ne הערט א שפראך וואס רעדט 'די טעאריע אויף די מצב'... א Te הערט די לאגישקייט פון די מצב... א Fe וואס יענער פילט...

ס'דא מענטשן וואס זיי האבן נישט קיין שנעלע פארבינדונג צו זייערע אייגענע געפילן. צום ביישפיל א ENFJ, קען ענדערש שפירן וואס יענער שפירט... ער שפירט זיך ווען ער שפירט יענעם... עסט אים פרעגן: וואס פיהלסטו, עט אים זיין שווער... און ווען וואס "יענער" שפירט, אדער וואס יענער שפירט צו אים, גייט ווערן באהאנדלט, גייט זיך טוישן וואס ער אליין שפירט מיט זיך אליין... וכן תדמה לשאר... <-

ט: ווען דו האסט געשפירט אז דו ווערסט געדשאדשד, ווי ווייט און וויאזוי איז דיר געלונגען צו ווערן באוואוסטזיניגט אז ווען דו שפירסט אז דו ווערסט נישט געדשאדשד, אז דו הייבסט אן שפירן "צו גייען מיינע געברויכן ווערן ערפילט?..." וויאזוי איז עס געווען ? וואס האסטו געשפירט ? וויאזוי האסטו דיך געשפירט ?

ק: איך האב געקענט שפירן אליין.

ט: אליין. און ?

ק: צו שפיר איך אז איך קען נישט אליינס טון ? צו בין איך דען א בעיבי וואס קען נישט אליין טון פאר זיך ?

ט: וואס נאך טראכסטו ?

ק: צו האב איך מורא צו נעמען עקשאן ? און טון צום זאך ?

ט: וואס נאך ?

ק: אז כאילו מיינע געברויכן לייגן אן אויף די בריאה. איך וויל עס צוריקהאלטן. זאל עס יענער טון.

ט: זאג זיי אלע געפינענדיג זיך אין א פלאץ וואו עס איז דא די געלעגנהייט אז די סיפטאם פון זיין באוואוסטזיניגט אז איך ווער געדשאדשד, פון די פלאץ אין מיר וואס באוואוסטזיניגט זיך אויף די פחד וואס טרייבט עס, אפשר וועט מען נישט צושטעלן מיינע געברויכן, פון דארט זאגן: "אויב איך שטעל מיך אויף, און איך ווארט נישט אויף אייער הילף, און איך טו פאר מיר אליין. ערווארט איך אז..."

ק: איך שפיר פחד דאס צו זאגן.

ט: איך 'וואלידעט' די פחד, וואס איז די פחד ?

ק: איך שפיר וואו עס צושטערט די בריאה.

ט: וואס נאך קומט ארויף ?

ק: אויב איך גיי טון, גייען זיי זעהן אז איך קען אליין, און איך גיי מער קיינמאל נישט באקומען הילף. זיי גייען מיך אינגאנצן אפלאזן. און איך קען נישט אלעס אליין.

ט: דאס איז די פחד ?

ק: יא, אזוי קוקט מיר עס אויס.

ט: פיין.

ק: אז איך גיי מיך דארפן שטעלן אויף מיינע צוויי פיס...

ט: און ?

ק: זיי גייען זעהן אז איך קען אליין, און עכט קען איך נישט אליין.

ט: איז געווען א צייט אין מיין לעבן ווען איך האב מיך געמוזט ענדערש אדאפטירן און ס'איז מיר געווען סך בעסער זיך אנצונעמען אז איך קען נישט אליין, די וועג וויאזוי איך שפיר עס היינט ? זאג מיר יעדע זאך וואס ס'קומט ארויף, אפילו ס'איז נאר א קוים מערקבארער בליץ פון אן איידיע, ווען ס'האט אזוי אויסגעפעלט, השם יהא בעזרי.

ק: זיי קענען. איך קען ?

ט: וואס נאך ?

ק: דו זאגסט איך זאל דיר אלעס זאגן... און איך בין נישט אזוי זיכער צו ס'מאכט אפילו סענס.

ט: יא. זאג אלעס. עמער שוין שפעטער זעהן צו ס'מאכט סענס. דו זאג וואס ס'קומט ארויף. אפילו נאר אלץ א מעגליכקייט.

ק: אפשר אז איך גיי פארלירן מיינע חברים ? ווייל אויב איך גיי קענען, גיי איך נישט בעטן זייער הילף. און מיין קאנעקשאן ארבעט, ווען איך פיל מיך שוואכער ווי יענעם. אויב איך קען אליין, דארף איך נישט צוקומען צו זייער טובה. און איך האב נישט קיין אנדערע וועג פון קאנעקשאן. נאר אויב איך ווייז זיי מיין שוואכקייט. אז איך קען אליין, גייען זיי מיך אפלאזן.

ט: אקעי, פיין. וואס נאך קלערסטו ?

ק: זאל איך דיר זאגן? אקעי לאמיר זעהן... אבער איך וויל זאלסט וויסן אז איך בין בכלל נישט זיכער צו ס'מאכט סענס.

ט: זאג...

ק: אז אזוי באקום איך אטענשאן פון מיינע רבי'ס. אז זיי זעען אז איך קען נישט, קוקן זיי מיך אן 'רחמנות', און זיי קערן אויף מיר. אזוי וועלן זיי מיך שוינען און נישט שלאגן, זיך צו נעמען אויף מיינע ביינער, נאר מיך לאזן במנוחה. און אויך באקום איך דורכדעם סימפאטיע צו מיינע מיטמאכענישן, וואס איך האב נישט פארציילט, אבער די 'רחמנות' האב איך געשפירט אז איך באקום יא.

-> איך רייב אזוי איידל אויף די פלאץ פון מיין טשעסט עריע, צו בארואיגן מיין Inner Child. <-

ט: אקעי וואס נאך...

ק: איך מיין אז ס'איז גענוג.

ט: גוט. זעהן די רבי'ס, און זאגן פון די פלאץ אין מיר וואס באוואוסטזיניגט זיך אויף די ערווארטעניש אז מ'וועט אפשר נישט צושטעלן מיינע געברויכן, און פארשטייט זיך אין די מצב וואו דער סימפטאם פון דשאדשינג געשעהט געווענליך ; אין די מצב וואו עס האט א שטארקע פאטענציעל צו געשען: "אויב איך גיי אליין טון פאר מיינע געברויכן, און נישט ווארטן אויף ארומיגעס טובות, נאר זיך נעמען אליין טון, גייען ענק זעהן אז איך קען, און אז ענק גייען זעהן אז איך קען וויאזוי וועל איך באקומען סימפאטיע צו מיינע אינערליכע צער, און אז ענק גייען זעהן אז איך קען וויאזוי וועל איך זיכער מאכן אז איר גייט מיך לאזן במנוחה, און אז ענק גייען זעהן אז איך קען, וויאזוי וועל איך באקומען פון אייך אטענשן ?

ק: ס'שטומט. יא, אזוי האב איך געלעבט אלץ קינד. און אלץ בחור. און שוין. און דער אייבערשטער זאל מיך שוין העלפן, און ער העלפט און וועט העלפן.

ט: אקעי און יעצט דריי דיך אויס צו דיינע חברים און זאג זיי: אויב איך גיי טון פאר מיר אן ווארטן אויף אייערע טובות גייען ענק זעהן אז איך קען אליין, און אויב ענק גייען זעהן אז איך קען אליין, גיי איך מער נישט באקומען אייער הילף, ווייל איך קען אליין. און קאנעקשאן ארבעט נאר אויב איך דארף אנקומען צו ענקער טובה, איך קען נישט בלייבן קאנעקטעד, אויב איך קען אליין.

סאו די צעטיל איז: אויב איך גיי אליין טון פאר מיינע געברויכן, און נישט ווארטן ווי א קליין קינד אויף ארומיגעס טובות, גייען ענק זעהן אז איך קען, און וויאזוי וועל איך באקומען סימפטיע, און וויאזוי גייען ענק מיך לאזן במנוחה, און וויאזוי וועל איך באקומען אייער אטענשאן ? און וויאזוי וועלן ענק חברים מיך נאכאמאל וועלן העלפן, און וויאזוי וועל איך בלייבן קאנעקטעד...

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו שלא יצא שום מכשול מתחת ידי וגם לא דבר שיהיה עליו רינון הבריות חס ושלום המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

די סיבה פארוואס איך שרייב דא די סעשאנס איז אויך ווייל איך קען באשטיין איר זאלט אייך אויסלערנען די מעכאניזם אונטער א סימפטאם, און די (לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט) שנעלסטע וועג וויאזוי עס אויסצורייסן גענצליך ב"ה.

ט: א גוטן, וואס הערט זיך, וויאזוי גייט עס מיט די צעטליך ?

ק: אינטערעסאנטע פאסירונגען אין מיר. די Intensity פון די סימפטאם פון די בענקשאפט איז געווארן פיל ווייניגער, אבער ווען איך האב א האפענונג אז ער גייט זיין אין די זעלבע פלאץ וואו איך בין, און איך טרעף אים נישט, שפיר איך א 'אומבאקוועמע' באוואוסטזיניגקייט.

ט: איך בין יעצט דארט. וואס שפיר איך בשעת איך בין באוואוסטזיניגט אז ער איז נישט דארט נאכן האפן אז ער גייט זיך דארט געפינען.

ק: 'ווערדלאז'...

ט: און ?

ק: די זעלבע זאך וואס איך האב געשפירט קומענדיג אין ישיבה. איך בין גארנישט, און איך קען נישט מאכן חברים. איך בין נישט אזוי זיכער אז איך וויל באמת לאזן דערשפירן אז איך האב שוין 'קשר'. איך האב א חשש אז קודם וויל איך נישט שפירן אז איך האב 'קשר', און נאכדעם זיך אפרעדן אז איך בין אליין. איך האב שוין געמאכט אויף דעם א צעטיל. אבער סיי וויאזוי...

ט: לאמיר פרובירן, און החונן לאדם דעת זאל מיך פירן צום אמת. וואס שפיר איך אויב איך בין איבערצייגט אז ער געט מיך נישט קיין 'וועליו' ?

ק: איך שפיר טאקע 'ווערדלאז'.

ט: בין איך אלץ אזוי געווען, אז מיין 'וועליו' דארף ווערן תמידיות'דיג געגעבן פון ארומיגע ? אז איך אליין האב נישט אין מיר א עצם וואס האט איינגעבוירענע וועליו ?

ק: איך האב אלץ געקוקט אויף ארומיגע, בפרט מחנכים, פאר וועליו.

ט: זיך דערמאנען די פריסטע וואס איך געדענק מיך, און זאגן: "איך בין, און איך שפיר, אן איינגעבוירענעם וועליו, א חלק אלוק ממעל, קיינער דארף דאס נישט וועריפייען, און אפראווען, ס'קען מיט גארנישט ווערן אויס..." וויאזוי שפירט זיך, זיך אזוי צו עקספיריענסן ?

ק: איך שפיר ווי איך גיי נישט פאלגן. איך שפיר Unsafe. (אן פאלגן, בלייב איך אליין אויף די וועלט) כדי צו פאלגן מוז איך אונטערשאצן מיין ווערד. ס'שטומט אויך נישט מיט די 'דורכגייאונגען' וואס איך גיי דורך. אויב איך בין ווערד פארוואס געשעט ... מיט מיר ? און פארוואס קען יענער שאפן אויף מיר ? וויאזוי קען איך שטונקען ? וכו'. און ס'מאכט מער מיינע ליידן. (די ליידן פון יעדעס קינד)

ט: און וואס האט צו טון דאס אז איך וויל נישט שפירן מיין איינגעבוירענעם וועליו, מיט'ן שפירן 'ווערדלאז' אויב יענער איז נאכן האפן נישט אין מיין געגנווארט ?

ק: איך בלייב 'ווערדלאז'.

די צעטיל איז: אויב איך שפיר אז איך בין אן איינגעבוירענעם וועליו, א חלק אלוק ממעל, קיינער דארף דאס נישט וועריפייען, און אפראווען, ס'קען מיט גארנישט ווערן אויס, ערווארט איך אז איך גיי זיך נישט אונטערווארפן און פאלגן, אז איך גיי ווערן אויס Safe. און ס'שטומט נישט מיט די 'דורכגייאונגען' ווואס עס געשעהט מיט מיר. דערפאר איז מיר ענדערש דאס צו דיסמיסן, און נישט דאס צו פילן. כאטשיג דער אמת איז אזוי, ווייל אזוי פאלג איך, איך בלייב Safe, און שפיר סך ווייניגער מיינע ליידן, ווייל ס'שטומט מער.

ב"ה, והשם הטוב יעזור, המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל דא שרייבן א נקודה וואס איך קלער: זענען אנדערע זיך אויך טועה דערין ? א מענטש איז א חלק אלוק ממעל. דאס איז די פאקט. ווען א מענטש זאגט "איך", און ער מיינט דערמיט "איך אלץ דבר נפרד", האט ער זיך אויסגעדרוקט ריכטיג ? ניין. פאקטיש האט ער נישט געזאגט ריכטיג. דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אז ער איז דא אלץ א דבר נפרד, "איך בין, איך עקזיסטיר" דהיינו: "איך בין נישט די וועלט ארום און ארום, איך בין נישט די מענטשן ארום און ארום, איך בין נישט מיין טאטע, און נישט מיין מאמע, נישט מיינע געשוויסטער, איך בין 'איך', און דאס מיין איך צו זאגן ווען איך זאג 'איך', ער רופט עס אן אלץ "איך". האט ער עס געזאגט ריכטיג ? ניין. פארוואס ? ווייל א מענטש איז א חלק אלוק ממעל. וויאזוי קען א מענטש זאגן "איך", ווען ער איז נאר א חלק פון איין איינציגן באשעפער ? חוץ אויב ער מיינט דערמיט אויסצודרוקן זיין חלק אלוק ממעל.

ווען א מענטש זאגט די ווארט "איך" מיינט עס: אז דער מענטש פאררופט זיך אויף די נקודה וואס ער האט אנערקענט אז דאס איז זיין אפגעטיילטער עקזיסטענץ: אז ס'איז "איך" אפגעטיילט פון אלע מענטשן ארום און ארום, אפגעטיילט פון אלעם ארום און ארום. דהיינו, "מיין עקזיסטענץ" "אלעס וואס איך ווייס אז ס'איז מיין אפגעטיילטער איך", איז דאס אמת ? ווען איך זאג "איך", מיין איך "מיך", אדער דעם אייבערשטן וואס ער איז מיין מקור ? בדרך כלל ווען א מענטש זאגט: "איך", מיינט ער נישט דערמיט זיין 'חלק אלוק ממעל', נאר ער מיינט דערמיט: "איך זעה ענק עקזיסטירן, און איך ווייס אז איך עקזיסטיר אפגעטיילט פון ענק, און איך בין דאס כולל אין איין ווארט "איך", איך רעד פון "מיך" אפגעטיילט פון אלעס ארום. און ער מיינט נישט די חלק אלוק ממעל זיינעם. איז דאס דער אמת? איז דער אמת אז "איך עקזיסטיר" ? יא. אוודאי, יעדער זעהט אז איך עקזיסטיר. אבער ווער עקזיסטירט דא ? "איך עקזיסטיר" ? אדער דער אייבערשטער עקזיסטירט און איך בין נאר א חלק. אויב אזוי קומט אויס, אז ווען א מענטש זאגט "איך", מיינט ער דערמיט, דאס וואס עס דאכט זיך מיר אז איך בין. ווייל באמת אין פאקט איז ער נאר א חלק.

וויאזוי קען זיין אזא זאך אז א מענטש זאל זיין א חלק, און מיינען אז ער איז עס ? ווען איך טראכט, ווער טראכט ? "איך" ? ניין. "איך קען טראכטן ?" ניין. איך האב נישט קיין כח צו טראכטן... איך נוץ דעם אייבערשטן צו טראכטן... איך נוץ די געטליכער כח וואס קען טראכטן, און איך טראכט. "איך" טראכט ? ניין. איך קען גארנישט. ס'איז נאר א געטליכער כח וואס שפירט זיך 'אומריכטיג' אלץ "איך"...

אבער וויאזוי קען זיין אזא זאך אז א מענטש זאל זיין א חלק, און מיינען "איך בין עס" ? למעשה זעהט מען עס אלץ פאקט. א מענטש זעהט ! ווער זעהט ? "איך" זעה ? ניין. "איך" קען זעהן ? ניין. איך האב מיך געטראפן אז "איך קען זעהן", "איך האב מיך געטראפן אז איך קען הערן" "איך האב מיך געטראפן אז איך קען שמעקן" דאס מיינט נישט אז "איך" קען... נאר דאס איז א געטליכער כח, א חלק אלוק ממעל. דאס איז דאך אמונה, און מ'קען זיך דאס איבערצייגן, אבער אמונה איז גענוג.

ס'דא איין "אנכי"... "איך קען זעהן" ? ניין. דער אייבערשטער זעהט פאר מיר. איך מאך אז דער אייבערשטער זאל יעצט קוקן דארט און דארט. דאס מיינט חלילה אז איך קוק אויף אזאך וואס מ'טאר נישט, בין איך פוגם כביכול. יעדע תנועה האט גארנישט מיט מיר. נאר איך האב א בחירה זיך צו באנוצן מיט א געטליכער כח לויט וויאזוי איך וויל...

אזוי ווי ס'זאל זיין א מקור וואס געט עלעקטעריק, און לאמיר זאגן אז א פרידשידער באקומט 'הכרה' ער איז זיך 'מכיר' און ער זאגט: "איך קען ארבעטן", איז עס ריכטיג ? ניין. ווייל ער באקומט נאר עלעקטערי פון די מקור... לאמיר זאגן אז איך האב א מיסטעריעזע כח, איך קען קוקן אויף א פרידשידער, מיין 'הכרה' ווערט Extended, און דורכדעם באקומט דער פרידשידער פון מיר 'הכרה', באמת בלייבט ער א חלק פון מיר, אבער ער זאגט "איך" עקזיסטיר... ער עקזיסטירט ? ווער עקזיסטירט ? ער שפירט אז ער עקזיסטירט, אבער ס'מיינט נאר אז דער 'מענטש' וואס קוקט אויף אים עקזיסטירט. יעדעס ביסל עקזיסטענץ וואס דער פרידשידער שפירט, איז נאר א הוכחה אז דער מענטש וואס קוקט יעצט אויף מיר 'עקזיסטירט'. און ער מאכט אז איך זאל עקזיסטירן. יעדעס ביסל וויסן וואס דער פרידשידער ווייסט זיך איז נאר די עקזיסטענץ פון דעם מענטש וואס קוקט אויף אים. דער פרידשידער איז נאר א חלק. ער קען נישט זאגן "איך".

לאמיר זאגן איך באקום א מיסטישע כח, און איך קען באשאפן א מענטש וואס האט א בחירה, אבער דער מענטש עקזיסטירט נאר ווילאנג איך בין עוסק דערין ; ווילאנג איך קוק אויף אים ; ווילאנג איך טו עס, די רגע איך הער אויף איז נישטא קיין מענטש מער. יעצט, דער מענטש ווייסט אז ער לעבט, ער האט א בחירה צו אנערקענען: "איך עקזיסטיר", אבער באמת איז עס נאר מיט מיין כח. ס'איז 'איך' וואס עקזיסטירט און איך געב עקזיסטענץ פאר דעם מענטש, די גאנצע עקזיסטענץ פון דעם מענטש, איז א חלק פון מיר. און נישט דער מענטש אלץ א דבר נפרד. איז ריכטיג אויב דער מענטש פאררופט זיך, און זאגט: "איך" בעת ער פארגעסט ווער עס איז דא באמת די עקזיסטענץ ? ער איז דאך נאר א חלק. "איך בין עס, נישט ער" וויאזוי קען ער זאגן "איך" ? אפילו ער איז זיך מכיר אלץ א דבר נפרד, אז ער פארגעסט ווער ס'מאכט אים אין עקזיסטענץ, און ער שפירט "איך בין עס", איז עס נישט ריכטיג. איך בין דאך עס, נישט ער.

ווייל ער האט א בחירה זיך מכיר צו זיין אלץ א דבר נפרד, מיינט דאס נאכנישט אז אזוי איז דער אמת. מיינט דאס נאכנישט אז ער איז זיך ריכטיג מכיר.

וויאזוי קען א מענטש זאגן: "איך בין גארנישט ווערד" ? ווער איז גארנישט ווערד ? מיין שפיר אז איך עקזיסטיר ; מיין וויסן אז איך עקזיסטיר, איז גארנישט ווערד ? היעלה על הדעת ? ווער בין "איך"... הכנעה וענווה ושפלות פון די הייליגע צדיקים, פונעם הייליגן יושר דברי אמת, איז נישט: "איך בין גארנישט ווערד", ס'איז: דאס וואס איך רעד מיך איין, אז איך בין עס, דאס איז נישט ריכטיג. אזוי ווי דער פרידשידער זאל איין טאג לערנען יושר דברי אמת, און איינזעהן "דאס וואס איך רעד מיך איין אז איך בין די זאך דא, דאס איז נישט דער אמת'ער פאקט. איך בין נאר א חלק א דאנק דעם מענטש וואס קוקט יעצט אויף מיר. איך עקזיסטיר, ווייל דער מענטש דארט קוקט יעצט אויף מיר. ס'איז זיין עקזיסטענץ. אן זיין קוקן בין איך אויס. און אלעס וואס איך ווייס מיך איז: אז איך ווייס די עקזיסטענץ פון די מענטש. איך ווייס נישט פון מיין עקזיסטענץ, איך ווייס די עקזיסטענץ פון די מענטש וואס קוקט אויף מיר. דאס איז וואס איך ווייס.

לאמיר זאגן אז דער פרידשידער באקומט שכל, און ער טראכט "איך עקזיסטיר אלץ א דבר נפרד", און נאכדעם טראכט ער "איך בין גארנישט ווערד". איז דאך דאס א חוכא וטלולא. ווייל דער ערשטער Notion איז נישט פאקטיש. דאס וואס דער הייליגער יושר דברי אמת שרייבט, אז מ'זאל אריינבויען אין זיך 'שפלות' מיינט נישט: א) איך עקזיסטיר, און ב) איך בין גארנישט ווערד. ס'מיינט, דאס וואס איך מיין אז איך בין 'עפעס', אז איך בין די זאך, דאס איז פשוט נישט ריכטיג. נאר אלעס וואס איך ווייס וועגן מיך, האט גארנישט מיט מיך. איך ווייס דער אייבערשטער.

די כלל ביי די זאך איז: דאס שפירן ווערדלאזיגקייט מיינער, ברענגט דאס מיך מער דביקות בה' ? ברענגט דאס מיך אז איך זאל אויסגיין עס צו שפירן ? "אויסגיין". יא אויסגיין. אדער מאכט עס מיך אז איך זאל שפירן ווי איך בין אפגעהאקט פון 'לעבן', איך שפיר 'טויט', וואס מאכט מיך דאס שפירן ווערדלאז ? די כלומר'שטע "הכנעה ושפלות וענווה", מאכט דאס אז איך זאל גיין עסן א פיצא גרינגער, אדער מאכט עס אז איך זאל מער 'אפווייכן' פון 'תאוות' ? אויב מאכט עס גרינגער צו זיין בקלות ראש, איז דאס נישט "הכנעה" נישט קיין "שפלות" און נישט גארנישט, דאס איז יצר הרע...

אויב מאכט דאס אז איך זאל אויסגיין דערנאך, נישט ווייל אזוי קען איך זיך נאכגעבן די תאוות, נאר ווייל איך שפיר עפעס א תענוג נפלא, און דביקות בה' נפלא, עפעס א מין מקור חיים, כי עמך מקור חיים באורך נראה אור, דאן דאס איז עס...

יעצט לערן נאכאמאל יושר דברי אמת. וועסטו זעהן אז דאס זאגט ער...


והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: איך זיץ יעצט דארט און לאמיר ענדיגן דעם זאץ: אויב איך בין מסכים צו לעבן מיט א באוואוסטזיניגקייט וואס האט נישט אין זיך אזא סארט קשר, טראץ דעם וואס עס מאכט מיך באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט מאכן קשר מיט חברים, און פון דעסטוועגן בין איך באוואוסטזיניגט אז איך בין ווערד אלץ חלק אלוק ממעל... ענדיג דעם זאץ: אויב איך גיי לעבן מיט אזא באוואוסטזיניגקייט... ערווארט איך אז...

-> חלק אלוק ממעל, מיין איך צוזאגן: א דביקות צום אייבערשטן אלץ א Sense Of Self. <-

ק: קודם קומט ארויף: אז איך מוז טרעפן מיין אייגענע וועג אין מיין לעבן. (באלד וועלן מיר זעהן אז דאס איז טרעפן מיין Si)

ט: צו ווייסטו וואס ס'מיינט: איך מוז טרעפן מיין אייגענע וועג אין מיין לעבן? טאמער איך לעב מיט די באוואוסטזיניגקייט, אן אזא מין קשר, נישט דעס, און נישט אנדערע אזאנע, כאטשיג איך ווער באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט מאכן קיין חברים. וואס מיינט: איך מוז טרעפן מיין אייגענע וועג אין מיין לעבן, צו ווייסטו מער וואס ס'מיינט?

ק: מיינע חברים זאגן מיך וואס צו טון. איך פיל א שטארקע אומזיכערקייט. (דאס קען זיין די Inferior Si, איך זעה עס אויף א צווייטן, אבער נישט אז איך פארמאג עס) איך קען נישט שפירן וואס איך האב צו טון.

ט: פון יענע PART זאג: נאר דאס שפירן ענק מאכט מיך שפירן וואס איך האב צו טון. אן ענק פארליר איך די שפיר פון די טרעק. (דהיינו, איך פאל ארויס פון די שפיר וואס צו טון נעקסט. דאס איז Si) וואס נאך קומט ארויף ?

ק: אז איך גיי מוזן מאכן עכטע קשרים.

ט: און ?

ק: איך שעם מיך. ס'קומט ארויף א בושה.

ט: וואס נאך איז ארויפגעקומען ?

ק: איך גיי מיך מוזן באקענען מיט מיין אייגענע שוואכקייטן.

ט: וואס ווייסטו וועגן דעם ?

ק: איך מוז מיך באקענען מיט מיך אליין.

ט: און ?

ק: איך האב מיך נישט אזוי ליב.

ט: וואס ווייסטו וועגן דעם ?

ק: איך האב נישט ליב צו זיין אין איין סביבה מיט מיך אליין.

ט: טראץ דעם 'חלק אלוק ממעל' ?

ק: איך שפיר געפערליך אליין.

ט: און וואס נאך קומט ארויף ?

ק: זייער א שארפער ווייטאג. עס דערמאנט מיך ווי א חבר אין חדר וואס איך בין געווען מיט אים גוט נאנט, אין יונגלישע טערמינען, האט מיר פלוצלינג אפגעלאזט.

ט: לאמיר דיך פרעגן. די מעשה מיט די יונגעל איז דאך שוין געווען לאנג צוריק, דו קענסט זעהן צו דו קוקסט אויף די וועלט, אז ס'איז איבערגעבליבן פארשידענע Schemes וואס לעבט נאך אין דיר פון יענע יארן ?

ק: ס'איז א ווייטאג וואס לעבט אין מיר, און האלט זיך נישט ביים פארלעשן. ס'טוט מיר נאך אלץ וויי. זייער שטארק. ס'דרוקט מיר געפערליך. איך וואונדער מיך: פארוואס, איך וויל נאר וויסן פארוואס, פארוואס האסטו מיך אפגעלאזט. איך וויל נאר וויסן דעם אמת.

ט: זאג: אויב איך גיי קיינמאל נישט וויסן דעם אמת פארוואס דו האסט מיך אפגעלאזט, וואס דו האסט געזעהן אין מיר שלעכטס, מיינט עס אז איך...

ק: ס'מיינט אז איך בין גארנישט ווערד. ("קלייענט" וויל וויינען... איך האב אים געלאזט אביסל...)

ט: זאג עס נאכמאל, און ענדיג עס פון דיינע טיפענישן.

ק: (קלייענט איז זייער פארווייטאגט...)

ט: זאג אים פון די פלאץ וואס דו ביסט א יונגעל דייקא... דייקא פון יענע פלאץ, מיט יענע שכל דייקא... וואס האלט אין זיך די Emotional Learning ארום דעם... און איך ווייס אז ס'איז זייער א פארווייטאגטע פלאץ... איך ווייס אז ס'איז זייער א האקעלע פלאץ... און איך ווייס אז דו האסט דארט אסאך Pain... אבער דאך וואס ווילסטו אים זאגן... און איך ווייס אז דעמאלטס ביסטו געווען צו קליין צו זאגן... האסטעך אפילו נישט געקענט געהעריג אויסדרוקן דיינע טיפע געפילן וואס זענען אזוי ... אזוי פארווייטאגט... זאג אן טראכטן... לאז ארויס די רויע 'געפילן' וואס ס'וויל ארויסקומען, אן עס מאדיפיצירן... דו זאג ארויס דיינע טיפע טיפע געפילן...

ק: (איך ווייס נישט צו איך מאך מיך, אבער איין זאך ווייס איך אז איך וויין און וויין... איך קען מיך נישט בארואיגן... זעהט אויס אז דא ליגט באהאלטן א שטארקע זאך... איך ווייס אז דעמאלט האט זיך מיין לעבן געטוישט... בעיקר האט דאס געהאט א שטארקע עפעקט אויף מיר...)

ק: מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צוליב דיר.

ט: וואס נאך ווילסטו אים זאגן...

ק: איך שפיר אז איך בין נישט גוט. זייער נישט גוט.

ט: וואס נאך

ק: מיין גאנצע לעבן איז מער נישט ווערד. (דאס איז לעבעדיגע עמאושענעל לערנונגען וואס לעבט נאך אלץ אין מיר פון א געוויסע קוק ווינקל)

ט: וואס נאך

ק: מער ווייניגער דעס.

ט: זעה אים וויאזוי ער האט אויסגעזעהן אלץ יונגעל, און זאג אים פון די טיפסטע פלאץ פון יענע פארט דייקא: מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צוליב אז דו האסט מיך אפגעלאזט, איך שפיר אז איך בין מער נישט גוט, זייער נישט גוט, מיין גאנצע לעבן איז מער נישט ווערד, אלעס ווייל דו האסט מיך אפגעלאזט...

ק: שטומט

ט: פיין. יעצט, לאמיר דיך פרעגן: ווייל דו האסט מיך אפגעלאזט מיינט עס אז איך בין נישט גוט? וואס טראכסטו, וואס איז דארט געווען?

ק: איך בין מודה אז איך האב געשפירט 'ווערד' נאר וועגן ער האט עס מיר געגעבן.

ט: וואס נאך ?

ק: איך בין געווען א צעקלאפט יונגעל - אינעווייניג - צוליב פארשידענע סיבות.

ט: זאג אים: איך שפיר נישט ווערד, איך שפיר צעקלאפט, ווי צוויי סענט. און נאר אז דו ביסט גוט מיט מיר שפיר איך ווערד.

ק: אה, אזוי שפיר איך אויך מיט דעם קשר פון יעצט. ממש די זעלבע זאך.

ט: יעצט זאג נאכאמאל: אויב איך גיי קיינמאל נישט וויסן דעם אמת פארוואס דו האסט מיך אפגעלאזט, וואס דו האסט געזעהן אין מיר שלעכטס, מיינט עס אז איך...

ק: גיי נישט וויסן וואס אין מיר מאכט אז א גוטע חבר זאל מיך פלוצלינג אפלאזן.

ט: און וואס האט דאס צו טון מיט'ן שפירן 'גארנישט ווערד' ?

ק: מן הסתם איז עס וועגן דעם.

ט: זאג: מן הסתם האסטו מיך אפגעלאזט ווייל דו האסט געזעהן אז איך בין גארנישט ווערד.

ק: שטומט

ט: יעצט זאג נאכאמאל: אויב איך גיי קיינמאל נישט וויסן דעם אמת פארוואס דו האסט מיך אפגעלאזט, וואס דו האסט געזעהן אין מיר שלעכטס, מיינט עס אז איך...

ק: אז ס'גייט פשוט צוריק ארויפקומען מיין געפילן וועגן מיר אליין, אז איך בין גארנישט ווערד.

ט: די אלע שוועריגקייטן וואס דו האסט געהאט, און דאס האט דיך געמאכט פילן אז דו ביסט דאס ווערד. וואס איז אויב דו שפירסט דיך יא ווערד אלץ חלק אלוק ממעל ?

ק: דאס מיינט 'חלק אלוק ממעל' ? און ס'מאכט די ווייטאג מער.

ט: ענדיג נאכאמאל דעם זאץ: אויב איך בין מסכים צו לעבן מיט א באוואוסטזיניגקייט וואס האט נישט אין זיך אזא קשר, טראץ דעם וואס עס מאכט מיך באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט מאכן קשר מיט חברים, און פון דעסטוועגן בין איך באוואוסטזיניגט אז איך בין ווערד אלץ חלק אלוק ממעל... ענדיג דעם זאץ: אויב איך גיי לעבן מיט אזא באוואוסטזיניגקייט... ערווארט איך אז...

ק: ס'קומט ארויף די זעלבע ווייטאג: פארוואס האסטו מיך אפגעלאזט? און יעצט אז דו האסט מיך אפגעלאזט בין איך גארנישט ווערד.

ט: ווייל דו האסט מיך אפגעלאזט בין איך גארנישט ווערד ? הער עס נאכאמאל... און פרעג דיך אליין דעם קשיא, וואס קומט ארויף די תירוץ ?

ק: אה... איך ווייס וואס... איך האב סתם אזוי געשפירט אז איך בין גארנישט ווערד... ס'האט טאקע דעם זעלבן פלעוואר... די אופן וויאזוי איך באגיי מיך דא איז ממש די זעלבע...

ט: צו פריווענטן אז ס'זאל נישט נאכמאל געשעהן...

ק: אז איך זאל נישט נאכאמאל שפירן יענע שרעקעדיגע געפיל פון שפירן ווערדלאז... ווערדלאז ווייל דו האסט מיך אפגעלאזט...

ט: איז דען די ווערדלאזיגקייט ווייל ער לאזט דיך אפ...

ק: ניין!!! ס'איז נישט.

ט: אפשר יא ?

ק: ניין. ס'דערמאנט פשוט צוריק די אלטע ווערדלאזיגקייט וואס איז געווארן באדעקט דורכ'ן האבן נאנטקייט.

ט: אבער אפשר דאך איז עס ווייל א מענטש לאזט דיך אפ ?

ק: איך זעה שוין. ס'דערמאנט מיך פשוט די גאנצע פארווייטאגטע געשעעניש.

ט: אפשר נישט. אפשר איז עס צוליב עפעס א טיפערע סיבה ?

ק: ניין. איך קען שפירן אז ס'איז זייער די זעלבע. איך האב מורא אז דו גייסט מיך נאכאמאל אפלאזן... איך האב מורא צו שפירן יענע ווערדלאזיגקייט פון דעמאלטס. וואס דעמאלטס בין איך אויך געווארן אפגעלאזט אן וויסן וואס איך האב געטון נישט גוט.

ט: איז וואס דארף איך באהאנדלן דא ? די קשר מיט חברים ? אדער מיין 'ווערדלאזיגקייט' ?

ק: ס'איז ביידע. ס'איז די האקלקייט נישט צו פארלירן קשר.

ט: זאג אים: איך בעהט דיך זייער שטארק, דו זאלסט נישט אין מיך זעהן די זעלבע זאך וואס מיין חבר אין חדר האט געזעהן אין מיך. דו זעה אין מיך נאר מיין גוטס. איך בעהט דיך. איך האב זייער מורא וואס מיין חבר אין חדר האט געזעהן אין מיך. איך בעהט דיך אזוי שטארק, דו טו עס נישט. ניין, ניין, ניין. דו זעה נישט וואס יענער האט געזעהן. וואס צוליב דעם זאלסטו מיך אפלאזן. איך האב שוין גענוג געהאט. איך וויל מאכן אז קיינער זאל מיך נישט אפלאזן. ווייל אפלאזן מיינט ווערדלאז, אזוי ווי דארט אין חדר. אפלאזן מיינט זיך דערמאנען פון מיין ווערדלאזיגקייט. איך בעהט דיך: זעה נישט מיין שלעכטס. צו זעהסטו עס ? איך מוז מאכן זיכער. אויב איך גיי זעהן אז דו האסט מיך נישט אפגעלאזט מיינט עס אז דו האסט עס נישט געזעהן. ווייל אפלאזן מיינט אז איך בין יענע ווערדלאזיגקייט.

ק: (קלייענט שמייכלט...) פארדעם האב איך אזוי מורא ???????????? וועגן דעם וויל איך אנהאלטן דעם קשר????????????

ט: ענדיג נאכאמאל דעם זאץ: אויב איך בין מסכים צו לעבן מיט א באוואוסטזיניגקייט וואס האט נישט אין זיך אזא קשר, טראץ דעם וואס עס מאכט מיך באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט מאכן קשר מיט חברים, און פון דעסטוועגן בין איך באוואוסטזיניגט אז איך בין ווערד אלץ חלק אלוק ממעל... ענדיג דעם זאץ: אויב איך גיי לעבן מיט אזא באוואוסטזיניגקייט... ערווארט איך אז...

ק: וויאזוי קען איך מיך האלטן אין די באוואוסטזיניגקייט אז איך בין ווערד אלץ חלק אלוק ממעל, ווען אין די זעלבע רגע ערלויב איך אז יענער זאל גאר פראווען מיין ווערדלאזיגקייט.

ט: אויב אפלאזן מיינט ווערדלאז.

ט: ענדיג נאכאמאל דעם זאץ: אויב איך בין מסכים צו לעבן מיט א באוואוסטזיניגקייט וואס האט נישט אין זיך אזא קשר, טראץ דעם וואס עס מאכט מיך באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט מאכן קשר מיט חברים, און פון דעסטוועגן בין איך באוואוסטזיניגט אז איך בין ווערד אלץ חלק אלוק ממעל... ענדיג דעם זאץ: אויב איך גיי לעבן מיט אזא באוואוסטזיניגקייט... ערווארט איך אז...

ק: שמייכלט.

די צעטיל איז: וויאזוי קען איך ערלויבן צו אפלאזן די קשר מיט דיך, דאס מיינט דאך אז דו האסט אויך געזען אין מיר גענוי די זעלבע ווערדלאזיגקייט וואס מיין חבר אין חדר האט געזעהן אין מיר. איך מוז מאכן זיכער אז מיט מיר לאט מען נישט אפ קשר. איך מוז ווייזן אז עס איז גארנישט דא אין מיר ראנג אז ס'זאל מאכן אז קשר זאל ווערן אפגעלאזט. אפלאזן מיינט ווערדלאז. צו האט טאקע אפלאזן מיט ווערדלאז ?

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ט: א גוטן וואס הערט זיך ?

ק: איך וויל וויסן פארוואס ווען איך קום אריין אין א שטוב ווי ער איז דארט וועט מיין אטענשאן טראכטן פון אים, איך וויל אז ס'זאל זיין אזוי ווי ס'איז ביי א צווייטן. איך וועל דיר פארציילן, איך האב איהם איינמאל געוואלט ארויסהאבן, און ס'איז נישט געלונגען.

-> איך גיי פרובירן א זאך וואס איז מיר בייגעפאלן, אז אפשר איז עס דעס. ווייל איך געדענק אז די ערשטע קערנדל איז געווען א רצון ארויסצוהאבן א נקודה פון זיין כאראקטער. א זאך וואס איז נישט געלונגען. איך גלייב אז א סוד וואס עס קוקט מיך אויס אז עס ווערט צוריקגעהאלטן בכוונה, איז מיך מקשר. די קשר שטופט מיך אז איך זאל אויף עפעס אן אופן ארויסבאקומען דעם סוד. איך דערמאן מיך יעצט אז ר' שרגא נ"י רעדט שוין דערפון. דא איז לכאורה דא אן ערווארטונג אויב איך וועל נישט ארויסהאבן זיין סוד. ווייל איך ווייס פאר א פאקט, אז אויב איך וואלט געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א שמועס מיט אים, און דערגיין דאס וואס איך וויל וויסן, וואלט דער קשר בטל געווארן. די זאך איז אז: כאפן א שמועס גייט נישט העלפן. ווייל ער שיקט א שטראל צו מיר, אז ער 'באהאלט'.

יעצט, איינמאל איך וויל שוין וויסן זיין סוד, איך האב שוין אנגעהויבן צו עוסק זיין דערין, און איך באקום צוריק דעם עדיטוד, דעם שטראל, ווערן זאכן זייער ארויס פון פראפארציע. די שאלה איז: וואס ערווארט איך אויב איך גיי נישט באקומען זיין סוד. ס'דא טאקע וואס געבן מיך דעם עדיטוד "איך באהאלט גארנישט..." אפילו ווען איך ווייס אז זיי באהאלטן יא. אבער וואס עס באדערט מיך איז: די עדיטוד "איך באהאלט פון דיר..." דאס צעקלאפט מיך. און דאס מאכט מיך שפירן ווערדלאז. איך וויל דאס אבער פרובירן Experiential. דאס מיינט: אז איך זאל רעדן פון די Part אין מיר וואס מוז ווערן סטאק ביי אים, און זעהן: "איז דאס טאקע וואס איך וויל..." "צו וויל איך דערגיין דעם סוד..." קען זיין אז איך קלער נאר אז דאס איז די סיבה פארן אנהאלטן דעם קשר. איך מוז דאס פראווען עקספעריענטעלי. <-

ט: איך וויל זייער שטארק... אז דו זאלסט זיין אמת'דיג... און דו ווייסט עניוועי אז מיט'ן אויסנעמען כדי די סעשאן זאל געלונגען, וועסטו אבער נישט דערגיין און פארניכטן דעם אומריכטיגן קשר. איך וויל זאלסט אמת'דיג אריינקוקן אין דיינע געפילן, בשעת דיין מחשבה איז סטאק ביי אים, דו טראכסט פון אים, דיין אטענשאן איז ביי אים, אדער בשעת דו שפירסט ווערדלאז ארום אים, בשעת דו שפירסט אז דו האסט נישט קיין חברים וועגן ער איז נעבן דיך, פון יענע Part, וואס שפירט די 'ווערדלאזיגקייט', די אומ'קשר. די צעבראכנקייט... זאג: די סיבה פארוואס איך שפיר יעצט אזוי איז, ווייל דו באהאלסט פון מיר... צו שפירט זיך עס אינגאנצן אמת'דיג אזוי צו זאגן. זאג עס נאכמאל : די סיבה פארוואס איך שפיר אזוי איז, ווייל איך ווייס אז דו באהאלסט פון מיר...

ק: ס'שטומט.

-> איך וועל פרובירן צו ערקלערן די Trickiness פון דעם. ווען איך זאג סתם "די סיבה פארוואס איך שפיר אזוי איז..." אבער איך ענדיג עס נישט "ווייל דו באהאלסט פון מיר..." וועט אוודאי ארויפקומען "איך האב נישט קיין חברים..." אבער מיין שאלה איז אלעמאל געווען: וואס איז געשעהן דא ? פלוצלינג שפיר איך די פאקט אז איך האב נישט קיין חברים, וואס דערפאר שפיר איך ווערדלאז ? נישט זייענדיג נעבן אים איז אלעס גוט ? איך זאג נאכנישט אז דאס איז די סיבה צום אומריכטיגן קשר. איך זאג אבער אז וואס עס האלט אויך אן דעם קשר, איז זייער מעגליך, דאס וויסן אז יענער באהאלט פון מיר. <-

ט: אין דיין עמאושענעל וועלט, וואס מיינט עס פאר דיר אז אויב איינער מיט וועם דו ווילסט שאפן קשר, אדער שפירן נאנט, זאגט דיך, אדער געט דיך די עדיטוד: "איך גיי דיך נישט זאגן..."

ק: ווערדלאזיגקייט אז איך האב נישט קיין חברים. דאס מיינט אז יענער האלט נישט פון מיר... " דו האסט מיך נישט ליב. ווייל דו ווייסט ביי דיך אז איך בין נישט ווערד צו וויסן דיין סוד. סאו, איך בלייב אליין..."

ט: זאגן: "אויב איך גיי מסכים זיין אז יעדער האט זיך זיינע סודות..."

ק: איך קען נישט אויסהאלטן צו לעבן אין אזא וועלט...

ט: זאג עס נאכאמאל...

ק: גיי איך נישט האבן קיין חברים...

ט: זאג עס נאכאמאל

ק: גיי איך נישט האבן סעקיוריטי... איך גיי נישט וויסן וואס יענער ווייסט וויאזוי צו האבן סעקיוריטי.

ט: זאג עס נאכאמאל

ק: גיי איך נישט האבן סעקיוריטי... איך גיי נישט וויסן וואס יענער ווייסט, וויאזוי וועל איך זיין זיכער...

די צעטיל איז: פונקט ביי דיר האט זיך יעצט מיין מחשבה אפגעשטעלט. פארוואס ? קומט עס ווייל איך האב באקומען פון דיר א עדיטוד אז דו באהאלסט פון מיר, און דאס מוז מיינען צוזאגן: ביסט נישט באמת באליבט. און דערפאר שפיר איך ווערדלאז. חברים איז נאר ווען מ'זאגט אלעס.

אויב איך וועל לעבן אז איך קען מיך שפירן נאנט טראץ דאס צוריקהאלטונג פון א געוויסע פריוואטע סוד, ערווארט איך צו בלייבן אין א וועלט אן וויסן די סעקיוריטי סודות וואס זיי ווייסן.

המשך יבוא אי"ה, און געלויבט דער אייבערשטער פארן מיך העלפן און והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ט: וואס ווייס איך, וואס איך טו, אדער ס'געשעהט אין מיר, וואס איך וואלט געוואלט אז ס'זאל ווערן אויסגעמעקט.

ק: אז ווען איך גריס אים יא, שפיר איך 'פאני'. ווי כאילו א מאגנעט. ווי כאילו עפעס א גאנצע זאך. ס'קומט מיט, מיט א Emotional Response וואס איך שפיר אז ס'קומט נישט דא אריין.

-> סימפטאם דעפרייוועשאן. דאס מיינט, אז איך גיי מיך פארשטעלן אין א באוואוסטזיניגקייט וואס האט נישט דעם ריספאנס. <-

ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי איך גריס אים, און דער ספעציעלע ריספאנס געשעהט נישט. און איך גיי ווייטער, נעקסט. וואס איז אומבאקוועם? איך גריס אים און איך גיי ווייטער... נעקסט... אויב עס קומט נישט פאר דער 'ריספאנס'. (ווען א ריספאנס געשעהט נישט, מיינט עס אז די טריק וואס די פסיכיק נוצט צו דערגרייכן א געוויסע ציהל, געשעהט נישט.)

-> איך שפיר א שטיקל פליכט אייך צו פארציילן ווי ווייט מיינע ריספאנסעס האבן זיך געטוישט - ב"ה - פון אנהייב ביז יעצט. אינו דומה זו לזו. אבער מיט דעם אלעם, דארף איך עס אויסרייסן ביזן סוף - ב"ה. <-

ק: איך קוק נישט אויף די תוצאות.

ט: וואס נאך?

ק: איך קוק נישט אויף נאכווייען פון מיינע מעשים.

ט: וואס נאך?

ק: איך וויל אים נישט ווייטון.

-> איך ווייס שוין אז איך האב זייער מורא אז ער זאל נישט האבן ווייטאגליכע געפילן. ווייל ווען איך בין געווען א בחור'ל, האב איך אזויפיל געליטן פון מענטשן וואס פלעגן מיך נישט גריסן, דהיינו די יחס פון געוויסע מענטשן צו מיר פלעגט מיך ווייטון.. איך האב אזוי געוואלט אז איינער זאל רעדן צו מיר. אז איינער זאל זיך וואוסנדיג מאכן. אז איינער זאל מיך זעהן. אבער קיינער האט מיך נישט געזעהן. אפילו מ'האט מיך געזעהן, האב איך געפילט אז קיינער האט מיך נישט געזעהן. איך קען נישט ערלויבן אז איך זאל זיין דער וואס איז יענעם גורם אזויפיל ווייטאג וואס איך האב געהאט. איך קען נישט. מיין פעין פון מענטשן וואס פלעגן זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון מיר, איז געווען אזוי שטארק, אזוי פיינפול, אז איך האב מיך צוגעזאגט: איך גיי דאס נישט צולאזן. איך גיי קוקן אויף יענעמ'ס געפילן. איך גיי נישט לאזן א יודיש הארץ בלוטיגן. איך האב דעמאלט באשלאסן צו מאכן פרייליך א יודיש הארץ. ס'קען זיין אז יענעם פעהלט גארנישט, אבער פון וואו קען איך דאס וויסן ? איז דאס מעגליך צו וויסן ? איז מעגליך צו וויסן ווער עס דארף א גוט ווארט?

אפילו די וואס זיי וואלטן ווען געקענט נוצן א גוט ווארט, זיי זענען דוקא די וואס שטופן אוועק. זיי בלאזן פון זיך אזא 'עטיטוד'. "קום מיך נישט זאגן חיזוק. איך דארף עס נישט..." אז דו געסט אזא עדיטוד, האב נישט קיין טענות... <-

ט: וואס נאך ?

ק: פארפאסט א געלעגנהייט פון 'קאנעקשאן'.

ט: וואס נאך?

ק: פארפאסט א געלעגנהייט פאר א Emotional Feeling וואס קומט פון קאנעקשאן.

ט: וואס נאך?

ק: די זעלבע זאך.

ט: ענדיגן דעם זאץ פון די פלאץ אין מיר וואס וויל אריינכאפן די גוטע געפיל פון קאנעקשאן: אויב איך גיי נישט אויך אריינכאפן די גוטע געפיל פון קאנעקשאן...

ק: ווער גייט זיין מיין חבר אין ישיבה.

-> ס'מוז נישט זיין אז די סיבה פאר'ן האבן דעם סימפטאם, קומט פון א דערמאנונג, נאר דאס נישט האבן קאנעקשאן, ברענגט ארויף דעם זעלבן Sense Of Self וואס איך האב געהאט דעמאלטס <-

ט: וואס נאך קומט ארויס ?

ק: גיי איך דשאסט פילן אליין.

-> כנ"ל <-

ט: וואס נאך?

ק: גיי איך בלייבן אן חברים אזוי ווי אין ישיבה. אומבא'טעמ'ט. אליין. אן חברים. נישט געווען גוט.

ט: וואס נאך?

ק: די זעלבע זאך.

ט: זאגן: אויב איך גיי בלייבן אן די גוטע געפיל פון 'קאנעקשאן'. גייט ער האבן Pain.

ק: קלייענט איז צעמישט.

ט: עס נאכאמאל זאגן.

ק: ס'איז פאני, און איך ווייס נישט צו ס'האט א שייכות.

ט: וואס ?

ק: ס'קומט מיך ארויף וויאזוי א חבר מיינער האט מיך געבעטן: ווער צוריק גוט מיט מיך. גריס מיך. בלייב נאנט.

ט: זאגן: אויב איך גיי נישט שפירן די Emotional Connection, מיינט עס אז איך בין אויס זיין חבר. און דאס צערייסט קשר.

ק: ס'צערייסט טאקע.

ט: איך מוז יעדעס מאל מאכן זיכער אז איך שפיר ווייטער די עמאושענעל געפיל.

ק: שמייכלט. אז נישט וועט ער האבן טענות: וויאזוי האסטו מיך איבערגעלאזט. אליין אויפן וואסער.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז - ב"ה - ס'געלונגען, איך האב געמאכט גוטע סעשאנ'ס, און די סימפטאם איז אינגאנצן אוועקגעגאנגען. איך גריס אים פון די פאזישאן אז אלעס האט זיך פארהיילט. ענדליך...

ק: איך האב געמיינט אז איך גיי שפירן 'ווערדלאז', למעשה שפיר איך נישט די 'ווערדלאזיגקייט'. אבער איך גיי נישט ווערן איבערראשט אויב איך דארף פארזעצן מיט דעם סימפטאם. אדרבה. והשם יעזור.

ט: זאגן: אויב איך גיי בלייבן אן די גוטע געפיל פון 'קאנעקשאן', און איך גיי גיין פלעין ווייטער. גייט ער האבן Pain אזוי ווי איך האב געהאט אלץ בחור'ל.

ק: ס'מאכט נישט קיין סענס אזוי צו זאגן. איך האב אים דאך געגריסט.

ט: זאגן: אויב איך גיי בלייבן אן די גוטע געפיל פון 'קאנעקשאן', און איך גיי גיין פלעין ווייטער. גייסטו האבן Pain אזוי ווי יענע חבר וואס האט געוואלט אז איך זאל צוריק באנייען די קשר און נישט זיין קאלט.

ק: דאס האט נאך ביי מיר א אמת'ע פאקט.

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווי איך גריס אים, און דער ספעציעלע ריספאנס געשעהט נישט. און איך גיי ווייטער, נעקסט. וואס איז אומבאקוועם? איך גריס אים און איך גיי ווייטער נעקסט... וואס איז אומבאקוועם אויב עס קומט נישט פאר דער 'ריספאנס'. (ווען א ריספאנס געשעהט נישט, מיינט עס אז די טריק וואס די פסיכיק נוצט צו דערגרייכן א געוויסע ציהל, געשעהט נישט.)

ק: איך שפיר אליין און ווערדלאז.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, אז איך גריס אים, איך גיי דשאסט ווייטער, אבער איך שפיר גארנישט אליין און ווערדלאז. נאר איך שפיר אז מיט דעם אלעם, אפילו איך בין געגאנגען ווייטער בין איך נאך אלץ ווערד, און גוט, און בכלל נישט אליין. וואס איז אומבאקוועם, אויב עפעס ?

ק: יענער ווערט צוטרעטן, און איך גיי מיך ווייטער ?

ט: צוטרעטן ?

ק: איך האב מיך נישט גערעכנט מיט זיינע געפילן.

ט: נישט גערעכנט מיט זיינע געפילן ? זאגן אזוי: גרויסע מענטשן זענען אחריות צו מאכן זיכער אז די קלענערע ארום זיי האבן גוטע געפילן. די ארבעט וואס מ'דארף אריינלייגן דערין איז ענדלאז.

ק: ס'שטומט.

-> אויף דעם האב איך שוין געמאכט א צעטיל: איך פארשטיי יעצט אז דו פאדערסט פון מיר מיין ‘רחמנות’, צו דארפסטו יעצט טאקע פון מיר ‘עפעס’, אדער וויל איך יעצט פשוט נישט ווערן באוואוסטזיניגט אז איך קען נישט מאכן חברים, און ביים דאס וויסן מוז איך שפירן ‘ווערדלאז’, ווייל אויב איך וועל שפירן יא ווערד ביים דאס וויסן, ערווארט איך צו פארלירן דאס ביסל כח זיך צו מאכן חברים... און קאנעקשאן...


מיך זעהט אויס, אז מיין מיינד וועט זוכן צו געבן די מיינונג אז ס'פעלט אויס מיין רחמנות, ווייל אזוי האב איך די Emotional Response וואס קומט פון קאנעקשאן. סאו, איך אדרעסיר פארוואס איך מוז האבן דעם התחברות. נישט אז איך מוז עס האבן. <-

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווי איך גריס אים, און דער ספעציעלע ריספאנס געשעהט נישט. און איך גיי ווייטער, נעקסט. וואס איז אומבאקוועם? איך גריס אים און איך גיי ווייטער נעקסט... וואס איז אומבאקוועם אויב עס קומט נישט פאר דער 'ריספאנס'. (ווען א ריספאנס געשעהט נישט, מיינט עס אז די טריק וואס די פסיכיק נוצט צו דערגרייכן א געוויסע ציהל, געשעהט נישט.)

ק: איך טרעף מיך מיט מיין 'ווערדלאזיגקייט'.

ט: זיך פרעגן אליין: פארוואס פיל איך ווערדלאז אויב איך גיי דשאסט ווייטער?

ק:

ט: זאגן: איך גיי דיך יעצט גריסן, און איך גיי גיין דשאסט ווייטער. איך קוק שוין אויף די וועג וואס איך גיי גיין ווייטער. איז דא א Part אין מיך וואס איז נישט אזוי מסכים דערצו, אז איך זאל אזוי טון וואס איך גיי יעצט טון ?

ק: איך האב ליב צו זעהן וויאזוי זאכן גייען זיך אויסקאכן.

-> יעצט, נאכן סעשאן, פארשטיי איך, אז די סיבה פארן וועלן זעהן וואס ס'גייט זיך אויסקאכן, איז דשאסט א טריק פון מיין מיינד צו זוכן עמאושענעל דשוס פון קאנעקשאן. און דער עיקר איז: פארוואס דארף איך דעם התחברות. <-

ט: פרעגן דעם Part, וואס דארף זיך דא אויסקאכן? ענטפער מיר מיט אן אמת, וואס דארף זיך דאס אויסקאכן ?

ק: איך וויל מעסטן ווי נאנט ער איז צו מיר.

ט: זאגן: אויב איך גיי נישט מעסטן ווי נאנט דו ביסט צו מיר, אויב איך גיי מיך בכלל נישט רעכענען מיט דיין ריספאנס... איך גיי דיך גריסן אזוי איך גריס יעדעם איינעם, און איך גיי גיין דשאסט ווייטער, ערווארט איך אז...

ק: ערווארט איך אז איך גיי נישט וויסן ווי איך האלט מיט אים...

ט: דאס פרעג איך: פארוואס דארף איך וויסן וואו איך האלט מיט אים, וואס איז אומבאקוועם דשאסט צו גיין ווייטער מיין לעבן אן וויסן ?

ק: איך דארף וויסן וואו איך האלט מיט יעדע מענטש.

-> דאס איז ווייטער א טריק פון מיין מיינד, זיך צו פארהוילן פונעם אמת. <-

ט: יעדע מענטש וואס איך גריס שפיר איך אזא כאילו א גאנצע זאך ?

ק: א מענטש וואס איז צוקריגט.

ט: וואס גייט זיין אויב איך לעב מיט דעם אז ער איז נישט צוקריגט, אלעס איז גוט. עס פעהלט נישט אויס קיין שום מענטענענס.

ק: איך טרעף מיך מיט מיך אליין.

ט: און ? וואס איז אומבאקוועם צו וויסן אז ער איז נישט צוקריגט, אלעס איז גוט, עס פעהלט נישט אויס קיין שום מענטענענס, קיין שום גאנצע זאך, קיין שום 'פאני', ס'פעהלט נישט אויס, וויסן אז איך בין מיט אים פונקט ווי יעדעם, נישטא קיין שום אישוס, אלעס איז גוט, און איך טרעף מיך מיט מיך אליין. אזוי ווי יעדער וואס האט זיך זיין אייגן נארמאל לעבן חי יום יום, וואס איז צו זיין אזוי, וואס איז ?

ק: יעדער איז מצליח, נאר איך בין עפעס אזוי קליין. אזא לא יוצלח...

-> דאס איז פארוואס איך דארף האבן די Emotional Response וואס איך דערגרייך מיט א קאנעקשאן. <-

ט: וואס נאך קומט ארויף

ק: איך קום פנים אל פנים מיט מיינע אי הצלחות

ט: וואס נאך קומט ארויף ?

ק: איך טרעף מיך מיט אייגענע פראבלעמען מיט וואס איך קען מיך נישט אן עצה געבן.

ט: וואס נאך קומט ארויף ?

ק: די ווייטאג פון מיינע אי הצלחות

ט: וואס נאך?

ק: א גארנישטקייט צוליב מיך אליין.

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווי איך גריס אים, און דער ספעציעלע ריספאנס געשעהט נישט. און איך גיי ווייטער, נעקסט. וואס איז אומבאקוועם? איך גריס אים און איך גיי ווייטער נעקסט... אויב עס קומט נישט פאר דער 'ריספאנס'. (ווען א ריספאנס געשעהט נישט, מיינט עס אז די טריק וואס די פסיכיק נוצט צו דערגרייכן א געוויסע ציהל, געשעהט נישט.)

ק: איך בלייב מיט א געפיל וואס איך האב טאקע נישט פיינט, איך האב עס אבער נישט ליב, ס'האט נישט קיין שום לעבהאפטיגקייט. טרוקן און פלעין.

ט: זאגן: אויב איך גיי בלייבן מיט דעם עץ יבש געפיל, ערווארט איך אז ?

ק: צו פארלירן חברים

ט: יא, דער געפיל איז "פארלוירן א דשוס פון א חיבור". אבער וואס ערווארט איך, אויב איך גיי זיך האלטן דערין ?

ק: אז איך גיי שוין אייביג בלייבן אזוי. טויט.

-> א מיינד פון א מענטש איז צומאל אזוי עקשנות'דיג... די כלל איז אבער: נישט די שלאס איז עקשנות'דיג, די שליסל איז נישט די ריכטיגע. די סיבה וואס קוקט יעצט אויס פארוואס איך מוז האבן דעם ריספאנס איז, ווייל איך ערווארט אז איך גיי שוין אייביג פארבלייבן אזוי. ס'דא אסאך מאל ווען א מענטש אנטלויפט פון א געפיל, פשוט ווייל ער ערווארט אז אויב ער אנטלויפט נישט, בלייבט ער אויף אייביג אזוי. די איינציגע וועג איז זיך איבערצייגן אז ס'געשעהט אנדערש. אדער אנדערע זאכן, והמשך יבוא אי"ה. <-

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווי איך גריס אים, און דער ספעציעלע ריספאנס געשעהט נישט. און איך גיי ווייטער, נעקסט. וואס איז אומבאקוועם? איך גריס אים און איך גיי ווייטער נעקסט... אויב עס קומט נישט פאר דער 'ריספאנס'. (ווען א ריספאנס געשעהט נישט, מיינט עס אז די טריק וואס די פסיכיק נוצט צו דערגרייכן א געוויסע ציהל, געשעהט נישט.)

ק: איך גיי בלייבן א דומם. אן האפענונג אז ס'וועט נאך אמאל אריינקומען אין מיר א לעבעדיגע ווייער. מיך צו געבן חיות. איך ערווארט אז איך וועל שוין אייביג אזוי פארבלייבן.

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווי איך גריס אים, און דער ספעציעלע ריספאנס געשעהט נישט. און איך גיי ווייטער, נעקסט. וואס איז אומבאקוועם? איך גריס אים און איך גיי ווייטער נעקסט... אויב עס קומט נישט פאר דער 'ריספאנס'. (ווען א ריספאנס געשעהט נישט, מיינט עס אז די טריק וואס די פסיכיק נוצט צו דערגרייכן א געוויסע ציהל, געשעהט נישט.)

ק: זיין אן א Emotional Response מיינט, אז איך בין א שטיק צעמענט. וואס פון דארט וועל איך שוין נישט ארויסקומען קיין לעבעדיגער.

די צעטיל איז: איך וויל דיך יעצט גריסן. בין איך גרייט צו גריסן אן האבן דעם איבעריגן "ריספאנס", און דשאסט גיין ווייטער, און שוין ? ווייל אין די סעשאן איז קודם ארויפגעקומען אז דערפאר מוז איך האבן דעם ריספאנס ווייל איך וויל נישט ווייטון דיינע געפילן, אבער נאכדעם איז ארויפגעקומען אז איך דארף די געלעגנהייט צו קענען האבן די ריספאנס וואס קומט פון די עמאושענעל קאנעקשאן. ווייל גריסן יעצט אן א Emotional Response מיינט, אז איך גיי בלייבן א שטיק צעמענט וואס פון דארט וועל איך שוין קיינמאל נישט ארויסקומען קיין לעבעדיגער. און צו וועט דשאסט גיין ווייטער צערייסן די קשר ? און צו דארף איך האבן דעם עמאושענעל ריספאנס, דשאסט צו אנטלויפן פון שפירן מיין צעקלאפטקייט לגבי אז יעדער איז מצליח אבער איך נישט ? וואס גייט טאקע געשעהן ?

המשך יבוא והשם הטוב יעזור. אז איך זאל זיין געזונט און שטארק בנפש ובגוף, ברוחניות.
samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך samuel »

נשמה, האט איהר געטראכט אמאל פון אזא פַאקטָאר אז אוי-סי-די וועט קומען צו גיין ווען מען איז אונטער'ן אביוז, אדער מעהר פונקטליך - ווען מען לאזט זיך קאנטראלירן די מיינד? אין איין ווארט?
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”