בלאט 1 פון 1

הילף ארגענזציעס אין מאנסי

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:22 am
דורך ויתן לך
איינער ווייסט פון ארגענזעישנס אין מאנסי וואס שטעלן צו, צו קאכן סעודות שבת, און אויך טאג טעגליך פאר משפחות
עס רעדט זיך פון א משפחה (פון מיינס א באקאנטער) וואס האט אפאר קינדער מיט ספעשל ניד בגוף ובנפש ל"ע, און די מאמע ברעכט זיך ממש אינטער!!!

ולמצוה רבה יחשב!

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:14 am
דורך nmi
כ'ווייס פון א עלנדע פרוי ל"ע וואס ס'איז איינגעטיילט אויף יעדען טאג פון די וואך ברענגט אן אנדערע שכן צו עסן. שבת ווייסעך נישט וואס זו טוט.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:25 am
דורך רצון טוב
nmi האט געשריבן:כ'ווייס פון א עלנדע פרוי ל"ע וואס ס'איז איינגעטיילט אויף יעדען טאג פון די וואך ברענגט אן אנדערע שכן צו עסן. שבת ווייסעך נישט וואס זו טוט.

עס איז דא צוגעשטעלט אין מאנסי געקאכטע סעודות שבת געדענק איך נישט גענוי די אינפא פין די וואס טוען אין דעם
תומכי שבת ווייסט געווענליך די פרטים

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:55 am
דורך געוואלדיג
עס איז דא קרית יואל ארגעניזאציע וואס שיקט שבת'דיגע עסן אויך קיין מאנסי, איך וועל מברר זיין די #

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:58 am
דורך פעטער שמואל
מפעל עזר ישעי לעצטנס עדווערטייזט אין קול הציבור
845-671-9851

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 11:57 am
דורך קדוש ונורא
פעטער שמואל האט געשריבן:מפעל עזר ישעי לעצטנס עדווערטייזט אין קול הציבור
845-671-9851


דיע נומבער ארבעט נישט
איז דא אפשר א נייע נומבער?

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 12:20 pm
דורך פומפדותא
איך וועל דיר פרובירן שאפן די נומבער.

די עול פון די ארגענאזאציע ליגט אויף א יחיד.
וואו איך פארשטיי דארף ער הילף צו קענען ווייטער אנגיין.

אפשר וואלט כדי געוועהן צו מאכן א קאמפיין דא אויפן וועלטעל, צו העלפן די ארגענאזאציע וואס העלפט בתשועת חן יעדן נויטבאדארפענדע דא אין שטאט.

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 1:07 pm
דורך ממה נפשך
קופת עזרא

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 1:33 pm
דורך פומפדותא
קופת עזרא שטעלט נישט צו קיין נאכטמאל.

מפעל עזר ישעי איז די איינציגסטע ארגענאזאציע דא אין שטאט וואס דעליווערט אהיים פרישע געקאכטע נאכטמאל פאר משפחות.

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 1:41 pm
דורך yid
פומפדותא האט געשריבן:קופת עזרא שטעלט נישט צו קיין נאכטמאל.

מפעל עזר ישעי איז די איינציגסטע ארגענאזאציע דא אין שטאט וואס דעליווערט אהיים פרישע געקאכטע נאכטמאל פאר משפחות.


They are closed for the next seven weeks if someone can do something that people should help supper it would be a big mitzva

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 1:51 pm
דורך פומפדותא
אפעציעל האבן זיי צוגעמאכט פאר די זומער, ווייל די קעכער איז געפארן אין קעמפ.

זיי האלטן אין איין באקומען טעלעפאון קאלס פון מענטשען וואס בעטן מען זאל זיי שיקן עסן, זיי ווילן נעמען א קעכער און צוריק אנהייבן קאכן, די פראבלעם איז ליידער געלט, מען רעדט נישט פון קיין גרויס געלט, אפאר טויזענט דאלער אין די זאך קען זיין מסודר.

פאר נישטיגע $25,000 קען די קאך זיין צוריק אפען.

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 2:22 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

ביודעי ומכירי זיי טוען געוואלדיגע זאכן, מ'קען רופן דירעקט כלי ראשון אויף 347-228-5132.

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 2:23 pm
דורך דניאל אויערבאך
פומפדותא האט געשריבן:פאר נישטיגע $25,000 קען די קאך זיין צוריק אפען.

"נישטיגע". :roll:

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 6:38 pm
דורך פומפדותא
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:פאר נישטיגע $25,000 קען די קאך זיין צוריק אפען.

"נישטיגע". :roll:

מען מאכט היינט charidy קאמפיינס פאר מיליאנען דאלער, דא איז סכה"כ $25,000, לפי ערך דארף עס זיין זייער גרינג צו צו צוזאמשטעלן.

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 7:16 pm
דורך צו געזונט
ר' דוד זינגער פון קרית יואל ליגט מיר אין קאפ האט אזא ארגאניזאציע. מען דארף נאר אנקלונגען און בעטן. זיי פערלאנגען גארנישט מער פון דעם