איך דארף חיזוק - מיין תפילין איז פסול
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
איך דארף חיזוק - מיין תפילין איז פסול
רבותי איך דארף ערנסטע חיזוק.
איך האב היינו אריינגעגעבן מיינע תפילון צ'י בודק זיין.
אין יא דעי פאון קאלל פין וואס קיינער ויל נישט הערן איז געקימען. אינגערמאן טייערע דיין תפילון איז פסול.
חברה סאיז נישט קיין געלעכטער. איך גיי ארום אן א קאפ.
ווי אזוי בין איך זיך מחזק. ? וויסענדיג אז איך נישט געלייגט כשרע תפילון פאר יארען.

- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8823
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
- שמואל אלצווייסער
- שר האלף
- תגובות: 1318
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
אז דער זעלבע באשעפער וואס האט געהייסן לייג תפילין האט צוגעפירט אז דאס זאל געשעהן!!
איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס דו פילסט, אבער דאס איז זיכער אז דער אייבערשטער האט עס משום איזהו סיבה שהוא צוגעפירט אזוי און זיך ארומדרייען צוזעצט וועגן דעם איז בלי ספק מעשה יצר.

איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
- ישוב הדעת
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
- לאקאציע: רעקליינער
איך קען נישט דיין מציאות, אבער עס איז דא א זאך ווי חזקה , דאס הייסט אז אויב ווייסט מען אז עס איז געווען כשר, זאגט די תורה אז עס איז כשר ביז די זעהסט אז עס איז פסול, חוץ אויב עס איז דא א ריעותא, למשל עס איז געווען אין הייסע קאר פאר א לאנגע צייט, דעמאלטס איז עס ביז ווען די ריעותא האט פאסירט..
מען פארציילט אויף א קאצק׳ער חסיד , וואס די משפחה האט געטראפן ביי אים פסולע תפילין ווען ער איז געווען שוין א זקן מופלג, און זיי האבן געזוכט א וועג אים מודיע זיין מיט כל מיני איידעלע רמזים אז ער זאל נישט אראפ גיין פון זינען,
ביז ער האט געכאפט וואס גייט פאר, האט ער זיך גענומען טאנצען און שפרינגען מיט גרויס שמחה, די משפחה האט געמיינט אז נעבעך יצא מדעתו רח״ל..
ווען ער האט זיך בארואיגט האט ער מסביר געווען זיין גרויס שמחה, אז ברוך השם דער רבוש״ע האט רחמנות געהאט אויף אים אז ער זאל נאך זוכה זיין צו מקיים זיין מצוות תפילין פאר ער גייט, ער וואלט דאך געקענט דורך גיין זיין גאנצע לעבן בלי הנחת תפילין.

By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
קודם פריי דיך אז עס טוט דיר וויי, ליידער נישט יעדער וואלט געהאט אזאלעכע ווייטאג וועגן דעם אז עס טוט וויי מיינט אז די נערוו לעבט
ווייסט וואספארא שמחה עס איז אויבן און הימעל א איד איז צובראכן נישט ווייל ער האט נישט קיין געלט נישט ווייל ער איז ח"ו קראנק נישט פאר סיי וואספארא גשמיות'דיגע פראבלעם נאר ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער האט נישט זוכה געווען צו טון די הייליגע מצוה פון תפילין

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
צדקת הצדיק ק
זעה וואס איך האב געמאכט באלד.
תשובה היינו שמשיב אותו דבר אל השם יתברך, ר"ל שמכיר שהכל פועל השם יתברך כחו, אפי' המחשבה טרם נוצרה בלבו של אדם, כמשאז"ל. נמצא הש"י נתן לו כח אז גם בהעבירה, ועי"ז אחר התשובה הגמורה הוא זוכה שזדונות נעשין זכיות כי גם זה הי' רצון השם יתברך כך, כמ"ש בשבת (פט:) אם יהי' חטאיכם כשנים כו'.
וכענין שאמרו ז"ל על הפסוק נוֹרָא עֲלִילָה עַל בְּנֵי אָדָם. וכד"ש דוד המע"ה לְמַעַן תִּצְדַּק בְּדָבְרֶךָ. ר"ל לכך נטלה ממנו הסייעתא, ואם כן הוא ממש כזכיות מאחר שגם זה רצון השם יתברך.
וז"ש וַחֲסִידֶיךָ יְרַנֵּנוּ . ואמרו ז״ל אלו רשעי ישראל כו'. וכן על הפסוק אִסְפוּ לִי חֲסִידָי כֹּרְתֵי בְרִיתִי עֲלֵי זָבַח (כמש"ש). פירוש כי חסיד הוא הנוטה משורת הדין להתחסד, וכן רשע נוטה משורת הדין להרשיע,
וכשיפתח השם יתברך לעתיד אחר התשובה הגמורה ויכירו הכל כח מלכותו, נמצא הזדונות שהיו נטי' משורות הדין, היו חסידות כיון שלא היו נוטים מאמיתות רצון השם יתברך. ודייק חסידי וחסידיך ולא חסידים, רק שאצל השם יתברך הם קרויים חסידים ולא לעיני בני אדם.
זעה וואס איך האב געמאכט באלד.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
איינס האט געשריבן:צדקת הצדיק קתשובה היינו שמשיב אותו דבר אל השם יתברך, ר"ל שמכיר שהכל פועל השם יתברך כחו, אפי' המחשבה טרם נוצרה בלבו של אדם, כמשאז"ל. נמצא הש"י נתן לו כח אז גם בהעבירה, ועי"ז אחר התשובה הגמורה הוא זוכה שזדונות נעשין זכיות כי גם זה הי' רצון השם יתברך כך, כמ"ש בשבת (פט:) אם יהי' חטאיכם כשנים כו'.
וכענין שאמרו ז"ל על הפסוק נוֹרָא עֲלִילָה עַל בְּנֵי אָדָם. וכד"ש דוד המע"ה לְמַעַן תִּצְדַּק בְּדָבְרֶךָ. ר"ל לכך נטלה ממנו הסייעתא, ואם כן הוא ממש כזכיות מאחר שגם זה רצון השם יתברך.
וז"ש וַחֲסִידֶיךָ יְרַנֵּנוּ . ואמרו ז״ל אלו רשעי ישראל כו'. וכן על הפסוק אִסְפוּ לִי חֲסִידָי כֹּרְתֵי בְרִיתִי עֲלֵי זָבַח (כמש"ש). פירוש כי חסיד הוא הנוטה משורת הדין להתחסד, וכן רשע נוטה משורת הדין להרשיע,
וכשיפתח השם יתברך לעתיד אחר התשובה הגמורה ויכירו הכל כח מלכותו, נמצא הזדונות שהיו נטי' משורות הדין, היו חסידות כיון שלא היו נוטים מאמיתות רצון השם יתברך. ודייק חסידי וחסידיך ולא חסידים, רק שאצל השם יתברך הם קרויים חסידים ולא לעיני בני אדם.
זעה וואס איך האב געמאכט באלד.
פארגעסן צוצושרייבן
צדיקים ילכו בם וכו׳
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Haklal האט געשריבן:עס קומט נישט דא אריין יעצט פארן חיזוק פין ידידינו החשוב אבער איך טריי צי פארשטיין פארוואס זאל א סופר זאגן אז עס איז פסול, פארוואס זאל ער עס נישט אליין פיקסן, וועגן וויאזוי ער וועט מאכן זיין געלט פארן פיקסן האב איך אסאך עצות
איך וויל נישט פארפירן דעם אשכול, אנטשולדיגט
עס איז די בתים נישט די פרשיות. אין מקען עס נישט פיקסן.
אויב די דארפסט באמת חיזוק וואלט איך דיר געראטן אריינצוגיין צו א רב אן עובד ה' און עס דורכשמועסן פערזענליך מיט אים. אייוועלט איז גיט צו שטופן צייט מיט גיטע זאכן, אבער פאר אן ערנסטע ענין איז בעסער צו פערזענליך דורכצורעדן מיט אן ערנסטע איד, און טאקע נאך היינט. (פאר די בארואיגסט דיך)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
תשובה מאהבה מהפכים חובות לזכויות
יעדע זאך וואס גישענט, קען האס מהפך זיין אויף זכות אויב מ'נעמט די דאך אליין און מ'מאכט מיט דעם מצוות.
אערנשטן, אז מ'איז מזכה את הרבים, מודיע פאר דאך אידן זאל איבער קוקן די תפילין, קען ברייגען א תיקון.
און אויכעט האב איך גיערט פון א גורסער רבי, וואס האט גיגעבן א תיקון פאר איינער וואס האט פארגעסן לייגע תפילין איין דאג, זאל הער לערנן הלכות תפילין, פון די גמ', טור ב"י, ביז שו"ע מיט נושא כלים. אפשר איז האס א תיקון אויף דעם אויכעט...
ועוד והוא העיקר, אז און דארפן זאך אויס לערן, די חשיבות פון יעדע מצות. יענר וואס האט זיין תפילין אין פסול גיווערן, האט שיין נישט קיין שאלות: אויף וואס ועט הער תשובה טאן אלול מיט ראש השנה... און מיר דארף זאך אויס לערן פון העם דער לב נשבר, די הרגשה פון וואס מיינט נישט טאן א מצווה, אדער טען א עבירה.

- תגובות: 1928
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am
Jobless האט געשריבן:רבותי איך דארף ערנסטע חיזוק.
איך האב היינו אריינגעגעבן מיינע תפילון צ'י בודק זיין.
אין יא דעי פאון קאלל פין וואס קיינער ויל נישט הערן איז געקימען. אינגערמאן טייערע דיין תפילון איז פסול.
חברה סאיז נישט קיין געלעכטער. איך גיי ארום אן א קאפ.
ווי אזוי בין איך זיך מחזק. ? וויסענדיג אז איך נישט געלייגט כשרע תפילון פאר יארען.
טאנץ און פריי דיך אז היינט גייסטי לייגן כשר'ע תפילין !
Haklal האט געשריבן:עס קומט נישט דא אריין יעצט פארן חיזוק פין ידידינו החשוב אבער איך טריי צי פארשטיין פארוואס זאל א סופר זאגן אז עס איז פסול, פארוואס זאל ער עס נישט אליין פיקסן, וועגן וויאזוי ער וועט מאכן זיין געלט פארן פיקסן האב איך אסאך עצות
איך וויל נישט פארפירן דעם אשכול, אנטשולדיגט
ווען עס פעלט אן אות אדער א ווארט איז עס בע"כ אייביג געווען פסול אין מ'קען עס נישט פיקסן.
דזשאבלעסס, אזוי ווי רוב עולם עצה'ט. גיי פערזענליך אראפ צו אן ערליכן איד.
פארהאן א מימרא דאכציך בשם הה"ק ר' אברהם קאליסקער וועלכער האט געזאגט פאר א גאר פשוטן איד
ס'לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר, און ליידן יסורים בעולם הזה ובעולם הבא, אבי אפילו נאר 'איינמאל' לייגן תפילין! אפילו אויפן פשוט'סטן אופן ווי דו לייגסט!
[יש מוסיפים שאמר זאת על תפילין פסולים, אבל כבר מחו על זה חס ושלום לומר כן]
סאו מכאן ואילך.... א גאלדגרוב האסטע געפינען!
וכדי ללמוד התחלת ספר 'דרך מצותיך' להצמח צדק

אגב, די קעפל פון די ארטיקל איז נישט ריכטיג. ווען מען זעהט פונדערויסן די ווערטער "איך דארף חיזוק" קען מען מיינען אז מען בעט דא חיזוק אין אלגעמיין, למעשה בעט ער חיזוק אויף א ספעציפישע מעשה. לכאורה בעסער צו טוישן ארטיקל "איך דארף חיזוק-געלייגט פסול'ע תפילין"
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
פריטלעך האט געשריבן:ומכאן הקריאה יצאת. רבותי. גייטס בודק זיין די תפילין פעמים בשבוע (שמיטה) כמובא בספרים. און דווקא מיט א קאמפיוטער!
אין ספרים שטייט נישט אז מען מיז מיט א קאמפיוטער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- כשרע טעלעפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 666
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
ראספשע האט געשריבן:פארהאן א מימרא דאכציך בשם הה"ק ר' אברהם קאליסקער וועלכער האט געזאגט פאר א גאר פשוטן איד
ס'לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר, און ליידן יסורים בעולם הזה ובעולם הבא, אבי אפילו נאר 'איינמאל' לייגן תפילין! אפילו אויפן פשוט'סטן אופן ווי דו לייגסט!
[יש מוסיפים שאמר זאת על תפילין פסולים, אבל כבר מחו על זה חס ושלום לומר כן]
סאו מכאן ואילך.... א גאלדגרוב האסטע געפינען!
וכדי ללמוד התחלת ספר 'דרך מצותיך' להצמח צדק
די מימרא האט ער געזאגט פאר אן אלטן איד וואס האט זיך אפגערעדט אז ער האט שוין נישט קיין כח צו לעבן, ער וויל שוין שטארבן. האט ער אים דאס געזאגט אז עס לוינט זיך וכו'.
טאנץ פאר שמחה אז דו ביזט יעצט געוואויר געווארן און נישט ביי די 90 יאר,
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
סידיראם האט געשריבן:פריטלעך האט געשריבן:ומכאן הקריאה יצאת. רבותי. גייטס בודק זיין די תפילין פעמים בשבוע (שמיטה) כמובא בספרים. און דווקא מיט א קאמפיוטער!
אין ספרים שטייט נישט אז מען מיז מיט א קאמפיוטער.
מערקט די פינטעלע (פיריעד בלע"ז) אין מיין תגובה.
אין איך בלעים דיך נישט, וועל איך דיר דערציילן אז איך האב מיטגעהאלטן ווי א 20 יעריגע בחור איז געוואר געווארן אז ס'האט געפעלט "א ווארט" אין זיין תפילין וואס ער האט געלייגט זייט די בר מצוה! פירושים מיותרים.
(אגב, כפי זכרוני האב איך געזען ברענגען פון הרב וואזנער ז"ל ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די קאמפיוטער בדיקות, אז היינט איז נישט דא די קאנציטרירונג ביים שרייבן ווי ס'איז געווען אינדעראלטער היים ווי דער אלגעמיינער מענטש וכ"ש א סופר האט געהאט מער הרחבת הדעת. ממילא פעלט מער אויס בודק צו זיין היינט ווי אמאל.)
Haklal האט געשריבן:עס קומט נישט דא אריין יעצט פארן חיזוק פין ידידינו החשוב אבער איך טריי צי פארשטיין פארוואס זאל א סופר זאגן אז עס איז פסול, פארוואס זאל ער עס נישט אליין פיקסן, וועגן וויאזוי ער וועט מאכן זיין געלט פארן פיקסן האב איך אסאך עצות
איך וויל נישט פארפירן דעם אשכול, אנטשולדיגט
פינקט ווי דיר, וויפל איך ווייס זאגן נישט אויס קיין סופרים אזא זאך.
און צו דיר בעל דזשאבלעס, אפשר איז עס געווארן פסול נעכטען ? סמיז נישט זיין אז האסט אפי' איין טאג געלייגט פוסלע תפלין. (חוץ אויב סאיז קיינמאל כשר געווען)