די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אויב איר פרעגט לגבי מארטגעדזשעס אויף קאמערציאלע אדער מאלטיי-פאמיליע בנינים, האט שוין פערספעקטיוו געשריבן אז די קאמערציאלע לענדערס האבן זייערע אייגענע גיידליינס.

לגבי טראדיציאנאלע רעזידענטשאַל מארטגעדזשעס, איז לייגן א פראפערטי אויף אן LLC לכאורה קיין אפציע מיט רוב בענק.

* * *
פעני מעי\פרעדי מעק ערלויבן אפיציעל צו לייגן א פראפערטי אויף א ריוואוקעבּל טראסט. אבער יעדע באנק קען אויך האבן זייערע אייגענע גיידליינס.

גרענטאָר - דער וועלכער מאכט די טראסט:
דער לוה וועלכער ווערט אפראווד פאר די מארטגעדזש מוז אויך זיין די גרענטאָר פונעם טראסט. (די טראסט מעג אויך האבן נאך גרענטארס.)

טראסטי -- מענעדזשער, בעל אחראי:
די טראסטי קען זיין א) איינע פון די גרענטארס, אפילו אויב יענער איז נישט די לוה. ב) אן אינסטיטוציע (א באנק, וכדו')

בענעפישיערי -- די פערזאן(ען) פאר וועם מען האט געמאכט די טראסט:
דער לוה מוז זיין די פריימערי בענעפישערי פונעם טראסט.

ביים קלאוזן וועלן די דיעד און די מארטגעדזש (משכון) -- די דאקומענטן וועלכע ווערן רעקארדירט מיט די קאונטי קלערק -- זיין אין די נאמען פונעם טראסט, אונטערגעשריבן דורך איינע פון די טראסטיס.
די נאָוט (הלוואה) און די אנדערע לעגאלע דאקומענטן וועלן זיין אין די נאמען פון די לוה, אזוי ווי ביי א געווענליכע מארטגעדזש.

שמועס עס דורך מיט א מארטדעדזש בראוקער וועלכער פארשטייט דערצו. אויך מאך זיכער אז די לאויער וועלכער שרײבט די טראסט פארשטייט קלאר די באנק'ס גיידליינס לגבי טראסטס.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Cash-Out refi / Refinance

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

א 'ריפיינענס' מיינט, א מארטגעדזש וואס ווערט ארויסגענומען אויף א הויז וואס באלאנגט שוין צו דיר. א מענטש קען נעמען א מארטגעדזש פאר'ן צוועק פון קויפן א הויז (ויקרא שמו בלשון ארמי 'מארטגעדזש סתמא'), אדער קען ער גיין צו דער באנק און בעטן א מארטגעדזש אויף א הויז וואס ער האט שוין פריער אפגעקויפט; ער גייט ריפיינענסן, ווידער-פינאנצירן, א פראפערטי וואס געפינט זיך שוין ביי אים.

ביידע פון די צוויי אידן, Cash-Out refi און Refinance, רעדן פון א מארטגעדזש וואס ווערט ארויסגענומען אויף א פראפערטי וואס דו האסט שוין פריער געקויפט און געפינט זיך שוין אינגאנצן אין דיין רשות. דער חילוק פון זיי איז, אז א פשוט'ער refinance גייט אויסשליסליך צו באצאלן א פריערדיגן מארטגעדזש אויפ'ן זעלבן הויז; ווידער מיט א Cash-Out refinance בלייבסטו נאכ'ן אפצאלן דעם מארטגעדזש נאך איבער מיט געלט אין טאש.

די סיבה פאר א ריפיינענס איז נישט דער זעלבער ווי יענעם באלעבאטישן איד וואס 'דרייט מיט געלט' -- צאלט איין אויסגעמעלקטן קרעדיט קארטל מיט'ן נעקסטן וחוזר חלילה. (וועמען וויל ער איינרעדן אז פון איין עמעזאן-ביזנעס מיט זיבן נארישע ליסטינגס קען ער זיך אויפרייסן מיט א 150-טויזנט דאלארדיגע חתונה. כ'מיין, טו מיר א טובה!) אזא ריפיינענס איז מער אזא "מצא אחרת נאה הימנה מניח את השניה ואוכל את הראשונה" בחינה. ער קען יעצט פשוט באקומען א מארטגעדזש מיט בעסערע תנאים ווי דעם פריערדיגן; נעמט ער ארויס א פרישן מארטגעדזש, וואס קומט מיט, לאמיר זאגן, א קלענערן אינטערעסט רעיט (דהיינו, ביליגערע מארטגעדזש פעימענטס), צאלט אפ דעם אלטן, און טרעפט זיך מיט א מער גינסטיגערע הלוואה.

א 'קעש-אַוט ריפיינענס' טוט די זעלבע פעולה, באצאלט דעם פריערדיגן מארטגעדזש מיט א נייעם, אבער דער בעל הבית בלייבט נאכ'ן אפצאלן נאך איבער מיט מזומן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

איז דא א אפציעלע קאמיטמענט וואס צו טון מיט געלט פון א געש אוט, למשל אריין לייגן געלט אין די הויז, קויפן א צווייטע וכדו', אדער איך קען טון דערמיט מה שליבי חפץ?

וואס מ'טוט למעשה ווייס איך...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אויב טוסטו מה שלבך חפץ, דארפסט באצלן שטייער.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראבב »

ישוב הדעת האט געשריבן:אויב טוסטו מה שלבך חפץ, דארפסט באצלן שטייער.

It's a loan you only pay taxes on income
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

ראבב האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:אויב טוסטו מה שלבך חפץ, דארפסט באצלן שטייער.

It's a loan you only pay taxes on income

אויב ווילסטו דידאקטן די פעימנטס פונעם לאון אלס אן עקספענס וועסטו דארפסטו ווייזן ווי עס איז געגאנגען.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Loan Amount/Interest Rate/Principal

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

'אינטערעסט רעיט' פארטייטשט זיך אויף היימיש לשון זייער גרינג. ס'איז דער ציפער הריבית וואס דער מלווה, די באנק, פארלאנגט אלס באלוין פאר'ן מארטגעדזש.

לאמיר אריינפירן די מארטגעדזש-הלוואה אין א צוגענגליכן, טאג-טעגליכן משל. איך נויטיג זיך אין טויזנט דאלאר און כ'פארמאג נישט דעם סכום צו דער האנט. ווענד איך זיך צו דיר מיט א בקשה פאר א הלוואה אויף די טויזנט דאלאר. דו ביזט מסכים מיר צו בארגן דאס געלט, אבער ווילסט עפעס שכר נאך אויף דער וועלט און פארלאנגסט כ'זאל דיר באצאלן פאר'ן מיר געבן די הלוואה. דאס הייסט, אין צוגאב צו די טויזנט דאלאר, זאל איך צולייגן נאך פופציג דאלאר – אינאיינעם, $1,050.

הכלל, דו בארגסט מיר טויזנט דאלאר אויף פינף פראצענט ריבית. טויזנט דאלאר איז דער סכום הלוואה (Loan Amount), פופציג דאלאר איז דער ריבית (Interest).

וואס איז אבער דער דין, ווען כ'באצאל נישט דעם גאנצן חוב אויפאמאל, נאר אין קלענערע פעימענטס, אויסגעשפרייט אויף דער לענג און ברייט פון, לאמיר זאגן, צוועלף חדשים? אין אזא פאל – וואס איז דער אופן וויאזוי א מארטגעדזש-הלוואה איז אויסגעשטעלט – באצאל איך יעדן חודש א באשטימטן סכום, א פעימענט פער חודש במשך די פאלגנדע צוועלף חדשים. איך זעץ זיך אוועק מיט'ן מלווה, וועלכער מאכט מיט מיר דעם חשבון וויפיל כ'וועל צאלן פער חודש, און ער ווייזט מיר אויך וויפיל פונעם פעימענט וועט גיין צום קרן און וויפיל פאר'ן ריבית.

(נארמאלערווייז איז עס הלכה למעשה מיר נישט נוגע וויאזוי ער איז מסדר דאס געלט; ער האט אבער ליב אז כ'זאל יא פארשטיין דעם סדר און אופן פון באצאלן דעם גאנצן חוב – קרן און חומש. וואס קען מען טאן: אזא מענטש איז ער.)

לאמיר יעצט אראפנעמען די וואכנדיגע בגדים פון אונזער משל-הלוואה און אים מיט גרויס דרך ארץ אפפירן צו די קארידארן פון דער מארטגעדזש-וועלט. דארטן באגעגענען מיר זיך גראד מיט אונזערע אלטע באקאנטע פון פריער – וועלכע האבן זיך אינדערצווישן אויסגעלערנט אידיש, וכך המה אומרים:

Loan Amount – דער סכום ההלוואה.
Interest Rate – וויפיל פראצענט דער מלווה וויל באקומען אלס ריבית.
Principal – דער חלק פעימענט אויפ'ן חוב וואס גייט פאר'ן קרן.
Interest – דער חלק פעימענט אויפ'ן חוב וואס גייט פאר'ן ריבית.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Buydown

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

פירוש פערספעקטיוו (על-פי המפורשים): איינצאלן געלט פון פאראויס, כדי צו באקומען א קלענערע מארטגעדזש-ראטע. אין אנדערע ווערטער, קלענערע חודש'ליכע מארטגעדזש פעימענטס.

די חודש'ליכע מארטגעדזש-צאלונגען ווערן דורך דער באנק איינגעטיילט צווישן דעם קרן און דעם ריבית. היות א חלק פונעם פעימענט גייט פאר'ן ריבית, איז פשט אז דער ציפער הפעימענט ווענדט זיך היפש אין דער פראצענט-ראטע. רעדוצירן דעם אינטערעסט-רעיט מיינט דאס זעלבע ווי זיך מסדר זיין א נידעריגערן מארטגעדזש-ביל.

דער לווה וועט פאר'ן קלאוזען און באקומען דעם מארטגעדזש איינצאלן פאר דער באנק א געוויסן סכום געלט, וואס וועט גיין אפצוצאלן פון פאראויס א געוויסן חלק פון דעם ריבית.

איינע פון די סיבות פאר א Buydown איז ווען עמיצנ'ס הוצאות-הכנסות חשבון שטימט נישט צו באשטעטיגט ווערן פאר א מארטגעדזש. די באנק וויל דאך זיכער מאכן אז דער לווה האט דאס יכולת צו באצאלן די חודש'ליכע פעימענטס, און אויב דעם מענטש'ס פינאנציעלער פלוס פּאַסט נישט אריין אין דער באנק'ס חשבונות, וועט זי יענעם אפזאגן דעם מארטגעדזש. א buydown איז איין אופן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן: כ'צאל אריין קעגן די חודש'ליכע פעימענטס, וואס ווערן יעצט נידעריגער, און שטימען אלס תוצאה יא מיט מיינע פינאנצן.

וויפיל געלט און וויפיל שפארט מען זיך? פאלגנד איז א שטיקל ענטפער אויף דער פראגע, וואס מונאוויטש האט געגעבן פריער אין דעם אשכול:

מונאוויטש האט געשריבן:נישט פארהאן קיין כלל, אלעס ווענדט זיך אין די מארקעט. אבער בדרך כלל, וועט (ביי א פיקסט-ראטע, 30 יאריגע הלואה) די ערשטע ראטע-רעדוקציע פון 375. קאסטן בערך איין פוינט (=איין פראצענט פון די הלוואה). אבער ווי ווייטער מען פארט אראפ אלץ גרעסער וועט זיין דער פוינט דיפערענץ, און עס לוינט נישט פשוט צו צאלן אזויפיל געלט פון פראנאויס פאר בלויז א קליינע רעדוקציע אין די ראטע.

צב"ש:
(ראטע - פוינטס)
5% - 0
4.875% - 25.
4.75% - 625.
4.625% - 1.00
4.5% - 1.5
4.375% - 2.375
4.25% - 3.5

ביי אן אדזשאסטעבל ראטע (ARM) זענען די פוינטס פיל פליסיגער. למשל, לאמיר זאגן אז די ראטע אויף א 5 יאריגע אַרם איז 4.5% (פאר די ערשטע פינף יאר), איז מעגליך אז פאר צוויי פוינטס וועט איר קריגן א דיסקאונט ביז 3.5%, אדער גאר נידריגער.

(איך באטאן נאכאמאל אז דאס איז אלעס בלויז די רוּל אָוו טאָמב בדרך כלל, בלויז צו פארשטיין דעם קאנצעפט. ווען עס קומט להלכה למעשה, מאכט זיכער אויסצושמועסן אלע אפציעס מיט א מארטגעדזש עקספערט.)
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Term

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

'טוירם' מיינט, דער לעבנסשפאן פון דער הלוואה –- אנגעהויבן פון ווען איך באקום דעם מארטגעדזש, ביז זיין לעצטן טאג עלי אדמות, ווען איך מאך דעם לעצטן פעימענט און ענדיג דערמיט באצאלן דעם חוב. ובלשון גירסא דינקותא: דאָס לֶעבן און שאַפן פונֶעם מָארטגֶעדזש (באארבעט פאר קינדער לויט מקורות דורך מנחם מנדל).

דער מארטגעדזש הייבט אן זיין לעבן ביים 'קלאוזינג', ווען די באנק פירט אריבער דאס געלט צום לווה (אדער מוכר, אויב האנדלט זיך עס פון קויפן א הויז). דער מארטגעדזש לעבט און לאכט זיך אזוי אויף דער וועלט פאר די נעקסטע דרייסיג (צי צען, פופצן, צוואנציג) יאר, ביז ס'קומט צום לעצטן סטעיטמענט. דעמאלט, ווען די באנק באקומט דעם לעצטן פעימענט און דער לווה פארענדיגט דערמיט אפצאלן דעם חוב, לייגט דער מארטגעדזש זיך אריין אין בעט, זאגט וידוי (אן ערליכער מארטגעדזש איז זיך נוהג צו לאזן אן עקסטערן טרערן ביים "עַל חֵטְא שֶׁחָטָאנוּ לְפָנֶיךָ בְּכַפַּת שׁחַד"), און הויכט אויס די פינאנציעלע נשמה זיינע.

הגם א מארטגעדזש קען לויפן אויף צען יאר, פופצן יאר, אא"וו, וועלן רוב מענטשן נעמען א זקן-מופלג מארטגעדזש פון דרייסיג יאר -- א year term 30.

נישט אלע מארטגעדזשעס דערלעבן א זקנה ושיבה טובה און זייער אפט ווערט דעם מארטגעדזש'ס לעבן נעבעך איבערגעריסן פאר דער צייט. דאס געשעט ווען דער מענטש באשליסט אינמיטן צו 'ריפיינענסן' –- ארויסנעמען א נייעם מארטגעדזש און דערמיט אפצאלן דעם אלטן. דער ערשטער מארטגעדזש ווערט אין אזא פאל נדחה פאר'ן צווייטן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Closing

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

'קלאוזינג' איז די צייט ווען די באנק פירט אריבער דאס געלט צום לווה.

דאס איז אבער נישט די איינציגע זאך וואס שפילט זיך אפ דורכאויס א קלאוזינג – וואס איז א נאענטער קרוב מיט יענעם חמרא שבתוך הווענדט זיך וואו דער חמרא שטייט איין. ווען מען רעדט פון א 'סעיל', ווען דו שטייסט בשטומ"צ ביים פארענדיגן דעם מקח אויף א דירה אדער הויז, מיינט דער פסוק מיט קלאוזינג יענע זיצונג, ביי וועלכער דאס בעלות פונעם הויז גייט אריבער פון מוכר צו לוקח. דער לוקח (און באנק וואס גיט דעם מארטגעדזש) גיט דערביי איבער דאס געלט פאר'ן מוכר, און דאס הויז ציט זיך אריבער אין דיין רשות.

א קלאוזינג ביי א 'ריפיינענס' מיינט דאס אפצאלן און מסיים זיין די חשבונות מיט'ן פריערדיגן מארטגעדזש, וואס ווערט יעצט באצאלט דורכ'ן נייעם.

רוב צייט פון א קלאוזינג, אפגעזען וואו ער שטייט איין, ווערט געווידמעט אויף חתמ'ען אלערליי דאקומענטן בשייכות מיט דער מכירה און/אדער מארטגעדזש.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

העי, מען האלט שוין ביי קלאזינג? אהער מיט דאס געלט..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מאתים האט געשריבן:
ראבב האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:אויב טוסטו מה שלבך חפץ, דארפסט באצלן שטייער.

It's a loan you only pay taxes on income

אויב ווילסטו דידאקטן די פעימנטס פונעם לאון אלס אן עקספענס וועסטו דארפסטו ווייזן ווי עס איז געגאנגען.

ווייזן פאר וועמען, פאר די IRS?
איך מיין אז איר האט א טעות.
אינוועסטמענט-פראפערטי אינטערעסט איז דאך פשוט אז עס ווערט דידאקטעד אויפן Schedule E.
אינטערעסט אויף פריימערי און וואקאציע היימען קען מען אראפ רעכענען אויפן Schedule A, אויב מען נעמט נישט א סטענדערד דידאקשן. איך האב נישט געהערט אז מען זאל ברויכן באריכטן וואו די הלואה געלט איז געגאנגען.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

ישוב הדעת האט געשריבן:העי, מען האלט שוין ביי קלאזינג? אהער מיט דאס געלט..


וואו איז דיין אפליקעישאן? כ'האב דאך דיר געזאגט אז ווען ס'וועט קומען צו שלחן עורך וועסטו שפוך-חמתך'ען :-x
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מונאוויטש האט געשריבן:
מאתים האט געשריבן:
ראבב האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:אויב טוסטו מה שלבך חפץ, דארפסט באצלן שטייער.

It's a loan you only pay taxes on income

אויב ווילסטו דידאקטן די פעימנטס פונעם לאון אלס אן עקספענס וועסטו דארפסטו ווייזן ווי עס איז געגאנגען.

ווייזן פאר וועמען, פאר די IRS?
איך מיין אז איר האט א טעות.
אינוועסטמענט-פראפערטי אינטערעסט איז דאך פשוט אז עס ווערט דידאקטעד אויפן Schedule E.
אינטערעסט אויף פריימערי און וואקאציע היימען קען מען אראפ רעכענען אויפן Schedule A, אויב מען נעמט נישט א סטענדערד דידאקשן. איך האב נישט געהערט אז מען זאל ברויכן באריכטן וואו די הלואה געלט איז געגאנגען.


נאופ, אויב האט מען אן אויסגעצאלטע פראפערטי, און מען ריפייט קען מען נישט נוצן די אינטרעסט צו דידאקטן פון די אינקאם פון יענע פראפערטי, וואס מען קאן יא, אויב האסטו געקויפט מיט די געלט א 2'טע פראפערטי קענסטו נוצן די אינטרעסט צו דידאקטן פון די אינקאם פונעם צווייטען.

אין איין ווארט מען קען עס נאר נוצן פאר די פראפערטי וואס איז געקויפט געווארן דורך די געבארגטע געלט.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

האבן מיר עס אויסגעטשעקט. יא. איר זענט גערעכט!

זעה דא בלאט 9. https://www.irs.gov/pub/irs-pdf/p936.pdf
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

האמער זיך באלעקט מיט יעדע ווארט פון פערספעקטיוו,
למעשה פאר איינער וואס וואוינט אין שטאט און קויפן איז נישט עפעס וואס מען קען זיך ערלויבן איז דא עפעס וואס מ'קען נהנה זיין פון א מארגעטש?
און וואס איז אויב מען איז נהנה פונעם רייכן פעטער?
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:האמער זיך באלעקט מיט יעדע ווארט פון פערספעקטיוו,
למעשה פאר איינער וואס וואוינט אין שטאט און קויפן איז נישט עפעס וואס מען קען זיך ערלויבן איז דא עפעס וואס מ'קען נהנה זיין פון א מארגעטש?
און וואס איז אויב מען איז נהנה פונעם רייכן פעטער?


שקויעך :smile:

וועגן רייכע פעטערס האט מען דאך שוין געשמועסט פריער. עיין שם.

וועגן דיין פראגע. וואס מיינסטו מיט נהנה זיין פון א מארטגעדזש: אינוועסטמענטס?
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
עהראַד
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2015 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עהראַד »

שקויעך
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

[align=center]
    וואס איז Responsible Home-Ownership?

    פינאנציעל גערעדט: וואס מיינט גרייט?

    וואס איז די מעלה פון א Buyer’s Market?
[/align]

[align=center]צום ערשטן מאל אויסשליסליך פאר'ן היימישן עולם תושבי מאנסי און ארום...
[/align]

[align=center]World-Renowned trainer, speaker, consultant and Fox News contributor

Dale Vermillion

Best-Selling Author Navigating the Mortgage Maze

Call or register online – 888-275-8566 * http://www.arkmortgage.com/event
 [/align]
לעצט פארראכטן דורך פערספעקטיוו אום דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך ער אויס די ארק מארגעדזש מיט פנחס גלויבער אויף קול מבשר,
ס'איז עפעס אויסערגעוונדליך. קלאר געשמאק און וואס נישט
יישר כחכם
(די צווייטע שיעור איז ארויס געפאלן און ס'ליגט דאר די 7טע)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

וועלעכע קעסטל אויף קולמע?
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Down-Payment

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

'דאַון-פּעימענט' איז דאס געלט וואס דער קונה פון א הויז לייגט אראפ פאר'ן מקח פון זיין אייגענעם טאש.

א הויז קאסט א מטבע, און ווייניג מענטשן פארמאגן דאס גאנצע געלט צו דער האנט. דערפאר נעמט מען דאך א מארטגעדזש – א הלוואה פון דער באנק, צו קענען באצאלן פאר'ן הויז. די באנק צוליב אירע חשבונות וויל אבער נישט געבן די גאנצע סומע און פארלאנגט פונעם לוקח אראפצולייגן א חלק פונעם געלט, און דאן וועט זי, די באנק, צושטעלן דעם רעשט בתורת הלוואה.

דער סכום פונעם דאון-פעימענט ווערט געווענליך גערעכנט אין פראצענט – א פראצענט פון דעם סך הכל פרייז. דהיינו, אויב די דירה קאסט 500-טויזנט דאלאר, וועט די באנק וועלן אז דו זאלסט אראפלייגן, לאמיר זאגן, צוואנציג פראצענט, וואס באטרעפט הונדערט-טויזנט דאלאר.

גענוי וויפיל דער מענטש דארף אליין אראפלייגן וועט זיך ווענדן אין פארשידענע זאכן. הגם עס אמאל זיין אזוי נידעריג ווי דריי פראצענט, איז עס אין דורכשניט ארום צוואנציג פראצענט.

ווי פארשטענדליך, ווי העכער דער דאון-פעימענט – וואס מער געלט דו צאלסט פון טאש, אלץ קלענער איז דער סכום הלוואה, און אלץ נידעריגער וועלן זיין די חודש'ליכע מארטגעדזש-פעימענטס.
לעצט פארראכטן דורך פערספעקטיוו אום דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
פאלאטשעק
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלאטשעק »

פערספעקטיוו האט געשריבן:
דער סכום פונעם דאון-פעימענט ווערט געווענליך גערעכנט אין פראצענט – א פראצענט פון דעם סך הכל פרייז. דהיינו, אויב די דירה קאסט 500-טויזנט דאלאר, וועט די באנק וועלן אז דו זאלסט אראפלייגן, לאמיר זאגן, צוואנציג פראצענט, וואס באטרעפט פופציג-טויזנט דאלאר.

מיינסט אוודאי $100,000
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

פאלאטשעק האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
דער סכום פונעם דאון-פעימענט ווערט געווענליך גערעכנט אין פראצענט – א פראצענט פון דעם סך הכל פרייז. דהיינו, אויב די דירה קאסט 500-טויזנט דאלאר, וועט די באנק וועלן אז דו זאלסט אראפלייגן, לאמיר זאגן, צוואנציג פראצענט, וואס באטרעפט פופציג-טויזנט דאלאר.

מיינסט אוודאי $100,000


גערעכט. א דאנק פאר'ן פאררעכטן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אז מען שמועסט שוין פונעם דאון פּעימענטעס איז כדאי אז מען זאל זיך באקענען מיט די באנק'ס טערמינען און פארלאנגען, אזוי אז ווען דער אגענט איז אויפן טרייבל רעדט נישט איינער פון חטים און דער צווייטער פון מאראנצן.

- די דאון פּעימענט איז ווי פערספעקטיוו האט געשריבן אויבן, די גאנצע דיפערענץ צווישן די פרייז (נישט די ערך) פון די הויז און די סכום פון די הלוואה. (למשל: אויב איר קויפט א שטיבל אין בארא פארק; די מוכר בעהט 500k און די הלוואה איז 400k, איז די דאון פּעימענט 100k.)
- די דיפּאַזיט אדער דאון פּעימענט טשעק איז די חלק פונעם דאון פּעימענט וואס מען האט שוין געגעבן ביז אהער, לאמיר זאגן 50k.

דאקומענטירן:
די באנק וועט פארלאנגן אז סיי די דיפּאַזיט און סיי די באלאנס צום קלאוזינג זאלן זיין דאקומענטירט. זיי ווילן פארזיכערן אז די גרינע סחורה זענען אייגענע, און נישט געבארגט פון מרת רעכיל.
- די דיפּאַזיט וועלכע מען האט שוין געגעבן ברויך ווערן אויפגעוויזן מיט 1) א קאפי פונעם טשעק(ס), און 2) צוויי באנק סטעיטמענטס וועלכע ווייזן אז די געלט איז געשלאפן אין אייער באנק קאנטע 2 חדשים למפרע. אויב די באנק וועט זעהן פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן (צב"ש גרויסע דיפאזיטס, אדער דיפאזיטס וועלכע שטימען נישט מיטן לוה'ס וועידזשעס) וועלן זיי שטעלן הארבע פראגעס.
- די באלאנס פונעם דאון פּעימענט וועלכע מען פלאנט צו צאלן ביים קלאוזינג מוז אויך ווערן איבערגעוויזן כהנ"ל נומער 2.
- קלאוזינג קאסטן איז א קאמפליצירטע נושא; כ'וועל עס לאזן פאר פערספעקטיוו. אבער אזויפיל; די געשאצטע סומע וועלכע מען ברויך ברענגען צום קלאוזינג מוז אויך ווערן איבערגעוויזן כהנ"ל נומער 2.
- א מתנה - Gift פון א משפחה מיטגליד - אנשטאט צו ניצן אייגענע געלט - איז אויך אן אפציע. (דער מארטגעדזש אדווייזער וועט אייך העלפן מיט די דעטאלן.)

(די סוגיא פון דאקומענטירן נכסים פאר א מארטגעדזש איז איינע די גרעסטע קאפ ווייטאגן ביי די היימישן בארגער. אין יארע תשע"ב געבארגט 50 אלפים פאר חיים נחום, און היינט - 7 יאר שפעטער - א 45 אלפים שעבודא דרבי נתן פון שמערל צום מוכר'ס לאויער, און א 5 אלפים דאבּל-אינדארסירטע טשעק פון F&G LLC אויסגעשטעלט צו ברוך רובינשטאל, איז נישט א שפּראַך וואס באנק אָנדעררייטערס פארשטייען. צו פארמיידן הארץ עסענישן מיט די באנק איז רעקאמענדירט צו כאפן א שמועס מיטן מארטגעדזש אדווייזער בעפאר מען גיבט דעם ערשטן שריט.)
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”