וויפיל קינדער מעג א מלמד האבן אין כתה ?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

וויפיל קינדער מעג א מלמד האבן אין כתה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

זייענדיג אביסעל אינוואלווד אין א מוסד וואס מוטשעט זיך מיט פלאץ אין מיט געלט דערפאר פאסירט אז ווען א כתה ווערט פיל אנטשטאט מאכן פאראלעל לאזט מען די כתה צוזאמען מיין שאלה איז
וויפיל קינדער מעג מען אריינלייגן אין איין כתה ?
וויפיל קען א עוורידזש מלמד דערהייבן ?
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

נישט מער ווי 25-28

#אפיניען

נ.ב. פארשטייט זיך ווענצעך וועלכע עידש
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

עס איז דא א קלארע הלכה אין ש"ע אויף דעם אין הלכות מלמדים, איך דענק שוין נישט די נמ. איך מיין 24
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ואמר רבא סך מקרי דרדקי עשרין וחמשה ינוקי

בבא בתרא כא.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

שמערלער האט געשריבן:זייענדיג אביסעל אינוואלווד אין א מוסד וואס מוטשעט זיך מיט פלאץ אין מיט געלט דערפאר פאסירט אז ווען א כתה ווערט פיל אנטשטאט מאכן פאראלעל לאזט מען די כתה צוזאמען מיין שאלה איז
וויפיל קינדער מעג מען אריינלייגן אין איין כתה ?
וויפיל קען א עוורידזש מלמד דערהייבן ?

אין חז"ל שטייט 25.
דעתי דעת בעל הבית: עס ווענדט זיך אסאך לויט דער מלמד, עס זענען דא מלמדים וואס קענען פירן א כיתה מיט אסאך מער ווי 25.

איין זאך איז זיכער לדעתי, קליינע קלאסן זענען א חורבן. עס פעלט די חיות און פיער פרעשור פון א נארמאלע קלאס, און נישט נאר דאס, א קינד דארף האבן אסאך פון זיין עיזדש כדי אויפצווואקסן, די בעסטע מלמד קען נישט צושטעלן וואס א פילע רייכע כיתה קען צושטעלן פארן וואוקס און זיין געזונטהייט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

וואס פעלט פון א קלאס מיט אכצן? חז"ל רעדט די מאקסימום, אבער ווי ווייניגער קען זיך די מלמד בעסער אפגעבן
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אדער יא האט געשריבן:וואס פעלט פון א קלאס מיט אכצן? חז"ל רעדט די מאקסימום, אבער ווי ווייניגער קען זיך די מלמד בעסער אפגעבן

יא יא דער מלמד קען זיך אפגעבן, אבער עס פעלט די חיות און לעבעדיגקייט פון א פולע רייכע קלאס, דאס קען דער מלמד נישט צולייגן אפילו ער איז א קדוש וחכם ובעל הסברה און אלע גוטע מעלות, ער איז דאך אן ערוואקסענער און קען נישט ערזעצן חברים און קריגעריי וכדומה.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

א קלאס מיט ווייניג קינדער (וואס עס מיינט ווייניג ווענד זיך ביי יעדע מלמד אנדערש בדרך כלל מיינט ווייניג ווייניגער פון 20 ) גייט עס ארויס פון כלל פון א חדר און עס גייט אריין אין כלל פון לערנען פרייוועט יעצט גיי לערן פרייוועט מיט 15 קינדער, עס שאדט זייער שטארק פאר די דיסעפלין אין קלאס אזוי ווי בעריש'ל האט עס אביסל ארויסגעברענגט
און עס זענען דא מלמדים וואס זענען זייער מוצלח מיט 30 קינדער אבער צו דעם דארף מען שוין גוט טויגן
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ווענד זיך וויפיל קאנטשיקס ער האט

איינע פון מיינע מלמדים נישט מער געדאכט האט אויפגעשריבן אויף זיין שטעקן די פסוק
ואת המטה הזה תקח בידיך אשר תעשה בו את האותות
אין די מלמד די נעקסטע יאר האט עס נישט געשריבן אבער ער איז געווען א אמור מעט ועשה הרבה
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

maybeeynot האט געשריבן:ווענד זיך וויפיל קאנטשיקס ער האט

איינע פון מיינע מלמדים נישט מער געדאכט האט אויפגעשריבן אויף זיין שטעקן די פסוק
ואת המטה הזה תקח בידיך אשר תעשה בו את האותות
אין די מלמד די נעקסטע יאר האט עס נישט געשריבן אבער ער איז געווען א אמור מעט ועשה הרבה

:lol:
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

א גטער מלמד מעג האבן 30, און א נישט גוטע מלמד מעג האבן 0...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

;l;p-
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

עס איז עכט נישטא קיין כלל אויך דעם, דער מנהל דארף דאס שוקל זיין, לויט די נאטור למשל אויב איז דא א ווילד קינד דארף מען האבן א קלענערע צאל
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
finkl
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך finkl »

מען זאגט נאך פון פרידיגע צדיקים נלך עד כה (25)
אנדערע זאגן זיי האבן געזאגט פארן רבין זצ"וקל (כ"געדענק נישט אויפן מינוט וועלעכע) אז זיי האבן קרוב צו 30 האט ער געזאגא דאס איז שוין אריבער כח (28) .
בדרך אפשר קען מען מחלק זיין און מיקל זיין אין די זימער וואכן חדר"ס דעי קעמפ"ס
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”