פינאנציעלע הילף פאר מענטאל געזונט

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

פינאנציעלע הילף פאר מענטאל געזונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ס'זענען דא אסאך ארגאניזאציעס וואס העלפן באצאלן פאר מענטאל געזונט. דאקטוירים און טעראפי

ביטע שרייבט נעמען און קאנטאקט אינפארמאציע פון די ארגאניזאציעס

אויב שוין דא אזא אשכול ביטע ציווייזן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

viewtopic.php?f=71&t=36877
(באמערקט נאכען אפשרייבען די תגובה)


ווי ווייט איך בין באקאנט, זענען כמעט נישט פארהאן אפיציעלע גרויסע ארגענעזאציעס / פאנדס וואס העלפען מענטשען צאלען נפשיות'דיגע טעראפי קאסטען. די עקזעסטירענדע ארגענעזאציעס העלפען מענטשען מיט ספעציפישע שוועריקייטען, ספעציפישע יארגענג, אדער אין ספעציפישע געגנטער, און געווענליך נאר א חלק פין די קאסטען.

ASAP איז א גרויסע אידישע פאנד וואס העלפט דעקן די טעראפי קאסטען פאר טראומה סורווייווערס. זיי צאלען א גרויסע חלק פין די סעשאון פרייז דירעקט צים טעראפיסט. די טעראפיסט און די קליענט דארפען ביידע זיין אפראווד צי קענען געניסען פין זייער פאנדינג.

אזוי אויך זענען דא הילף ארגענעזאציעס וואס צאלען צימאל א חלק טעראפי קאסטען פאר געניסער פין זייערע סערוויסעס. (א שטייגער ווי ח''י לייפליין).

עס איז דא א ליסטע פין ביקור חולים'ס און אנדערע ארגענעזאציעס וואס העלפען מיט א מינימאלע ביישטייערונג.
מ'קעו באקומען די ליסטע ביי:
חסדים אוו ראקלענד
845-426-5555
[email protected]

אויך זענען דא פילע מענשטען וואס באקומען פינאנציעלע הילף פין זייערע דיינים, רבנים, קהלה, וכדו'.

אויך זענען דא טאפ טעראפיסטען אין פרייוועט פרעקטיס וואס נעמען עטליכע קליענטען אויף מעדיקעיד, איך מיין אז דאס איז אבער גאר שווער צי טרעפן.

עס איז שטארק כדאי צי וויסען אז אין אלע גרעסערע היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערסי זענען דא קליניקס ווי מ'קען באקומען טעראפי דורך גאר גיטע טעראפיסטען גענצליך פריי פין אפצאל אדער פאר א גאר מינימאלי אפצאל. מאנכע מיינען אז צי באקומען גיטע טריעטמענט מיז מען צאלען אבנארמאלע סכומים, און נאר אזוי קען מען זיך היילען. איך בין באקאנט סיי מיט פריוואט און סיי מיט קליניק ארבעט און איך קען זאגען מיט א קלארקייט אז עס איז דא אסאך גאר געלונגענע און אפי' ספעציאליסטען וואס ארבעטען אין קליניקס און האבען זייער גיטע הצלחה מיט זייערע קליענטען.

הצלחה!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין לעצטן המספיק גאזעט איז דא פאזיטיווע נייעס אין באצוג צו רעגירונג באצאלטע הילף
דערווייל אויף א באגרעניצטע פארנעם אבער מיט אויסזיכטן אויף א פארברייטערונג אינעם נישט ווייטן צוקונפט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שלוה האט געשריבן:ווי ווייט איך בין באקאנט, זענען כמעט נישט פארהאן אפיציעלע גרויסע ארגענעזאציעס / פאנדס וואס העלפען מענטשען צאלען נפשיות'דיגע טעראפי קאסטען

ריכטיג. די אלע ארגאניזאציעס וואס העלפן מיט טעראפי טוען מער זאכן און צאלן "אויך" פאר טעראפי
אויך צאלן זיי ווייניג (כ'מיין נאר פאר איין\צוויי מאל)

שלוה האט געשריבן:עס איז שטארק כדאי צי וויסען אז אין אלע גרעסערע היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערסי זענען דא קליניקס ווי מ'קען באקומען טעראפי דורך גאר גיטע טעראפיסטען גענצליך פריי פין אפצאל אדער פאר א גאר מינימאלי אפצאל

כ'ווייס פון מענטשן אין אפסטעיט וואס גייען צו גוטע מעדיקעיד טעראפיסטס אבער אין די סיטי האבעך נאכניש געהערט

כ'ווייס יא פון מענטשן וואס האבן זיך שטארק אפגעבריט אין קליניקס אין די סיטי

דאסי זיכער. אויב ווערט מען רעקאמענדירט דורך אן ארגאניזאציע לוינצעך צו פרובירן

שלוה האט געשריבן:מאנכע מיינען אז צי באקומען גיטע טריעטמענט מיז מען צאלען אבנארמאלע סכומים, און נאר אזוי קען מען זיך היילען.

עס עי רול וועט א גוטער טעראפיסט בעטן וויפיל ער איז ווערט. נאר צומאל דארף מען נישט האבן דעם בעסטן טעראפיסט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

הכל הבל האט געשריבן:אין לעצטן המספיק גאזעט איז דא פאזיטיווע נייעס אין באצוג צו רעגירונג באצאלטע הילף
דערווייל אויף א באגרעניצטע פארנעם אבער מיט אויסזיכטן אויף א פארברייטערונג אינעם נישט ווייטן צוקונפט

קענסט פליז ברענגען?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איך האב עס נישט פארנט פון מיר (אגב איר קענט טרעפן די גאזעט אויפן געוועב)
אבער אויף וויפיל מיין זכרון דינט רעדט מען אז
מעדיקעיד געניסער וועלן ערמעגליכט ווערן צו באקומען דעקונג פאר קינדער וועלכע האבן שוין געדארפט אנקומען צו שפיטאל באהאנדלונג
עווענטועל איז אין פלאן אז ערוואקסענע וועלכע האבן שוין געדארפט אנקומען צו שפיטאל באהאנדלונג וועלן אויך קענען געניסן דערפון
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

הכל הבל האט געשריבן:מעדיקעיד געניסער וועלן ערמעגליכט ווערן צו באקומען דעקונג פאר קינדער וועלכע האבן שוין געדארפט אנקומען צו שפיטאל באהאנדלונג
עווענטועל איז אין פלאן אז ערוואקסענע וועלכע האבן שוין געדארפט אנקומען צו שפיטאל באהאנדלונג וועלן אויך קענען געניסן דערפון

רובה דרובה דארף נישט (און זאל קיינמאל נישט דארפן) אנקומען צו שפיטאל באהאנדלונג
און די וואס זענען שוין געווען אין שפיטאל ל"ע באקומען הילף סייווי (מ'שאפט שוין געלט)
דער פראבלעם איז אז מענטשן וואס ברויכן הילף האלטן זיך אפ וועגן געלט

וואס יא. ס'איז א סטעפ אין א גוטע דירעקציע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך ווייס פין א פאל וואס איינער מיט מעדיקיעט האט באקומען הילף פין א פיסחילאג דארך רעדן חיזוק( נישט מעדיצין )אין עזרת חולים אין ק'' י פאר דיפרעסיע( אנגעזעצט ) פאר פרי פין גאווערמענט אינשוירענס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כ'מיין אז פידעליס (מעדיקעיד אינשורענס אין אפסטעיט) קאווערט אסאך מער ווי די מעדיקעיד אינשורענס אין די סיטי

כ'בין באמת נישט באקאנט נאר עפעס ליגט מיר אזוי אין קאפ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פין מענטעל העלט קליניקס אין די היימישע געגענטער וואס אקצעפטירן קליענטען מיט מעדיקעיד אדער אנדערע רעגירינג סובסידירטע אינשורענס.

אפסטעיט:
Caps at Bikur Cholim, Monsey
Monsey family medical center
Refuah Health center
Daas Wellness
Ezras Cholim Health center
Kids First

ברויקלין:
Pesach Tikvah
Ohel Family
JBFCS
(Ezra
Premium Health)

לעיקוואוד
Chemed
LCSC
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”