ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן? א זאך וואס אסך זוכן דעם ענטפער.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן? א זאך וואס אסך זוכן דעם ענטפער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן, איז א זאך וואס הונדערטער אדער טויזענטער זוכן דעם ענטפער... מענטשען וואס זאגן איך דארף נישט מי יודע וואס, פשוט אביסל מנוחה פון שווערע געפילן וואס דערקוטשענען מיך.

צו עס איז דער איגערמאן וואס קען נישט קאווערן די בילס סוף חודש. דאס ווייבל וואס פגרט פאר קנאה אז איר שוועסטער בויעט זיך א פאלאץ בשעת אירע קינדער שלאפן אויף באם בעטס. דער בחורל וואס האלט מיט קריגערייען פון די עלטערן כסדר. עלטערן וואס זייער קינדער איז אף דערעך אדער גאר אוועק אינגערהייט אין א עקסידענט, ואטו כרוכלא ליחשיב וליזל.

אונז זעמיר אלע געבענטשט מיט גוטע זאכן, אבער אויך געפילן וואס קוועטשען, שטערקערע און שוואכערע. עט סאם פוינט אין לייף מאכט יעדער א מהלך ווי אזוי ער באהאנדעלט שווערע געפילן וואס לויפן אים נאך, און פראבירן אים רויבן זיין מנוחת הנפש.

אין די קומענדיגע תגובה וועל מיר שרייבן איבער 3 כלליותדיגע מהלכים וואס איך זע מענטשען נוצן, יעדע מיט זיינע דעפישענסיס. אזוי אויך איבער א פערטער צוגאנג וואס קען בעז"ה זיין מער עפעקטיוו, איינס וואס איך האב שוין אליינס פראבירט מיט סוקסעס ב"ה.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

ווען קומט די קומענדיגע תגובה?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

די 3 כלליותדיגע מהלכים וואס מענטשען נוצן זענען,
1. איגנארירן.
2. ענטפערן.
3. זיך אונטערגעבן.

1.איגנארירן: די ערשטע איז פשוט איגנארירן דעם פראבלעם, מאכן כאילו עס עקזעסטירט נישט, דאס רעכענט אריין א) זיך פשוט פראבירן איינרעדן אז דער פראבלעם איז נישטא (דינייעל בלע"ז) ב) עס איז טאקע יא דא, אבער איך גיי נישט טראכטן דערפון. דאס קען אסך מאל כולל זיין אנטלויפן פון זאכן וואס ברענגן דאס אויף וכולי.

דער פראבלעם וואס מען שטויסט זיך אן איז אז דער מח און די סאבקאונטשעס איז זיך נוהג נישט צו נעמן קיין ארדערס... און צומאל טועט ער פונקט פארקערט ווי מען הייסט אים. ביי דינייעל האלט ער אין איין שיקן דירעקטע אדער אומדירעקטע מעסעזשעס אז עפעס טויג נישט, און ביי סתם מסיח דעת זיין, קען ער עס האלטן קאסטענטלי אין איין ארויפברענגען, אזש עס ווערט א טאג טעגליכע אדער יעדע מינוטיגע סטראגל עס אוועקצושטופען.

קןמענדיגע תגובה איבער די אנדער כלליותדיגע מהלכים וואס מענטשען נוצן.
לעצט פארראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום זונטאג אפריל 29, 2018 6:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

מיר ווארטן
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

2. ענטפערן: נאמבער 2 איז ענטפערן. דאס איז כולל גאר אסך, סתם ענטפערן אז עס איז נישט געפערליך, איך האב אנדערע גוטע זאכן וכולי (נכלל אין דעם בטחון וכולי וואס יהיה דערמאנט), CBT וואס פראבירט מסביר זיין אז צומאל ביסטו מגזם מיט דיין פראספעקטיוו.

דער פראבלעם איז ווייטער, דער מח נעמט נישט קיין ארדערס. אפילו עס זאל געלונגען אים היינט צו איבערצייגן אז עס איז יא גוט און נישט געפערליך (צו סך מאל געלונגט עס נישט), קומט דער געפיל מארגן מיט א פרישקייט און מען ברויך אים נאכאמאל מסביר זיין און נאכאמאל. ווער רעדט נאך אויב געשעט א שינוי אינעם פראבלעם קען מען אסך מאל האלטן ביי די אלף.

3: אינטערגעבן: נאמבער 3 איז געווענליך ביי מענטשען וואס האבן שוין פראבירט 1 און 2, און זיי האבן שוין נישט קיין כח צו פראבירן צו איגנארירן אדער צוימען די געפילן, און זיי געבן זיך פשוט אונטער דערצו. דאס זענען די אידן וואס דרייען זיך ארום פאר מרה שחורה'ט, אסך נעמן מעדיקעשאן וכולי.

דאס איז ממש אויפן שפיץ שפיץ גאפל די 3 כלליותדיגע מהלכים וואס איך זע מענטשען נוצען. פארשטייטזעך אז אויף יעדע איינס קען מען שרייבן ביכער ע"ג ביכער און נישט פארטיגן.

איך וויל נאר וויסן צו דער עולם פארשטייט ביז אהער.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
איך וויל נאר וויסן צו דער עולם פארשטייט ביז אהער.

ניין, דער עולם פארשטייט נישט ביז אהער.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אפענע וועלט האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
איך וויל נאר וויסן צו דער עולם פארשטייט ביז אהער.

ניין, דער עולם פארשטייט נישט ביז אהער.

לאמיר הערן וואס איר פארשטייט נישט, אפשר קען מען עס קלארער מאכן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער קלאר, ביטע גיי אן!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

מטעמים האט געשריבן:זייער קלאר, ביטע גיי אן!
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

מח שליט על הלב
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די בעסטע מהלך איז זיך צו בויען דיקע הויט!!
אין ענגליש זאגט מען עס
Thick skin
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן, איז א זאך וואס הונדערטער אדער טויזענטער זוכן דעם ענטפער... מענטשען וואס זאגן איך דארף נישט מי יודע וואס, פשוט אביסל מנוחה פון שווערע געפילן וואס דערקוטשענען מיך.

צו עס איז דער איגערמאן וואס קען נישט קאווערן די בילס סוף חודש. דאס ווייבל וואס פגרט פאר קנאה אז איר שוועסטער בויעט זיך א פאלאץ בשעת אירע קינדער שלאפן אויף באם בעטס. דער בחורל וואס האלט מיט קריגערייען פון די עלטערן כסדר. עלטערן וואס זייער קינדער איז אף דערעך אדער גאר אוועק אינגערהייט אין א עקסידענט, ואטו כרוכלא ליחשיב וליזל.

היימישער אינגערמאן, במחילת כבודכם איר האט אויסגעמישט עטליכע מציאות'ער און אייער פראגע, דאס אז א אינגערמאן קען נישט דעקן זיינע בילל'ס אין ענדע חודש, איז בכלל נישט קיין שלעכטע געפיל, עס איז פשוט א דאגה, און בארואיגן די געפילן וועט בכלל נישט העלפן, עס האט בכלל נישט קיין שייכות.
און ווי אויך איבער די פאסירונגג מיטן עקסידענ'ט, און איבער מקנא זיין א צווייטן, עס איז צוויי פארשידנארטיגע זאכן און האבן נישט קיין שייכות.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

זייער קלאר
לאז אינז נישט מיטן צינג אינדרויסן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

משה כהן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן, איז א זאך וואס הונדערטער אדער טויזענטער זוכן דעם ענטפער... מענטשען וואס זאגן איך דארף נישט מי יודע וואס, פשוט אביסל מנוחה פון שווערע געפילן וואס דערקוטשענען מיך.

צו עס איז דער איגערמאן וואס קען נישט קאווערן די בילס סוף חודש. דאס ווייבל וואס פגרט פאר קנאה אז איר שוועסטער בויעט זיך א פאלאץ בשעת אירע קינדער שלאפן אויף באם בעטס. דער בחורל וואס האלט מיט קריגערייען פון די עלטערן כסדר. עלטערן וואס זייער קינדער איז אף דערעך אדער גאר אוועק אינגערהייט אין א עקסידענט, ואטו כרוכלא ליחשיב וליזל.

היימישער אינגערמאן, במחילת כבודכם איר האט אויסגעמישט עטליכע מציאות'ער און אייער פראגע, דאס אז א אינגערמאן קען נישט דעקן זיינע בילל'ס אין ענדע חודש, איז בכלל נישט קיין שלעכטע געפיל, עס איז פשוט א דאגה, און בארואיגן די געפילן וועט בכלל נישט העלפן, עס האט בכלל נישט קיין שייכות.
און ווי אויך איבער די פאסירונגג מיטן עקסידענ'ט, און איבער מקנא זיין א צווייטן, עס איז צוויי פארשידנארטיגע זאכן און האבן נישט קיין שייכות.

ער מיינט בכללית איינער וואס לעבט בדחקות, א חוץ די דאגות קומט שווערע געפילן דערמיט

היימישער גיי אן, לאז דיר נישט פון די מהרסים
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

פאר מעגיימיר ווייטער זען וואס איז דער פערטער מהלך, לאמיר צוריקגיין א מינוט צו די ערשטע 2 מהלכים (דער דריטער מהלך איז דאך סתם קאפיטולאציע), און זען אז אויסער דעם וואס ווי געשמועסט איז דער מח נישט דירעקט פאלגזאם, איז עס אסך מאל קאנטאר פראדאקטיוו. וועל איך אראפברענגן אן אלטע תגובה מיינס.. הנוגע בענין זה.

-------------
לענ"ד איז די נקודה די סאמע מערסטע קאמפליצירטע חלק פון תורת הנפש, די קאונטער ריעקשאן פונעם מח.

געלייענט א מעשה, גווען א מאל עפעס גרויסער וויסענשאפטליכער אין פילעזאפיע און פסיכעלאגיע אין איינע פון די אזיאנע לענדער. איז אמאל געקומען צו אים איינער ער זאל אים אויסלערנען אביסל די חכמה, זאגט אים דער חכם אדרבה נישט קיין פראבלעם, דו ברויכסט מיר געבן צוויי טאג וואס דו זאלסט אוועקגעבן נאר פאר דעם, איך וועל דיך ארויסטראגען אינדרויסען פונעם שטאט און איך וועל דיר שוין זאגן וואס,דו דארפסט טוען.

דער תלמיד האט געטראכט אז דער רבי וועט פילייכט אים געבן א טוץ מיט ביכער וואס ער זאל דורכלייענען די צוויי טאג וכולי, ער האט געמאכט זיכער ער איז גוט אועסגערועט צו דעם באשטימטען טאג. ער קומט אן צום רבין פארטאגס און ער זאגט אים הנני.

מען פארט ארויס אינדרויסען פונעם שטאט, דער רבי שטעלט זיך אפ אויף א בארג, מען זעט נישט דארט קיין נפש חיה, נאר דעם גרויסן הימל, מיט א טאל פון אונטען. דער רבי זאגט אים איך גיי אוועק און דו בלייבסט דא ביז 11 אויף דערנאכט. דער תלמיד גיט א קוק אויפן רבין ער זעט נישט קיין שום בוך, גארנישט, פרעגט ער וואס דארף איך טוען דא אגאנצען טאג? זאגט אים דער רבי דו דארפס זען איין זאך, דיין מח זאל טראכטען אגאנצען טאג. נישט קיין גרויסע נפקא מינה וואס עס טראכט, קענסט טראכטען פאליטיק אדער פיזיקס, היסטאריע, געגראפיע, סייענס. דער עיקר איז אבער זאגט די רבי נישט מפסיק זיין, דער מח זאל נישט זיין ליידיג.

קום צוריק צו מיר 11 ביינאכט און זאג מיר ווי אזוי עס איז גווען.

דער תלמיד טראכט דאס איז דאך בכלל נישט קיין שווערע זאך, דער רבי גייט אוועק, און דער תלמיד נעמט זיך טראכטו על דא ועל הא, עס פארט פיין, אבער...נאך 15 מינוט הייבט ער זיך פלוצלינג אן צו טרעפען אז ער האט נישט מער וואס צו טראכטען...און עס הייבט אן ווערן א הפסק...אוי וויי איך פאלג דאך נישט דעם רבין.. נאך א שעה הייבט ער זיך אן מער מוטשענען..די הפסיקים פון איין מחשבה ביז די אנדערע ווערן גרעסער..נאך אפאר שעה האט ער שוין כמעט נישט וואס צו טראכטען..ער ווערט אנגעצויגען ער קען קוים ווארטען אויף 11 ביינאכט צוריקצוגיין צום רבין.

ענדליך עס קומט 11 ביינאכט ער שלעפט זיך צוריק צום רבין און קלאפט אריין, דער רבי נעמט עם אויף מיט א שמייכעל, נו ווי אזוי איז עס גווען?

דער תלמיד ענטפערט, געווען א וויסטער דורכפאל, נאך א שעה בין איך אויסגעלאפן פון זאכן צו טראכטען...איך האב עכט פראבירט פאלגן דעם רבין אבער עס איז נישט געגאנגען. דער רבי זאגט ok איך הער נישט געפערליך, מארגן גיימיר צוריק גיין אויפן זעלבען פלאץ אבער מיט גאנץ אן אנדערן פראגראם.

דעם נעקסטען פארטאגס פארט מען ווייטער צום זעלבען בארג, מען קומט אן זאגט דער רבי היינט וועט זיין דער פראגראם פונקט פארקערט ווי נעכטען.

היינט דארפסטו גארנישט טראכטען פון עפעס אנדערש. קענסט דיך ארומקוקען אויף די שיינקייט פונעם פלאץ דא דעם בארג, דער טאל, קענסט עסן, מאכן עקסערסייז, אבער טראכט נישט פון גארנישט עפעס אנדערש.

דער תלמיד טראכט...אה...דאס איז דאך צען מאל גרינגער ווי נעכטען..ער ברויך נישט מער זוכן וואס צו טראכטען אלע מיני זאכן..

דער רבי לאזט אים איבער, דער תלמיד נעמט ארויס זיין פרישטאג און הייבט אן עסן מיט א געשמאק באטראכטענדיג דערביי דעם הערליכען וויו...אבער אין 5 מינוט הייבט זיך שוין אן די צרות..ער טרעפט זיך טראכטען פון זיינע קינדער אידערהיים, זיינע בילס, ער שטופט עס אוועק און באטראכט ווייטער דעם בארג אבער א מינוט שפעטער טרעפט ער זיך חלומן איבער עפעס אנדערש. א שעה שפעטער האט ער זיך געטראפן אז עס איז דא צענדליגער זאכן וואס זיין מחשבה האלט אין איין אוועקלויפן צו און ער קען דאס נישט אפשטעלן. אזוי איז אריבער דער גאנצען טאג. דער תלמיד ווארט קוים עס זאל ווערן 11 אזייגער.

עס ווערט 11 אזייגער, דער תלמיד גייט צוריק אינגאנצען צוקלאפט און צובראכן, ער איז געקומען צו פארן אויף אזיע דא זיך אויסצולערנען דא חכמת הנפש און דא צום צווייטען טאג האט ער נישט אויסגעפירט וואס דער רבי האט אים געהייסען. ער קלאפט אריין צום רבין, און דער רבי פרעגט אים נו....ווי אזוי איז עס געווען? ער האט ניטאמאל געדארפט ענטפערן, זיין פנים האט שוין אלעס געזאגט...ער האט זיך קוים געקענט איינהאלטען פון וויינען... ער זאגט פארן רבין, א טאטאלער דורכפאל... יעדע מינוט געטראכט פון עפעס אנדערש.

דער רבי שמייכעלט און זאגט פארן תלמיד, וואונדערבאר...אטא דאס איז מיין לעקציע פאר דיר אין תורת הנפש... האסט עס יעצט עקספיריענסד ערשט האנטיג..

וויפיל איך וואלט דיר עס פראבירט מסביר זיין וואלסטו נישט פארשטאנען אזוי גוט ווי דו פארשטייסט יעצט אביסל ווי אזוי דער מח פון א מענטש ארבעט..

די סך הכל איז, אז אויב פראבירט מען עס 1. איגנארירן 2. ענטפערן, מיטן ציעל צו פארטרייבן די שווערע געפילן, קען עס מער מאל ווי מען וואלט ווען געוואלט דוקא ברענגן א קאונטער ריעקשאן אויף פארקערט.

אין די קומענדיגע תגובה, וועמיר אנהייבן מיטן ואתה תחזה בעז"ה
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

משה כהן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן, איז א זאך וואס הונדערטער אדער טויזענטער זוכן דעם ענטפער... מענטשען וואס זאגן איך דארף נישט מי יודע וואס, פשוט אביסל מנוחה פון שווערע געפילן וואס דערקוטשענען מיך.

צו עס איז דער איגערמאן וואס קען נישט קאווערן די בילס סוף חודש. דאס ווייבל וואס פגרט פאר קנאה אז איר שוועסטער בויעט זיך א פאלאץ בשעת אירע קינדער שלאפן אויף באם בעטס. דער בחורל וואס האלט מיט קריגערייען פון די עלטערן כסדר. עלטערן וואס זייער קינדער איז אף דערעך אדער גאר אוועק אינגערהייט אין א עקסידענט, ואטו כרוכלא ליחשיב וליזל.

היימישער אינגערמאן, במחילת כבודכם איר האט אויסגעמישט עטליכע מציאות'ער און אייער פראגע, דאס אז א אינגערמאן קען נישט דעקן זיינע בילל'ס אין ענדע חודש, איז בכלל נישט קיין שלעכטע געפיל, עס איז פשוט א דאגה, און בארואיגן די געפילן וועט בכלל נישט העלפן, עס האט בכלל נישט קיין שייכות.
און ווי אויך איבער די פאסירונגג מיטן עקסידענ'ט, און איבער מקנא זיין א צווייטן, עס איז צוויי פארשידנארטיגע זאכן און האבן נישט קיין שייכות.

היימישער שכוח גיי אהן.

ר' משה הכהן די ווארט איז נישט וואספארא ווייטאג, דאגה, צובראכנקייט, יסורים וכדומה,
די פוינט איז די מהלך מיט וואס מ'ספראוועט זיך דערמיט,
ביי עני פראבלעם איז דא די דריי מהלכים,
מ'באצייכנט עס אין די פראפעשאנעל וועלט מיט די ווערטער Fight, Flight, Freeze.
Flight איז די ערשטע מהלך וואס היימישער ברענגט.
Fight איז די צווייטע מהלך.
Freeze איז דאס דריטע.
ודו"ק
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

Ok, לאמיר צוגיין צום פערטען מהלך, ומה' מענה לשון אז איך זאל האבן די ריכטיגע ווערטער מסביר צו זיין אז דער עולם זאל פארשטיין.

4. עקסעפטען און נישט מלחמה האלטן מיט די געפילן, פילן AT PEACE בשעת די שווערע געפיל איז דא מיט מיר.

דאס איז דער מהלך אין איין ווארט. אבער עס איז ווייט נישט אזוי פשוט. אסך האבן פראבירט צו זיין אין גוטע טערמינען מיט זייערע שווערע געפילן נאר צו אנערקענען אז עס איז צו OVERWHELMING פאר זיי עס איבערצוטראגן, און זענען צוריקגעלאפן צו "ענטפערן" אדער "איגנארירען". לאמיר נעמען דעם טאטען וואס האט א קינד וואס טויג נישט פאר א דוגמא, עס קומט אריין א מחשבה אוי וויי טוב מותי מחיי, און ער פילט ווי עס שניידט שטיקער, טראכט ער זיי זיך OK, איך עקסעפט עס, איך לעב בשלום מיט דעם געפיל....
עס שפייעט אים צוריק וואס עקסעפט ווען עקסעפט, עס איז ביטער ווי א זית, איך האלט עס נישט אויס, ער שפירט די קישקעס דרייען זיך אים, לאמיר שנעל מסיח דעת זיין.

המשך יבוא.

וואס געשעט ווען מען פראבירט עקסעפטען דעם שווערן געפיל איז הויפטזעכליך 2 פראבלעמען.

א. ער פארט נאכאמאל אריין אינעם פראבלעם זעלבסט וואס ציפט זייער, און הייבט נאכאמאל אן דן צו זיין ווי שווער עס איז, און צו עס איז יא אזוי שווער, צו קען איך זיין בשלום דערמיט וכולי.

ב. צו דער זעלבער צייט וואס ער פראבירט צו עקסעפטען די זאך באקומט דער מח אזויפיל זייטיגע מעסעזשעס וואס שרייט אז עפעס איז דא ווייט נישט אין ארדענונג אז אפילו ער זאגט זיך אליינס אז איך עקסעפט דעם געפיל, נעמט עס דער מח נישט אן, ווייל אין מח איז אנגעצינדען א גרויס רויט לעמפעל וואס שרייט אז זאכן זענען אוט אף קאנטראל (באלד וועמיר רעדן מער וואס זענען די מעסעזשעס).

סא די מטרה איז צו קענען מצליח זיין און קענען לעבן בשלום מיט א שווערע געפיל און עס זאל נישט זיין overwhelming, און שפירן ביי זיך אז יא עס גייט גארנישט געשען אויב עס גייט ארויפקומען דער שווערער געפיל, און מען דארף מען נישט אנטלויפן דערפון, און נישט ענטפערן, מען קען זען רואיג ווי אזוי א געפיל קומט ארויף, און ווי אזוי עס ווערט צוביסלעך שוואכער, ווי אזוי עס גייט אליינס אוועק.

סא לאמיר קודם פארשטיין וואסערע זאכן געשען ווען א מענטש האט א פראבלעם און א שווערן געפיל, און וועל מיר פראבירן צו אדרעסירן יעדע זאך מקל אל הכבד ווי אזוי מען קען זיין OK דערמיט. לויט ווי איך זע איז דא 5 חלקים
א. דער פראבלעם אליין.
ב. די מחשבה יעצט איבער דעם פראבלעם.
ג. דער שווערע געפיל וואס קומט ארויף.
ד. די פיזישע סימפטאמאן וואס מען קען שפירן אין געוויסע חלקים אין גוף (ביי יעדעם אנדערש, אין קאפ, אקסלען, לונגען וכולי)
ה. נאך א שטיקל צייט מיט דעם שווערן געפיל, הייבט מען אן ווערן אויסגעדרעינט, די אקסיזשאן קומט נישט אן געהעריג צום מח, מען קען נישט קאנצעטרירן.

יעצט רוב מענטשען וואס פראבירן צו עקסעפטן, באציען זיך צו א' בשעת די אנדערע 4 זאכן ווערן נישט אדרעסירט. אונז וועמיר פראבירן גיין פארקערט, אנהייבן ביי ה' זען ווי אזוי מען באהאנדעלט עס און דערנאך גיין ריקוועקס צו ד' און ג'.

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול איבער כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. שוין דערמאנט אויבן אז ווי לאנג אונז זעמיר נישט במדריגת רבי זושע, טועט עס וויי (עכ"פ פאר אנשים כערכינו וואס נערן זיך נישט).
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:א. דער פראבלעם אליין.
ב. די מחשבה יעצט איבער דעם פראבלעם.
ג. דער שווערע געפיל וואס קומט ארויף.
ד. די פיזישע סימפטאמאן וואס מען קען שפירן אין געוויסע חלקים אין גוף (ביי יעדעם אנדערש, אין קאפ, אקסלען, לונגען וכולי)
ה. נאך א שטיקל צייט מיט דעם שווערן געפיל, הייבט מען אן ווערן אויסגעדרעינט, די אקסיזשאן קומט נישט אן געהעריג צום מח, מען קען נישט קאנצעטרירן.

איך וועל ענדיגען בקיצור מיט א סנעפשאט און האף מיר אי"ה ממשיך זיין מארגן מער באריכות.
אויף ה' האב איך געטראפן צוויי עצות וואס ארבעט ווינדערבאר. פיזישע אראביק עקסערסייז אדער טיעף אטעמען, דאס וועט אוועקנעמן 70% פון די נאכווייען, אזוי אז ה' איז שוין נישט קיין שטער.

(פאר מער איבער אטעמען עקסערסייז זע דא viewtopic.php?f=71&t=32182)

יעצט ביי מיר איז די עיקר ברעיקטראו גווען ד', דאס הייסט ווען א שווערע געפיל קומט ארויף: אנשטאט אנטלויפן, ענטפערן, אדער זיך קאנצעטרירן אויף א'ב'ג',
טועט מען פולי קאנעקטען צו דעם געפיל דורך זיך קאצעטרירן אויף ד'. מען פיעלט פונקטליך די פיזישע סינסעישאנס, ווי אזוי עס ווערט שוואכער אדער שטערקער, מען עקסעפט די סינסעישאנס, צוביסלעך הייבן די סינסעישאנס אן נאכצולאזן און מען הייבט אן פילן מער נארמאל, ווייל דער טבע פון א געפיל איז אז ווען מען באטראכט עס רואיג אן פראבירן אוועקצושטופען ווערט עס שוואכער פון זיך אליינס ביז עס גייט אוועק... דאס קען אסך מאל ארבעטן ממש פלאי פלאים.

איך האף דער עולם כאפט דעם געדאנק.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דאס איז מיינדפול נעס ניין?
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

היימישער..? איך שפיר זיך דא היימיש..!
איך קען מעיד זיין: איר ווייסט דאך אזוי וואס איר רעדט און איר לייגט עס גאר גוט אראפ!

פון וואנעט איך ווייס? בדידי הוה עובדא; כ׳האב דאס שוין מערערע מאל פראבירט!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

געלייגט אין איין לאנגע תגובה אלס ביז אהער.

ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן, איז א זאך וואס הונדערטער אדער טויזענטער זוכן דעם ענטפער... מענטשען וואס זאגן איך דארף נישט מי יודע וואס, פשוט אביסל מנוחה פון שווערע געפילן וואס דערקוטשענען מיך.

צו עס איז דער איגערמאן וואס קען נישט קאווערן די בילס סוף חודש. דאס ווייבל וואס פגרט פאר קנאה אז איר שוועסטער בויעט זיך א פאלאץ בשעת אירע קינדער שלאפן אויף באם בעטס. דער בחורל וואס האלט מיט קריגערייען פון די עלטערן כסדר. עלטערן וואס זייער קינדער איז אף דערעך אדער גאר אוועק אינגערהייט אין א עקסידענט, ואטו כרוכלא ליחשיב וליזל.

אונז זעמיר אלע געבענטשט מיט גוטע זאכן, אבער אויך געפילן וואס קוועטשען, שטערקערע און שוואכערע. עט סאם פוינט אין לייף מאכט יעדער א מהלך ווי אזוי ער באהאנדעלט שווערע געפילן וואס לויפן אים נאך, און פראבירן אים רויבן זיין מנוחת הנפש.

די דריי כלליותדיגע מהלכים

אין די קומענדיגע תגובה וועל מיר שרייבן איבער 3 כלליותדיגע מהלכים וואס איך זע מענטשען נוצן, יעדע מיט זיינע דעפישענסיס. אזוי אויך איבער א פערטער צוגאנג וואס קען בעז"ה זיין מער עפעקטיוו, איינס וואס איך האב שוין אליינס פראבירט מיט סוקסעס ב"ה.

די 3 כלליותדיגע מהלכים וואס מענטשען נוצן זענען,
1. איגנארירן.
2. ענטפערן.
3. זיך אונטערגעבן.

1.איגנארירן: די ערשטע איז פשוט איגנארירן דעם פראבלעם, מאכן כאילו עס עקזעסטירט נישט, דאס רעכענט אריין א) זיך פשוט פראבירן איינרעדן אז דער פראבלעם איז נישטא (דינייעל בלע"ז) ב) עס איז טאקע יא דא, אבער איך גיי נישט טראכטן דערפון. דאס קען אסך מאל כולל זיין אנטלויפן פון זאכן וואס ברענגן דאס אויף וכולי.

דער פראבלעם וואס מען שטויסט זיך אן איז אז דער מח און די סאבקאונטשעס איז זיך נוהג נישט צו נעמן קיין ארדערס... און צומאל טועט ער פונקט פארקערט ווי מען הייסט אים. ביי דינייעל האלט ער אין איין שיקן דירעקטע אדער אומדירעקטע מעסעזשעס אז עפעס טויג נישט, און ביי סתם מסיח דעת זיין, קען ער עס האלטן קאסטענטלי אין איין ארויפברענגען, אזש עס ווערט א טאג טעגליכע אדער יעדע מינוטיגע סטראגל עס אוועקצושטופען.

קןמענדיגע תגובה איבער די אנדער כלליותדיגע מהלכים וואס מענטשען נוצן.

2. ענטפערן: נאמבער 2 איז ענטפערן. דאס איז כולל גאר אסך, סתם ענטפערן אז עס איז נישט געפערליך, איך האב אנדערע גוטע זאכן וכולי (נכלל אין דעם בטחון וכולי וואס יהיה דערמאנט), CBT וואס פראבירט מסביר זיין אז צומאל ביסטו מגזם מיט דיין פראספעקטיוו.

דער פראבלעם איז ווייטער, דער מח נעמט נישט קיין ארדערס. אפילו עס זאל געלונגען אים היינט צו איבערצייגן אז עס איז יא גוט און נישט געפערליך (צו סך מאל געלונגט עס נישט), קומט דער געפיל מארגן מיט א פרישקייט און מען ברויך אים נאכאמאל מסביר זיין און נאכאמאל. ווער רעדט נאך אויב געשעט א שינוי אינעם פראבלעם קען מען אסך מאל האלטן ביי די אלף.

3: אינטערגעבן: נאמבער 3 איז געווענליך ביי מענטשען וואס האבן שוין פראבירט 1 און 2, און זיי האבן שוין נישט קיין כח צו פראבירן צו איגנארירן אדער צוימען די געפילן, און זיי געבן זיך פשוט אונטער דערצו. דאס זענען די אידן וואס דרייען זיך ארום פאר מרה שחורה'ט, אסך נעמן מעדיקעשאן וכולי.

דאס איז ממש אויפן שפיץ שפיץ גאפל די 3 כלליותדיגע מהלכים וואס איך זע מענטשען נוצען. פארשטייטזעך אז אויף יעדע איינס קען מען שרייבן ביכער ע"ג ביכער און נישט פארטיגן.

איך וויל נאר וויסן צו דער עולם פארשטייט ביז אהער.

פאר מעגיימיר ווייטער זען וואס איז דער פערטער מהלך, לאמיר צוריקגיין א מינוט צו די ערשטע 2 מהלכים (דער דריטער מהלך איז דאך סתם קאפיטולאציע), און זען אז אויסער דעם וואס ווי געשמועסט איז דער מח נישט דירעקט פאלגזאם, איז עס אסך מאל קאנטאר פראדאקטיוו. וועל איך אראפברענגן אן אלטע תגובה מיינס.. הנוגע בענין זה.

דער פראבלעם
-------------
לענ"ד איז די נקודה די סאמע מערסטע קאמפליצירטע חלק פון תורת הנפש, די קאונטער ריעקשאן פונעם מח.

געלייענט א מעשה, גווען א מאל עפעס גרויסער וויסענשאפטליכער אין פילעזאפיע און פסיכעלאגיע אין איינע פון די אזיאנע לענדער. איז אמאל געקומען צו אים איינער ער זאל אים אויסלערנען אביסל די חכמה, זאגט אים דער חכם אדרבה נישט קיין פראבלעם, דו ברויכסט מיר געבן צוויי טאג וואס דו זאלסט אוועקגעבן נאר פאר דעם, איך וועל דיך ארויסטראגען אינדרויסען פונעם שטאט און איך וועל דיר שוין זאגן וואס,דו דארפסט טוען.

דער תלמיד האט געטראכט אז דער רבי וועט פילייכט אים געבן א טוץ מיט ביכער וואס ער זאל דורכלייענען די צוויי טאג וכולי, ער האט געמאכט זיכער ער איז גוט אועסגערועט צו דעם באשטימטען טאג. ער קומט אן צום רבין פארטאגס און ער זאגט אים הנני.

מען פארט ארויס אינדרויסען פונעם שטאט, דער רבי שטעלט זיך אפ אויף א בארג, מען זעט נישט דארט קיין נפש חיה, נאר דעם גרויסן הימל, מיט א טאל פון אונטען. דער רבי זאגט אים איך גיי אוועק און דו בלייבסט דא ביז 11 אויף דערנאכט. דער תלמיד גיט א קוק אויפן רבין ער זעט נישט קיין שום בוך, גארנישט, פרעגט ער וואס דארף איך טוען דא אגאנצען טאג? זאגט אים דער רבי דו דארפס זען איין זאך, דיין מח זאל טראכטען אגאנצען טאג. נישט קיין גרויסע נפקא מינה וואס עס טראכט, קענסט טראכטען פאליטיק אדער פיזיקס, היסטאריע, געגראפיע, סייענס. דער עיקר איז אבער זאגט די רבי נישט מפסיק זיין, דער מח זאל נישט זיין ליידיג.

קום צוריק צו מיר 11 ביינאכט און זאג מיר ווי אזוי עס איז גווען.

דער תלמיד טראכט דאס איז דאך בכלל נישט קיין שווערע זאך, דער רבי גייט אוועק, און דער תלמיד נעמט זיך טראכטו על דא ועל הא, עס פארט פיין, אבער...נאך 15 מינוט הייבט ער זיך פלוצלינג אן צו טרעפען אז ער האט נישט מער וואס צו טראכטען...און עס הייבט אן ווערן א הפסק...אוי וויי איך פאלג דאך נישט דעם רבין.. נאך א שעה הייבט ער זיך אן מער מוטשענען..די הפסיקים פון איין מחשבה ביז די אנדערע ווערן גרעסער..נאך אפאר שעה האט ער שוין כמעט נישט וואס צו טראכטען..ער ווערט אנגעצויגען ער קען קוים ווארטען אויף 11 ביינאכט צוריקצוגיין צום רבין.

ענדליך עס קומט 11 ביינאכט ער שלעפט זיך צוריק צום רבין און קלאפט אריין, דער רבי נעמט עם אויף מיט א שמייכעל, נו ווי אזוי איז עס גווען?

דער תלמיד ענטפערט, געווען א וויסטער דורכפאל, נאך א שעה בין איך אויסגעלאפן פון זאכן צו טראכטען...איך האב עכט פראבירט פאלגן דעם רבין אבער עס איז נישט געגאנגען. דער רבי זאגט ok איך הער נישט געפערליך, מארגן גיימיר צוריק גיין אויפן זעלבען פלאץ אבער מיט גאנץ אן אנדערן פראגראם.

דעם נעקסטען פארטאגס פארט מען ווייטער צום זעלבען בארג, מען קומט אן זאגט דער רבי היינט וועט זיין דער פראגראם פונקט פארקערט ווי נעכטען.

היינט דארפסטו גארנישט טראכטען פון עפעס אנדערש. קענסט דיך ארומקוקען אויף די שיינקייט פונעם פלאץ דא דעם בארג, דער טאל, קענסט עסן, מאכן עקסערסייז, אבער טראכט נישט פון גארנישט עפעס אנדערש.

דער תלמיד טראכט...אה...דאס איז דאך צען מאל גרינגער ווי נעכטען..ער ברויך נישט מער זוכן וואס צו טראכטען אלע מיני זאכן..

דער רבי לאזט אים איבער, דער תלמיד נעמט ארויס זיין פרישטאג און הייבט אן עסן מיט א געשמאק באטראכטענדיג דערביי דעם הערליכען וויו...אבער אין 5 מינוט הייבט זיך שוין אן די צרות..ער טרעפט זיך טראכטען פון זיינע קינדער אידערהיים, זיינע בילס, ער שטופט עס אוועק און באטראכט ווייטער דעם בארג אבער א מינוט שפעטער טרעפט ער זיך חלומן איבער עפעס אנדערש. א שעה שפעטער האט ער זיך געטראפן אז עס איז דא צענדליגער זאכן וואס זיין מחשבה האלט אין איין אוועקלויפן צו און ער קען דאס נישט אפשטעלן. אזוי איז אריבער דער גאנצען טאג. דער תלמיד ווארט קוים עס זאל ווערן 11 אזייגער.

עס ווערט 11 אזייגער, דער תלמיד גייט צוריק אינגאנצען צוקלאפט און צובראכן, ער איז געקומען צו פארן אויף אזיע דא זיך אויסצולערנען דא חכמת הנפש און דא צום צווייטען טאג האט ער נישט אויסגעפירט וואס דער רבי האט אים געהייסען. ער קלאפט אריין צום רבין, און דער רבי פרעגט אים נו....ווי אזוי איז עס געווען? ער האט ניטאמאל געדארפט ענטפערן, זיין פנים האט שוין אלעס געזאגט...ער האט זיך קוים געקענט איינהאלטען פון וויינען... ער זאגט פארן רבין, א טאטאלער דורכפאל... יעדע מינוט געטראכט פון עפעס אנדערש.

דער רבי שמייכעלט און זאגט פארן תלמיד, וואונדערבאר...אטא דאס איז מיין לעקציע פאר דיר אין תורת הנפש... האסט עס יעצט עקספיריענסד ערשט האנטיג..

וויפיל איך וואלט דיר עס פראבירט מסביר זיין וואלסטו נישט פארשטאנען אזוי גוט ווי דו פארשטייסט יעצט אביסל ווי אזוי דער מח פון א מענטש ארבעט..

די סך הכל איז, אז אויב פראבירט מען עס 1. איגנארירן 2. ענטפערן, מיטן ציעל צו פארטרייבן די שווערע געפילן, קען עס מער מאל ווי מען וואלט ווען געוואלט דוקא ברענגן א קאונטער ריעקשאן אויף פארקערט.

דער פערטער מהלך און אירע שוועריגקייטען און סאלושענס

Ok, לאמיר צוגיין צום פערטען מהלך, ומה' מענה לשון אז איך זאל האבן די ריכטיגע ווערטער מסביר צו זיין אז דער עולם זאל פארשטיין.

4. עקסעפטען און נישט מלחמה האלטן מיט די געפילן, פילן AT PEACE בשעת די שווערע געפיל איז דא מיט מיר.

דאס איז דער מהלך אין איין ווארט. אבער עס איז ווייט נישט אזוי פשוט. אסך האבן פראבירט צו זיין אין גוטע טערמינען מיט זייערע שווערע געפילן נאר צו אנערקענען אז עס איז צו OVERWHELMING פאר זיי עס איבערצוטראגן, און זענען צוריקגעלאפן צו "ענטפערן" אדער "איגנארירען". לאמיר נעמען דעם טאטען וואס האט א קינד וואס טויג נישט פאר א דוגמא, עס קומט אריין א מחשבה אוי וויי טוב מותי מחיי, און ער פילט ווי עס שניידט שטיקער, טראכט ער זיי זיך OK, איך עקסעפט עס, איך לעב בשלום מיט דעם געפיל....
עס שפייעט אים צוריק וואס עקסעפט ווען עקסעפט, עס איז ביטער ווי א זית, איך האלט עס נישט אויס, ער שפירט די קישקעס דרייען זיך אים, לאמיר שנעל מסיח דעת זיין.

וואס געשעט ווען מען פראבירט עקסעפטען דעם שווערן געפיל איז הויפטזעכליך 2 פראבלעמען.

א. ער פארט נאכאמאל אריין אינעם פראבלעם זעלבסט וואס ציפט זייער, און הייבט נאכאמאל אן דן צו זיין ווי שווער עס איז, און צו עס איז יא אזוי שווער, צו קען איך זיין בשלום דערמיט וכולי.

ב. צו דער זעלבער צייט וואס ער פראבירט צו עקסעפטען די זאך באקומט דער מח אזויפיל זייטיגע מעסעזשעס וואס שרייט אז עפעס איז דא ווייט נישט אין ארדענונג אז אפילו ער זאגט זיך אליינס אז איך עקסעפט דעם געפיל, נעמט עס דער מח נישט אן, ווייל אין מח איז אנגעצינדען א גרויס רויט לעמפעל וואס שרייט אז זאכן זענען אוט אף קאנטראל (באלד וועמיר רעדן מער וואס זענען די מעסעזשעס).

סא די מטרה איז צו קענען מצליח זיין און קענען לעבן בשלום מיט א שווערע געפיל און עס זאל נישט זיין overwhelming, און שפירן ביי זיך אז יא עס גייט גארנישט געשען אויב עס גייט ארויפקומען דער שווערער געפיל, און מען דארף מען נישט אנטלויפן דערפון, און נישט ענטפערן, מען קען זען רואיג ווי אזוי א געפיל קומט ארויף, און ווי אזוי עס ווערט צוביסלעך שוואכער, ווי אזוי עס גייט אליינס אוועק.

סא לאמיר קודם פארשטיין וואסערע זאכן געשען ווען א מענטש האט א פראבלעם און א שווערן געפיל, און וועל מיר פראבירן צו אדרעסירן יעדע זאך מקל אל הכבד ווי אזוי מען קען זיין OK דערמיט. לויט ווי איך זע איז דא 5 חלקים
א. דער פראבלעם אליין.
ב. די מחשבה יעצט איבער דעם פראבלעם.
ג. דער שווערע געפיל וואס קומט ארויף.
ד. די פיזישע סימפטאמאן וואס מען קען שפירן אין געוויסע חלקים אין גוף (ביי יעדעם אנדערש, אין קאפ, אקסלען, לונגען וכולי)
ה. נאך א שטיקל צייט מיט דעם שווערן געפיל, הייבט מען אן ווערן אויסגעדרעינט, די אקסיזשאן קומט נישט אן געהעריג צום מח, מען קען נישט קאנצעטרירן.

יעצט רוב מענטשען וואס פראבירן צו עקסעפטן, באציען זיך צו א' בשעת די אנדערע 4 זאכן ווערן נישט אדרעסירט. אונז וועמיר פראבירן גיין פארקערט, אנהייבן ביי ה' זען ווי אזוי מען באהאנדעלט עס און דערנאך גיין ריקוועקס צו ד' און ג'.

איך וועל ענדיגען בקיצור מיט א סנעפשאט און האף מיר אי"ה ממשיך זיין מארגן מער באריכות.
אויף ה' האב איך געטראפן צוויי עצות וואס ארבעט ווינדערבאר. פיזישע אראביק עקסערסייז אדער טיעף אטעמען, דאס וועט אוועקנעמן 70% פון די נאכווייען, אזוי אז ה' איז שוין נישט קיין שטער.

(פאר מער איבער אטעמען עקסערסייז זע דא viewtopic.php?f=71&t=32182)

יעצט ביי מיר איז די עיקר ברעיקטראו גווען ד', דאס הייסט ווען א שווערע געפיל קומט ארויף: אנשטאט אנטלויפן, ענטפערן, אדער זיך קאנצעטרירן אויף א'ב'ג',
טועט מען פולי קאנעקטען צו דעם געפיל דורך זיך קאצעטרירן אויף ד'. מען פיעלט פונקטליך די פיזישע סינסעישאנס, ווי אזוי עס ווערט שוואכער אדער שטערקער, מען עקסעפט די סינסעישאנס, צוביסלעך הייבן די סינסעישאנס אן נאכצולאזן און מען הייבט אן פילן מער נארמאל, ווייל דער טבע פון א געפיל איז אז ווען מען באטראכט עס רואיג אן פראבירן אוועקצושטופען ווערט עס שוואכער פון זיך אליינס ביז עס גייט אוועק... דאס קען אסך מאל ארבעטן ממש פלאי פלאים.

איך האף דער עולם כאפט דעם געדאנק.
לעצט פארראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום מאנטאג אפריל 30, 2018 12:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”