ר' יום טוב האט געשריבן:מיין פסח גראסערי ארדער היי יאר איז בערך 700 דאלאר. בערך 200 דערפון האט גארנישט מיט פסח, עס איז סעיל אייטעמס, און $250 איז במילא מיין וועכענטליכע ארדער, סאו עס איז א הוצאה פון בערך $200 מער פון א געווענליכע וואך.
וואס ס'האט יא געקאסט איז געווען א כוס של אליהו, און עטליכע אלפים אויסצאלן שכ"ל באלאנס...
דארף מען בודק זיין אויב דיין געזונדעל איז נישט malnourished...
נישט געזארגט, ב"ה זיי האבן פון אלעם גוטן..
איך פארשטיי אז ס'דא רוב משפחות ווי מ'עסט מער מצה. פיין. איז נאך 200 דאללאר פאר מצה. אבער איך קוק אן מיט וואונדער אזעלכע וואס קרעכצן אז זיי קענען נישט אויסקומען מיט זייער צרכי חג פון 10 אלפים. צדקת העיר שרייבט אז מען האט פארטיילט (פאר קאסט פרייז) 6000 קעסטלעך גרעיפ דזשוס. עס איז נישטא די פאפולאציע וואס זאל אויסטרונקען אזויפיל...! לויטן חשבון אז בערך 1000 משפחות זענען נהנה דערפון, באקומט יעדע משפחה 6 קעסטלעך!
די מאמע האט געזאגט פארן מאן, אז אפשר האסטו נישט געגעבן קמחא דפסחא היי יאהר? ווען יא וואלט דאס נישט געשעהן??? די מאן האט געזאגט איך זעה נישט וואס טוט זיך אין הימעל, אבער ביסט אפשר גערעכט, און ער האט שנעל געגעבן קמחא דפסחא אויף דריי פלעצער.
היינט באקומען די מאמע א טעקסט פון איהר מאן, "די באס האט מיהר געגעבן א פסח באונוס פון איין טויזענט דאלער". דאס איז די פונקטליכע סכום פון די פלייש ארדער מיט די קמחא דפסחא!!! מבהיל!