איבערמאכן אלטע שטריימל, ווי איז דער בעסטער פלאץ?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חדשות
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

איבערמאכן אלטע שטריימל, ווי איז דער בעסטער פלאץ?

תגובהדורך חדשות » זונטאג מארטש 25, 2018 3:55 pm

די שאלה איז סיי ווען עס קומט צו סתם איבערפארבן אן אלטע שטריימעל, צו לוינט זיך צו גיין צו די ברענד נעימס אדער ענדערש צו די קלענערע.

והשנית, אן אלטע טייערע שטריימעל אבער איז שוין זייער נידריג לויט די 2018 פארשריפטען, קען מען עס איבערמאכן, צולייגן שפיצען, העכער מאכן וכולי. לוינט זיך? ביי וועמען?

חדשות
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג מארטש 25, 2018 4:27 pm

קיינער האט נישט קיין עקספיריענס?

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג מארטש 25, 2018 5:30 pm

אויף די צווייטע שאלה, זיכער קען מען, די שאלה איז נאר וואס די פרייז איז, מילער דוכט זיך טשארדשט $2500 פאר איבערמאכן א אלטע נידעריגע שטריימעל צו א אפדעיטעד 2018 שטריימעל.
1 + 1 = חלה דעקל...

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » זונטאג מארטש 25, 2018 6:15 pm

חלהדעקל האט געשריבן:אויף די צווייטע שאלה, זיכער קען מען, די שאלה איז נאר וואס די פרייז איז, מילער דוכט זיך טשארדשט $2500 פאר איבערמאכן א אלטע נידעריגע שטריימעל צו א אפדעיטעד 2018 שטריימעל.


אין ווי אזוי עס גייט אויסזעהן , וואס וועט קאסטען אזיי נייע
דער זעלבע אין אויסזעהן,

2 שאלה
אין וואס איז אויב מען האט א גאנץ מענטשליכע שטריימעל
נאר מען וויל עס מאכען אזוי שיין פאר2018

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4034
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מארטש 25, 2018 6:16 pm

און ווער קאן איבערמאכען א איין שפיץ שטריימל, אנע עס אוועקלייגן. איך ברויך עס נישט העכער, נאר איבערגעפרישט מיט א נייעם ווערך.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » מיטוואך מארטש 04, 2020 9:22 pm

איך זיך ווי מען קען אויסגראדן די האר און פרעסן די שטריימעל פאר ביליג, סאיז א פארמאכטע געקלעבטע שטריימעל, נאר די האר איז פארדרייט פון רעגענעס א.ד.ג (דארף נישט א נייע קאפל און אויך נישט צונעמען דעם שטריימעל)

קעסטל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:30 pm

תגובהדורך קעסטל » מיטוואך מארטש 04, 2020 10:30 pm

איך זעה נישט פארוואס א שטריימל זאל זיין אנדערש ווי א בעקיטשע. ווען מיין בעקיטשע ערמל כאפט א ריס טראג איך עס צום פלאץ ווי איך האב עס געקויפט צו פאררעכטן, און ווען איך האב א פראבלעם מיט מיין שטריימל, פריזי\פרעסן\אפדעיטן, טראג איך עס צום זעלבן פלאץ עס צו מסדר זיין.
פול מיט לעכער, אבער שטארק, ווי א קעסטל..!!

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:29 am

טריי בן מלך. זיי דארפן צו זיין גוט אין די זאכן

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:42 am

חדשות האט געשריבן:והשנית, אן אלטע טייערע שטריימעל אבער איז שוין זייער נידריג לויט די 2018 פארשריפטען, קען מען עס איבערמאכן, צולייגן שפיצען, העכער מאכן וכולי. לוינט זיך? ביי וועמען?

צו געזונט האט געשריבן:ווער קאן איבערמאכען א איין שפיץ שטריימל, אנע עס אוועקלייגן. איך ברויך עס נישט העכער, נאר איבערגעפרישט מיט א נייעם ווערך.

איך האב גענוצט 'תפארת' אין מאנסי (ער הייסט ישראל אדלער, און האט זיין געשעפט אויף מעין סטריט, האב איך יעצט נישט דעם נאמבער טעלעפאון ביי מיר), נאכדעם וואס אלע אנדערע האבן מיר מבטיח געווען, אז דער שטריימל איז דערנאך

און ער האט דאס מצליח געווען צוריק צו שטעלן, פאר ווייניגער ווי 1000$, און פון זונטאג ביז דאנערשטאג,

בין איך זייער צופרידן געווען, און ס'האלט שוין אזוי פאר צוויי יאר.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג מארטש 13, 2020 2:14 am

איך האב גענוצט דיימאנט שטריימל, (אויף בעדפארד מירטעל, אפגעקויפט מלכות, שטריימל סענטער און נאך) ער האט געמאכט א סאפער דשאב.
איין צוקנייטשטע שטריימל האט מען איבערגעסעט און געגלאנצט, זעט אויס ווי ניי, פאר 175.

איין אינגאנצן איבערגעמאכט אויסצוזען ווי היינטיגע, עס איז געווארן א ניי שטריימל, קאסט ארום 2500, אבער איז געווען א נייע 6 -8 טויזנט דאלער'דיגע שטריימל, ווייל כ'האב זייער שיינע לאנגע האר.
דאס איז ממש ווי מאכן א נייע שטריימל, מ'נוצט נאר די אלטע האר, און מ'לייגט צו, לוינט נאר צו טון, אויב ס'האט שיינע האר, אז נישט קען מען קויפן א שיינע שטריימל היינט פאר ביליגער.

ווי איך פארשטיי איז נישטא אזא זאך נאר טוישן ווערך, מ'דארף עפענען די שטריימל צו טוישן ווערך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

מימוני
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » פרייטאג מארטש 13, 2020 8:49 am

א חבר מיינע האט איבערגעמאכט זיין שטריימל ביי תפארת שטריימלעך אין מאנסי, א הערליכע דזשאב פאר א ביליגע פרייז.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 13, 2020 8:59 am

זאל ער קומען האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז נישטא אזא זאך נאר טוישן ווערך, מ'דארף עפענען די שטריימל צו טוישן ווערך.

אודאי קען מען, דאס גאנצע הוט חלק, האב מיר שוין געטאן, זייער שויין אויסגעקומען.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » פרייטאג מארטש 13, 2020 10:13 am

farshlufen האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז נישטא אזא זאך נאר טוישן ווערך, מ'דארף עפענען די שטריימל צו טוישן ווערך.

אודאי קען מען, דאס גאנצע הוט חלק, האב מיר שוין געטאן, זייער שויין אויסגעקומען.

וואס מיינט דאס 'טוישן ווערך' ?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט