טאקאי וויין. מען קען דאס באקומען ערגעץ?

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

טאקאי וויין. מען קען דאס באקומען ערגעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

האב איך א חבר וואס רעדט צו מיר כסדר די חשיבות פון די טאקאי וויין, געמאכט מיט טרויבן וואס קומט פון די שטאט טאקאי (קערעסטירע געגנט).

יענער זאגט אז די טעם דערפון איז עפעס ספעציעל, עס טרינקט זיך ווי א זשוס, עס איז זיסלעך אבער אן די סיי עפעקטס פון זיסע וויין, בקיצור ער זאגט אז דאס איז "די" וויין.

למעשה קען מען עס נישט דא באקומען אין אמעריקע, עפעס א געזעץ אז מען טאר נישט אריינברענגען פון אונגארן, איז עס טאקע נישט דא צו באקומען.

ווייסט איינער ווי מען קען דאס באקומען מיט א גיטע הכשר?

(די קדם טאקאי וויין איז נאר די נאמען טאקאי, עס קומט בכלל נישט פון דארט)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בעט דעם עולם וואס פארט קיין קערעסטיר
[אפשר 'אורחים בורחים דורכים']

אבער כ'גלייב נישט העסט עפעס טרעפן מיט א הכשר
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

די שאלה איז אויב עס איז לעגאל און אפראווד אריינצוברענגען אין אמעריקע. עפעס האב איך געהערט אז נישט
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און פון וואנעט קומט די אונגארישע בראנפן?
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

קוקט אויס אז ס'איז יא לעגאל צו פארקויפן
http://www.totalwine.com/wine/dessert-f ... rules=true
אבער קיין כשר'ע איז לכאורה נישט דא
http://forums.wineloverspage.com/viewto ... 29&t=51061
1 + 1 = חלה דעקל...
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

אודאי איז פארהאן טאקאיער וויין. אלע קאמפעניעס פארקויפן וויינען געמישט פון טאקאיער טרויבן
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יאיר גאלד האט געשריבן:אודאי איז פארהאן טאקאיער וויין. אלע קאמפעניעס פארקויפן וויינען געמישט פון טאקאיער טרויבן

כ'מיין אז ביסט נישט גערעכט, די "טאקיי" וויין וואס קדם און ארמון פארקויפן, זענען סתם ניו יארקער טרויבן באגאסען מיט באקסעס צוקער, ס'האט מיט טאקיי קיין שייכות.

ס'געווען איין כשר'ע עכטע טאקיי וויין, כ'געדענק נישט יעצט דעם נאמען, אבער זיי מאכן עס שוין נישט אדער ברענגט מען עס שוין נישט אריין. אפשר אין עפעס א פארשטויבטע מקוה שטובל קען מען נאך טרעפן דערפון.

די מעלה פון די טאקיי וויין, אז ס'איז נאטורליך זיס. ס'ווערט קאנצעטרירט אין זיך גאר הויכע צוקער לעוועל פאר אראפנעמען פון די וויינגארטן צוליב כמה סיבות, און דאס מאכט אז נאכן קאכן די וויין בלייבט עס נאכאלס פיין זיס. בערך אזוי ווי די טייערע אראנדזש מוסקאט פון בארן הערצאג.

די חשיבות פון די פארשידענע טאקיי וויינען ווענדט זיך ווי שטארק זיס ס'איז, ווי מער אלס טייערער איז עס, ס'מעסט זיך לויט Puttonyos וואס לויפט פון 3 ביז 6, די כשרע וואס מ'האט אריינגעברענגט איז געווען 3.5 פוטטנויס. אבער לעצטענס לאזט שוין די אונגארישע רעגירונג פארקויפן אינטער 4
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4278
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

נא_שכל האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:אודאי איז פארהאן טאקאיער וויין. אלע קאמפעניעס פארקויפן וויינען געמישט פון טאקאיער טרויבן

כ'מיין אז ביסט נישט גערעכט, די "טאקיי" וויין וואס קדם און ארמון פארקויפן, זענען סתם ניו יארקער טרויבן באגאסען מיט באקסעס צוקער, ס'האט מיט טאקיי קיין שייכות.

ס'געווען איין כשר'ע עכטע טאקיי וויין, כ'געדענק נישט יעצט דעם נאמען, אבער זיי מאכן עס שוין נישט אדער ברענגט מען עס שוין נישט אריין. אפשר אין עפעס א פארשטויבטע מקוה שטובל קען מען נאך טרעפן דערפון.

די מעלה פון די טאקיי וויין, אז ס'איז נאטורליך זיס. ס'ווערט קאנצעטרירט אין זיך גאר הויכע צוקער לעוועל פאר אראפנעמען פון די וויינגארטן צוליב כמה סיבות, און דאס מאכט אז נאכן קאכן די וויין בלייבט עס נאכאלס פיין זיס. בערך אזוי ווי די טייערע אראנדזש מוסקאט פון בארן הערצאג.

די חשיבות פון די פארשידענע טאקיי וויינען ווענדט זיך ווי שטארק זיס ס'איז, ווי מער אלס טייערער איז עס, ס'מעסט זיך לויט Puttonyos וואס לויפט פון 3 ביז 6, די כשרע וואס מ'האט אריינגעברענגט איז געווען 3.5 פוטטנויס. אבער לעצטענס לאזט שוין די אונגארישע רעגירונג פארקויפן אינטער 4

פראבירט א late harvest וויין. נאטורליך זיס. נאך בעסער: Ice Wine. עס איז יעצט דא פון די Niagara Region אין קאנאדא מיט גאנץ פיינע הכשרים. פרייז: $32.95 פאר א פיצעלע באטעל... 350 ml.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'האב מיך יעצט דערמאנט די נאמען פון די כשר'ע טאקיי וויין - "לאנגער"
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

נא_שכל האט געשריבן:כ'האב מיך יעצט דערמאנט די נאמען פון די כשר'ע טאקיי וויין - "לאנגער"

ווי טרעפט מען די וויין? איז דאס טאקע פון טאקאי, אדער דאס איז נאר די נאמען אזוי ווי קדם טאקאי וויין וואס איז בלויז א נאמען, און נישט פון טאקאי טרויבן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סידיראם האט געשריבן:

דאס איז טאקע פון טאקאיי, אבער כ'מיין אז ס'מער נישט דא צו באקומען. אפשר אז דער עולם וועט אנהייבן בעטן ביי די סוחרים די וויין, וועלען די אימפארטירער מאכן א כשרע ליין און עס אריינברענגען.

מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נא_שכל האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:כ'האב מיך יעצט דערמאנט די נאמען פון די כשר'ע טאקיי וויין - "לאנגער"

ווי טרעפט מען די וויין? איז דאס טאקע פון טאקאי, אדער דאס איז נאר די נאמען אזוי ווי קדם טאקאי וויין וואס איז בלויז א נאמען, און נישט פון טאקאי טרויבן.

דאס איז טאקע פון טאקאיי, אבער כ'מיין אז ס'מער נישט דא צו באקומען. אפשר אז דער עולם וועט אנהייבן בעטן ביי די סוחרים די וויין, וועלען די אימפארטירער מאכן א כשרע ליין און עס אריינברענגען.

ווייס איך נישט אויב עס וועט העלפען, עס איז דאך נישט ליגעל
#איך-פארק-מענטשליך
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פארוואס איז עס נישט ליגעל?

דא האט איר א בילד פון איינע פון די אלטע לאנגער וויינען.
אטעטשמענטס
5998847159997.jpg
5998847159997.jpg (38.01 KiB) געזען 1206 מאל
5998847159997-2.jpg
5998847159997-2.jpg (101.35 KiB) געזען 1206 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מקוה ביסט אזוי זיכער אז עס איז נישט ליגעל דאס צו פארקויפן? איך האב דאס דערמאנט אויבן אלס א שמועה רחוקה, אבער ווי אנדערע האבן שוין ערווענט דא איז עס יא לעגאל אריינצוברענגען.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”