פינאנץ אויף די עלטערע יארען

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין נישט זיכער אויב עס איז שוין דא אשכול אויף דעם אויב יא קענ מען צאמשטעלן,

מיר זענען פארנימען מיט די הוצאות פון דירות און רענט וואס נוגע יום יומית פאר אונזערע מידעל עיד'זש מענטשן, אבער ווייניג טראכטן אויף די שפעטערע יארן.
אודאי האבן מיר בטחון אויפן רבש"ע אז ער וועט נישט פארלאזן, עד הנה עזרונו, און מיר בעטן ווייטער אל תשליכינו לעת זקנה, און ב"ה קיין איין אלטער איד איז נאך נישט נפטר געווארן פאר הונגער, אבער מען דארף טון די מינימום השתדלות,

עכ"פ די שאלה איז ווי אזוי דארף א געווענליכער עלטערער איד\אידענע נאכען רעטייערמענט לעבן?? מהיכן ירק זה חי.
די סאושעל סעקיוריטי געלטער איז דאך קוים ראוי לברכה און קיינער ווייסט נישט ווילאנג נאך דאס וועט אנהאלטען עס שטייט אויף הינערנע פוס,
דארף מען טאקע אנקומען לידי מתנת בשר ודם??
איז שייך צו מאכן ביליגע אינוועסטמענט צו קענען באצאלען מטה שולחן כסא מנורה און נישט זיין א מצפה לשולחן אחרים??? ווי אזוי ארבעט דאס?? איינער האט מער פרטים??
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סאשול סעקיוריטי גיט א 20-30 אלפים פאר מאן אין ווייב וואס האבן פארדינט האלב לייטיש. אויך באקומט יעדער מעדיקעיר. און האפענטליך האט מען אן אויסגעצאלטע דירה.
צו די זייט איז גוט טאמער האט מען עפעס אינוועסטמענטס ווי ריעל עסטעיט אדער א רעטייערמענט אקאונט וואס ברענגט געלט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אויב עס איז שוין דא אשכול אויף דעם אויב יא קענ מען צאמשטעלן,

מיר זענען פארנימען מיט די הוצאות פון דירות און רענט וואס נוגע יום יומית פאר אונזערע מידעל עיד'זש מענטשן, אבער ווייניג טראכטן אויף די שפעטערע יארן.
אודאי האבן מיר בטחון אויפן רבש"ע אז ער וועט נישט פארלאזן, עד הנה עזרונו, און מיר בעטן ווייטער אל תשליכינו לעת זקנה, און ב"ה קיין איין אלטער איד איז נאך נישט נפטר געווארן פאר הונגער, אבער מען דארף טון די מינימום השתדלות,

עכ"פ די שאלה איז ווי אזוי דארף א געווענליכער עלטערער איד\אידענע נאכען רעטייערמענט לעבן?? מהיכן ירק זה חי.
די סאושעל סעקיוריטי געלטער איז דאך קוים ראוי לברכה און קיינער ווייסט נישט ווילאנג נאך דאס וועט אנהאלטען עס שטייט אויף הינערנע פוס,
דארף מען טאקע אנקומען לידי מתנת בשר ודם??
איז שייך צו מאכן ביליגע אינוועסטמענט צו קענען באצאלען מטה שולחן כסא מנורה און נישט זיין א מצפה לשולחן אחרים??? ווי אזוי ארבעט דאס?? איינער האט מער פרטים??

גא"מ
לדעתי ווערט די פראבלעם גרעסער פון יאר צו יאר, עס קימט ארויף יעצט זייער א גרויס עולם פון די מידעל עיד'זש מענטשן און עס גייט ווערן מער און מער,
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8824
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

דריידל האט געשריבן:סאשול סעקיוריטי גיט א 20-30 אלפים פאר מאן אין ווייב וואס האבן פארדינט האלב לייטיש. אויך באקומט יעדער מעדיקעיר. און האפענטליך האט מען אן אויסגעצאלטע דירה.
צו די זייט איז גוט טאמער האט מען עפעס אינוועסטמענטס ווי ריעל עסטעיט אדער א רעטייערמענט אקאונט וואס ברענגט געלט

וואס האבן פארדינט האלב לייטיש אויף די ביכער!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

איך גלייב אז ביי די גוים איז די פראבלעם אסאך מער, ביי אונז אידן האט מען געטרייע קינדער, גיטע אידן, וויאזוי גייט עס ביי זיי?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ביי די גויים דארף מען נישט קיין סאך.אביסל פוד סטעמפס מיט א רעגירונג דירה און מעדיקעיר און זיי זענען צופרידן, וואס נאך דארפען זיי? אין ערגסטן פאל גייט מען אין א HOME און מען קוקט טיווי
אבער אידן דארפן כשר'ס, א שבת א יו"ט, שמחות, און אסאך מאל הילף, און נישט יעדער קען גיין וואוינען ווי עס לאזט זיך
גראדע איז לעצטנס זייער שיין צוגעשטעלט פאר עלטערע אידן מיט שיינע פראגראמען, אשרי חלקם פון די עסקנים
אז מען האט א אויסגעצאלטע דירה איז טאקע אסאך גרינגער, אבער מי יאמר זכיתי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דריידל האט געשריבן:צו די זייט איז גוט טאמער האט מען עפעס אינוועסטמענטס....... אדער א רעטייערמענט אקאונט וואס ברענגט געלט

קענסטו אביסל מרחיב בדיבור זיין דערוועגן??
יעצט איז די צייט צו וויסן דערפון.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8824
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אלט מאנרא האט געשריבן:איך גלייב אז ביי די גוים איז די פראבלעם אסאך מער, ביי אונז אידן האט מען געטרייע קינדער, גיטע אידן, וויאזוי גייט עס ביי זיי?

גוים האבן נישט אויסגעגעבן זייער לעצטע פרוטה פאר זייערע קינדער'ס און פאר די אייניקלעך'ס חתונה און "בלייבן ביים לערנען". סא אויב זאל ער נאר סעיוון יעדעס יאר 10,000 דאלער איז ער אויפן וועג צו גאנץ א שיינע רעטייערמענט.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צו די זייט איז גוט טאמער האט מען עפעס אינוועסטמענטס....... אדער א רעטייערמענט אקאונט וואס ברענגט געלט

קענסטו אביסל מרחיב בדיבור זיין דערוועגן??
יעצט איז די צייט צו וויסן דערפון.

ס'זענען פארהאן פארשידענע סארט רעטייערמענט אקאונטס. די גרעסערע ביזנעסער שטעלן געווענדליך צו א 401k ווי מ'קען אויסוועלן וויפול געלט מ'וויל אריינלייגן דארט און געוואנדן לויט וויאזוי ס'איז אויפגעסעט, וועט די ביזנעס אויך צושטייער געבן. אבער אפילו איינער וואס זיין עמפלאיער שטעלט דאס נישט צו קען מען אליין מאכן אן IRA, ווי מ'לייגט אריין ביז 5,500 פער יאר (א קאפל קען לייגן די סכום סיי פאר די מאן און סיי פאר די ווייב). ס'זענען דא לייף אינשורענס ע"יזשענטס וואס אפפערן די פלענס און ס'איז כדאי זיך דורכשמועסן מיט'ן אקאונטענט צו זעהן וועלכע פון די פארשידענע סארטן פלענס גיט די גרעסטע בענעפיט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אברך
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

די שאלה וואס דניאל פרעגט איז פון די הייסטע נושאים ביי יעדע פיינענשל עדווייזער, געווענליך רעקאמענדירן זיי צו סעיוון אין א דייווערסיפייד פארטפאליא אין א IRA.

אויב ארבעט מען ביי א גרעסערע פירמע האט מען געווענליך א 401k, צומאל אפילו מיט א מעטש.

אויך זענען פארהאן פינאנציעלע פראדוקן ווי א ענועטי (ענליך צו א האול לייף אינשורענס) אדער א רעווערס מארטגעדש וואס זענען דיזיינט פאר ריטייערמענט.

איך האב געהערט גוטע גריסן פון מיינס א פריינט וואס איז געווען ביי זיי:
https://www.edelmanfinancial.com/

אין א זייטיגן נאטיץ:
די אלע מיטליאריגע אידן פון די סיטי וואס האבן געקויפט זייערע דירות פאר 20 יאר צוריק, קענען פארקויפן זייערע דירות און ריטייערן אין אפסטעיט, מען דארף צו קענען פאקעטן ארום א דרייפערטל מעלאנע אדער מער וואס איז א גוטע התחלה.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אלט מאנרא האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אויב עס איז שוין דא אשכול אויף דעם אויב יא קענ מען צאמשטעלן,

מיר זענען פארנימען מיט די הוצאות פון דירות און רענט וואס נוגע יום יומית פאר אונזערע מידעל עיד'זש מענטשן, אבער ווייניג טראכטן אויף די שפעטערע יארן.
אודאי האבן מיר בטחון אויפן רבש"ע אז ער וועט נישט פארלאזן, עד הנה עזרונו, און מיר בעטן ווייטער אל תשליכינו לעת זקנה, און ב"ה קיין איין אלטער איד איז נאך נישט נפטר געווארן פאר הונגער, אבער מען דארף טון די מינימום השתדלות,

עכ"פ די שאלה איז ווי אזוי דארף א געווענליכער עלטערער איד\אידענע נאכען רעטייערמענט לעבן?? מהיכן ירק זה חי.
די סאושעל סעקיוריטי געלטער איז דאך קוים ראוי לברכה און קיינער ווייסט נישט ווילאנג נאך דאס וועט אנהאלטען עס שטייט אויף הינערנע פוס,
דארף מען טאקע אנקומען לידי מתנת בשר ודם??
איז שייך צו מאכן ביליגע אינוועסטמענט צו קענען באצאלען מטה שולחן כסא מנורה און נישט זיין א מצפה לשולחן אחרים??? ווי אזוי ארבעט דאס?? איינער האט מער פרטים??

גא"מ
לדעתי ווערט די פראבלעם גרעסער פון יאר צו יאר, עס קימט ארויף יעצט זייער א גרויס עולם פון די מידעל עיד'זש מענטשן און עס גייט ווערן מער און מער,

האבעך פונקט לעצטנס געשמועסט מיט מיין חבר וואס זיין טאטע איז שוין אויף דער עלטער, ער האט מיר זיך אויסגעשמועסט ווי שווער די לאסט פון געלט פאלט אויף די משפחה. מענטשן מיינען אז עלטערע אידן האבן אטאמאטיש געלט, עס איז בכלל נישט אזוי, אן עלטערע מענטש וואס ארבעט נישט האט צומאל כמעט נישט קיין לחם לאכול, וואס פון די אויסגעקארגטע סאשעל סעקיוריטי איז נישט מער ווי א ליצנות וויפיל די לעבן קאסט.

איך ווייס נישט די עצה דערצו פונקטליך, אבער לפי מה ששמעתי מהאינשורענס בראקער'ס (פאר אזא זאך גיי צו א פראפעשענעל, נישט צו א יונגערמאנטשיק), קען מען אויסארבעטן הערליכע אינוועסטמענטס פלענער פאר די עלטערע יארן. רוב מענטשן טראכטן נישט וואס גייט זיין א מינוט שפעטער, און אוודאי נישט וואס גייט זיין אין יארן שפעטער ביי די עלטערע יארן, אבער החכם עיניו בראשו צו אינוועסטירן פעני'ס שבפעני'ס אין די אינגע יארן, אזוי אויף די עלטער זארגט מען זיך נישט יעדן טאג פון ווי גיי איך מארגן צאלן די גראסערי, החכם עיניו בראשו.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאף נאך איין טאג ארויפצוברעגען די סאבדזשעקט... ווען מענטשן זאלן ערענסט אריינטראכטן וואלט מען נישט געספענדט די סטימיולעס געלטער, נאר עס אוועקגעלייגט פאר לאנג טוירם...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאף נאך איין טאג ארויפצוברעגען די סאבדזשעקט... ווען מענטשן זאלן ערענסט אריינטראכטן וואלט מען נישט געספענדט די סטימיולעס געלטער, נאר עס אוועקגעלייגט פאר לאנג טוירם...

און איך האב ארויפגעברענגט די נושא פאר בערך צוויי יאר צוריק אין אן אשכול. דאן האט געהערשט א יאור, כ׳מיין א נילוס... אדער בעסער די-נייעל...

דער עולם האט צוריקגעפושט אז עס גייט זיין אקעי וועגן איך-ווייס-נישט-וואס.. אבער מעטשוין מאכן עפעס...

דער אמת איז אז בעוד מועד (כ׳רעד פון עטליכע יאר פאר ריטייערמענט)קענען זיך פילע משפחות באווארענען דורך פארשידענע מהלכים און פינאנציעלע פראדוקטן וואס זענען עוועילעבל...

נו, ווער קען אהערשלעפן יענעם אשכול
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31272
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שטארק זיך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאף נאך איין טאג ארויפצוברעגען די סאבדזשעקט... ווען מענטשן זאלן ערענסט אריינטראכטן וואלט מען נישט געספענדט די סטימיולעס געלטער, נאר עס אוועקגעלייגט פאר לאנג טוירם...

און איך האב ארויפגעברענגט די נושא פאר בערך צוויי יאר צוריק אין אן אשכול. דאן האט געהערשט א יאור, כ׳מיין א נילוס... אדער בעסער די-נייעל...

דער עולם האט צוריקגעפושט אז עס גייט זיין אקעי וועגן איך-ווייס-נישט-וואס.. אבער מעטשוין מאכן עפעס...

דער אמת איז אז בעוד מועד (כ׳רעד פון עטליכע יאר פאר ריטייערמענט)קענען זיך פילע משפחות באווארענען דורך פארשידענע מהלכים און פינאנציעלע פראדוקטן וואס זענען עוועילעבל...

נו, ווער קען אהערשלעפן יענעם אשכול

אבי אבות הקריזיסן: BABY BOOMER RETIREMENT
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

שטארק זיך האט געשריבן:שכוח

אפשר טאקע גייסטו ווייטער מיט יענע אשכול?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

איך זיך אינפורמציה איבער די זייטל. צו עפענען א 401k
ווער ווייסט?
https://humaninterest.com/
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

עירמאנט'ער האט געשריבן:

איך ניץ זיי שוין קרוב צו צוויי יאר. וועלכע אינפארמאציע ווילסו וויסן?
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:

ישר כח!

טראסטבאר?
ווי אזוי צוטייל איך די אינוועסטמענט? זאל איך עס לאזן אזוי ווי זיי רעקאמענדען ? זעה בילד
אטעטשמענטס
Screenshot_20230216-113930_Chrome.jpg
Screenshot_20230216-113930_Chrome.jpg (92.15 KiB) געזען 891 מאל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

עירמאנט'ער האט געשריבן:
פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:
איך זיך אינפורמציה איבער די זייטל. צו עפענען א 401k
ווער ווייסט?
https://humaninterest.com/
איך ניץ זיי שוין קרוב צו צוויי יאר. וועלכע אינפארמאציע ווילסו וויסן?
ישר כח!

טראסטבאר?
ווי אזוי צוטייל איך די אינוועסטמענט? זאל איך עס לאזן אזוי ווי זיי רעקאמענדען ? זעה בילד
זייער טראסטבאר מיט גוטע קאסטומער סערוויס. (איך ווייס פון גרויסע ביזנעסער וואס ניצן זיי פאר זייער 401k)

קענסט עס אליין צוטיילן לויט ווי דו פארשטייסט אבער זייער מאדעל איז זייער א גוטע. זיי האלטן עס אין איין מאדיפייען פאר די בעסטע ריזאלטס.
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:
פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:
איך זיך אינפורמציה איבער די זייטל. צו עפענען א 401k
ווער ווייסט?
https://humaninterest.com/
איך ניץ זיי שוין קרוב צו צוויי יאר. וועלכע אינפארמאציע ווילסו וויסן?
ישר כח!

טראסטבאר?
ווי אזוי צוטייל איך די אינוועסטמענט? זאל איך עס לאזן אזוי ווי זיי רעקאמענדען ? זעה בילד
זייער טראסטבאר מיט גוטע קאסטומער סערוויס. (איך ווייס פון גרויסע ביזנעסער וואס ניצן זיי פאר זייער 401k)

קענסט עס אליין צוטיילן לויט ווי דו פארשטייסט אבער זייער מאדעל איז זייער א גוטע. זיי האלטן עס אין איין מאדיפייען פאר די בעסטע ריזאלטס.
געוואלדיג. ישר כח!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צ"ק

מ'האט סאשעל סעקיורעטי, מעדיקעיר, פוד סטעמפס, אויסגעצאלטע הויז און שוין. אה ווילסט גיין אין פלארידע א האלבע יאר, זיין א שיינע יוד, וכו' וכו' דאס איז שוין עפעס אנדערש.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

איינער האט מיר אמאל געזאגט אז טאמער מאכט מען אין די יונגע יארן א גוטע טעין פעי לייף אינשורענס פאלעסי, קען מען ארויסנעמען קעש וועליו אין די עלטערע יארן גענוג ברייט צום לעבן.
אוועטאר
בוקר טוב
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 5:11 pm

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר טוב »

Very recommended to save just a few hundred dollars a month and invest it in the SPY for long term.
בוקר טוב!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: פינאנץ אויף די עלטערע יארען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 2:17 pm
צ"ק

מ'האט סאשעל סעקיורעטי, מעדיקעיר, פוד סטעמפס, אויסגעצאלטע הויז און שוין. אה ווילסט גיין אין פלארידע א האלבע יאר, זיין א שיינע יוד, וכו' וכו' דאס איז שוין עפעס אנדערש.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט...

וויפיל גיבט סאושל סעקיוריטי די מאקסימום?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”