מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

שמחת עולם האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווא! מיר ווארטן אויף נאך שמועסן! שכוח

גא"מ

הערליך שיין און קלאר

רבי לב אחד, ביסט אונז גארנישט שולדיג און מיר באדאנקען זיך פאר די ערשטע פיר לעקציעס, אבער מיר ווילן מוסר מודעה זיין אז מיר לעכצן פאר נאך מאמרים אין די נושא.

א דאנק!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Haklal האט געשריבן:

יעצט באמערקט רב לב אחד איז שוין נישטא א שטיקל צייט, ווער נאך קען אריינקומען אין דעי נושא?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער שיין, ס'ערשטע מאל כ'זע דעם אשכול, דאס איז עפעס וואס א נוטרישאניסט האט מיר רעקאמענדעט א שטיק צייט צוריק, עס איז ממש געוואלדיג טוט אויף גדולות ונצורות,
כ'ווייס נישט אויב מ'מעג דא שרייבן אבער אויב האט איר עקסעס צו יוטוב קענט איר האבן אסאך נוצליכע אינפארמאציע און אויב האט איר א כלי איז דא א געוואלד מיט עפפס וואס וועלן אייך גיידן צו א מיינדפולנעס סעסיע.

אבער אפילו איר האט נאר די בעיסיק עקסעס צו אינטערנעט (כמובן ווייל איר ליינט דאך דא) קענט איר סתם סערטשן פאר "mindfulness" און גוגל וועט אייך אויסשפייען א שלל מיט ארטיקלען דערוועגן פון מעדיצינישע סייטס (וואס זענען ע"פ רוב אפן ביי אלע פילטערס) ותדרשנו משם,
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אויב איינער קען דא מאכן א PDF לכבוד שבת קודש, וואלט עס געווען זייער עפרישיעטעד.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

היימישער הייקער האט געשריבן:אויב איינער קען דא מאכן א PDF לכבוד שבת קודש, וואלט עס געווען זייער עפרישיעטעד.

נאדיר עפעס.

Untitled document.pdf
(85.51 KiB) געווארן דאונלאודעד 136 מאל

מיר ווארטן נאך אויפן המשך. @לב אחד. מיר האבן הנאה געהאט ביז אהער, און מיר ווילן נאך. יישר כח.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איינער קען עם געבן א ציפ ער זאל זיך אויפוועקן אין צירוק קומען? :roll:
מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:45 pm
לאקאציע: אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגעזש עדווייזער »

זייער שיין, א דאנק און ברענג נאך
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

Haklal האט געשריבן:איינער קען עם געבן א ציפ ער זאל זיך אויפוועקן אין צירוק קומען? :roll:

אזא שטארקע ציפ?
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

צו מיינע טייערע גוטע פריינט. איך גיי אי״ה היינט קומען מיט א פרישע שיעור. מיטן אויבערשטענס הילף און מיטן רבי׳נס כח.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

לב אחד האט געשריבן:צו מיינע טייערע גוטע פריינט. איך גיי אי״ה היינט קומען מיט א פרישע שיעור. מיטן אויבערשטענס הילף און מיטן רבי׳נס כח.

מיר קוקן שטארק ארויס דערויף.

א גרויסן ייש"כ!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ספרים שטוב האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:צו מיינע טייערע גוטע פריינט. איך גיי אי״ה היינט קומען מיט א פרישע שיעור. מיטן אויבערשטענס הילף און מיטן רבי׳נס כח.

מיר קוקן שטארק ארויס דערויף.

א גרויסן ייש"כ!

גא"מ. ייש"כ!
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

שלום שלום לרחוק ולקרוב,

איך בין שוין נישט געזעסן אין דעם אשכול פאר איבער צוויי יאר.

אסאך וואסערן זענען שוין אריבערגעפלאסן אין די צייט. אסאך פאסירונגן זענען שוין פאראיבער זינט דאן.

אסאך מענטשן וואס זענען דא געווען מיט אונז זענען שוין נישט דא. און אסאך וואס זענען נישט דא געווען מיט אונז זענען היינט שוין יא מיט אונז. עס פאסירט אסאך אין צוויי יאר. גאר אסאך. דאס לעבן טוישט זיך, אין צוויי יאר קען מען קונה זיין א געוואלד מיט קנינים בנפש.

אבער ווייסט וואס די פלא איז? די אטעם ציט אריין און די אטעם בלאזט ארויס. גענוי אויפן האר ווי צוויי יאר צוריק. וואונדערליך. פון ווען א מענטש עפענט די אויגעלעך אויף די וועלט ביז ווען ער פארמאכט עס ווען די צייט קומט אטעמט ער אריין און ארויס אויפן זעלבען רוטין. אריין און ארויס.

נו, אז מיר האבן שוין געהאט א שטיקל אריינפיר צום היינטיגן מיינדפולנעס פרעקטיס קען מען זיך גרייט מאכן. קלארשטעלונג: איך ווייס אז לעצטע מאל וואס איך האב גענדיגט האב איך געזאגט אז מיר וועלן אריינגיין טיפער אין די חלק וויאזוי מען קען היילן וואונדן מיט מיינדפולנעס, איך פיל אבער ווי איך וויל ענדערש קודם נאך אביסל פאקעסירן אויף די סימפל סטעפס פון מיינדפולנעס וויאזוי מען טוט עס אא"וו.

....
לאמיר מאכן קודם א קורצע חזרה.
מיר האבן ערווענט אז מיינד-פולנעס איז צוויי ווערטער. עס באדייט א פולער מח – מיינד נעמליך א מיינד וואס איז וואכזאם פולקאם אויפן דא און יעצט; וואס עס טוט זיך אפשפילן אין דעם רגע און דעם קומענדיגן רגע.
אויך האבן מיר ארויסגעברענגט די באשטאנדטיילן פון מיינדפולנעס: 1. בכוונה – לאפוקי פון צופעליג זיך טרעפן טראכטן פון עפעס – הוה – לאפוקי פון טראכטן פון עפעס וואס איז געווען אדער געשען – נאן דזשאדזשמענטל – לאפוקי פון זיין אנגעגעסן אויף זיך אליין אז די מח פליט אוועק, נאר צוריקברענגען איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל דעם מח צום הוה.

און לאמיר צולייגן א וויכטיגע נקודה: מיינדפולנעס איז די ווייטסטע זאך פון א שנעלע 'פיקס' – פאררעכטונג וואס ס'שייך. עס איז א פראקטעצירונג וואס פון נאטור אויס פארנעמט עס נישט קיין ערווארטונגען. עס איז פשוט די היפך. די מינוט וואס מ'זוכט צו ארויסנעמען בענעפיטן פון מיינדפולנעס האט מען זיך שוין אוועקגערוקט פון מיינדפולנעס; מען איז שוין נישט אין די הוה, און מען איז דזשאדזשמענטל. איי, וועסטו פרעגן, ס'הייסט איך טאר גארנישט ווילן? דאן פארוואס זאל איך עס טון? דער ענטפער אויף דעם איז אז אוודאי מעגסטו וועלן בענעפיטירן דערפון, און דו וועסט אי"ה בענעפיטירן דערפון, אבער דאס קען נישט ווערן די ציל פון מיינדפולנעס. דער אמת איז אויך אז איינמאל מען לערנט זיך אויס מיינדפולנעס פאלט אוועק די קוויק-פיקס אימפולסיווער ווילן.

.....
איז פאר היינט לאמיר גיין מיינדפולנעס לייוו. קומט מיט מיר.

איך זעץ מיך אראפ אויף א בענקל אין א שטילע צימער. איך פרוביר צו ווערן וואכזאם אויף מיין קערפערליכע שטעלונג. איך פרוביר צו ווערן וואכזאם אויף די וועג וויאזוי איך זיץ, איך מאך א בכוונה'דיגע עפפארט אז איך זאל זיצן upright דאס הייסט נישט צו שטארק אנגעלאנט אבער צו די זעלבע צייט נישט אנגעשטרענגט. פונקט גוט מיך צו האלטן וואכזאם.

איך רוק מיין ריכוז צו מיין אטעם. איך פיל עס איז א מאשין. א אבנארמאל וואונדערליכע מאשין. עס ווייסט אליינס וואס צו טון. איך ווער אביסל נייגעריג איבער וואו איך פיל די מערסטע מיין אטעם. איך פרוביר צו אויפפאסן אויף דעם. איך מיין אז איך פיל עס די מערסטע אין מיין נאז. איך פרוביר די בעסטע וואס שייך צו בלייבן דארט און אינוועסטעגירן די אטעם וויזאוי עס פילט אינעם נאז. איך ווער באוואוסטזיניג אז אויפן וועג אריין קומט אריין קאלטע לופט, אבער א סעקונדע שפעטער ווען עס גייט ארויס גייט עס ארויס ווארעם. איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. איבער און איבער און איבער און איבער און איבער און איבער. אריין און ארויס אריין און ארויס.

אופס... א מחשבה'לע קלאפט אויפן טיר. וואס וויל ער? ער וויל איך זאל באצאלן די רענט ביל. ער נודזשעט און איינמאל ער זעט אז איך לאז אים אריין ברענגט ער מיר זיינע חברים – אנדערע מחשבות און דאגות איבער א נעכטיגע אימעיל וואס געהאט נישט גוטע נייעס. איך טרעף זיך פלוצלונג לגמרי נישט אויפן פלאץ וואו איך האב אנגעהויבן א פאר מינוט צוריק ביים אטעם און די נאז. א שולד געפיל באנעמט מיך; האסט דיך נאכאלץ נישט אויסגעלערנט צו זיין פאקעסירט? וואס גייט פאר מיט דיר??

איך הער אים אויס דעם מחשבה, און אן זיך צוריק טענה'ן מיט אים גיי איך צוריק צום אטעם. אריין און ארויס אריין און ארויס אריין און ארויס. איך בין נישט דזשאדזמענטל.
כ'טרעף מיך אבזערווירן זיך אליין אויב איך מאך גוט מיינדפולנעס, איך הער אויס דעם מחשבה אויך און איך גיי צוריק צום אטעם. אריין און ארויס אריין און ארויס אריין און ארויס. איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.

אזוי זיץ איך מיינדפול אויף מיין אטעם, און יעדע מאל וואס מיין קאפ פארט אוועק ברענג איך צוריק, ביז דער אלארם וואס איך האב אנגעשטעלט אז עס זאל קלינגן נאך צען מינוט צוקלינגט זיך, און איך ענדיג דעם סעסיע.

צום ווידערזען מארגן ווי מיר וועלן בעז"ה אביסל מער אריינגיין אינעם ענין וויאזוי מען ברענגט זיך צוריק צום אטעם איינמאל און נאכאמאל אן ווערן פרוסטרירט.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

מחשב האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:אויב איינער קען דא מאכן א PDF לכבוד שבת קודש, וואלט עס געווען זייער עפרישיעטעד.

נאדיר עפעס.

Untitled document.pdf

מיר ווארטן נאך אויפן המשך. @לב אחד. מיר האבן הנאה געהאט ביז אהער, און מיר ווילן נאך. יישר כח.

כאפ עכ מעך, אז כ'האב נאכניש געזאגט שכח פארן PDF, בעטער לעיט דען נעווער. יעצט קענסטו שוין צולייגן נאך א שטיקל.

און א ריזיגע שכח, מיטן גאנצן הארץ פאר לב אחד!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח הרב לב אחד מיר שלינגען מיט דארשט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ש'כח לב אחד.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

נשמה האט געשריבן:ש'כח לב אחד.
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

זייער שיין אראפגעלייגט.

די לשון הקודש איז לפע"ד "התבוננות", "כוונה" איז ענדערש "Awareness "
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מחשב האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:אויב איינער קען דא מאכן א PDF לכבוד שבת קודש, וואלט עס געווען זייער עפרישיעטעד.

נאדיר עפעס.

Untitled document.pdf

מיר ווארטן נאך אויפן המשך. @לב אחד. מיר האבן הנאה געהאט ביז אהער, און מיר ווילן נאך. יישר כח.

שכוח @מחשב!!
קענסט ביטע צולייגן די פרישע חלק ?

אויכעט האט איינער אן אודיו אדער ווידיו וויאזוי עס צו practice’עם ?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וואס עפעס? האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:אויב איינער קען דא מאכן א PDF לכבוד שבת קודש, וואלט עס געווען זייער עפרישיעטעד.

נאדיר עפעס.

מיינדפולנעס - לב אחד - צוגעלייגט.pdf
(104.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 85 מאל

מיר ווארטן נאך אויפן המשך. @לב אחד. מיר האבן הנאה געהאט ביז אהער, און מיר ווילן נאך. יישר כח.

שכוח @מחשב!!
קענסט ביטע צולייגן די פרישע חלק ?

אויכעט האט איינער אן אודיו אדער ווידיו וויאזוי עס צו practice’עם ?

מיינדפולנעס - לב אחד - צוגעלייגט.pdf
(104.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 85 מאל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שקויעך!
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

מיינדפולנעס שמועס #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איז וויאזוי ברענגט מען זיך אליין צוריק צום אטעם?

די ערשטע נקודה איז צו וויסן און זיך איינחזר׳ן און געדענקן אז די טבע פון די מח איז צו זיין Aware און טראכטן פון זאכן. דאס קען מען נישט אפשטעלן. און דאס וויל מען ח״ו נישט אפשטעלן. עס איז ווי א ים וואס רוישט. ומשום הכי איז די פאוקוס פון מיינדפולנעס בכלל נישט אויף אויסלעשן די מחשבות. לגמרי לגמרי נישט. עס איז ענדערש צו טרענירן די מח צו ווערן בכוונה Aware פון די זאכן וואס שפילן זיך אפ אין די הוה. פון דא. פון יעצט. און אז מיר פארשטייען אז מיר קענען ח״ו נישט אונטערדרוקן מחשבות און זיי אויסרייסן ווערן מיר אביסל מער געדולדיג צו מחשבות וואס באווייזן זיך פלוצלונג אויפן האריזאנט, צומאל אפילו קעגן אונזער ווילן, און מיר ווערן נישט אזוי שטארק פרוסטירט מיט זיך אליינס ווען מען זעט אז די מח האלט אין איין ׳אוועקפליען׳. יא ר׳ איד אייער מח גייט אן קיין שום ספק אוועקפליען, אייער ארבעט איז נאר צוריקצוגיין מיט געדולד צום אטעם. איינמאל און נאכאמאל. און נאכאמאל און נאכאמאל.

אזויוי פארגאנגענע מאלן לאמיר גיין לייוו סעסיע.

מ׳נעמיר א שטילע ארט נישטא קיין מענטשן און קיינער גייט מיך נישט שטערן. טעלעפאן גייט סיילענס און איך בין ׳פלוצלונג׳ דא אין די וועלט. עס פילט ווי איך האב געלאזט אין גאנג א באלון אנגעפילט מיט די הו הא פון מיין טאג, און איך מיט מיין לייב און זעל האבן געלאנדעט דא אין א שטילע צימער. איך טשעק אריין אין מיין קערפער שטעלונג, איך מאך זיכער צו ברענגן מיין גוף צו א אויפגעהויבענע פאזיציע אבער צו די זעלבע צייט נישט שטייף. פונקט גוט איך זאל זיין באקוועם אבער נישט צו באקוועם איינצושלאפן.

איך פרוביר צו locate’ן מיין אטעם; וואו געפינט ער זיך אצינד. בעסער געזאגט וואו פיל איך עס דו מערסטע. עס איז ווי ווען איינער פרעגט מיר: האסט א באווייז אז דו אטעמסט טאקע? וואס וואלט איך אים געפענטפערט? וואו פיל איך עס קלאר אז איך וואלט יענעם געזאגט: הנה דא איז מיין אטעם. אה.. היינט פיל איך עס אין מיין נאז און אויך פיל איך ווי מיין בויך בלאזט זיך אויף א ביסל און דאן פאלט עס. בלאזט זיך אויף א ביסל און דאן פאלט עס. בלאזט אויף א ביסל און דאן פאלט עס.

״דו גייסט רופן חיים?״ שטעלט א מחשבה׳לע די שאלה פאר מיר. איך באמערק דעם מחשבה, איך שטופ אים נישט אוועק. ער איז העפליך געלאדענט דא, אבער איך גיי נאר צוריק צו מיין אטעם ווייל דארט וויל איך יעצט זיין.

״סאיז גראדע גאנץ א גוטע שאלה,״ מורמעלט מיר אן אנדערע מחשבה. ווידער קוק איך אים אן מיט העפליכע אויגן און איך זאג אים געמיר אפאר מינוט יעצט בין איך ביזי. איך גיי צוריק צום אטעם. אריין און ארויס אריין און ארויס. אריין און ארויס אריין און ארויס.

״דו מאכסט עכט מיינדפולנעס?״ וויל א מחשבה וויסן.

״אינטערעסאנטע קשיא״, זאג איך פארן מחשבה און איך גיי צוריק צו מיין אטעם.

״דו ווייסט אז עס גייט זיין PTA נעקסטע וואך״

״טאקע אינטערעסאנט ס׳גייט זיין PTA״ זאג איך און איך גיי צוריק צום Home Base; נעמליך מיין אטעם. אריין און ארויס אריין און ארויס אריין און ארויס.

״ווי לאנג גייסטו נאך זיצן דא?״ הייבט אן מוטשענען א מחשבה.

״הממ.. א גוטע פראגע״, זאג איך און איך גיי צוריק צו מיין אטעם.

״אבער ס׳דאך טרוקן ווי פעפער צו זיצן און פילן די אטעם״, טענה׳ט זיך צוריק די מחשבה.

״לאמיר זען אפשר קען איך ווערן אביסל מער נייגעריג אין מיין אטעם, לאמיך זען וואס איך קען אויפכאפן. אה.. איך פיל ווי עס איז גאנץ סטאביל, נישט שנעל און נישט קורץ. עס הייבט זיך ווי אן ערעפלאן און לאנדעט ווי אן ערעפלאן. א פלא באמערק איך אז צווישן יעדע אטעם און אטעם איז דא א קליינע סטאפ. אפשר א מוסר השכל - אפשר אפילו מער ווי איינס, יעדע זאך האט אן אנהויב און אן ענדע. יעדע זאך דארף אן אפרוה, וואס נאך?

און אזוי גייט עס ביז מיין אלארם צוקלינגט זיך אז די צען מינוט האט זיך גענדיגט.

צום ווידערזען מארגן אי"ה.

...

הבהרה: די סיבה פארוואס מיר גייען מיט א לייוו סעסיע איז 1. דער עיקר געדאנק פון מיינדפולנעס איז למעשה! אן קיין לומדות און טעאריעס. 2. כדי דער עולם זאל קענען האבן אביסל לייוו טרעינינג וויאזוי דאס צו טון.
לשון הוא קולמוס הלב..
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער קלאר!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח! זייער קלאר.

מיט די צייט וועל איך בל"נ צולייגן צום פידיעף.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

Haklal האט געשריבן:זייער קלאר!

גא"מ ייש"כ!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

האב מיר שוין געמאכט דעם מיינדפולנעס מעדיטעישאן היינט אין סאיז גאנץ פיין געלונגען
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”