אדווערטייזמענט: וויאזוי צו פארוואנדלען 'חובות' אין קעש-געלט

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: וויאזוי צו פארוואנדלען 'חובות' אין קעש-געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

ניין, עס איז נישט קיין מאשין וואס מ'קען קויפן אין וואלמארט, אבער עס איז א מיטל וואס מענטשן קענען טון אין געוויסע פעלער, און פארוואנדלען א 'חוב' אין גרויסע געלטער.

הערט א מעשה:

א אינגערמאן האט געהאט א מינדערוויכטיגע חוב פון עטליכע הונדערט דאלאר ביי Macy's Store Card. נו, דאס איז דאך מעשים בכל יום און מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. די קאלעקשאן דעפארטמענט פון דעם גרויסן קייט-געשעפט האבן אים אראפגעדרייט דעם קאפ מיט אומצאליגע טעלעפאן-קאלס און בריוו, צו באצאלן דעם חוב.

האט דאך דער אינגערמאן געהאט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ און זיך פארבינדן מיט די פירמע Sue Collection companies, וועלכע האבן אים געגעבן ראט וויאזוי צו האנדלען מיט חכמה, און איז באגלייט געווארן דורך זייער עקספערטיז און באקאנטשאפט.

צום ערשט האט ער אנגעהויבן צו רעקארדירן אלע טעלעפאן-קאלס, סעיווען אלע בריוו און מעסעדזשעס, ביז עס האט זיך אנגעהויפנט א שיינע צאל פון מעסעדזשעס\בריוו\קאלס, די סחורה האט sue collection companies איבערגעגעבן פאר זייערע אדוואקאטן און מען האט אוועקגעשטעלט א שטארקע קלאגע קעגן Macy's.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ: האט Macy's געברויכט באצאלן פאר דעם איד 48,000$ אין פארגיטיגונגס געלטער. יא! אכט און פערציג טויזנט טאלער, און אלס א 'טשערי אן דע טאפ' האבן זיי נאך אפגעווישט דעם חוב פון די פאר הונדערט דאלאר...!

עד כאן המעשה.

און אזעלכע עפיזאדן פאסירן טאג טעגליך.

*
אויב האט איר קיינמאל נישט געהערט פון אזא באגריף, האבן מיר פאר אייך נייעס:

עס זענען פאראן גאר שטרענגע געזעצן וויאזוי א פירמע מעג בעטן געלט פון א מענטש, און אומצאליגע איינצוימונגען וויאזוי א קאלעקשאן-קאמפאני מעג רופן א מענטש. אויב די פירמעס פארלעצן דאס געזעץ, און טרעטן אויף אייער רעכטן און פרייוועסי, קענט איר זיי קלאגן און ארויסבאקומען שווערע געלטער.

זאל דאס זיין די עלעקטעריק-פירמע, קרעדיט-קארד-חוב, און סיי וועלכע קאלעקשאן פירמע פון סיי וועלכע געשעפט, דארפן זיי נאכקומען א לאנגע ליסטע פון רעגולאציעס, וואס אויב זיי האלטן זיך נישט דערצו – א זאך וואס פאסירט גאנץ אפט – האט איר דעם יד על העליונה און איר קענט ארויסגיין מיט גרויסע רוחים.

איז לאמיר אייך צום ערשט געבן עטליכע וויכטיגע טיפס:

    • יעדעס מאל וואס א קאלעקשן פירמע רופט אייך אן, קיין חילוק צו ס'איז וועגן א קליינע שפיטאל ביל, צו א גרויסע קרעדיט קארד ביל, איז זייער וויכטיג צו האלטן די רעקארדס אויף יעדן איינציגן קאל, און אויב מעגליך אוועקלייגן די Phone statements און איבערקוקן יעדע נומבער און די צייט ווען זיי האבן געקאלט.

    • דער געזעץ איז – צום ביישפיל - אז קאלעקשן קאמפאניס טארן נישט קאלן בעפאר 8:00 אינדערפרי און נאך 9:00 ביינאכט.
    אויך איז וויכטיג צו סעיווען אלע וואויס-מעילס פון זיי. ווייל די קאלעקשן פירמעס דארפן זיך האלטן בלויז צו א ספעציעל-ערלויבטע מעסעדזש, און אויב האבן זיי פארלעצט אייערע רעכטן ביי לאזן א מעסעדזש, קענט איר זיי אנקלאגן דערויף.

    • א ביישפיל: אויב די קאלעקשאן-פירמע לאזט אזא סארט מעסעדזש: "א גוטן חאצקל, ביטע רוף צוריק, עס איז זייער וויכטיג", און זיי אידענטיפיצירן זיך נישט ווער זיי זענען, איז עס א קלארע "ווייאלעישן". אבער געדענקט צו סעיווען דעם מעסעדזש!

    • איר האט אויך די רעכט זיי צו זאגן אז זיי זאלן אויפהערן אייך צו רופן, און זיי האבן מער נישט קיין רעכט אייך אנצורופן. עס איז אויך כדאי צו רעקארדירן די שמועס ווען זיי קאלן.

מיר האבן אייך געגעבן א שטיקל טועמי' וואס מ'קען אלץ טון מיט קאלעקשאן פירמעס, אדער א דירעקטע קאלעקשאן-קאל פון סיי-וועלכע קאמפאני. עס זענען פאראן נאך אסאך דעטאלן און וועגן צו מאכן געלט פון זיי, און דערמיט געבן זיך אפ די פראפעסיאנאלן פון Sue Collection companies [email protected] וועלכע זענען אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט געניטע אדוואקאטן, וועלכע גייען דורך יעדע קעיס און שטעלן צוזאם די קלאגע.

טראכט נישט קיין צוויי! די ערשטע זאך רופט אן 914-200-4566 אדער שיקט אן אימעיל צו [email protected] און פון דארט און ווייטער וועט מען אייך באגלייטן און פירן אויף א גאלדענעם טאץ.

Disclaimer: this is not legal advise or Tax advise, you should consult with your legal adviser or attorney, and tax adviser
information are gathered from public info, no guarantee on outcome.




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

די מח אלפים איז געווען נאך וואס די קאמפאני און לאיערס האבן גענומען זייערס?
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

מ'קען דאס ניצען ביי היימישע בילס? שכ"ל, מעמבערשיפ, דינער א.ד.ג.

כפלאן עס נישט צו ניצען אבער אפשר קען מען עס אין ערגסטן פאל ניצען פאר א סטראשע
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

די רעגולאציעס גייען אן אין קאנאדא אויכעט? אדער נאר אין די פאראייניגטע שטאטן?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
השמש
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

די אייגענטימער פין
די פירמע מעיסיס איז א יוד שומר תורה ומצות איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטן
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

השמש האט געשריבן:די אייגענטימער פין
די פירמע מעיסיס איז א יוד שומר תורה ומצות איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטן

Macy's קארטלעך זענען די אייגנטום פון סיטיבאנק, סיי די סטאר קארטלעך אוו סיי די מעסי'ס אמעריקען אקספרעס קארטלעך.
---
בלומינג ג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 2:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינג ג »

מים שלנו האט געשריבן:מ'קען דאס ניצען ביי היימישע בילס? שכ"ל, מעמבערשיפ, דינער א.ד.ג.

כפלאן עס נישט צו ניצען אבער אפשר קען מען עס אין ערגסטן פאל ניצען פאר א סטראשע


The FDCPA applies to debt collectors only and not original creditors.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”