נייע חתונה פלאן פארן קומענדיגן דור?

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קינדער זאלן זיך אליין חתונה מאכן, וועט עס מצליח זיין?

יא
26
22%
ניין
41
35%
נאר אויב מ'מאכט גענוג א שטארקע ווינט
50
43%
 
סך הכל שטימען: 117

זאל זיין אזוי
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל זיין אזוי »

קוואדער האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט די בחורים.. אפשר זאלן זיי אויך נעמען jobs?

טעם וריח האט געשריבן: וואס איז מיט איינער וואס האט א רייע בחורים?! אויך גיין ארבעטן? אזוי ווי אינדערהיים?

קודם כל האט מען געלעזט האלב פונעם פראבלעם! עפ"ר האט אי יעדע משפחה אינגלעך און מיידלעך מילא ווען דער טאטע וועט טראכטען אז ער מיז חתונה מאכען 8 קינדער וועט ער נישט אריינפאלן און פאניק, וויסענדיג אז א חלק וועלן אים די בית יעקב (אלו הבנות) צושטעלען

נאכדעם, אפשר זאל מען צוליב דעם מתקן זיין אז מער הוצאות זאל גיין צו די כלה'ס צד, (כ'טראכט הויך....)
אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:די תגובה איז מוגה געווארן דורך ידידי הרוצה בעולם שמו ותשחח״ל.

צו די נושא פון דעם ארטיקל.

צו ס'דא בעסערע עצות? איך האלט אז יא.

ווי למשל? די רבנים דארפן זיך מער צוזאם קומען און בא'ארבייטן די נושא.

אבער איין זאך יא. אז די פרעגסט צו ס'וועט מצליח זיין. מוז איך ארויס ברענגען אז באמת'ן איז די תרוץ אז יא! ווייל אפי' אז די ספעציפישע פלאן וועט נישט. איז די עצם זאך אז מען שרייבט דערוועגן (און ביי דעם געלעגענהייט בעט איך פערזענלעך פון דעם עולם דא מיינע ליבע חברים וידידים פון די "אידישע וועלט" צו שרייבן וווי מער ארטיקלען און תגובות איבער דעם ביטערען נושא!) און די עצם זאך אז ס'שטעלט זיך ארגענעזאציע איבער דעם פראבלעם, דאס גופא וועט ברענגען די הצלחה בקרוב אי''ה. ממילא איז מיין תרוץ אז יא ס'וועט אי''ה מצליח זיין!

רבנים זאל'ן טוען מער? איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן, רבנים טוען וואס דער עולם וויל, אז דער עולם וויל באמת חתונה מאכן ביליג וועלן די רבנים אייך צוהעלפן, לאמיר קודם זעהן וואס וויל דער עולם באמת.

לאמיר מאכן א ס''ה ווי וויל דער עולם באמת שניידן, אפילו עס טוט וויי.

ביזדערווייל איז נישט דא קיין עמק השוה, איינער טענה'ט חתונה נאכט א מאסט צו שניידן איינער טענה'ט פורנישטער,
איינער זאגט שטאפיר, איינער זאגט מתנות. איינער זאגט שבת באווארפן/פעקלעך, איינער זאגט שבת שבע ברכות.
סא וואס זאל דער רב/דיין/רבי טוען? וואס זיין ראש הקהל'ס בעלהאבאסטע דעסייד?

איך מיין ארויסצוברענגען, זאל זיך יעדער אליין אריינקוקען אין זיך און זאגן הויעך, ווי בין איך גרייט אוועקצוקוקען, ווי בין איך גרייט זיך אהערצשטעלן, ווי בין איך גרייט זיך צו שלאגן מיט די מחותענעסטע, א.א.וו. און נאכדעם דעסיידן וואס זיין רב/רבי זאל אים העלפן,

אני כשלעצמי האלט אז ביים שליסן שידוך זאלן די צוויי מחותנים זיך נישט שעמען, נאר זיך אראפזעצן פאר'ן שידוך און אויסהאמערען א פלאן ווי גייט מען ספענדן און ווי גייט מען שפארן, די שידוך מעג נעמן נאך אפאר טעג וועגן דעם. אזוי ווייסט מען קלאר אין וואס מ'גייט אריין. איר דארפט נישט קיין רבנים פאר דעם, די רבנים וועלן קומען צו אייך און אייך באדאנקען.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

די טענה פון צוועלעווטע קלאס איז א שטארקע טענה!!
געדענק איך ווען מיין טאכטער האט געהאלטן דארטן, ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן, מען מוז גיין אין צוועלעווטע קלאס, פרעג פארוואס??, זיי דארפן דארט זיך משלים זיין אין הוראה???
סתם א קלאפעטע וואס סי'ז בייגעפאלן פאר איינעם וואס האט געמיינט צו מתקן זיין דעם דור, און אויסרייסן דאס וואס מיידלעך ארבעטן אין אפיסעס
אבער למייסע, חתונה מאכן א טאכטער קאסט מיט א צען אלפים מער ווי א בחור, און ס'דארף זיך דעקן פון די מעשה ידיה פון די בוגרות
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אז יענער קען קענסטו אויך
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שמאלציג האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:די תגובה איז מוגה געווארן דורך ידידי הרוצה בעולם שמו ותשחח״ל.

צו די נושא פון דעם ארטיקל.

צו ס'דא בעסערע עצות? איך האלט אז יא.

ווי למשל? די רבנים דארפן זיך מער צוזאם קומען און בא'ארבייטן די נושא.

אבער איין זאך יא. אז די פרעגסט צו ס'וועט מצליח זיין. מוז איך ארויס ברענגען אז באמת'ן איז די תרוץ אז יא! ווייל אפי' אז די ספעציפישע פלאן וועט נישט. איז די עצם זאך אז מען שרייבט דערוועגן (און ביי דעם געלעגענהייט בעט איך פערזענלעך פון דעם עולם דא מיינע ליבע חברים וידידים פון די "אידישע וועלט" צו שרייבן וווי מער ארטיקלען און תגובות איבער דעם ביטערען נושא!) און די עצם זאך אז ס'שטעלט זיך ארגענעזאציע איבער דעם פראבלעם, דאס גופא וועט ברענגען די הצלחה בקרוב אי''ה. ממילא איז מיין תרוץ אז יא ס'וועט אי''ה מצליח זיין!

רבנים זאל'ן טוען מער? איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן, רבנים טוען וואס דער עולם וויל, אז דער עולם וויל באמת חתונה מאכן ביליג וועלן די רבנים אייך צוהעלפן, לאמיר קודם זעהן וואס וויל דער עולם באמת.

וואס דער עולם וויל..
אנטשולדיגט מיר רבי יוד אבער איר מאכט א גרויסן טעות. קיינער! קיין שום נארמאלע מענטש וויל נישט די היינטיגע משוגענע הויכע חתונה סטאנדארטען. פינטל.
גאלדענע פעדער האט געשריבן:א גזירה נוראה
איר הערט? יודן קענען נישט שלאפען ביינאכט צוליב די גזירה.. וואס קיינער האט אויף אונז נישט ארויף געלייגט! און יודן מוזן זיך נאך ציזאם בארגען פון מענטשען אלץ צוליב נארישע הויכע חתונה סטאנדארטען וואס קיינער בעצם וויל נישט, נאר איז געצווינגען געווארען צו דעם, דורך א זאך וואס האט זיך ווילדערהייט ציוואקסען און ארויס פון אלע נארמאלע גבול'ען און געווארען אנגעלייגט מיט א פיער פרעשער וואס איז ביטערליך שווער אפצושטעלן.

רבנים זאל'ן טוען מער?
א! אבער נאך ווי! וואס זיי זאלן טוהן? ס'דא אסאך מינע וועגן ווי אזוי זיי קענען דאס אפשטעלן. זיי דארפן זיך נאר די ערשטע זאך זיך צוזאם נעמען! דאס איז #לענ''ד די איינציגסטע און הינדערט פערצענט מצליח'דיגע און ענגילטיגע לעזונג!

איינער דא האט סיי וואספארע הו"א אז צו סטאפן די חתונה גזירה.. איז נישט פונקט אזוי וויכטיג ווי צו ארבייטן צו סטאפן די אינטערנעט סכנה [יודן זאלן לייגן פילטערס וכדו'] ?

איך האלט אז ס'איז ביידע פונקט די זעלבע וויכטיג. חז''ל זענען פול: אז התורה חסה על ממונם של ישראל!!! און אז די רבנים זענען זיך צוזאם געקומען אויף א אינטערנעט אסיפה דארפן זיי #לענ''ד פונקט אזוי זיך צוזאם קומען אפ צו שטעלן די נערישע חתונה גזירה. און איך בין זעכער אז מיט א כח האחדות פון אלע קהילות און קרייזן וועלן זיי עס קענען אפ שטעלן.

זאלן זיך צוזאם נעמען צוויי רבנים איינס פון די חסידישע קרייזן און איינס פון די ליטווישע קרייזן [פונקט ווי ביי די אינטערנעט אסיפה] און אפ שטעלן די גזירה נוראה! פון ווי די אלע שפילערס זינגערס פארטי פלענערס וכדו' וועלן מאכן פרנסה? איז נישט זייער דאגה די באשעפער האט גענוג וועגן ווי אזוי צו מקיים זיין וואס ער האט פארשריבן פאר א יעדען יוד ראש השנה. ס'איז ביי מיר קלאר אז די יעצטיגע חתונה מאכן געלט פארשווענדערייען איז נישט על פי תורה. פינטל.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

מיר דארפן זיך צוזאמנעמען

עס איז דא היינט גענוג אופנים, עס קען זיך אינהייבן מיט אונזער איי-וועלטעל... און דערנאך ארויסגיין אויפן גאס

מען דארף זיך אליינס צוזאמנעמען מיט חתימות אז ווען עס גייט קומן עת צאצאי הבנים גייט מען שפארן געלט,
צוביסלעך וועט מען צוזאמנעמען מער און מער חתימות און אלע חותמים וועלן שטאלצירן דערמיט

ווען עס וועט קומען עת השמחה וועט מען זאגן פאר די ווייב/קינדער/מחותן ''איך האב אינטערגעשריבן אויף תקנות''!!
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

ס׳וואלט געווען א גוטע געדאנק אז די שדכן וכד׳ זאל זיין די פארמיטלער פאר ביידע מחותנים וועגן די חתונה הוצאת. סיי די שדכן זאל פארהאנלען מיט די מחותנים צי שפארן ווי מער. אין אויך וועלן די מחותנים האבן מער גאטס צי בעטן שפארן ווייל מרעדט נישט דירעקט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דעמאלטס דארף מען ארויפגיין מיט'ן פרייז פאר'ן שדכן...
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

שמאלציג האט געשריבן:[

אני כשלעצמי האלט אז ביים שליסן שידוך זאלן די צוויי מחותנים זיך נישט שעמען, נאר זיך אראפזעצן פאר'ן שידוך און אויסהאמערען א פלאן ווי גייט מען ספענדן און ווי גייט מען שפארן, די שידוך מעג נעמן נאך אפאר טעג וועגן דעם. אזוי ווייסט מען קלאר אין וואס מ'גייט אריין. איר דארפט נישט קיין רבנים פאר דעם, די רבנים וועלן קומען צו אייך און אייך באדאנקען.

די צוויי מחותנים זאלן זיך אוועקזעצן, העי איין מינוט, וואו זענען די מחותנ'סטע'ס?

הא גערעכט מען וועט רופן די מחותנס'טע'ס אויך,

א רגע דו ווייסט נישט אז צד א', האט שוין פאר צען יאר נישט דיסקוסירט גארנישט מיט זיין אידענע?

דו ווייסט נישט אז צד ב' האט די אידענע אלעמאל די לעצטע ווארט?

הא גערעכט, די מחותנ'סטע'ס זאלן זיך אוועק זעצן.

א רגע דו ווייסט נישט אז יעדע החלטה פון אידענע א' ווערט דערנאך וועטאירט פון איר מאן?

דו ווייסט נישט אז די החלטות צד ב' אידענע מאכט ברבים, וועט איר מאן איגנארירן ביחידות?

די שידוך גייט אפ, ווער וויל זיך משדך זיין מיט אזעלכע מענטשן?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמאלציג האט געשריבן:[

אני כשלעצמי האלט אז ביים שליסן שידוך זאלן די צוויי מחותנים זיך נישט שעמען, נאר זיך אראפזעצן פאר'ן שידוך און אויסהאמערען א פלאן ווי גייט מען ספענדן און ווי גייט מען שפארן, די שידוך מעג נעמן נאך אפאר טעג וועגן דעם. אזוי ווייסט מען קלאר אין וואס מ'גייט אריין. איר דארפט נישט קיין רבנים פאר דעם, די רבנים וועלן קומען צו אייך און אייך באדאנקען.

די צוויי מחותנים זאלן זיך אוועקזעצן, העי איין מינוט, וואו זענען די מחותנ'סטע'ס?

הא גערעכט מען וועט רופן די מחותנס'טע'ס אויך,

א רגע דו ווייסט נישט אז צד א', האט שוין פאר צען יאר נישט דיסקוסירט גארנישט מיט זיין אידענע?

דו ווייסט נישט אז צד ב' האט די אידענע אלעמאל די לעצטע ווארט?

הא גערעכט, די מחותנ'סטע'ס זאלן זיך אוועק זעצן.

א רגע דו ווייסט נישט אז יעדע החלטה פון אידענע א' ווערט דערנאך וועטאירט פון איר מאן?

דו ווייסט נישט אז די החלטות צד ב' אידענע מאכט ברבים, וועט איר מאן איגנארירן ביחידות?

די שידוך גייט אפ, ווער וויל זיך משדך זיין מיט אזעלכע מענטשן?

וואס איז נייעס, סאו די שורש פון די גאנצע חתונה שפענדעריי איז שלום בית ביי די מחותנים, מיר האלטען שוין ערגעץ.

וויאזוי זאגט גאלדענע, מען דארף מאכען א אסיפת הרבנים אויף דעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אז איינער וויל אויסשטעלן אלע לעכער אין די פלאן לויט א רייע, וועל איך בל"נ אנרופן דעם מנהל הארגענעזעישאן און אים געבן צו הערן פארוואס מענטשן פראשטייען אז אזא זאך וועט נישט ארבעטן.

אבער פליז פליז פליז נישט שרייבן שטותים, ודי.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

אמאל געהערט א מעשה סקימט לאוו דווקא דא אריין אבער זאל זיין

איינער האט גערעדט אין מקוה שאוער אויף עפעס א ארגאניזאציע און אויסגעפויקט אירע אלע חסרונות, ענטפערט אים דער צווייטער עס איז געווען צוויי אפשעינס אדער עפענען די ארגאניזאציע מיט די חסרונות אדער זיך קראצען אין שאוער אן די חסרונות, וועלכע איז ענדערש?? סאיז געבליבן שטילער שטילער שטילער
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

יאסעלע האט געשריבן:אז איינער וויל אויסשטעלן אלע לעכער אין די פלאן לויט א רייע, וועל איך בל"נ אנרופן דעם מנהל הארגענעזעישאן און אים געבן צו הערן פארוואס מענטשן פראשטייען אז אזא זאך וועט נישט ארבעטן.

אבער פליז פליז פליז נישט שרייבן שטותים, ודי.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

די ערשטע פארשטעלונג פון די נייע חתונה פלאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

ב"ה

ווי שוין געשריבן אנהייב אשכול דעם פלאן, וועלן מיר מעלדן די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען.

די אויפטוה פון די דאזיגע פלאן איז צו אראפנעמען די שווערע "עול" החתונות וואס פאלט ארויף אויף די עלטערן וואס דארפן חתונה מאכן 10 קינדער בליעה"ר, און זיי האבן נישט פון ווי דאס צו דעקן, און מען ווערט די שטאט'ס רחמנות, מפאלט אריין אין שווערע חובות, מען האט נישט קיין מנוחת הנפש, אין די גליקליכע יארן ווען מען מאכט חתונה די קינדער. און אפי' געהעריגע בעלי פרנסה האבן נישט די מעגליכקייט יעדע צווייטע יאר צו אויסצאלן א גאנצע חתונה.

די קיצור פון די פלאן איז, אז אשטאץ איינער זאל חתונה מאכן 10 קינדער, וועט יעדער חתונה מאכן "נאר איין" קינד ד.מ. "זיך אליין".

עס איז פול גרינגער צו באצאלן "איין חתונה" אין די אינגע יארן, ווען מען האט נאכנישט אזא גרויסע בודזשעט פון פירן א גרויסע ווערטשאפט מיט א גרויסע משפחה, (ווי עס קאסט דעמאלטס א חודש, ארום צען טויזנט דאלער).

כדי דאס זאל קענען אויסגעפירט ווערן בע"ה וועלן מיר אין קורצן פארשטעלן די נייע חתונה פלאן

1) די חתן – כלה וועלן צוהעלפן זייערע עלטערן כדי "זיך אליין" צו חתונה מאכן.

2) די חתונה פעקעדזש (מנוחת הנפש/חתונה מאלל) מיט די חתונה נאכט, וועלן חתן– כלה באצאלן.

3) עס וועט זיין צוגעשטעלט א "צדקת נישואין גמ"ח" ווי מוועט אויסבארגן די געלט, פאר חתן – כלה.

4) די פעימענטס וועלן זיין ארום 300$ א חודש אויף א לענגערע טערמין. (מעגליך אפשר אפי' קלענערע פעימענטס אויך).

5) די צוויי עלטערן פון חתן – כלה וועלן זיין די ערשטע 2 ערבים, און נאך 2 ערבים העכער 30 יאר אלט, און נאך 2 ערבים.

6) מען וועט אונטערשרייבן א צעטל אז די גמ"ח וועט קענען נעמען פון די וועיטשעס אדער פון די כולל געלט אויב עס ווערט נישט באצאלט די גמ"ח פעימענט אפאר חדשים.

7) מען וועט קענען ארויסנעמען די הלוואה און איינלייגן העד-טשעקס, אדער וועט מען קענען באצאלן מיט אויטאמאטישע קרעדיט קארד פעימענטס.

8) ווען מען האט איבעריגע געלט נאך די חתונה וועט מען קענען פאראויס אויסצאלן די הלוואה.

9) ווען חתן – כלה וועט בע"ה חתונה מאכן 20 יאר ארום זייערע אייגענע קינדער וועלן זיי זיך שפארן די חתונה פעקעדזש מיט די חתונה נאכט פון מערערע קינדער, ווי די קינדער וועלן עס אויך אליין באצאלן. (ד.מ. אז זיי גייען שפארן פון זייער "לעבן בודזשעט" ארום 300,000.00$).

ווער עס האט סיי וועלעכע קאמאנטארן אדער פארשלאגן זאל עס ביטע מעלדן פאר די עסקנים כדי מיר זאלן קענען ענדיגן די פערטיגע "נייע חתונה פלאן" און עס זאל ווי שנעלער אריינגיין אין קראפט, און אזוי פארלייכטערן אלע מחותנים בעת שמחתם.

די ארגאניזאציע וויל הערן פונעם ציבור פארשלאגן און עצות אדער איידיעס איבער די דאזיגע פלאן.

ביטע שיקן צו [email protected]
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

זייער זייער א גיטע פלאן, יעצט דארף זיך נאר טרעפן די " צדקת נישואין גמ"ח" אין די זאך קען גיין ווייטער.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אופס....

זאגט מיר דער בעל הצדקת העיר אז דער גמ"ח וועט הייסן "חתן כלה גמ"ח".

וטעות לעולם חוזר!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קוקט אויס אז ביי די קומענדיגע חתונות גייט זיך צוריק אנהייבן די דרשה געשאנק ענוועלאפ געגעבעכץ, ס'וועט ארום גיין א עסקן ביי די חתונה און טיילן ענוועלאפס, און זאגן 'צדקה בדרך כבוד' דעם טאטן האט זיך פארשמעקט א טייערן זאל, און דער חתן גייט עס נעבעך דארפן באצאלן די נעקסטע 10 יאר, זייט איך משתתף מתן בסתר, קויפטס און געווינטס אויפן פלאץ!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

איך שטיץ זייער שטארק די געדאנק, און כהאף אז סוועט זיך אויסארבעטן.
כהאב אבער צוויי הגהות
1)איך וואלט נישט אינטערגעשריבן קיין ערבות פאר א חתן...
2)פון ווי האט א חתן העד טשעקס אדער א קרעדיט קארד?
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך האב מורה אז די ''ערשטע צוויי ערבים'' גייען באצאלען דעם בילל
ער קען נישט באצאלען זיין רענט אן די הילף פון די עלטערן,
זאגט נאר ''צדקת העיר'' ווייסט נישט וויפיל עס קאסט א חתן כלה דירה אין קרית יואל?
1500 פלאס געז און לעקטער, פלאס טעלעפאן, פלאס גראסערי,
זי פארדינט גאנצע פיר הונדערט דאללער א וואך, ער אין כולל, בערך צוויי מאל גארנישט,
וויאזוי מאכט מען פון די זעכצען הונדערט דאללער, נאך דריי הונדערט פאר גמ''ח?
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

סארקאזי האט געשריבן:איך האב מורה אז די ''ערשטע צוויי ערבים'' גייען באצאלען דעם בילל
ער קען נישט באצאלען זיין רענט אן די הילף פון די עלטערן,
זאגט נאר ''צדקת העיר'' ווייסט נישט וויפיל עס קאסט א חתן כלה דירה אין קרית יואל?
1500 פלאס געז און לעקטער, פלאס טעלעפאן, פלאס גראסערי,
זי פארדינט גאנצע פיר הונדערט דאללער א וואך, ער אין כולל, בערך צוויי מאל גארנישט,
וויאזוי מאכט מען פון די זעכצען הונדערט דאללער, נאך דריי הונדערט פאר גמ''ח?

אויב קען ער נישט שאפן 300 טאלער מער א חודש אפשר זאל ער גיין ארבעטען :?: פון ווי זאל זיין טאטע יא האבן דע געלט ?! און נישט נאר איינמאל ! :!:
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איינער וואס ווייסט אז זיין בחור איז א טויגליכער בעל אחריות, און שפינט גוטע קשר מיטעם איז דאס א געניאלן פלאן! ווייל אודאי וועט דער בחור'ס 'רצון' זיין צו העלפן דעם טאטנס באדזשעט.
די אלע בחורים וואס פארשווענדן זייער געלט, יא בחורים האבן געלט, למשל פאר צוגראטלעך זיי געפילן נישט צום טאטן, העט מען זיי געהייסן זיך אליינס חתונה מאכן וואלטן זיי ווייניגער אויסגעגעבן, הקושי מעיקרא ליתא פאר זיי זאל דער טאטע טאקע "הייסן" זיך אליין חתונה מאכן אזוי וועט ער נישט ספענדן אזויפיל, און געווענליך זיי זענען עגאיסטן און מאכן טראביל נאך די חתונה דארף מען צאלן פאר קעיס, סאו לערן עים אויס שוין אלס בחור נושא בעול זיין בהוצאת הבית , והכל על מקומו וועט פלאטערן בשלום
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

נישט פשוט האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:איך האב מורה אז די ''ערשטע צוויי ערבים'' גייען באצאלען דעם בילל
ער קען נישט באצאלען זיין רענט אן די הילף פון די עלטערן,
זאגט נאר ''צדקת העיר'' ווייסט נישט וויפיל עס קאסט א חתן כלה דירה אין קרית יואל?
1500 פלאס געז און לעקטער, פלאס טעלעפאן, פלאס גראסערי,
זי פארדינט גאנצע פיר הונדערט דאללער א וואך, ער אין כולל, בערך צוויי מאל גארנישט,
וויאזוי מאכט מען פון די זעכצען הונדערט דאללער, נאך דריי הונדערט פאר גמ''ח?

אויב קען ער נישט שאפן 300 טאלער מער א חודש אפשר זאל ער גיין ארבעטען :?: פון ווי זאל זיין טאטע יא האבן דע געלט ?! און נישט נאר איינמאל ! :!:

דו ווילסט דיר נעמען א מערכה קעגן די אינגעלייט וואס לערנען,
פון ווי וועלען וואקסען די תלמידי חכמים,און מרביצי תורה נאר פונעם רב'ס און ראש הקהל'ס איידעם?
די גאנצע טענה איז נאר אויף איינער וואס האלט נישט באמת ביים לערנען, נאר ער שטופט די באנק וועגען כבוד אדער אנדערע דמיונות, אבער סתם מאכען א גזירה, אז יעדער אפילו דער מתמיד זאל מוזען פארשווארצט ווערען ביי די אכצען יאר,
איך בין נישט זיכער אז איינער האלט אז דאס איז ריכטיג,
איך האב נישט געמיינט אז דער טאטע זאל יא קענען,
איך האב געמיינט צו זאגען זאלסט אדרעסירן דעם טייערען ליווינג סטענדערט מיט וואס דער אינגערמאן הייבט אן זיין פרישן לעבן,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

סארקאזי האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:איך האב מורה אז די ''ערשטע צוויי ערבים'' גייען באצאלען דעם בילל
ער קען נישט באצאלען זיין רענט אן די הילף פון די עלטערן,
זאגט נאר ''צדקת העיר'' ווייסט נישט וויפיל עס קאסט א חתן כלה דירה אין קרית יואל?
1500 פלאס געז און לעקטער, פלאס טעלעפאן, פלאס גראסערי,
זי פארדינט גאנצע פיר הונדערט דאללער א וואך, ער אין כולל, בערך צוויי מאל גארנישט,
וויאזוי מאכט מען פון די זעכצען הונדערט דאללער, נאך דריי הונדערט פאר גמ''ח?

אויב קען ער נישט שאפן 300 טאלער מער א חודש אפשר זאל ער גיין ארבעטען :?: פון ווי זאל זיין טאטע יא האבן דע געלט ?! און נישט נאר איינמאל ! :!:

דו ווילסט דיר נעמען א מערכה קעגן די אינגעלייט וואס לערנען,
פון ווי וועלען וואקסען די תלמידי חכמים,און מרביצי תורה נאר פונעם רב'ס און ראש הקהל'ס איידעם?
די גאנצע טענה איז נאר אויף איינער וואס האלט נישט באמת ביים לערנען, נאר ער שטופט די באנק וועגען כבוד אדער אנדערע דמיונות, אבער סתם מאכען א גזירה, אז יעדער אפילו דער מתמיד זאל מוזען פארשווארצט ווערען ביי די אכצען יאר,
איך בין נישט זיכער אז איינער האלט אז דאס איז ריכטיג,
איך האב נישט געמיינט אז דער טאטע זאל יא קענען,
איך האב געמיינט צו זאגען זאלסט אדרעסירן דעם טייערען ליווינג סטענדערט מיט וואס דער אינגערמאן הייבט אן זיין פרישן לעבן,

איך וויל נישט אריינגיין און דעם אויב עס איז ריכטיג אדער נישט, נישט גיין ארבעטן גלייך נאך די חתונה אדער פאר די חתונה איז א נייע מנהג וואס מען האט זיך נישט געפירט אזוי (עכ"פ ביי אונז חסידים בני פולין והנגרי')
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
רעביש מעשה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 10:08 pm

פון ווי צאלט מען די גמ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעביש מעשה »

אדרבה זייער א גוטע פלאן
אבער קודם זאל צ"ה ערלעדיגן מען זאל צאלן מער פאר מיידלעך/פרויען וואס גייען ארבעטן ביזדערוויל מאכט די גויטע מער א שעה רח"ל ווי א יודישע טאכטער וואס ארבעט
רעביש מעשה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 10:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעביש מעשה »

אגב וועט עס זיין א גרויסע טובה פאר די אלע כוללים אז די אללע אברכים חשובים וואס קומען נאר זיצן (-לערנען) אין כולל ביז זיי ווייסן וויאזוי פוד סטעמפס מעדיקעיד ארבעט (וואס דאס שלעפט זייער שטארק אראפ א כולל ודי)
וועלן גלייך גיין ארבעטן
אפשר קען צ"ה עפענען א קורס אויף דעם פאר שנה ראשונה יונגעלייט
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”