פאון שאפ (pawn shop)

וועבסייטס, דיעלס און קיופאנס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

פאון שאפ (pawn shop)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

א חבר מיינע האט מיר געוויזן א שיין שטיקל זילבער וואס ער האט איינגעקויפט פאר ביליג ביי א פאון שאפ.

פאר די וואס ווייסן נישט וואס א פאון שאפ איז: דאס איז א געשעפט ווי מענטשן וואס דארפן בארגן געלט - קליין געלט -
קענען אהין גיין און איינלייגן א משכון פאר דרייסיג טעג. די געשעפט אייגענטומער וועט אפשאצן וויפול ער איז גרייט צו לייען פאר די משכון און דער בארגער האט די ברירה צו באצאלן ביז דרייסיג טעג מיט אינטערעסט און אז נישט בלייבט די פאון שאפ מיט די אייטעם. איידער זיי געבן ארויס געלט וועלן זיי טשעקן מיט די פאליס דעפט. מאכן זיכער אז ס'איז נישטא קיין רעפארט אז די חפץ איז געגנבט. למעשה האבן זיי יא אסאך געגנבעטע סחורה ווייל דאס איז די גרינגסטע פלאץ פאר א גנב עס צו פטר'ן און נישט אייביג איז דא א פאליס רעפארט.

פארשטייט זיך אז די פאון שאפ וועט נישט גיבן קיין געלט פאר די פולע וועליו פון די אייטעם, זיי דארפן דאך פארדינען און מאכן ביזנעס. די אייגענטומער פון די פאון שאפס זענען געריבענע חברה און די וואס קומען בארגן קליין געלט זענען געווענטליך נישט פון די קלוגערע צווישן מענטשן. קען מען זיך פארשטעלן אז זיי באקומען די אייטעמס פאר א פרעקשאן פון די אמת'ע פרייז. און ווען דער לוה צאלט נישט אפ זיין חוב קענען זיי עס פארקויפן פאר ביליג און נאכאלץ בלייבן מיט א שיינע פראפיט. אסאך פארקויפן אויף איבעי און אויך קען מען אריינוואקן צו אזא געשעפט און קויפן.

איך האב חשק צו קויפן זילבער ביי א פאון שאפ אבער איך וויל נישט ווערן אויסגע'נער'ט. אלזא רבותי, טאמער האט איר טיפס וויאזוי מ'קען זעהן טאמער ס'איז עכט און קענען אפשאצן די ווערד, און בכלל טאמער האט איר עני עקספיריענס מיט פאון שאפס, ביטע טיילט מיט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וואו אין געגנט איז פארהאן אזוינע געשעפטן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זילבערנע מטבעות זאלסטו נישט קויפען אין אזא געשעפט און אויך נישט אויף דער גאס (אין דער פאון שאפ איז כמעט ווי קויפען אויף דער גאס ווייל ער פארקויפט as is אן קיין שום גאראנטי], ווייל עס דרייען זיך פאלשע לרוב.

אויב קלערסטע אז ביזט שוין געווארען אריין גענארט, זעה אויב עס וועט קלעבען צו א מאגענעט. זילבער קלעבט נישט.

איך האב אלעמאל באטראכט די סארט געשעפטען ווי אינטערוועלט געשעפטען. זיי האבען נישט מורא פון האנדלען מיט רוצחים וואס קומען אריין פארקויפען זייערע גזילות; איז שטיי ווייט פון זיי.

איך בין ב"ה קיינמאל אריין אין אזא געשעפט; און עצה דיר דער זעלבע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שטעל זיך פאר ווי עס זעהט אויס אז א שחור דארף נויטיג געלט און ברענגט א גאלדענע/דיימענט קייטל און דער זאגט אים אז עס איז ווערט טויזענט דאלער און בארגט אים קעגען דעם 500.

גייט א דורך דער טערמין, און ער באצאלט נישט און דער קייטל ווערט לעגאל זיינע.

דער וואס האט געבארגט (גענומען צייטווייליג) וכו' וכו' דאס קייטל, מיטען חשבון אז ער וועט צוריק צאלען דאס געלט, טראכט צו זיך אז ער קען טאקע נישט אויס לייזען דאס קייטל פאר 500 דאלער, אבער און א פאר חדשים ארום ווען ער וועט יא האבען דאס געלט וועט ער דאך קענען קויפען אזא נייע קייטל פאר 1000 דאלער.

ווערט ער אבער געוואויר אז דער קייטל איז באמת געווען א 5000 דאלער קייטל, און ווערט אין כעס (מען ווערט דאך אויך אין כעס אויף אים פאר אפטוהן אזא נארישע שריט) און לויפט צוריק צום געשעפט און וויל ממית'ן דער בעל הבית, אבער דער בעל הבית וואס דאס איז ביי אים דבר יום ביומו איז שטערקער, און האט נישט מורא פאר דער טייוועל.

מיט אים גייט מען האנדלען?

אזוי קוק איך עס אן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

יהיה כן האט געשריבן:וואו אין געגנט איז פארהאן אזוינע געשעפטן
על "טעם וריח" אין להתווכח
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

טעם וריח האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:וואו אין געגנט איז פארהאן אזוינע געשעפטן


איך ווייס נישט ווי איר וואוינט אבער אין ברוקלין איז דא איבעראל א חוץ אין די היימישע געגענטער.(א שיינע מוסר השכל) איבעראל ארום וויליאמסבורג בארא פארק אין אווי נישט.
פאר מער פרטים אין אייער געגענט פרעגט אן פין די גגול הדור
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טעם וריח האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:וואו אין געגנט איז פארהאן אזוינע געשעפטן

אזוי ווי דגל יהודה האביך געוואלט ענטפערען "ווי נישט". ווי אימער עס וואוינען מענטשען, פון בריאת העולם ביז היינט, איז דא אזא ביזנעס; ליגאל און אומליגאל. מענטשען איז אלס דא וואס דארפען שוין געלט, און מענטשען צו נעמען עדווענטעדז פון זיי איז אויך אלס דא.

א איד בארגט געלט, אדער פון דער באנק, אדער פון א גמ"ח, אדער פון א משפחה אדער פון א פריינט (אויב ער בארגט דיך געלט איז ער דיין פריינט). מענטשען וואס האבען זיך געזוכט גליקען ערגעץ אנדערש האבען מיאוס אפגעשניטען. אין דער היסטאריע האט מען א סאך בארגערס-און-נישט-באצאלערס געשיקט אויף יענער וועלט, אדער צום בעסטען אופן געשיקט אין תפיסה, אדער זיי צו גענומען אלס וואס זיי האבען געהאט (דער קישען און דאכענע אויך).

ב"ה ביי אונז אידען טאלערירט מען נישט אזוינס; און טאקע דער מידת החסד בה"א הידיעה וואס אידען האבען וואס אין כדוגמתו אויפען גאנצען כדור הארץ, נישט היינט און נישט קיינמאל; אין דעם זכות וועלען מיר ווערען אויס געלייזט פון דעם ביטערען גלות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דגל יהודה האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:וואו אין געגנט איז פארהאן אזוינע געשעפטן


איך ווייס נישט ווי איר וואוינט אבער אין ברוקלין איז דא איבעראל א חוץ אין די היימישע געגענטער.(א שיינע מוסר השכל) איבעראל ארום וויליאמסבורג בארא פארק אין אווי נישט.
פאר מער פרטים אין אייער געגענט פרעגט אן פין די גגול הדור


איך איגנאריר געווענדליך איינער וואס פרעגט אזאנע שאלות. טאמער קענסטי שרייבן אויף אייוועלט האסטי דאך עקסעס צו גוגל מעפס, נו וואזשע ווילסטי?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “אנליין שאפינג”