זיך אויסרעדן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יודיש הארץ
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 12:06 pm

זיך אויסרעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש הארץ »

איך וויל מיך דא אויפן באלעמער אויסרעדן. און איך האף אז עס וועט זיך דא געפינען איינער וואס ארויסהעלפן וועט מיר קענען.
און אז נישט וועט עס כאטש אביסעלע לייכטער מאכן דורך די עצם זיך אויסרעדן.
שוין פאר עטליכע חדשים האב איך חובות פון ארום פינף טויזענט דאללאר וואס באמת פרוביר איך נישט צו בארגן נאר עס איז געווען א הכרח ממש, פאר די שכירות פון דירה און טאג טעגליכע לעבנס קאסטן. ברוך השם אז שוין א גוטע עטליכע וואכן וואס די חובות גייען נישט ארויף בכלל, אבער די חובות לאזן מיך נישט צורוה און בפרט דאס וואס איך בין שולדיג פאר די דירה. און עס מאכט מיך נישט לעבן מיט קיין רואיגקייט און פרייליכקייט. איך קען בכלל נישט פונקאצינירן געהעריג. דאס איז מיין טבע. און פון ווי צו עס אפצאלן האב איך נישט. איינער קען מיר ביטע העלפן סיי וועגן דאס און סיי אפשר אויך טאקע א געדאנק אויף די עתיד עפעס וואס קען אריינברענגן בעזה"ש שיין געלט עס זאל מיר שוין ווערן א יציאה מצרה לרוחה ומאפילה לאורה.
איך וואלט אסאך מער געקענט שרייבן וועגן די עבר וכדומה אבער ווי איר פארשטייט אליינס איז עס שווער און בפרט אזוי ברבים.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31244
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קודם אביסל מיטגעפיל, ביסט ווייט פון דער איינציגסטער וואס האט אזא דורכגאנג, זאל דער אייבערשטער העלפן זאלסט זיך שנעל זען ארויס דערפון און מיט רעשט!

אויב דו ווילסט גיין אויף יענעם דרך, קענסטו זיכער מאכן א גאו פאנד מי (היינט מאכט מען עס ביי דער חסד פאנד וואס איז ביליגער) וועסטו אוודאי אריינזען אביסל געלט (בעסער אויב איינער אביסל אנערקענט אויפן ווירטואלע וועלט קומט אריין און זאגט אז ער קען דיר וכדו') און עס קען אביסל לינדערן דער מצב.

עס איז דא ארגאנאזאציע ווי מסילה און קרן עזר וואס העלפן מיט בודזשעטינג בחינם, איינער מיט עקספיריענס וועט דיר אייביג העלפן שניידן עקן מינווייל ביז דו זעסט זיך ארויס אינגאנצן דערפון בעזר השם בקרוב!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מקובלני מר' יואל ראטה בשם רבו מוהרא''ש ז''ל ב' נקודות בנושא

א) אז מען וויל נישט פושט רגל זיין דארף מען פושט יד זיין, צו ארום גיין נאך געלד, קיינער דארף נישט וויסען דערפון דו זאגסט אז דו גייסט פאר א וויכטיגע מתן בסתר צוועק, אז עס איז דיר שווער צו גיין אליינ'ס נעם א חבר ( סדא אזא זאך במציאות?) און גיי מיט עם דארפסט עם אויך נישט פארציילען אז דו גייסט פאר דיר אויב ביסטו נישט באקוועם.

ווי זאגט ר' יואל אין ערגסטע פאל אז יענער כאפט אז דו גייסט פאר זיך וועט ער דיר העכסענס אריין ריקען א צוואנציגער צו מער...

ב) והוא העיקר, די טבע פון א מענטש ווען ער דערזענט זיך מיט עטליכע אלפים חובות טראכט ער נאר ווי צו באצאלן די גאנצע חוב, אבער עס איז נישט ריכטיג צאל אפ צוביסלעך אפילו קליין געלד א צענער צו א פינעפער פרוטה ופרוטה מצטרפות ביז דו וועסט זיך דערזעהן אפגעצאלט די חוב.

אדער קענסטו עפענען א גאו פאנד מי און די בעלי יכולת וועלן זיך שיין משתתף זיין.

לגבי די עתיד איז זייער שווער צו מייעץ זיין ווען מען ווייסט נישט קיין פרטים, שמועס עס אויס מיט א גוטע צו א קלוגע איד.

צום שלוס וועלקאם או די קלאב ליידער איז אונזער קהילה גאנץ גרויס... ביסט ווייט ווי די איינציגער אין די פעקל... מיר פארשטייען די ווייטאג... צרת רבים חצי נחמה...

די עיקר דארף מען זעהן צו לעבן מיט א בודזעט און האלטן קונטרול אויף די דולער, אבער חס ושלום רודפן די ווייב מיט שטותים ווי נוצען צופיל עיר קאנדישאן אדער וואשען דישעס מיט ווארעם וואסער... געדענק די גמ' אז בזכות די ווייבער ווערט מען רייך.

און זיי מתפלל למי העושר שלו רייס איין וועלטן לאז נישט נאך נאך א תפילה נאך א תפילה.

שוין קנאפער האקט שוין... געמיינט איך וועל דיר אויסכאפן ...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

Amazing האט געשריבן:ווי זאגט ר' יואל אין ערגסטע פאל אז יענער כאפט אז דו גייסט פאר זיך וועט ער דיר העכסענס אריין ריקען א צוואנציגער צו מער...


אזוי פיין געזאגט!
איזי
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

דער באשעפער זאל דיר שיקען ווי שנעלער אסאך געלד, איך האב א חבר וואס איז אריינגאפאלן אין איבער 20 אלפים חובות צוליב פארשידענע סיבות, און מען האט צאמגענומען א גרופע פון זיינע חברים וואס האבן געהאט א שטארקע געפיל צו איהם, און מען איז געגאנגען צום גמ"ח ארויסגענומען 25.000.00$ און יעדער האט גענומען א חלק פון די פעימענט'ס פון 1000 ביז 2500, איך קען דיר נישט זאגן ווי די איגערמאן האט אויפגעלעבט, ער האט זיך דאן געהעריג מסדר געווען פייענשיל בעזר השם,
איך ווייס נישט צו די קענסט עפעס טוען מיט די אינפארמעשין, אבער איך פראביר מיט וואס איך קען
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

יודיש הארץ האט געשריבן:איך וויל מיך דא אויפן באלעמער אויסרעדן. און איך האף אז עס וועט זיך דא געפינען איינער וואס ארויסהעלפן וועט מיר קענען.
און אז נישט וועט עס כאטש אביסעלע לייכטער מאכן דורך די עצם זיך אויסרעדן.
איך וואלט אסאך מער געקענט שרייבן וועגן די עבר וכדומה אבער ווי איר פארשטייט אליינס איז עס שווער און בפרט אזוי ברבים.


אויב שפירט איר אז ס'איז אן איינמאליגע אקציע, איז די גרינגסטע צו בעטן פון עטליכע ידידים זאלן ארויסהעלפן פארשאפן די פאר דאלער.

ס'פארהאן אויך עטליכע אינגעלייט וואס זענען עוסק אין עסקנות, אמאל קען געלונגען זיי צו בעטן ארויסצוהעלפן.

אויב פאלט עס שווער אליינס צו בעטן פון חברים, קען מען בעטן פון איין גוטער ידיד/קרוב זאל איבערנעמען די ארבעט.
ד.מ. אז איר זאלט זיך צוזאמנעמן אייערע כוחות און זיך אראפזעצן מיט א רוהיגקייט, און אראפשרייבן א שטיקל ליסטע פון חברים וואס זענען אביסל נאנט צו אייך (פון ישיבה, ביהמ"ד, כולל, ארבעט, שיעור), און פון קרובים וואס איר טראכט זיי האבן אפשר אפאר איבעריגע דאללער, ווי גרעסער די ליסט איז, איז אלץ בעסער, און פארשטייט זיך אז ס'כדאי אנצוצייכענען ווער עס האט אביסל געלד.
פראבירטס צו פארשאפן די טעל/סעל נומערן פון די חברים.
געט איבער די ליסט פאר דעם חבר/קרוב וואס איז גרייט צו רופן, און מיטן הילף פון השי"ת וועט בקרוב זיין "מחוק כל שטרי חובותינו".

אויב טראכט איר אז איר קענט האבן א רשימה, אבער איר האט נישט ווער ס'זאל רופן פאר אייך, קענט איר זיך פארבינדן מיט מיר צו זעהן וואס איך קען זיין בייהילפיג.

דערווייל דברי חיזוק:
ב"ה אז עס האלט נאך ביי $5000 - אבער אויב שייך דארף מען פראבירן אויף אלע פראנטן נישט צו בארגן קיין פעני, (עי' קונטרס הצוואה להרה"צ ר' שמואל תפלינסקי זצ"ל).
איך האב שוין געראטן פאר זייער אסאך אירע, אז אין די זעלבע צייט וואס די זוכסט א הלוואה, ערבים, קאפדרייעניש צו באצאלן, וואס נעמט אוועק די גאנצע קאפ. בעסער אין די צייט ניץ די קאפ וועם די קענסט "בעטן א נדבה", און בכלל דארף מען געדענקן אז בעלי בתים וועלן ענדערש געבן א נדבה, ווי איידער בארגן.
און אפילו ס'נישט ב'עטע'מט צו בעטן, איז עס נאך נאך אלץ געשמאקער ווי די ביטערניש פון חובות.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”