שטאטישע פראגראמען-לעגאלע הילף

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

איך האב געליינט די קלאגעס ביי איינע פון די יודען אין לעיקוואד. די קארפארעישאן איז מיטאמאל געווען אויף זיין נאמען. ער האט אבער געהאט צופיל קאנטראל. צו שטיין ווייט פון טראבל איז בעסט נישט צו זיין פרעזידענט אדער שעירהאלדער פון די קארפארעישען, די קארפ. אדרעס זאל נישט זיין דיין אדרעס, זיי נישט קיין סיינער אין די באנק, באצאל נישט דיין פערסאנעל קרעדיט קארד און מאך נישט קיין טרענפערס אהין און צירוק פון דיין באנק אקאונט.
לעצט פארראכטן דורך Don't worry אום מיטוואך יולי 12, 2017 12:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

Don't worry האט געשריבן:איך האב געליינט די קלאגעס ביי איינע פון די יודען אין לעיקוואד. די קארפארעישאן איז מיטאמאל געווען אויף זיין נאמען. ער האט אבער געהאט צופיל קאנטראל. צו שטיין ווייט פון טראבל איז בעסט נישט צו זיין פרעזידענט אדער שעירהאלדער פון די קארפארעישען, די קארפ. אדרעס זאל נישט זיין דיין אדרעס, זיי נישט קיין סיינער אין די באנק, און מאך נישט קיין טרענפערס אהין און צירוק פון דיין באנק אקאונט.

איר קומט אריין זייער נישט קלאר, איר רעדט פין א C אדער אן S קארפארעישען?

וואס הייסט ס'נישט געווען אויף זיין נאמען? וואס האט ער יא געהאט דערמיט?

ועל כולם, איז די אמת געווען אז ער אליינס האט געטון אלעס ריכטיג, נאר די קארפארעישען האט אים גע'טריגער'ט?, דאן וואס זענען די קלאגעס?

טרענספער'ס אהין און צוריק, זענען אויך נאר גוט פאר קאפוויי, אבער אויב די באטטעם ליין שטימט, קען מען אייך גארנישט טון.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

אַבּערוואַס האט געשריבן:

זיי זאגן נישט אויב עס איז געווען א C אדער S. עס איז אירעלעווענט. לכאורה זיין אדרעס אדער סאשעל וואס ער האטגעגעבן פאר די באנק האט אים קאנעקטעד מיט די קארפאעישאן און יעצט דארף מען שוין ענטפערן קשיות. (לגבי די טרענפערס וואס טוט זיך אויב די באדעם ליין שטימט נישט)
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

למעשה קען איינער אויפברענגען דא א נאמען פון א גוטן אדוואקאט / אקאונטענט וכדו', וואס קען זיך גוט אויס אין די ענינים צופרידן צו שטעלן אלע מחותנים און אלע צדדים?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אַבּערוואַס האט געשריבן:בעצם, א גוטע תי' פאר סאושעל סערוויסעס פ"וו מ'האט גענומען ווייניג געלט/פעיראלל קען אפי' זיין אז "איך וויל נישט פארדינען מער, ווייל כ'וויל האבן פראגראמען",

דאס איז אומלעגאל, א מענטש טאר נישט זאגן, איך פארדין נישט מער ווייל כ'וויל פראגראמען, דאס איז גוט צו זאגן פאר די ראדיא סטאנציע, נישט פאר סאשעל סערוויסעס
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

בן בוזי האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:בעצם, א גוטע תי' פאר סאושעל סערוויסעס פ"וו מ'האט גענומען ווייניג געלט/פעיראלל קען אפי' זיין אז "איך וויל נישט פארדינען מער, ווייל כ'וויל האבן פראגראמען",

דאס איז אומלעגאל, א מענטש טאר נישט זאגן, איך פארדין נישט מער ווייל כ'וויל פראגראמען, דאס איז גוט צו זאגן פאר די ראדיא סטאנציע, נישט פאר סאשעל סערוויסעס

מהיכי תיתי?
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:למעשה קען איינער אויפברענגען דא א נאמען פון א גוטן אדוואקאט / אקאונטענט וכדו', וואס קען זיך גוט אויס אין די ענינים צופרידן צו שטעלן אלע מחותנים און אלע צדדים?

די ווילסט א גוטן דאקטער אדער די ווילסט נישט דארפן אנקומען צום דאקטער? פריווענטיוו מעדעצין איז בעסער פונעם גרעסטן דאקטער. א גוטן לויער וועט העלפן דיין דיפענס אבער קען נישט גאראנטירן אז די וועסט דיך נישט אנשטאלפערן. חרחק כמטחוי קשת פון עניטינק וואס קוקט אויס איליגאל. די קענסט זיין גערעכט, די ווילסט אבער נישט דארפן אפילו ענטפערן.

זיי נישט פרעזידענט אדער שעירהאלדער פון די קארפארעישען
די קארפ אדרעס זאל נישט זיין דיין אדרעס
זיי נישט קיין סיינער אין די באנק
באצאל נישט דיין פערסאנעל קרעדיט קארד
מאך נישט קיין טרענפערס אהין און צירוק פון דיין באנק אקאונט.
(וואס האב איך פארגעסן?)
you should not be the owner in fact and in appearance
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

איים סארי דיין עדווייז איז ראנג! די עצה איז נישט אויסצוארבעטן די אינקאום זאל זיין גענצליך אויף א אנדערנס נאמען, די ריכטיגע עדווייז איז: אויב קוואלעפייט נישט פאר גאווערמענט פראגראם, נעמט עס נישט, סימפל עז איט קען בי.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

בן בוזי האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:בעצם, א גוטע תי' פאר סאושעל סערוויסעס פ"וו מ'האט גענומען ווייניג געלט/פעיראלל קען אפי' זיין אז "איך וויל נישט פארדינען מער, ווייל כ'וויל האבן פראגראמען",

דאס איז אומלעגאל, א מענטש טאר נישט זאגן, איך פארדין נישט מער ווייל כ'וויל פראגראמען, דאס איז גוט צו זאגן פאר די ראדיא סטאנציע, נישט פאר סאשעל סערוויסעס

ס'איז אפשר נישט "שיין" אדער "מענטשליך", אבער "אומלעגאל"? עס פאר עז איי קנאו, האט די גאווערנמענט נישט קיין געזעץ צו צווינגען עמיצן צו "פארדינען מער" כדי ער זאל נישט דארפן/קענען נוצן סאציאלע פראגראמען, רוף עס א לופ-האול אויב דו ווילסט.

נאכאמאל, דאס איז נישט קיין עדווייז אזוי צו טון, ס'איז נאר אוועקצושטעלן דעם געדאנק, אז אויב פארדינסטו פערזענליך נישט קיין געלט, קענסטו האבן סאציאלע פראגראמען אין אמעריקא, כפי הענין. די בעסטע משל דערצו איז א "טראסט", פאר ווער ס'ווייסט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

איך האב פערזענדליך מיטגעהאלטן א קעיס וואס די ס"ס האבן אויסגעטיילט צרות יגון ואנחה פאר א איד וואס איז געווען א סיינער אויף די אקאונט פון א צדקה ארגעניזאציע (באמת געווען אומשילדיג), מיט די טענה אז זיי גלייבן נישט אז ער עסקן'ט בחינם.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

עס איז ראטזאם צו ליינן די אפיציעלע אינדייטמענט פון די קעיס געציילטע וואכן צוריק אין לעקוואד. די גאווערמענט איז געוואר געווארן אז די מענטש האט געארבעט למעשה ולא להלכה, ס'טייטש זיין געלט איז געהאלטן געווארן אויף א צווייטענס נאמען, און אויף דעם ארויף אים געקלאגט אז ער האט גענומען פראגראמען געלט! געדענקט אז מען רעדט פון גענצליך א צווייטנס נאמען נישט קיין אייגענע קארפארעשן.

זיי האבן גענוצט דאס אז ער איז געווען א סיינער אויף די ביזנעס אקאנוטס אלץ איינע פון די באווייזן דאס דער געלט איז באמת זיינס, אגב איינע פון די חברים דא האבן געשריבן אז דאס איז געווען יענעמ'ס חטא, ס'איז אבער א גרויסע טעות, נישט דאס איז דער טענה אויף אים, די טענה איז אז ער האט באמת פארדינט געלט און עס געלייגט אויף א צווייטנס נאמען, דאס אז ער איז געווען א באנק סיינער האבן זיי סך הכל גענוצט אלץ איינע פון די פילע באווייזן דערויף.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

טשעסטנאט רידש האט געשריבן:

זיי האבן גענוצט דאס אז ער איז געווען א סיינער אויף די ביזנעס אקאנוטס אלץ איינע פון די באווייזן דאס דער געלט איז באמת זיינס,

אפשר ביסטו דאס מער מסביר וואס הייסט ער איז געווען א סיינער אז ער האט געסיינט די טשעקס ווי אזוי זעהט מען פון דעם אז ער איז די ביזנעס אונער?
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

מען זעהט טאקע נישט פון דעם אליינס. זיי האבן אבער 'געוויסט' דעם אמת, און דאס גענוצט אלץ איינע פון די באווייזן אז יש דברים בגוי.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טשעסטנאט רידש האט געשריבן:איים סארי דיין עדווייז איז ראנג! די עצה איז נישט אויסצוארבעטן די אינקאום זאל זיין גענצליך אויף א אנדערנס נאמען, די ריכטיגע עדווייז איז: אויב קוואלעפייט נישט פאר גאווערמענט פראגראם, נעמט עס נישט, סימפל עז איט קען בי.

נישט עכט ריכטיג, עס קען זיין ריכטיג אויף דעם וואס געוויסע מענטשן טוען ליידער, אבער נישט אויף דעם וואס דו ריספאנדסט צו.

ער זאגט נישט באהאלט עס און נעם עס דורך א צווייטער. נאר דו זאלסט זיין אן ארבעטער אויף א צווייטענס קארפ און די געלט זאל טאקע בלייבן אינעם קארפ ווי עס באלאנגט עכט און נישט זאלסט ארויסציפן ווען נאר שייך און נישט שייך. סאו פשוט אויב איינער וויל עפענען א קארפ און נישט ארויסנעמען נאר א קליינע פעיטשעיק און באמת נאר בלייבן מיט א קליינע פעיטשעק, וואס עכט איז ער נארמאל עלידזשיבעל, נאר אזויווי למעשה איז עס פישי פאר די אינסטאנצן זאל ער עס נאר מער "עכט" מרחיק זיין פון זיך און נישט זיין דער קארפ'ס אונער.

נישט גוט?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
Don't worry האט געשריבן:איך האב געליינט די קלאגעס ביי איינע פון די יודען אין לעיקוואד. די קארפארעישאן איז מיטאמאל געווען אויף זיין נאמען. ער האט אבער געהאט צופיל קאנטראל. צו שטיין ווייט פון טראבל איז בעסט נישט צו זיין פרעזידענט אדער שעירהאלדער פון די קארפארעישען, די קארפ. אדרעס זאל נישט זיין דיין אדרעס, זיי נישט קיין סיינער אין די באנק, און מאך נישט קיין טרענפערס אהין און צירוק פון דיין באנק אקאונט.

איר קומט אריין זייער נישט קלאר, איר רעדט פין א C אדער אן S קארפארעישען?

וואס הייסט ס'נישט געווען אויף זיין נאמען? וואס האט ער יא געהאט דערמיט?

ועל כולם, איז די אמת געווען אז ער אליינס האט געטון אלעס ריכטיג, נאר די קארפארעישען האט אים גע'טריגער'ט?, דאן וואס זענען די קלאגעס?

טרענספער'ס אהין און צוריק, זענען אויך נאר גוט פאר קאפוויי, אבער אויב די באטטעם ליין שטימט, קען מען אייך גארנישט טון.

מען קען גארנישט טוען... די FBI קען טוען וואס זיי ווילן, דערנאך האסטו א ברירה צו גיין צום טרייעל, און געבן דיינע פיינע תירוצים. די טשאנסען א חרדישע איד זאל געווינען ביים טרייעל איז בערך 0 פראצענט. (אזוי ארבעט ליידער יוסטיץ אין אמעריקא)
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

קנאפער ידען האט געשריבן:

ער זאגט נישט באהאלט עס און נעם עס דורך א צווייטער. נאר דו זאלסט זיין אן ארבעטער אויף א צווייטענס קארפ און די געלט זאל טאקע בלייבן אינעם קארפ ווי עס באלאנגט עכט און נישט זאלסט ארויסציפן ווען נאר שייך און נישט שייך. סאו פשוט אויב איינער וויל עפענען א קארפ און נישט ארויסנעמען נאר א קליינע פעיטשעיק און באמת נאר בלייבן מיט א קליינע פעיטשעק, וואס עכט איז ער נארמאל עלידזשיבעל, נאר אזויווי למעשה איז עס פישי פאר די אינסטאנצן זאל ער עס נאר מער "עכט" מרחיק זיין פון זיך און נישט זיין דער קארפ'ס אונער.

נישט גוט?

ס'איז פראקטיש נישט שייך, מענטשן דארפן נוצן זייער געלט פריער אדער שפעטער. די חילוקים זענען נאר וויזוי מען דרייט עס ארום ס'זאל אויסקוקן גוט.

באט אפי' באופן וואס מ'נעמט בכלל נישט די געלט איז עס נישט לעדזיט, סאשעל סערוועסיס איז געמאכט געווארן פאר ארימעלייט נישט פאר די וואס פארדינען שיין. אמת אז די האסט דיך שיין ארויסגעדרייט פון לעגאל האבן דאס געלט, דאס מאכט עס אבער נישט אויסגעהאלטן.

הייפאטעריקל וואלטן זיי נישט געקענט קלאגן אויף דעם, זינט לעגאל איז עס אויסגעארבייט גוט. דאס מציאות איז אבער אז די רעגירונג האט שוין עטליכע מאל אין עבר געקלאגט אויף דעם ה''י.
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

קארפארעישן אינפא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

הילף ביטע!
ווער עס קען דעם אויבנ-דערמאנטן נושא, ווי אויך בכלל בנוגע עפענען און ראנען א קארפ. זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר... {ומתן שכרה בצדה פאר קראנטע גיידענס און עדווייס}
ישר כח
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דו פלאנסט צו אננעמען עדווייס פון אן אנאנימע ניק אנליין אין אזא נושא?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

ניין, נייין... איך וויל זיך פארבינדן מיט ווער ס׳וועט זיך אנרופן אלץ בקי בענין...
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

קנקן מלא האט געשריבן:הילף ביטע!
ווער עס קען דעם אויבנ-דערמאנטן נושא, ווי אויך בכלל בנוגע עפענען און ראנען א קארפ. זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר... {ומתן שכרה בצדה פאר קראנטע גיידענס און עדווייס}
ישר כח

וועלעכע שטאט וואינט איר?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
מיני מזונות
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 3:56 pm
לאקאציע: עיר הצדק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיני מזונות »

מיר בעטן דעם עולם ווער עס האט סיי וועלכע עקספיריענס מיט די נושא פון ארבייטן פאר די אייגענע קארפארעישן בשעת מ'איז אנגעוויזן אויף די שטאטישע פראגראמען זאל זיך ביטע אנרופן - און ארויסהעלפן אין דעם קריטישן נושא. ישר כח
לחיים ולברכה
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Wic גייט אריבער צו א קארטעל
גענדיגט מיט דע פעיפערס!
שוין
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 05, 2018 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין »

וואס עפעס? האט געשריבן:Wic גייט אריבער צו א קארטעל
גענדיגט מיט דע פעיפערס!

ווען גייט דאס פאסירן????
זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

קארפארעישן אינפא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגסט גוט »

פארוואס קענסטו דאס נישט אדורך רעדן מיט א גוטע ערפארענע accountant?
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

Don't worry האט געשריבן:
זיי נישט פרעזידענט אדער שעירהאלדער פון די קארפארעישען
די קארפ אדרעס זאל נישט זיין דיין אדרעס
זיי נישט קיין סיינער אין די באנק
באצאל נישט דיין פערסאנעל קרעדיט קארד
מאך נישט קיין טרענפערס אהין און צירוק פון דיין באנק אקאונט.
(וואס האב איך פארגעסן?)
you should not be the owner in fact and in appearance

איך האב א שאלה
די אלע עצות וואס דא שטייט איז ריגארדלעס - ווען מען האט פראגראמען?
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”