חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

חיזוק לצער גידול בנים, בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

ווי איז די חיזוק ארגענעזאציע?
טייערע ברודער איך וויל דא נעמען די פעדער אויסצושמוסען א פארווייטאגטע טעמע ביי כלל ישראל, מיר אלע דא זענען שוין ליידער צוגעוואוינט צו הערן די לאוזונג "די שעדליכע טעכנעלאגיע אשר רבים חללים היפילה" אין ענליכס צו דעם ארויס צו ברענגן די ווייטאג וואס הערשט ביי אונז איבער טעכנעלאגיע
אבער נישט פון דעם וויל איך דא רעדן , איך וויל רעדן פון די חללים נישט ממש זיי נאר זייער פאמיליע, עס איז גארנישט קיין סוד איך מיין אז יעדער מענטש וואס איז שוין צוויי דורות א יוד האט משפחה, באקאנטע שכנים וכו' וואס האבו שוין ליידער מקריב געווען איינע פון זייערע קינדער אופן מזבח הכפירה אפיקורסעס וכדו'
די צער און אגמת נפש פון עלטערן וואס האבן פארלוירן א קינד אויף דעם אופן איז ממש אין לשער , נישט נאר די עלטערן נאר די גאנצע משפחה חבירים באקאנטע,
אבל דא עקא, רוב רובם פון די מענטשען האבן אפי' נישט צו וועם צו רעדן, זיי רייסן זיך די האר פון קאפ, אין על פי רוב באשולדיגט מען זיך אליין,
זייענדיג אליין באקאנט ליידער פון פילע אזעלכע פעלער פון די נאנט קען איך מעיד זיין אז עס איז נישט קיין גרעסערע צער פאר א יוד אויף דע וועלט ווי פארלירן א קינד ברוחניות, מענטשן גייען איין,
שטעלט זיך די מוראדיגע פראגע ווי איז די חיזוק ארגענעזאציע פאר די יודן? אדרבה זאל מיר איינער זאגן אויב ער האט שוין אמאל געזעו אדער געהערט א דרשה פאר אזעלכע מענטשן? ניטאמאל א טעפ קען מען קויפן מיט אזא דרשה, פארוואס פארוואס, מיר לעב מיר היינט אין א דור פון חסד אזויפיל ארגענעזאציעס אין יעדע הינזיכט כמעט אויף יעדע פראבלעם איז דא ווי זוך צו ווענדן, פארוואס זאלן די מענטשן נישט האבן אזאנס?
ווי אזוי פונקטליך די ארגענעזאציע זאל ארבעטן ווייס איך נישט, מען קען מאכן שבתים פאר די יודן, מקען צוזאם שטעלן אנדערע מענטשן בבחינת איש את רעהו יעזורו, מקען טוען זייער אסאך , ווער עס זוכט די מצוה פון פיקוח נפש זאל זוך צודעם צוכאפן
(מען קען מער מאריך זיין אין די נושא אבער אין הזמן מספקת עכשיו, ועוד חזון למועד)
לעצט פארראכטן דורך ארך אפים אום דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך בין זייער סקעפטיש צי אזעלכע אידן וועלן זיין אינטרעסירט זיך צו צאמנעמען און זיך ארויסשטעלן אפיציעל, אבער מעגליך אז יא.
אם לא עכשיו אימתי
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ובלכתך בדרך האט א סעלעקשאן פון אפאר סידיס ספעשעל אויף ווען א קינד גייט אראפ פון דרך, ער האט עס לעצטענס געלייגט אויך אין שולען,

אבער איך מיין אז ס'יז נאכנישט דא קיין אפישעל סאפפארט גראפ פאר דעם, און ס'יז זייער וויכטיג, פלעין די איידיע אז ס'זאלען זיך קענען טרעפען מענטשען צוזאמען וואס גייען עס אדורעך קען מען כאטשיג צונויפרעדען און זיך מחזק זיין, אויך ווען מ'יז צעזאמען איז עס ווי א צרות רבים חצי נחמה, שוין צייט טאקע פאר איינעם זיך צוכאפען צו די מצוה און מחזק זיין די חשובע אבער צעבראכענע עלטערען און נאענטע,
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

יאפס, די ווייטאג איז ערגער ווי דער טויט, און עס עסט דעם מענטשן'ס געוויסן לעבעדיגערהייט
אבער סי'ז זייער שווער אזא ארגאניזאציע זאל זיין
דער כח המתנגד איז שטארק,
און מען האט צוטוהן מיט בעלי בחירה, וואס איז כידוע שווערער...
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

100% גערעכט שוין אמאל געטראכט אין אפי' געטון פעולות צו עפענען אזא ארגענעזאציע, די יודן דארפן נעבעך די מערסטע חיזוק נאכדעם וואס סיי וועלכע גשמיותדיגע צרה איז בעיקר צובראכנקייט אין אדרבא מען פילט זיך אין א געוויסע זון נענטער צום אויבשטער מען פילט זיך אויסגעלייטערט, מען שפירט נישט אז מען איז שולדיג אין די צרה, מען פארשטייט אז עס איז פין הימל

מש"כ דא קומט מיט שרעקליכע שולד געפילן מען טראכט אז מען איז שולדיג דערין, מען טראכט אז מען האט ח"ו נישט אויסגעפירט די תפקיד פין א טאטע מאמע אויף דעי וועלט, אין ווערט רעדט נאך פין די ביטערע בזיונות,
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

סנישט אזוי שווער אזא ארגענעזאטציע זאל זיין עס איז דא גענוג אופנים עס צו קענען מאכן אן ארויס ברענגען די צארן פין די בעלי בחירה
מען רעדט נישט דא פין פייטן מיט זיי מען רעדט פין מחזק זיין די עלטערן מיטוויינען זיי פארשטיין
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

דערמאן איך זיך יעצט אז רעדנדיג נישט לאנג צוריק מיט אזא איינעם האט ער מיר געזאגט אז זיין יודענע האט יעדן טאג א תהילים קאנפערענץ פון פרויען אין די מצב, ווי מען דערמאנט די נעמען , אבער דא ענדיגט זיך עס כמעט וואס מען הערט נישט דארט קיין חיזוק, אדרבה טאמער איינער ווייסט ווער עס פירט דאס זאל זיך אריינלייגן אז עס זאל נתפשט ווערן עס איז דא אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'זייער א גוטע שאלה. אבער די סטיגמע פון די עלטערן זענען זייער גרויס, און כמעט קיינער איז נישט גרייט בגלוי צו נעמען חיזוק דערפאר.

על כן איז כדאי מ'זאל אנהייבן דא אן אשכול נאר חיזוק פאר די ענין, און מיט די צייט וועט עס שוין אנקומען צו די וואס ברויכן דאס וויכטיג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

נא_שכל האט געשריבן:ס'זייער א גוטע שאלה. אבער די סטיגמע פון די עלטערן זענען זייער גרויס, און כמעט קיינער איז נישט גרייט בגלוי צו נעמען חיזוק דערפאר.

על כן איז כדאי מ'זאל אנהייבן דא אן אשכול נאר חיזוק פאר די ענין, און מיט די צייט וועט עס שוין אנקומען צו די וואס ברויכן דאס וויכטיג.

א גוטער געדאנק, די שאלה איז וואזוי זאל די אשכול הייסן?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ארך אפים האט געשריבן:

ואתן ליצחק את יעקב ואת עשו
חיזוק להסובלים הצער שהשכינה סובל
חיזוק פאר די געטראפענע עלטערן פין פארבלאנשעטע קינדער
עלינו ועל בנינו
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מ'קען עס מאכן סימפל: "חיזוק לצער גידול בנים".

כ'וועל אנפאנגען מיט א עובדא.

א איד איז געווען ביי ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און זיך ביטער אויסגעוויינט, אז זיין חתונה געהאטע זון איז ל"ע יצא לתרבות רעה, האט אים רבי יעקב מאיר געזאגט, אז ער זאל וויסן אז ער וועט באקמען שכר גדול מאוד אויף יענע וועלט אז ער האט מגדל געווען זיין זון און אים מחנך געווען לתורה ולמצות ביז די 30 יאר. פון דארט און ווייטער וואס דער זון האט געטון איז זיין בחירה, און ס'האט נישט קיין שייכות מיט אים, ער האט יוצא געווען זיין תפקיד מיט דעם זון.

[כעין זה שמעתי האט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי געזאגט פאר א טאטע אודות בנו].

ווי אויך האט רי"מ צוגעלייגט אז ער זאל פארגעסען אז ער האט אזא זון, נישט איינרייסן פאר אים, און נישט פרובירן צו ראטעווען וכדומה. דער איד האט זיך אביסל גע'טענה'ט, האט רי"מ געזאגט העכסענעס א קאפיטל תהלים יעדען טאג קען ער זאגן, אבער נישט מער פון דעם.

די צווייטע חלק איז לכאורה א הוראה פרטי, ווייל ער האט געזען אז דער טאטע גיי צוגרונד. אדער מעגליך אז דאס איז די ריכטיגע מהלך פאר יעדעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

נא_שכל האט געשריבן:מ'קען עס מאכן סימפל: "חיזוק לצער גידול בנים".

א גרויסן שכח, די קעפל איז שוין געטוישט,
וועגן די מעשה פון מורי ורבי הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א בין איך ברור אז דאס איז א הוראה פרטי, ווייל איך קען אנדערע פעלער ווי ער האט געפסקנ'ט פארקערט, וויאויך ווייס איך פון א מעשה ווי ער האט יא געזאגט אז מען זאל דאס טוהן, האט ער געווארט אפאר טעג ביזן געבן תשובה, זאגענדיג "א יודישע נשמה ווארפט מען נישט אזוי שנעל"
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

עס איז דא א טייערע איד אין פלעטבוש ''ר' אבי פישהאף'' וואס גיבט הדרכה פאר עלטערן אין די מצבים. ער האט אויך חיזוק -סופארט- גרופעס פאר עלטערן און פאר געשוויסטער פין די וואס גייען "OTD/אויף זייער דרך''.

די איד האט הונדערטע משפחות אינטער זיין הדרכה און סופארט. ער לייגט אריין פילע שעות וועכענטליך אין די ענין, און ער בעט נישט קיין גרייצער.
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

שלוה האט געשריבן:עס איז דא א טייערע איד אין פלעטבוש ''ר' אבי פישהאף'' וואס גיבט הדרכה פאר עלטערן אין די מצבים. ער האט אויך חיזוק -סופארט- גרופעס פאר עלטערן און פאר געשוויסטער פין די וואס גייען "OTD/אויף זייער דרך''.

די איד האט הונדערטע משפחות אינטער זיין הדרכה און סופארט. ער לייגט אריין פילע שעות וועכענטליך אין די ענין, און ער בעט נישט קיין גרייצער.

# פליז
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

איך וועל עס שיקען אין אישי

צו באקומען אפדעיטס פין אים קען מען שיקען אן אימייל צו [email protected]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך זעה עס הייבט שוין אן אריין צוגיין אין וועלכע וועג מען דארף נעמען, למיר איך ענק זאגן קיינער מיט דעי פראבלעם איז נישט נייגעריג צו ליינען דא אויף אייוועלט וועלכע מהלך ער זאל נעמען, רעדן פין דעם צוברעכט זיי נאר מער
ביטע נאר נאר חיזוק
פעינטער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

דער הייליגע באשעפער זאל געבן כח פאר די אלע וואס גייען אריבער די מצבים.
דער באקאנטע מגיד מישרים פה מפיק מרגליות הגאון ר' מנשה רייזמאן שליט"א האט א געוואלדיגע שמועס אויף דעם ענין.
https://www.dropbox.com/s/mw126ad3l85ne ... 5.mp4?dl=0
הכל לטובה!!
מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:17 pm

עוד הם מדברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעלות »

צו געבן חיזוק פאר איינעם אין אזא מצב קען נישט יעדער, יעדער אייהער נעמט אן חיזוק אויף א אנדערע אופן.. נאר איך האב געוואלט דא מיטטיילן וואס איך האב געהערט ווי איינער וואס מאכט מיט דעם שווערען דורכגאנג האט מחזק געווען א צווייטן, איינער האט מחזק געווען דעם צווייטן, האט ער אים פארציילט ער קומט פון א קהילה ווי מ'גייט מיט ווייסע זאקן און אז ער איז געווען ביי הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס ז"ל זיך אויסרעדן זיין שווער הארץ ער האט נעבעך א קינד וואס איז אוועקגעפאלן ל"ע, האט ער אים געזאגט אז ער בעהט גארנישט ער בעהט נאר אז דער אייבישטער זאל אים העלפן אז זיין זוהן זאל כאטש זיין א "יונג איזראעל איד" זאגט אים ר' משה יודא ח"ו עס שטייט אין פסוק והי' טרם יקראו ואני אענה עוד הם מדברים ואני אשמע, זאגט דער שלה"ק אז דער דאפעלטע לשון איז אז דער אייבישטער שיקט א נסיון ווייל ער וויל א מענטש זאהל מתפלל זיין דאס טייטש טרם יקראו ואני אענה איך העלף נאך פאר די ביזט מתפלל נאר וואס וויל איך זאגט דער אייבישטער איך וויל זאלסט בעהטן פאר "נאך" פאר "מער" עוד הם מדברים בעהט מער בבחינת "עוד", האט אים ר' משה יודל צוגעלייגט אז מ'לערנט דאך ארויס תפילה פון חנה זי האט נישט געזאגט געב מיר א קינד כאטש ווי אזוי קליין, הינקעדיג, דער עיקר איז איך זאל האבן א קינד, ניין זי האט פארשטאנען אז דער באשעפער וויל זי זאל מתפלל זיין בבחינת עוד זי האט פונקטליך געזאגט וואס זי וויל ווי הויך ווי שטארק וכו' זי האט מתפלל געווען אויף א קינד וואס איז שקול כנגד משה ואהרן ווי מ'זאגט nothing less, זאגט אים ר' משה יודא ז"ל די בעטס דעם אייבערשטן בעהט איהם קלאר אלעס וואס די וואלסט דיך געווינטשן "דער אייבישטער איז מתאווה מ'זאהל מתפלל זיין און בעהטן" בעהט ער זאל זיין א געהויבענע חסיד'ישע איד מיט ווייסע זאקן דער זעלבער באשעפער וואס קען העלפן ער זאהל ווערען א יונג איזראעל איד קען העלפן ער זאהל זיין פון די בני עלי' און דאס וויל ער טאקע מ'זאהל בעטן און מתפלל זיין פאר נאך מער.. א טייער ווארט
לעצט פארראכטן דורך מעלות אום דאנערשטאג יוני 22, 2017 3:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א חשובער ניק האט אריינגעשיקט די הייליגע ווערטער פונעם חתם סופר די וואך, וואס האט א שייכות אהער, ס'גיט חיזוק אז נישט יעדער איז מצליח מיט אלע קינדער.

בבואכם אל הארץ אשר אני מביא אתכם שמה והי' באכלכם מלחם הארץ תרימו את תרומה ה'.
עיין מ"ש פי' הפסוק בקונטרס קנה בינה, וכעת אוסיף שארי פסוקים.
'ראשית עריסותיכם חלה תרימו תרומה', יתפרש להוציא מעותיו בהוצאת בניו לת"ת, ותהי' 'ראשית עריסותיכם' מלשון תינוק המוטל בעריסה, יהי' 'תרומה' תורה מ' כידוע, הגם שאין כולם מצליחים מ"מ יעשה שלו וילמדם תורה, כמאחז"ל אחד מאלף מצאתי אלף נכנסים לבית הספר יוצאים מאה מהם נכנסים עשר למשנה ומהם א' לגמרא.
וזה 'וכתרומת גורן כן תרימו אותה' שא' ממאה הוא תרומת מעשר ע"ד הנ"ל, אמנם זה יהי' בטוח שעכ"פ א' יצלח, וזה ו'מראשית עריסותכם' מראשית ולא כל ראשית, 'תתנו תרומה לה' לדורותיכם' שישאר למדן לדורות עולם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מעלות האט געשריבן:צו געבן חיזוק פאר איינעם אין אזא מצב קען נישט יעדער, יעדער אייהער נעמט אן חיזוק אויף א אנדערע אופן.. נאר איך האב געוואלט דא מיטטיילן וואס איך האב געהערט ווי איינער וואס מאכט מיט דעם שווערען דורכגאנג האט מחזק געווען א צווייטן, איינער האט מחזק געווען דעם צווייטן, האט ער אים פארציילט ער קומט פון א קהילה ווי מ'גייט מיט ווייסע זאקן און אז ער איז געווען ביי הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס ז"ל זיך אויסרעדן זיין שווער הארץ ער האט נעבעך א קינד וואס איז אוועקגעפאלן ל"ע, האט ער אים געזאגט אז ער בעהט גארנישט ער בעהט נאר אז דער אייבישטער זאל אים העלפן אז זיין זוהן זאל כאטש זיין א "יונג איזראעל איד" זאגט אים ר' משה יודא ח"ו עס שטייט אין פסוק והי' טרם יקראו ואני אענה עוד הם מדברים ואני אשמע, זאגט דער שלה"ק אז דער דאפעלטע לשון איז אז דער אייבישטער שיקט א נסיון ווייל ער וויל א מענטש זאהל מתפלל זיין דאס טייטש טרם יקראו ואני אענה איך העלף נאך פאר די ביזט מתפלל נאר וואס וויל איך זאגט דער אייבישטער איך וויל זאלסט בעהטן פאר "נאך" פאר "מער" עוד הם מדברים בעהט מער בבחינת "עוד", מ'לערנט דאך ארויס תפילה פון חנה זי האט נישט געזאגט געב מיר א קינד כאטש ווי אזוי קליין, הינקעדיג, דער עיקר איז איך זאל האבן א קינד, ניין זי האט פארשטאנען אז דער באשעפער וויל זי זאל מתפלל זיין בבחינת עוד זי האט פונקטליך געזאגט וואס זי וויל ווי הויך ווי שטארק וכו' זאגט אים רק משה יודא ז"ל די בעטס דעם אייבערשטן בעהט איהם קלאר אלעס וואס די וואלסט געוואלט דער אייבישטער איז מתאווה מ'זאהל מתפלל זיין און בעהטן בעהט ער זאל זיין א געהויבענע חסיד'ישע איד מיט ווייסע זאקן דער זעלבער באשעפער וואס קען העלפן ער זאהל ווערען א יונג איזראעל איד קען העלפן ער זאהל זיין פון די בני עלי' און דאס וויל ער טאקע מ'זאהל בעטן און מתפלל זיין פאר נאך מער.. א טייער ווארט

גאר גאר א שטארק ווארט ש'כח באמת, נוגע פאר יעדעם האט נישט נאר מיט די ענין דירעקט
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

עס איז באקאנט א מעשה אז א חשובער חסידישער איד האט זיך אמאל אויסגעוויינט דאס הארץ פאר סאטמארער רב זי''ע אז זיינע קינדער זענען נישט ווי אים האט אים דער רבי גענטפערט בזה''ל ''בעיקבתא דמשיחא (אדער פאר ביאת המשיח) קומען אראפ אזעלכע נשמות וואס האבען נישט קיין שום שייכות מיט די עלטערן וד'ל, איך ווייס דעם נאמען פון דעם איד
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

אין גליון הליכות חיים -סקווירא פסח תשע״ז איז געווען געדריקט א בריוו פון רבי שלמה באכנער שליט״א מנהל בוני עולם, פיל מיט דברי חיזוק פאר דע צובראכנע הערצער, ביודעי ומכירי פון א איד וואס דאס האט איהם ממש געגעבן חיזוק צוצוגיין צום סדר.

כהאב געזוכט און נישט געטראפן, אויב קען איינער אהערשטעלן זכות תלוי בו.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אוי וויי. זייענדיג אין בעקאנטשאפט מיט אזוינע (קיינמאל נישט געווען א טייל פון די קליקע, נאר גאר פיל פון מיינע יוגענט פריינט זיינען ליידער דארט - אין דעם יאהרגאנג זיינען ליידער גאר אסאך געפאלען – אויך די גאר פרומע פון מיין עידזש קאנען זיך מיט די אלע) קאן איך זאגען, אז די אלע זאכען האבען נישט קיין תירוץ. און הילף אויף דעם קאן נאר גיין אויף א One on One Basis. ביי איינעם איז עס טיפשות'דיגע אפיקורסות און ביי צווייטען איז עס וויסענשאפט. עס איז נישט א אויער אנטצינדונג וואס אנטיביאטיק העלפט פאר אלע
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

צו געזונט האט געשריבן:אוי וויי. זייענדיג אין בעקאנטשאפט מיט אזוינע (קיינמאל נישט געווען א טייל פון די קליקע, נאר גאר פיל פון מיינע יוגענט פריינט זיינען ליידער דארט - אין דעם יאהרגאנג זיינען ליידער גאר אסאך געפאלען – אויך די גאר פרומע פון מיין עידזש קאנען זיך מיט די אלע) קאן איך זאגען, אז די אלע זאכען האבען נישט קיין תירוץ. און הילף אויף דעם קאן נאר גיין אויף א One on One Basis. ביי איינעם איז עס טיפשות'דיגע אפיקורסות און ביי צווייטען איז עס וויסענשאפט. עס איז נישט א אויער אנטצינדונג וואס אנטיביאטיק העלפט פאר אלע

ביטע נישט רעדן דא פין די רפואה'ס אין צוגאנג דערצי נאר בלויז דברי חיזוק
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

עס איז דא א שיינע דרשה פון הר"ר שלמה רובין ווי ער רעדט אביסל דערוועגן, עס איז דא ביי גמח יוסף שלמה אונטערן נאמען וזכינו לראות בנים
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”