די דירות פראבלעם

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » זונטאג מאי 03, 2009 8:07 pm

דאס הארץ רייסט נאך אלץ, עס איז נאך נישט פארגעקומען קיין סוקסעספולע אפערעציע אויסצוהיילן די דירות קרענק. רבותי, לא עת לחשות, דער עולם גייט אראפ פון זינען.

דער עולם כאפט נישט אז מען איז אנגעצויגן וועגן דעם, און אז די לעזונג צום דירות פראבלעים איז א לעזונג צו פיל רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע פראבלעמען.

וואס קענען מיר אומפעהיגע יונגעלייט ארויסהעלפן אז די דירות קריזיס זאל באקומען א לעזונג?

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 10:50 am

ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול האב איך אן עצה וואס מ'קען טוהן, אבער דאס קען נאר טוהן א פירער פון א חסידות.

קודם כל וויל איך אפווענדען די אלע וואס שרייען אז די עולם איז זיך אליין שילדיג פארן נישט מאפן צו די פלעצער וואס מ'האט צוגעשטעלט אין די פארגאנגענהייט, איך האב א שיינעם הסבר אויב איינער איז נייגעריג אז דער עולם איז נישט שילדיג, און אפילו ווען די מאן און די וויב זענען מסכים קען מען נאך אלץ נישט אייביג מאפן.

מיין עצה וואס איך האב געשריבן איז פשוט אנשטאט צו ארבעטן אויף מענטשן וואס זענען שוין אין הייזער אין וויליאמסבורג, נאר ס'צו קליין/טייער, אז זיי זאלן מאפן, וואס דאס איז א כמעט אן אומעגליכע זאך אז הונערטער מענטשן זאלן זיך אויפהייבן און מאפן אין איין תקופה, אפי' ביי די גירוש שפאנישע ווען מ'האט פארברענט מענטשן אויף די גאסן, האט אויך נישט יעדער געמופט, ס'מופט זיך נישט אזוי, און אפי' ווען ס'זאל יא אויסארבעטן איז אין אפאר יאר ארום צירוק דעם פראבלעם פון די מענטשן וואס בלייבן מאכן חתןנה די קינדער און ס'ווערט צירוק פיל, אנשטאט דעם זאל מען ארבעטן אויף די בחורים און די מיידלעך זאלן נאר די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה וואוינען נעבן זייער ישיבה/כולל מחוץ לעיר, און אזוי וועט זיך אטאמאטיש פארמירן א הערליכע תורה'דיגע ישוב, און אז איינער וויל נאכדעם דוקא "מאפן" קיין וויליאמסבורג צו די אלטע מענטשן און ער טרעפט א דירה, בתשואות חן, אבער רוב אירע וועלן שוין זיין צופריעדן צו בלייבן ווי מ'איז (אזוי ווי אייביג) און אפי' נישט וועלן רוב אירע נישט טרעפן קיין דירה אין וויליאמסבורג ווי צו מאפן, כנלע"ד
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 2:45 pm

הרב ניק איך פארשטיי דיך זייער פיין ווייל די האסט דאך שוין חתונה געהאט און די דרייסטעך שוין אין ווילי און די מאסכט נאך נישט חתונה קיין קינדער
נאר די בחורלעך זאלען אהון פיצען נא איך הער אבער מיט די היינטיגע חברה האבען זיי שוין א פילע מיינונג און יעדע זאך און זיי גייען זיך נישט לאזען

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 3:17 pm

בלעקבערי פען איר זאגט גוט, די בחורים האבן היינט אויך א מיינונג,

למשל די שטריימל רעוואלוציע אין איינע פון די גרעסטע ישיבות אין ניו יארק איז געגאנגען א גאנג ווייל די טאטעס האבן געפאלגט די בחורים אז מ'מוז האבן א $4000 שטריימל, ווען די טאטעס זאלן אראפשטעלן א פוס אז מ'באקומט נישט קיין טייערע שטריימל וואלט מען געשפארט אסאך אידיש געלט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 3:25 pm

אה שנאפס דאס איז שוין איינמאל זעכער אז קיין גרויסע קינדער האסטו נאך נישט אינדערהיים
ווען יא וואלסטו שוין אלעס פארשטאנען

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 3:44 pm

בלעקבערי פען האט געשריבן:הרב ניק איך פארשטיי דיך זייער פיין ווייל די האסט דאך שוין חתונה געהאט און די דרייסטעך שוין אין ווילי און די מאסכט נאך נישט חתונה קיין קינדער
נאר די בחורלעך זאלען אהון פיצען נא איך הער אבער מיט די היינטיגע חברה האבען זיי שוין א פילע מיינונג און יעדע זאך און זיי גייען זיך נישט לאזען

די בחורים ווילן וואוינען אין וויליאמסבורג? האסט א גרויסן טעות, כאניש יעצט קיין ברעקעל צייט אבער עוד חזון מיין ביאור
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 9:07 pm

ס'איניש שייך צו זאגן וואס די בחורים ווילן יעדע בחור וויל עפעס אנדערש טייל ווילן אזוי אנדערע ווילן אנדערש. בעת אנדערע ווייסן בכלל נישט וואס זיי ווילן...

גראד נאך די חתונה קומט מיר פאר צו זיין די שווערסטע צייט אוועקצומופן. קודם די סאפער'ס יעדע נאכט... די שבתים. .. מ'קען ניש ערווארטן פון עני 19'יעריגע צו צוגרייטן אליינס שבתים יעדע וואך. דאס גייט צוביסלעך. אפי' ווען מ'עסט שוין אינדערהיים נעמט מ'נאך די פיש פאר א שפאר ביסל יאר כידוע..
חוץ דעם איז דאס פרנסה אויך שווער. לויט אונזער מנהג אז די פרוי ארבעט די ערשטע שטיק צייט ביז די ערשטע קינד זיכער זאל זי יעדן טאג אריינפארן אין שטאט צו איר דזאב?

כ'זאג נישט אז ס'איז אוממעגליך אדער עפעס וואס איז אומ-דורכספירבאר אבער כ'זע נישט פארוואס ס'זאל דאן זיין גרינגער אדרבה.

אוועטאר
מיין מיינונג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2011 6:24 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך מיין מיינונג » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 10:09 pm

א שטעטל קען זיך נאר אויסארבעטן מיט א חסידות (ווי למשל קרית יואל- סאטמאר, שיכון סקווירא- סקווירא, מאנסי איז אנפאנג געווען אדער פון בית מדרש עליון אדער וויזניץ) און אן קיין חסידות האט זיך נאכנישט אויסגעארבעט און די לעצטע פערציג יאר (לדוגמא פענסילוועניא סוואן לעיק פאלסבורג וכו׳ זהו הנעל״ד
יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג - איך זאג מיין מיינונג

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 11:54 pm

דאס איז פאר די זעלבע סיבה ווייל ביי א חסידות וואוינט דארט דער טאטע זון און אייניקל מ'דארף נישט אליין אוועקמאפן
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיינע רב און 15 געסט