עצות פאר די וואס מאכן חתונה א קינד

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דאנציגער

עצות פאר די וואס מאכן חתונה א קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

איך בין געבעטן געווארן דורך א ידיד, וואס האט חתונה געמאכט א קינד, אז כ'זאל עהם איבערשרייבן זיינע עקספיריענס דערפון, און עס מיט'טיילן מיטן היימישן ציבור, פאר די וואס קענען נוצן הילף דורך אפאר גוטע עצות, פון זיין אייגענע ניסיון.

ב"ה
מזל טוב מזל טוב
היינט איז געווען די לעצטע שבע ברכות פון מיין זון און שניר, און איך דאנק און לויב הקב"ה פאר אלע חסדים וואס ער האט מיט מיר געטון ביז יעצט, און איך בעט און האף אויף ווייטער, די זיווג זאל עולה יפה זיין, און מיר זאלן שעפן אסאך יודיש נחת פון די יונגע פארפאלק פאר לאנגע געזונטע יארן, און זען פון זיי דורות ישרים ומבורכים, און שמחות ווייטער עד בלי די.
איך זעץ זיך יעצט שרייבן פון די הערליכע שמחה, נאך פאר די שר של שכחה נעמט מיר אינגאנצען איבער, צו פארגעסען די פלאגענישען וואס מען האט געהאט במשך די געוועזענע חדשים, ביז מ'איז אנגעקומען ביז אהער.
מיין ציל פון דאס אפשרייבען, איז נישט זיך סתם אויסצורעדען דאס הארץ - אדער חלילה באקלאגן, נאר האפענטליך וועט דאס העלפן פאר אנדערע, דאס גרינגער אדורך צומאכן, און גיין צו די חופה מיט א גרינג און פרייליך הארץ.
אלזא, איך פלאג זיך גענוג צו קענען ברענגען פרנסה אין שטוב - ווי א גרויס חלק כלל ישראל, וואס די קאסטען פון א אידיש לעבן איז נישט ווייניג, צו איז דאס שכר לימוד, קליידונג, ביז כשרע עסנווארג א.א.וו.
אויבנ'אויף הייס איך א מיטעל קלאס פארדינער, דאס הייסט, אז למשל ביים יו"ט חלוקה, וועל איך נישט באקומען עפעס באזונדערס - נאר וואס אלע באקומען ממילא, ווידער שכר לימוד פארלאנגט מען פון מיר ווי א ארבייטער, און ס'קיינעם נישט בייגעפאלען אז איך וואלט געקענט ניצען הילף חתונה צו מאכן.
- אזוי דורכן יאר געבט זיך ב"ה א עצה, אבער חתונה מאכען א קינד קאסט פונקט אזויפיל - וויפיל איך האב פארדינט דאס גאנצע פארגאנגענע יאר, נאכן אריינרעכענען די שטאטישע הילף א.ד.ג.
איך דאנק אוודאי הקב"ה וואס האט מיר - אויף פארשידענע וועגן - מלובש בדרך הטבע - געשיקט דאס נויטיגע געלט, און איך האב מער ווייניגער נישט געדארפט אנקומען צו מענטשענס הילף, און ס'נישט געווען מיט קיין עגמת נפש און הארץ וויי, טעג וואס מ'דרייעט זיך ארום אן א קאפ, און גאנצע שלאפלאזע נעכט.
און כ'זאג ווידער אמאל, איך שרייב דאס נישט אויף זיך צו באקלאגן חלילה, פארקערט, איך שרייב דאס אלץ א תועלת, ווייל איך וויל אז אנדערע זאלן זיין גרייט דעם, און אויף נאך פארשידענע פרטים, וואס איך קלער אז עס וואלט מיר אליינס געווען גרינגער, ווען כ'זאל ווען וויסן פון פאראויס.
ווען איך האב געטון דעם שידוך למז''ט, זענען צו מיר צוגעקומען פארשידענע מענטשען, און געמאכט קאמענטארען וועגן חתונה מאכן. וואס זענען גראדע געווען גאנץ גוטע עצות, אבער איך האב מיר אליינס נישט געגלייבט, וואס דאס הייסט.
א חבר האט מיר געזאגט, זאלסט וויסען אז איך האב אפגעשריבען יעדן דעטאל, יעדע זאך וואס איך האב געשפענדעט, אנגעהויבן פון די מזל טוב ביז דעם לעצטען שבע ברכות, און ס'האט מיר אפגעקאסט 56 טויזענט אמעריקאנע דאלארן!
און איך קלער צו מיר, רבוש"ע.. דאס איז דאך פאר מיר א גאנץ יאר געהאלט, מיט די זייטיגע בענעפיטען. געוואלד פון וואו נעמט מען דאס?
באלד האב איך מיר געקלערט, ממילא יענער, ער האט חתונה געמאכט ברייט, און האט נישט גענומען קיין פעקעדזש דיל, און האט זיך טייער אויסשטאפירט, אבער איך - און האפענטליך מיין מחותן - וואס פלאגט זיך אויך, וועלן דאס זיכער קענען באווייזן מיט לכל הפחות 35 טויזענט אמעריקאנער דאלער.
{איך שרייב אמעריקאנע דאלער, ווייל איך בין נישט פון אמעריקע, אבער די חתונה איז יא געווען אין אמעריקע)
איך האב מיר געמאכט א חשבון - ביילייפיג - וואס קען שוין אלץ ס''ה קאסטען.
די חתונה נאכט - מיט א פלאן, מיין זייט בערך 5 און א האלב טויזענט, די מתנות 6 טויזענט, פורניטשער 5 טויזענט דאלער - מיין זייט.
- איינרישען די הויז פאר די פארפאלק - מיין זייט נאך 5 טויזענט דאלער, קליידער פאר די משפחה - נאך 2 טויזענט דאלער, טאשען געלט, שפעזן במשך די וואך פון די חתונה - נאך 1 טויזענט, חוץ וואס מ'האט שוין געהאט געגעבן שדכנות געלט, ערשטע מתנות וכו' 4 טויזענט דאלער.
נו, איך האלט ביי קנאפע 35 טויזענט דאלער, דאס האב איך נאך געקענט זען, אז כ'זאל עס קענען אדורך שוויצען.

למעשה!
נישט אלע פלענער האבן זיך אויסגעארבעט פונקט ווי געטראכט. די פלעצער וואס כ'האב געטראכט פון דארט צו שאפן דאס געלט, זענען נישט אלע געווען גרייט פאר מיר, און כ'האב געדארפט היבש ארומ'דרייען, צו שאפען די ריזן סומעס.
די ערשטע שאק האב איך באקומען, ווען כ'האב אנגעהויבן לייענען צעטלעך מיט חשבונות, וואס מיינס א מיטארבייטער האט פערצופאל געלאזט אויף מיין טיש. דארט איז געווען פארצייכענט חשבונות און פרטים פון איינער וואס האט הערש חתונה געמאכט דאס ערשטע קינד.
דארט איז געשטאנען, אז מ'דארף שוין צאלען רענט פאר די דירה - עטליכע חדשים פאר די חתונה, און דאס אליין קומט אויס א חשבון פון 3-4 טויזענט דאלער א צד.
- אויסער דעם, נאך אפאר טויזענט דאלער, אויף גרייט צו מאכן דעם - פעינטען, סקרעפן - אז מ'זאל דארט קענען וואוינען, און אפילו איבערמאכען די קיך, וואס דער לענדלאר טוהט דאס נישט, כאטש ער רייסט די 2 אלפים פאר א דירה פון ד' על ד'.
נו איך האב דאך געוואלט זיין א גוטע מחותן – און חתונה מאכן ווי א נארמאלע מחותן..
אונז גייען דאך אי"ה זיין די זיידעס באבעס פון די צוקונפטע אייניקלעך - איר אייניקלעך, האפענטליך ביז די 80 יאר צו געזונט, און מ'דארף דאך בלייבען גוטע פריינט, און אז די מחותנים האבן פארגעשלאגן אז מ'זאל געוויסע זאכען אביסל ארויפ'רוקען צו אביסעל א העכערע סטאנדארט, נאר איין טויזענטער דא, און אינגאנצן נאך צוויי טויזענט דארט, האבן מיר געמוזט מסכים זיין אויף שמחות..
און דאס איז געווען נאך פון אנהייב, ווען מ'האט נאך געקלערט אז א חתונה איז מאקסימום 35 טויזענט דאלער, נו מהיכי תיתי! האבן מיר זיך געלאזט גיין ביז 6 אלפים מער.
אבער צום סוף איז דאס ביסעלע וואס מ'האט מסכים געווען - פלאס פארשידענע סופרייזעס וואס קומען צו, שוין געווען די שטרוי וואס האט צובראכען דעם קעמל'ס רוקען, און א וואך פאר די חתונה האבן מיר - בלית ברירה -געדארפט בעטען פאר הילף.
- אוודאי נאר הלוואות, אבער מ'דארף דאך זיין רעאליסטיש, און מ'קען נישט בארגען אויב מ'וועט נישט קענען באצאלן, האבן מיר געדארפט אנקומען צו מתנות פון מענטשען, און ב"ה מ'האט מיר געהאלפן עטליכע טעג פאר די חתונה - אז איך זאל קענען אלעס באצאלן.
אבער ווען מ'איז בשעה טובה געגאנגען צום חופה, איז דאס נישט געווען יענע גוטע חלום, וואס מ'האט געוואלט שפירן ווען מ'גייט צו א קינד'ס חתונה.
נו וואס וואלט איך ווען אנדערש געטון, און אזוי פאר אנדערע גע'עצה'ט?
דאס ערשטע זאך דארף מען זיין זייער קלאר, וואס א בודזשעט פון א חתונה קאסט אפ. יא! היינט חתונה צו מאכן קאסט מער ווייניגער א פופציג טויזענט! שלונגט עס אראפ.. נעמט דאס גוט אין באטראכט און רעכנט אייך דערויף אויס באצייטנס.
צווייטענס נאך פאר מ'ענדיגט דעם שידוך, זאל מען שוין רעדען וועגן די געלט קאסטן, דאס וואלט פארשפארט גענוג עגמת נפש, וואס שפעטער איז דאס שווער צו זאגען. און אפשר נעמט אפילו א חבר פון ביידע זייטען, אז יענער זאל זיין דער געלט פארמיטלער.
(מיר האבן געהאט געפרעגט דעם שדכן, אז אזויווי דאס איז ביי אונז דאס ערשטע שידוך שלוסען, איז ווען רעדט מען אפ געלט זאכן? האט ער אונז געזאגט, אז בשעת דער בחור און מיידעל טרעפען זיך, דאן וועסטו מיט דיין צוקונפטיגער מחותן רעדען וועגן געלט זאכן. אבער עס האט זיך נישט אזוי אויסגעארבעט, און שפעטער איז שוין נישט אויסגעקומען דאס קלאר אדורך צו שמוסען)
- זאגט אייער מחותן דעם אמת - וועגן אייער געלט מצב, און אז איר ווילט זיין איידל, קענט איר זאגן, אז איר ווילט גיין מיט א בודזשעט צום חתונה נאכט, און איר גייט פאר א מאלל פעקעדזש. אבער ביי די מאלל איז אויך דא זאכן וואס מ'דארף וויסן – וואס יא און וואס נישט.
- דערפאר זאגט, אז יעדע זאך וואס מ'באצאלט האלב און האלב, דארף זיין אדורכגעשמועסט פארן קויפן.
איר קענט זיין מער דיפלאמאטיש און זאגן, אז וויבאלד די כלה איז דער וואס קויפט די הויז זאכן, איז נישט בעטעמ'ט צו פרעגן יעדע זאך, דערפאר, אלע הויז זאכען - ווי געשיר און לינען וכדומה - קויפט און "באצאלט" די צד הכלה, און אלע אפלייענסעס פורניטשער, מזוזות, איבערפיקסען, קויפט און "באצאלט" די צד החתן, ווייל אזוי האט איר די ברירה, צו זוכן אפעלייענעסעס פאר די בעסטע פרייז, זוכען א ביליגע בעל מלאכה, א.ד.ג
- איהר קענט באצאלען פאר די דיינעט סעט, און דאן וועט די צד הכלה אויך דארפן מחליט זיין וויפיל מ'וועט ספענדען, ווייל זיי וועלן דאס אליין דארפן באצאלן.
ס'זענען שוין היינט דא חסידישע הויפן, וואס האבן זייערע אייגענע פראקטישע תקנות, איר קענט זיך אויך אויסנעמען אז איהר ווילט גיין נאר מיט יענע תקנות.
אויך קען מען מאכן א בודזשעט. ווי למשל, איר געבט כך וכך געלט, וואס געווענליך איז עס האלב וואס מענטשען באצאלען פאר הויז זאכען, און זיי קענען דאס ניצען וויאזוי זיי ווילען.
קויפט אייך א שיינעם שטריימעל וכו' ווען אייער בחור איז נאך 16-17 יאר, און ניצט דאס נאר אויף ספעציעלע צייטן און איהר וועט האבן א שיינעם שטריימעל אויף אייער קינדס חתונה, און זיך נישט דארפן איבערשטרענגען דאן.
קויפט איין - פאר זיך אדער די משפחה - ווען ס'איז דא סעיל'ס, כאטש ס'איז נאך דא היבש צייט ביזן חתונה.
קויפט דעם חתן'ס שטריימעל - כאטש די רעגען שטריימעל - ביי די סעיל צייט.
האפענטליך! אז דערמיט וועט איר זיך פארשפארען עטליכע זאכן, א סופרייז ביל, ווי אויך די סופרייז וויפיל ס'קאסט באמת. און אזוי ארום וועט מען קענען פריער פארלאנגן הילף, און קענען גיין היבש רואיגער צום חתונה נאכט.

מענטשען גלייבען נישט וואס א חתונה קאסט היינט, און ווילען זען די דעטאלען, דערפאר געב איך דא אראפ די ביילייפיגע דעטאלען, כאטש ס'נישט אראפגעשריבען ממש יעדע פעני, און ס'קען קאסטען אפילו מער.

מתנות פאר די כלה
· ברעיסלעט 2100
· זייגער 2000
· דיימאנט רינגעל 2500
· קידושין רינגעל 60
· אויער-רינגלעך 2000
· פערל קייטעל 900
· אנדערע מתנות: מחזורים סידור תהילים שירצל צאנה וראנה א.ד.ג. 1200
· בלימען שבת כלה, תנאים, שבועות, שבת באווארפען 755
· מחותנת'סטע קעיק 75
· שדכנות געלט 1000
· קליידונג פארן חתן 2500
· שטריימעל 3500
· קליידונג פאר די משפחה 2500
· שפעזען ביים זיך אויפהאלטן אין די פרעמד, פארן צום שידוך, צום תנאים, צום איינקויפען, צו די חתונה, און זיך אויפהאלטן אין די פרעמד - א וואך, בערך 3000
· חתונה נאכט, די זאל, אלעס אריינגערעכענט 6500 איין זייט
· טיפס מיט צדקה 500
· רענט פאראויס, איין זייט 2125
· איינרישען די דירה מיט אלע צוגעהערן, הויז זאכן, אפלייענסעס, איבערפיקסען דירה, א.ד.ג. איין זייט 9000
· פורנידטשער איין זייט 6900
· שבת באווארפען, פעקלעך, עסען פאר געסט, קידוש 1100
· איין זייט שבע ברכות'ן 1300
· ר"ת תפילין 1500
· חתן שיעורים פריוואט און פאבליק 1250
· אינוועטעישענס, לעבעלס, און מעילינג 750

53,615.00

פרוטה ופרוטה מצטרפות, איז עס אנגעקומען צו בערך 55,000

* * *

[הערת המעתיק – מנשה לוסטיג, ווען וועט מען שוין אויפהערן קויפן א ש''ס? איר האט אפאר ברירות, אדער קויפט נאר מסכת ברכות, און ווען אייער זיידענער איידים ענדיגט ברכות, באקומט ער שבת..
אדער, אויב פלאנט ער צו זיין א טישלער, באקומט ער א זעיג, א פייערלעשער באקומט ער לייטער, א כולל יונגערמאן – א באטל קאווע. א.ד.ג.
א געלעכטער אין א זייט, דער ש''ס איז אויסגעווארפן שמות.]
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

דאנציגער האט געשריבן:איך בין געבעטן געווארן דורך א ידיד, וואס האט חתונה געמאכט א קינד, אז כ'זאל עהם איבערשרייבן זיינע עקספיריענס דערפון, און עס מיט'טיילן מיטן היימישן ציבור, פאר די וואס קענען נוצן הילף דורך אפאר גוטע עצות, פון זיין אייגענע ניסיון.

[/b]

ייש"כ גדול פאר די ריפארט!
לגבי די ש"ס קוק וואס די שרייבסטו פארדעם שטריימעל 3500 וואס פעלט דאס אויס? קויף א ביליגע
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

קאץ און מויז האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:
מתנות פאר די כלה
· ברעיסלעט 2100
· זייגער 2000
· דיימאנט רינגעל 2500
· קידושין רינגעל 60
· אויער-רינגלעך 2000
· פערל קייטעל 900
· אנדערע מתנות: מחזורים סידור תהילים שירצל צאנה וראנה א.ד.ג. 1200
· בלימען שבת כלה, תנאים, שבועות, שבת באווארפען 755
· מחותנת'סטע קעיק 75
· שדכנות געלט 1000
· קליידונג פארן חתן 2500
· שטריימעל 3500
· קליידונג פאר די משפחה 2500
· שפעזען ביים זיך אויפהאלטן אין די פרעמד, פארן צום שידוך, צום תנאים, צום איינקויפען, צו די חתונה, און זיך אויפהאלטן אין די פרעמד - א וואך, בערך 3000
· חתונה נאכט, די זאל, אלעס אריינגערעכענט 6500 איין זייט
· טיפס מיט צדקה 500
· רענט פאראויס, איין זייט 2125
· איינרישען די דירה מיט אלע צוגעהערן, הויז זאכן, אפלייענסעס, איבערפיקסען דירה, א.ד.ג. איין זייט 9000
· פורנידטשער איין זייט 6900
· שבת באווארפען, פעקלעך, עסען פאר געסט, קידוש 1100
· איין זייט שבע ברכות'ן 1300
· ר"ת תפילין 1500
· חתן שיעורים פריוואט און פאבליק 1250
· אינוועטעישענס, לעבעלס, און מעילינג 750

53,615.00

[/b]

ייש"כ גדול פאר די ריפארט!
לגבי די ש"ס קוק וואס די שרייבסטו פארדעם שטריימעל 3500 וואס פעלט דאס אויס? קויף א ביליגע

ווי אויך זענען פארהאן היינט אסאך אידן וואס קויפן נישט קיין ברעיסלעט אין א עכטע דיימאנד
איך מאך נישט אוועק דעם באריכט וויילווער עס האט שוין אמאל חתונה געמאכט ווייסט וואס דאס מיינט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

דאנציגער האט געשריבן:איך בין געבעטן געווארן דורך א ידיד, וואס האט חתונה געמאכט א קינד, אז כ'זאל עהם איבערשרייבן זיינע עקספיריענס דערפון, און עס מיט'טיילן מיטן היימישן ציבור, פאר די וואס קענען נוצן הילף דורך אפאר גוטע עצות, פון זיין אייגענע ניסיון.

מתנות פאר די כלה
· ברעיסלעט 2100
· זייגער 2000
· דיימאנט רינגעל 2500
· קידושין רינגעל 60
· אויער-רינגלעך 2000
· פערל קייטעל 900
· אנדערע מתנות: מחזורים סידור תהילים שירצל צאנה וראנה א.ד.ג. 1200
· בלימען שבת כלה, תנאים, שבועות, שבת באווארפען 755
· מחותנת'סטע קעיק 75
· שדכנות געלט 1000
· קליידונג פארן חתן 2500
· שטריימעל 3500
· קליידונג פאר די משפחה 2500
· שפעזען ביים זיך אויפהאלטן אין די פרעמד, פארן צום שידוך, צום תנאים, צום איינקויפען, צו די חתונה, און זיך אויפהאלטן אין די פרעמד - א וואך, בערך 3000
· חתונה נאכט, די זאל, אלעס אריינגערעכענט 6500 איין זייט
· טיפס מיט צדקה 500
· רענט פאראויס, איין זייט 2125
· איינרישען די דירה מיט אלע צוגעהערן, הויז זאכן, אפלייענסעס, איבערפיקסען דירה, א.ד.ג. איין זייט 9000
· פורנידטשער איין זייט 6900
· שבת באווארפען, פעקלעך, עסען פאר געסט, קידוש 1100
· איין זייט שבע ברכות'ן 1300
· ר"ת תפילין 1500
· חתן שיעורים פריוואט און פאבליק 1250
· אינוועטעישענס, לעבעלס, און מעילינג 750

53,615.00

פרוטה ופרוטה מצטרפות, איז עס אנגעקומען צו בערך 55,000

* * *

[/b]

זייער שיין אראפגעשריבן, אבער אן עצה זעה איך נישט דא.
איך וואלט יא פארגעשלאגן אן עצה ווי מ'קען זיך שפארן

מ'קויפט פוירניטשער ביי IKEA

די געצערטעלטע חתן כלה פון 18 יאר וואס ווייסן נאכנישט וואס א דאלער מיינט ברויכן בכלל נישט חתונה האבן מיט פוירניטשער וואס באלאנגט אין טראמפ טאוער. עס איז זייער גוט צו קויפן פאר זיי די פוירנישטער וואס יעדע פשוט'ע בירגער קען זיך באגיין מיט, ווען זיי וועלן וועלן, קענען זיי אפשפארן געלט און קויפן וואס זיי האבן ליב.

איך בין נישט דער ערשטער וואס זאגט די עצה, הונדערטער אידן ברענגען דאס אויף יערליך אבער מאיזה סיבה שהוא ווערט דאס דערשטיקט,

אנשטאט אפאר עשירים זאלן לעבן רייך אויפן ארימאן'ס חשבון ווייל ער דארף קויפן פוירניטשער ווי גראף פאטאצקי אליין זאלן די ארימעלייט קענען זיין נארמאלע מענטשן און די רייכע פורנישטער זאלן די קאפעלס קויפן אפאר יאר נאך די חתונה נאכן אפשפארן פון אפאר לוקזיריעסע וואקאציעס.

בכלל איז זייער נישט מענטשליך וואס איז איינגעפירט אז איין זייט גייט אליין מיט די משפחה/מבינים און קויפט איין זאכן וואס גייט לעסטן א לייפטיים און דער חתן אדער פארקערט די כלה איז בכלל נישט אינוואלווד, אפשר האט ער/זי עס נישט ליב? האלאוי, וואס קויפסטו? די בעסטע עצה וואלט געווען די קאפעל זאל באקומען א סכום געלט און זאלן זיי נאך זי חתונה צוזאמען גיין איינקויפן פאר די הויז וואס מ'דארף.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

וויפיל ביליגער וועט דאס זיין ביי IKEA ?
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

א פיינע מענטש האט געשריבן:וויפיל ביליגער וועט דאס זיין ביי IKEA ?

www.ikea.com

ביטע זייט אזוי איבערגעגעבן און נעמט א קאלקולעטאר און הייבט אן אויסצורעכענען,

בבחינת תן לחכם ויחכם עוד גיב איך אייך א לינק, די איבריגע וועט איר אליין טוען, ביז עס וועלן קומען די געשולטע מארקעטערס און טוען זייער באצאלטע ארבייט פון עס אוועקמאכן און אראפווישן פון טיש, כדוגמת יעדע נארמאלע טשעינזדש וואס ווערט אויפגעברענגט און ווערט געשטערט פון באצאלטע חברה צוליב אינדוסטרי אינטערעסן.

http://www.ikea.com/us/en/catalog/categ ... ing/19145/
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

איבערגעקוקט,
עטליכע נומער'ן זענען איבער געצאלט, און דערגעגן, אויך אונטער געצאלט
ווי אזוי מען זאל עס נאר אויסשטעלן, קאסט עס א פופציג אלפים אין עוורידזש
דער וועלכער האט דערמאנט פורניטשער, יאך האב חתונה געמאכט אין ווילי, און איך האב בכלל נישט געקויפט קיין פורניטשער פאר דיינונג רום [ווייל כידוע איז אזא זאך נישט פארהאן דארט פאר חו"כ לעכלעך.....], נאר פארן בעדרום, [קויפן פון אייקיע?, גראדע האב איך פראבירט עפעס צו טרעפן לייטיש דארט, און כ'האב פאר ביליג גארנישט געטראפן ספעציעל...., און אפילו יא איז עס כמדומה א צייטווייליגע סעלושאן, ווייל מיט אייקיע'ס פורניטשער, וואס וועט האלטן א צוויי דריי יאר, וועלן די קינדער בקרוב עס דארפן טוישן, און די עלטערן גייען דעמאלט צישטופן.....], פאר א שטריימל האב איך געצאלט 2500, און פאר מיר זעלבסט האב איך זיך בכלל נישט פארגונען קיין נייעם שטריימל.....
אבער א פופציג אלפים קאסט עס אזוי צו אזוי...., אדער איז עס פאר די רענט, [מען האט נישט קיין סך ברירות], אדער איז עס פאר עפעס אנדערש, בדוחק גדול קען מען אראפציפן, אפאר טויזנט, אבער באופן כללי איז עס אזוי
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א פיינע מענטש האט געשריבן:וויפיל ביליגער וועט דאס זיין ביי IKEA ?

ווענדט זיך וואס איר נעמט, צו קויפן ריכטיג ביי אייקיע דארף מען טאן די האומווארק פון בעפאר, קוקן סטיילס, קוואליטי [יא זיי האבן פארשידענע רעינדזשעס] פרייזן און סייזעס, נוצן דעם של ראש וואס עס גיט איינס מיט איינס און ווערט א שיינע דבר השלם, זיך נעמען די צייט און אראפגיין מיט גרייטע אייטעם נומערס, מען שפארט אבער א געוואלד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח מנשה פארן זיין דער שליח טוב צו ברענגען דעם וויכטיגן סך הכל וואס וועט גאנץ זיכער צוניצקומען פאר א שיינע פראצענט ליינער.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

איך האב נאך נישט חתונה געמאכט, אבער לויט ווי איך הער פון מיינע שוואגער'ס/ברודער'ס איז דאס די פרייז בערך צווישן 40 און 50 אלפים, און ס'איז נישט דא עכט ווי אראפצוציפן,
וואס די תקנות העלפען יא איז אז ס'זאל נישט אנקומען צו 80-90 אלפים, וואס לויטן חשבון די אלע וואס לאזן זיך וואויל גיין מיט א. ג. עקסטרע'ס קומט עס אן צו די נומערען.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פופציג אלפים איז מינימום שבמינימום.
איך האב נאכנישט חתונה געמאכט קען איך נישט אלע פרייזן אבער איך האב גערעדט מיט עטליכע מחותנים און א ביליגע בעל בתישע חתונה קאסט 120-140,000 א צד! און דאס רעכענט נישט קיין שום אויסטערלישע געספענדעכץ.

לאמיך נאר שרייבן אפאר נומבערס
שבת באווארפן אדער שבע ברכות 7,500
דיימאנד רינגל 8,000
פורניטשער 10,000 א צד
חתונה נאכט 15,000 א צד
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מיר האבן געזאגט מחותנים אז פאר 30 אלפים קענען אויך געפראוועט ווערן אידישע היימישע חתונות, ווענד זיך נאר וואס מען איז גרייט צו אראפציפען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

רצון טוב האט געשריבן:מיר האבן געזאגט מחותנים אז פאר 30 אלפים קענען אויך געפראוועט ווערן אידישע היימישע חתונות, ווענד זיך נאר וואס מען איז גרייט צו אראפציפען

מיר האט מען אויך געזאגט.... און ווען ס'יז געקומען למעשה האט זיך מיר אויך אזוי געדאכט, אבער א שטיק צייט נאכן חתונה מאכן, האב איך זיך צאמגערעכנט האב איך געזעהן אז ס'יז ווייט נישט אזוי.... [און פארגעס נישט, ווען מען מאכט חתונה איז פארהאן נאך פיר דיעות אין יעדע זאך, צוויי מחותנים, צוויי מחותנת'טעס און א חתן און א כלה... סאו מען קען נישט אלעס אליינס באשליסן אפילו ס'וויל זיך זייער שטארק...]
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ראספשע האט געשריבן: [און פארגעס נישט, ווען מען מאכט חתונה איז פארהאן נאך פינף דיעות אין יעדע זאך, צוויי מחותנים, צוויי מחותנת'טעס און א חתן און א כלה... סאו מען קען נישט אלעס אליינס באשליסן...]

עס איז יא דא הייזער ווי אלע שטימען צו מיטן טאטען
אפשר לוינט זיך איינמאל צו אינוועסטן אפאר אלפים אין זיך אז מען זאל קענען דעיס באווייזען, נאכדעים וועט מען זיך שפארן א צען 15 מאל דעם סכום ביי חתונה מאכן
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

דריידל האט געשריבן:פופציג אלפים איז מינימום שבמינימום.
איך האב נאכנישט חתונה געמאכט קען איך נישט אלע פרייזן אבער איך האב גערעדט מיט עטליכע מחותנים און א ביליגע בעל בתישע חתונה קאסט 120-140,000 א צד! און דאס רעכענט נישט קיין שום אויסטערלישע געספענדעכץ.

לאמיך נאר שרייבן אפאר נומבערס
שבת באווארפן אדער שבע ברכות 7,500
דיימאנד רינגל 8,000
פורניטשער 10,000 א צד
חתונה נאכט 15,000 א צד

איר רעדט גראדע קוקט אויס פון א רייכע חתונה
ווייל ווען איינער מאכט שבע ברכות אין שמח תשמח צו עולם פרענקל קאסט אים עס נישט קיין 4 אלפים (איך ווייס נישט די פינקטליכע נומער אבער ס'איז זיכער ווייניגער ווי 4 )
היינט קויפן אסאך אסאך מענטשן CZ רינגלעך וואס קאסט ארום אן אלף
פורניטשער קענט איר היינט האבן הכל בכול מכול פאר 12 אלפים
חתונה נאכט אין די היינטיגע סטענדערט זאלן (נישט אולם עקשטיין ) קאסט די חתונה נאכט ארום 15-16 אלפים אלעס אלעס אריין גערעכנט
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

רצון טוב האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן: [און פארגעס נישט, ווען מען מאכט חתונה איז פארהאן נאך פינף דיעות אין יעדע זאך, צוויי מחותנים, צוויי מחותנת'טעס און א חתן און א כלה... סאו מען קען נישט אלעס אליינס באשליסן...]

עס איז יא דא הייזער ווי אלע שטימען צו מיטן טאטען
אפשר לוינט זיך איינמאל צו אינוועסטן אפאר אלפים אין זיך אז מען זאל קענען דעיס באווייזען, נאכדעים וועט מען זיך שפארן א צען 15 מאל דעם סכום ביי חתונה מאכן

יא יא, שענער גערעדט ווי געטוען.... [און דער מחותן דארף טאקע אויך אזוי חלומ'ען...]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אפילו פאר די קהילות וואס פאלגן נאך תקנות, (דזשולערי - שטריימל - זאל) קאסט אויך א 45K.

פארניטשער וואלט איך נאכאלס געקויפט ביי די קאנאדער פירמע ווי איך האב מיין דיינינג רום סעט. די בענקלעך האלטן זיך נישט ביים צוברעכן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

קויף יעדע יאר נייע בענקלעך, וועסט אנקומען ביליגער...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מה פתאום??? האט געשריבן:קויף יעדע יאר נייע בענקלעך, וועסט אנקומען ביליגער...

זיץ אויף מילך קעסטלעך, וועט זיין נאך ביליגער....
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ראספשע האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:קויף יעדע יאר נייע בענקלעך, וועסט אנקומען ביליגער...

זיץ אויף מילך קעסטלעך, וועט זיין נאך ביליגער....

האסטו מיר געגיבן שטאף פאר אן ארטיקל... פרטים יבואו.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דריידל האט געשריבן:פופציג אלפים איז מינימום שבמינימום.
איך האב נאכנישט חתונה געמאכט קען איך נישט אלע פרייזן אבער איך האב גערעדט מיט עטליכע מחותנים און א ביליגע בעל בתישע חתונה קאסט 120-140,000 א צד! און דאס רעכענט נישט קיין שום אויסטערלישע געספענדעכץ.

לאמיך נאר שרייבן אפאר נומבערס
שבת באווארפן אדער שבע ברכות 7,500
דיימאנד רינגל 8,000
פורניטשער 10,000 א צד
חתונה נאכט 15,000 א צד

ר׳ איד איר האט א שטיקל טעות, איר רעד פון א רייכע חתונה.

30 אלפים פאר א חתונה נאכט איז א הון רב וואס גאר ווייניג מענטשן צאלן.
8 אלפים פאר א רינגל איז אויך עפעס וואס נאר רייכע אידן צאלן, ווען א בעל הבית׳שע איד וויל זיך ערלויבן וועט ער צאלן 4-5 טויזענט, נישט קיין 8, ווער רעד נאך פון איינער שרייבט אפ יעדען דאלער און זיכער צו ספענדן ווי ווייניגער.
א שבת באווארפן פאר 7,500 איז פאריקט, חוץ אויב מען ליידענט איין אלע חברים פון די חתן און יעדער באקומט א גאנצע קעלבל ביי די פלייש, מען מוז נישט גיין אין שמח אדער אולם פרענקל, די מארקיז אדער קראסנע הייסט זייער שיין און עס קאסט נישט די פרייז.
לעצט פארראכטן דורך אויסגערעכנט אום מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך האב נאך נישט חתונה געמאכט, אבער לויט ווי איך הער פון מיינע שוואגער'ס/ברודער'ס איז דאס די פרייז בערך צווישן 40 און 50 אלפים, און ס'איז נישט דא עכט ווי אראפצוציפן,
וואס די תקנות העלפען יא איז אז ס'זאל נישט אנקומען צו 80-90 אלפים, וואס לויטן חשבון די אלע וואס לאזן זיך וואויל גיין מיט א. ג. עקסטרע'ס קומט עס אן צו די נומערען.

ריכטיג, די תקנות האט געהאלפען אזויפיל אז סגייט נישט ארויס פון קאנטראל (אויכט עפעס)

די איינציגסטע וואס האט געהאט א חתונה און סהאט גארנישט געקאסט איז געוועהן אדם הראשון פארן חטא, און פון דעלמאס אהן קאסט חתונה מאכען געלט.

מזינגט מוצאי שבת די איש חסיד היה אלץ א סגולה צו חתונה מאכען גרינג

און בנוגע קויפען אין ikea מקען מען סעיווען גרויס געלט אבער מדארף וויסען וויאזוי צו קויפען דארט
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דריידל האט געשריבן:פופציג אלפים איז מינימום שבמינימום.
איך האב נאכנישט חתונה געמאכט קען איך נישט אלע פרייזן אבער איך האב גערעדט מיט עטליכע מחותנים און א ביליגע בעל בתישע חתונה קאסט 120-140,000 א צד! און דאס רעכענט נישט קיין שום אויסטערלישע געספענדעכץ.

לאמיך נאר שרייבן אפאר נומבערס
שבת באווארפן אדער שבע ברכות 7,500
דיימאנד רינגל 8,000
פורניטשער 10,000 א צד
חתונה נאכט 15,000 א צד

איינער וואס מאכט אזוי חתונה, און ער קרעכצט נאכדעם אויף געלט, דארף מען עם עמערדזשענסי אריינפירן אין ......
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' יום טוב האט געשריבן:פארניטשער וואלט איך נאכאלס געקויפט ביי די קאנאדער פירמע ווי איך האב מיין דיינינג רום סעט. די בענקלעך האלטן זיך נישט ביים צוברעכן.

גראדע מיינע צוגעקויפטע אייקיע פוירניטשער זענען בעסער און שטערקער ווי די אימפאטירטע דיינונג רום און בעדרום סעט פון שטאפיר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ראספשע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פופציג אלפים איז מינימום שבמינימום.
איך האב נאכנישט חתונה געמאכט קען איך נישט אלע פרייזן אבער איך האב גערעדט מיט עטליכע מחותנים און א ביליגע בעל בתישע חתונה קאסט 120-140,000 א צד! און דאס רעכענט נישט קיין שום אויסטערלישע געספענדעכץ.

לאמיך נאר שרייבן אפאר נומבערס
שבת באווארפן אדער שבע ברכות 7,500
דיימאנד רינגל 8,000
פורניטשער 10,000 א צד
חתונה נאכט 15,000 א צד

איינער וואס מאכט אזוי חתונה, און ער קרעכצט נאכדעם אויף געלט, דארף מען עם עמערדזשענסי אריינפירן אין ......

פארהאן אסאך אזעלכע, איר זאגט דאך אליין אז די אנדערע דיעות זענען די וואס מאכן אפ וויפיל צו אויסגעבן, אים לאזט מען נאר איבער צו דעקן די בילס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”