איז א פראבלעם צו פארן מיט טוירקיש-עירליינס

פליגער רייזעס און לופטפעלדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך בין געפארן מיט זיי א קארגע חודש צוריק און יעך האב זייער הנאה געהאט!
גראדע די עירקאנדישן אויפן ערעפלאן וואלט געמעגט זיין העכער, און אין די עירפארט איז שרעקליך הייס געווען!
אין איסטאמבול האב איך באגעגנט אסאך שפיזיגע בליקן (אן די שמאטעס אויפן קאפ) ס'איז געווען אביסעל שרעקעדיג.. אבער זייער סערוויס אויפן פלעין, און די באקוועמע זיצן זענען א מחי'
סוף מעשה במחשבה תחילה.
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

איך וועל פראבירען דא אויסציקלארען די מצב. 90 מינוט איז זייער א קורצע סטאפ על פי רוב אפילו אויב די ערשטע פליגער פין דיין נסיעה פארט ארויס ביז א שעה שפעט גייסטו מאכן די קענעקטינג פלייט וועגן די ערליינס געבען געווענדלעך אביסל לענגער ווי די וועג דארף נעמען. א פליגער פין JFK צי מיאמי זאגן זיי 3 שעה אין על פי רוב איז עס בערך צוויי א האלב שעה ממילה אויב פארט דיין ערשטע פליגער ביז א שעה שפעט גייסטו עס מאכן.
2. אויב איך מאך נישט קיין טעות לוינט זיך נישט פאר קיין ערליין ארויסציפארן איין מינוט שפעט עס קאסט זיך ביטער טייער יעדע פארשלעפטע מינוט (א חוץ על אל וואס איז באוויסט א חוץ זייער שלעכטע סערוויס צי אייביג זיין ביטער שפעט)
3. סאיז נישט קיין כלל אבער זייט דעם עלעפטן פין סעפטעמבער מעגן די ערליינס טוהן וואס זיך ווילען אינטער די נאמען פין סיקיורעטי אבער געווענדלעך אויב סאיז איין טיקעט ווילן זיי ווארטען אין ספעשיל אויב סאיז א גרעסערע עולם וואס דארף כאפען די קענעקטינג פלייט
4. אויב איך האסט נישט קיין טעות האט טערקיש ערליין 6 אדער 7 פליגערס א טאג פין איסטנבול קיין ישראל בערך יעדע איינס א האלב צי צוויי שעה אפילו די פארשפעטיגסט דיין קענעקטינג פלייט וועלן זיי דיר ארויפלייגען אויף די נעקסטע אויב סאיז דא פלאץ
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

אויך געהערט זייער גוטע גריסן אויף טורקיש פון עטליכע וואס זענען געפארן דעם יום טוב סעזאן מיט זיי, גאר באקוועם און גוטע פרייזן, מיין באקאנטער האט מיר דערציילט אז זייער פליגער פון TLV איז ארויסגעפארן גוט שפעט אבער דער קאנעקטינג פלייט האט געווארט אויף זיי, לכאורה וויבאלד א חלק ניכר פונעם ערשטן פליגער האבן אויך באדארפט צו זיין אויפן צווייטן
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

דגל יהודה האט געשריבן:איך וועל פראבירען דא אויסציקלארען די מצב. 90 מינוט איז זייער א קורצע סטאפ על פי רוב אפילו אויב די ערשטע פליגער פין דיין נסיעה פארט ארויס ביז א שעה שפעט גייסטו מאכן די קענעקטינג פלייט וועגן די ערליינס געבען געווענדלעך אביסל לענגער ווי די וועג דארף נעמען. א פליגער פין JFK צי מיאמי זאגן זיי 3 שעה אין על פי רוב איז עס בערך צוויי א האלב שעה ממילה אויב פארט דיין ערשטע פליגער ביז א שעה שפעט גייסטו עס מאכן.
2. אויב איך מאך נישט קיין טעות לוינט זיך נישט פאר קיין ערליין ארויסציפארן איין מינוט שפעט עס קאסט זיך ביטער טייער יעדע פארשלעפטע מינוט (א חוץ על אל וואס איז באוויסט א חוץ זייער שלעכטע סערוויס צי אייביג זיין ביטער שפעט)
3. סאיז נישט קיין כלל אבער זייט דעם עלעפטן פין סעפטעמבער מעגן די ערליינס טוהן וואס זיך ווילען אינטער די נאמען פין סיקיורעטי אבער געווענדלעך אויב סאיז איין טיקעט ווילן זיי ווארטען אין ספעשיל אויב סאיז א גרעסערע עולם וואס דארף כאפען די קענעקטינג פלייט
4. אויב איך האסט נישט קיין טעות האט טערקיש ערליין 6 אדער 7 פליגערס א טאג פין איסטנבול קיין ישראל בערך יעדע איינס א האלב צי צוויי שעה אפילו די פארשפעטיגסט דיין קענעקטינג פלייט וועלן זיי דיר ארויפלייגען אויף די נעקסטע אויב סאיז דא פלאץ

1. עס איז ריכטיג אז די עירליינס גיבן אביסל מער צייט, אבער עס מאכט זיך אויך אז דער פליגער קען נישט תיכף לאנדן מחמת טרעפיק וכדו', און ווען מ'רעכנט צו די דילעיס ביים געיט און ווארטן זיך צו הייבן (כדלהלן אות 2) איז עס א ריסק.

2.עס איז נישט נוגע וואס עס קאסט, דער מציאות איז אז אין JFK טערמינעל וואן איז כמעט אלעמאל דא דילעיס אינמיטן די וואך. דאס קומט וויבאלד יעדע מינוט ביי יעדע געיט איז געבוקט ממילא אויב א פליגער פארשלעפט זיך א מינוט וועלן אלע פליגער דערנאך ווערן פארשלעפט מיט א מינוט א.א.וו. ביז סוף וואך ווען עס איז אביסל ליידיגער, כאפן זיי זיך צוריק. איך בין אמאל געפארן זונטאג מיט א האלבע שעה דילעי, מיין חבר איז געפארן מיטוואך פון די זעלבע געיט מיט א 40 מינוט דילעי, און מיין ברודער איז געפארן דאנערשטאג מיט א שעה דילעי...
די אנדערע טערמינעלס, בעיקר די וואס די געיטס 'באלאנגען' פאר ספעציפישע עירליינס, זענען געווענליך יא מער פונקטליך, אבער איך האב שוין געווארט אויפ'ן טארמעק 45 מינוט צו קענען ארויספליען.

3.ווען איך בין געפארן מיט טורקיש האט מיין קאנעקטינג טאקע געווארט אויף אונז, אבער דער קעפטעין פון די ערשטע פלייט (וואס האט אונז שוין געזאגט אינמיטן וועג אז זיי ווארטן) האט געזאגט אז זיי ווארטן נאר ווען א גרויסער עולם פון יענע פלייט דארף גיין אויף דעם קאנעקטינג פלייט. און איך האב טאקע שוין מיטגעהאלטן איינער וואס איז געווען סטאק - מיט נאך א שיינע צאל פאסאדזשירן - אין אטא-טורק עירפארט 11 שעה וויבאלד די קאנעקטינג פלייט האט נישט געווארט און אלע אנדערע זענען געווען פול.

4.עס איז ריכטיג אז זיי האבן יעדע אנדערטהאלבן שעה-צוויי א פלייט קיין א"י, אבער אסאך מאל איז עס איבערגעפילט (וכנ"ל פון יענער וואס האט געווארט 11 שעה).
אויך איז אינטערעסאנט אז כאטש בדרך כלל נוצן זיי אביסל קלענערע פליגערס אויף די קורצע פלייט צווישן טערקיי און א"י, מאכט זיך אבער אויך אז זיי נוצן א גרעסערע פליגער, און דאס ווערט נישט אנגעפילט אזוי שנעל ווי די אנדערע און זיי פילן עס אן מיט מענטשן וואס האבן פארפאסט זייער קאנעקטינג פלייט (בדידי הוה עובדא). (מעגליך אז זיי טוען עס טאקע צו קענען דינען אלס 'מאסף לכל המחנות.)
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

טשאקלעט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האבן זיי כשר'ע מאלצייטן?

יא, שטייצעך נישט ראוי לאכילה

דהיינו שוין 5 טעג אלט? פון ניו יארק איז נישטא די היימישע הכשרים?
און פון TLV איז נישטא פרישע?
ביטע מרחיב הכתיבה זיין, איך ברויך פעניען דארט 4 שעה בחצות הלילה
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

FREEDOM האט געשריבן:

נקוט כלל זה בידך!

ווען דו פארסט אויף א רייזע מיט א פליגער זאלסט דיר אלעמאל מיטנעמען דיין אייגענע כשר'ע עסן, זאלסט דיך קיינמאל נישט פארלאזן אויף די עירליינ'ס Kosher Meals.
---
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

נארוואס געפארן מיט טורקיש, אויפן וועג פון ניו יארק איז געווען די רעגולאר ווייס קעיטערינג עסן, מיט נירבארטור הכשר דאכט זיך מיר, אדער אפשר וואלאווע, נישט זיכער, צוריק ביכל נישט געקומען מיט זיי, סא ווייסעך נישט
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

בשבילי נברא האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האבן זיי כשר'ע מאלצייטן?

יא, שטייצעך נישט ראוי לאכילה

דהיינו שוין 5 טעג אלט? פון ניו יארק איז נישטא די היימישע הכשרים?
און פון TLV איז נישטא פרישע?
ביטע מרחיב הכתיבה זיין, איך ברויך פעניען דארט 4 שעה בחצות הלילה

נקוט כלל זה בידך!

ווען דו פארסט אויף א רייזע מיט א פליגער זאלסט דיר אלעמאל מיטנעמען דיין אייגענע כשר'ע עסן, זאלסט דיך קיינמאל נישט פארלאזן אויף די עירליינ'ס Kosher Meals.

געבענטש זאלט איר זיין
BTW ווי איך ווייס די CANCEL פאליסי פון פרייסליין איז די לייכסטע,
אז מ'קויפט פרייטאג פרי קען מען קענסלען ביז מוצעשאבעס ??
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

FREEDOM האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האבן זיי כשר'ע מאלצייטן?

יא, שטייצעך נישט ראוי לאכילה

דהיינו שוין 5 טעג אלט? פון ניו יארק איז נישטא די היימישע הכשרים?
און פון TLV איז נישטא פרישע?
ביטע מרחיב הכתיבה זיין, איך ברויך פעניען דארט 4 שעה בחצות הלילה

נקוט כלל זה בידך!

ווען דו פארסט אויף א רייזע מיט א פליגער זאלסט דיר אלעמאל מיטנעמען דיין אייגענע כשר'ע עסן, זאלסט דיך קיינמאל נישט פארלאזן אויף די עירליינ'ס Kosher Meals.

געבענטש זאלט איר זיין
BTW ווי איך ווייס די CANCEL פאליסי פון פרייסליין איז די לייכסטע,
אז מ'קויפט פרייטאג פרי קען מען קענסלען ביז מוצעשאבעס ??

נישט נאר ביז מוצ"ש נאר קענסט צוריקציען ביז מאנטאג נאכט 11:59 ביינאכט.

(איך נעם אבער נישט קיין אחריות...)
---
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

צילוב די נייעס ארום ירושלים, זע דא: viewtopic.php?f=6&t=35663
טערקיי פרעזידענט איז זייער ווילד דערווגן, ער העצט די בירגער אין טערקיי, ער העצט בככליות די מוסלמענער, ולכן יש למנוע צו פארען מיט ״טערקיש עירליינס״ ביז די לופט קלארט זיך נישט אויס.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

BINGO
שרייב תגובה

צוריק צו “פלי רייזעס”