וויפיל דארף מען באצאלן פארן מוהל?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג מאי 09, 2017 10:05 am

זינגער האט געשריבן:איך האב לעצטענס געצאלט $300

מזל טוב אסאך נחת געזונטערייט

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג מאי 09, 2017 11:04 am

משה שמואל האט געשריבן:ווער עס האט א פראבלעם מיט געלט קען נעמען א מוהל וואס צאלט צו מען זאל אים נעמען, פארהאן א גרויסע פארלאנג דערויף

נאכנישט געטראפן די מוהל וואס צאלט נישט צו...
יעדע מוהל זיכט צו האבן ווי מער נעמען אין זייער מוהל בוך, עס איז זיי א גרויסע זכיה.

ווער געדענקט א תקופה אין ווילימסבורג ווען מוהלים פלעגן זיין ממש תובעים בפה... איך מיין לעצטענס האט זיך עס שוין אפגעשטעלט.

מענין לענין ווייסט איינער צו די קינדער פון הרב ישראל דוד וויינבערגער ז''ל גיבן ארויס די נומבער ברית'ן? איך האב אמאל גערעדט מיט עם וועגען זיין מוהל בוך זיין פנים האט געשטראלט...
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג מאי 09, 2017 11:38 am

Yoely האט געשריבן:אין די בלאט איז געווען א אינטערוויו מיט א מוהל.

וועגן באצאלן פאר א מוהל זאגט ער אז אונטער $350 קען זיכער הייסן אונטערגעצאלט. און אונטער $200 איז שוין ממש בגדר ליצנות.

(ער זאגט אז ביי די מער מאדערענע פארשטייען אז אונטער $1000 איז א וויץ פאר אזא ארבעט)

דעם מוהל וואלט איך נישט גענומען פאר 2 סיבות, 1 ער זאגט ליגענט ברבים, 2 ער אפרישיעט נישט מיין 200 דאללערדיגע טיפ אלס מתן שכרה פארן באקומען אזא כבוד צו קענען ברענגן א אידיש קינד בבריתו של א''א, ועל כולם איז ער א מייקר השער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג מאי 09, 2017 11:47 am

Amazing האט געשריבן:
משה שמואל האט געשריבן:
ווער געדענקט א תקופה אין ווילימסבורג ווען מוהלים פלעגן זיין ממש תובעים בפה... איך מיין לעצטענס האט זיך עס שוין אפגעשטעלט.

אפשר אין וומסב"ג האט זיך עס אפגעשטעלט ווייל אין ב"פ נישט.

פאר דריי יאר צוריק פאר די ברית פון איינע פון זין זענען צוגעקומען א שיינע פאר אינגעלייטלעך "דארפסט מיר נישט נעמען, זאלסט אבער וויסן אז איך בין גאר א געלאנגענע מוהל..."

אין היות די ברית איז גיווען א נדחה האב איך געהאט היבש אפאר הצעות...

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג מאי 09, 2017 12:18 pm

מצלמה האט געשריבן:אין די מאדערנע וועלט (מאדערן ארטאדאקס) צאלט מען $2000 פאר א מוהל - (ויותר)

דער מוהל האלט א דרשה פאר׳ן ברית, און מאכט אן אינטראדאקשן איבער מצות מילה. ער איז מכבד מיט כיבודים מיט א ספעצילע ניגונים, און מאכט די מי שברך ועוד.

דיסקלעימער: זיי מאכן נישט מציצה בפה.
א שטייגער ווי
Emohel.com

קאסט א שמייכל...
דאס איז וואס ער פארלאנגט מען זאל צוגרייטן, וואס יעדער מוהל ביינונז שטעלט צו בחינם!
Supplies:

Kosher sweet grape wine (Concord Grape or Extra Heavy Malaga; no Blackberry or Cherry, please.) Or, if you don't use wine, kosher grape juice is fine
Kiddush cup or wine glass
6 disposable diapers
3 burp cloths (diaper sized; not washcloth sized) OR 3 receiving blankets
Ointment: 2-1 oz. tubes of Bacitracin (any kind) or 2-1 oz. tubes of Neosporin/Triple Antibiotic ointment or 1-4 oz. tube of A&D or Vaseline (tube or jar). (You don't have to buy all four.)
1 box of 3"x 3" sterile gauze pads
2 pillows - standard size
2 standard size pillowcases (any color; no satin, please)
Yarmulkas (kipot) for the participants; yarmulka (kipah) for the baby (optional)
If the bris is taking place in a synagogue, country club or restaurant, a cocktail table, two chairs and a wastebasket are needed for the bris set up. Or, if the bris is taking place in the home, a bridge table will do (along with two chairs and a wastebasket). I can also set up my things on one of the corners of the dining room table or when I arrive, we'll figure out the best place to set up.

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג מאי 09, 2017 12:18 pm

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג מאי 09, 2017 3:06 pm

איך דארף נעמען דער מוהל פון מיין בית המדרש'ל וואס איז א תובע בפה ממש און אויב מען נעמט עהם נישט שפילט ער ברוגז און ער איז מסביר אז איינער נעמט א שוואגער אדער א ברידער דאס מערסטע א פעטער פארשטייט ער אבער ווייטער פון דעם ווערט ער באליידיגט און אזוי ווי ער איז נאך דער מרא דאתרא'ס זון וויל קיינער נישט זיין אויף זיין שלעכטע זייט.

וויפיל דארף מען עהם געבען?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג מאי 09, 2017 4:14 pm

2 טאבלעטן יעדע פאר טאג.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג מאי 09, 2017 4:22 pm

לדעתי האט געשריבן:2 טאבלעטן יעדע פאר טאג.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז יענער קען קענסטו אויך

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג מאי 09, 2017 5:11 pm

חוקר האט געשריבן:איך דארף נעמען דער מוהל פון מיין בית המדרש'ל וואס איז א תובע בפה ממש און אויב מען נעמט עהם נישט שפילט ער ברוגז און ער איז מסביר אז איינער נעמט א שוואגער אדער א ברידער דאס מערסטע א פעטער פארשטייט ער אבער ווייטער פון דעם ווערט ער באליידיגט און אזוי ווי ער איז נאך דער מרא דאתרא'ס זון וויל קיינער נישט זיין אויף זיין שלעכטע זייט.

וויפיל דארף מען עהם געבען?

גיב אים די עור הערלה, און זאג דעם פסוק אויף עם דריי מאל: הכהן המקריב עולת איש עור העולה אשר הקריב לכהן לו יהיה

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מיטוואך מאי 10, 2017 10:20 am

זבחי צדק האט געשריבן:

;l;p- :lol: ;l;p-

דרך אגב איז ער א גוטע מוהל
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

מה יקר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:06 pm

תגובהדורך מה יקר » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 6:58 pm

Yoely האט געשריבן:אין די בלאט איז געווען א אינטערוויו מיט א מוהל.

וועגן באצאלן פאר א מוהל זאגט ער אז אונטער $350 קען זיכער הייסן אונטערגעצאלט. און אונטער $200 איז שוין ממש בגדר ליצנות.

(ער זאגט אז ביי די מער מאדערענע פארשטייען אז אונטער $1000 איז א וויץ פאר אזא ארבעט)

די וואך אין 'דער איד' איז דא אן אינטערוויא מיט מוהלים, שטייט דארט בערך די זעלבע, אז אונטער $300 איז אונטערגעצאלט, און אונטער $200 איז שוין ממש בגדר ליצנות.
אויך וועגן די מער מאדערענע שרייבט ער דאס זעלבע, אז זיי צאלן פון $1000 און ארויף.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 7:10 pm

מען רעדט פון מוהלת וואס די מוהלים זיכען עס, און די קאמפיטישען איז גרויס, פאר א כולל יונגערמאן איז גענוג אז ער צאלט פופציגג טאלער, א בעה"ב וואס מאכט שיין פרנסה פאסט ער זאל צאלן כאטש א הונדערטער.

זיכער קען מען צאלן מער, אבער הונדערט איז אויך שיין באצאלט
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 10:32 pm

דער אינטערוויו זאגט טאקע אז ס'איז בכלל נישט דא קיין מאנגל אין מוהלים, אבער אין מוהלים מומחים וואָס דאָס איז זייער גאנצע אינקאם איז דא ווייניג און ער רעדט טאקע פון די וואס נעמען די מומחים אז זיי דארפן זעהן צו באצאלן.

די מוהלים וואס די רעדסט אז זיי זוכען עס, פאר די דאזיגע איז א קליינע טיפ טאקע גענוג, ס'דא אפי' מוהלים וואס צאלן נאך צו אבי מ'זאל זיי נעמען! נישט פון די סארט רעדט דער אינטערוויו.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3300
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 10:34 pm

יונה האט געשריבן:דער אינטערוויו זאגט טאקע אז ס'איז בכלל נישט דא קיין מאנגל אין מוהלים, אבער אין מוהלים מומחים וואָס דאָס איז זייער גאנצע אינקאם איז דא ווייניג און ער רעדט טאקע פון די וואס נעמען די מומחים אז זיי דארפן זעהן צו באצאלן.

די מוהלים וואס די רעדסט אז זיי זוכען עס, פאר די דאזיגע איז א קליינע טיפ טאקע גענוג, ס'דא אפי' מוהלים וואס צאלן נאך צו אבי מ'זאל זיי נעמען! נישט פון די סארט רעדט דער אינטערוויו.

קומענדע אשכול: וויפיל געלט צו נעמען פון א מוהל וואס בעהט דעם דזשאב...
בוי זיך זעלבסט

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 10:45 pm

Amazing האט געשריבן:
משה שמואל האט געשריבן:ווער עס האט א פראבלעם מיט געלט קען נעמען א מוהל וואס צאלט צו מען זאל אים נעמען, פארהאן א גרויסע פארלאנג דערויף

נאכנישט געטראפן די מוהל וואס צאלט נישט צו...
יעדע מוהל זיכט צו האבן ווי מער נעמען אין זייער מוהל בוך, עס איז זיי א גרויסע זכיה.

ווער געדענקט א תקופה אין ווילימסבורג ווען מוהלים פלעגן זיין ממש תובעים בפה... איך מיין לעצטענס האט זיך עס שוין אפגעשטעלט.

מענין לענין ווייסט איינער צו די קינדער פון הרב ישראל דוד וויינבערגער ז''ל גיבן ארויס די נומבער ברית'ן? איך האב אמאל גערעדט מיט עם וועגען זיין מוהל בוך זיין פנים האט געשטראלט...

אמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי א איד פרעגט אים, "מ'זאגט איר האט שוין דורכגעפירט איבער 10,000 ברית'ן, איז דאס אמת?", ער האט געשמייכלט און נישט געוואלט ענטפערן.

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 10:46 pm

הא הא

א פרייס קען מען נישט בעטן נאר האפן אויף די בעסט.. דיר אינטערוויו טוט אויך נישט פאדערן קיין סכום, עס וויל נאר מאכן א אויפוואכונג ביים ציבור אז די מוהלים דארפן לעבן פון די געלט זאל מען דאס נעמען אין קאנסידיראציע.

ער רעדט זיך אפ אז אויף די וואכנאכט ספענדן מענטשן גאר אסאך (טאקע נישט יעדער אבער א גרויסע עולם)און פארן מוהל שטיפט מען אריין א נישטיגע סכום.

נו וואס פארשטייט ער נישט, די וואכנאכט איז ברבים פרובירט מען זיך אהערצושטעלן, דער טיפ פארן מוהל דאקעגן איז פריוואט אין האנט אריין, אויפדעם איז לכאורה די עצה צו צולייגן ביים מי שברך נאכן ברית וואס דער מוהל זאגט סייווי א בעבור שנתן... העלן מענטשן גיבן מער.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

וויפהיל צו צאהל א מוהל?

תגובהדורך יהלום » דינסטאג מאי 28, 2019 3:59 pm

ב"ה מען איז זוכה צו מאכען א שמחה געהאט א קינד אמאל קען עס זיין א בן זכר און א מאל קען עס זיין א מיידל ווען עס איז א בן זכר איז ב"ה דער הוצאות אסאך גרעסער א שלום זכר א וואך נאכט א ברית אמאל אויך א פדיון הבן פעקלעך וואך נאכט ועוד ועוד און שפעטער קומט דער מוהל!!
וויפהיל דארף מען צאלען א מוהל ??
מקען זאגען אז עס קומט זיך א מוהל א לייטישע סכום ווייל ער קומט 3 מאל איינמאל פאר דער ברית איינמאל בשעת דער ברית און איינמאל נאך דער ברית צו איבערפאקען און אמאל דארף ער נעמען דריי מאל טעקסיס אהין און צוריק דאס מיינט 6 מאל א טעקסי וואס איז בערך 40 דאלאר נאר פארן טעקסיס און שפעטער פאר דער סחורה וואס ער ניצט און פאר דער צייט און אזוי ווייטער!
וואס איז נארמאל?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג מאי 28, 2019 4:11 pm

300-400 מינימום.
זוכט איר דוי?

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג מאי 28, 2019 4:16 pm

אין די בלאט איז געווען א אינטערוויו מיט א מוהל.

וועגן באצאלן פאר א מוהל זאגט ער אז אונטער $350 קען זיכער הייסן אונטערגעצאלט. און אונטער $200 איז שוין ממש בגדר ליצנות.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג מאי 28, 2019 4:18 pm

זעהט אויס ער האט נישט צופיל ברית'ן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מאי 28, 2019 4:24 pm

איך צאל $250. ס'הייסט נישט אונטערגעצאלט, ובפרט אז די אנדערע באזוכן פונעם מוהל זענען געקאווערט אונטער די קימפעטארין היים קאנטראקט מיטן מוהל.

אדרבא, וואס זאגן די מוהלים. נישט די וועלכע האבן נישט קיין קאסטומער, נאר די וואס האבן 2-4 ברית'ן טעגליך.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג מאי 28, 2019 4:28 pm

די וואס האבן 2 ברית'ן יעדן טאג, רעכן אויס אויב יעדער גיט נאר 100, מאכט ער שוין א שיינעם געהאלט פון 6 אלפים א חודש

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 28, 2019 6:48 pm

אדער יא האט געשריבן:זעהט אויס ער האט נישט צופיל ברית'ן.

גא"מ.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט