חיזוק פאר בעלי מסירות נפש אין היינטיגן דור

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

קרעפטיג האט געשריבן:גראדע די קארטלעך איז א פיינע זאך, זאלן די קינדער וויסן ווי שעדליך א סמארטפאון קען זיין אן ווי שטארק מ'דארף זיך דערווייטערן דערפון.
טרייב נישט איבער, די קינדער ווערן נישט קיין מחוצפים,

נישט ריכטיג,
בעיני ראיתי ווי א קינד גיבט אזא קארטל פאר זיין פאטער - וואס האט א אויסגעהאלטענע סמארט פאון - זאגענדיג, טאטי דאס איז פאר דיר.
דער פאטער איז געווארן זייער ווי געטוהן און פארשעמט.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

תגובה דורך good-life »

ב''ה אזוי ווי אסאך גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון אייוועלט, אזוי אויך דא, עס האט געברענגט אן אויפוואכונג ביים ציבור אז די קארטלעך ברענגט אריין א קאלטקייט אין די מערכה, ברענגט אז קינגער זאלן טראכטן אז זייער טאטע וואס ארבעט פאר זיי צו שפייזן מן הבוקר עד הערב אין האט א פילטער אויפ'ן טעלעפאון, איז ח''ו א משומד, ברענגט חוצפה נוראה אין די יונגווארג,
הערט מען יעצט אז חשוב'ע בעלי בתים האבן זיך צוזאמגעזעצט מיט מנהלי הת''ת צו טרעפן א וועג אויסצורייסן די טמא'נע קארטלעך ממחנינו.
ווי ס'הייסט יעצט גייט זיין א מושב פון אסאך מנהלי הת''ת צו זעהן וואס מ'קען טוען צו אסר'ן פאר די קינדער צו האבן ביי זיך די טמא'נע קארטלעך און זעהן צוריקצוברענגן די שיינקייט פון איידלקייט ביי תשב''ר,
יהי רצון שתשרה שכינה במעשי ידיהם.
לעצט פארראכטן דורך good-life אום דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובה דורך קרעפטיג »

משיח האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:גראדע די קארטלעך איז א פיינע זאך, זאלן די קינדער וויסן ווי שעדליך א סמארטפאון קען זיין אן ווי שטארק מ'דארף זיך דערווייטערן דערפון.
טרייב נישט איבער, די קינדער ווערן נישט קיין מחוצפים,

נישט ריכטיג,
בעיני ראיתי ווי א קינד גיבט אזא קארטל פאר זיין פאטער - וואס האט א אויסגעהאלטענע סמארט פאון - זאגענדיג, טאטי דאס איז פאר דיר.
דער פאטער איז געווארן זייער ווי געטוהן און פארשעמט.

אזוי ? דער אינגעל האט אן אנדערע פראבלעם... ער איז א מחוצף אינדערהיים אויך ווען מ'הייסט אים גיין שלאפן, א נארמאלע ערצויגן קינד וועט דאס נישט טון !!
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

נו איין פאטש אויף די רעכטע זייט און נאכאיינס אויף די לינקע, ווען די קינד בארואיגט זיך זאגט מען אים אז דאס איז וואס געשעהט ווען מ׳איז חוצפה׳דיג

נאכדעם קען מען אים אויך מסביר זיין אז די סמארטפאון האט א פילטער און לצורך פרנסה מוז ער עס האבן, און אנזאגן די קינד ווען ער וועט עלטער ווערן זאל ער זיך היטן פון נסיונות ווי פון פייער
חביבי
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובה דורך וואס »

good-life האט געשריבן:ב''ה אזוי ווי אסאך גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון אייוועלט, אזוי אויך דא, עס האט געברענגט אן אויפוואכונג ביים ציבור אז די קארטלעך ברענגט אריין א קאלטקייט אין די מערכה, ברענגט אז קינגער זאלן טראכטן אז זייער טאטע וואס ארבעט פאר זיי צו שפייזן מן הבוקר עד הערב אין האט א פילטער אויפ'ן טעלעפאון, איז ח''ו א משומד, ברענגט חוצפה נוראה אין די יונגווארג,
הערט מען יעצט אז חשוב'ע בעלי בתים האבן זיך צוזאמגעזעצט מיט מנהלי הת''ת צו טרעפן א וועג אויסצורייסן די טמא'נע קארטלעך ממחנינו.
ווי ס'הייסט יעצט גייט זיין א מושב פון אסאך מנהלי הת''ת צו זעהן וואס מ'קען טוען צו אסר'ן פאר די קינדער צו האבן ביי זיך די טמא'נע קארטלעך און זעהן צוריקצוברענגן די שיינקייט פון איידלקייט ביי תשב''ר,
יהי רצון שתשרה שכינה במעשי ידיהם.

ס'איז געווארן א אויפוואכונג ביים ציבור אין עטליכע שעה פון ווען מ'האט געעפענט די אשכול ?
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

good-life האט געשריבן:ב''ה אזוי ווי אסאך גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון אייוועלט, אזוי אויך דא, עס האט געברענגט אן אויפוואכונג ביים ציבור אז די קארטלעך ברענגט אריין א קאלטקייט אין די מערכה, ברענגט אז קינגער זאלן טראכטן אז זייער טאטע וואס ארבעט פאר זיי צו שפייזן מן הבוקר עד הערב אין האט א פילטער אויפ'ן טעלעפאון, איז ח''ו א משומד, ברענגט חוצפה נוראה אין די יונגווארג,
הערט מען יעצט אז חשוב'ע בעלי בתים האבן זיך צוזאמגעזעצט מיט מנהלי הת''ת צו טרעפן א וועג אויסצורייסן די טמא'נע קארטלעך ממחנינו.
ווי ס'הייסט יעצט גייט זיין א מושב פון אסאך מנהלי הת''ת צו זעהן וואס מ'קען טוען צו אסר'ן פאר די קינדער צו האבן ביי זיך די טמא'נע קארטלעך און זעהן צוריקצוברענגן די שיינקייט פון איידלקייט ביי תשב''ר,
יהי רצון שתשרה שכינה במעשי ידיהם.

זייער גוט, געטון צו דעזאך, דאס הייסט פירן א מערכה אויף א נארמאלע וועג, און נישט לאזן די משוגאים ארויס גיין פון די גבולים

משוגאים דארף מען נאכאלץ האבן
חביבי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

קרעפטיג האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:גראדע די קארטלעך איז א פיינע זאך, זאלן די קינדער וויסן ווי שעדליך א סמארטפאון קען זיין אן ווי שטארק מ'דארף זיך דערווייטערן דערפון.
טרייב נישט איבער, די קינדער ווערן נישט קיין מחוצפים,

נישט ריכטיג,
בעיני ראיתי ווי א קינד גיבט אזא קארטל פאר זיין פאטער - וואס האט א אויסגעהאלטענע סמארט פאון - זאגענדיג, טאטי דאס איז פאר דיר.
דער פאטער איז געווארן זייער ווי געטוהן און פארשעמט.

אזוי ? דער אינגעל האט אן אנדערע פראבלעם... ער איז א מחוצף אינדערהיים אויך ווען מ'הייסט אים גיין שלאפן, א נארמאלע ערצויגן קינד וועט דאס נישט טון !!

נישט אמת.

ווען יונגעלעך הערן פון גרויסע טאטע'ס האקן אז דאס ברויך מען ווייזן פאר יעדעם מיט א סמארט פאון מאכט עס א עוורידש יונגל פאר א חצף.

און יעצט וועלן זיי האבן טענות הלמאי טאטע'ס מאכן חוזק פון רע'בנים אין שטוב, ער וויל זיך פראטעקטן!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

קען זיין ער האט באקומען צוויי פעטש, און קען זיין ער פאלגט נישט ווען מ'הייסט אויפעסן די פלייש, איך בין נישט באקאנט,
אבער ער גיבט אן אנשטעל ווי א וואויל לעבעדיגע קינד, און מיט זיין תמימות האט ער עס געוויזן פאר זיין פאטער, וויל דאס האט ער געהערט ווי יענער שרייט,
און דו פארלאנגסט אז דער טאטע זאל זיך אוועקזעצן מיט זיין 8 יעריגער כיתה ד' אינגל און מסביר זיין און זיך פארענפערען אויף וואס ער טוט???
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:גראדע די קארטלעך איז א פיינע זאך, זאלן די קינדער וויסן ווי שעדליך א סמארטפאון קען זיין אן ווי שטארק מ'דארף זיך דערווייטערן דערפון.
טרייב נישט איבער, די קינדער ווערן נישט קיין מחוצפים,

נישט ריכטיג,
בעיני ראיתי ווי א קינד גיבט אזא קארטל פאר זיין פאטער - וואס האט א אויסגעהאלטענע סמארט פאון - זאגענדיג, טאטי דאס איז פאר דיר.
דער פאטער איז געווארן זייער ווי געטוהן און פארשעמט.

אזוי ? דער אינגעל האט אן אנדערע פראבלעם... ער איז א מחוצף אינדערהיים אויך ווען מ'הייסט אים גיין שלאפן, א נארמאלע ערצויגן קינד וועט דאס נישט טון !!

נישט אמת.

און יעצט וועלן זיי האבן טענות הלמאי טאטע'ס מאכן חוזק פון רע'בנים אין שטוב, ער וויל זיך פראטעקטן!

אוקעי, זאכן הייבן אן צו ארויסגיין פון די גבולים.

דער פותח האשכול האט ארויסגערענגט אז ער האט אזעלכע שארפע טענות ווייל אינטער דעם שטייען נישט קיין רבנים, נאר אזויגערופענע עסקנים וואס טוען אויף די אייגענע האנט.

יעצט אבער זענט איר אריבער א רויטע ליין מיטן אנהייבן צו רעדן פון "רע'בנים" . דאס הייסט אז ס'איז יא דא רבנים וואס האלטן פון דעם, נאר איר האלט אז זיי זענען רע'בנים, (בערך אזוי ווי די דעפארמער רבנים וואס מ'האט אזוי גערופן), און איר ווילט זיך פראטעקטען פון די רבנים.

איך הער.
כ'מיין אז איך דארף שוין מער נישט אריין רעדן דא ווייל ס'קומט שוין באלד ממילא א רריייזזייגגעעע שלאס.

זייטסמער געזונט
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

וואוילע, קודם, נישט יעדער איז מבחין בין רע'בנים לרבנים. אפילו די וואס יא, קינדער זעהן נאר שווארץ אדער ווייס, ווען די מאכסט חוזק פון רע'בנים זעהן זיי אין דעם א חוזק אויף רבנים.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובה דורך קרעפטיג »

משיח האט געשריבן:קען זיין ער האט באקומען צוויי פעטש, און קען זיין ער פאלגט נישט ווען מ'הייסט אויפעסן די פלייש, איך בין נישט באקאנט,
אבער ער גיבט אן אנשטעל ווי א וואויל לעבעדיגע קינד, און מיט זיין תמימות האט ער עס געוויזן פאר זיין פאטער, וויל דאס האט ער געהערט ווי יענער שרייט,
און דו פארלאנגסט אז דער טאטע זאל זיך אוועקזעצן מיט זיין 8 יעריגער כיתה ד' אינגל און מסביר זיין און זיך פארענפערען אויף וואס ער טוט???

כאפסט אן א זעלטענהייט פון א מעשה, מיינע קינדער טוען וואס איך הייס אדער שריי נישט וואס אנדערע טאטעס זאגן, מיינע קינדער האבן הונדערטער קארטלעך דערפון און זיי האבן עס נאך פאר קיינעם מיט א סמארטפאון נישט געגעבן און זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהערט בכלל פון אזא זאך אז מ'דארף דאס פאר איינעם געבן, זיי קאלעקטן עס פשוט...

אגב: איך בין געווען בשעת מעשה ווען א באקאנטער לוחם קעגן סמארטפאונס האט געטיילט די קארטלעך, קיין איין ווארט האט ער נישט גערעדט אז מ'זאל עס געבן פאר די וואס האבן סמארטפאונס, ער האט געהאט צענדליגע קינדער ארום זיך און געטיילט מיט א שמייכל אן א ווארט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:וואוילע, קודם, נישט יעדער איז מבחין בין רע'בנים לרבנים. אפילו די וואס יא, קינדער זעהן נאר שווארץ אדער ווייס, ווען די מאכסט חוזק פון רע'בנים זעהן זיי אין דעם א חוזק אויף רבנים.

דאס אידאך וואס איך זאג.

אולי האב איך נישט גוט פארשטאנען דיין תגובה
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

סאו וואס קריגסטו מיט מיר
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

קען זיין אונז רעדן פון צוויי אנדערע זאכן.
דער איד וואס גייט ארום שרייען אין די שולען האט ארומגעווארפן א בילד פון די דריי רויבער פון די מחניים ביכל, אז אזוי וועט מען אויסזעהן מיט א סמארט פאון וכו' וכו', און געבעטן מ'זאל מזכה זיין די וואס האבן א סמארט פאון מיט אט די ביכל און פעמפלעטס,
און ס'קינד האט אים געפאלגט.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

גאנץ א גוטע אשכול, און אסאך מגיבים ענטפערן פיין, סיי די מעסיגע און סיי די עקסטרעמע.

איצטערט א זאך וואס איך האב געהערט ממקור ראשון, אבער עס גייט שוין צוריק איבער פערציג יאהר. מען האט אמאל צוזאמעגענומען די כלה טיטשערס און געמאכט א זיצונג ביים רבי'ן אין שטוב איבער אן ענין. און דער רבי איז געזיצען באפיסת כוחות אויבן אן, נישט האבענדיג די מעגליכקייט צו רעספאנדען צו סיי וואס אינעם שמועס. ווען דער ראש המדברים האט געענדיגט און מען איז זיך צוגאנגען האט ער געזאגט אז די אלע זאכען איז נישט בדה מלבו, נאר דאס איז גאר געווען און מען האט אזוי אפגעמאכט ביים רבי'ן אין שטוב און דער רבי איז געווען בראש היושבים דערביי.
לגבי מה דברי אמורים. ווען לעצטנס זעהט מען אויף פילע בלעטער אז צוליב פרצה # איז מען זיך צוזאמען געקומען בבית רבינו שליט"א און מען איז געקומען צו דעם באשלוס אז (לייג אריין וואס דו ווילסט) אנע שרייבען צו דער רבי האט זיך באטייליגט בכלל און צו מען האט אים געפרעגט איבער דעם ענין, נאר פשוט אז עס איז געווען ביינעם אין שטוב...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

ווייסעך א טאטע וואס האט געזאגט קלאר פאר זיינע קליינוואאג אז טאטי לאזט נישט האבן דעי קארטלעך, דעיס איז חוצפה, טאטי טוט וואס דער רבי-רב-דיין הייסט, און דעי קארטלעך מאכן ליידיגגייערס, איך קען ענק קויפן אנדערע קארטלעך צו שפילן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

פאר וואס ווי ווען דארף מען קלאר מאכן פון וועלכע קארטלעך מען רעדט אמת אז ס,איז דא פריוואטע יחידים וואס טיילן ארום זייערע אייגענע געמאכטע קארטליך
אבער אין פאקט איז היינט דא א שיינע פראצענט בתי מדרשים וואס האבן אפציעלע קארטליך מטעם הקהילה/בית המדרש
אין ווי אויך האבן היינט אסאך בתי מדרשים ממונים וואס זאלן ארום גיין דערמאנאן בדרכי נועם אז מען זאל נישט ארויס נעמען קיין סמארטפאון סאו ביטע מאכט קלאר פון וואס איר רעדט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

ווי לאנג די סיטרא אחרא וועט אנגיין איז צום האפן אז מען וועט כאטש לייגן פילטערס אויפן פאון, טאמער די סטרא אחרא ווערט בטל, לייג איך נישט קיין גרויס האפענונג אויף די פילטערינג ביזנעס........

ביי-די-וועי, דו ביזט זיכער אז דאס איז די 'סטרא אחרא' וואס דער פסוק מיינט? ווייל דער רבי האט דאך געזאגט אז די סטרא אחרא מאכט ניסים פאר רשעים, איך וויל באשטעלן ביי זיי א פאר ניסים...
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

תגובה דורך יענקל פאטאש »

[offtopic]אזוי ווי מען האט נאר מתיר געווען אינטערנעט לצורך פרנסה האב איך געשריבן דעם תגובה אפליין[/offtopic]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

good-life האט געשריבן:ב''ה אזוי ווי אסאך גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון אייוועלט, אזוי אויך דא, עס האט געברענגט אן אויפוואכונג ביים ציבור אז די קארטלעך ברענגט אריין א קאלטקייט אין די מערכה, ברענגט אז קינגער זאלן טראכטן אז זייער טאטע וואס ארבעט פאר זיי צו שפייזן מן הבוקר עד הערב אין האט א פילטער אויפ'ן טעלעפאון, איז ח''ו א משומד, ברענגט חוצפה נוראה אין די יונגווארג,
הערט מען יעצט אז חשוב'ע בעלי בתים האבן זיך צוזאמגעזעצט מיט מנהלי הת''ת צו טרעפן א וועג אויסצורייסן די טמא'נע קארטלעך ממחנינו.
ווי ס'הייסט יעצט גייט זיין א מושב פון אסאך מנהלי הת''ת צו זעהן וואס מ'קען טוען צו אסר'ן פאר די קינדער צו האבן ביי זיך די טמא'נע קארטלעך און זעהן צוריקצוברענגן די שיינקייט פון איידלקייט ביי תשב''ר,
יהי רצון שתשרה שכינה במעשי ידיהם.

מיינע יונגלעך קאלעקטן די קארטלעך ס'זאמלט שטויב צווישן זייערע שמאנצעס, קיין סך ווייסן זיי ניטאמאל וואס דארט שטייט, כ'וויס נישט צו זאגן פון קיין מנהלים מושב, באבקעס פארקויף ביטע פאר א צווייטן
איינער געדענקט ווען ר' מיכל'ע נתניה האט געטיילט טעלעוויזשאן מאנקיס אין ביהמ"ד??
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובה דורך שלוה »

חביבי האט געשריבן:
שלוה האט געשריבן:חביבי, ס'נישט דא וואס צו ריפלעיסן. אלס איז שוין מסודר, מ'קען אין קיין מוסד נישט שיקן אן א אידישע פילטער. נעמט אריין אין קאפ א אינגערמאן היינט מיט א סמארטפון האט א פילטער, און דער וואס נישט וועט די אלע שארפע זאכען ממילא נישט העלפן. איך מיין דער פותח האשכול באציט זיך צו די ''שומרים'' קארטלעך וואס דרייען זיך ביי די קינדער לעצטענס מיט געפערליך נעגעטיווע סטעיטמענטס וואס אויף דעם זאגט ער אז ס'דארף זיך אויפהערן.

אקעי ידידי הרב שלוה ווען מאכסטו נייע קארטלעך,

עס איז שוין דא די אנדערע, די פראבלעם איז אז ער אעז אליך דא מיט א מעסעדש וואס אסאך פילן איז עקסרעם און שעדליך

איך ווייס נישט וואספארא נסיונות גייען זיין ווען די קינדערלעך גייען אונטערוואקסן... הוי ה״י... זיי מעגן אויך באקומען די חינוך זיך צו האלטן פעסט קעגן נסיונות הדור,

איז דא א בעסערע חינוך וואו א טאטע מיט א געפילטערטע סמארטפון? דאס מאדעלט פאר'ן קינד אז א איד טוט אלס וואס ער האט צו טאן
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אן אריינגיין בעצם צו די גאנצע מערכה איז אויסגעהאלטען צו נישט, וויל איך נאר ברענגען א פאקט צום טיש אז די גאנצע מערכה איז פיין אינטערגעשטיצט דורך רבנים און דיינים במשרים און בעקיפין.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אנטלויף שנעל פון דא פאר מ'באווארפט דיר מיט אייער פארן ארויסהעלפן די פושעים מסיתים ומדיחים וואס ברענגען אונטער כלל ישראל..
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובה דורך וויל זיין גוט »

good-life האט געשריבן:זאלט איר וויסן אז אפילו עס דרייען זיך ארום אזעלעכע וואס פארגינען אייך נישט מיט אייער מסירת נפש, זיי זענען שלוחים פון די סטרא אחרא אראפצופירן כלל ישראל פון וועג, אויסצושמד'ן די איבריגע כלל ישראל וואס זיכן זיך נאך צו האלטן ערליך. זיי זענען דיע וואס רייצן אן די יוגענט אז זיי זאלן טראכטן שלעכטע מחשבות ווען זיי זעהן א טעלעפאון. זיי זענען דיע וואס זיי וויל צולייגן צו חוצפא יסגא נאך א לעוועל און אויסלערנען די איגענט אז דעת תורה פון רבותינו הגדולים אין אינזער דור איז נישט מאסנגעבנט.
יארן ארום וועט מען זעהן ווי די אלע זעלבסט געקרוינטע שומרים האבן זיך דערקייקלט מיט'ן אויספירן זייער סטרא אחרא שליחות, וויפיל אידן זיי האבן צוריקגעהאלטן פון ארויפלייגן א פילטער דורך זייערע טריפה'נע שטיק, וויפיל אידן זיין האבן אפגעפירט פון וועג מיט זייערע שמוציגע מערכות, דעמאלט וועט איר קענען זאגן ב''ה איך בין געווען פון בעלי מסירות נפש.

פון די ווערטער זעה איך, אז דער שרייבער וואלט אויף זיינע מערכות געטוהן דאס זעלביגע אדער נאך ארגער ווי קעגן וועמען ער שרייט, די אלע רויטע ווערטער זענען אויסדריקן וואס האבן נישט קיין שום דעקונג, און קומען פון גרויס ווייטאג וואס איז מעגליך געווען שווער איינצוהאלטן, אבער אנטשולדיג מיר, דו ביסט נישט קיין קליין קינד, דו האסט טענות זיי עס מסביר, און דו האסט מסביר געווען, אבער וואס איז דער פשט פון שרייען זינלאזע סטעיטמענטס? - זיך שמד'ן, אפפירן אידן, סטרא אחרא.
און לגבי עצם הענין האבן שוין עטליכע דא ארויסגעברענגט, און בפרט 'חביבי' (- ספיידער לשעבר), אז דאס איז זיכער אז א מערכה דארף זיין, ווי אויך אז מען קען נישט אראפרייסן יענעמס מערכה ווען מען פירט נישט אליינס א בעסערע.
איך האב אויך זייער הנאה געהאט פון דערמאנען ר' מיכל'עס טעלעוויזשאן מערכה, וואס פונקט דאס איז געווען מיין געפיל ווען איך האב געזעהן די קארטלעך.
אם לא עכשיו אימתי
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

תגובה דורך ראש העיר »

גדולי הרבנים האבן געזאגט אויף די געפילטערטע און געזאלצענע סמארט פאונס אז דאס איז "בוחר הרע במיעוטו"... אזויווי א חולה מעג און מוז עסן יום כיפור ווייל ס'איז פיקוח נפש, נישט ווייל עס איז א לכתחילה, זייער פשוט לכל בר דעת, חוץ אויב נגיעות פארשטעלן דעם וועג..

איינער האט געפרעגט פארוואס איך זאג אויף גוד לייף אז ער זאגט גוט בשעת איך בין מחולק, ער איז גערעכט מיט דעם אז ווער ס'איז בארעכטיגט מעג זיך דערמיט באנוצן, און נישט ווי טייל עקסטרעמיסטן גיסן אויס זייער גאנצע "פרומקייט" אויף די בעלי געפילטערטע סמארטפאונס, אבער דאס איז נישט קיין סתירה מיט לאזן כסדר הערן א קול אז דאס איז נישט די לכתחילה, הלוואי מ'זאל קענען זיך באגיין אן דעם אינגאנצן, ווי די דברי הרבנים שליט"א, לויז ווערן פון די "רע" אפילו במיעוטו, און זיין כולו טוב.

ס'איז דא א מיטל וועג, איינער וואס האט א כשר'ע סמארט פאון איז נישט קיין שייגעץ, פון די אנדערע זייט דארף מען עס נישט האלטן ווי א חפץ של מצוה, נאר האפן ווען קען איך שוין לויז ווערן דערפון. אוודאי איז די ארויפלייגן א פילטער א מסירות נפש אין א געוויסע טייל, און איז א קרבן פאר השי"ת, אבער קומט נישט צו צו נישט האבן אינגאנצן..

הבהרה: איך בין אויך פון די וואס האבן ליידער א געפילטערטע פאון, איך נעם עס נישט מיט אהיים און נישט אין ביהמ"ד, ווייל איך וויל נישט אז קינדער און אינגעלייטלעך זאלן מיינען אז ס'איז לכתחילה, ספעציעל ווען נישט יעדער ווייסט צי ס'איז געפילטערט און גע'כשר'ט צי נישט..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”