בלאט 3 פון 4

שידוכים ליסטע!

געשריבן: פרייטאג פעברואר 05, 2016 9:08 am
דורך ישיחנה
אפשר וואלט כדאי געווען, אז אינאיינוועגס זאל מען שוין צאמשטעלן א ערנסטע שידוכים ליסטע, יעדע בחור און מיידל (העכער 20?, אדער וואס גייט אביסל שווער) וואס ווארטן אויף א שידוך.

די ליסטע זאל נישט זיין אין פאבליק, נאר ווער עס איז עוסק אין שידוכים פאר שווערערע פעלער זאל עס קענען באקומען. (אדער די עלטערן אליין וואס זוכן די שידוך).

נאר מ'וועט מיזן מטכס עצה זיין וויאזוי צו באקומען אלע נעמען מיט אינפארמאציע.

אויף אזא ליסטע קען מען ארויסשרייבן מער אינפארמאציע פון אלע צדדים.

וואס זאגט מען צו דעם?

ישיבה שדכנים!

געשריבן: פרייטאג פעברואר 05, 2016 9:43 am
דורך שלאק שמש
לדעתי וואלט מען געמעגט איינפירן אז יעדע (גרעסערע) ישיבה זאל אויפנעמען שדכנים פאר באצאלט, פאר זייערע בחורים, יוצאי הישיבה, און נישט נאר איין, נאר אויסרעכענען בערך פאר וויפיל בחורים איין שדכן קען עוסק זיין, און אויפנעמן כפי המספר תלמידים (עכ"פ פאר די שווערערע שטיבער/בחורים).
מאכן זיכער אז יעדע תלמיד האט א שדכן וואס טראכט און טוט פאר אים יעדע וואך אפאר שעה
איך מיין אז זאכן וועלן זיך אנהייבן צו ריקן (בדרך הטבע).

איי וועט די ישיבה האבן נאך הוצאות?
גערעכט, אבער א געטרייע ישיבה/מנהל/מגיד שיעור פראבירט אלעס אויף די וועלט לטובת זייערס א תלמיד.

און באמת וועט עס ברענגן א געוואלדיגע גוטע נאמען פאר די ישיבה, טאטעס וועלן מורא'דיג הנאה האבן, די בחורים וועלן לערנען מיט א פרייליכע רוהיגקייט, וויסנדיג אז 'מטוט פאר אים.

און נאכמער, איך מיין אז יעדע טאטע וועט זיין גרייט איינצוצאלן פאר די ישיבה פאר די "שדכנים געלט".
חודש'ליך אדער א איינמאליגע אפצאל יערליך אדער ביים איינשרייבן די בחור.

לאמיר הערן די דעת הקהל איבער דעם, און צו ס'איז מעגליך אויסצופירן?

געשריבן: פרייטאג פעברואר 05, 2016 10:02 am
דורך סאדאם חוסעין
איינער דארף עס נעמען אויף זיך צו רעדן צו אלע ישיבות

געשריבן: פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:01 pm
דורך עצה געזוכט
איך האב באמת נישט געהאט קיין צייט יעצט אריינצוסיינען, אבער מחמת גרויס נבהל ונשתומם צו ווערן פון די גוטסקייט פון יודישע קידער (ליין: קהילות), ווי מטרייט זיך צו העלפן איינער דעם אנדערן אזוי אז ביז א קורצע צייט האלט שוין דעם אשכול ביי 3 זייטן, האב איך דעסיידעד כסיין אריין.

כהאלט אויך אז אויב גייט עס אבער גיין צו לאנג ביז די ריכטיגע אשכול קומט ארויף אויפן האריזאנט, קענען זיך מענשטענס געפילן אנהויבן אויסקילן דערצו. אבער נישט אזוי שנעל.

חזק ואמץ!

מענין לענין

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 11:38 pm
דורך פארוואס נישט
א גאר שיינע דרשה (אין ענגליש) פון ר' פסח קראון בנוגע שידוכים.
http://www.torahanytime.com/audio/shidd ... solutions/

געשריבן: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:47 pm
דורך יידישע קהילות
באקומען אין אימעיל:
אין קורצן, נאך א נקודה
איך האלט אז די אינפארמאציע דארף מפורסם ווערן אין ערשטן פלאץ "מיט נעמען" פון די מדובר\ת, און מיט קלארע אינפארמאציע, נאר קיינער דארף נישט וויסן פון וועלכן ניק די קעיס איז אויסער דער מנהל.
אזוי פארשפארט מען אסאך עגמת נפש, און אסאך קאפ ווייטאג, און פלאנירונגען.

פארשטייט זיך אז מען מוז טרעפן איינעם וואס דער עולם געטרויעט, אבער אפילו אויב מען וועט פארלירן עטליכע נעמען צוליב דעם, איז עס אויך כדאי צוליב די פילע קאפ ווייטאג וואס דאס קען פארשפארן. העכסטנ'ס קען מען געבן א אפציע אריינצוגעבן נאר האלבע אינפארמאציע פאר ווער עס שפירט נישט באקוועם.

געשריבן: זונטאג פעברואר 07, 2016 8:15 pm
דורך יאצמעך
שלאק שמש האט געשריבן:לדעתי וואלט מען געמעגט איינפירן אז יעדע (גרעסערע) ישיבה זאל אויפנעמען שדכנים פאר באצאלט, פאר זייערע בחורים, יוצאי הישיבה, און נישט נאר איין, נאר אויסרעכענען בערך פאר וויפיל בחורים איין שדכן קען עוסק זיין, און אויפנעמן כפי המספר תלמידים (עכ"פ פאר די שווערערע שטיבער/בחורים).
מאכן זיכער אז יעדע תלמיד האט א שדכן וואס טראכט און טוט פאר אים יעדע וואך אפאר שעה
איך מיין אז זאכן וועלן זיך אנהייבן צו ריקן (בדרך הטבע).


לאמיר הערן די דעת הקהל איבער דעם, און צו ס'איז מעגליך אויסצופירן?

אין די קליינע ישיבה'ס איז די פראבלעם פיל פאכיג גרעסער, א שדכן נעמט אנדערש אין די האנט א ליסטע פון 150-300 בחורים ווי א ליסטע פון 30
און אגבס'דא א עטליכע ישיבה'ס וואס באצאלן חודש'ליך פאר שדכנים (סוד)

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 12:02 am
דורך יידישע קהילות
איך פרוביר אויס מיט דעם פארם.
עס איז בלויז פאר טרייאויט, אבער ביטע שיקט נאכנישט אריין אייערע אינפארמאציע. זעהט נאר צו עס פעלט עפעס, אדער אנדערע תקונים והערות.
יישר כח

* * * תיקונים * * *

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:11 pm
דורך יידישע קהילות
מיט די הילף פון כמה ניקים, האבן מיר פארראכטן און צוגעלייגט פארשידנע תיקונים אין דעם אויספרעג פארם. ביטע גייט נאכאמאל און גיבט א קוק, און זייט אונז מעורר און מתקן אלעס וואס עס פארלאנגט זיך.
אי"ה סוף וואך וויל שוין ארומשיקן און פובליצירן די ערשטע פובליקאציע.
א דאנק פאראויס
מפעל שידוכים שע"י אייוועלט

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:16 pm
דורך יידישע קהילות
פון א אימעיל:
6) איך וויל אויך פארשלאגן א זאך וואס קען אפשר זיין א גרויסער אויפטו אויב איז מעגליך צו באווייזן, איך טראכט אסאך מאל פון שידוכים וואס כ'וויל אליינס אנטראגן אבער כ'האב מורא ווייל כ'האב נאך נישט קיינמאל אליינס געפירט א שידוך און כ'בין נישט פונקלטיך באהאוונט ווי אזוי עס צו טון, אבער ווען איינער מיט עקספיריענס זאל מיר צו ווייזן/באגלייטן איינס אדער צוויי שידוכים וויאזוי עס צו טון (זיין אנגעגרייט מיט אלע אינפארמאציע, פרעגן וואס נאך אינפארמאציע דער מחותן וויל וויסן, וויאזוי אפצושמועסן וועגן ווען מ'זאל צוריק קאלן) איז וואלט איך נאך אפשר אפילו געווארן א שדכן, אפשר וואלט געווען כדאי צו טרעפן אזעלכע מענטשן וואס וואלטן מסכים געווען צו באגלייטן וויליגע אינגעלייט מיט איינס צוויי שידוכים, פעלט נישט אויס ס'זאל זיין פראפעשענל שדכנים אין דעי ליין, דוקא נישט, נאר איינער מיט שכל און געפיל וואס האט שוין אויסגעפירט עטליכע שידוכים, פאר זיינע באקאנטע

ווי אויך ספעציעל ווען מ'רעדט וועגן שווערע קעיסעס עלטערע וכו' בין איך אייביג מסופק וואס איז בעסער א פראפעשענל שדכן אדער א נאנטער באקאנטער וועם מ'טראסט

האט איינער א מיינונג, אדער אן עצה אויף דעם?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:21 pm
דורך סאדאם חוסעין
עס איז דא שדכנים [דעי וואס מיינען לשם שמים נישט קיין געלט] וואס זענען גרייט דערויף, מיר איז אפילו א שדכן נאכגעלויפן אז ער איז גרייט מיר צו טרענען, געבן הידועות וכדו', ווייל ער האט געזאגט אז איך קען ווען גוט קענען דעי ליין, למעשה בין איך געווארן צו ביזי מיט אנדערע זאכן, אבער עס איז אייביג דא שדכנים וואס זענען גרייט אריינצוטרענען אנדערע.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 6:00 pm
דורך נא_שכל
איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען מיינע געפילן פון שעצונג פאר ידידינו "יידישע קהילות" וואס געט זיך אוועק בלו"נ צו העלפן אנדערע אידן זאלן קענען אויפשטעלן בתים נאמנים לה', און האט אהערגעשטעלט דעם נייעם פראגראם פארום.
יהי רצון מלפני אבינו שבשמים שתשרה שכינה במעשה ידיכם, איר זאל זוכה זיין צו זיין די ריכטיגע שליח ארויסצוהעלפן יידישע קינדער און זיין א שותף מיט השי"ת לזווג זיווגם הגונים ולהעמיד עוד יידישע קהילות בישראל.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 6:20 pm
דורך הכא מסתברא
איך בין גרייט צו זיין און די הנהלה אויב עס פעלט נאך אויס.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 7:35 pm
דורך יידישע קהילות
ייש"כ פאר מיין קאלעגע נא_שכל פאר דיינע ווארימע רייד. האמת, האב איך מורא גהאט פון דיין הקפדה, אז דו וועסט חושש זיין אז דאס גייט אפעקטירן מיין ארבעט אין אונזער "מפעל הוצאת ספרים- שע"י אייוועלט". איך קען דיר נישט גאראנטירן, אבער איך האף אז אי"ה מיר וועלן דאס מסדר זיין, דורך ארייננעמען א שטאב פון מיטהעלפער.
אי"ה ווען זאכן וועלן קלארער ווערן, וועלן מיר קענען מחליט זיין אויף א מהלך.
אגב, אין ספרים הקדושים ווערט געברענגט פארשידנע ענינים אויף די סמיכות פון די צוויי מצוות "כתיבת ספר תורה" (- בזמן הזה: הוצאת ספרים והבאתם לדפוס) און "פריה ורביה" (-שאפן שידוכים פאר יידישע קינדער). זען מיר דא אויך אז עפעס א שייכות איז פאראן...

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:19 pm
דורך חרש וחושב
ישיחנה האט געשריבן:אפשר וואלט כדאי געווען, אז אינאיינוועגס זאל מען שוין צאמשטעלן א ערנסטע שידוכים ליסטע, יעדע בחור און מיידל (העכער 20?, אדער וואס גייט אביסל שווער) וואס ווארטן אויף א שידוך.

די ליסטע זאל נישט זיין אין פאבליק, נאר ווער עס איז עוסק אין שידוכים פאר שווערערע פעלער זאל עס קענען באקומען. (אדער די עלטערן אליין וואס זוכן די שידוך).

נאר מ'וועט מיזן מטכס עצה זיין וויאזוי צו באקומען אלע נעמען מיט אינפארמאציע.

אויף אזא ליסטע קען מען ארויסשרייבן מער אינפארמאציע פון אלע צדדים.

וואס זאגט מען צו דעם?

זייער גוטע און וויכטיגע זאך.
נעמען יעדע ישיבה/סקול ליסטע פון די לעצטע פאר יאר (לכתחלה ישיבות קטנות) און איבערגיין מיט איינעם וואס ווייסט (רוב ישיבות ווייסן ווער איז פארהייראט, פאר פאנדרעיזינג צוועקן) ווער איז נאכנישט חתן/כלה און אזוי צוזאמשטעלן. עס איז אוודאי נישט קיין לייכטע ארבעט, אבער פארט מעגליך, און זייער נוצליך.
[כמדומה אז ביי די מארקעט פון רעבישע אייניקלעך איז שוין דא אזא סערוויס, (כ'בין נישט זיכער אבער אפשר קאסט אן קליינע אפצאל צו באקומען די ליסטע) אוודאי פאר כלליות איז פיל שווערער.]

געשריבן: דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:58 am
דורך יידישע קהילות

געשריבן: דינסטאג פעברואר 09, 2016 9:11 am
דורך יידישע קהילות
שוין דא 15 נעמען אויף די ליסטע.
אי"ה דאנערשטיג וועל איך ארויסשיקן א אימעיל. די אלע וואס ווילן באקומען דעם אימעיל זאלן ביטע מיר מודיע זיין צו דעם אימעיל: [email protected]
(ביטע נישט נוצן דעם אימעיל פון "מפעל הוצאת ספרים").
די וועלכע האבן ארויפגעלייגט זייער אימעיל אדרעסס צוזאמען מיט זייער ליסטינג, דארפן מיר נישט שיקן נאכאמאל זייער אדרעסס; זיי זענען אוטאמאטיש אויף אונזער מעילינג ליסט.
געדענקט! וואס מער מענטשן באקומען אונזער ליסטע, [און גייען ארבעטן דערויף...] אלעס מער זענען די אויסזיכטן פאר הצלחה!

אויף ארויפצולייגן נעמען צו אונזער ליסטע, ביטע גייט דא

זאל דער רבוש"ע אונז העלפן אז מיר זאלן טאקע מצליח זיין אין דער גאר-וויכטיגער פראיעקט.
יידישע קהילות - מייסד ומנהל זמני "מפעל שידוכים שע"י אייוועלט"

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:02 pm
דורך יידישע קהילות
איך האב דא ארויפגלייגט די ערשטע פאר נעמען, פשוט פאר א שטיקל פריוויו וויאזוי דער היסטאריש-ברעכנדער נייער סיסטעם, מפעל שידוכים שע"י אייוועלט וועט ארבעטן.
ביטע קוקט זיך אום, שרייבט דא הערות און הצעות.
ועוד והוא העיקר, טראכט וועמען איר קענט אנטראגן פאר די באטרעפנדע נעמען.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:23 pm
דורך אומאפיציעל
וואס איז פשט פון קעיס #4 א געהעריגע בחור, אין די פולע בחור'ישע יארן, וואו קומט עס דא אריין?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:26 pm
דורך בן נון
עס קומט אייך אן אמתע דאנק.

וואס איז מיט קעיס 1 און 2?

וואס טוט מען ווען א קעיס ווערט א חתן?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:45 pm
דורך יידישע קהילות
בן נון האט געשריבן:עס קומט אייך אן אמתע דאנק.

וואס איז מיט קעיס 1 און 2?

וואס טוט מען ווען א קעיס ווערט א חתן?

קעיס 1 און 2 האלט מען אינמיטן פון קלארשטעלן עטליכע פרטים. נאר כדי נישט צו צומישן דעם דאטא-בעיס לאזן מיר די נומערן ווי זיי זענען.
ווען א קעיס ווערט א חתן/כלה בעט מען אז מ'זאל אפדעיטן דעם מנהל.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:49 pm
דורך יידישע קהילות
אומאפיציעל האט געשריבן:וואס איז פשט פון קעיס #4 א געהעריגע בחור, אין די פולע בחור'ישע יארן, וואו קומט עס דא אריין?

ביזט גערעכט. מיר וואלטן געדארפט שטעלן א געוויסע מינימום עידזש, אדער חסרון כדי צו ווערן אריינגעשטעלט.
אנדערע וועלן אפשר טענה'ן, פ"וו קען נישט יעדער אריינקומען אין די ליסטע? די טענה איז א ריכטיגע בלויז אויב מ'וואלט דעטאלירט אסאך אסאך מער פרטים. לעת עתה דארף מען לכאורה מאכן א מינימום עלטער.
22 אדער 23, וואס האלט דער עולם?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:55 pm
דורך יידישע קהילות
הערליכע ליקוט אויף מעלה פון שדכנות, צוזאמגענומען דורך ידידינו המחפש המלקט.
דא

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:56 pm
דורך פרעג בעסער נישט
יידישע קהילות האט געשריבן:שלום שלו' רופט אן זיין שכן, אז עס האט זיך געמאכט במקרה אז ער האט אויסגעפונען פון א מיידל אין ענגלאנד וואס עס קען זיין אינטערסאנט.

דאס איז סך הכל דיין תשובה. די פארגעסט אבער אז א מענטש ווען עס קומט צו זיין טייערסטע פארמעגן איז נישטא קיין מקרה אן קיין מעשה דערצו. יענער גייט אים פרעגן וואס הייסט במקרה? און פון ווי? קיין תשובה גייט יענער נישט באקומען, בלייבט עס דא.

אבער איך זע די גייסט ווייטער [הגם ס'איז מיר א מורא'דיגע חידוש היתכן די גייסט דערמיט ווייטער ווען די הנהלה האט קלאר ארויסגעוויזן א ווידערווילן דערצו, נאר דיר דערווייל נישט למעשה צוריק געהאלטן דערפון].

לאמיר זען, ווייטער די פלאן, און ווי אזוי ס'איז בכלל מעגליך אנאנים צו אויספירן שידוכים... [די חלום פונעם יאר הונדערט].

מער ווייניגער האבן די אלע קעיסעס זיראו אינפארמאציע צו גיין ווייטער. בעיסיקלי איז דאס די באגאבא סטייל שידוכים, כ'וועל דיר געבן א משל.

נעם קעיס 4 און קענסט עס איבער שרייבן אויף כמעט יעדע צווייטע קרית יואל'ער בחור פון 19. און קענסט שרייבן אויף כמעט יעדע מיידל די יארן די זעלבע סארט זאכן, הויך, נארמאל באזעסן, וואוינט אין ק"י, מהר"א בעל בתיש, גייט צניעות'דיג, גיין צוגעדעקט, טוט וואס אלע מיידלעך די יארן טוען [סקול צו וואטעווער].

די אינפארמאציע איז דען א משהו ווערט צאמצושטעלן א שידוך??????

ס'קוקט שטארק אויס אז געוויסע זאכן פארמאכן די אויגן בבחינת שוחד.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 8:08 pm
דורך בן נון
אפשר ווארטסטו צו און די זעהסט צו עס ׳קען׳ זיך אויסארבערטן.