מפעל שידוכים - זייט אייך משתתף

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

ס' זייער א געוואלדיגע איידיע און תבא עליך ברכה, אבער כ' פארשטיי נאכנישט וויאזוי מ' קען מציע זיין מיט בעיסיק אינפארמעישאן אהן וויסן פון וועם מ' רעדט, א שידוך אידאך נישט געבעיסט נאר אויף ווי אלט און וואו דער בחור וואוינט אדער לערנט, אנלעסס ס' וועט זיין מער ווי סתם בעיסיק אינפאו.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

סאיז א געוואלדיגע זאך , מען דארף טוהן און די גרויסע באשעפער פירט אויס און וועט זיכער העלפן. נישט דיך אפצושטעלן נאר דיך פאר צוגרייטן אז דו וועסט דיך טרעפן מיט א גרויסע ליסט פון בחורים אן מיידלעך , סאיז דא א יוד פון בארא פארק וואס האט פראבירט צו טוהן און דעם און געמאכט א ארגענעזעישן , ( כגעדענק שוין נישט די נאמען ) עדווערטייזט ,און למעשה האט ער זיך געטראפן מיט א ליסט נאר פון בחורים און גרושים אן קיין מיידלעך
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פון אישי'ס וואס איך האב באקומען, (פ"וו האט מען מורא דא צו שרייבן?)
קודם כל איז דעיס פאר אלע סארט שידוכים אפילו געהעריגע יונגע בחורים/מיידלעך?
אדער בעיקר פאר מער עלטערע אדער קאמפליצירטע
דער אשכול המיוחד לכך איז א באזונדערע אשכול?
און אויב יא איז הייב שוין אן איך וויל שוין אויספילן עטליכע 20 נעמען, דו וועסט סייווי פארבעסערן דעם פארום מיט מער פונקטליכע שטיקלעך אינפארמאציע וואס מ'וועט זעהן אז ס'פעלט אויס הערשט נאכן אנהייבן,
קען זיין אפשר בעסער 4 באזונדערע פארומ'ס,
בחור - מיידל - גרוש/אלמן - גרושה/אלמנה


צופיל לאנגע הכנות מאכט פארלירן די ווארעמקייט צום ענין, קודם הייב אן און לאז דעם עולם כאפן א טעיסט און זעהן ווי עס ווערט כסדר פארבעסערט און ווערט א פאקט
מ'פארלירט געדולד אריינצוקומען און ליינען בלעטער פון יעדן'ס שפעקולאציעס און ברכות


ביז יעצט האב איך געמיינט אז די האסט פלעין א האבי צו טון אין וואס די האסט עוסק געווען ביז יעצט אבער יעצט זע איך אין דיר א שליח פון הימל
אייוועלט איז א מקום וואס קען אויפטון זייער אסאך אין די זכות איז זייער גרויס. עס זענען דא אזוי סאך וואס ווארטן אויף הילף אין קיינער קוקט נישט זייער זייט די מצב איז איום ונורא עס איז א שטארקע דערגרייכונג און איז ווערט אלע כוחות וואס מען גייט דא אריינלייגן פאר אפילו איין שידוך
איך בין דיר ממש מקנא איך ווייס נישט וואס די גייסט טון מיט אזוי סאך עולם הבא דער באשעפער זאל דיר געבן די כוח צו אויספירן און באצאלן מיט אלעס גוטן


איך מיין אז דער דעת הקהל איז אז מ'זאל זיך נעמען למעשה.
אלזא, אי"ה היינט אדער מארגן וועל איך עפענען א באזונדער אשכול פאר דעם.
וחפץ ה' בידינו יצליח
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ימחול נא כבוד הרב היקר והחשוב אלף פעמים, אבער, די הנהלה דאהי איז מסכים? איר האט עמיצן אנגעפרעגט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

כמעט אלע ישיבות גדולות האבן היינט א שידוכים ליסטע. זאל איינער ארויסלייגן די טעל. # וואו מ'קען באקומען
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:ימחול נא כבוד הרב היקר והחשוב אלף פעמים, אבער, די הנהלה דאהי איז מסכים? איר האט עמיצן אנגעפרעגט?

כבודי מחול, אבער דם הבחורים והבתולות, ודם זרעותיהם וכו' אינו מחול.
זייט ווען דארף מען פרעגן די הנהלה פאר מ'עפנט אן אשכול. אויב איז דאס אין קעגנזאץ צו איינע פון די תקנות המקום, ביטע ווייזט מיר אן אויף וועלכע און איך וועל עס מתקן זיין.
אויך, איז דער אשכול שוין אפן א פאר טאג, און איך גלויב אז די הנהלה האט עס געזעהן און זיך נישט אנגערופן מיט עפעס טענות.
איך גלייב אז דאס וועט אויפהייבן די טראפיק אויף דעם סייט, און די הנהלה וועט נאך פארדינען דערפון...
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

קרית יואל קען מען עס באקומען ביי ר' יוסף מאסרי אויף 845-662-7656
אדער ר' יקותיאל הערש לעווי אויף 845-783-3155
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

שידוכים! שידוכים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

איך טראכט שוין עטליכע וואכן וויאזוי קען מען עפענען א אשכול פאר אזא 911 זאך, ב"ה אז איר האט גענומען די כוחות צו אנהייבן די זאך, השי"ת זאל העלפן אז ס'זאל זיך שוין אנהייבן רוקן די שידוכים לטובה.

1) איך טראכט אז אפשר זאל מען אויך ארויפלייגן אויף די אפליקאציע, בערך וואס מ'וואלט געזוכט פאר די בחור/מיידל
מן המובחר, לכתחילה, בדיעבד.

2) מטכס עצה זיין פאר די משפחות וואס די קינדער פארעלטערן זיך, און וואלטן געוואלט שוין א חתן ווערן מיט איינעם לויט זייער מדריגה, אבער די עלטערן וועלן זיך צו שטארק.
וויאזוי קען מען העלפן אזא בחור, צו זאל מען גרינדן א כח בי"ד, און זאגן פאר'ן טאטן אהובי ידידי, מיר האבן א גוטע בייפאל פאר אייער קינד, און מיר געבן אייך נאך 2-3 חדשים זיך צו וועלן, אויב קומט איר נישט אויף מיט עפעס וועלן מיר מוזן טון וואס די תורה פארלאנגט, און ביי א מצות עשה מכין אותו עד שתצא נפשו, נישט פארהאן קיין שום היתר על פי תורה צו מעכב זיין א גדול פון צו מקיים זיין די ערשטע מצוה און די תורה.

און א"י איז געווען א תקנה פאר אפאר הונדערט יאהר צוריק אז א בחור וואס איז העכער 20 און האט נאכנישט חתונה געהאט טאר נישט בלייבן אין א"י.

א אינגערמאן וואס האט אביסל שפעט חתונה געהאט, ווייל מ'האט געזוכט א גוטס פאר אים, האט מיר געזאגט אז מ'דארף זאגן פאר אלע עלטערן, ענדערש נעם א שוואכערע זאך, ביי די 18 ווי איידער א גוטע זאך ביי די 20.

אויב א טאטע האלט אויף ווייל ער קען נישט באשליסן צו ס'גיט פאר זיין זוהן, זאל ער קענען הערן פון די בי"ד, יא מיר האבן דורך געטראכט אלע צדדים, און עס איז מורא'דיג פאסיג.
און א פרעמדע מענטש קען אייביג זעהן די אמת מער ווי די מענטש אליין, ווייל ער איז נישט פארקויפט פאר די זייטיגע נגיעות.

א ווערטל האט איינער געזאגט, מ'זאגט נאך פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע אז די פאסטעכער זענען מעכב די גאולה, ס'פאסט-דאך נישט אזוי וכו' - האט איינער צוגעלייגט אז עס קען מרמז זיין אויף עניני שידוכים וואס דארט האלט מען צוריק פון חתונה האבן ווייל ס'פאסט-דאך נישט, מה יאמרו הבריות, און אין בן דוד בא עד שיכלה כל הנשמות שבגוף, איז ער דאך מעכב ח"ו די גאולה.

3) ס'קען זיין אויב איז דא א שטיקל בעה"ב וואס קען באשטיין צו ספאנסערן, אפשר וואלט כדי געווען, אז מ'זאל מאכן א וועכענטליכע גורל פון כך וכך $1000 או יותר, אז יעדער וואס ברענגט א געדאנק פון א פאסיגער שידוך זאל אריינגיין אין די גורל.

4) גראדע ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע ווען ער איז ל"ע געווארן א אלמן פון די ערשטע רביצן ע"ה, און געזיכט א שידוך, האט ער געצאלט געלט פאר יעדער וואס האט אים געברענגט א גיטע בייפאל.
איז אולי וואלט מען געקענט עפעס אויסארבעטן מיט אזא געדאנק

ואידך פירושא הוא זיל גמור
צלח ורכב
לאמיר הערן גוטע בשורות שטענדיג
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

@ישיחנה וויי און א יוד איז נישט קיין דזשאוק וויפיל מאל האט מען געמיינט אה דער האלט נישט ביים א שידוך טון למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז פשוט נישט מעגליך געווען צוליב געוויסע סיבות
עס איז א חשובע זאך צו עוסק זיין אין די ענין אבער איך האלט נישט אז אייוועלט איז די פלאץ פאר אזעלעכע האקעלע זאכן
עס איז א גרויסע מצווה אבער אויף אזעלעכע מצוות שרייבן אסאך אז מען זאל עס לאזן צו א צווייטן
בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

קאנגעטאלעישן'ס אויף די איידיע, אויב קען זיך עס אויסארבעטן אפילו אויף גאר א קליינע פארנעם האט זיך אלעס זיכער געלוינט.

למעשה זעהט מען לעצטנס אסאך זאכן וואס אמאל וואלט זייער שווער געקענט פאסירן אבער היינט מיטן הילף פון אינטערנעט און סאושל מידע וואס יעדער קען טוהן / שרייבן אנאנימאסלי קימט מען אן זייער ווייט.

חזק ואמץ, קען זיין אז דאס וועט נאך זיין די גרעסטע זאך וואס אייוועלט האט אויפגעטוהן (חוץ פון ארויסגעבן ספרים..).

איך וואלט געוואלט צולייגן א קליינע הערה וואס איך מיין קען ארויפברענגען די זאך אסאך מער, ווען איינער לייגט ארויף א קעיס און ווייסט פינקט וואס דער מדובר/מדוברת וויל טרעפן, זאל ער דאס אויך ארויפלייגן, אזוי וועלן אסאך פינקט צוטרעפן א באקאנטע וואס איז פינקט דאס וואס זיי זיכן און vise versa, דערנאך איז שוין א קלענערע טריט ביזן טעלער ברעכן.

כל הכבוד פאר יודישע קהילות (ידנ), לאמיר שוין הערן די קימענדיגע קאמפיין... אפשר עפענען נאך מוסדות אין מאנסי?! Who knows:)
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

אנטשולדיגט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

@ישיחנה וויי און א יוד איז נישט קיין דזשאוק וויפיל מאל האט מען געמיינט אה דער האלט נישט ביים א שידוך טון למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז פשוט נישט מעגליך געווען צוליב געוויסע סיבות
עס איז א חשובע זאך צו עוסק זיין אין די ענין אבער איך האלט נישט אז אייוועלט איז די פלאץ פאר אזעלעכע האקעלע זאכן
עס איז א גרויסע מצווה אבער אויף אזעלעכע מצוות שרייבן אסאך אז מען זאל עס לאזן צו א צווייטן


ח"ו ח"ו

איך האב אפשר נישט קלאר ארויסגעשריבן.

איך רעד נאר דארט ווי יעדער ווייסט אז די עלטערן קלויבן זיך.

איך זאג און ווייס קלאר אז ביי רוב פעלער איז נישט אזוי, ביי רוב פעלער איז באמת די מציאות אז מ'באקומט נישט קיין איין אייציגע פאון קאל חדשים אויף חדשים ה"י - וואס פארדעם איז די אשכול געווידמעט דא.

נאר אזוי ווי איך האב געזען אז מ'וויל העלפן די ציבור, האב איך געשריבן אז אויף די עלטערן וואס באקומען יא "גוטע" פארשלאגן און דאך זענען זיי מעכב, די בחורים דארף מען אויך העלפן.
און איך מוז דיר זאגן אז אזא סארט בחור (פון 22), האט מיר געבעטן ברחמים איך זאל עס דא ארויפלייגן ווייל ער האלט עס נישט אויס נאכן זעהן אז ער האט נאך 4 העכער זיך ה"י, און מ'פלעגט אנטראגן גוטע זאכן פאר זיינע געשוויסטער.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אסאך מאל זעט אויס ווי מען וועלט זיך סתם אין די וועלט אריין אבער קיינער ווייסט נישט די אמת
עס איז זיכער אז עפעס דארף געטון ווערן אבער נאר דורך א פראפעשענעל שדכן אדער א קרוב נישט דורך א אומעקספעריענסט מענטש און זיכער נישט דורך א פאבליק פארום
שלאק שמש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:57 pm

געדאנק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאק שמש »

איך מיין אז א וויכטיגע זאך וואלט געווען, מ'זאל אויך אפדריקן א שיינע אפליקאציע מיט אלע אינפארמאציע וואס מ'דארף אויספילן, סיי מצד המדובר, אין סיי וואס מ'זוכט.
די אפליקאציע זאל מען קענען דאונלאדען און ארויספרינטען, און מפרסם זיין, טיילן לשכנים, בבתי מדרשים, וכו'.

מ'זאל מאכן א פעקס נאמבער אין אימעיל ווי מ'קען דאס צוריק שיקן.

אויך א טעל. נומער מ'זאל קענען איבער לאזן געדאנקן דארט.
עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצה געזוכט »

ביסט משוגע? דו קענסט נישט מיין מיידל! איין זאך וויל איך דיר זאגן איך בין מורא'דיג נאענט מיט מיין בחור, כווייס כווייס, נאכאלץ בין איך דער טאטע דער ערשטער פון די שלשה. . (ווער זאגט? שוין נו, רעד ווייטער) מענטשן פארשטייען נישט זיי מיינען אז, למעשה מיין טאכטער אליין וועט דיר מודה זיין. יוי האסט געמיינט איך רעד פון דיר? כא כא, גראדע איז עס אויך פאר דיר

(כוואלט נאך געשריבן ווייטער, אבער איך וויל נישט קיינעם באליידיגן ח"ו, )
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

רבותי,
מצידי בין איך שוין גרייט אנצוהייבן דעם וויכטיגער און הייליגער מפעל.
איך האב שוין אויסגעארבעט די פלענער, וויאזוי עס וועט צוגיין. וויאזוי צו פארזיכערן אז עס קומט נישט לידי גילוי. צו פארשפארן אומזיסטע ארבעט. וכו'.
איך האב ג'האט בדעה צו עפענען א נייע אשכול מיט די נייע פארשריפטן, ווי מיר וועלן באהאנדלען די ערשטע סעריע פון תקנות, און ווען אימער עס וועט זיך נויטיגן אין פרישע תקנות אדער תקונים וועט יענע אשכול זיין דער אדרעסס. און גלייכצייטיג עפענען דעם אשכול בה"א הידיעה, וואו מ'וועט לייגן די אנפארמאציע כאמור.
איך וואלט געווען דער צייטווייליגער יושב ראש, ביז מיר וואלטן ממנה געווען איינער זאל דאס איבערנעמען און פירן כראוי וכנכון.
אבער...
קפץ עליו רוגזו של "הנהלה" החשובה. די געטרייע הנהלה פון אונזער וועלטל האט נאכנישט געגעבן זייער גוטהייסונג. איז איך האב אין אנהויב געהאלטן אז מדלא מיחה שמע מינה דניחא ליה... אבער דאס האב איך באקומען אין אישי
געווענטליך רופט זיך די הנהלה נישט אן מיט טענות ביזן מאכן אן החלטה, און דאן אויך נישט קיין טענות, נאר מען זאגט וואס מען האלט און וואס מען פלאנט צו טון.

צו ס'איז מתנגד תקנות המקום? שטארק יתכן אז יא, ווייל עס איז דא א חשש פון גילוי, חוזק, בארעדן, לשה"ר, רכילות, מענטשן קענען ווערן געטשעפעט אומדירעקט. עכ"פ גענוג שטארק אויף צו דארפן אנפרעגן פארן טון אזא זאך.

דערווייל האבן מיר נאכנישט מחליט געווען.

אשר על כן, גיי איך נאכנישט אנהייבן א נייע אשכול אין דעם ענין ביז די זאך ווערט קריסטאליזירט.
אויב וועט עס די הנהלה וועטאירן (ח"ו - גרויסע שאד), זענען שוין פאראן פארשידנע בעק-אפ פלענער וויאזוי אוועקצושטעלן אונזער מפעל. פארשטייט זיך אז עס וועט נישט האבן די זעלבע השפעה, ווי זייענדיג דא אויף דעם וועלטל. דאך, האפן מיר צום בוכ"ע אז מיר וועלן קענען העלפן די אלע נצרכים אין דעם געביט פון שידוכים. (ב.ד.וו. איז שלמה רעכניץ דא, ביטע קאנטאקט מיר באישי. א דאנק :lol: )
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

די הנהלה איז גערעכט, נישט מעגליך ס'זאל נישט צוקומען מ'זאל נישט כאפן המדובר או המדוברת, ס'גייט זיך גיסן לה"ר ורכילות אויף א שטארקע פארנעם ברבים או ביחידות.
שידוכים איז מען דן מפה לאוזן, אלע אינסיידס פון משפחות, מדות, געזונט וכדומה. דאס איז נישט פאבליק ניוס אויף אלגעמיינעם געוועב
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גלאזער האט געשריבן:די הנהלה איז גערעכט, נישט מעגליך ס'זאל נישט צוקומען מ'זאל נישט כאפן המדובר או המדוברת, ס'גייט זיך גיסן לה"ר ורכילות אויף א שטארקע פארנעם ברבים או ביחידות.
שידוכים איז מען דן מפה לאוזן, אלע אינסיידס פון משפחות, מדות, געזונט וכדומה. דאס איז נישט פאבליק ניוס אויף אלגעמיינעם געוועב

קודם כל האט דאך די הנהלה גארנישט געזאגט - דערווייל.
און דו ביסט לגמרי נישט גערעכט, עס גייט נישט ווערן דא א גערעדאכץ פון מענטשן. בפירוש נישט. בכלל נישט.
עס גייט נאר ערווענט ווערן בעסיק אינפארמאציע ווי שוין אויבן אויסג'שמועסט. די רעשט גייט ווערן פארהאנדלט ווערן פריוואט דורך דער ניק וואס האט ארויפגעשטעלט די אינפארמאציע. אצינד לאמיר זיך מתבונן זיין וואס זענען דא די חששות אלס גילוי.
אין אישי אדער אימעיל קען דאך יעדער שרייבן וואס ער וויל.
דער ניק וואס האט ארויפגעשטעלט די אינפארמאציע, איז דאך א קרוב/גוטע חבר פון דעם מדובר, גייט ער דאך נישט סתם ארויסגעבן דיס-אינפארמאציע. ווידער אויף זיין אייגענעם גילוי גייט ער אויך מקפיד זיין.
וואו פונקטליך גייט זיין גלוי? וואו גייט זיך גיסן לה"ר ורכילות?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אלס נאך א הוספה פון שמירה קעגן א מעגליכער עגמת נפש, קלער איך אפשר אנצוהייבן דורך לאזן נאר דעם מנהל ארויפלייגן די אינפארמאציע. אזוי וועט עס ווערן איבערגקוקט און איבערג'זופט איידער עס ווערט נתפרסם בין הבריות.
וואס האלט איר וועגן דעם?
וואס האלט די הנהלה?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

גלאזער האט געשריבן:די הנהלה איז גערעכט, נישט מעגליך ס'זאל נישט צוקומען מ'זאל נישט כאפן המדובר או המדוברת, ס'גייט זיך גיסן לה"ר ורכילות אויף א שטארקע פארנעם ברבים או ביחידות.
שידוכים איז מען דן מפה לאוזן, אלע אינסיידס פון משפחות, מדות, געזונט וכדומה. דאס איז נישט פאבליק ניוס אויף אלגעמיינעם געוועב


ווען ביזטו א חתן געווארן? ביי די 17 אדער 18? טראכט אריין ווען די ביזט אין דעם פלאץ צו וואלסט אויך געהאט אזעלכע טענות.

און לאמיר זאגן אז ס'וועט צוקומען צו לשון הרע וכדו' קען מען דאך עס דעמאלטס פארמאכן און שלום על ישראל.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

דערווייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דערווייל, ווער עס וויל קען מיר אריינשיקן די אינפארמאציע.
איך וועל עס נאכנישט ארויפלייגן אויף אונזער וועלטל, ווילאנג עס וועט זיך נישט אויסקלארן די מצב מיט אונזערע געטרייע מנהלים. אבער, ווי געשריבן אויבן איז 'הרבה דרכים למקום', און אויב דא וועט זיך נישט אויסארבעטן וועלן מיר אי"ה אנפירן אונזער פראיעקט אויף אנדערע אופנים - ריוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר...
ביטע נאר שרייבן די פאלגענדע פרטים (מאכט זיכער אז איר שרייבט נישט קיין פריוואטע, אדער סימנים מובהקים'דיגע, אינפארמאציע):
בחור/מיידל:
עלטער:
[גרוש/ה/ אלמן/ה]
געגנט-אדרעסס (וומסב"ג, ב"פ, קר"י, מאנסי וכדו')
קהילה/חסידות:
לבוש:
הויפט פאזיטיווע נקודות:
הויפט באגרעניצונגען:
הערות:

לייגט אויך צו (וויכטיג איך בין יא/נישט ביכולת גרייט אנצוטראגן א שידוך פאר דעם בחור/מיידל
די אלע וואס קענען מיך אביסל (פון "מפעל הוצאת ספרים") ווייסן אז איך האב 0 - זערא אינטערעסע צו נישטערן אין אן אנדערע ניקס פריוואטע אינפארמאציע, אדער אפילו קומען נאנט צו א חשש גילוי. דארפט איר נישט חושש זיין אז עס וועט ח"ו ארויסקומען עפעס שלעכטס. שומר מצוה לא ידע רע!
איך האף אי"ה אז עס וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פון דעם, און אז גאר אסאך וועלן נהנה זיין אי"ה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
פרעג בעסער נישט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2009 10:51 pm
לאקאציע: זעסט אפשר נישט גיט????!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג בעסער נישט »

כ'פראביר ממחיש זיין בערך ווי אזוי עס גייט צו גיין, צו ס'איז אפי' מעגליך במציאות, ברוך פאדעווייץ ווארט שוין אויף א שידוך א שיינע פאר יאר, מען האט שוין אנגעטראגן רעכל אבער זי איז פון די #אנדערע, מען האט שוין אנגעטראגן לאה, אבער זי איז נישט קיין באגאבא סטייל, בקיצור א סינעריא ווי מען זיכט א שידוך.

יעצט קומט א ניק 'בלי לחץ' גייט צום מנהל [ווער ס'זאל נאר זיין] און זאגט אים ברוך פאדעווייץ דארף א חתן ווערן, ער לייגט אים אראפ אלע דעטאלן, מען שטעלט ארויס א מעלדונג, און ב"ה איינער רופט זיך אן אין אישי און מעלדט פארן מנהל אז חנה קראכנבוים דארף א כלה ווערן, און דאס אין דאס איז די דעטאלן, אלעס קוקט אויס ווי עס שטימט.

ווי גייט מען דא ווייטער? די איינציגסטע וועג איז אז די מנהל וואס באמת הייסט ער זעמל שניידער, זאל צוגיין צו אברהם פאדעווייץ און אים אנטראגן חנה קראכנבוים פאר זיין זון ברוך, און דערנאך צוגיין צו אשר קראכנבוים און אנטראגן דעם בחור ברוך פאדעווייץ פאר זיין טאכטער חנה.

איין פראבלעם איז נאר דא, אז די מנהל זעמל שניידער וואוינט אין אנטווערפן, און אברהם פאדעווייץ וואוינט אין מאנסי, און אשר קראכנבוים וואוינט אין לאנדאן, ווער גייט וועלן הערן פון אזא שדכן/שידוך... בפרט ווען אברהם/אשר וועלן פרעגן פון וואנעט קענט איר דעם בחור/מיידל, און ער גייט בלייבן מיטן לאנגן צינג אינדרויסן, אדער ענטפערן מיין חבר 'שלמה הילדעסהיימער' האט מיר געזאגט... פעלט נאר אויס זיי זאלן פרעגן צו ס'איז פון די הילדעסהיימער משפחה וואס וואוינט אויף מעיפעל עוו...

כ'זע באמת נישט ווי אזוי מען קען עס נעמען ווייטער פון דא. [זאת ועוד פארגעס נישט אז קיין ווארט אינטערנעט טאר דאך נישט דערמאנט ווערן].

כבוד הרב יידישע קהילות, ביטע שטעל אראפ אזא סארט משל, און ווי אזוי עס גייט צו גיין אז עס זאל קענען ווערן בכדי שיעשו [אז די הנהלה זאל בכלל דארפן דן זיין דערוועגן].
נעקסטיים פרעג נישט............................
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פרעג בעסער נישט האט געשריבן:כ'פראביר ממחיש זיין בערך ווי אזוי עס גייט צו גיין, צו ס'איז אפי' מעגליך במציאות...

כ'זע באמת נישט ווי אזוי מען קען עס נעמען ווייטער פון דא. [זאת ועוד פארגעס נישט אז קיין ווארט אינטערנעט טאר דאך נישט דערמאנט ווערן].

כבוד הרב יידישע קהילות, ביטע שטעל אראפ אזא סארט משל, און ווי אזוי עס גייט צו גיין אז עס זאל קענען ווערן בכדי שיעשו [אז די הנהלה זאל בכלל דארפן דן זיין דערוועגן].

בערך אזוי:
ראובן איז א בחור פון בערך 22 יאר אלט. זיין טאטע איז נישט קיין גרויסע עושר און נישט א קליינע ארימאן. דער בחור אליינס איז נישט קיין גרויסער למדן, און נישט א מר בר רב אשי ביי ע לאנג שאט. א פשוט'ע וואוילע משפחה. וואוינט אין ב.פ. די מאמע קומט פון לאנדאן און האט א קליינע משפחה, דער טאטע איז פארנומען שטארק על המחיה ועל הכלכלה, און קוים וואס האט צייט צו טראכטן וועגן זיין זון. דער בחור, לערנט שוין נישט אין א ישיבה, ער האט געטראפן עפעס א חברותא, אן אנדערע עלטערע בחור, און זיי לערנען אין היכל התורה יעדן נאכמיטאג. אצינד דער פראבלעם דא איז אז קיינער, חוץ די עלטערן, טראכט נישט וועגן דעם טייערן נפש וואס חלש'ט א חתן צו ווערן אבער האט נאכנישט געטראפן זיין באשערטע.
די סאלושען:
א חבר פון דעם בחור אדער דער טאטע/קאזין/שכן, וואס האט א ניק "שלום שלו" אין אונזער וועלטל, שרייבט אפ א הודעה בזה"ל:
#324
בחור/מיידל: בחור
עלטער: 22 יאר
[גרוש/ה/ אלמן/ה] בחור
געגנט-אדרעסס (וומסב"ג, ב"פ, קר"י, מאנסי וכדו') ב.פ.
קהילה/חסידות: סאטמאר-געשטימט/קראסנא
לבוש: קריעת י"ס הוט, קורצע רעקל. פיאות געקרייזלט.
הויפט פאזיטיווע נקודות: איידל, לב טוב. משפחה וואוילע מענטשן.
בין איך גרייט עס אנצוטראגן? יא
הויפט באגרעניצונגען:
הערות:


זיצט א ייד אין ענגלאנד און לייענט וואס עס שטייט דא, און כאפט זיך אז זיינס א חבר האט א מיידל וואס איז שוין 21 1/2, און גארנישט ריקט זיך. ער ווייסט אז דער ייד איז א נייטרא תלמיד, און האט חתונה ג'האט קיין ענגלאנד, סאו מצד די משפחות קען עס שטימען. שרייבט ער א פ"ה באישי צו 'שלום שלו'. פרעגט מער פרטים.
ביז די צוויי פילן גענוג באקוועם, און ער שרייבט איהם די נאמען פון די מיידל.
ער זאגט אים די נאמען פון דעם בחור.
'שלום שלו' רופט אן זיין שכן, אז עס האט זיך געמאכט במקרה אז ער האט אויסגעפונען פון א מיידל אין ענגלאנד וואס עס קען זיין אינטערסאנט.
זאגט דעם נאמען.
האסט אמאל געהערט פון דעם שידוך?
ניין.
ער גיבט איהם מער אינפארמאציע וכו'.
זאל איך עס אנטראגן?
פארוואס נישט!
וואוינען? דא? דארט?
צוויי יאר דארט, דערנאך וועט די קאפל מחליט זיין אליינס.
חתונה?
בלאנדאן.
מזל טוב די ערשטע אייוועלט שידוך!!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אגב:
רבותי, ביטע מיר אריינשיקן אייערע נעמען ווייל אי"ה מוצ"ש אדער זונטיג וויל איך מפרסם זיין די ערשטע ליסטע.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

עס ווערט געזוכט א שידוך פאר 22 יעריגע בחור גייט א ביבער הוט זייער א וואולע נאר פשוט מען ווארט אויפן באשערטע
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

גייט שטיין וויפיל געלט אויך?
מ'דארף וויסן אויב די באטרעפנדע און ארומיגע זענען מסכים מ'זאל דיסקוסירן ברבים איבער זיי.
גייט די אלע אינפורמציה בלייבן לעולם דא? וואס טוט מען אויב דער חתן כאפט שפעטער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”