מפעל שידוכים - זייט אייך משתתף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מפעל שידוכים - זייט אייך משתתף

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 01, 2016 7:58 pm

מיינע טייערע פריינט,
במשך די לעצטע יאר, זייענדיג דא א שותף אין דעם הערליכן אינהאלטסרייכער סייט, האב איך געזעהן וואס מ'קען אלץ אויפטוהן מיט א כח הרבים. און נאך די גרויסע הצלחות וועלכע "מפעל הוצאת ספרים עולם התורה שע"י אייוועלט" האט אפגעהאלטן, ארויסגעבן צענדליגע גליונות און כמה ספרים פון צוויי גאונים וקדושים פון הונדערטע יאר צוריק.
האב איך געקלערט אז מיר דארפן זיין מוסיף והולך, און צולייגן נאך רינגעלע אין דעם קייט פון תורה און חסד וואס ווערט פראקטיצירט אזוי שיין דא צווישן אונזערע חשוב'ע ניקים.
דערפאר טוה איך אצינד פראקלאמירן דעם עפענונג פון אונזער נייער מפעל "מפעל עולם השידוכים שעל ידי אייוועלט". אין דעם מפעל וועלן מיר זיך משתדל זיין צו געפינען שידוכים - פאסיגע זיווגים פאר בחורים און מיידלעך וואס האבן נאכנישט מצליח געווען צו טרעפן זייער באשערטע בן/בת זוג.
אין די פאלגענדע הודעה וועל איך שרייבן די פרטים וויאזוי דער מפעל וועט צוגיין.
איך וויל מקדים זיין, אז דער מפעל איז בפירוש נישט געווידמעט אויף צו פארדינען "שדכנות געלט", נישט אז עס איז אסור צו באקומען שדכנות געלט, אדרבה. נאר פשוט בדרך כלל ווילן מיר קעיטערן צו אזוינע ניקים וועלכע ווילן זיך אריינטוהן אין שידוכים-מאכן שלא על מנת לקבל פרס. אויב וועלן זיי אויך עפעס פארדינען דערביי - מה טוב ומה נעים.
דער אשכול בעט איך זאל זיין געווידמעדט בלויז צו דיסקוסירן דעם אופן וויאזוי אנצוהייבן און אנצופירן דעם מפעל. אי"ה ווען מיר וועלן אנהויבן מיט אונזער היילגער פראיעקט, וועלן מיר עפענען א באזונדערן אשכול פאר דעם צוועק.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג פאברואר 01, 2016 9:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 01, 2016 7:58 pm

א. דער מפעל איז געווידמעט פאר שידוכים, פאר איעדע עלטער, אבער בעיקר פאר "שווערע קעיסעס" אדער זיווג שני'ס וכדומה.
ב. דער וואס וויל טרעפן א שידוך פאר זיינס א באקאנטן, זאל ארויפלייגן די אינפארמאציע אן א נאמען און אן פרטים וועלכע קענען 'אויסזאגן' פון וועמען מ'רעדט.
ג. יעדע נאמען גייט באקומען א קעיס-נובמער, און דורך דעם נאמבער גייט מען האנדלען איבער דעם קעיס
אין א באזונדערע שורה זאל שטיין זאכן וואס אנבאלאנגט לבוש/חסידות וכדומה.
אין א באזונדערע שורה זייטיגע נאטיצן און הערות.
דאס הייסט אז בערך אזוי גייט אויסזעהן א הודעה

#54
בחור, 23 יאר, וומסב"ג, לערנט אין כולל, טאטע האט א ביזנעס אין וומסב"ג,
לבוש: שטאפענע הוט, קורצע רעקל.
גרייט צו וואוינען אין וומסב"ג, קר"י אדער ב.פ.

ד. דער וואס שרייבט א נאמען זאל שרייבן צו ער שפירט אז ער איז דער פאסיגער מענטש אנצוטראגן דעם שידוך פאר דעם באטרעפנדן, אדער איז נאר וויליג איבערצוגעבן די אינפארמאציע ווייטער.
ה. דער וואס זעט די הודעה, און טראכט פון א שידוך וואס קען זיין פאסיג, זאל דאס נישט ארויפלייגן ברבים, נאר זאל שיקן די אינפארמאציע (קודם בעילום שם) צו דעם ניק וואס האט פארעפענטליכט דעם קעיס.
ו. אויב וועט זיך עס אויסארבייטן, בשעטו"מ, דאן זאל דער ניק וואס האט עס ארויפגעשטעלט שרייבן א מזל טוב, און פרובירן, בהשתדלות אונזערע געטרייע מנהלים, אראפצונעמען פון דעם פארום, כדי נישט צוטומלען אנדערע.
ז. אויב ארבעט זיך עס נישט אויס, דאן שרייב ארויף דיין אינפארמאציע אלס א באזונדערע קעיס.
וכו' כנ"ל.
ח. פארשטייט זיך אז שדכנים/שדכנות קענען אויך נוצן די אינפארמאציע, כדי צוצוהעלפן אויסצופירן יידישע שידוכים.
ט. אויב ווילסטו נישט ווערן געמוטשעט דורך אנדערע ניקים/שדכנים איבער א קעיס, דאן קענסטו שיקן די אינפארמאציע פאר דעם מנהל, און ער וועט עס ארויפלייגן אונטער זיין נאמען.
י. בשום אופן טאר נישט ארויפקומען קיין נאמען אדער רמזים פון וועמען מ'רעדט. הן בשעת די אנגייענדע שדכנות באציהונגען, און אזוי אויך נאכדעם וואס ער/זי קומט אריין בקשרי השידוכים בשעה טובה ומוצלחת.

פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נאר די ערשטע קערנדלעך אין אזוי גרויסער אונטערנעמונג, און מיר זענען גרייט צו הערן הצעות און פארשלאגן פון די אלע חשובע ניקים דא אין אונזער וועלטל. איר קענט מיר אויך שיקן אין אישי אדער אימעיל.
ויה"ר שתשרה שכינה במעשי ידינו.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג פאברואר 01, 2016 8:17 pm

צו וועליכע חסידות מ'באלאנגט איז אויך פון די ראשי פרקים וואס דארף ארויסשטיין
לעצט פאראכטן דורך יאצמעך אום מאנטאג פאברואר 01, 2016 8:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 01, 2016 8:25 pm

אויב עס איז וויכטיג.
[איך מיין נישט דיין הודעה, אבער ביטע האלטן דעם אשכול ריין פון ווערטלעך וכדומה]
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 01, 2016 8:36 pm

איך פלאן צו עפענען דעם מפעל נאכן באקומען חיזוק פון גענוג ניקים, בסתר או בגלוי.
די הצלחה פון דעם ווענדט זיך אין וויפיל אינטערעסע דער עולם האט צו אזא זאך.

איך וויל אויך פרובירן צו טרעפן א ניק וואס איז מסכים צו זיין מנהל פון דעם מפעל. איך האב שוין מיין ערשטער מפעל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג פאברואר 01, 2016 9:34 pm

זייער א גוטע געדאנק!

איך האב אסאך נעמען צו צוגעבן..

איך האב אויך שידוכים וואס איך האלט זיי זענען פאסיג, אבער איך קען נישט אנטראגן. אפשר קען מען מאכן אויף עפעס א וועג אז איך זאל שרייבן אז #54 און #55 קוקן אויס פאסיג, אבער ווער וויל זיך אונטערנעמען?


נאך עפעס. וויאזוי פארהיט מען זיך פון גילוי?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 01, 2016 9:42 pm

בן נון האט געשריבן:זייער א גוטע געדאנק!

איך האב אסאך נעמען צו צוגעבן..

איך האב אויך שידוכים וואס איך האלט זיי זענען פאסיג, אבער איך קען נישט אנטראגן. אפשר קען מען מאכן אויף עפעס א וועג אז איך זאל שרייבן אז #54 און #55 קוקן אויס פאסיג, אבער ווער וויל זיך אונטערנעמען?


נאך עפעס. וויאזוי פארהיט מען זיך פון גילוי?


ווי אויבן געשריבן, אין די הודעות וועלכע וועלן זיין אפן אין דעם שידוכים אשכול, וועט נישט זיין קיין נעמען און אויך נישט קיין רמזים.

דער וואס וויל אנטראגן אין אישי/אימעיל, וועט שרייבן א נאמען מיט בעסיק אינפארמעשון צו דעם ניק וואס האט ארויפגעשטעלט די הודעה, ער מוז נישט זאגן צו ער איז א קאזין פון זיינס א שכן, א ברודער פון א מחותן, דער טאטע אדער גאר דער באטרעפנדער אליינס...

פארשטייט זיך אז דער בעל ההודעה, וועט וויסן אז דער ניק, איז עפעס פארבונדן מיט #2, אבער וועט נאך אלץ נישט האבן קיין השגה ווער דאס איז.

אצינד, מיר האפן אז דער ניק וועט נישט זוכן צו גריבלען און פארשן פרטים אויף דעם ניק. עס איז נישט יושר'דיג, נישט מענטשלעך, און ער וועט מסתם סייווי נישט מצליח זיין אין דעם.

ווי אויך, קען זיך איינער מאכן א באזונדערע ניק, אויף אנצוטראגן שידוכים. אדער, קען ער איבערגעבן די אינפארמעשאן צום מנהל המפעל, און ער וועט זיין דער שדכן צווישן די ניקים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג פאברואר 01, 2016 10:33 pm

א געוואלדיגע געדאנק אויב ס'ארבעט זיך אויס, בפרט נאך אין די וואכן.

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » דינסטאג פאברואר 02, 2016 12:01 am

ליסן, בעט די אלע פרויען וואס זענען אויפן מארק אז זיי זאלן זיך אויפמאכן ניק׳טעס... וועט מען אנטראגן שיך בענדל פאר העילאו קיטי...

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 02, 2016 12:31 am

מ'גייט כאפן פון די אינפא

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

פון די פילע הודעות אין אישי

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 02, 2016 12:34 am

הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:פיינע געדאנק. ווענגלייך איך פארשטיי נישט וויאזוי עס גייט ארבייטן.

אויב דו בוסט א שדכן אין די ליין, ביטע, גיב מיר דיין נומער, און איך וועל דיר געבן א קלינג.

אויב בוסטו נישט קיין שדכן, נאר א איד מיט גוטע רצונות, דאן האמיר אונז נישט וואס צו רעדן.

פאקט באווייזט,
סעקאנד מערידש ברויך מען האבן א שדכן וואס איז פראפעשאנעל אין דעם, אז נישט וועט זיך זאכן קיינמאל נישט רירן.

איך בין <<אויסגעמעקט פערזענליכע פרטים>>.

הצלחה

איך בין נישט קיין שדכן, אבער שוין אויסגעפירט עטליכע ב"ה.
פ"וו ברענגסטו נישט ארויס דיינע ספיקות אופן פארום, וועט יעדער קענען דן זיין צו עס קען מצליח זיין.
איך מיין אז יא.
דא נעמען אנטייל יידן פון אלע געגנטער, פון אלע חסידות'ער, מענטשן וואס זענען אינטערסירט צו העלפן.
פראפעשאנעל שדכנים קענען אריינקומען אין דעם אשכול און נוצן די אינפארמאציע פאר די הצלחה פון זייער ארבעט. אדרבה, דאס ווילן מיר דאך.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

געװאלדיג!

תגובהדורך verveist » דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:37 am

צו עס ״קען״ זיך אויסארבעטען צו נישט װייס איך נישט
אבער דאס עצם ״טהון״ אין אזא געװאלדיגער ענין איז גאר גרויס!
דאס איז דאך אזאך װאס כביכול אליין איז עוסק דערמיט און מען װערט א שיתוף למעשה בראשית.
מען איז אװדאי מקיים דערמיט די מצוה פון והלכת בדרכיו אויסער אלע מצװת פון גמ״ח ועוד הרבה עד אין שיעור!
בלייבט נאר איבער –אלץ װעלען זיין כאטש א נטפל לעושה מצוה רבה- צו װאונטשען
יה״ר שתשרה שכינה במעשה ידיכם, והצלחה לבנות בתים נאמנים בישרא-ל בבחינת איש ואשה שזכו שכינה שרוי ביניהם
ועי״ז התקרבת הגאולה שלימה בב״א

תושב בלומינגבורג
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:20 am

תגובהדורך תושב בלומינגבורג » דינסטאג פאברואר 02, 2016 10:10 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:פיינע געדאנק. ווענגלייך איך פארשטיי נישט וויאזוי עס גייט ארבייטן.
אויב דו בוסט א שדכן אין די ליין, ביטע, גיב מיר דיין נומער, און איך וועל דיר געבן א קלינג.
אויב בוסטו נישט קיין שדכן, נאר א איד מיט גוטע רצונות, דאן האמיר אונז נישט וואס צו רעדן.
פאקט באווייזט,
סעקאנד מערידש ברויך מען האבן א שדכן וואס איז פראפעשאנעל אין דעם, אז נישט וועט זיך זאכן קיינמאל נישט רירן.
איך בין <<אויסגעמעקט פערזענליכע פרטים>>.
הצלחה

איך בין נישט קיין שדכן, אבער שוין אויסגעפירט עטליכע ב"ה.
פ"וו ברענגסטו נישט ארויס דיינע ספיקות אופן פארום, וועט יעדער קענען דן זיין צו עס קען מצליח זיין.
איך מיין אז יא.
דא נעמען אנטייל יידן פון אלע געגנטער, פון אלע חסידות'ער, מענטשן וואס זענען אינטערסירט צו העלפן.
פראפעשאנעל שדכנים קענען אריינקומען אין דעם אשכול און נוצן די אינפארמאציע פאר די הצלחה פון זייער ארבעט. אדרבה, דאס ווילן מיר דאך.



אשריך פאר דיין געדאנק צו טון אין די פארווייטיגטער טעמע

איך בין גרייט צו זיין דער בלומינגבורגער קאראספעדאנט, די ביסט גערעכט 100 פראצענט מיט דיין גאנג, דער הרוצה בעילום שמו קוקט אויס ער האט נישט אזויפיל ערפארונג אין שווערע קעיסעס על פי רוב ריקן זיך זאכן נאר נאכדדעים וואס גיטע פריינט לייגן צו א האנט, דערנאך קען מען אסאך מאל ניצן א מכה בפטיש פון א פראפעשענעל, אבער ביז אהין דארף מען א שטארקע וואלונטערישע פאוער פון העלפן די וואס זיצן און ווארטן אויף הילף, ביטע הייב עס אן ווי א מינוט פריער ווייל די צער פון די באטרעפענדע איז אומבאשרייבליך

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג פאברואר 02, 2016 10:24 am

א גוטער ווילן. איך בין נישט זיכער אז דער געדאנק קען ארבייטן.

איך האב שוין אויך אויסגעפירט שידוכים, און בדרך כלל אזא געדאנק וואס דו ווילסט דא מאכן וועט בשו"א נישט ארבייטן.

וואס עס וועט יא אפשר אויפטוהן איז אז די שדכנים אדער ווער ס'האט א געפיל אין די ליין וועלן זיך דא צאמטרעפן און דאן קענען באמת ארבייטן איינער מיטן צווייטן.

אגב האלט איך אינממיטן א ריזיגן פראגראם פאר שידוכים (נישט קאמפיוטער פראגראם נאר א ביזנעס מאדעל און סיסטעם) וואס מומחים זאגן עס וועט זיין א דורכברוך אינעם פראבלעם. איך זוך נאך העלפ אין פארשידענע הינזיכטן.

מ'דארף טוהן און טוהן ביז מ'וועט אויפטוהן. דער שידוכים מארקעט איז א דיזעסטער.

איר זאלט האבן הויפנס הצלחה, און איך וועל אויך פרובירן אריינצוטשעקן דא מער אפט צו זעהן וואס מ'קען אויפטוהן צוזאמען. הלואי.

תושב בלומינגבורג
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:20 am

תגובהדורך תושב בלומינגבורג » דינסטאג פאברואר 02, 2016 11:09 am

זאלץוואסער האט געשריבן:א גוטער ווילן. איך בין נישט זיכער אז דער געדאנק קען ארבייטן.
איך האב שוין אויך אויסגעפירט שידוכים, און בדרך כלל אזא געדאנק וואס דו ווילסט דא מאכן וועט בשו"א נישט ארבייטן.

וואס עס וועט יא אפשר אויפטוהן איז אז די שדכנים אדער ווער ס'האט א געפיל אין די ליין וועלן זיך דא צאמטרעפן און דאן קענען באמת ארבייטן איינער מיטן צווייטן.
אגב האלט איך אינממיטן א ריזיגן פראגראם פאר שידוכים (נישט קאמפיוטער פראגראם נאר א ביזנעס מאדעל און סיסטעם) וואס מומחים זאגן עס וועט זיין א דורכברוך אינעם פראבלעם. איך זוך נאך העלפ אין פארשידענע הינזיכטן.
מ'דארף טוהן און טוהן ביז מ'וועט אויפטוהן. דער שידוכים מארקעט איז א דיזעסטער.
איר זאלט האבן הויפנס הצלחה, און איך וועל אויך פרובירן אריינצוטשעקן דא מער אפט צו זעהן וואס מ'קען אויפטוהן צוזאמען. הלואי.

אויב האלטסטו אינמיטן א סוקסעספול פלאן קענסטו נאר זען דיין זאך ארבעטן
דערווייל לאמיר כאטש טון עפעס צאמצונעמען דא דעם עולם פון אלע געגנטער און אלע קרייזען און לאמיר זיך א ריר געבן, די מצב איז ממש א דיזעסטער.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג פאברואר 02, 2016 11:57 am

זאלץוואסער דו זאגסט עס גייט נישט ארבעטן, אבער דו זאגסט נישט פארוואס.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 02, 2016 1:36 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:א גוטער ווילן. איך בין נישט זיכער אז דער געדאנק קען ארבייטן.

איך האב שוין אויך אויסגעפירט שידוכים, און בדרך כלל אזא געדאנק וואס דו ווילסט דא מאכן וועט בשו"א נישט ארבייטן.

וואס עס וועט יא אפשר אויפטוהן איז אז די שדכנים אדער ווער ס'האט א געפיל אין די ליין וועלן זיך דא צאמטרעפן און דאן קענען באמת ארבייטן איינער מיטן צווייטן.

אגב האלט איך אינממיטן א ריזיגן פראגראם פאר שידוכים (נישט קאמפיוטער פראגראם נאר א ביזנעס מאדעל און סיסטעם) וואס מומחים זאגן עס וועט זיין א דורכברוך אינעם פראבלעם. איך זוך נאך העלפ אין פארשידענע הינזיכטן.

מ'דארף טוהן און טוהן ביז מ'וועט אויפטוהן. דער שידוכים מארקעט איז א דיזעסטער.

איר זאלט האבן הויפנס הצלחה, און איך וועל אויך פרובירן אריינצוטשעקן דא מער אפט צו זעהן וואס מ'קען אויפטוהן צוזאמען. הלואי.

אויב וועלן מיר יענס אויפטוהן, איז דאך דאס שוין כדאי.

דאס איז דאך מער ווייניגער וואס דער "מפעל" גייט אויפטוהן.
די אלע וועלכע קענען נישט אליינס אנטראגן, אדער אויספירן, וועלן כאטש האבן נעמען וועלכע זיי וועלן קענען איבערגעבן פאר שדכנים, אדער גוטע פריינט וואס קענען יא די מלאכה, און לאזן זיי אויספירן די שדוכים בשעטו"מ.

אלזא רבותי, קען מען דאס שוין אנהייבן?
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דינסטאג פאברואר 02, 2016 2:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דינסטאג פאברואר 02, 2016 1:54 pm

איך וואלט געראטען מען זאל ארויפשטעלן א בעסיק פארום וואס מזאל קענען גרינג אויספילן
בחור/מיידל:
אינגערמאן/ווייבל:
יארגאנג:
וכו'

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 02, 2016 2:18 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך וואלט געראטען מען זאל ארויפשטעלן א בעסיק פארום וואס מזאל קענען גרינג אויספילן
בחור/מיידל:
אינגערמאן/ווייבל:
יארגאנג:
וכו'

ריכטיג. עס איז אין פלאן. אי"ה אין דעם אשכול המיוחד לכך וועלן מיר ארויפלייגן א בעיסיק פורם, און מ'וועט נוצן קאפפי & פעיסט און אריינפילן די אינפארמאציע.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דינסטאג פאברואר 02, 2016 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 02, 2016 2:19 pm

בהתייעצות מיט עטליכע ניקים אין אישי, ווילן מיר מאכן א "הנהלה" צוזאמגעשטעלט פון דריי ניקים, זיי וועלן זיין די עוסקים בצורכי ציבור און מסדר זיין אלעס על צד היותר טוב.
ווער עס איז אינטערסירט זאל מודיע זיין דא אדער באישי.

איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וועם איך האב נישט (נאכנישט) געענטפערט אויף זייערע הערות, דברי חיזוק אין אישי - איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן אזויפיל הודעות.
אויב מעגליך, שרייבט דא ברבים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:42 pm

א טייל פון די תגובות וואס איך האב באקומען אין אישי:
איך בין אין.
מען וואלט געדארפט האבן א מהלך וויאזוי יעדער זאל קענען זעהן די גאנצע ליסטע פון בחורים \ מיידלעך, מען קען נישט מישן בלעטער אויף בלעטער צו זוכן נומער #34 און נומער #68 וכדומה. איך וואלט פארגעשלאגן אז אין די פתיחה קאמענט, זאל ליגן אטעטשד א פי.די.עף. וואס זאל ווערן אפדעיטעד יעדע וואך צוויי, מיט אלע קעיסעס וואס זענען נאך אפן, מיט זייערע קעיס נומערן, און די פילע אינפארמאציע, און די נאמען פון די ניק וואס האט ארויפגעלייגט די קעיס, און אפשר אפילו אויך א לינק צו יענע קאמענט.


נישט קיין חילוק אויב דער "פלאן" איז געוואלדיג, אבער אויב איין שידוך וועט "למעשה" זיך אויספירן דורך דעם איז דאס א דערגרייכונג ששכרה עד אין קץ און בפרט פאר זווג שני
מיין פארשלאג וואלט געווען, אז יעדע הצעה וואס איינער האט זאל ווערן געשיקט צום ערשט פרטי צו א מנהל דא, וואס ער וועט וויסן די בעסטע וועג דאס ארויפצושטעלן, אז ס'זאל זיין גענוג קלאר און גענוג באהאלטן.
אויב נישט וועט גיין אויפן פארום אהין און צוריק, ביז א זאך וועט ווערן קלאר, ביני לביני וועט זיך איינער עפעס ארויסכאפן בשוגג, און א צווייטער ווערט רייטן דערויף במזיד.
דאס הייסט אז יעדע הצעה זאל דורכייגן א פילטער, א אויסקלארונג פראסעס דורך די מנהלים פון דעם ענין, ביז דאס וועט ארויפקומען גענוג קלאר
הצלחה רבה, דינעמען פון מיינע נאנטע שטייען שוין גרייט ארויפצולייגן....


קודם א גרויסן דאנק פארן ארויפברענגן אזא געלונגענע בייפאל און אחך האלט זייער אז מוועט קענען אויפטון דערמיט.
אויב איר זיכט נאך מענטשן וואס זאלן זיך אפגעבן דערמיט בין איך גרייט אריינצוגיין און די הנהלה און פרובירן אויפטון גדולות ונצורות


א דאנק פאר דיר צדיקל
ביטע ווען הייבט מען אן , די מצב איז א ששרעק איך קען אפאר מענטשן פון די נאנט וואס מיטשען זיך שוין יאאארען


און ביטע נישט עפענען פאר ס'איז קלאר פונקטליך הונדערט פראצענט דער מהלך, ווייל ס'קען זיין יצא שכרו בהספדו, ענדערש ווארטן נאך א וואך צוויי ווילאנג זאכן וועלן זיין מסודר, וויאזוי ס'גייט לויפן פון אנהייב ביזן סוף, ווי איידער עפענען געכאפטערהייט [אזוי ווי איין ניק האט געבעטן מען זאל "שוין" עפענען] און דערנאך עס פארמאכט לצערם פון אלע וואס ווארטן אויף זייער זיווג

הצלחה
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דינסטאג פאברואר 02, 2016 5:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » דינסטאג פאברואר 02, 2016 5:02 pm

אלזא נאכן דורכליינען די תגובות ביז אהער, זע איך אז כמה ניקים ווארטן שוין קוים די אשכול זאל זיך עפענען וואס פריער, און זיי זאגן אז זיי האבן שוין נעמען פון זייערע נאענטע גרייט ארויפצולייגן.

אויב די זאך קען נישט 'אפטוהן' און קען 'אפשר' אויפטוהן, איז אן עבירה יעדע מינוט וואס די אשכול איז נאכנישט אפן .. . !

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 02, 2016 5:17 pm

איך ווארט אויף א פאר ניקים זאלן זיך מתנדב זיין צו דינען אין די הנהלה.
ווער רופט זיך אן?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג פאברואר 02, 2016 6:30 pm

וואס פארלאנגט זיך צו זיין אין די הנהלה?

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג פאברואר 02, 2016 6:57 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך ווארט אויף א פאר ניקים זאלן זיך מתנדב זיין צו דינען אין די הנהלה.
ווער רופט זיך אן?


איך ווייס נישט וויפיל צייט איך וועל האבן, אבער וואס איך קען בין איך גרייט צו טון. קענסט רעכענען אויף מיין הילף לכה"פ אויף אנצוהייבן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Belz123 און 13 געסט