בלאט 1 פון 5

אנטיק מטבעות, וויפיל איז עס ווערט?

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 2:56 pm
דורך קרעמער
באקומען אן אנפראגע פון א חבר:

איך דריי מיך לעצטנס אסאך ביי מיין זיידן אין שטוב, און איך האב באמערקט אז ער האט א גאנצע לעדל מיט אלטע מטבעות און אנטיק זאכן וואס קענען ווערט זיין א שיינע מטבע. איז מיין פראגע: צו וועמען ווענד איך מיך? וואו קען איך געוואויר ווערן אויב די זאכן זענען טאקע אזוי ווערטפול? און ווער וועט זיי אפקויפן פונעם זיידן?

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 3:31 pm
דורך פלייוואד
איך קען א היימישן אינגערמאן וואס פארשטייט זייער גוט דערצו, ער האט א ווועבסייט פאר די ארטיקלען און ער איז זייער סוקסעפול דערין.

ער קויפט אויך אפ זאכן פון קרובים, חברים, שכינים, וזה וזה נהנים.

אז דו ווילסט קען איך דיר שיקן אין אישי זיין אינפארמאציע

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 3:40 pm
דורך קרעמער
ווארום ניקס? שלח ישלח.

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 5:34 pm
דורך קארל
לייב ארויף בילדער פון מטבעות, און געב א שאנס פאר'ן עולם זיך אנצורופן.
העכסטנס קענסטו כאטש שילדערן עטליכע מטבעות (מדינות, יאר, קוואליטעט און דענאמינאציע), און דער עולם קען פרובירן צו שענקען אינפארמאציע.

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 5:46 pm
דורך שוועמל
איך פארמאג א USA פעני פון 1942 און 1944
איז עס ווערט מער ווי א פעני?

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 5:53 pm
דורך קארל
זיי זענען ווערט בערך 3 צענט יעדע איינס.

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 5:54 pm
דורך קרעמער
קארל האט געשריבן:לייב ארויף בילדער פון מטבעות, און געב א שאנס פאר'ן עולם זיך אנצורופן.
העכסטנס קענסטו כאטש שילדערן עטליכע מטבעות (מדינות, יאר, קוואליטעט און דענאמינאציע), און דער עולם קען פרובירן צו שענקען אינפארמאציע.

דער פראבלעם איז אז איך האב נישט קיין שום אינפארמאציע מער ווי איך האב געשריבן, און יענער האט נישט קיין צוטריט צום פארום.

יישר כח פלייוואד פאר די וועבזייטל, איך האב עס ווייטער געשיקט.

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 6:05 pm
דורך די גרויסע עפל
איך פארמאג א USA פעני פון 1919. איז עס ווערט מער ווי 3 פעניס ?

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 6:15 pm
דורך קארל
1919 איז ווערט מער, קען זיין קרוב צו 15 צענט.

דאס זענען די פרייזן פאר די געווענליכע פעניס וועלכע וואלגערן זיך ארום, און זענען נישט אין קיין ספעציעל גוטן צושטאנד. געוויסע פעניס קענען אבער זיי פיל מער ווערט אויב זיי זענען אין א גאר גוטן צושטאנד. צום ביישפיל, א 1919 פעני קען זיין ווערט אפילו ביז $30 אויב זעט עס אויס כמעט ווי ניי.

געשריבן: דינסטאג מאי 25, 2010 8:02 pm
דורך לאטצי
עס איז דא א יוד וואס דרייט זיך אין ווינע ביה"מ אין ווילי ער הייסט ר' יענקל גרויסבערג ער טוט אסאך אין דעם,ער וואלט עס אויכט אפשר געווען אינטערסירט עס אפצוקויפן.

געשריבן: מיטוואך מאי 26, 2010 10:12 am
דורך די גרויסע עפל
די פעני וואס איך האב פון 1919 קוקט נישט אויס צי ניי, אבער אויך נישט אלט, עס קוקט אויס ווי א עווריטש פעני וואס דרייט זיך ביי יעדן אין טאש.

לוינט זיך מיר עס אוועקלייגען נאך אפאר יאר, אז עס זאל ווערט ווערן מער ?

געשריבן: מיטוואך מאי 26, 2010 10:37 am
דורך סתם_אזוי

געשריבן: מיטוואך מאי 26, 2010 11:56 am
דורך דארפסמאן
גרויסע עפל : לייג שטארק אוועק די פעני ווייל די קענסט נישט וויסן, אפשר און 25 יאר ארום וועסטו קענען קויפן א קענדי דערמיט, איך מיין אז די זאלסט דינגען א סעיף דיפאזיט באקס און א באנק און צאלען $250 א חודש און עס דארט אריין לייגען

געשריבן: מיטוואך מאי 26, 2010 1:40 pm
דורך קרעמער
סתם_אזוי האט געשריבן:http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=25&t=2773

יישר כח סתם אזוי פאר די לינק, איך האב געדענקט אז מען האט שוין אמאל גערעדט פון אלטע פעני'ס, אבער נישט געדענקט דעם נאמען פון אשכול.

געשריבן: זונטאג אפריל 03, 2011 1:52 am
דורך קרעמער
ביים פסח'דיג מאכן האב איך געפונען אן היסטארישע חפץ וואס געפונט זיך אין מיינע ארכיוון (א גאנצע מעשה וויאזוי עס איז אנגעקומען צו מיר), הכלל עס איז אן אריגינעלע בריוו פון לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן (ממ"ש) געטייפט מיט א טייפרייטער, פארראכטן מיט א פעדער, און אן אונטערשריפט בכתב ידו.

עס איז פון יאר תשל"ט

קען מען עפעס טוהן דערמיט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 06, 2011 5:14 pm
דורך jkup50
קרעמער האט געשריבן:ביים פסח'דיג מאכן האב איך געפונען אן היסטארישע חפץ וואס געפונט זיך אין מיינע ארכיוון (א גאנצע מעשה וויאזוי עס איז אנגעקומען צו מיר), הכלל עס איז אן אריגינעלע בריוו פון לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן (ממ"ש) געטייפט מיט א טייפרייטער, פארראכטן מיט א פעדער, און אן אונטערשריפט בכתב ידו.

עס איז פון יאר תשל"ט

קען מען עפעס טוהן דערמיט?

קענסט געבען מער דיטעלס וואסארא בריוו מען רעד דא פון?

געשריבן: מיטוואך אפריל 06, 2011 7:13 pm
דורך קרעמער
א געווענליכע וואונטש בריוו (אזוי געדענק איך, איך וויל עס נישט נאכאמאל אויספאקן, עס ליגט גוט באהאלטן)

געשריבן: מיטוואך אפריל 06, 2011 9:07 pm
דורך טאבאקא
איך בין זיכער אז א ליובאוויטשער וועט צאלן געלט דערפאר



איך האב עטליכע מטבעות - פון האלבע דאלארן - פון ריין זילבער. (דאס קען מען זעהן ביי די זייט)
וויפל א שטייגער איז דאס ווערט היינט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 06, 2011 9:27 pm
דורך קארל
טאבאקא האט געשריבן:איך בין זיכער אז א ליובאוויטשער וועט צאלן געלט דערפאר

איך האב עטליכע מטבעות - פון האלבע דאלארן - פון ריין זילבער. (דאס קען מען זעהן ביי די זייט)
וויפל א שטייגער איז דאס ווערט היינט?

בריוולעך פון ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל זענען גראדע נישט אזויפיל ווערט, וויבאלד עס זענען פאראן טויזנטער פון זיי.
זילבערנע מטבעות האבן זייער א סך צוטאן מיט דעם מצב אין וועלכן זיי געפינען זיך, און פון וועלכן יאר זיי זענען.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 14, 2011 2:40 pm
דורך טאבאקא
קארל האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:איך האב עטליכע מטבעות - פון האלבע דאלארן - פון ריין זילבער. (דאס קען מען זעהן ביי די זייט)
וויפל א שטייגער איז דאס ווערט היינט?

זילבערנע מטבעות האבן זייער א סך צוטאן מיט דעם מצב אין וועלכן זיי געפינען זיך, און פון וועלכן יאר זיי זענען.

זיי זענען אין א פארהעלטנמעסיג גוטן צושטאנד. איך האב פון 1941 און ווייטער. ווי אויך האב איך סתם גאנצע דאלארן מטבעות פון די זיבעציגער יארן.

געשריבן: פרייטאג מאי 06, 2011 1:24 pm
דורך מיליאנער
קרעמער האט געשריבן:ביים פסח'דיג מאכן האב איך געפונען אן היסטארישע חפץ וואס געפונט זיך אין מיינע ארכיוון (א גאנצע מעשה וויאזוי עס איז אנגעקומען צו מיר), הכלל עס איז אן אריגינעלע בריוו פון לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן (ממ"ש) געטייפט מיט א טייפרייטער, פארראכטן מיט א פעדער, און אן אונטערשריפט בכתב ידו.

עס איז פון יאר תשל"ט

קען מען עפעס טוהן דערמיט?


געזען עדווערטייזט די וואך:
מיר קויפען כתבי ידות און בריווען פון אדמורי"ם און רבנים - מיר באצאלן שיין.
Email: aviduvid@gmail.com
732- 364 5053

געשריבן: דאנארשטאג מאי 19, 2011 4:55 pm
דורך זאמלער
א שאנד לאטע וואס די יידן האבן געטראגן אונטער די דייטשן ימ"ש

געשריבן: מאנטאג מאי 23, 2011 11:47 am
דורך יוסף שרייבער
די לאטע איז פאלש,מען פאבריצירט היינט די אלע זאכען אין די טויזענטער,איך בין געווען אין קראקע (אזוי אויך אין אלע גרעסערע פוילישע שטעט ווי טוריסטען קומען)קען מען קויפען פיל פין די און ענדליכס,אפילו סס זיגלעך וכדומה,זילבערנע ידות אלעס אלעס פאלש,א גרויס חלק פין זיי קומט אן אויף איביי וידע הציבור להיזהר,כלל זה נקוט בידך, 99% פין די אלע מיני חפצים וואס דרייען זיך היינט ארום זענען ווייניגער פין אפאר יאר אלט.

געשריבן: מאנטאג מאי 23, 2011 1:59 pm
דורך jkup50
ביי אונז געפונט זיך נאך מיין זיידעס לאטע

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2011 10:01 pm
דורך פארשריבן
צוריק צום נושא פון "אלטע מטבעות".

צום ערשט די לינק וואס ווערט דא געברענגט viewtopic.php?p=351031#p351031 אויף וועלכע הרב קרעמער באדאנקט זיך, ארבעט נישט. ווארשיינליך אלס רעזולטאט פונעם קראך.

ווער עס ווייסט וואו מ'קען באשטעלן א מטבעות-קעטעלאג פאר "אומזיסט", ביטע צוצייכענען א לינק.

אזוי אויך ווער עס ווייסט פון א גוטע "מטבעות-געשעפט" (coin store) אין ניו-יארק זאל זיך ביטע אנרופן.

א דאנק פון פאראויס.