בלאט 9 פון 11

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:59 pm
דורך געבורטסטאג
צייט צו טוישן די קעפל
נאך די אלע מאלעריי איז נאך נישטא א פראקטישע עצה

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 6:39 pm
דורך משהלע
שוין גענוג מאל אראפגעסיינט אבער דער באנדיט גייט נישט אן.

טמנ, געדענק עבירות שבין אדם לחבירו אין....

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:36 pm
דורך דניאל אויערבאך
ווישוואש האט געשריבן:גוגל בלאקט מיר זיינע קאלס, דארף מען זען אויב ס'איז דא א וועג נישט צו באקומען די וואויסמעיל אויך נישט.

מיין טעלעפאן שרייעט אויך ארויס אז דאס איז ראבא\ספעם קאללס, אבער פארוואס לאזט עס אדורך צום וואויסמעיל??? הלואי איז דא א וועג קעגן די וואויסמעיל אויך.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:39 pm
דורך לכאורה
איך האב געהערט פון מאנכע זיך אפרעדן אז היינט זענען געקומען אסאך פון די ראבא רופונגען, ב"ה אז איך בין ניצל געווארן פון זיי. מעגליך דורך אנרופן רט"מ און בעטן פערזענליך מיך אראפצונעמען מיט אלע מיינע היים און סעל ציפערן.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:42 pm
דורך שרייזשע
באקומען 3...

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:52 pm
דורך מצב כללי
באקומען 3


איז נאך דא מענטשן וואס געבן געלט פאר דעם ראבא קאל?

איך גלייב עס מאכט יעדן נערוועז

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:53 pm
דורך nmi
איך באקום גארנישט ב"ה. אמאל ווען ער פלעגט האבן די שמועסן מיט הערשל פריעדמאן וואס כ'האב זייער הנאה געהאט פלעג איך אים שטיצן. אבער אזוי ווי לעצטנס האט ער שוין אויפגעהערט מיט די שמועסן האב איך שוין פארגעסן פון אים.

ווען כ'פלעג נאך באומען די קאלס פלעג איך אים גארנישט געבן אלס די ראבא קאל אויס

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:06 pm
דורך בעל דמיון
אנגעקומען אהיים היינט 7:30 און ביז 8:45 האבן מיר באקומען 6 קאלס, מ'קען אראפגיין פון זינען...

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:58 pm
דורך עקבי הצאן
כ'וויל מיר נישט פרייען מיט יענעמ'ס צרות.. כ'זעה אבער כ'האב אויף וואס צו דאנקן אויף די זכיה נישט צו ערשיינען אויף זיין ליסטע בכלל, כן יעזור ה' להלאה

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:17 pm
דורך נאך איינער
.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:20 pm
דורך מים שלנו
פלצתי

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:27 pm
דורך מים שלנו
ביי דעי וועי אפשר מאכט מען א קאמפיין צו רידיירעקטען אלע זיינע פאון קאלס צו איינעם וואס קען אים אפשטעלן? לאמיר זאגען שטייגער ווי פארווערדען צו 450-434-7046

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:30 pm
דורך נאך איינער
מיר ווילן בעטן ברחמים פון הרב טובי' מאיר ניימאן אז מיט זיין גוט הארץ זאל ער אויך זיך רעכענען אויך מיט די געבערס און אויפהערן מיט די אומדערטרעגליכע מוטשערייען אויפן טעלעפאן.

איר ברענגט אז אידן זאלן האבן עגמת נפש און צער וואס דאס איז זיכער קעגן אייער נאטור פון גוטסקייט.

נאך אזויפיל בקשות און תחנונים אז איר זאלט טרעפן א בעסערע מהלך פון העלפן די נצרכים אזוי ווי הונדערטער און טויזנטער ארגעניזאציעס און אישי החסד טוען, ווי איידער צו טרעטן אויף אידן מיט שטיוול אן קיין שום מיטגעפיל. איז געקומען די צייט צו פרובירן מיט א בקשת רבים, און איינמאל פאר אלעמאל זאלט איר נעמען די מיה און זיך דורכשמועסן מיט אידן עוסקים בצורכי ציבור און פרעגט זיי וויאזוי איר קענט אויפטון אייער הייליגע ארבייט אן וויי טון אזויפיל טויזנטער אידן וואס קען גאר זיין יצא שכרו בהפסידו.

דאס איז א ערנסטער און גאר וויכטיגער פארלאנג פון א ציבור אידן מיט וועלכן איר דארפט זיך רעכענען. וד' הטוב יכפר אויף די אלע פארגאנגענע רויבער קאלללס וואס איר האט געמאכט.

מיר זענען גרייט אייך צו העלפן

מיר זענען גרייט אייך מוחל צו זיין

מיר זענען נישט גרייט צו זיין א נומער אויף אייער ליסטע. הערט ביטע אויף מיט די אומדערהערטע און אומבארעכטיגטע שריט

נעמט אייך פאר צום נייעם יאר א גוטע קבלה ווייטער צו העלפן אידן נישט דורך טרעטן אויף אנדערע.

יישר כח למפרע
https://www.change.org/p/rabbi-t-n-neum ... _dashboard

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 1:07 am
דורך Wow a1
ווי קען מען קאלן דעים ניימאן, איך קען שוין נישט !!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 8:52 am
דורך פייערקרעקערס
טובי מאיר אהיים 7046 434 450 1

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 9:11 am
דורך שלמה מולכו
היות ס׳שוין א שטיק צייט וואס איך באקום שוין ב״ה נישט קיין קאלס, האמיר יעצט געקאלט ר׳ טובי׳ מאיר, זיך שטארק באדאנקט פארן אראפנעמען מיין נאמבער, אין פארשטייט זיך געגעבן א שיינע נתינה, די ערשטע מאל אין די לעצטע צוויי יאר.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:56 am
דורך פעטער שמואל
שלמה מולכו האט געשריבן:היות ס׳שוין א שטיק צייט וואס איך באקום שוין ב״ה נישט קיין קאלס, האמיר יעצט געקאלט ר׳ טובי׳ מאיר, זיך שטארק באדאנקט פארן אראפנעמען מיין נאמבער, אין פארשטייט זיך געגעבן א שיינע נתינה, די ערשטע מאל אין די לעצטע צוויי יאר.

....און יעצט ביזטו ארויף אויף זיין שטיצער ליסט, און ער האט דיין נאמבער.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 12:53 pm
דורך עפל קאמפאוט
שלמה מולכו האט געשריבן:היות ס׳שוין א שטיק צייט וואס איך באקום שוין ב״ה נישט קיין קאלס, האמיר יעצט געקאלט ר׳ טובי׳ מאיר, זיך שטארק באדאנקט פארן אראפנעמען מיין נאמבער, אין פארשטייט זיך געגעבן א שיינע נתינה, די ערשטע מאל אין די לעצטע צוויי יאר.


לויט דעם טוט ער טאקע יא אויף מיט זיינע פאון קאל'ס, דהיינו אז לכבוד דעם וואס ער קאלט די האלבע שטאט, פרייט זיך די אנדערע האלב וואס מען קאלט נישט, און זיי זענען די וואס געבן געלט.......

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 4:48 pm
דורך איצל פיצל
Wow a1 האט געשריבן:ווי קען מען קאלן דעים ניימאן, איך קען שוין נישט !!

9299001714
רופט דעם נומער אין דריקט 5
כ׳האב עס היינט גערופן כ׳האף אז כ׳וועל פטור ווערן.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 09, 2019 10:16 pm
דורך דממה דקה
עפר רמה ותולעה האט געשריבן:
אין מיין גרויס כעס רוף איך אן דעם "אזויגערופענעם באנדיט" און איך פרעג אים ווער איז די כלה איך בין גרייט צו געבען 1000 דאלער אויב איך ווער געוואר אז עס איז אמת לאמתו, זאגט ער מיר אז איך קען רעדען צו א רב וואס איז באהאווענט אין דעם קעיס, למעשה אזוי וויא איך האב נישט דעם טויזענטער האב איך נישט גערופען דערווייל.
איך דארף דרינגענד רעדן צו דעם רב, וואס איז זיין נאמען?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 09, 2019 10:22 pm
דורך שאינו יודע
א ׳וויכטיגע׳ קאל איז יעצט ארום מוצאי יוה״ק 10 אזייגער

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 09, 2019 10:25 pm
דורך מים שלנו

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 09, 2019 10:48 pm
דורך פעטער שמואל
טמ''נ איז עתיד ליתן את הדין.
שקץ תשקצנו....

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 09, 2019 11:00 pm
דורך שמייכל תמיד
11 אזייגער ;sp; ;sp;

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 09, 2019 11:11 pm
דורך שמאלציג
ב''ה מיינע 2 דאללער א חודש פאר ווערייזאן צאלט זיך אויס.
calls.PNG
calls.PNG (148.31 KiB) געזעהן 781 מאל