פראקטישע עצה קעגן אומגעוואונטשענע טעלעפאן קאלס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובה דורך פומפדותא »

Verozon FIOS קאסטומערס קענען ארויף סיינען אומזיסט צו Nomorobo.

https://www.verizon.com/support/residen ... nted-calls
בילד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

שמארטיקל האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האביך מיך רעגיסטרירט אויף DNC אויך האב איך מיך אראפגעסיינט פון טובי' מאיר אויף זיין סיסטעם. זייט דעמאלסט באקום איך נישט קיין קאלס. אויף קיין שום נומער.

פריצייטיגע שמחה. איך האב גערעדט מיט אים פערזענליך אויפן טעלעפאן און ער האט מיר פארשפראכן אראפצונעמען פון די ליסטע, י"ג מדות און ערב יום הקדוש בין איך טאקע פארשפארט געווארן די קאפוויי ב"ה, אבער מוצאי יום הקדוש - מיט א פרישקייט - עודך, דער רויבער-קאלער איז דא.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובה דורך עם הארץ »

געהערט אמאל א ווארט, פארוואס הייסט אן ערליכער איד א צדיק.? ווייל די אות צ׳ שלעפט א (אות י׳) ״יוד״ אויפן רוקן. דאס מיינט א צדיק!
איי די אות א׳ האט אויך א י׳ אויפן רוקן? אבער דער א׳ בשעתן שלעפן א י׳ אויפן רוקן טרעט ער אויף אן אנדערע י׳

איך מאך ח״ו נישט אוועק די געוואלדיגע פעולות וואס ר׳ טובי׳ מאיר טוט, אבער מען דערף אכטונג געבן ווען מען העלפט א איד, נישט טרעטן אויף אן אנדערע איד.
די רויבער-קאלס (קרעדיט פאריגע תגובה) טרעטן אויף די מנוחה פון אסאך אידן.

איך וואלט אפילו געגעבן רעכט אויף די רויבער-קאלס ״אויב״ ווען מען unsubscribe זיך וואלט ער געסטאפט קאלן.
לעצט פארראכטן דורך עם הארץ אום דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובה דורך ישרן »

נאך איינער האט געשריבן:מיר ווילן בעטן ברחמים פון הרב טובי' מאיר ניימאן אז מיט זיין גוט הארץ זאל ער אויך זיך רעכענען אויך מיט די געבערס און אויפהערן מיט די אומדערטרעגליכע מוטשערייען אויפן טעלעפאן.

איר ברענגט אז אידן זאלן האבן עגמת נפש און צער וואס דאס איז זיכער קעגן אייער נאטור פון גוטסקייט.

נאך אזויפיל בקשות און תחנונים אז איר זאלט טרעפן א בעסערע מהלך פון העלפן די נצרכים אזוי ווי הונדערטער און טויזנטער ארגעניזאציעס און אישי החסד טוען, ווי איידער צו טרעטן אויף אידן מיט שטיוול אן קיין שום מיטגעפיל. איז געקומען די צייט צו פרובירן מיט א בקשת רבים, און איינמאל פאר אלעמאל זאלט איר נעמען די מיה און זיך דורכשמועסן מיט אידן עוסקים בצורכי ציבור און פרעגט זיי וויאזוי איר קענט אויפטון אייער הייליגע ארבייט אן וויי טון אזויפיל טויזנטער אידן וואס קען גאר זיין יצא שכרו בהפסידו.

דאס איז א ערנסטער און גאר וויכטיגער פארלאנג פון א ציבור אידן מיט וועלכן איר דארפט זיך רעכענען. וד' הטוב יכפר אויף די אלע פארגאנגענע רויבער קאלללס וואס איר האט געמאכט.

מיר זענען גרייט אייך צו העלפן

מיר זענען גרייט אייך מוחל צו זיין

מיר זענען נישט גרייט צו זיין א נומער אויף אייער ליסטע. הערט ביטע אויף מיט די אומדערהערטע און אומבארעכטיגטע שריט

נעמט אייך פאר צום נייעם יאר א גוטע קבלה ווייטער צו העלפן אידן נישט דורך טרעטן אויף אנדערע.

יישר כח למפרע
https://www.change.org/p/rabbi-t-n-neum ... _dashboard
נאך איינער

תגובה דורך נאך איינער »

הויעך האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:פארוואס קאלט טמ"נ? פאר וועלעכע ארגענעזאציע? ווי וואוינט ער?

?

טמ"נ וואוינט אין טאהש, אין פין זיין הויז אין טאהש ,- פין ווי ער רירט זיך נישט ארויס זינט ער האט ציטיען מיט די פיס - זיצט ער אין נערווירט גאנץ אמעריקע,

ער קאלט פאר אן אן ארגאניזאציע מיטן נאמען חסדי טובים מאורת וואס ער האט געגרינדעט אין ער פירט עס אן,

לויט ווי ער האט געשריבן דא אופן וועלטעל, האט ער געגרינדעט די ארגאניזאציע בברכת הקודש פין טאהש אין סקולען רביים זצ"ל, נאכן ווארטן פאר קינדער יארן לאנג, אין די טרייב קראפט פין די ארגאניזאציע קימט פין זיין אויסערגעוויינטלעכע ווייך הארץ, וואס איז ממש א זעלטנהייט היינטיקע צייט,

לויט זיין פרעזענליכע עדות צי מיר אויף טעלעפאן, טיען דעי אלע חסד וצדקה ארגאניזאציעס - וואס מאכען נישט קיין ראבא קאלס - אינאיינעם א צענטל וואס חט"מ טיט,

לויט ווי ער זאגט, איז כמעט נישטא א משפחה בישראל וואס ער זאל נישט האבן געהאלפן פין א שווערע קלעם, אזש, אז ווען כ'האב עם אנגערופן, נאך פארן וויסען צי וועם ער רעדט, האט ער גלייך געוויסט צי זאגן אז ער האט ממש איצט געהאלפן מיין גאר נאענטע קרוב,

מחמת זיין גאר גרויס ווייך הארץ, וואס ער קען זיך ממש נישט העלפן,( כפי עדותו אויפן וועלטעל ) מיז ער מזכה זיין כלל ישראל מיט זיינע מעשי צדקה, אין בדווקא אפאר מאל א טאג, אין בדווקא אין די שווערסטע זמנים פון יאר, אין צי דעי אלעם קען ער נישט מאכן א נארמאלע וועג זיך אראפ צי סיינען, סזאל האלטן לענגער ווי פין ראש השנה ביז יום כיפור, פלאס אפאר טועתים אינדערמיט, מיט זיין זעלטענע ווייך הארץ איז ער ער דאך פארט א בשר ודם, אין ער מעג מאכן טעות,
פארשפארט

צוריק צו “פארשידענע הילף”