ניו יארק סיטי טראנזיט סיסטעם

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

ניו יארק סיטי טראנזיט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

צי וויסט אפשר איינער ווי אזוי איך קען זיך אויסלערנען דעם סיסטעם?
איך קען זייער גוט מאפעס, ממילא פארשטיי איך אז ס'ברויך נישט זיין קיין ביג דיעל.

איך וויל קענען זיין רואיג סיי וואו איך געפין זיך אין די סיטי אז כ'ווייס ווי אזוי זיך צו זעהן צום אנדערן עק.

יישר כח למפרע
פארשוין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשוין »

איך וואלט אייך זייער געוואלט העלפן היות איך ניץ זיי אסאך , זיי ביטע מער מסביר דיין שאלה
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שאהן הענניטי האט געשריבן:איך וויל קענען זיין רואיג סיי וואו איך געפין זיך אין די סיטי אז כ'ווייס ווי אזוי זיך צו זעהן צום אנדערן עק.

יישר כח למפרע

גוגל מאפעס איז זייער גוט פאר דעם...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
פארשוין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשוין »

mta/info MTA sub.htm

דאס קען אייך העלפן ?
פארשוין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשוין »

web.mta.info/maps/submap.html

דא האט איהר א לינק צו זייער מאפע
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

פארשוין האט געשריבן:איך וואלט אייך זייער געוואלט העלפן היות איך ניץ זיי אסאך , זיי ביטע מער מסביר דיין שאלה

איך הער אלץ מענטשן געבן דירעקציעס, נעם דעם זשעי אריבער דעם בריק, דאן די עמ און דארט קענסטו כאפן די 1...וכו'
איך וויל זיך אויסקענען מיטן הלוך ילך, פונקט ווי איך בין א פרא אין ראודס און הייוועיס.
איך בין איינמאל פארלוירן געווארן אין מאנהעטען אהן מיין קאר, און כ'קען זאגן אז פאר יארן האב איך שוין נישט מיטגעמאכט אזא פיזור הנפש ווי יענעם טאג, ביז כ'האב זיך ענדליך געטראפן אויפן פעטה טרעין צו ניו גארזי, און פון דארט מעטרא נארט.

איך פארשטיי אז אויב איז דא מענטשן וואס קענען עס, קען איך אויך קענען.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אויב האסטו א סמארט פאון וועט דיר גוגל מעפס געבן פונקטליכע דירעקשנס וועלכע טרעינס צו נעמען, וויפיל אזייגער סקומט אן, און ווילאנג ס'עט נעמען. פונקט ווי א gps, נאר פארן טרעין
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

די סאבוועי איז איין סיסטעם (קאווערט ניו יארק סיטי), די פעטה איז א צווייטע סיסטעם (קאווערט ניו יארק/ניו דזשערזי קראסינגס), מעטראו נארט איז א דריטע סיסטעם (לויפט פון ניו יארק סיטי צו אפסטעיט ניו יארק און צו קאנעטיקעט) און די לאנג איילענד רעיל ראוד איז א פערטע סיסטעם (לטיפאני פון ניו יארק סיטי צו לאנג איילענד), נאכדעם איז דא די סיטי באסעס וואס פארט נאר אין ניו יארק סיטי און די באס סיסטעמס וואס פירן ארויס פון שטאט, נעם א מאפע פון יעדע סיסטעם עקסטער זעץ זיך אראפ דערויף און באטראכט יעדע באן ליניע עקסטער וואו ס'פארט, וואו ס'סטאפט, וועלכע נאך ליניעס סטאפן ביים זעלבן סטאפ אז מען זאל קענען טרענספערן.
פונקט וו דו טוסט מיט מאפעס פון די הייוועיס און ראודס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אז קענסטו ראודס און הייוועיס און ווילסטו טאקע קענען די ני"ס טרענזיט איז עס א שפיי קעגן די אלע ראודס וכו', נעם די פלעינע מאפע פון די סובוויי פון זייער סייט אדער ביים לאקאלן אגענט זייערע, קוק עס אפאר מינוט און חזר דיר עס איין דערנאך מיט צווייטע חברים, יעדע באהנן האט זיך זיין וועג, זיין מעלה, צו עקס-פרעס צו לאקאל, דארף עס נישט זיין צו גרויסע תורת לאקשען (גראדע די וואס זיצן אין די ביידעלעך ביי די סטאנציעס ווייסן ניטאמאל וועכע סטאפ זיי זענען...), אבער עכ"פ ס'איז באמת נישט צו גרויסע זאך טאמער מ'איז נייגעריג דערין.

אז רעדט מען שוין דערוועגן, קענסטו פארן פאר די זעלבע איין מאל צאלן, פאר 2 שעה, און טוישן באנען און באסעס אפאר מאל, אלעס פאר די סעים פרייז, שטייצעך נאר צו איין ריכטונג, צום פארקערטע ריכטונג העסטו דארפן צאלן נאכאמאל די פרייז פון איין רייזע.

----

שוין האקט מען דא, כאדעך אין ...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס זענען דא היפשע "טריקס". קודם זענען דא די פערפעשענעלס, וואס ווייסען ווען די באנען קומען. זיי ווייסען ווען מען ברויך לויפן ביים טוישען א באן, און ווען מען האט צייט.

דערנאך איז דא, ווי אויפן פלאטפארמע צו שטיין, דאס הייסט אין וועלעכן באן אריינצושטייגן, אויסצוקומען אויף א גוטע פלאץ ביי די סטאפ ווי מען וויל אראפגיין, אויב איז אנגעצויגען די צייט צו כאפן נאך א באן.

דערנאך איז דא כמעט יעדע פלאץ, צוויי דריי וועגן צו פארן. אמאל איז בעסער עטליכע סטאפס, אבער עס נעמט שנעלער, אמאל איז בעסער ווייניגער סטאפס. אמאל איז דא עטליכע שטאק שטיגן צו גיין, כאטש עס נעמען צוויי דריי מינוט לענגער.

געוויסע סטאפס האבן עסקעלעטערס, עלעוועטערס וכדו'.

געוויסע סטאפס דארף מען שפאנצירן צופיס אונטער דער ערד, זייער זייער ווייט, און פאר איין צוויי מינוט מען מיט א צווייטע באן, שטייגסטו ארויף ממש פון איינס צום צווייטן.

עקספרעס און לאוקעל באנען אויף די זעלבע טרעקס, און צומאל די זעלבע נומערן\אותיות קען זיין א חילוק פון א האלבע שעה, אויב פארט מען ווייט.

און נאך און נאך.

ביי
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בפשטות דאס קען נאר איינער וויסן וואס ניצט אסאך די סטאפס, און סתם א עמך איד ניצט נישט "אלע" סטאפס, סאו קען ער געוויסע טריקס אבער נישט אלעס כרגיל וזקן.

גראדע עלעפאנטס, אופס סארי עלעוועיטערס שטייט אויפן מאפע.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יישר כח פאר די הילף, היצט גייט מען ווארטן אויף צייט - צו זיך איינחזר'ן די מאפע, מיט דעם קאנט איר מיר שוין נישט העלפן.

גוגל מעפס איז פערפעקט פאר איינעם וואס פארט פון זשאב אהיים מיטן ג.פ.ס. אויס מורא אז ער וועט זיך פארלירן, אבער איך וויל דאס קענען אין קאפ.

בד"ו די זשיפיעס ארבעט נישט אנדער גראונד, און ווען מ'קומט ארויס פונעם סאבוועי דארף מען וויסען וואו אויף דער וועלט מ'געפונט כדי צו וואוסען אז ווען גוגל זאגט, גיי טאווערדס 39 סטריט, צי איז דאס רעכטס אדער לינקס. שוין געהאט אסאך פאן מיט דעם, פאר קיין שום איד געוואונטשען.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יא, די נישט סערוויס אונטער די באן, איז א גרויסער פראבלעם. און דאס נישט וויסען וועלעכע זייט זיך צו דרייען!!! כא כא כא!! איך האב דאך נישט קיין שמארט פאון כידוע, מילא בעטעך פונעם באמטער א מאפע, און עס ארבייט ווינדערליך. און וויפיל מאל כ'בין געפארן מיט איינעם מיט א שמארט פאון, און יענער האט געוואלט "לאכען פון די אלט מאדישע", זעמער נאך יעדס מאל געגאנגען מינמום א האלבע גאס די פארקערטע ריכטונג!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

Re: ניו יארק סיטי טראנזיט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ווייסט איינער אויב עס קאסט געלט צו פארן יעצט מיט די MTA באסעס? איך זעה מען גייט ארויף פון די אונטערשטע טיר.

קענען קינדער גיין אויפן באס?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ניו יארק סיטי טראנזיט סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

זינגער האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס קאסט געלט צו פארן יעצט מיט די MTA באסעס? איך זעה מען גייט ארויף פון די אונטערשטע טיר.

קענען קינדער גיין אויפן באס?


ניין
יא

יעדער דארף א מאסק
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”