בלאט 1 פון 3

דור ישרים

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 7:53 pm
דורך הבן_יקיר
מיין טאכטער האט גענומען דור ישרים 3 וואכן צוריק, און פארשטייט זיך מיר האבן עס פארלוירן די נאמבער אירע.

דור ישרים האט איר אנגעזאגט אז אויס זי פארלירט עס דארף זי עס איבערנעמען.

איינער ווייסט אפשר אן עצה? אדער אויב זי גייט אריין מיט א פאספארט וועט מען איר יא געבן די נאמבער?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:01 pm
דורך לאמפ
לויט ווי איך געדענק נעמען זיי נישט קיין נאמען ביים נעמען דעם טעסט און דעריבער וועט א פאספארט לכאורה נישט העלפן, עס איז דא אן אפשיאן צו געבן דעם סאשיעל ביים נעמען דעם טעסט אזוי אז אויב מען פארלירט דעם נאמבער קען מען אפירזיכן די רעזולטאטן מיטן סאשיעל.

די שאלה איז צו איר האט געגעבן דעם סאשיעל.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:20 pm
דורך הבן_יקיר
יא.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:23 pm
דורך לאמפ
דאן ברויכט איר לכאורה נישט האבן קיין פראבלעם צו באקומען די רעזולטאטן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:58 am
דורך לייטער
דור ישרים עטווטייזט די וואך אין די צייטונגען, אז זיי האבן געטראפן אסאך פרישע ערפינדונגען, צי אידענטיפיצירן און פארמיידן מחלות און דעזיזעס וואס איז נאכנישט דא אין די וועלט
מעגליך אז זיי בלאזן אויף עטוואס פאר פאנדרעיזינג פראפאגאנדע

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:05 am
דורך veltsman
פארוואס חושד זיין אן קיין שום סיבה אויף א גאר וויכטיגע און הייליגע ארגענעזאציע ווי דור ישרים?
איך ווייס קלאר פון מער ווי איין דיזיעס וואס זיי האבן אליינס געמאכט די ריסערטש און געטראפען די דשינס וואס זענען די פראבלעם, איינס דערפון ביי אונז אין די משפחה, 25 יאר צוריק האבן זיי גענומען בלוט פון די גאנצע משפחה און פון נאך אנדערע וואס האבן דעים פראבלעם, און אזוי געמאכט אסאך ריסערטש ביז זיי האבן צוגעטראפן וועלכע ספעסיפיק דשין איז אחראי אויף די דעזיעס, אזוי האבן זיי געהאלפן צענדליגער דורות, סיי זיי זאלן קענען טוהן שידוכים, און סיי אז עס זאל נישט ווייטער איבערגיין צו די קומענדיגע דורות.
סוי פארוואס סתם געבן א שליידער ארויף?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:26 am
דורך יא איך
לייטער האט געשריבן:דור ישרים עטווטייזט די וואך אין די צייטונגען, אז זיי האבן געטראפן אסאך פרישע ערפינדונגען, צי אידענטיפיצירן און פארמיידן מחלות און דעזיזעס וואס איז נאכנישט דא אין די וועלט
מעגליך אז זיי בלאזן אויף עטוואס פאר פאנדרעיזינג פראפאגאנדע

איך האב א משפחה מיטגליד וואס זיי האבן אויסגעטראפען די סיבה

די רעדסט לכאורה פון אומוויסענדיקייט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:32 am
דורך לייטער
יא איך האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:דור ישרים עטווטייזט די וואך אין די צייטונגען, אז זיי האבן געטראפן אסאך פרישע ערפינדונגען, צי אידענטיפיצירן און פארמיידן מחלות און דעזיזעס וואס איז נאכנישט דא אין די וועלט
מעגליך אז זיי בלאזן אויף עטוואס פאר פאנדרעיזינג פראפאגאנדע

איך האב א משפחה מיטגליד וואס זיי האבן אויסגעטראפען די סיבה

די רעדסט לכאורה פון אומוויסענדיקייט

יא יא איך רעדט פון אומוויסנקייט, וועגן דעם האב איך געשריבן '' מעגליך ''
איך האב ח''וו גארנישט אנקעגן די חשובע ארגאניזאציע, אדרבה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:49 pm
דורך אביונה
veltsman האט געשריבן:פארוואס חושד זיין אן קיין שום סיבה אויף א גאר וויכטיגע און הייליגע ארגענעזאציע ווי דור ישרים?
איך ווייס קלאר פון מער ווי איין דיזיעס וואס זיי האבן אליינס געמאכט די ריסערטש און געטראפען די דשינס וואס זענען די פראבלעם, איינס דערפון ביי אונז אין די משפחה, 25 יאר צוריק האבן זיי גענומען בלוט פון די גאנצע משפחה און פון נאך אנדערע וואס האבן דעים פראבלעם, און אזוי געמאכט אסאך ריסערטש ביז זיי האבן צוגעטראפן וועלכע ספעסיפיק דשין איז אחראי אויף די דעזיעס, אזוי האבן זיי געהאלפן צענדליגער דורות, סיי זיי זאלן קענען טוהן שידוכים, און סיי אז עס זאל נישט ווייטער איבערגיין צו די קומענדיגע דורות.
סוי פארוואס סתם געבן א שליידער ארויף?

כדי מען זאל קענען באשולדיגן די וואקסינאציעס........

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:50 pm
דורך איינס
יא יא איך רעדט פון אומוויסנקייט, וועגן דעם האב איך געשריבן '' מעגליך ''
איך האב ח''וו גארנישט אנקעגן די חשובע ארגאניזאציע, אדרבה

וואס דארף דאס צו מיינען?

אייוועלט איז טאקע א פלאץ וואס אז מהאט נישט וואס צו טון ליפטערט מען זיך אויס און משרייבט וואס ליגט אויפן צינג.
אבער אביסל טראכטן פארדעם, נאר אביסל.
און אז נישט קוקט דאס אזוי אויס, מגיבט א רייסאראפ א חשובע ארגעניזעישן (מקען זאגן ביי כלל ישראל איז דאס היינט ״די״ חשובסטע), און ניטאמאל אריינגעטראכט וואס דו זאגסט..

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:01 pm
דורך פרישוואסער
לייטער האט געשריבן:דור ישרים עטווטייזט די וואך אין די צייטונגען, אז זיי האבן געטראפן אסאך פרישע ערפינדונגען, צי אידענטיפיצירן און פארמיידן מחלות און דעזיזעס וואס איז נאכנישט דא אין די וועלט
מעגליך אז זיי בלאזן אויף עטוואס פאר פאנדרעיזינג פראפאגאנדע


"אבטליון אומר, חכמים, היזהרו בדבריכם"

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:27 pm
דורך moishy56
7 וואכן צוריק האבן זיי געשריבן אז 'היינט' מאנטאג כי תצא גייט זיין א $3,000,000 קאמפיין פאר דור ישרים..
וואס האט פאסירט?

dor y.JPG
dor y.JPG (150.82 KiB) געזען 2937 מאל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:59 pm
דורך טשולענט בונדלעך
דאכט זיך מיר אז אין די פעלד איז געווארן א שטיקל מחלוקה צווישן בוני עולם און דור ישרים פון מי בראש אין די פעלד פון גענעטיקס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:00 pm
דורך איינס
וואס האט בוני עולם מיט גענעטיקס?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:22 pm
דורך קנאפער ידען
איינס האט געשריבן:וואס האט בוני עולם מיט גענעטיקס?

זע עטוואס אינעם אשכול ר' חיים יאלאס - בוני עולם

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:43 pm
דורך איינס
קנאפער ידען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:וואס האט בוני עולם מיט גענעטיקס?

זע עטוואס אינעם אשכול ר' חיים יאלאס - בוני עולם

איך מיין צו פרעגן אין דור ישרים׳ס פעלד.
בוני עולם׳ס פעלד איז דאך גאר א צווייטער ווי דור ישרים

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:47 pm
דורך באקסער בוים
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז אין די פעלד איז געווארן א שטיקל מחלוקה צווישן בוני עולם און דור ישרים פון מי בראש אין די פעלד פון גענעטיקס

ס'איז דא גענוג און נאך פלאץ פאר ביידע..

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:21 pm
דורך רעסטאראנט
איינס האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:וואס האט בוני עולם מיט גענעטיקס?

זע עטוואס אינעם אשכול ר' חיים יאלאס - בוני עולם

איך מיין צו פרעגן אין דור ישרים׳ס פעלד.
בוני עולם׳ס פעלד איז דאך גאר א צווייטער ווי דור ישרים

דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קיינמאל וויסן פון די זאכן ,אבער א ריזיגע פארצענט בוני עולם קעיסעס האט מיט זשינעטיקס ,זה בזה טליא ,בקיצור אין כאן מקום להאריך , א פארצווייגטע און האקעלע נושא , און ביידע ארגענעזאציעס ארבעטען דערויף שוין יארן אויף אנדערע ריכטונגען

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:27 pm
דורך בשבילי נברא
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז אין די פעלד איז געווארן א שטיקל מחלוקה צווישן בוני עולם און דור ישרים פון מי בראש אין די פעלד פון גענעטיקס

ס'איז א געוואונטשענע זאך ווען ס'איז דא ביי דעם א שטיקל קנאת סופרים...

פאר ווער עס ווייסט אביסל וואס עס ליגט דערונטער אין וואס זיי ביידע טוען, אז ס'איז ממש אפראטעווען גאנצעטע דורות פון פילע משפחות מישראל.
אויב איז המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, איז דאך דאס עאכו"כ, ושכרם הרבה מאוד.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:04 pm
דורך קנאפער ידען
איינס האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:וואס האט בוני עולם מיט גענעטיקס?

זע עטוואס אינעם אשכול ר' חיים יאלאס - בוני עולם

איך מיין צו פרעגן אין דור ישרים׳ס פעלד.
בוני עולם׳ס פעלד איז דאך גאר א צווייטער ווי דור ישרים

קודם כל, ווי רעסטאראנט זאגט. ליין דער געלינקטער אשכול דער לאנגער תגובה אנהויב. זינט גענעטיקס האט דאך אייביג מיט דאס וואס גייט איבער צום קינד ביים געבורט האט דאך עס שייכות (כנראה, זיי זענען מער פאוקעסט אויף ארבעטן מיט די גענעטיקס ווען מען גייט שוין האבן קינדער און נישט אזוי ווייט אין פריווענטשען בעפאר די פעקט דורך סקרינינג ווי דור ישרים.)

א צווייטע פונקט איז אז איינמאל מען לייגט זיך שוין אריין אינעם פיעלד (און מען האט מענטשן - ווי הרב יאלאס - וואס קענען זיך אויס דערינען) קומט שוין אוודאי אן נאך דיסקאוועריס און אוודאי וויל מען אליינס זיין דער וואס טוט עס אויף.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:08 pm
דורך גלות איד
חיים יאלאס איז שוין מער נישט אין בוני עולם. ער האט היינט א אייגענע אפיס.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:10 pm
דורך לעמאן סאדע
2019-09-11 130012.jpg
2019-09-11 130012.jpg (121.54 KiB) געזען 2366 מאל

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:30 am
דורך יצחק דוד
גלות איד האט געשריבן:חיים יאלאס איז שוין מער נישט אין בוני עולם. ער האט היינט א אייגענע אפיס.

וואו? וואס? ווען?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:51 pm
דורך ב שלום
יצחק דוד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:חיים יאלאס איז שוין מער נישט אין בוני עולם. ער האט היינט א אייגענע אפיס.

וואו? וואס? ווען?

שוין נישט דארט א שיינע פאר יאר, לויט ווי איך פארשטיי האבן זיי זיך נישט פארשטאנען
זייט יענע דינער האט מען שוין קיינמאל נישט געהערט פון אים ביי בוני עולם דינער'ס

Re: דור ישרים

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2023 11:44 am
דורך קדוש ונורא
עפעס האט דור ישרים געשיקט היינט
איינער ווייסט וואס דאס איז?