חזקו ותחזקה! - חיזוק אין שווערע צייטן

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

שטארקע נקודה,ספיקער, א דאנק, אויב ס'נישט צו שווער ברענג נאך.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

געהערט אויף טעיפ פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע בשם דעם זיידן דער ייטב לב זי"ע,
יפתח בדורו כשמואל בדורו, טייטש ער אזוי, יפתח איינער הייבט נאר אן צו טוהן אין עבדות ה' בדורו אין די היינטיגע דורות, איז ער אזו גרויס כשמואל בדורו,
(דאכט זיך מיר אז ס'איז של"ש ויחי תשכ"ב אדער כ"ג)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

פריילאך האט געשריבן:צענטראלע חיזוק דעטעבעיס

שוין לאנג געטראכט צו עפענען אן אשכול פאר יודן וואס דארפן חיזוק, און ווער דארף דען נישט. למען האמת שווערע צייטן איז זייער א ברייטע טערמין, איינעם גייט נעבעך דורך א פארלוסט פון א נאנטע, וואס ביי איהם קוקט אויס אלע אנדערע שווערע צייטן ווי נארישקייטן, איינעם גייט דורך מיט א קינד רח"ל וכו' וכו'.

הצד השוה שבהן, מענטשען זוכן חיזוק, א גוט ווארט צו שטארקן די זעלע, א גלעט פון בטחון און אמונה, און וועלמער דא בעזר השם עפענען א פלאטפארמע, פון ווי מענטשען זאלען קענען נאשען פיינע זאכן.

איך בעהט די עולם זאל טוהן א חסד של אמת, און צולייגן כיד ה' הטובה עליהם. צו איז לינקען, צו איז עס אייגענע סחורה וואס פאלט איין. צו עס איז מאמרים וואס איז שוין ערשינען אויף אייוועלט.

ובזכות זה זאל די אייבערשטער אונז געבען נאר חסדים גלויים. אמן כן יהי רצון.


פריילאך ידידי, האסט דעליווערט א הערליכן ליקוט, מלא חיזוק כמים קרים על נפש עייפה,
אט איז א שטיקל צווילינג צו דיין אשכול
חיזוק פאר חולי ישראל ה' ירפאם ויחלימם ברפוש"ב.
אויך עניני אמונה בטחון תפלה וכדומה.

יהא חלקך עם מזכי הרבים, זיי ממשיך ווייטער, כה לחי!
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

המאמין בפשטות ואומר על כל דבר איני יודע... ינצל מכל רע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גליון באר הפרשה
אטעטשמענטס
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

.
אטעטשמענטס
גליון שלום וברכה
גליון שלום וברכה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

בזכות פון ליידן יסורים וועט מען זוכה זיין צו אנגעפילטע אוצרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

אזויפיל טייערע חיזוק ווערטער "כמים קרים על נפש עייפה" - ביטע זיי ממשיך - חזקו ונתחזקה!



אט זענען הייליגע ווערטער פון אור החיים הקדוש זי"ע, בזכות פון יסורים וועט מען זוכה זיין צו אנגעפילטע אוצרות מלאים כל טוב!!

{כז} אלה בני אצר וגו'. ירמוז הכתוב על דרך אומרם ז''ל (ילקוט משלי ב') אמרה תורה מפני מה בני עניים אמר לה הקב''ה להנחיל אוהבי יש ואוצרותיהם אמלא פירוש כי באמצעות יסוריהן בעולם הזה ירבה אוצרם בעולם הבא... (וכו'), ומודיע הכתוב כי היסורין הם עושים אוצרות מלאים כל טוב למעלה באמצעותם. וכיסורי ר' אלעזר ב''ר שמעון בר יוחאי (ב''מ פד:) שהיה קורא אותם בואו אחי וגו', ומעתה מי האיש החפץ חיים העליונים ולאצור אוצרות הטוב ימאוס בעולם הזה ובתענוגיו ויקבל עליו בלהן וזעון ועקן, תרגום צרה עקא לטוב לו כל הימים ולמלאות אוצרותיו.

(אור החיים הקדוש וישלח)

ציטירט אויך דא חיזוק פאר חולי ישראל ל"ע
אטעטשמענטס
אוחהק וישלח יסורין מרבה אוצרות.jpg
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

די הייליגע ווערטער פון אוהח"ק דארף מען אויפהענגען אין אלע שפיטעלער.. און בעיקר כתבם על לוח לבך ווען מען האט א שווערע מינוט..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

ווען מען דאגה'ט מאכט מען די פראבלעם בידים..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

טייערע לעכטיגע ווערטער פונעם הייליגן רבי מענדעלע פון וויטעבסק זצ"ל

החושב מצרותיו מכניס עצמו בתוכו עמוק עמוק..

הדאגה והמחשבה אודות חסרון הפרנסה מביאה על האדם שאכן יחסר לו..

מיט'ן הסבר פון מהר"ל.. ווען איינער וועט לייגן א ברעט איבער א בריק וועט ער רוב זיכער אריינפאלן. ווען ער לייגט אבער די ברעט אויף די ערד וועט ער יא קענען גיין דערויף, ווייל אויף טייך האט ער מורא, און די פחד ברענגט שאכן יפול.

עיין בפנים ותמצא דברים משיבים נפש..
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

פריילאך האט געשריבן:טייערע לעכטיגע ווערטער פונעם הייליגן רבי מענדעלע פון וויטעבסק זצ"ל

החושב מצרותיו מכניס עצמו בתוכו עמוק עמוק..

הדאגה והמחשבה אודות חסרון הפרנסה מביאה על האדם שאכן יחסר לו..

מיט'ן הסבר פון מהר"ל.. ווען איינער וועט לייגן א ברעט איבער א בריק וועט ער רוב זיכער אריינפאלן. ווען ער לייגט אבער די ברעט אויף די ערד וועט ער יא קענען גיין דערויף, ווייל אויף טייך האט ער מורא, און די פחד ברענגט שאכן יפול.

עיין בפנים ותמצא דברים משיבים נפש..


דאס איז לכאורה די בחינה פון "טראכט גוט וועט זיין גוט".

יישר כח ר' פריילאך, ברענגט נאך און נאך. חזקו ואמצו
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

חיזוק פאר בחורים המצפים לזיוויגם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך בין נישט געווען יונג ביי מיין חתונה
וואס איך קען דיר אבער יא זאגן קוקענדיג אויך צירוק, די וועלט יעדער כאפט אמאל א פליק יעדער דארף אמאל דורך גיין א באמפי ראוד יעדער האט אמאל ווען ער נעמט ארויס די תהלימל אין הייבט אן זאמלען תפלות אבער וויסן זאלסטו ווען מען דארף שלעפן א פעקל מיט די ווייב אין קינדער איז עס אסאך אסאך שווערער למשל ווען די האסט ווען יא חתונה אפאר יאר צירוק אבער עס איז דיר נאר באשערט א קינד ביי די עטליכע אין צוואנציג, אוי איז דאס שמערצן 10 מאל שטערקער קען זיין מען האט דיר דאס געוואלט איינשפארן ווארטן אליינס אין נישט דארפן דורך גיין די וויטאגליכע פראצודורן ביי דאקטורים אין די צער, עס איז ווי יעדע חודש זאלסטו ווען גיין צו א בעשאו אין מען זאל דיר זאגן ניין
בעזר ה' וועסטי אי"ה גיין צום חתונה שוין דורך געגאנגען די באמפי ראוד ומכאן ואילך וועט אלעס זיין גראד בלי שום צער יא איך זאג דיר קלאר ביי מיר פיל איך אז די אלע תפלות וואס איך האב געבעטן יעדע קאפיטל יעדע שמו"ע באגלייט מיך ב"ה הודו לה', סיי לגבי פרנסה קינדער אין הרחבת הדעת, יעצט ווען איך האב קינדער טראכט איך צירוק אוי איך דאנק דיך הייליגע באשעפער האסט מיך אריבער געפירט אין די טונקעל ביחידות די קענסט דיך אין לעבן נישט פארשטעלן די צער פין דארפן אריבער גיין די טונקעל מיט א אייגן קינד,

קוק נאך אין קדושת לוי ויצא אויך וירא ה' כי שנואה לאה ותפתח את רחמה א שטיקל וואס איז מיר שטארק צינוץ געקומען בימי עניי, מדרש זאגט שנואה: שנואה עשיו בעינה זאגט די קדושת לוי אז אלע אמהות שרה רבקה רחל זענען געווען עקרות ווייל מתאוה הקב"ה לתפילתן נו לאה האט ער נישט געוואלט הערן איר תפלה? זי איז דאך נישט געווען עקרה, זאגט ער עס שטייט דאך אז עיני לאה רכות ווייל זי האט אסאך געוויינט ווייל זי האט געמיינט אז זי גייט חתונה האבן צו עשיו זאגט די קדושת לוי לאה האט געוויינט פאר די חתונה האט זי שוין נישט געדארפט וויינען נאך די חתונה אין זי האט גראד געהאט א קינד

סא דיינע אלע תפלות צוזאמען מיט אלע תפלות וואס אונז בעטן ווערט אוועק געלייגט אין יעדע תפלה וועט נאך צינוץ קומען פאר דיר אין פאר דיינע דורות די אויבשטער זאל דיר שוין העלפן מיט גוטע שידוך א פיינע זאך זי זאל זיין א גוטע ווייב פאר דיר אין גוטע מאמע פאר דיינע קינדער, אין עטץ זאלטץ מער קיינמאל נישט דארפן וויינען, ביז די לעצטע מינוט כאפ אריין צוזאמלען אין דיין אקאנט נאך תפלות ווייל תפלות פין דיין צובראכן הארטץ איז עפעס וואס מען דארף לאורך הדרך ומבשרי אחזה איך פריי מיך אויף יעדע נימוט וואס איך האב געבעטן אין הלוואיי איך כאף ווען אריין דעמאלטס נאך אפאר תפלות נאך אפאר טרערן
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מורא׳דיגע שטארקע און הייליגע ווערטער @פרידען, א נחת צי האבען דא מיט אינז, אזא שרייבער ווי אייך! אזא אמונה און בטחון וואס ס׳פליסט פון אייך, איז פשוט נישט שייך צי משיג זיין!
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

אז מען וויינט פריער וויינט מען נישט שפעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

פרידן האט געשריבן:... יעדער כאפט אמאל א פליק יעדער דארף אמאל דורך גיין א באמפי ראוד יעדער האט אמאל ווען ער נעמט ארויס די תהלימל אין הייבט אן זאמלען תפלות..

..בעזר ה' .. ומכאן ואילך וועט אלעס זיין גראד בלי שום צער יא איך זאג דיר קלאר ביי מיר פיל איך אז די אלע תפלות וואס איך האב געבעטן יעדע קאפיטל יעדע שמו"ע באגלייט מיך ב"ה הודו לה'...

קוק נאך אין קדושת לוי ויצא אויך וירא ה' כי שנואה לאה ותפתח את רחמה א שטיקל וואס איז מיר שטארק צינוץ געקומען בימי עניי, מדרש זאגט שנואה: שנואה עשיו בעינה זאגט די קדושת לוי אז אלע אמהות שרה רבקה רחל זענען געווען עקרות ווייל מתאוה הקב"ה לתפילתן נו לאה האט ער נישט געוואלט הערן איר תפלה? זי איז דאך נישט געווען עקרה, זאגט ער עס שטייט דאך אז עיני לאה רכות ווייל זי האט אסאך געוויינט ווייל זי האט געמיינט אז זי גייט חתונה האבן צו עשיו זאגט די קדושת לוי לאה האט געוויינט פאר די חתונה האט זי שוין נישט געדארפט וויינען נאך די חתונה אין זי האט גראד געהאט א קינד

..סא דיינע אלע תפלות צוזאמען מיט אלע תפלות וואס אונז בעטן ווערט אוועק געלייגט אין יעדע תפלה וועט נאך צינוץ קומען פאר דיר אין פאר דיינע דורות ....
...כאפ אריין צוזאמלען אין דיין אקאנט נאך תפלות ווייל תפלות פין דיין צובראכן הארטץ איז עפעס וואס מען דארף לאורך הדרך ומבשרי אחזה איך פריי מיך אויף יעדע נימוט וואס איך האב געבעטן אין הלוואיי איך כאף ווען אריין דעמאלטס נאך אפאר תפלות נאך אפאר טרערן


די הארציגע ווערטער פון @פרידן, דערמאנט פונעם באקאנטן משל בשם צדיקים.

א שטאט וואס האט זיך געפונען ביים גרעניץ פון לאנד, איז אויסגעקומען דער בית החיים אויפ'ן אנדערן זייט גרעניץ.
די שתדלנים פון די קהלה האבן ארלעדיגט מיט גרויס פראטעקציע א ספעציעלן ערלויבעניש על כל צרה שלא תבוא ח"ו צו מעגן פירן א בר מינן פון די שטאט צום בית החיים אריבער דעם גרעניץ, אן עפענען דעם ארון, צו פארמיידן בזיון המת ל"ע.

נו האבן אידישע ביזנעס קעפ זיך באקלערט, מען קען דאס דאס אויסנוצן פאר ביזנעס, האבן זיי אנגעהויבן ליפערן סחורה אריבער דעם גרעניץ, פארפאקט אין אן ארון, און געשמוגעלט אין גרויסן.

די גרעניץ וועכטער האבן זיך אפילן געווינדערט איבער די טעגליכע לויות ל"ע פון אידישן קווארטעל, אבער נישט געטשעפעט.

און אנהויב האט מען נאך אנגעשטעלט טרויעריגע מינעס אויפן געזיכט, כאילו מען וויינט, געלאזט אפאר פאלשע טרערן, און צאמגעשלעפט אן עולם באגלייטער זאלן מיטשפילן, ס'דארף דאך אויסזעהן ווי א לוי'.

אבער מיט דער צייט איז דאס שוין אזוי עבר ושנה מיט רגילות אז מ'האט געפירט די ארונות סחורה עטליכע סוחרים אליין, און ארומגעלאכט דערביי ווי געלונגן די שמוגלן לויות גייען טעגליך, מיט וויצן אויפ'ן חשבון פון די גרעניץ וועכטער וועמען מען פאפט דא אויס אונטערן נאז.

א שיינעם טאג האבן די וועכטערס אויפגעפאסט אויף די מאדנע ערשיינונג, לאכדיגע לויות פון בלויז געציילטע באטייליגטע, האבן זיי אויסגעשריגן:

- האלט! עפענט זאפארט דעם ארון, לאמיר זעהן וואס איר שמוגעלט דארט.

די סוחרים האבן געזעהן ס'איז צרות, פאר אזא שמוגלן האט געדראהט הארבע שטראפן פון יארן תפיסה ח"ו, האבן זיי אנגעהויבן ביטער צו וויינען, און געבעטן די וועכטערס, נא, כבוד המת! שטערט נישט די לוי'.

האבן די וועכטערס צוריק געענטפערט:
- וואלט עטץ געוויינט פריער אזוי, וואלטן מיר גארנישט פארדעכטיגט, אבער יעצט זעהן מיר שוין אז דאס איז בלויז א שפיעל.

דער נמשל איז:
אז מען וויינט פריער, דארף מען נישט וויינען שפעטער! ווי די גמרא זאגט: לעולם יקדים אדם תפלה לצרה.

יעדעס קאפיטל תהלים, ערליכע דאווענען, קרעכץ אדער א טרער, פון פריער טוהט אויף געוואלדיג אויף שפעטער.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

באר הפרשה
אטעטשמענטס
יספור מיד כשתחשך!!
יספור מיד כשתחשך!!
א פאטש געכאפט און פריילאך געקלאפט
א פאטש געכאפט און פריילאך געקלאפט
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

איי איי די הייליגע פורים איז דא...... פילע עמערס מיט חיזוק קען מען שעפן פון די הייליגע טעג און פון די מגילה וכו'...

ידידינו ש. פרידמאן
ידידינו ש. פרידמאן



נישט פאגעסן צו באסטן די באלון.. ר' מיילעך..

באר הפרשה
באר הפרשה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

הערליכן שיעור! וויאזוי צו האבן אמונה ובטחון מדי יום ביומו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=55801

די קעפל... איך האב געהאט בטחון אבער עס האט נישט געהאלפן..

ס'איז ווערד אויסצוהערן מתחילתו ועד סופו
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

פריילאך האט געשריבן:https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=55801
די קעפל... איך האב געהאט בטחון אבער עס האט נישט געהאלפן..
ס'איז ווערד אויסצוהערן מתחילתו ועד סופו

ש'כח פאר'ן צוצייכענען.
פונעם הייליגן ראפשיצן רב זי"ע שטייט אן ענליכע געדאנק צו די נושא פון דעם שיעור.
עזי וזמרת קה, ויהי לי לישועה, לכאורה ויהי איז דאך א לשון צער.
זאגט די ראפשיצע רב, ויהי אמאל איז דא אז די עצם צער, לי לישועה איז בעצם א חלק פון די ישועה.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

שיינע שיעור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

וויפיל השתדלות דארף מען טוען

http://rebyakovmoshe.com/parsha/1036
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

Sheine chizuk
Harav shimon spitzer
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=68601
לעצט פארראכטן דורך פריילאך אום מאנטאג אקטאבער 22, 2018 3:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=68462

Hashem knows what he is doing
Harav sorotzkin
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

שטארקע דברי חיזוק פון הגה"צ ר' אלימלך ביעדערמאן שליט"א

doc00216820190414102618_1.jpg
doc00216820190414102618_1.jpg (184.63 KiB) געזען 4138 מאל

doc00216820190414102618_2.jpg
doc00216820190414102618_2.jpg (184.21 KiB) געזען 4138 מאל

doc00216820190414102618_3.jpg
doc00216820190414102618_3.jpg (181.45 KiB) געזען 4138 מאל
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

א מענטש איז נישט די גוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך samuel »

אין ספרי "דע את עצמך" (אויף די שיעורים פון הרב איתמר שוורץ שליט"א) און אזוי ווייטער, איז דא א גרויסע אוצר פון דיע זאכן. דא איז איינע פון די בעסטע שיעורים ביי דיע לינק, טראנסלעיטעד אויף ענגליש

http://www.bilvavi.net/english/getting- ... ssence-man
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

על פי עצת ידידי הניק שיחי'

רצוף פה הלינק להדלקת רבי אלימלך בידערמאן במירון לג בעומר תשע"ט

אייי עם השם חזקו ונתחזקה

 

(שוין מיטגעקומען אויף די אנדערע הדלקות ומראות מירון)

 

קול הלשון

 

 

https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... 7%a2%d7%98

 

 

 
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

עס האט פארציילט הרה"ח המפורסם איש האמונה ובטחון ר' שלום מרדכי רובאשקין שליט"א, וואס האט פאסירט מיט אים בשעת ער איז געזעצן אין -וויאזוי ער רופט עס- די פלאטץ וואס הייסט תפיסה, איינמאהל א וואך ברענגט מען אריין פאר די ארעסטאנטן די בריוון וואס איז געשיקט געווארן צו זיי פון די פרייע וועלט, ווען ר' שלום מרדכי איז געזעצן אין תפיסה פלעגט ער באקומען אומצאליגע חיזוק בריוון פון אחינו בני ישראל די בכל אתר ואתר, אויף אזוי ווייט אז דריי פערטל פון אלע בריוון וואס זענען אנגעקומען צו די טורמע ווי ר' שלום מרדכי איז געזעצן, זענען געווען אדרעסירט צו ר' שלום מרדכי!

פארציילט ר' שלום מרדכי איין טאג בשעת מ'האט אויסגעטיילט די בריוון, און ווי געווענליך האט ער באקומען א געוואלד מיט בריוון, האט זיך אנגעטשעפעט אין אים א הויעכער שווארצע גוי, און פון קנאה אויף די אלע בריוון וואס ער האט באקומען, האט ער אנגעהויבן פארפירן אז ר' שלום מרדכי כאפט אוועק און גנב'ט די בריוון וואס קומען אן צו אלע ארעסטאנטען און נעמט עס פאר זיך, ר' שלום מרדכי ווילענדיג אויפווייזן זיין אומשילד, האט ער געוויזן פאר'ן גוי ווי אויף יעדן ענוועלויפ שטייט קלאר 'לכבוד ר' שלום מרדכי רובאשקין', און נאך מער האט ער געוויזן פארן גוי, אז א גרויס חלק פון די בריוון זענען געשריבן אין לשון הקודש אדער אידיש, א שפראך וואס די גוים פארשטייען נישט.

נאך די מעשה פארציילט ר' שלום מרדכי, האט ער זיך אראפגעזעצט זיך מתבונן זיין אין די דין ודברים וואס ער האט געהאט מיטן גוי, אזוי ווי עס שטייט פונעם בעהש"ט הקדוש אז א יוד דארף ארויסנעמן א מוסר השכל פון יעדע זאך וואס פאסירט מיט אים, און פון אלעס וואס ער זעהט אדער הערט אפילו פון גוים, האט ער אויפגעפאסט אז די לעצטע שטיק צייט איז ער געווען צובראכן פון זיין מצב אין תפיסה, און עס האט אים זייער געבאדערט פארוואס א צווייטע ארעסטאנט האט מען ארויסגעלאזט פאר א נאכט, און ער זיצט דא אן קיין שום האפענונג זיך ארויס צו זעהן פון זיין מצב, פארוואס בין איך אנדערש פון אלע אנדערע טויזענטער אידן וואס זיצן ביי זיך אינדערהיים מיט זייערע קינדערלעך, מה נשתנה??

האט ער פארשטאנען אז דער רבוש"ע האט אים געוואלט שיקן א מעסידזש, אז יעדער באקומט פעקלעך פאסט אויף די וועלט, יעדער ענוועלויפ איז אדרעסירט צו זיין מקבל, עס שטייט קלאר אויפן ענוועלויפ לכבוד פלוני ופלוני, עס איז פונקטליך אויסגערעכנט יעדעמס פעקל וויפיל פונט עס זאל וועגן, און נאך מער דאס וואס שטייט אויף מיין חבר'ס בריוו קען איך אפילו נישט ליינען, איך קען נישט די שפראך!!

אל"ף איז אמונה, בי"ת איז בטחון, גימ"ל איז גאולה, אמונה ובטחון ברענגט די גאולה!

איי ברענג ברענג ברענג די גאולה, גיימיר שוין אהיים
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ייש"כ טשולנט ב.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (20.51 KiB) געזען 2493 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: חזקו ותחזקה! - חיזוק אין שווערע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

צוויי הערליכע חיזוק שיעורים פון רבי אברהם מרדכי מלאך לאור המצב

סיז כדאי צו הערן כסדרם

א קאווע ... קוה אל ה' .

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=106061

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=107011
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”