עקספיריענס אדער פארשטאנד געזוכט

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

עקספיריענס אדער פארשטאנד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיין מיידעלע שתחי׳ עמו״ש. ס׳מאכט זיך אפט אז זי איז מקונן. (שברים) ווען איך קוק אריין אין איר קען מען פארשטיין אז זי איז נישט מאמענטיש צופרידן און באקוועם זיך צו געפינען אין איר דעמאלסטיגען מצב הרוח או כדומה. און וויבאלד זי האט נישט קיין וועג אוועקצולויפן פון עס קלאגט זי. ס׳מאכט זיך זייער אפט בעיקר אינדערפרי. איך בין געקומען צום אויסדרוק ״אויפגעשטאנען אויף די לינקע פיס״. אבער וואס מיינט עס. וויפיל איך רעד העלפט עס נישט. אבער דאס העלפט צומאל יא ווען מיין עזר קומט און זאגט (שרייט) ״אויב דו וועסט נישט סטאפן צו וויינען וועסטו באקומען א פראסק, סטאפ אין די מינוט. זיי נישט א בעבי.״ דאס העלפט צומאל. קען זיין ווייל זי מוז סטאפן. פאר מער הסבר. מיין יונגעל מאכט זיך קיינמאל נישט די צריך-הסבר׳דיגער מצב. ער איז אלעמאל פרייליך, אדער מוטשעט ער פאר א נייע טוי. ווייסט איינער וואס דאס איז. וואס געשעט. אפשר פעלט עפעס א ווייטעמין אדער א גוט אויג אדער ווער ווייסט וואס. און ווער ווייסט טאקע.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

דו דארפסט וויסן אסאך מער אינפארמאציע צו קענען ענטפערן אויף די פראגע. אויב דו ווילסט אמת'דיג וויסן, מוזטו אויך פארציילן אביסל פון איבערן טאג. פון צופרי אליינס איז נישט קיין ראי'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זאגסט מיר צו. ס׳קען עכט זיין אז ס׳דרוקט איר עפעס.? ווייל במשכ׳ן טאג איז זי גאנץ פרייליך און צופרידן הגם אז זי איז היפש הויעך אין common sence. און אין א געוויסן זין ערענסט.
אירע חלומות זענען געשמאקע חלומות. אנדערש ווי מיין יונגעל וואס חלומט זיך שרעקעדיגס. והשם יעזרו
ס׳קוקט מיר דאן אלעמאל אויס ווי איר מצב הרוח האט זיך אין עפעס בייז אנגעשטויסן. די מאמע טענה׳ט אז ״און ווען איך האב דיר געזאגט נעכטן אז מ׳דארף שוין גיין שלאפן האסטו נישט געפאלגט הא״ אבער איך (און זי) בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז עס. זי ווערט אזוי שלעכט און כעסיג. בקיצור. אויב זאלסטן ווען זאגען אז סמאכט זיך פלוצים אינמיטן טאג דאן פיל איך אז דו ביסט מער גערעכט. אבער אויב ס׳מאכט זיך בעיקר ווען זי איז מיד... הגם איך זוך הסבר.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

וועלכע זאכן רעדסטו און עס העלפט נישט? דו טענה׳סט מיט איר שכלדיג זי זאל נישט זיין אזוי?
הטענות וההסברים לא יועיל. זאג קורצע פרייליכע סטעיטמענטס מאך א מצב רוח אז זי מוז זיין פרייליך אן שכל.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

נא, עס איז דא מענטשן וואס ביי זיי אנהייבן די טאג איז זייער שווער, לחץ. מ׳מוז אהער און אהין. נישט געפערליך, קען זיין אז זי וועט שלאפן געהעריג וועט זיין בעסער אבער נישט מוכרח
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:וועלכע זאכן רעדסטו און עס העלפט נישט? דו טענה׳סט מיט איר שכלדיג זי זאל נישט זיין אזוי?
הטענות וההסברים לא יועיל. זאג קורצע פרייליכע סטעיטמענטס מאך א מצב רוח אז זי מוז זיין פרייליך אן שכל.

און ווער וועט איר העלפן ווען זי וועט דארפן אויפשטעלן א שטוב וד״ל. ס׳דארף זיך אויפהערן. ס׳געשעט נישט איינמאל א יובל נאר יעדן טאג וואס געשעט נישט איז א פרייד און א שבח והודאה ובקשה לעתיד
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס׳דארף זיין עפעס א חינוך וואס זאל געשען אין איר אטאמאטיש יעדן מאל זי שפירט אז זי ווערט אזוי... אפשר קען סתם גוטע ווערטער מאכן אז ס׳זאל זיך טוישן קומענדיגעס מאל מער אטאמאטיש צום גוטן. ביסט גערעכט ׳פאמיליעמירעלס׳ כ׳על טרייען עמער זעהן
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

דו העלפסט איר יעצט מיטן אריינברענגען שמחה, דאס לערנט אויס אז מען לאזט זיך נישט המשך ווערן נאכן טבע פון עצלות ועצבות נאר א איד דארף פרייליך זיין הוי שמחה איז הויכע שיין..
סייווי קלאגט מען נאר ווען עס איז דא פאר וועם, פאר דיין אידענע קען מען טאקע נישט קלאגן..
אז דו ווילסט דייקא זוכן ספעציפיש ואם כדבריך אז סתם איז זי פררליך דאן טשעק אין שולע צי זי האט נישט צוטון מיט איינעם דארט א חבר׳טע און צומאל א לערערין.
והשם יצליח דרכך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שכח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בערך וועלכע יארגאנג איז דאס קינד?
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

הער מיר צו נשמה'לע
דאס איז פלעין "קאנעקשאן" מיט די עלטערן אויף א נישט ריכטיגע וועג
און דאס דארפסטו זעהן אז עס זאל אויפהערן
וואס זאל אויפהערן? די נישט ריכטיגע קאנעקשאן'ס
ד.מ. אז עס מאכט זיך ביי קינדער (אויך ביי עלטערע...) אז די וועג וואס זיי קאנעקטן צו די עלטערן איז דורך דעם וואס די עלטערן שרייעט אויף זיי אדער רעגט זיך
סאו די ערשטע זאך איז. אז די מיט דיין ב"ב דארפן עקטן (אבער נישט פלעין עקטן נאר אריינעמען אין זיך) אז דאס מיידל איז אויפגעשטאנען אויף די "רעכטע פיס"
און ווען זי בלאזט אדער וויינט, זיך צו אומוויסענדיג מאכן דערפון, נאר זיך אויפפירן צו איר כאילו "מען כאפט בכלל נישט" אז זי איז נישט אין די גוסטע
פרוביר עס אויס און לאמיר הערן רוזאלטס


דאס איז נישט מיינע חידושים, דאס קומט פון דר. אלפערד אדלער
עס ווערט היינט שטארק פארשפרייט דורך מ. ווייס.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

לכאורה האט געשריבן:בערך וועלכע יארגאנג איז דאס קינד?

איך וואלט ענדערש געפרעגט וועלכע אניגראם נומער...?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יארגאנג 9 עניאגראם נומער דאכט זיך 1. איך קוק איר שוין נאך פון דאן אין שפיטאל. לויט ווי ס׳זעהט אויס איז זי א גראדער איינזער. אן איינזער געווען מאז ומקדם נאך אין קערידזש. אבער איך זעה אויך שטריכן פון נומערן 4 6 8. זי איז אזוי אנדערש ווי מיר. ראט אריין אין זיוגי, נישט פארשטייענדיג מיין מהלך החיים כלל. פארוואס איך מאך נישט צו אלע קנעפלעך פון די וועסטל. וואס איז אזוי שווער צו זיין נארמאל?,
און דערפאר זארג איך מיך. און דערפאר האב איך אמאל געשריבן א זאך, אז ווי מער זאכן א מענטש וויל ס׳זאל איהם גיין גראד, אלץ מער בכעס געפונט מען איהם. פשוט, ווייל די טבע איז אז זאכן גייען נישט ווי מ׳וויל. פון ווען זי איז נאך קליין האב איך געמערקט אז זי פלאגט זיך אריינצולייגען זאכן שיין אין די טאוט בעג, אדער צו מאכן די דאלי׳ס האר אויף א געוויסן אופן, און ווען ס׳איז נישט געגאנגען האט זי זיך גערעגט. בקיצור מהאט געארבעט דערויף. אבער ווען איך קוק אויפן פיוטשער וויל איך נישט זעהן אזא מעשה ווי פאלגענד.
פינעף יאר נאך די חתונה א גרינעם דינסטאג פרשת חי׳ שרה און זי בלאזט אויף עפעס א נארישקייט. מקען מיט אזא איינעם לעבן? יעדער מענטש קען מאכן א טעות, און זי מוז זיך דאס אויסלערנען ניין?
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

צים פינטעל האט געשריבן:הער מיר צו נשמה'לע
דאס איז פלעין "קאנעקשאן" מיט די עלטערן אויף א נישט ריכטיגע וועג
און דאס דארפסטו זעהן אז עס זאל אויפהערן
וואס זאל אויפהערן? די נישט ריכטיגע קאנעקשאן'ס
ד.מ. אז עס מאכט זיך ביי קינדער (אויך ביי עלטערע...) אז די וועג וואס זיי קאנעקטן צו די עלטערן איז דורך דעם וואס די עלטערן שרייעט אויף זיי אדער רעגט זיך
סאו די ערשטע זאך איז. אז די מיט דיין ב"ב דארפן עקטן (אבער נישט פלעין עקטן נאר אריינעמען אין זיך) אז דאס מיידל איז אויפגעשטאנען אויף די "רעכטע פיס"
און ווען זי בלאזט אדער וויינט, זיך צו אומוויסענדיג מאכן דערפון, נאר זיך אויפפירן צו איר כאילו "מען כאפט בכלל נישט" אז זי איז נישט אין די גוסטע
פרוביר עס אויס און לאמיר הערן רוזאלטס


דאס איז נישט מיינע חידושים, דאס קומט פון דר. אלפערד אדלער
עס ווערט היינט שטארק פארשפרייט דורך מ. ווייס.


און ווען מען קען נישט איגנארן, זאגט מען רואיג אין פעסט: "טאטי הערט נישט ווען מען וויינט/נודזשעט קענסט איבער זאגן וואס די ווילסט אזוי" און זאגטס איר פאר ווי אזוי מען זאגט/בעהט עפעס אויף א דרך ארץ'דיגן אופן,

לדוגמא:
קינד: וויינט, "איך וויל נישט די באטי, איך וויל די בלוי"
טאטע/מאמע: "איך הער נישט ווען מען וויינט, אויב די ווילסט עפעס זאגן קענסטו בעטן שיין, - מאמי כ'וויל די בלוי באטי" אויב דאס קינד פאלגט נישט (איבערהויפט ביי די ערשטע פאר מאל) איגנארירט מען איר/אים, (מען דארף נישט אלס נאכגעבן פאר א קינד, אפילו ווען עס בעהט שיין, אבער אין אזא פאל איז כדאי נאכצוגעבן עטליכע מאל, כדי ס'קינד זאל באקומען די מעסעדזש, "ווען איך בעהט שיין העלפט") (איך האב שוין כמה פעמים נאכגעבן פאר די קינדער, בלויז ווייל זיי האבן געבעטן שיין, אין א פאל וואס איך האב באמת נישט געהאלטן ביים נאכגעבן [א קינד בעהט א נאש סתם אזוי, וכדו'] בלויז אלס חינוך די מעסעדזש זאל זיי אריין אין קאפ).

בעצם קינדער דארפן א פעסטע עלטערן וואס גיבן נישט אלעס נאך, דאס איז פאר זיין א שטארקע רוקן ביין, זיך אהנצולאנען דערויף.
חוסך שבטו שונא בנו, לאו דוקא א פאטש, א גייסטישע פעטשל אויך.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

בערקא זייער שיין
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה האט געשריבן:יארגאנג 9 עניאגראם נומער דאכט זיך 1. איך קוק איר שוין נאך פון דאן אין שפיטאל.

מען קען שוין זעהן די טייפ פון דעמאלטס? wow!
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

מען קען שוין זעהן ביי אסאאאך יונגער
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

געווענדליך קען מען זען היינט אבער מארגען האט זיך די קינד שוין געטוישט, זיי טוישן זיך זייער שנעל, מען סעטלט זיך אויף איין נאמבער געווענדליך ביי די 14-16.

אבער איך בין שאקט אז אונזער נשמה האט נישט פארשטאנען ווי אזו צו עס באהאנדלען.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

אין אסור מתיר את עצמו מבית אסורים
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

verveist האט געשריבן:מען קען שוין זעהן ביי אסאאאך יונגער

יונגער פון שפיטאל?
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

אויסגערעכנט האט געשריבן:געווענדליך קען מען זען היינט אבער מארגען האט זיך די קינד שוין געטוישט, זיי טוישן זיך זייער שנעל, מען סעטלט זיך אויף איין נאמבער געווענדליך ביי די 14-16.

אבער איך בין שאקט אז אונזער נשמה האט נישט פארשטאנען ווי אזו צו עס באהאנדלען.


א נומבער טוישט זוך נישט

.
fiena nieas האט געשריבן:יונגער פון שפיטאל?


איך װייס נישט װאס די פרעגסט

געװענלעך קען מען שוין זעהן ביים עלטער פון 2-3 און אפילו יונגער
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה האט געזאגט אז ער קיקט שוין נאך דעם קינד פון שפיטאל פון ווען ער איז געבוירן האב איך געפרעגט אז טאקע אזוי פרי קען מען זעהן? האסטו געזאגט נאך פריער...?
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

fiena nieas האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:יארגאנג 9 עניאגראם נומער דאכט זיך 1. איך קוק איר שוין נאך פון דאן אין שפיטאל.

מען קען שוין זעהן די טייפ פון דעמאלטס? wow!



נשמה האט געזאגט אז זי איז 9 יאר אלט, און די האסט געפרעגט אויב מען קען שוין זעהן אזוי פֿרי. אויף דעם איז געקומענ מיין ענטפֿער
עני װעי גענוג שוין געפאטשקעט דעם אשכול צירוק..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נשמה האט געשריבן:יארגאנג 9 עניאגראם נומער דאכט זיך 1. איך קוק איר שוין נאך פון דאן אין שפיטאל. לויט ווי ס׳זעהט אויס איז זי א גראדער איינזער. אן איינזער געווען מאז ומקדם נאך אין קערידזש. אבער איך זעה אויך שטריכן פון נומערן 4 6 8. זי איז אזוי אנדערש ווי מיר. ראט אריין אין זיוגי, נישט פארשטייענדיג מיין מהלך החיים כלל. פארוואס איך מאך נישט צו אלע קנעפלעך פון די וועסטל. וואס איז אזוי שווער צו זיין נארמאל?,
און דערפאר זארג איך מיך. און דערפאר האב איך אמאל געשריבן א זאך, אז ווי מער זאכן א מענטש וויל ס׳זאל איהם גיין גראד, אלץ מער בכעס געפונט מען איהם. פשוט, ווייל די טבע איז אז זאכן גייען נישט ווי מ׳וויל. פון ווען זי איז נאך קליין האב איך געמערקט אז זי פלאגט זיך אריינצולייגען זאכן שיין אין די טאוט בעג, אדער צו מאכן די דאלי׳ס האר אויף א געוויסן אופן, און ווען ס׳איז נישט געגאנגען האט זי זיך גערעגט. בקיצור מהאט געארבעט דערויף. אבער ווען איך קוק אויפן פיוטשער וויל איך נישט זעהן אזא מעשה ווי פאלגענד.
פינעף יאר נאך די חתונה א גרינעם דינסטאג פרשת חי׳ שרה און זי בלאזט אויף עפעס א נארישקייט. מקען מיט אזא איינעם לעבן? יעדער מענטש קען מאכן א טעות, און זי מוז זיך דאס אויסלערנען ניין?

יא, זי איז ווארשיינליך אן איינזער מיט א צווייער פליגל. זי ארבעט העפטיג אויף אירע מידות. ס'איז אזוי אינטערעסאנט, ווי די קליינע איינזערלעך הארעווען אויף זיך, אויף די מידות, אויף יראת שמים, אויף מורא האבן פון הייליגען באשעפער, אויף מורא האבן פון גיהנם, אויף טון וואס ס'איז ריכטיג. הייליגער באשעפער שיק איר א מאן וואס וועט זיין נישט קיין איש בליעל, נאר א יוד מיט ערליכקייט. פונקט דעם שב"ק האב איך געהאט מיט איר א טיפע שמועס, אסאך זאכן וואס איך האב נישט פארשטאנען די אלע יארן, האב איך געהאפט צו באקומען אן ענטפער

"טאטי דו געדענקסט איך פלעג וויינען אינדערפרי? איך טו עס שוין נישט. דו ווייסט וויפיל איך האב געארבעט אויף מיינע מידות? אויף מיין כעס? איך האב שטארק געארבעט אויף מיינע מידות." האב איך געפילט "יעצט האב איך א געלעגנהייט, לאמיך איר אויפמאכן מיין דריקעניש "פארוואס טאקע פלעגסטו וויינען?" זי ענטפערט "איך ווייס אליין נישט, איגנאר!"

זיי ווילן זייער שטארק אז זייערע געשוויסטער זאלן זיין אויסגעהאלטן אזוי ווי זיי פרובירן צו זיין, און זיי זענען נישט באקוועם ווען זייער געשוויסטער - מיט וועם זיי זענען נאנט - זענען לייכטזיניג און זענען נישט מקפיד אויף א הלכה. קענען נישט דערליידן לייכטזיניגקייט. "וויאזוי קענסטו טון אזאך וואס מ'טאר נישט? האסט נישט מורא פון גיהנם?" פון וויגל אן האב איך איר שוין נאכגעקוקט. די אלע טעאריעס אז איינזער ווערן איינזער ווייל... איז נישט ממש אזוי. ס'איז מער א נאטור. זיי נעמען אן די וועלט אלץ א פלאץ ווי זאכן דארפן האבן א סדר! אן א סדר איז נישטא קיין סענס! איינזער וועלן ארבעטן אויף שלימות און זייער אויפגאבע איז צו זיין צופרידן מיט וויפיל מ'האט יא. זייער אויפגאבע איז צו איינערקענען אז ס'לוינט זיך זיי צו טון זאכן ריכטיג, ווייל סוף כל סוף וועט זיך עס זיי לוינען, און אפילו ווען ס'קוקט זיי אויס אז ארומיגע מאכן א לעבן, און נאר זיי מוזן זיך פלאגן, וועט זיך עס אבער אויסצאלן. און א חלק פון די שלימות איז צו קוקען מער אויף זיך ווי אויף יענעם, צו לאזן יענעם לעבן. און בעיקר זיין פרייליך אז מ'איז ב"ה אן איינזער.

זיי האבן א שטארקע קלארע גראדע מיינונג אויף יעדע זאך אן ספיקות, זיי נעמען אחריות. איך רעד מיט א צווייער פליגל. זיי זענען זאכליך. פראקטיש. זיי האבן ליב פאן. האבן ליב צו העלפן. האבן רחמנות אויף אלץ און אלעמען.
בקיצור ס'איז אינטערעסאנט צו זען. והשם הטוב יעזור.

איין זאך וואס ס'איז כדי אויסצושמועסן איז, אז לאמיר זאגן א קינד ווערט געבוירן א דרייער. אדער אפילו אן אכטער. און די עלטערן קענען אזוי ווי ארויפלייגען א כלי אויפן אתרוג און ס'וועט זיך נישט אנטוויקלן צו איר פילער גרויסקייט און שיינקייט. פארוואס זאלן עס די עלטערן טון? ווייל זיי האבן מורא פונעם ענערגיע פונעם קינד, שטופן זיי עס אראפ.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אויסגערעכנט האט געשריבן:געווענדליך קען מען זען היינט אבער מארגען האט זיך די קינד שוין געטוישט, זיי טוישן זיך זייער שנעל, מען סעטלט זיך אויף איין נאמבער געווענדליך ביי די 14-16.

אבער איך בין שאקט אז אונזער נשמה האט נישט פארשטאנען ווי אזו צו עס באהאנדלען.

ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. און דו דארפסט געדענקען אז איינזער פילן זיך נישט נאנט צו זייער טאטע, היינט שוין יא. (איך האף אזוי ב"ה)

אבער דעמאלטס האב איך נישט געקענט רעדן מיט איהר וועגן איהרע אינערליכע געפילן. צו קליין אז זי זאל אריינקריכן אין אירע אינערליכע געפילן. (אזוי מיין איך) אדער טאקע ווייל זיי זענען איינזערס, איז שווערער פאר זיי צו אנקומען אהין. איך בין געליבן מיט פראגעס וואס דעמאלטס איז געווען.

ווען מ'רעדט צו איינזער וועגן זייער אינערליכע געפילן, קען מען זעהן פול מיט פראגעס און עצות וויאזוי צו מאכן די וועלט גראד און בעסער, "וואס איז אזוי שווער צו זיין נארמאל? מ'דארף פלעין טון דעס און דעס און שוין" אבער זענען נישט פירער, פירער ערשיינען נישט אזוי ווי איינזער.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”