קויפן א מגילה

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 2:17 pm

קויפן א מגילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dell »

איך וויל קויפן א מגילה ווי פאנג איך אן? צו וועם גיי איך וואס זענען די פרייזן צו ערווארטן אויף וואס קוקט מען

אויב איינער קען ביטע ארויסהעלפן. יישר כח
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די ענין פון קויפן א מגילה איז א גרויסע און א פארצווייגטע,
עס זענען דא אלע מיני פרייזן אנגעהויבן ביי 850 ביז 3000 טאללאר, די שאלה איז נאר וואס דו זיכסט און וואס דו ווילסט קויפן,

פארשטייסט אליין אז פאר 850 באקומסטו א נישט שיינע כתב, צופאטשקעט און צומישט, אבער פאר 12 13 מאות קען מען שוין האבן עפעס מענטשליך,
עס זענען דא פארשידענע סייזעס מגילות, וואס איז דעם ווענט זיך אויך די פרייזן, דאס מערסטע אויפגעכאפטע מגילה איז די "המלך" מגילה, וואס בדרך אגב האט עס נישט קיין שום מקור, אבער ס'איז שיין און פראקטיש ס'איז בערך 10 12 אינטשעס הויעך, און דאס לויפט פון 12 14 מאות און העכער, ווענדט זיך די שיינקייט אינעם כתב,

ווען מ'קוקט א מגילה צו זעהן די שיינקייט מישט מען ביז טיף אינמיטן, ווייל אנהייב שרייבט דאך יעדער שיין, אבער אינמיטן קען דער סופר נאכלאזן פון די שיינקייט און ס'איז צומאל עק וועלט, מ'קען קוקן א מגילה אנהייב ס'דארכט זיך אז ס'איז שיין אבער פורים ביים ליינע ביי ומרדכי ידע זעהט מען א געפערליכע שריפט, מ'דארף וויסן אז זייער אסאך מתחילים - סופרים וועלכע הייבן אן צו שרייבן, הייבן אן מיט מגילות און מ'קען אריין פאלן מיט א שוואכע מגילה,

אני כשלעצמי האב געטראפן א סופר וועלכע האנדלט מיט די סחורה א וואך פאר פורים און ער האט מיר געפרעגט ווילסט אפשר קויפן א מגילה, זאג איך אים יא, אבער איך האב נישט דאס געלט, זאג איך ווייסטו וואס, איך וועל דיר באצאלן פון יעצט ביז נעקסטע יאר דאס געלט און איך וויל באשטעלן א מגילה, גוט, האב איך אים געזאגט מיין ארדער, איך האב ליב א מגילה מיט גרויסע ווערטער, אבער מיט י"א שיטין, דאס איז אויף יעדן עמוד 11 שורות, וואס להלכה איז דאס די מערסטע אויסגעהאלטן ווייל די עשרת בני המן זענען אויף איין עמוד, און ביי אנדערע מגילות איז יעדע נאמען אויף דריי פיר שורות, משא"כ א י"א שיטין איז יעדע נאמען בלויז אויף איין שורה, וכ"כ הגר"א ועוד, זאגט ער מיר גוט, אזא מגילה קאסט יעצט אויף נעקסטע יאר 1450, מיר האבן געשלאסן מקח און איך האב אים מזמן לזמן געגעבן געלט, אויף נעקסטע יאר חמשה עשר בשבט האט איך געהאט די מגילה.... אך אך אך איז דאס א שיינע מגילה, מבינים האבן מיר געזאגט אז אין אמת'ן קאסט דאס 18 מאות, אבער היות איך האב געגעבן געלט פריער האב איך עס פאר ביליגער,

אט דאס איז מיין עקספיריענס.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

מיט וועם איר האט געהאנדלט דער איז אויך געווען דער סופר?, האט איר געוועלט אייער סופר?, ווייסט איר יעצט ווער עס האטעס אייך געשריבן?, האטער עס געשריבן ספעציעל פאר שאץ מאץ? אז איזער יא אזוי גוט, ווער איז געווען דער סוחר\סופר?
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

גראדע האט מיר א סופר געזאגט אז מען הייבט אן שרייבן פון די לעצטע פרק און אזוי צריק ציוועגס, אזוי קומט אויס אז די אנפאנג איז שיין
ווייל ווי מער מען שרייבט אלטס שענער ווערט די שריפט.
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

די ערשטע זאך דארף מען געדענקען, אז "שיין" ביי א מגילה, מיינט נישט באלעבאטיש שיין, ס'וויכטיג מיטצונעמען איינער וואס קען אפילו אביסל צורת האותיות, צו קענען מבינ'ען ריכטיג די כתב.

איך וואלט קיין 12-13 מאות'דיגע מגילה נישט גענומען, איך בין געגאנגען ביז אכצן מאות און וואלט אפילו געגאנגען ווייטער ווען איך קען ווען. בפרט אז די ביליגסטע מגילה וואס מ'טרעפט אין שאץ'ס געגענד איז איבער אכט, מיינט דאס אז 12 איז גאנץ קנאפע סחורה.

נאך א סוד. אין ב.פ. זענען די פרייזן ביליגער ווי אין וומסב"ג. פארוואס? איך ווייס נישט. אבער אזוי איז עס. אבער, די טהרת הקודש קען זיין שווערער צו באקומען.

א 11 שורה'דיגע מגילה מקורו מהגר"א, און די סבה איז ווייל די עשרת בני המן זאלן נישט זיין גרעסער ווי די איבריגע מגילה, אבער לא ראינו אצל רבוה"ק שיקפידו ע"ז בכלל, אפילו להידור. און בכלל איז אזא מגילה זייער דיק.

אזויווי די פריערדיגע האבן שוין געזאגט, הייבן אסאך נייע סופרים אן פון א יריעה צוויי אינמיטן די מגילה, טאקע להטעות הלא יודעים, ח"ו, איך מיין נאר צו זאגן אז די פורסט אימפרעשן זאל זיין גוט. (קיין סאך קען מען נישט פאפן).

אויך איז נישט כדי צו קוקן די כתב ביי די בני המן, ווייל אסאך געבן דאס פאר אנדערע צו שרייבן.

הצלחה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איך בין געווען אין א"י אמאל פאר פורים האב איך דארט געקויפט 2 מגילות ביי א סוחר פאר בערך $1100 יעדע איינע פון סופרים וואס גיין נישט צי די בחירות. ביים אהיים קומען האב איך עס געוויזן סיי פאר מיין שווער זז"ג וואס האט זיך געלערנט סופרות אין סיי פאר מיין טאטע זז"ג וואס ליינט שוין בערך 40 יאר ביידע זענען געווען זייער צופרידן. מיין שווער זז"ג האט מיך געזאגט וועלכע צו נעמען פאר מיר ווייל סאיז געווען פון 2 סופרים די אנדרע האט מיין טאטע זז"ג געקויפט פאר זיין צוקניפטע חתן
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

כ'האף אז דער חתן איז שוין אויפגעקניפט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

לוי יצחק האט געשריבן:א 11 שורה'דיגע מגילה מקורו מהגר"א, און די סבה איז ווייל די עשרת בני המן זאלן נישט זיין גרעסער ווי די איבריגע מגילה, אבער לא ראינו אצל רבוה"ק שיקפידו ע"ז בכלל, אפילו להידור. און בכלל איז אזא מגילה זייער דיק.
.


גראדע די מגילה פונעם ישמח משה איז געוועהן א י"א שיטין, די מגלה וואס מרן הברך משה פלעגט ליינען דאכט זיך א ירושה פונעם קדושת יו"ט איז אויך געוועהן א י"א שיטין,

און ווי דו זאגסט א אנדערע מגילה איז אפשר בעל בית'ש שיין, א י"א שיטין איז הלכה'דיג שיין,

גערעכט אז פאר 12 מאות באקומט מען שוואכע סחורה, האב איך קלאר געשריבן פון דארט און העכער ווענדט זיך שוין אין די שיינקייט,
און ווען איך האב געקויפט איז געוועהן בערך 6 7 יאר צוריק,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

שאץ מאץ האט געשריבן:גערעכט אז פאר 12 מאות באקומט מען שוואכע סחורה, האב איך קלאר געשריבן פון דארט און העכער ווענדט זיך שוין אין די שיינקייט,
און ווען איך האב געקויפט איז געוועהן בערך 6 7 יאר צוריק,

ש'כח
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

איך וויל נישט צו נעמען די פרנסה פין די סוחרים.

אבער ביי אונז און ארץ ישראל, קען קויפן מגילות פאר היבש פרייז ביליגער.

ווער סהאט א קרוב אדער א חבר און ארץ ישראל קען זיך ארלעדיגן א שיינע הערליכע מגילה + אן א בחירות וכדו', פאר א סאך ביליגער.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

איך האב גראדע נישט געוואלט דערמאנען דאס כדי נישט אוועקצונעמען די פרנסה פון די ארץ ישראל'דיגע אידן.


וזאת למודעי! די מגילות וואס קומען פון א"י אן קיין אמעריקאנע הג"ה, משום איזה סבה שהוא טרעפט מען אין דעם צענדליגע פראבלעמען!! טייל וואס נעמען נאר אוועק פונם הידור, און עטליכע מאל אפילו וואס לייגט אריין ספיקות אין כשרות.
ס'קען זיין ווייל די מגיהים דארט ווערן באצאלט פרוטות, כ'ווייס נישט, אבער דאס איז די מציאות וואס איך האב געזען.

על כן, אויב וויל איינער קויפן א מגילה אין א"י, דארף ער עס קויפן נאר בתנאי אז מ'עט עס מגיה זיין אין אמעריקא, און אויב ס'טרעפט זיך א פראבלעם, נעמט עס די סופר/סוחר צוריק.

ענטשולדיגט זיידעניו בקאטשעניו, אבער אין לו אלא מה שעיניו רואות.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

בין איך געווען ביי א היגע סוחר, און געזען עטליכע אר"י מגלות, אלע זענען זיי דורך קאמפיוטער הגה. מיט פונקטליכע דעטאלן.

_________

איך זוך הילף אויף א סופר.

איך בין געווען אין ארץ ישראל פאר א צוועלף יאר צוריק און געקויפט א מגלה ביי א סופר\סוחר [א תולדות אהרן חסיד נכד ר' יעקעלע כהן, שכחתי שמו].
ער האט מיר געוויזן דעם סופר אין שול, און ווען די זאכן וואס איך האב געהערט און געזען האט מיך באפרידיגט האב איך געקויפט די מגלה.

עכשיו, האב איך פארגעסן דעם נאמען פון סופר, איך זוך ווער ס'קען מיר צוריקברענגען די אבידה.

די סימנים וואס איך האב איז אזוי.

אן אלטער איד.
א לעלובער חסיד.
א געהויבענער איד, [א געשטעל ווי ר' יושע באנדא].
ער האט ארויסגעגעבן סיפורים וכדומה אויפן בעל שם טוב [ואולי תלמידיו].
ער האט זיך געדרייט אין די אלטע היימישע ירושלים [בית ישראל\מאה שערים, איך האף ער לעבט און זאל דערלעבן משיח'ן.]

נו, ס'זאגט עפעס מיינע רמזים?? איינער קען עס דערפון דערשמעקן?
יישר כח פון פראנאויס
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איר מיינט אפשר איינער פון משפחת זעלקאוויטש?, וועלכע האט ארויס געגעבן דעם זכרון צדיקים?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

א יישר כח פאר אייער הילף [יענער איז א לעלובער אפשר?]

למעשה האב איך מיך דערמאנט אז ער דארף הייסן קארנבלי.

און א יישר כח פאר דעם חשוב'ן ניק הותיק ועושה חסד וואס האט זיך אנגעטראגן באישי מיר צו געבן די נומער פון דעם סופר נכד ר' יעקעלע כהן.
תשוח"ח לו, ולכל העוזרים.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

ויה"ר שיצליח בכל דרכיו אמן
אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

לכבוד פורים הבעל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחקי »

ווייסט איינער וואו מ'קען באקומען שיינע מגילות פאר די בעסטע פרייז?
אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחקי »

זעה איך אז דער עולם ווייסט נישט פון אזא זאך...
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

אויב איינער דא איז אינטערעסירט אין א 11 שורות מגילה קליין ווי פרשיות פין תפילין (3 אינטשעס) אבער גאר קלארע אין א גאר שיינע כתב פין א גאר היימישע סופר, אינקלודעד קימט א זילבערנע האלטער, ביטע קאנטאקטען אין אישי
Liberalism is a mental disorder
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

יצחקי האט געשריבן:ווייסט איינער וואו מ'קען באקומען שיינע מגילות פאר די בעסטע פרייז?
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

מצות עשה פון 'כתיבת ספר תורה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

גענימען פון Mishnah & Halacha Daily, Project of Kollel W.-Yeshiva Tiferes Bachurim <[email protected]>
אטעטשמענטס
Capturemg.PNG
Capturemg.PNG (11.66 KiB) געזען 3703 מאל
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

השגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

לדעתי ווענד זיך וויפול געפיל מען האט צו "סופרות", צו זיין א מהדר במצוות איז גענוג צו ספענדן 18 געגענט, אבער געפיל איז עפעס אנדערש, מ'קען זיך נישט דערזעהן קויפן אזאנס הלמאי יענץ איז שענערס, א מגילה קויפט מען דאך נאר איינמאל וכו' מלא שיינע הסברים. א "אנשין" מגילה האט דאכט זיך אלע מעלות ס' קאסט בערך 2700 ביז 3000, לכאורה אין א"י איז עס ביליגער
א שיינע מגילה פון דאהי קומט אויס לערך 4-5 אלפים ווייל ס' לוינט נישט צו שרייבן פאר ביליגער, ער קען אין די צייט שרייבן תפילין, איז ממילא די ערשטע זאך קלערט אייער געפיל און געבט עס ארויס לרכוש בכסף מלא מגילה נאה ומהודרת
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

א מגילה פאר אינטער 5 מאות? ווער ווייסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

יצחקי האט געשריבן:ווייסט איינער וואו מ'קען באקומען שיינע מגילות פאר די בעסטע פרייז?

איז שייך צו באקומען א מגילה פאר אינטער פינעף מאות?
כמובן עס ברויך נישט זיין די שענסטע און אויך נישט איינס פאר די שענסטע
די עיקר ס'זאל זיין ליינבאר און פון אן ערליכער סופר
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ניין
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

וואס איז יא די סאמע ביליגסטע אויף די מארקעט?
(מעג זיין די ערשטע ווערק פון א סופר, און פון א"י פארשטייט זיך)
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז פאראן א מארקעט פאר גענוצטע מגילות?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”