'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אדער א זעקסער...
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

fiena nieas האט געשריבן:אדער א זעקסער...

ס'שמעקט מיר פיר-זעקס
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די חילוק צווישן א ניינער מיט א זעקסער.
א זעקסער שטעלט זיך שטייפער אוועק, [א זעקסער זעהט זיך נישט אן פאר אנדערע צוקוקער אזוי שטארק וואקלדיג, צו שטארקע וואקלדיגקייט מיט ספיקות, אז גארנישט איז אינגאנצן זיכער, איז ניינעריש אונטער סטרעס. "איך ווייס נישט? ווער בין איך צו וויסן? דו ווייסט אפשר? וואס ווייסטו?" ער וואלט געקענט באשטיין צו האבן יענעם נעבן זיך, און אים קענען פרעגן, זיך קענען פארלאזן אויף יענעם אגאנץ לעבן און שוין. ער איז נישט אינטערעסירט צו בויען זיין אייגענע קוואל, צו קענען אליין באשליסן, אדרבה "איך דארף איינעם וועם צו פרעגן, זאל יענער מיר זאגן, און שוין" דאס איז ניינער אונטער סטרעס. און סטרעס קען אנהאלטן א לייף טיים ר"ל. דער זעקסער זאגט "איך ווייס יא!!! אפילו ער איז פאוביק, דארפסטו זעהן א "איך גיי אים נאר דאס מאל פרעגן, אבער נאכדעם וועל איך שוין אלעס אליין וויסן, אן דארפן פרעגן" דער זעקסער וויל זיך בויען!

ווייל א זעקסער איז פונקט פארקערט ווי א ניינער אין דעם ענין, א זעקסער איז אזוי ווי א קינד וואס פיהלט זיך שטיין אויף א שאקלדיגע סיסאו, איז ער שטעלט זיך מיט א איבעריגער פעסטקייט, מיט זיין אייגענע דיעה, אויף איין זייט פון די סיסאו, אז ס'זאל זיך מער נישט שאקלן. אבער וויבאלד צופיל עגזייעטי שלעפט אים צו די אנדערע זייט, איז אדער שלאגט ער זיך מער פאר די פריערדיגע זייט, און ער נעמט זיך ראיות פון סיסטעמען, אדער נעמט ער אריין אין חשבון די אנדערע זייט אויך, וואס איז נאר גורם ער זאל זיין שטערקער צוגעבינדן צו סיסטעמען, עכ"פ מ'דארף אים זעהן, ווי ער שטייפט זיך, ער וויל נישט מ'זאל זעהן אז ער האט ספיקות מיט וואקלענישן] אזוי ווי דער שומר ביים טיר וואס לאט קיינעם נישט אריין. נאר אויב יענער ווערט אויסגעשמעקט און אויסגעטאפט.

יא, ס'קען זיין א אומרואיגער ניינער, א ניינער קען האבן ענגזייעטי, א ניינער קען האבן שטארקע ספיקות, א ניינער קען אויסקוקן ווי א זעקסער, א ניינער איז זעקס ווען ער איז אונטער סטרעס. א ניינער קען פרעגן אלע זיינע קשיות פון איינעם אנדערש און נישט קענען שטעלן קיין אייגענע מיינונג. ווייל א ניינער קען פונקט אזוי נישט שטעלן זיין מיינונג. מה דאך, ער קען זיך נישט ארויסשטעלן מיט זיין מיינונג צו שטארק, נאכדערצו ווען ס'קומט צו זיין אייגענע מיינונג קען ער פונקט אזוי נישט שטייף מאכן זיין מיינונג, איך רעד ווען ער איז אונטער סטרעס.

איז ס'דא ניינערס וואס קוקן אויס ממש ווי זעקס. אבער זענען נישט זעקסער. יא, זיי האבן וואקלענישן, מיט ענגזייעטי, און זיי פילן א אומזיכערקייט, און זיי פרעגן יענעמ'ס מיינונג. אבער ער איז דאך א ניינער. היילסט אים אויס, וואס גייט געשעהן? א ניינער'ל מיט א שמייכעלע גייט ארויסוואקסן! ער גייט אייביג זיין אונטערטעניג. (א ניינער וויל האבן זיין אייגענע אטאנעמי, טון וואס ער וויל, מיט די ווארט אונטערטעניגט מיין איך צו זאגן, אז ער ווערט נאכגעלאזט און רואיג, כ'ניינער בקודש) משא"כ דער זעקסער ווי מער דו היילסט אים, אלץ מער זיכערער מיט זיין אייגענע דיעה ווערט ער. דאס איז וואס ער וויל און ער שטרעבט און ער גייט אויס, צו קענען טרעפן אן אייגענע מיינונג וואס וועט אים אונטערהאלטן. דער ניינער וויל טרעפן א "רואיגע מיינונג מיט יענעם". ער וויל ארויסגיין פון סטרעס. זאל עס זיין יענעמ'ס מיינונג. א זעקסער וויל טרעפן א אייגענע פעלז אין זיך, ער ווייסט אז ער האט עס. ווייל א זעקסער האט עס טאקע. נאר די עגזייעטי בלאזט. אבער דער ניינער וויל טרעפן א מענטש אין וועם ער וועט זיך גוט קענען אנלאנען. אזוי גוט.

דער ניינער דארף מנוחה זאל עס קומען פון יענעם, דער זעקסער דארף אייגענע זיכערקייט.

דאס אלעס איז לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט, ב"ה.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

אהא... פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס פרעגן עפעס פון א צווייטן איז ביי מיר יענע אפקומעניש...

אלץ א זעקסער, ווייס איך אלעמאל אלעס!!!

(אדרבה פרעג מיר...)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:אהא... פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס פרעגן עפעס פון א צווייטן איז ביי מיר יענע אפקומעניש...

אלץ א זעקסער, ווייס איך אלעמאל אלעס!!!

(אדרבה פרעג מיר...)

פאר א זעקסער איז נישט שווער צו פרעגן, ביי וועם ער פרעגט דארף זיין אז ער האלט אז יענער ווייסט וואס ער רעדט. אפשר ביסטו א פינעווער? אדער א אכטער, אפשר א איינזער?
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

נשמה האט געשריבן:די חילוק צווישן א ניינער מיט א זעקסער.

דער זעקסער זאגט "איך ווייס יא!!! אפילו ער איז פאוביק, דארפסטו זעהן א "איך גיי אים נאר דאס מאל פרעגן, אבער נאכדעם וועל איך שוין אלעס אליין וויסן, אן דארפן פרעגן" דער זעקסער וויל זיך בויען!

ער וויל נישט מ'זאל זעהן אז ער האט ספיקות מיט וואקלענישן.

י משא"כ דער זעקסער ווי מער דו היילסט אים, אלץ מער זיכערער מיט זיין אייגענע דיעה ווערט ער. דאס איז וואס ער וויל און ער שטרעבט און ער גייט אויס, צו קענען טרעפן אן אייגענע מיינונג וואס וועט אים אונטערהאלטן. א זעקסער וויל טרעפן א אייגענע פעלז אין זיך, ער ווייסט אז ער האט עס. ווייל א זעקסער האט עס טאקע. נאר די עגזייעטי בלאזט. אבער דער ניינער וויל טרעפן א מענטש אין וועם ער וועט זיך גוט קענען אנלאנען. אזוי גוט.

.

אויף דעם האב איך זיך באצויגן, קען זיין איך האב דיר נישט גוט פארשטאנען

א אכטער? א איינזער? ווייט פון דא ביז די לבנה... א פינעווער?, דאס אשת חיל טענה'ט אז איך בין א פינעווער, און איך האב היפש פון דעם
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:

א פינעווער איז שווער צו פרעגן. א פינעווער, זיין איגאו, זיין סענס אף סעלף, איז "איך ווייס". סאו ווען ער ווייסט אז ער דארף פרעגן, דארף ער אביסל גיין קעגן זיין איגאו, פאר א מינוט, ווייל פרעגן מיינט אז מ'ווייסט "נישט".
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די מערסטער פון אלע טייפס, וואס איז שטענדיג שארף געשטעלט אויפצוכאפן קליינע דיטאלן פון ארום און ארום, איז דער פינעווער.

מיט די אומגעזונטע צווייער איז די שווערסטע צו דילן ווייל זיי זענען עקסטרים סעלפיש, אינעם נאמען פון זעלבסטלאז.

דער געזונטער צווייער איז די מערסטע אמפאטיש פון אלע טייפס. אמפאטיע מיינט, די מעגליכקייט צו קענען פילן יענעמ'ס געפילן און עס עקספיריענסן ווי די אייגענע.

געזונטע צווייער'ס זענען זייער זעלבסטלאז. טוען טובות אן קיין חשבון וועגן זיך. געזונטע צווייער'ס זענען די ליבליכסטע פון אלע טיפן.

דורכשניטליכע דרייער'ס זענען די מערסטע נארסיסיסטיש פון אלע טייפס. בעת געזונטע דרייער'ס אנטהאלטן אין זיך א הויכע מאס זעלבסטווערד, וואס איז געזונט צו האבן.

געזונטע פירער'ס זענען די מערסטע פערזענליך פון אלע טייפס. אנטדעקן זייער נפש צו אנדערע אזוי ווי ס'קומט עכט פאר אין זיי.

די מערסטע אויפמערקזאם אויף זייער זעלבסט "וואס ס'קומט פאר אין זיי" (די עמאושענס, או נפש) זענען די פירער.

די שארפסטע עמאושענאל שוועריקייטן פון אלע טיפן מאכט זיך ביי די אומגעזונטע פירערס.

די געזונטע פירער מיט א פינעווער פליגעל זענען לכאורה די מערסטע שעפעריש פון אלע טיפן.

אומגעזונטע פינעווער'ס מיט א פירער פליגעל זענען איינע פון די מערסטע אפגעזינדערט, פון אלע טייפס.

איינע פון די שווערסטע צו שאפן א נאנטע רילעשאנשיפ איז דער פינעווער מיט א זעקסער פליגל. זענען לכאורה די מערסטע אינטעלעקט.

די מערסטע סתירה'דיגע טייפ פון אלע טייפס איז דער זעקסער. ער איז נישט תמידיות'דיג, אמאל אזוי און אמאל פונקט פארקערט. "גרינג ליב צו האבן, שווער ארויסצוהאבן" ס'איז שווער צו פאראויסזאגן וואס זיי גייען זיין אין די קומענדיגער מאמענט. אזוי ווי א קאר מיט צוויי דרייווערס, אמאל אהער אמאל אהין. (איך קלער אז איך בין א זעקסער, עכ"פ אזא מיינד, איך האף נאר אז איך בין געזונט)

די פעהיגסטע פון אלע טיפן איז דער זיבענער. פראקטישע הענט. (די אניאגראם איז איבערגעבן מיט שריפט, נו גיי משל דיך אויס, אבער דו קענסט זיכער די זיבענער'ס, זענען אייביג דאהי און זיי גייען שוין כמעט ווייטער, לאז שוין אפ מיט די אניאגראם, קום העלף מיך אויפהייבן דעם טיש, לעבעדיג. געב א שמייכל און גיי אן מיטן לעבן.)

די מערסטע רעדנדיגע פון אלע טייפס זענען די זיבענערס. זאגנדיג יעדע זאך וואס געפינט זיך יענע סקונדע ביים שפיץ צינג

די מערסטע וואס רייסן זיך אויף זענען די זיבענער, נישט גענוג, ס'דארף זיין ווי מער, פאק מיר איין פון אלע מינים הערינג, איין טעלעפאון אין די העמד טאש, איינס אויפן פאסיג, מיט צוויי גראבע בינטלעך שליסלעך. און די זיבענער מיט א זעקסער פליגל זענען לכאורה די מערסטע חברה מאן פון אלע טיפן.

געזונטע ניינערס געטרויען די מערסטע פון אלע טייפס. זיי געטרויען זיך, געטרויען אנדערע, געטרויען לעבן.

די בעסטע שיקול הדעת אויף וואס מ'דארף טון זענען די גאר געזונטע איינזער'ס (צעהן פראצענט טענה'ט אדאהאן). ווייל זיי קוקן אייביג אויף די מציאות, און נישט אויף וואס וואלט ווען געדארפט זיין די אידיאלסטע וועג.

די מערסטע וואס קען זיך צופאסן צו די ארומיגע מענטשן זענען די דרייערס. און זיי כאפן די מערסטע אויף וואס די ארומיגע דארפן ווער ס'זאל זיך יעצט געפינען צווישן זיי.

די מערסטע וואס זענען נישט אין בארירונג מיט זייערע "אייגענע עכטע" געפילן און מיט זייער אינדיווידועל אוטענטיש זעלבסט, ווען זיי דארפן אנגיין צווישן מענטשן. זענען דורכשניטליכע דרייערס. (דער ניינער איז דיססאוסיעט, אבער צו זאגן אויף אים אזא סטעטמענט איז נישט די ווארט)

די אפן-אגרעסיוו אדער אסערטיוו צווישן די טיפן, זענען די אכטער'ס. נאכדערצו די אכטערס מיט א זיבענער פליגל זענען זעהבאר-אסערטיוו און די געזונטע פון די סאב-טייפ זענען די מערסטע אומאפהענגיג.

איינע פון די גרינגסטע טיפן צו אידענטיפיצירן זענען די אכטערס.

די מערסטע אנטי-סאושל און חורבן מאכער, זענען די אומגעזונטע אכטערס. די מערסטע וואס טוען אויפבויען און אהערשטעלן זענען די געזונטע אכטערס.

די געזונטע ניינערס מיט אן אכטער פליגל זענען די שווערסטע צו פארשטיין פון די אלע סוב-טייפס, ווייל די אכטער כאראקטער מיט די ניינער זענען אין קאנפליקט. זיי זענען בא'טעמ'ט אבער שטארק. מעכטיג אבער דאך איידל. אומבאוואוסטזיניג אויף זיך אבער דאך זאגן זייער מיינונג מיט פעסטקייט ווי ס'דארף צו זיין. זארגן זיך פאר אנדערע, אבער דאך צווינגען. כאטשיג זיי זענען זיך מכניע, קענען זיי זיין אומאפהענגיג, כאטשיג זענען לייכט, קענען זיי ווערן אויפגערעגט. הגם זיי טוען עס נישט צופיל. אבער דאך גענוג אז מ'זאל נישט כאפן וואס פונקטליך ביסטו.

די מערסטע אבדשעקטיוו פון אלע טיפן קען זיין דער איינזער.

דורכשניטליכע איינזער זענען לכאורה די מערסטע שטרעג און זעלבסט-קאנטראלירט פון אלע ניין טיפן. ווען זיי האבן שוין נישט קיין כח דערצו, גייען זיי צו פיר.

ניינערס זענען די מערסטע נישט אין בארירונג מיט זייער אינסטינקטן. קודם איז מען כאטש נישט אין כעס.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

גוט!
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

זייער גוט! אינטערסאנטע פוינטס ארויסגעברענגט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אויב ער איז א איינזער וואלט איך פרעדיקט אז ער גייט זיכער באלד זאגן זיין דיעה וויאזוי "מ'דארף טון" מיט א שטארקייט, און ער גייט זיך זיכער איינהאלטן פון כעס די מערסטע וואס שייך, ער גייט אראפשאקלן א ברעקעלע פון זיין רעקל און עס מאכן דשאסט גוט.
אויב איז א צווייער גייט ער זיכער שמייכלן צו מיר ווי מער און ווייזן זיין גוטסקייט, און אלעס מיט א שמייכל, ער גייט זיכער באלד טרעפן נאך א חבר. ער גייט מיך נאך זיכער פרעגן "אויב איך דארף א קאווע.
אויב איז ער א דרייער פרעדיקט איך אז ער ווען איך גיי אים טרעפן ביי א חתונה, גייט ער זיכער זיין גוט אהערגעשטעלט לויט די אנוועזנדע, מיט א פלעסטיק שמייכל. כאילו ער קען מיך נישט. אויב ס'פעלט זיך אויס פאר די מצב.
אויב איז ער א פירער פרעדיקט איך אז איך גיי אים נאך טרעפן מער ווי איינמאל טרויעריג פארזינקען, פאר'ספק'ט מיט זיינע געפילן.
אויב ער איז א פינעווער פרעדיקט איך אז איך גיי אים טרעפן שבת ביינאכט אין שוהל, ווי איינער וואס געהערט נישט אריין אינעם עולם. ער גייט מיך א ריזיגע טובה און געבן א האלבע שמייכל. ער גייט מיך זיכער באטראכטן דורכדרינגליך.
אויב איז ער א זעקסער, גייט איך אים נאך טרעפן אויפגערעגט מיט טענות ומענות, זיך אויסבלאזן פאר א גוטער פריינד זיין אינערליכע סטים וואס האט זיך אנגעזאמעלט במשכ'ן טאג.
אויב איז ער א זיבענער גיי איך אים זיכער טרעפן אנלאדענען זיין טראק מיט זיינע טולס זאגנדיג א דשאוק.
אויב איז ער א אכטער גיי איך נאך אסאך הערן ווי ער דרייט אן. איך גיי נאך זיכער הערן זיין נאמען ערגעץ ווי ער האט איבערגעלאזט שטארקע פינגער פרינטס.
אויב איז ער א ניינער גיי איך אים נאך טרעפן אין א ווינקל פון ביהמ"ד. ווי דורכזיכטיג.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

;l;p-
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

נשמה!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די ניינער איז נישט ביים עק בית מדרש ער איז נאך אזוי סאשעל ווי די אנדערע טייפס
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

נשמה אין דיינע צוויי לעצטע תגובות האב איך זיך געטראפן מיט א שארפע פונקטליכקייט! דו ביסט מאסיווע נייעס!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:די ניינער איז נישט ביים עק בית מדרש ער איז נאך אזוי סאשעל ווי די אנדערע טייפס

ווי דער ניינער איז, דארט איז די ווינקעל. ביי א ניינער מיינט סאושעל, ווי מער מסכים זיין צו ווי מער מענטשן. און דאס איז א גוטע זאך, ווי עס שטייט לעולם תהא דעת אדם מעורב עם הבריות. הגם איך האב נעכטן געלערנט אין הכשרת אברכים פון הייליגן פיאסעצנא זצ"ל, אז א מענטש דארף זיין א יחיד אינעם כלל, נישט אלץ יוד, פשוט אלץ מענטש. האב דיין אייגענע דיעה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה האט געשריבן:

אפשר אין זיין סאבקאנטשעס , אבער זיין קאנטשעס וויל יא זייער שטארק האבן זיין אייגענע דיעה און זיין שטארק.
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'שטימט »

וואס וועט זיין א זעקסער מיט א זיבענער פליגל, בנוגע זיינע סאושעל סקיליס, פון איין זייט שטופט עם דער זיבענער זייט צו רעדן, פארברענגען,
און צו ווייטער לויפן צום נעקסטע הנאה, אבער פון די אנדערע זייט האלט עם די זעקסטער זייט צוגעבינדען צוליב זיין אומזיכערקייט אין יעדע הינזיכט.

וואס ווערט מיט אזא איינעם??

ווענד עס זיך אין ווי שטארק ער איז א זיבענער און ווי שטארק א זעקסער??
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך מיין אזא איינער איז צו גאט און לייט אזא צוריקגעצויגענער זיבענער אזא איידוע
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'שטימט האט געשריבן:וואס וועט זיין א זעקסער מיט א זיבענער פליגל, בנוגע זיינע סאושעל סקיליס, פון איין זייט שטופט עם דער זיבענער זייט צו רעדן, פארברענגען,
און צו ווייטער לויפן צום נעקסטע הנאה, אבער פון די אנדערע זייט האלט עם די זעקסטער זייט צוגעבינדען צוליב זיין אומזיכערקייט אין יעדע הינזיכט.

וואס ווערט מיט אזא איינעם??

ווענד עס זיך אין ווי שטארק ער איז א זיבענער און ווי שטארק א זעקסער??

בס"ד
פון זייט שטופט אים דער זיבענער פליגל צו רעדן, און צו פארברענגען, און צו ווייטער לויפן צום נעקסטן הנאה. און מצד העצם האלט אים די זעקסער פארנומען צו שטעלן אומזיכערקייטן אין יעדע הינזיכט.
מצד דעם עצם זעקסערישקייט דארף זיין געדאנק זיין זייער פארנומען מיט די ארומיגע מענטשן וואס קענען אים שטיצן, זיי דיך נישט טועה מיט א פינעווער און נישט מיט א זעקסער און א פינעווער פליגל. א פינעווער קען אויך ערשיינען, אין געוויסע שטאפלן, אומזיכער און נישט פעסט.

א זעקסער מיט א פינעווער פליגל זענען די איינגעהאלטענע ערנסטע זעקסער, א זעקסער, אבער פארט א ווערסיע וואס איז צוריקגעצויגן און ערנסט (קען ערשיינען ווי א דיסציפלינירטער איינזער). די לעבעדיגע אינטערעסאנטע זעקסער, וואס זייער ענגזייעטי שטופט צו רעדן מער און מער דברים של מה בכך כדי זיך אויסצוליפטערן, זענען די זעקסער מיט די זיבענער פליגל, לעבעדיג, פריינטליך, (א זעקסער פרובירט צו שאפן פריינט פון וואו צו שעפן זיכערקייט, אויב אלעס גייט גוט, און מ'פרובירט צו זיין ווי מער געזונט, בלייבט מען מיט פריינד. אנדערש ווען מ'הייבט אן צו ווערן ברוגז אויף די ארומיגע, און נישט קענען ח"ו פעסטשטעלן צו מ'איז טאקע געטריי)
זעקסער מיט א פינעווער פליגל זעהט מען נישט אויף זיי אז זיי זאלן זיין אזוי אינטערעסירט צו זיין אנגענומען, ווי דער זעקסער מיט א זיבענער פליגל, וואס קוקט תמיד צו ער איז אנגענומען ביי די ארומיגע. ווייל 'דער פינף חלק' מאכט אז מ'זאל זיך מער פארלאזן אויף א סיסטעם, און נישט אזוי ווייט אויף ארומיגע 'מענטשן'. זעקסער מיט א פינעווער פליגל שמייכלן נישט אזוי סך צו ארומיגע, ווי דער זעקסער מיט א זיבענער פליגל וואס ארבעט מיט, מיטן ארום. (אזוי מיין איך)
טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף מיך »

וואס איז טראמפ?
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

טרעף מיך האט געשריבן:וואס איז טראמפ?

א פרעזעדעינט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך מיין אז דאס קומענדיגע קען מען נישט שילדערן אויף א דורכשניטליכער זיבענער.
צום קול פון די ראשיגע וואסער וואס פליסט איר וועג אראפ די בערג אינעם וועלדל, זיצט זיך שמעון אויף א שטיין, פארזינקען אין זיינע געדאנקען. אריינאטעמנדיג שטאטליך, אטעם נאך אטעם די פייכטע גא-ט געבענטשע דורכגעזיפטע ריינעם אוויר, שטאטליך, לאזט זיך טראגן זיינע געדאנקען טיפער און טיפער, נעמט אריין אין זיך מער און מער די אינערליכער טיפקייט וואס עס פארציילט די ביימער מיט אירע בלעטלעך. יא א זיבענער וויל 'לויפן' פון איין הנאה צום צווייטן, אבער ער לאזט זיך נישט איינזינקען אינעם יעצט. אויס מורא אז זיינע טיפערע מחשבות וועלן אנהייבן ארויפצוקומען און דערמיט ענגזייעטי.

איך וואונדער מיך, צו וועסטו טרעפן א זיבענער זיצן סתם? איך מיין אז נישט. א טרייב מאשין אינעווייניג. אבער די קומענדיגע שילדערונג קען שטומען.

צוויי פאר פיס שפאצירן זיי, אנטרעטנדיג בלעטל נאך בלעטל, ווען שמעון נעמט אפיר א שטיק צווייג פון זייט, פאר א מיט-באגלייטער אין זיין האנט. צוזאמען רעדן די צוויי מיט התפעלות פון די הערליכע בריאה וואס השי"ת האט געגעבן פאר די מענטשהייט, להנות בהם בני אדם. ווי וואונדערליך איז די בריאה, ווי הערליך די ארום, מאיעסטעטיש די הויעכע ביימער וואס קוקן אראפ מיט איר שטילשווייגעניש. הערליך שיין רופט זיך אן שמעון צו זיין חבר שלום מיט עקסטאז. און יעצט לאמיר גיין דארט אהין, לאמיר באטראכטן דעם בליק פון דארט...

אנקומענדיג אהין, רופט זיך אן שמעון, WOW, הערליך, די בערג, דאס איז דאך אויסטערליש, שלום וואס איז א ניינער וואלט געקענט באשטיין אפצו'חלומ'ן א שעה צוויי. א פירער וואלט דעם וואלד גענוצט פאר התבודדות. אבער שמעון וויל שוין גיין ווייטער. אדער לערנען עפעס. סתם רילעקסן און הנאה האבן? וואס מיינט עס? וויאזוי מאכט מען עס? ס'פיהלט זיך איהם בארינג. אבער דאס איז די טאקע די אינטעגרעשאן פאר א זיבענער, צו גיין צום פינעווער. און טראכטן מער, טראכטן טיפער. אריינעמען די עקספיריענס.

דער פירער זעהט דען דעם וואלד? ער טרעפט זיך מיט זיך אליין. ער טרעפט זיך מיט זיין נפש. איז עס דען די ביימער וואס רעדן צום פירער? וואס טוט א פירער אליין אין וואלד? וועם טרעפט ער דארט? זיין נפש. דאן קען מען אנהייבן צו רעדן צום אייבערשטען. סאו, ס'גייט אזוי.

דעם ערשטן טאג פון קעמפ, דער וועלדעל אין זייט ציהט וועלוועל'ן ווי א מאגנעט, די מיסטעריע צווישן די ביימער, זיך באקענען מיט דעם סוד וואס ווערט באדעקט מיט אירע בלעטער. ארומגענומען אליין אין איר שאטן, כאפט זיך וועלוועל ווי אליין ער איז "קיינער פארשטייט מיך נישט, איז דען דא איינער, אפילו איינער וואס פארשטייט מיך?, איך בין אזוי אליין" הייליגער באשעפער נאר פאר דיך קען איך אויסזאגן מיין הארץ, נאר דו וועסט מיך פארשטיין, נאר דו ווייסט מיינע טיפענישן" וועגן דעם האט וועלוועל ליב דעם וואלד.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג יוני 20, 2017 4:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
די מערסטע וואס רייסן זיך אויף זענען די זיבענער, נישט גענוג, ס'דארף זיין ווי מער, פאק מיר איין פון אלע מינים הערינג, איין טעלעפאון אין די העמד טאש, איינס אויפן פאסיג, מיט צוויי גראבע בינטלעך שליסלעך. און די זיבענער מיט א זעקסער פליגל זענען לכאורה די מערסטע חברה מאן פון אלע טיפן.

די זיבענער מיט א פליגל פון זעקס וועלן שטארק אינדשויען צו שיסן אזעלכע בליציגע סטעטמענטס וואס מקען מיינען אז זיי האבן געזאגט דא עפעס ווייסעך וואסערע טיפע זאכן.
זיין חלק הזיבן שבו וועט הנאה האבן פון דעם גוטן טיפן ווערטל וואס ער האט דא מקלומר'שט געשאסן און יעדער לאכט יעדער האט הנאה און שוין. ווייטער זיין חלק הזעקס שבו וועט זיך האבן דא אויפגעבויעט זיין אייגענע מציאות אז יעדער מיינט אז ער איז א קלוגער און טיפער מענטש
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
די מערסטע וואס רייסן זיך אויף זענען די זיבענער, נישט גענוג, ס'דארף זיין ווי מער, פאק מיר איין פון אלע מינים הערינג, איין טעלעפאון אין די העמד טאש, איינס אויפן פאסיג, מיט צוויי גראבע בינטלעך שליסלעך. און די זיבענער מיט א זעקסער פליגל זענען לכאורה די מערסטע חברה מאן פון אלע טיפן.

די זיבענער מיט א פליגל פון זעקס וועלן שטארק אינדשויען צו שיסן אזעלכע בליציגע סטעטמענטס וואס מ'קען מיינען אז זיי האבן געזאגט דא עפעס ווייסעך וואסערע טיפע זאכן.
זיין חלק הזיבן שבו וועט הנאה האבן פון דעם גוטן טיפן ווערטל וואס ער האט דא מכלומר'שט געשאסן און יעדער לאכט יעדער האט הנאה און שוין. ווייטער זיין חלק הזעקס שבו וועט זיך האבן דא אויפגעבויעט זיין אייגענע מציאות אז יעדער מיינט אז ער איז א קלוגער און טיפער מענטש

בעזרת השם יתברך.
לויט וויאזוי ס'ליגט מיר אין קאפ, שטומט מיר נישט וואס דו זאגסט דא. דו שרייבסט אז זיין "חלק ה'זעקס שבו וועט זיך האבן דא אויפגעבויעט זיין אייגענע מציאות אז יעדער מיינט אז ער איז א קלוגער און טיפער מענטש" ווייל א זעקסער האלט נישט אז יעדער מיינט אז ער איז א קלוגער און טיפער מענטש.

דעם זיבענער שטריך וואס דו שטעלסט אראפ, פארשטיי איך. ווייל דער זיבענער קערט נישט. "האב איך גערעדט נישט אזוי פערפעקט, נו? געגאנגען ווייטער". דער זיבענער מאכט נישט אזא עסק וויאזוי ס'זאל אויסנעמען א פערפארמענס פאר די ארומיגע. דער עיקר איז אז מ'לעבט. ס'איז ביי אים נישט קיין עסק וואס דו טראכסט. ער פילט זיך באקוועם מיטן בליציגן סטעטמענט וואס האט נאר פיר פינגערס. איי, דו שפירסט אז זיין סטעטמענט שטייט ווי א בענקל מיט דריי א האלב פיסלעך, דאס גייט אים נישט אן. ער לעבט נישט פאר דיר. ער לעבט פאר דעם גוטן לאך.

אבער אז דו ווילסט צולייגן א זעקסער חלק דא, שטומט עס מיר נישט. דו שרייבסט "ער האט זיך אויפגעבויעט זיין אייגענע מציאות אז יעדער מיינט אז ער איז קלוג און טיף"! עפעס געדענק איך נישט אז א זעקסער זאל זיך אויפבויען אזא מציאות. אבער דאס וועט יא שטימען אויף זיבן ווי פאלגענד: אז דו טראכסט אז ער טראכט אז יעדער האלט אז ער איז קלוג, בעת ער טראכט נישט וואס יעדער האלט פון אים. דאס איז א זיבענער. ער האט די חוצפה.

פונקט פארקערט, אויב דו זאגסט אז אין דעם כאראקטער פון דעם מענטש וואס אין דיין דמיון ווידמעט א חלק ניכר פון זעקס, וואלט ער געדארפט וועלן געפעלן פאר די ארומיגע. נעם דיר אריין א כלל, א זעקסער לעבט מיט די ארומיגע! כולנו כאחד יחד, ער וויל מ'זאל אים אקצעפטירן. און אננעמען. ער דארף שטיצע! ער וויל נישט לעבן אליין. נישט אז ער ווערט בטל פאר די ארומיגע, פארקערט, ער דארף די ארומיגע פאר זיין מציאות. אנדערש ווי דער ניינער וואס ווערט בטל פאר די ארומיגע.

פארוואס שטעלסטו אראפ אז א זעקסער פליגעל מאכט אויפבויען אן אייגענע מציאות אז יעדער האלט אז מ'איז א קלוגער און טיפער מענטש. ווי צו זאגן אז די חלק זעקס מאכט אז מ'זאל זיין איינגערעדט אין זיך און נישט אפלאזן און נישט קוקן וואס יענער האלט. וואס האט דעס צוטון מיט זעקס? פארוואס זאל א זעקסער אזוי ווערן? פארקערט, די זעקסער פליגל מאכט אז ער זאל גוט קוקן צו זיין סטעטמענט איז געווארן אנגענומען ביי די ארומיגע. צו ס'גייט מיט, מיט די ארומיגע. צו די ארומיגע האבן מיטגעשאקלט צוויי מאל מיטן קאפ, פינף מאל.

אויף א זיבענער מיט אן אכטער פליגל שטומט מער דיין שילדערונג. אבער אויך נישט אז א אכטער רעדט זיך איין, אז יעדער האלט אז ער איז קלוג. נאר פשוט, ער קערט נישט. און וויאזוי איך פארשטיי יעצט האבעך געשריבן. והשי"ת ינחילינו במעגלי צדק צו זיין ערליכע יודן. צו טוהן זיין רצון.

מ'קען זאגן אז דיין שילדערונג קען שטימען אויף א זעקסער חלק. א זעקסער שלאגט זיך תמיד מיט באיינפלוסן, סיי דרויסענדיגע, סיי אינערליכע, וואס דרויען אגאנצן צייט צו אראפווארפן פון זיין שטאנד. (אלעס נעמט זיך, ווייל מ'וויל נעמען סעקיוריטי פון דרויסן, די בעסטע זאך וואס היילט אויס א זעקסער איז בטחון בה') סאו, ס'קען זיין אז עכט גייט עס אזוי, "ווייטער זיין חלק הזעקס שבו וועט זיך שלאגן פאר זיין אייגענע מציאות אז יעדער מיינט אז ער איז א קלוגער און טיפער מענטש" דאס קען מען זעהן אויף א זעקסער, אז ער 'שלאגט' זיך פאר זיינע שיטות. אבער דו זאלסט גוט געדענקען, א זעקסער שלאגט זיך פאר זיין סעקיוריטי. מ'דארף קענען באמערקען א אינערליכער געשלעג. אויב דו זעהסט אז יענער קערט נישט וואס אנדערע האלטן אויף אים. נאר ער לעבט זיך אין זיין מציאות און שוין, אן דעם וואס ער זאל זיך שלאגן דערויף, איז עס נישט די זעקסער חלק.

א אכטער שלאגט זיך, אבער די געשלעג קומט נישט פאר אינעווייניג אין אים, ווען איין זייט ציט אהער און איין זייט אהין און ער דארף נעמען א צד. א אכטער שלאגט זיך פאר זיין עקזיסטענץ, א אנדערע מין געשלעג. נישט אז אין אים איז דא א פייט.

אבער זעקסער דארפן יא שלום מאכן צווישן זייער אייגענע רצוניות, אז ביידע זייטן זאלן ארבעטן צוזאמען. ווען איין זייט וויל זיין אינגאצן אנהענגיג אין א אוטאריטי אדער א סיסטעם, און דאס גייט נישט אזוי, ווייל א אנדערע זייט וויל אינגאנצן שטיין אויף די אייגענע פיס, דארף דער זעקסער שלום מאכן אז ביידע זאלן ארבעטן צוזאמען. אבער א אכטער וויל וואס ער וויל און האט נישט דעם אינערליכן פייט. ער וויל בעיקר זיין די באס. און ער האט נישט א חלק אין אים וואס וויל זיין אנגעהאנגען.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יוני 21, 2017 3:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”