'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מתקן2021
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 10:38 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתקן2021 »

איינער וויסט פין א גיטע אניאגראם טעסט אנליין פריי פין אפצאל?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

כתר שם טוב - נוגע לעבודת המידות

Screenshot (12).png
Screenshot (12).png (64.81 KiB) געזען 669 מאל
לפנות בוקר
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

מתקן2021 האט געשריבן:איינער וויסט פין א גיטע אניאגראם טעסט אנליין פריי פין אפצאל?

https://www.9types.com/rheti/index.php

דאס איז ווערסיע 2.0 פון דאן ריסא, ווערסיע 2.5 קאסט שוין געלט
אוועטאר
מתקן2021
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 10:38 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתקן2021 »

Who knows האט געשריבן:
מתקן2021 האט געשריבן:איינער וויסט פין א גיטע אניאגראם טעסט אנליין פריי פין אפצאל?

https://www.9types.com/rheti/index.php

דאס איז ווערסיע 2.0 פון דאן ריסא, ווערסיע 2.5 קאסט שוין געלט

אדאנק!
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

איך האב אן אישו מיט די טעסט, װײל עטליכע זאכן בין איך געװען היבש אנדערש, און איך האב זיך געטױשט אין פארשידענע הינזיכטן,
װאס איז די ריכטיגע װעג צו גײן מיט די טעסט? װיאזױ מ׳איז ״געװען״? אדער, װיאזױ מ׳איז ״יעצט״?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:איך האב אן אישו מיט די טעסט, װײל עטליכע זאכן בין איך געװען היבש אנדערש, און איך האב זיך געטױשט אין פארשידענע הינזיכטן,
װאס איז די ריכטיגע װעג צו גײן מיט די טעסט? װיאזױ מ׳איז ״געװען״? אדער, װיאזױ מ׳איז ״יעצט״?

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

עס געפעלט מיר דיין ניק. טעארעטישע פאקטן. ווייל ס'קוקט מיר אויס יעצט אז ס'האט שייכות אהער.

ווען דו מאכסט א טעסט זאלסטו אנקוקען די פראגעס ווי איינער וואס וויל וויסן ווער דו ביסט צווישן אסאך מענטשן. לייג דיך אריין אין א ביהמ"ד פון צוויי הונדערט יודן, יעדער איינער מיט פארשידענע שטריכן, מיט דעם אלעם - ביי יעדע פראגע - קענסטו צעטיילן דאס ביהמ"ד אויף צוויי קאטאגאריעס. ווען יעדער איינער פאסט זיך אריין אין איינע פון די צוויי.

צום ביישפיהל די פראגע צי דו ביסט מער goal oriented אדער relationship oriented, פאר זיך אליין - אן נעמען אין באטראכט דעם גאנצן מענטשהייט ספעקטרום, קען זיך דיר דאכטן אז דו ביסט - צום ביישפיהל - מער גאול אריענטעד, ווייל אגאנצן צייט קומט דיך ארויף שולד געפילן אז דו טוסט נישט צום זאך (און טאקע ווייל דו ביסט נישט גאול אריענטירט). אבער ווען מ'זאל נעמען די מענטשהייט בכלליות, און פארשטיין וואס עס מיינט אלץ זיין גאול אריענטירט, ווי ווייט דאס גייט, וואלסטו גוט אריינגעפאסט ענדערש אין די רילעשאנשיפ אריענטירט גרופע.

די שטריכן פון די טעסט זענען 'נאטור שטריכן'. דאס מיינט אז ס'איז זייער מקושר צו דיין עצם נאטור. עס לאזט זיך נישט גרינג זאגן אז די וועג וויאזוי דו ביסט יעצט איז אנדערש ווי די וועג וויאזוי דו ביסט אלעמאל געווען. אז ביי די שטריכן ביסטו אמאל געווען אנדערש. ווייל דאס קומט פון די עצם נאטור.

עס קען זיין אז דו ביסט לעצטענס געווארן קלארער מיט דיך אליין. דארפסטו ענדערש גיין מיט וואס דו ביסט יעצט. די וועג וויאזוי עס וויל זיך דיר יעצט.

זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן זיין דבוק אין אים. והשם הטוב יעזור וישמור אותנו מכל מכשול וטעות.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

יישר כך פאר די שײנע װערטער, בכלל בין איך דיר שולדיג הכרת הטוב פאר דײנע הערליכע און רײכע מאמרים דא,
צו מײן תגובה, האסט גוט צוגעטראפן, כ׳האב געמאכט די טעסט בערך מיט אזא צוגאנג, און איך האב טאקע אין די לעצטערע תקופה געארבעט זיך נענטער צו באקענען מיט מיר אלײנס דורך פארשידענע אופנים, טעראפי, און נאך.
אגב - אנדערש װי אסאך קלערן - איז טעראפי אסאך מאל טאקע דאס, (נישט ״נאר״ דאס אבער אסאך מאל יא) נישט זיך צו ״טױשן״, נאר ענדערש צוצוהעלפן א מענטש זיך ״נענטער צו באקענען מיט זיך אלײנס״, ספעציעל מענטשן װאס זענען אױפגעװאקסן אין נישט קײן געװאונטשענע ענװײראמענט, כ׳װיל נישט ארײנגײן טיפער אן די טעראפי סומאטוכע, ס׳איז פיל טיפער און אסאך מער קאמפליצירט, און כ׳װיל נישט פארדרײען די שמועס, אבער אז כ׳האב עס דערמאנט האב איך עס שױן בארירט, ועוד חזון למועד.
(שױן, די נושא האט זוכה געװען אין מײן הונדערטסטע תגובה.......)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מל טוב!
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

ברוכים תהי׳

דאס איז טאקע די בעיה מיט טעסטס וואס ווערן נישט געמאכט דורך א לעבעדיגן מענטש, וואס קען נישט דערקענען די אונטערליגנדע דרייוו פון וויאזוי מען "קומט ארויס". ער פרעגט דיר נאר וואס דו "טוסט" אדער שפירסט. ממילא, וויבאלד 'פעולות' טוישן זיך זייער א סאך מאל, צו וויבאלד מען ווערט עלטער, צו ווייל מען ווערט געזונטער וכדו'. איז ווילאנג דער טעסט קען נישט זען 'פון וואו' דער פילינג אדער פעולה קומט, קען ער נישט זיין אקוראט. הגם אן אויבערפלעכליכן בילד קען מען באקומען.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

זײער גוט געזאגט!!
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

איך האב שוין געמאכט יעדע סארט טעסט און איך בין אין ערגעץ נישט אנגעקומען דערמיט. איינער וואס קען אביסל די נומערן זעט דאך גלייך אויף יעדע שאלה אויף וואס דער שואל צילט דא, איך זע נישט וואס ס'שייך קלוגער צו ווערן.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

אמת, מען דארף זיין גרייט צו זיין הונדערט פראצענט האנעסט מיט זיך אליין ביים ענטפערן, און דאס איז זייער שווער פאר מערסטע מענטשן צו טון.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

איך צום ביישפיל קום אויס ביי יעדן טעסט וואס איך מאך, אלס א פירער. אין דער צייט וואס איך ווייס בבירור ביי מיר אז איך בין א זעקס.
הנשמה שבמוחי
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

מח בקדקדו האט געשריבן:אמת, מען דארף זיין גרייט צו זיין הונדערט פראצענט האנעסט מיט זיך אליין ביים ענטפערן, און דאס איז זייער שווער פאר מערסטע מענטשן צו טון.

ווייטער, איינער וואס איז באמת האנעסט מיט זיך און ער קען די נומערן, דארף דאך נישט צוקומען צום טעסט.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

אבער מען קען זיין האנעסט אן קענען אניגראם אויך.
הנשמה שבמוחי
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

קומט אויס אז דער טעסט איז בעיקר געאייגנט פאר מענטשן וואס קענען נישט די אניאגראם אבער זענען זייער האנעסט מיט זיך איבער די נושאים. און פארשטייט זיך גלייך נאכדעם דארף ער זיך נעמען לערנען דערוועגן, די גאנצע זאך זאל נישט זיין א ברכה לבטלה.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

יאפ...
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

קענטאקי האט געשריבן:און פארשטייט זיך גלייך נאכדעם דארף ער זיך נעמען לערנען דערוועגן, די גאנצע זאך זאל נישט זיין א ברכה לבטלה

;l;p- :grin:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:איך צום ביישפיל קום אויס ביי יעדן טעסט וואס איך מאך, אלס א פירער. אין דער צייט וואס איך ווייס בבירור ביי מיר אז איך בין א זעקס.

יעדע "נומער" קען מען קאטאגאריזן אויף נאך. אין זעקס אליין איז דא היפש קאלירן. די עצם זעקס איז חי וקיים, אבער די ארום און ארום איז גאנץ פארשידנארטיג.

וועלכע נומער האב איך יעצט געזעהן? וואס איז ער? עפעס אזא הארטע פארשוין. נישט שלעכט, דשאסט הארטנעקיג. קוקט אויך אויס ווי א זעקסער. בקיצור זעקס האט אין זיך גאנץ אסאך קאלירן. איך קען נישט זאגן אז איך האב יעצט געדילט מיט א אכטער, ווייל א אכטער איז מער אין "קערפער" ווי אין "קאפ". הו הו איז דער הארט. נישט שלעכט, נישט ציפעדיג, אבער יא שטייף! איך האב געזוכט מיט אלע מיינע פארגרעסערונג גלעזער צו טרעפן וואו איך קען אריינדרינגען, אבער איך האב נאר געפיהלט די אפקלאנג פון אייזן. אייזן לאזט זיך נישט דרילן.

איך גיי נישט זאגן אז דער יעניגער איז א איינזער, ווייל א איינזער איז מער "מאראליש", חוץ אויב איך האב אין מיין לעבן נישט גוט אפגעלערנט דעם איינזער. ווען איך וואלט געדארפט דילן מיט אזא מענטש אין טאג טעגליכן לעבן, וואלט איך געקענט, אבער איך וואלט מיך אפגעשריבן אין א בוך זיינע פרינציפן. נישט ווייל מ'קען עס נישט בייגן, נאר פשוט ווייל איך וויל נישט נאכאמאל כאפן א קלאפ.

נ.ב. די שטייפקייט האט נישט דוקא מיט זעקס. נאר ס'האט זיך געמאכט אז ער איז א זעקסער.

זאל השי"ת העלפן מיר זאלן זיין ערליך, יעדער מיט זיין נאטור דינט השי"ת. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כ׳בין א געלינקטער, ס׳מאכט א חילוק אין אניאגראם?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

מח בקדקדו האט געשריבן:אבער מען קען זיין האנעסט אן קענען אניגראם אויך.

שווערליך 8.)
לפנות בוקר
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

מען רעד דא פונעם זעקסער, ווי אינעם אשקול איז בררייטער געשריבן דערוועגן?

השש׳ער.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:איך צום ביישפיל קום אויס ביי יעדן טעסט וואס איך מאך, אלס א פירער. אין דער צייט וואס איך ווייס בבירור ביי מיר אז איך בין א זעקס.

יעדע "נומער" קען מען קאטאגאריזן אויף נאך. אין זעקס אליין איז דא היפש קאלירן. די עצם זעקס איז חי וקיים, אבער די ארום און ארום איז גאנץ פארשידנארטיג.

און דאס איז עפעס וואס דער טעסט קען נישט מקיף זיין.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:איך צום ביישפיל קום אויס ביי יעדן טעסט וואס איך מאך, אלס א פירער. אין דער צייט וואס איך ווייס בבירור ביי מיר אז איך בין א זעקס.

יעדע "נומער" קען מען קאטאגאריזן אויף נאך. אין זעקס אליין איז דא היפש קאלירן. די עצם זעקס איז חי וקיים, אבער די ארום און ארום איז גאנץ פארשידנארטיג.

און דאס איז עפעס וואס דער טעסט קען נישט מקיף זיין.

און אויך דער סאביעקטיווער מענטש וואס דארף צו פארשטיין וואס די אביעקטיווער תירוץ איז אויף איטליכער קושיא.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”