'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אז איך בין שוין יא אריינגעפאלען דא, בין איך נייגעריג וואס איז די ענין צו וויסען צו וועלכער נומער מען געהערט?

און ווי אויך, איך האב נישט קיין אהנונג וואס די אלע נומערען מיינען, נאר איינמאל האט איינער גע'טענה'ט אז ער מיינט אז איך בין א איינסער, וויל איך וויסען וואס איז די דעסקריפציע פון א איינסער, אז איך זאל וויסען טאמער יענער האט מיר גוט אפגעשאצט אדער נישט.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

וואס איז דער ענין צו וויסן די דיסקריבציע פון אן איינסער?....

ערנסט גערעדט, עס איז נישט דא קיין ענין דערין. עס מאכט נאר גרינגער קלארער ארויסצוהאבן תכונות הנפש. ווען זאכן זענען געשניטן און צעטיילט לויט שרשים און ענפים, מאכט עס גרינגער צו פארשטיין און ארויסהאבן.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

באקומען א בפירושע פסק דעם יום טוב פסח אז כ׳בין א פירער אלל די וועי.

שוין ב״ה פאר דעם.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שלמה מולכו האט געשריבן:באקומען א בפירושע פסק דעם יום טוב פסח אז כ׳בין א פירער אלל די וועי.

שוין ב״ה פאר דעם.

פארוואס רופסטו עס "פסק"?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

און נישט וואס?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שלמה מולכו האט געשריבן:און נישט וואס?

אז ער האט דיר געזאגט א פאקט.

אדער א קאמפלימענט.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אה, ער האט געזאגט א פאקט.

יעצט דארף איך בלויז וויסן וואסידאס א פיר, אזוי ארום וועלעך וואס איך בין.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דו ביסט דו! און דאס בלייבסטו! ווילסט פשוט וויסן וואס דעי דו איז.
נשמה איז אויך א פיר. כאפ א שמועס מיט אים.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שלמה מולכו האט געשריבן:אה, ער האט געזאגט א פאקט.

יעצט דארף איך בלויז וויסן וואסידאס א פיר, אזוי ארום וועלעך וואס איך בין.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך רעד אין ליכט אז דו ביסט פאקטיש א פירער.

כדי דו זאלסט פארשטיין וואס עס איז א פיר, זאלסטו פרובירן צו פיהלן וויאזוי עס פיהלט זיך צו זיין די פארקערטע פון א פיר. טו ווי פאלגנד. קום אריין אין א געפאקטע בעסמעדרעש, און פון די ערשטע רגע זאלסטו נאר פיהלן די אנוועזנהייט פון ארומיגע. פרוביר צו מרגיש זיין די אנוועזנהייט פון ארומיגע, צו טראכטן נאר פון די עקזיסטענץ פון ארומיגע,און גארנישט דיין אייגענע וועזנהייט. וועסט זעהן ווי שווער עס איז פאר דיר.

ווען דו געפינסטעך צווישן מענטשן, איז דיין עיקר דאגה דיך ארויסצושניידן פון די ארומיגע מענטשן. דו ווילסט דיך מבדיל זיין מיט אלע כוחות פון אלע ארומיגע מענטשן. עס איז נאר מעגליך צו האבן א השגה אין זיך, ווען מ'כאפט מיט וואס מ'איז אנדערש ווי אלעס וואס מ'איז משיג. ווען דו געפינסטעך צווישן מענטשן, האסטו מורא נישט צו פארגעסן מיט וואס דו ביסט אנדערש ווי יעדעם איינעם. היפש פון דיין אינערליכע נפש איז שטארק פארנומען צו כאפן מיט וואס בין איך אנדערש ווי יעדעם איינעם ארום און ארום. דו נוצט גוט אסאך כח זיך צו האלטן אין דיינע געפילן אנדערש ווי ארומיגע. און דער זאך איז דער שורש פון א פירער. נישט ממש דער שורש, ווייל די שורש איז דיין מזל אין וועלכע דו ביסט געבוירן, וואס לויט דעם פארמירט זיך א איגו, וואס האט מיט דיין שורש נשמה וכו'.

ווען איך זעה א פירער, איז דאס וואס איך זעה. איך זעה וויאזוי ער האלט קאפ און הארץ - הגם ער כאפט אפשר נישט אז ער האלט קאפ און הארץ - וויאזוי איך בין אנדערש און אינדיווידואל פון אלע ארומיגע. דאס איז דער עיקר און דאס מערסטע וואס דו זעהסט ווען דו קוקסט אויף א פירער. ער זוכט צו כאפן זיין אייגענע אנדערשקייט. און דו קענסט עס זייער קלאר באמערקן.

די עבודה פון א פירער איז, צו כאפן וויאזוי קען איך משיג זיין דעם אייבערשטן, און נישט וויאזוי קען איך מיך משיג זיין.

א פירער מיינט נישט איינער וואס איז געפיליש, אדער איינער וואס איז אינדיווידועל, אדער איינער וואס פירט זיך אויף אנדערש ווי יעדעם, אדער איינער וואס איז שעפעריש, אדער איינער וואס איז פאעטיש, אדער איינער וואס איז א פארמאכטער, אדער א שטילער, אדער א פאר'חלומ'טער, אדער א איינזאמער, אדער א דעפרעסטער, א פירער איז איינער וואס ווען ער קומט צווישן מענטשן, איז זיין איינציגע דאגה אינערליך אין זיין נפש, מיט וואס בין איך אנדערש ווי ארומיגע. ס'קוקט דיך אויס נאריש צו זאגן אז דאס זאל זיין דער עיקר פון א מענטש'ס דאגה. איך מיין: נאר דאס גייט דיך אן, מיט וואס דו ביסט אנדערש ווי יעדעם? אבער אזוי איז עס. א פירער וועט היפש לעבנסוויכטיגע זאכן - ליידער, אויב מ'ארבעט נישט אויף זיך ווי שנעלער - אוועקגעבן, אבי צו קענען אנהאלטן זיין אנדערשקייט ווי יעדעם.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

(אפשר נישט די ריכטיגע אשכול) נשמה, װאס איז דײן מײנונג אױף Internal family systems טעראפי?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:(אפשר נישט די ריכטיגע אשכול) נשמה, װאס איז דײן מײנונג אױף Internal family systems טעראפי?

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ר' חיים מאיר פערל נ"י האט שוין אמאל געמאכט אויף מיר IFS ס'איז זייער אינטערעסאנט. מ'טרעפט זיך מיט די אינערליכע טיפע חלקים, ס'טוט זיך און ס'לעבט זיך. מ'טרעפט זיך מיט באהאלטענע חלקים אין זיך וואס האבן באמת קאנטראל אויף דיינע סימפטאמען. ס'דא מענטש וואס האבן ליב צו קריכן טיפער אין זיך און טרעפן דעם שורש אז עס זאל זיך דארטן מסדר זיין, און ס'דא וואס ווילן בעיקר די געווענליכע טערעפי ווי צום ביישפיהל CBT און דאס גלייכן וואס ארבעט שארפער און שנעלער אבער ס'איז נישט טיף.

ס'דא מענטשן וואס ליידן זייער שטארק פון שטארקע פראבלעמען, און זיי האבן נישט קיין צייט און געדולד צו קריכן אין זיך, ווייל זיי ליידן אזוי שטארק און זיי ווילן זיך שוין זעהן מסודר, און דאס אליין אז זיי זענען נישט מסודר, לאזט זיי נישט פאוקעסירן אויף די טיפקייטן וואס מ'טרעפט. ווייל אגאנצן צייט קוקען זיי אויף די שטארקע פראבלעמען וואס איז נאכנישט מסודר. זיי האבן מער ליב די שנעלע שארפע mainstream טערעפי. און ס'דא מענטשן וואס ליידן נישט אזוי שטארק, און אפילו אויב זיי ליידן פארשטייען זיי און זיי אפרישיעטן די איידיע פון קריכן טיפער אין זיך.

זיי פארשטיין וואס דאס מיינט קריכן טיפער אין זיך און זיי לאזן זיך.

פינעווערס פירערס (אין טעאריע) האבן זיכער ליב די טיפע טערעפי. זעקסערס דארפן אסאך טראסט אז מ'זאל מאכן טיפע טערעפי, ווייל זיי וואונדערן זיך אגאנצן צייט צו ס'ארבעט טאקע צי נישט. זיבענערס ווילן קריכן טיף? זיבענערס האבן בכלל נישט אזוי ליב די טיפע זאכן. איך רעד אין טעאריע. און מיט ניינערס איז זייער שווער די טיפע טערעפי. ווי איך שרייב שפעטער.

איך מיין אז ס'דא מענטשן (לאמיר זאגן ניינערס) וואס פאר זיי וועט נישט אזוי שנעל ארבעטן טיפע טערעפי, ווייל זיי כאפן נישט אן אין זיך די ריכטיגע אינערליכע כח פון זיך וועלן מסדר זיין. זיי זענען צופיל מסכים צו זייערע שוועריגקייטן. זיי קומען נישט דערמיט פנים אל פנים. עס האלט זיך נישט ביי זיי די ענין פון זיך דערשלאגן צו טרעפן א וועג ארויס פון א פראבלעם. זיי גיבן אויף צו שנעל. זייער פסיכיק ארבעט די וועג פון נאכלאזן און אויפגעבן און מסכים זיין צו לעבן מיט די שוועריגקייט. איז אויב אזוי וואס האסטו פון גיין טיף??

און איינע פון די עיקר וועג פון טיפע טערעפי איז ווען דער פסיכיק זוכט א וועג ארויס פונעם פראבלעם, דאן העלפט אז מ'טרעפט די טיפע חלקים אין זיך וואס מ'דארף מסדר זיין און אפדעטן און קוקען דעם אמת אין פנים אריין. אבער אויב דער פסיכיק געט זיך ענדערש אונטער, וואס איז שייך צו טון טיפע טערעפי? ווי טיפער מ'גייט אלץ טיפער געט ער זיך אונטער צום פראבלעם. אלץ מער איז ער מסכים. ער כאפט נישט, אדער ער וויל נישט כאפן וויאזוי מ'דארף זיך יא א עצה געבן.

א ניינער האט נישט קיין געדולד צו ארבעטן און צו הארעווען אויף זיך. דערפאר האלט איך אז א ניינער דארף מען פשוט גיין מיט אים די געווענליכע טערעפי ארויסצוקריכן פון זיין ניינערישקייט, איינמאל ער איז שוין נישט אזוי ניינעריש, קען מען גיין טיפער.

א ניינער ווערט ווייניגער ניינעריש ווען מ'מאכט אים כאפן זיין אייגענע רצונות. ער זאל נישט אנטלויפן פון זיך אליין.

זאל השי"ת העלפן יודישע קינדער וואס זענען פארווייטאגט מיט אזויפיל צער און עגמת נפש.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

נשמה האט געשריבן:

א ריזיגן שכ׳ח!! ביסט א צדיק,
(בײ די װעי, װיפיל טשארדזשטו?.....)

דו פאטש’ט מיר אריין אין פנים
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:(אפשר נישט די ריכטיגע אשכול) נשמה, װאס איז דײן מײנונג אױף Internal family systems טעראפי?

https://drive.google.com/file/d/1-Bha98 ... p=drivesdk

Bissli האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:(אפשר נישט די ריכטיגע אשכול) נשמה, װאס איז דײן מײנונג אױף Internal family systems טעראפי?

https://drive.google.com/file/d/1-Bha98 ... p=drivesdk

כ׳קען עס נישט עפענען, װאס איז עס?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וואס איז די פראבלעם?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פילטער
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

תגובה דורך ברכה והצלחה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:(אפשר נישט די ריכטיגע אשכול) נשמה, װאס איז דײן מײנונג אױף Internal family systems טעראפי?

נפשי חודש אדר תש"פ האט געהאט אן ארטיקעל אויף עס viewtopic.php?f=91&t=33369&start=200
ר' חיים מאיר איז מאריך דערין אין אשכול ''שיעורים בהבנת הנפש'', די עיקר שרייבט ער פון קאוהירענס טערעפי, אבער ער שרייבט צו סוף viewtopic.php?f=25&t=24356&hilit=family+systems&start=300 אז IFS איז כמעט די זעלבע שניט ע"ש באריכות

ברכה והצלחה האט געשריבן:

ײשר כך
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

נשמה האט געשריבן:זיבענערס ווילן קריכן טיף? זיבענערס האבן בכלל נישט אזוי ליב די טיפע זאכן. איך רעד אין טעאריע.

7נער'ס האבן אפשר נישט קיין געדולד צו לאנג איינצוזיצן אויף איין זאך, אבער אויב עס איז אינטערסאנט דאמאלטס קען ער זיך שוין איינמאל אריינלייגן אים דעם מיט דעם גאנצן אימפעט,
אין מיט די חשק אין ברען/פייער וואס ברענט אין אים אויסצופירן זיינע גאולס קען ער אסאך אדורך שוויצן
די עיקר איז עס זאל זיין אינטערסאנט פאר 7נער צו זעהן די שטארקע חילוקים וואס עס איז דא ווען מען ארבייט ביים שורש, מען זאל זעהן די פירות פון די ארבייט, ווי ווייט מען קען אנקומען ווען מען ארבייט ביים שורש, ווי שטארק אין זיכער מען קען זיך אויסרייבן, ווי אסאך עס וועט זיך האבן געלוינט די שווערע ארבייט ביים שורש, איינמאל די 7נער איז דאס מכיר דאמאלטס איז זיין ענערזשי דא פאלי, מיט די גאנצע קראפט,
געגאנגען ר' זיבענער!!!!, עס איז אסאך פאן אין חידושים צו ארבייטען ביים שורש, די וועסט משוגע ווערן וואס טיעפע ארבייט קען אלטס באווייזן, עס איז שווער אבער זייער אינטערסאנט און ממש וואונדערליך עס צו פילן לייוו..
ברכה והצלחה!!!
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:(אפשר נישט די ריכטיגע אשכול) נשמה, װאס איז דײן מײנונג אױף Internal family systems טעראפי?

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ר' חיים מאיר פערל נ"י האט שוין אמאל געמאכט אויף מיר IFS ס'איז זייער אינטערעסאנט. מ'טרעפט זיך מיט די אינערליכע טיפע חלקים, ס'טוט זיך און ס'לעבט זיך. מ'טרעפט זיך מיט באהאלטענע חלקים אין זיך וואס האבן באמת קאנטראל אויף דיינע סימפטאמען. ס'דא מענטש וואס האבן ליב צו קריכן טיפער אין זיך און טרעפן דעם שורש אז עס זאל זיך דארטן מסדר זיין, און ס'דא וואס ווילן בעיקר די געווענליכע טערעפי ווי צום ביישפיהל CBT און דאס גלייכן וואס ארבעט שארפער און שנעלער אבער ס'איז נישט טיף.

ס'דא מענטשן וואס ליידן זייער שטארק פון שטארקע פראבלעמען, און זיי האבן נישט קיין צייט און געדולד צו קריכן אין זיך, ווייל זיי ליידן אזוי שטארק און זיי ווילן זיך שוין זעהן מסודר, און דאס אליין אז זיי זענען נישט מסודר, לאזט זיי נישט פאוקעסירן אויף די טיפקייטן וואס מ'טרעפט. ווייל אגאנצן צייט קוקען זיי אויף די שטארקע פראבלעמען וואס איז נאכנישט מסודר. זיי האבן מער ליב די שנעלע שארפע mainstream טערעפי. און ס'דא מענטשן וואס ליידן נישט אזוי שטארק, און אפילו אויב זיי ליידן פארשטייען זיי און זיי אפרישיעטן די איידיע פון קריכן טיפער אין זיך.

זיי פארשטיין וואס דאס מיינט קריכן טיפער אין זיך און זיי לאזן זיך.

פינעווערס פירערס (אין טעאריע) האבן זיכער ליב די טיפע טערעפי. זעקסערס דארפן אסאך טראסט אז מ'זאל מאכן טיפע טערעפי, ווייל זיי וואונדערן זיך אגאנצן צייט צו ס'ארבעט טאקע צי נישט. זיבענערס ווילן קריכן טיף? זיבענערס האבן בכלל נישט אזוי ליב די טיפע זאכן. איך רעד אין טעאריע. און מיט ניינערס איז זייער שווער די טיפע טערעפי. ווי איך שרייב שפעטער.

איך מיין אז ס'דא מענטשן (לאמיר זאגן ניינערס) וואס פאר זיי וועט נישט אזוי שנעל ארבעטן טיפע טערעפי, ווייל זיי כאפן נישט אן אין זיך די ריכטיגע אינערליכע כח פון זיך וועלן מסדר זיין. זיי זענען צופיל מסכים צו זייערע שוועריגקייטן. זיי קומען נישט דערמיט פנים אל פנים. עס האלט זיך נישט ביי זיי די ענין פון זיך דערשלאגן צו טרעפן א וועג ארויס פון א פראבלעם. זיי גיבן אויף צו שנעל. זייער פסיכיק ארבעט די וועג פון נאכלאזן און אויפגעבן און מסכים זיין צו לעבן מיט די שוועריגקייט. איז אויב אזוי וואס האסטו פון גיין טיף??

און איינע פון די עיקר וועג פון טיפע טערעפי איז ווען דער פסיכיק זוכט א וועג ארויס פונעם פראבלעם, דאן העלפט אז מ'טרעפט די טיפע חלקים אין זיך וואס מ'דארף מסדר זיין און אפדעטן און קוקען דעם אמת אין פנים אריין. אבער אויב דער פסיכיק געט זיך ענדערש אונטער, וואס איז שייך צו טון טיפע טערעפי? ווי טיפער מ'גייט אלץ טיפער געט ער זיך אונטער צום פראבלעם. אלץ מער איז ער מסכים. ער כאפט נישט, אדער ער וויל נישט כאפן וויאזוי מ'דארף זיך יא א עצה געבן.

א ניינער האט נישט קיין געדולד צו ארבעטן און צו הארעווען אויף זיך. דערפאר האלט איך אז א ניינער דארף מען פשוט גיין מיט אים די געווענליכע טערעפי ארויסצוקריכן פון זיין ניינערישקייט, איינמאל ער איז שוין נישט אזוי ניינעריש, קען מען גיין טיפער.

א ניינער ווערט ווייניגער ניינעריש ווען מ'מאכט אים כאפן זיין אייגענע רצונות. ער זאל נישט אנטלויפן פון זיך אליין.

זאל השי"ת העלפן יודישע קינדער וואס זענען פארווייטאגט מיט אזויפיל צער און עגמת נפש.

א ריזיגן שכ׳ח!! ביסט א צדיק,
(בײ די װעי, װיפיל טשארדזשטו?.....)

א פירער? טשארדזשן?! פאר רעדן פון געפילן? נע...

IFS איז א געוואלדיגע זאך טאמער האט מען א מענטש וואס קען עס באמת גוט.

די מטרה איז צו זיין אין טאטש מיט אלע פארטס אבער נישט לעבן 'אין' א פארט.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מסביר זיין.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

איך בין גאנץ באקאנט מיט די טעראפי, כ׳האב נאר געװאלט װיסן אונזער טײערער נשמה׳ס בליק איבער דעם,
כ׳מײן מ׳זאל עפענען אן אשכול איבער ifs, פאר טיפע מענטשן איז עס מורא׳דיג (אפי׳ פאר נישט טיפע, אבער טיפע אפרישיעטן אסאך מער זיך נאנטער צו באקענען מיט זיך,)
די שלװת הנפש װאס די טעראפי אפפערט פאר צושטורעמטע געפילן איז געװאלדיג, איעדע געפיל האט א פשט און א ציל, נישטא אזא זאך װי ״דעסטראקטיװ״ מחשבות װאס מ׳לערנט אין די מעינסטרים cbt טעראפיס,
כ׳מײן אז די נקודה הפנימית דערפון איז ״שלום״, אדער ״הארמאניע״, די געדאנק אז א מענטש זאל לעבן בשלום ושלוה מיט אלע זײנע חלקים און פארשידענארטיגע קאממפליצירטע אפטמאל סתירה׳דיגע אינערליכע קאנפליקטן, די מחשבה׳דיגע קלארקײט זעלבסט איז שױן די ישועה, נאכפארן גײן צו מעשה,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך האב א שאלה אויף די גאנצע נומערן סיסטעם. קען זיין אז מען האט עס שוין בארירט פריער אבער אפשר קען איינע פון עקספערטן ענטפערן דערויף.

וויאזוי איז מעגליך צו ׳דיפיינען׳ א מענטש לויט נומערן וואס זענען געבויעט אויף הרגשים און נאטורן וואס פירן דעם מענטש אויף א געוויסע וועג און התנהגות? א מענטש, ספעציעל ווען מען איז שוין ערוואקסן, איז דאך א צוזאמשטעל פון אייגענע אמת׳ע הרגשים, מדות, מעלות און חסרונות, און ״אן טאפ אוו דעט״ איז ער על פי רוב אויסגעפארמעט געווארן דורך א געוויסע חינוך, ירושה פון עלטערן (אויף מדות און הרגשים, בלבוש) א געוויסע בליק אויף לעבן און אידישקייט וואס ער איז אומדירעקט נשפע פון זיין סביבה, וואס דאס ברענגט רוב מאל א התנהגות וואס איז נישט עכט זיין אייגענע מציאות. רוב מאל, מיין איך, טוהט א מענטש זאכן צוליב נאטורן וואס איז באמת נישט זיין נאטור. וויאזוי קען די נומבער סיסטעם מבחין זיין צוווישן זאכן וואס איז בעצם ״ער״ מצד נפשו ונשמתו אדער זאכן וואס זענען באמת נישט זיין נאטור, נאר ער איז פשוט איינגעפארעמט געווארן אזוי צוליב דרויסענדיגע אומשטענדן און ער דארף זיך פשוט ארויסזעהן דערפון. למשל, בעת וואס ער מיינט אז ער איז ״סטאק״ אין זיין ׳איינסער׳ באקס מיט אירע מעלות און חסרונות קען פשוט זיין ער איז א פערפעקשאניסט צוליב קריטיק וכדו׳ אויף זיין יוגנט וואס האט אריינגעלייגט און אים א דראנג צו מאכן אלעס 100% גוט? אדער דער ׳צווייער׳ איז געטריי ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען ״דער עסקן״ הידוע און ער איז געפארעמט געווארן א נאר דורך העלפן אנדערע איז מען א מושלם? מ׳קען אזוי געבן צענדליגע משלים אבער הקשיא במקומו עומדת.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

בניהו האט געשריבן:איך האב א שאלה אויף די גאנצע נומערן סיסטעם. קען זיין אז מען האט עס שוין בארירט פריער אבער אפשר קען איינע פון עקספערטן ענטפערן דערויף.

וויאזוי איז מעגליך צו ׳דיפיינען׳ א מענטש לויט נומערן וואס זענען געבויעט אויף הרגשים און נאטורן וואס פירן דעם מענטש אויף א געוויסע וועג און התנהגות? א מענטש, ספעציעל ווען מען איז שוין ערוואקסן, איז דאך א צוזאמשטעל פון אייגענע אמת׳ע הרגשים, מדות, מעלות און חסרונות, און ״אן טאפ אוו דעט״ איז ער על פי רוב אויסגעפארמעט געווארן דורך א געוויסע חינוך, ירושה פון עלטערן (אויף מדות און הרגשים, בלבוש) א געוויסע בליק אויף לעבן און אידישקייט וואס ער איז אומדירעקט נשפע פון זיין סביבה, וואס דאס ברענגט רוב מאל א התנהגות וואס איז נישט עכט זיין אייגענע מציאות. רוב מאל, מיין איך, טוהט א מענטש זאכן צוליב נאטורן וואס איז באמת נישט זיין נאטור. וויאזוי קען די נומבער סיסטעם מבחין זיין צוווישן זאכן וואס איז בעצם ״ער״ מצד נפשו ונשמתו אדער זאכן וואס זענען באמת נישט זיין נאטור, נאר ער איז פשוט איינגעפארעמט געווארן אזוי צוליב דרויסענדיגע אומשטענדן און ער דארף זיך פשוט ארויסזעהן דערפון. למשל, בעת וואס ער מיינט אז ער איז ״סטאק״ אין זיין ׳איינסער׳ באקס מיט אירע מעלות און חסרונות קען פשוט זיין ער איז א פערפעקשאניסט צוליב קריטיק וכדו׳ אויף זיין יוגנט וואס האט אריינגעלייגט און אים א דראנג צו מאכן אלעס 100% גוט? אדער דער ׳צווייער׳ איז געטריי ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען ״דער עסקן״ הידוע און ער איז געפארעמט געווארן א נאר דורך העלפן אנדערע איז מען א מושלם? מ׳קען אזוי געבן צענדליגע משלים אבער הקשיא במקומו עומדת.

שלום עליכם,
צװײ נקודות, ערשטנס, אמאל בחדרי חדרים װען א מענטש מאכט די טעסט בינו לבין עצמו קען ער זײן מער אמת׳דיג װײל ער דארף דעמאלטס קײנעם נישט געפעלן (אױב זוכט ער טאקע די אמת׳ע ענטפער און ער איז אױפריכטיג מיט זיך)
צװײטנס, ביסט 100 פראצענט גערעכט גאר אסאך מעטשן זענען נישט אמת׳דיג אװעיר װער - װאס זײ זענען באמת, גאר אסאך מאל צוליב די אלע סיבות װאס דו האסט שױן דערמאנט, און פארדעם דארף מען טאקע טעראפי אדער אנדערע אופנים כדי זיך נענטער צו טרעפן מיט די אמת׳ע ״זיך״,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בניהו האט געשריבן:איך האב א שאלה אויף די גאנצע נומערן סיסטעם. קען זיין אז מען האט עס שוין בארירט פריער אבער אפשר קען איינע פון עקספערטן ענטפערן דערויף.

וויאזוי איז מעגליך צו ׳דיפיינען׳ א מענטש לויט נומערן וואס זענען געבויעט אויף הרגשים און נאטורן וואס פירן דעם מענטש אויף א געוויסע וועג און התנהגות? א מענטש, ספעציעל ווען מען איז שוין ערוואקסן, איז דאך א צוזאמשטעל פון אייגענע אמת׳ע הרגשים, מדות, מעלות און חסרונות, און ״אן טאפ אוו דעט״ איז ער על פי רוב אויסגעפארמעט געווארן דורך א געוויסע חינוך, ירושה פון עלטערן (אויף מדות און הרגשים, בלבוש) א געוויסע בליק אויף לעבן און אידישקייט וואס ער איז אומדירעקט נשפע פון זיין סביבה, וואס דאס ברענגט רוב מאל א התנהגות וואס איז נישט עכט זיין אייגענע מציאות. רוב מאל, מיין איך, טוהט א מענטש זאכן צוליב נאטורן וואס איז באמת נישט זיין נאטור. וויאזוי קען די נומבער סיסטעם מבחין זיין צוווישן זאכן וואס איז בעצם ״ער״ מצד נפשו ונשמתו אדער זאכן וואס זענען באמת נישט זיין נאטור, נאר ער איז פשוט איינגעפארעמט געווארן אזוי צוליב דרויסענדיגע אומשטענדן און ער דארף זיך פשוט ארויסזעהן דערפון. למשל, בעת וואס ער מיינט אז ער איז ״סטאק״ אין זיין ׳איינסער׳ באקס מיט אירע מעלות און חסרונות קען פשוט זיין ער איז א פערפעקשאניסט צוליב קריטיק וכדו׳ אויף זיין יוגנט וואס האט אריינגעלייגט און אים א דראנג צו מאכן אלעס 100% גוט? אדער דער ׳צווייער׳ איז געטריי ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען ״דער עסקן״ הידוע און ער איז געפארעמט געווארן א נאר דורך העלפן אנדערע איז מען א מושלם? מ׳קען אזוי געבן צענדליגע משלים אבער הקשיא במקומו עומדת.

די אניגראם איז נישטא דא דיך צו דערציילן 'וואס' דו טוסט, דאס קען דיר יעדער שמויגער וואס באטראכט אביסל דעם ארום דערציילן. אניגראם דערציילט דיך 'פארוואס' דו טוסט. און צו דעם ברויך מען טאקע זיין א מבין, און טאקע נישט יעדער איינער וואס ליינט די בוק.. קען שוין זאגן מבינות..

ווען עמיצער פירט זיך אויף אין א געוויסע וועג - אפילו ער פירט זיך אזוי אויף צוליב סיי וועלעכע חיצוניות'דיגע סיבה וואס האט אים צוגעברענגט אזוי זיך צו פירן, אבער א ריכטיגער מבין וועט באמערקן די אמת'ע סיבה פארוואס ער פירט זיך אזוי אויף - וואספארא געפיל וויל ער דא געווינען. מענטשן קענען טוהן די זעלבע זאכן אבער יעדער וויל בעצם ארויסנעמען א אנדערע רווח אינגאנצן.

און א ריכטיגער מבין וועט טאקע אויך קענען באמערקן אז פילע מאל וויל טאקע דער מענטש בכלל נישט דאס וואס ער טוט, נאר ער טוט עס טאקע מחמת גירויים חיצוניים - ווי חינוך \ סביבה וכדו', און דער מבין באמערקט אויך די סיבה פארוואס ער וויל עס בעצם נישט - ווייל ער איז פון אן אנדערן שורש אינגאנצן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”