'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

פראביר די מים עמוקים שיעורים ליין פון הרב יחזקאל יואל גליק שליטא
19292501000
דריקט 1 דערנאך 2 פאר נפש שיעורים דערנאך 11 און וועל אויס עפעס וואס ציהט דיר איך וואלט געזאגט הייב אן מיט 4 שמעו ותחי "נפשכם"
לעצט פארראכטן דורך לפנות בוקר אום פרייטאג אפריל 03, 2020 1:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לפנות בוקר
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

WOW שווארץ אפעל האסט א גוטן פעדער!

קוקסט טאקע אויס ווי א פירער, לויט דיין שפראך.

אין דיינע לעצטע פאר פאראגראפן האסטו עס גוט גענאגלט! עס איז נישט א פייט צווישן מחשבה און געפיל פון וואס דו רעדסט. עס איז א פייט צווישן געפיל מיט געפיל.

די פייט וואס דו שפירסט אין דיר, וואס פון איין זייט האסטו דיר דיינע געפילן, וואס שלעפן דיר אוועק פון 'סטרוקטור' פון זיין א "נארמאלער מענטש", א מענטש צווישן מענטשן. פון די אנדערע זייט, שרייעט אין דיר די געפיל: וואס איז מיט דיר, פארוואס מוזסטו זיין אזוי אנדערש, נישט מסודר, פאני, נישט אוועקגעשטעלט, וויסן קלאר וואס דו ווילסט. פארוואס קענסטו נישט זיין אזוי ווי יעדער.

אויבן אויף קוקט די צווייטע זייט אויס מער ווי 'לאגיק', און עס קען זיי אז בעצם זענען זיי לאגישע טענות. אבער ביי דיר קומט עס בכלל נישט פון דיין לאגיק! עס איז דיין "אנדערע זייט" געפיל, וואס מאכט דיר 'שפירן' שלעכט מיט דיינע 'געפיל'. ער מאכט דיר 'שפירן' ווי א דורכפאל אויב דו ביזסט נישט 'מעורב'.. ער מאכט דיר שפירן ווי א צעחוש'טער בריאה אויב ביזסטו נישט מסודר, וכו' וכו'. ער קומט צו דיר מיט אזא "לאגישע מאנטל" ווי: איין מינוט! פארוואס טאקע קען איך נישט זיין א נארמאלער מענטש, טון וואס מען דארף און שוין? פארוואס קען איך נישט זיין א נארמאלער מענטש צווישן מענטשן? ער קוקט אויס ווי כאילו ער איז דא בלויז מיט דעם איינעם ציל, פשוט ווייל מען דארף טון "וואס מען דארף".

באמת אבער, 'שפירט' דער 'געפיל' פשוט אזוי שלעכט פון זיין דער 'געפילישער', אז דער 'געפילישער' 'שפירט' אז ער איז שוין צו 'געפיליש'. ממילא זאגט אים זיין 'געפיל': זיי שוין נישט אזוי 'געפיליש'... דו 'שפירסט' דיר נאכדעם סתם ווי א 'געפילישער' דורכפאל... אנדערש פון יעדעם, סתם א לוזער, לאמיר שוין זיין "נארמאל" אמאל...
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

@קלאצקאפ. כ'טראכט אז אויב די זעסט זיך אין 4 קען די פראפעקשעניסט קומען פון 3
זשאסט טינקינג מיז נישט זיין אז כ'בין גרעכט
קומטס אריין מיט קאמענטס
שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארץ אפעל »

שכח רב מוח,
לייגסט מיר גאנץ גוט צו'נער מיט דיין הסבר, אבער ס'איז נישט מעגליך צו מאכן פון דעם א לייט,
דער געפיל איז מיר זייער וויכטיג! איך גלייך אים שטארק, און ער קומט מיר אסאך צוניץ אין לעבן (ווי?, ער מאכט נאך אזויפיל חרוב, אבער שוין,)
נאך אזויפיל יארן פון ארבעטן מיט מיינע געפילן, למעלה און למטה, האב איך מיר געטראפן אלס א שטארקע פארטרעטער פונעם געפיל, יא, אין בין א שטארקע אנהענגער פון אים, און כ'האב אפילו אריינגעברענגט דאס אידישקייט פאר בעקאפ.

דאווענען איז עבודה שבלב, געפיל.
אויף אזוי ווייט אז פאר די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען די נוסח, איז עס דאך געווען ריין געפיל.
ואהבת את ה' אלוקך.
ס'קומט יעצט די סדר, כאילו הוא יצא, פאנטאזיעס, געפיל.
....... כ'האב נישט אזויפיל צייט
, חסידות איז אויך א שטיק מיט געפיל, ודי,

לאמיר קלאר מאכן מיין שאלה, ווען איז ער וויכטיג ?(פאר מיר..... ), און ווען דארף מען אים ארויסווארפן בשם ואין?
איז דא עפעס עצות? למשל וואס די רמב"ם ברענגט, אז מ'זאל טוהן די הפך? אויב ווען, ווי, וויאזוי? וואס, איך זאל דאווענען מיט מיין טעלעפאון אין די הענט? איך זאל גיין שפאצירן ביי לוי'ס?
וואס דארף איך טוהן, ווי כאפט מען אים אן ביים קארג? און וויאזוי מעטנשעלט מען אים אויס?
(דוינט ווארי.... פאר פסח איז נישטא וואס צו רעדן... איך דארף נאך האבן דעם סדר פאר איך הייב אן מיין טערעפי...)
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

שווארץ אפעל, כ'מוח' ועוד לקרא... דו שרייבסט געוואלדיג... איך האב אזוינס צוזאמגעשמייכלט ווען כ'האב געליינט דיין ערשטע תגובה... דיין פיורנעס איז וועל אפריציעטעט.

כ'האף צו מאכן צייט דיר אביסל צו ענטפערן לויט מיין פארשטאנד. דו האסט בארירט פארשידענע נקודות (בעיקר אין דיין ערשטע תגובה), איך דארף נאר האבן ישוב הדעת, עפעס וואס כ'האב נישט קיין געדולד אין די צופארענע טעג צו האבן (המממ...). לאמיר נאר פרובירן קודם צו מאכן סדר פון דיינע פראגן, אויב דו קענסט קלאר מיר אויס, וואס פונקטליך איז דיין פראגע.

דו האסט אנגעפאנגען מיט דעם אז דיין מחשבה, דהיינו דיין לאגיק, איז נישט צופרידן פונעם געפיל, און דו זאגסט אז דו ווייסט אליין נישט פארוואס.

יעצט מוז איך שוין אריינווארפן, אז אוודאי איז @מוח גערעכט. צופרידן און נישט צופרידן איז א געפיל, און "דו" דהיינו דיין געפיל איז בצד מה נישט צופרידן פון די וועג ווי אזוי "דו" דהיינו די 90 פראצענט געפיל פירט זיך אויף. בקיצור דו גלייכסט נישט דיין געפילישער אויפפירונג.

יעצט דו לייגסט עס אראפ אז דיין "לאגיק" איז נישט צופרידן פון דעם געפיל. דאס הייסט אין מיין פארשטאנד, אז די סיבה פארוואס דו ביסט נישט צופרידן פון דיין געפיל (ליין: דיין "זיך", דיין אויפפירונג) איז ווייל ס'שטימט נישט מיט דיין לאגיק. דאס הייסט, דו זעהסט אסאך מאל אז דו טוסט זאכן אנדערש ווי דיין לאגיק דיקטירט. יעצט פרעג איך דיר, איז עס טאקע אזוי? איז דאס די סיבה פארוואס דו זוכסט טויש? אדער מעגליך איז דא אנדערע זאכן וואס מאכן דיר פילן אומבאקוועם מיט דיר אליין?

שפעטער אין דיין תגובה רעדסטו דיר אפ מיט דאס וואס גאר אסאך 'פירער' רעדן זיך אפ.. דהיינו, אז דו פילסט אז מענטשן פארשטייען נישט דיין געפיל (ליין: דיין אויפפירונג, דיין "זיך"), זיי אפרישיעטן עס נישט. ס'קוט אויס פון דא אז די סיבה פארוואס דו האסט באשלאסן אז דער געפיל איז נישט קיין גוטער זאך איז באזירט אויף דער הרגשה וואס דו באקומסט פון מענטשן. איז דאס טאקע אזוי? אדער האסטו זיך בלויז געמיינט אפצורעדן פארוואס דער עולם אפריציעט נישט דיין געפילן? (עפעס וואס מ'קען עקסטער דן זיין..).

יעצט ביי דיין לעצטע תגובה, קומסטו שוין מיט הנחות אז מ'דארף דעם געפיל מסדר זיין, דו פאנגסט שוין אן צו פרעגן ווי אזוי.. דו זאגסט דאס אין באצוג צו מח'ס תגובה, ווי כאילו ער זאל האבן אוועקגעמאכט דאס מושג פון געפיל, עפעס וואס איז קלאר נישט ריכטיג.. איך וועל לאזן @מח אליין אריינקומען געבן זיין אויסקלארונג..

בקיצור, איך זעה דא אויבן אויף צוויי באזונדערע נקודות, איינס, דיין אומצופרידנקייט פון דיין געפיל/אויפפירונג בכלליות, וואס מ'דארף בעסער פארשטיין פון ווי דאס קומט. און צווייטענס, דיין צער אויף ווי אזוי דאס מענטשהייט נעמט אויף דיך/דיינע געפילן. אויב קענסטו אריינקומען אויסקלארן וועט זיין אפריציעטעט.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

שווארץ אפעל האט געשריבן:שכח רב מוח,
לייגסט מיר גאנץ גוט צו'נער מיט דיין הסבר, אבער ס'איז נישט מעגליך צו מאכן פון דעם א לייט,

העי! ווער זאגט??

נ"ב, איך האב נאכנישט דורך געליינט דיין תגובה, איך האב מיר אפגעשטעלט ביי דעם...
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

געכאפאט א שנעלע בליק דא ליינענדיג יעדע פערטע שורה.

איבער די מעלה פון געפילן מיין איך אז 'ווירדן' שטאמט פון די געפילן, געוויסע מענטשן האבן קיין שום פראבלעם ארויסצושיסן א גראבע ליגנט, אבער דער פירער וועט שפירן אז ער אליין ווערט פארראטן אויב ער זאל זאגן א ליגענט, ער קען ממש נישט זאגן א ליגנט, די געפיל לאזט נישט.

און איך קלער אז א איינזער האט אויך הרגשים אבער בעת וואס דער פירער האט א איידעלקייט און א בושה וועט דער איינזער וואס איז מער גרואנדעד אריינלייגן זיינע געפילן אין זיינע פרינציפן, אבער ביידע אייגענשאפטן זענען ווירדן וואס קומען ארויס פון געפיל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פרישע קוגל האט געשריבן:@קלאצקאפ. כ'טראכט אז אויב די זעסט זיך אין 4 קען די פראפעקשעניסט קומען פון 3
זשאסט טינקינג מיז נישט זיין אז כ'בין גרעכט
קומטס אריין מיט קאמענטס

רב קלאצקאפ! איר פארמאגט א נטייה צו לידערשיפ?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איבער די מעלה פון געפילן מיין איך אז 'ווירדן' שטאמט פון די געפילן, געוויסע מענטשן האבן קיין שום פראבלעם ארויסצושיסן א גראבע ליגנט, אבער דער פירער וועט שפירן אז ער אליין ווערט פארראטן אויב ער זאל זאגן א ליגענט, ער קען ממש נישט זאגן א ליגנט, די געפיל לאזט נישט.

איך קען נישט זאגן קיין ליגנט, אבער איך ווייס נישט צו ס'האט מיט געפיל, איך האלט פשוט אז די וועלט דארף זיך פירן 100% פערפעקט, און ליגנט איז א סתירה דערצו.

ומהאי טעמא קען איך נישט אויסהאלטן ווען איך האלט מיט ווי א צווייטער זאגט פאר א דריטן א ליגנט. איך שפיר מיך פאראנטווארטליך צו גיין יענעם אויפקלערן דעם אמת. (שוין אמאל געשריבן דא דאכצעך)

נשמת השכל האט געשריבן:רב קלאצקאפ! איר פארמאגט א נטייה צו לידערשיפ?

א שווערע שאלה. כ'מיין אז איך דארף עס איבערשלאפן.

כ'ווייס?... כ'וואלט אפשר געוואלט זאכן זאלן זיך פירן אונטער מיינע הענט, אבער היות איך בין א ביישן קוק איך אפי' נישט ארויס דערוף, און איך טו נישט קיין פעולות אין דעם ריכטונג.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:רב קלאצקאפ! איר פארמאגט א נטייה צו לידערשיפ?

א שווערע שאלה. כ'מיין אז איך דארף עס איבערשלאפן.

כ'ווייס?... כ'וואלט אפשר געוואלט זאכן זאלן זיך פירן אונטער מיינע הענט, אבער היות איך בין א ביישן קוק איך אפי' נישט ארויס דערויף, און איך טו נישט קיין פעולות אין דעם ריכטונג.

זיייער אינטערעסאנט! פון איין זייט קומט איר אריין מיט א מורא'דיגע לייכטע און קלארע עטוטיד און אפי' מיט אביסל שטארקייט, פון די אנדערע זייט האט איר א היבש ביסל פונעם מידת הישרות, און פון די דריטע זייט האט איר אויך ערענסטע הרגשים און ווי עס קוקט אויס ציטערסטו פון זיי זייער שטארק..... און דו וואלסט געוואלט אז זיי זאלן דיר נישט שטערן דאס לעבן.
עס שיינט טאקע היבש ענליך צו די דיסקריבשאן פון א 9-1 אדער אפשר בלויז 9.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

כווייס נישט פארוואס אבער שווארץ אפל דערמאנט מיר אויכעט היבש פון דריי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איבער די מעלה פון געפילן מיין איך אז 'ווירדן' שטאמט פון די געפילן, געוויסע מענטשן האבן קיין שום פראבלעם ארויסצושיסן א גראבע ליגנט, אבער דער פירער וועט שפירן אז ער אליין ווערט פארראטן אויב ער זאל זאגן א ליגענט, ער קען ממש נישט זאגן א ליגנט, די געפיל לאזט נישט.

איך קען נישט זאגן קיין ליגנט, אבער איך ווייס נישט צו ס'האט מיט געפיל, איך האלט פשוט אז די וועלט דארף זיך פירן 100% פערפעקט, און ליגנט איז א סתירה דערצו.

ומהאי טעמא קען איך נישט אויסהאלטן ווען איך האלט מיט ווי א צווייטער זאגט פאר א דריטן א ליגנט. איך שפיר מיך פאראנטווארטליך צו גיין יענעם אויפקלערן דעם אמת. (שוין אמאל געשריבן דא דאכצעך)

איך ענדערש געזאגט, אז דו האסט נישט עכט פראבלעם מיט ליגנט אלס 'מדבר שקר תרחק', אדער ווייל דו האסט א 'שיטה' אז אלעס דארף 'אויסגעהאלטן'. צו מיר קוקט עס ענדערש אויס, ווי אז דו קענסט נישט צוקוקן ווי מענטשן 'מוניפולעיטן' איינער דעם צווייטן מיט ליגנט און שקרים. עס באדערט דיר צו זען ווי יענעמ'ס מח (נד"נ) אדער מעשים ווערן קאנטראלירט דורך דעם וואס איינער האט אים געזאגט א פאלשע סטארי. פון איין זייט האסטו אזא 'רחמנות' געפיל אויפ'ן געליגנערטער, אז ער ווערט נעבעך פארפירט מיט שקרים וכזבים. פון די אנדערע זייט קענסטו נישט דערליידן דעם ליגנער וואס פילט ביי זיך אז ער קען האבן בעלות אויף יענעמ'ס מח, דורכ'ן אים פארפירן מיט 'פאלשע' אינפארמאציע.

פארוואס? ווייל ווען דו זעסט ווי א מענטש פארפירט א צווייטן מיט שקרים און יענער קויפט עס אפ און גייט דערמיט, כאפט זיך אריין אין דיין הארץ אזא פחד: ווער ווייסט צו מיר קען מען נישט פונקט אזוי פארדרייען א קאפ אן מיין וויסן... הייסט עס, אז איך בין גארנישט אזוי זיכער מיט מיר, עס קען ווען זיין אז איינער זאל אמאל באשליסן זיך צו שפילן מיט מיר אן מיין וויסןף ער וועט זיין מיין בעה"ב, מיר מוניפולעיטן און איך וועל זיין דער לוזער...

און דאס איז די סיבה פארוואס דו שפירסט א 'פאראנטווארטליכקייט' צו אויסגראדן דעם ליגנט. ווייל דו 'שפירסט' די "עוולה", איינער ווערט דא פארפירט דורך א צווייטן, און אויב יענער ווערט פארפירט, אפשר בין איך שוין אויך כמה פעמים געווארן פארפירט געווארן, אדער אפשר וועל איך אויך איין טאג ווערן פארפירט און איינער וועט זיך משתלט זיין אויף מיין מח. אויב די וועלט ווערט א פאלשע וועלט און מען קען פארפירן מענטשן דאן בין איך דאך אויך נישט פארזיכערט. איז לאמיר שנעל צוריקברענגען זיכערקייט אויף דער וועלט און דאדורך ראטעווען מיין 'אייגנקייט'. יעדער זאל זיין זיין אייגענער בעה"ב, קיינער וועט נישט קיין צווייטן ארומ'חוש'ן.

איך גלייב אז דו וועסט נאך מער הנאה האבן צו זען אז דער ליגנער זאל צום סוף זען זיין מפלה, ווען ער וועט זען אז זיין ליגנט האט זיך נישט אויסגעארבעט א דאנק דיין אינטערווענץ.....

שוין גענוג געדבר'ט.... נו וואס זאגסטו צו דעם?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מח בקדקדו האט געשריבן:

הממממ... ס'איז זייער שיינע סברות, אבער איך מיין אז נישט דאס איז וואס איך שפיר.

נישט גענוג קלאר אויסגעשמועסט, אז איך וועל נישט פאקטיש יענעם גיין אויפקלערן, ווייל איך פארשטיי אז ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך צו טון.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

פרישע קוגל האט געשריבן:@קלאצקאפ. כ'טראכט אז אויב די זעסט זיך אין 4 קען די פראפעקשעניסט קומען פון 3
זשאסט טינקינג מיז נישט זיין אז כ'בין גרעכט
קומטס אריין מיט קאמענטס

פירערס זענען שטארקע פערפעקשאניסטס.
זיי קענען נישט ארויסגעבן א זאך וואס איז נישט פערפעקט און וועגן דעם זענען זיי אויך פראקרעסטינעטערס.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס מיינט די לעצטע ווארט?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Porfavor האט געשריבן:פירערס זענען שטארקע פערפעקשאניסטס.

זיי זיך מסביר

Porfavor האט געשריבן:זיי קענען נישט ארויסגעבן א זאך וואס איז נישט פערפעקט און וועגן דעם זענען זיי אויך פראקרעטערסטינעס.

וואס מיינט דעי ווארט?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

Procrastinate מיינט אפשטופן.

פירערס זענען פערפעקשאניסטס.

עס קען אויסקוקן ווי זיי זענען סתם פארשלעפט אדער קומען צו גארנישט אן אבער די אינטערליגענדע סיבה צו די פארשלעפטקייט און די סיבה פארוואס זיי קענען זיך קיינמאל נישט צאמנעמען צו ענדיגן א זאך איז ווייל וואס זיי טוען מוז זיין פערפעקט. אויב איז עס נאכנישט פערפעקט קענען זיי עס נישט רופן פערטיג.

למשל א פירער וואס איז א גרעפיק דיזיינער וועט האבן א פראבלעם מיט א דעדליין (פאר מער ווי איין סיבה אבער לעניננו) ווייל אפילו פאר רוב וועלט איז שוין די פראיעקט וואס ער מאכט גענוג שיין און ארגינעל וועט ער פילן אז ער קען עס נאך פארשענערן און פארבעסערן און במילא לויט אים איז עס ווייט פון פארטיג.

די פרעשור וואס ער האט אז זיינע זאכן מוזן זיין ארגינעל און שענער ווי די טיפיקל, איז איינע פון די סיבות וואס מאכט אז ער זאך שטענדיג פראקרעסטינעטן- אפשטופן.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

Porfavor האט געשריבן:Procrastinate מיינט אפשטופן.

פירערס זענען פערפעקשאניסטס.

עס קען אויסקוקן ווי זיי זענען סתם פארשלעפט אדער קומען צו גארנישט אן אבער די אינטערליגענדע סיבה צו די פארשלעפטקייט און די סיבה פארוואס זיי קענען זיך קיינמאל נישט צאמנעמען צו ענדיגן א זאך איז ווייל וואס זיי טוען מוז זיין פערפעקט. אויב איז עס נאכנישט פערפעקט קענען זיי עס נישט רופן פערטיג.

למשל א פירער וואס איז א גרעפיק דיזיינער וועט האבן א פראבלעם מיט א דעדליין (פאר מער ווי איין סיבה אבער לעניננו) ווייל אפילו פאר רוב וועלט איז שוין די פראיעקט וואס ער מאכט גענוג שיין און ארגינעל וועט ער פילן אז ער קען עס נאך פארשענערן און פארבעסערן און במילא לויט אים איז עס ווייט פון פארטיג.

די פרעשור וואס ער האט אז זיינע זאכן מוזן זיין ארגינעל און שענער ווי די טיפיקל, איז איינע פון די סיבות וואס מאכט אז ער זאך שטענדיג פראקרעסטינעטן- אפשטופן.

כ'קען נישט מחליט זיין וועלכע עמאודזשי צו לייגן... דו זאגסט דאך אזוי גוט!

הגם מיין פארשלעפטקייט קען אמאל קומען פון אנדערע סיבות אויך.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:הגם מיין פארשלעפטקייט קען אמאל קומען פון אנדערע סיבות אויך.

א פחד אז זאכן גייען זיך במילא נישט אויסארבעטן.
א פחד אז מען וועט במילא נישט ערייכן א געוויסע ציל.
א יאוש. (נישט צו פארטוישן מיט דעפרעשן)

אויב וועט מען צונעמען יעדע זאך עקסטער וועט מען זען אז אונטער דעם ליגט א דראנג פאר פערפעקשן.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Porfavor האט געשריבן:א יאוש. (נישט צו פארטוישן מיט דעפרעשן)

וואס מיינסטו צו זאגן?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

נשמת השכל האט געשריבן:

א געהעריגע דעפרעשן קומט אפט מיט געפילן פון טרויער, קיין אינטערעסע אין לעבן וכו.

די יאוש וואס א פירער האט איז א געפיל פון איך בין געבוירן פעלערהאפטיג. איך קען נישט מצליח זיין. איך בין נישט גענוג ____ (פיל אריין די בלענק) צו טון דעס און יענץ.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Porfavor האט געשריבן:א געהעריגע דעפרעשן קומט אפט מיט געפילן פון טרויער, קיין אינטערעסע אין לעבן וכו.

פון וואס קומט זיין טרויער/אומאינטערעסע צו לעבן וכו'?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

נשמת השכל האט געשריבן:
Porfavor האט געשריבן:א געהעריגע דעפרעשן קומט אפט מיט געפילן פון טרויער, קיין אינטערעסע אין לעבן וכו.

פון וואס קומט זיין טרויער/אומאינטערעסע צו לעבן וכו'?

הגם די פירערס זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון דעפרעשן ווי למשל א זיבענער, קען אבער יעדע טייפ פון די עניגרעם ליידן פון דיפרעשן.

יעדע ערנסטע דיפרעשן קען האבן או אנדערע אונטערליגענדע סיבה סא עס איז שווער צו זאגן בכלליות פון וואס טרויער אדער אומאינטערעסע קומט. עס איז זייער אינדיווידיועל.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Porfavor האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
Porfavor האט געשריבן:א געהעריגע דעפרעשן קומט אפט מיט געפילן פון טרויער, קיין אינטערעסע אין לעבן וכו.

פון וואס קומט זיין טרויער/אומאינטערעסע צו לעבן וכו'?

הגם די פירערס זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון דעפרעשן ווי למשל א זיבענער, קען אבער יעדע טייפ פון די עניגרעם ליידן פון דיפרעשן.

יעדע ערנסטע דיפרעשן קען האבן או אנדערע אונטערליגענדע סיבה סא עס איז שווער צו זאגן בכלליות פון וואס טרויער אדער אומאינטערעסע קומט. עס איז זייער אינדיווידיועל.

נאכאמאל, דו מאכסט א חילוק פון יאוש און דיפרעשאן, סוי וויל איך פארשטיין וועם דו רופסט מיטן נאמען יאוש און וועם רופסטו דיפרעשאן?!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”