'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:ס׳דא אמאל ווען ער זעהט איין פאר סיי וועלכע סיבה, אז יעדער מיז אננעמען זיין מיינונג, קען ער צומאל ניצען עקסטרעימע מיטלען, אז יענער זאל מקבל זיין וואס ער זאגט, א שטייגער ווי אונזער ירום הודו,

_נפש׳ל

אין וועלכע טייפ לייגסטו עם אריין? ער איז א זעקסער?

יא!

אדער קענסטו נישט אניאגראם, אדער קענסטו נישט דעם יר''ה.

ער איז כתוב וחתום אכט. הגם א סאך ווילן זאגן אזער איז זעקס.

גראדע בין איך פרא יר״ה, פארט האלט איך אז ער איז א זעקסער,
לויט אונזער מהלך איז עס נישט קיין סתירה
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א שנעלע געזיך אויפן געוועב זאגט איינשטימיג צווישן כמעט אלע עננעאגראם טוער אז דער יר''ה איז א אכט, געציילטע ווילן זאגן אז ער איז גאר א 3W4...
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:[

גראדע בין איך פרא יר״ה, פארט האלט איך אז ער איז א זעקסער,
לויט אונזער מהלך איז עס נישט קיין סתירה

ווי אזוי זענען די 2 פארבינדן? אויב ביסטו אנטי וואלסטו ענדערש געטראכט אז וואס?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

לויט געוויסע אויב האלט מען אז ער איז א זעקסער ֿ, איז מען אויטאמאטיש אנטי, משא״כ לויט אונז

נפש׳ל וואונטש א גוטע נאכט פאר אלע צוהערער, און מיטן הילף פונעם בורא כל עולמים, וועלן מיר ממשיך זיין מארגן

_נפש׳ל
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

האמיר געליינט נשמה'ס תגובה און נפשל'ס ריספאנד דערויף, און איך וויל אביסל מוסיף נופך זיין, איך האב נאכנישט געליינט די תגובות נאכדעם און איך האף אז מח האט מיר נאכנישט ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל....

דער אשכול הייסט: אניגראם-די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן.
לענ"ד איז דער קעפל מוטעה היא, ווייל עס זענען נישט פארהאן נאר 9 סארטן מענטשן עס זענען פארהאן הונדערטער סארטן מענטשן! לענ"ד דארף דער אשכול הייסן:אניגראם-די סבות פארוואס מענטשן האבן זייערע נאטורן.
און איך וועל מסביר זיין.

א יעדער מענטש, יא! ממש א יעדער!! ליגט אין א געוויסן באקס... צו ער וויל צו ער וויל נישט.... ד"ה, אז יעדער מענטש האט א שורש אין זיין נפש וואס דאס איז וואס מאכט אים טון דאס וואס ער טוט/טראכטן דאס וואס ער טראכט/זאגן דאס וואס ער זאגט, וכו'.
סוי, איז געקומען איינער א מיסטער, און און געזעהן אז מען קען אוועקשטעלן די שרשים פון א מענטש אין 9 שרשים. ד"ה, אז איז פארהאן 9 שרשים דרייווער'ס וואס א מענטש קען פארמאגן און דאס איז וואס דרייווט אים צו זיינע מעשים. סוי, דער זאך דארף זיין זייער קלאר: א יעדע זאך וואס א מענטש טוט, ממש א יעדע!!! יעדע ביהעיוויער זיינע יעדע ריספאנד און ריעקשאן זיינע קומט פון זיין שורש וואס איז דא אין אים, און יעדער ריעקט און ריספאנד לויט זיין שורש/באקס/טייפ וואס ער האט.

און טאקע דאס איז די גרויסע מעלה פונעם אניגראם, אה"נ עס איז דא נאך פיינע מהלכים ווי אזוי צו צוטיילן און אוועקשטעלן דעם מענטש, זייער פיין און וואויל, אבער קיינער צווינגט נישט דעם מענטש אריינצוקוקן אינעם שורש הדבר פון זיינע טבעיות אזוי ווי אניגראם! מען קען פיין ארויסהאבן די נאטורן מהות פון מענטשן דורך אנדערע מהלכים אויך, אבער מיט דעי מין טיפקייט ביז צום פינטל ווי דער אניגראם טוט עס, דאס איז נישטא! און טאקע ווייל מען איז מוכרח אריינצולייגן דעם מענטש אין אזא באקס, ווייל דער מענטש איז טאקע א באקס, און נאר אזוי קען מען אנקומען צום שורש הדברים בס"ד.
נפש׳ל האט געשריבן:ווען דער זעקסער איז קראנק,

לאז ער אויס די קבלה וואס ער דארף מקבל זיין פאר ער איז משפיע, און נעמט זיך תיכף צום השפעה, אבער עד האט דאך א פראבלעים, ס׳איז דאך מושרש אין אים די מידת הקבלה ערגעץ ווי מיז ער דאך מקבל זיין,
אקעי נישט קיין פראבלעים, ער וועט משפיע זיין אזעלעכע זאכן וואס ער קען עפעס מקבל זיין דערפון,

זייער ריכטיג נפש'ל.
נשמה האט געשריבן:יא אמת אז איך וויל אז זאכן זאלן זיין סעקיור. אבער איך וויל אויך ליבשאפט, נאנטשאפט. צווייערישקייט.

פארוואס וויל ער דאס? דאס איז אונז נוגע! דער פארוואס, נישט דער וואס.
נשמה האט געשריבן:פארוואס? פארוואס דארפן מיר אננעמען א סיסטעם וואס האט געמאכט אז מיר זאלן מורא האבן פון די בריאה וואס השי"ת האט באשאפן? צו האט דער וואס האט געמאכט דעם אניאגראם געוואלט מ'זאל אים זאגן ביסט א זעקסער? צו האט אדאהאן געקענט באשטיין אז מ'זאל איר זאגן "ביסט א זעקסער?" צו איז די תכלית פון די אניאגראם אז מ'זאל איין מינוט זיך דארפן זארגן וועלכע טייפ מ'איז?

דער פחד קומט פון דעם וואס אניגראם האט ברענגט צו דעם אז דערמענטש זאל דארפן גאר טיף אריינקוקן אין זיך, און פון דעם האט מען מורא.

אגב. רב נשמה! ווען האט איר זיך אזוי טיף צוקריגט מיטן אניגראם?
נשמה האט געשריבן:איך רעד שוין נישט פון דעם אז איך מיין (און אלעס וואס איך שרייב איז לויט ווי איך מיין... איך בין מודה...) אז אסאך פירערס זענען געשטעמפלט געווארן אלץ זעקסערס.

א סאך קראנקע זעקסער׳ס האלטן אז זיי זענען פירער׳ס, ווייל אזוי בארעכטיגן זיי זיך פארן זיין א משפיע ע״מ לקבל

ביידע זענען ריכטיג.
נשמה האט געשריבן:שטעל דיך פאר דו זאגסט פאר א ISFJ ביסט א זעקסער. "אבער מיסטער, נאר דאס בין איך?" און וואס איז מיט מיין געטריישאפט, איך וועל אלעס טון פאר דיר? ניין, דו טוסט עס פאר דיין סעקיוריטי! "אבער איך האב דיך עכט ליב" ניין, דו טוסט עס ווייל דו ביסט א צווייער! דו מיינסט דיך. דו מיינסט נישט מיך. הבל.

שוין גארנישט קיין הבל! יעדער מענטש קען עכט ליב האבן, די שאלה איז וואס זיין ריספאנד איז. אניגראם קומט זאגן, וואס זענען די סבות און גרמות צו זיינע ריעקשאנ'ס! פארוואס דער מענטש ווען ער האט עכט ליב עקט ער אזוי, און דער אנדער עקט אזוי?!
נשמה האט געשריבן:. און בכלל זייט איך האב אנגעהויבן זעהן וואס מאיר בריגס איז, האב איך אנגעהויבן טראכטן, אז אפשר האט עס גארנישט צו טון מיט זעקס. אזוי איז זייער נאטור.

זייער גוט געזאגט, זיין נאטור איז אז ער איז א זעקסער

א 6'ער איז נישט קיין נאטור, עס איז א שורש! עס איז נישטא אזא זאך ווי: דאס איז זיין נאטור, פערטיג! יעדע זאך וואס א מענטש טוט האט א סבה שרשי. קוק גוט אריין אין דיך וועסטו זיך איבערצייגן...[מען דארף נאר זיין גרייט צו עקסעפט"ן וואס מען טרעפט דארט....]

וכאן המקום ארויסצוברענגען לשבח פון הניק החדש והחשוב רב נפש'ל! פארן צוריק אויפלעבן דעם אשכול אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן ווען איך בין נאך געווען צויישן די ליינער און נישט צווישן די שרייבער.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דינסטאג אוגוסט 14, 2018 11:43 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:ס׳דא אמאל ווען ער זעהט איין פאר סיי וועלכע סיבה, אז יעדער מיז אננעמען זיין מיינונג, קען ער צומאל ניצען עקסטרעימע מיטלען, אז יענער זאל מקבל זיין וואס ער זאגט, א שטייגער ווי אונזער ירום הודו,

_נפש׳ל

אין וועלכע טייפ לייגסטו עם אריין? ער איז א זעקסער?

יא!

אדער קענסטו נישט אניאגראם, אדער קענסטו נישט דעם יר''ה.

ער איז כתוב וחתום אכט. הגם א סאך ווילן זאגן אזער איז זעקס.

און אני הק' בין אויך שטאק נוטה אזוי ווי נפש'ל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אניאגראם עפ'י חסידות איז נישט מיין טעיסט

אניגראם ע"פ בריגס איז נישט מיין טעיסט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נפש׳ל האט געשריבן:כ׳וויס נישט ווער׳ס זיכט אים, אויב די זיכסט, קענסטו אריינקומען אין אישי

געקאסט א שמייכל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נפש׳ל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:דענק איך ווען נשמה האט מסביר געווען כמה פעמים דעם אניגראם ע"פ חסידות.

אניאגראם עפ'י חסידות איז נישט מיין טעיסט , אבער אניגראםדי אשכול דא איז זיכער די פלאץ דערפאר, נשמה האט זייער שיין איבערגעטיישט "מתבונן'ס" שטיקלעך עפ''י חסידות און איך האב דאס טאקע נישט געגליכן,

אלענפאלס דאס איז כל זמן מען רעדט פון אניאגראם, אויב אבער רעדט מען פון אנדערע מהלכים, באלאנגט עס נישט ממש דא.

נפש'ל קומט ארויס צי זיין זייער ברייט. איך וואלט לכאורה געגליכן זיינע רעיונות (אויב עס איז נישט א שטיק ספירות)

אויב איך מעג פרעגן וואס מאכט דיר טראכטן אז איך רעדט פון עפעס אנדערש א חוץ אניאגראם ?
יעדער האלט אז אניאגראם איז שטארק רילעיטעט צו חסידות/ספירות, איינער אהער און איינער אהין,

האסט געזעהן מיין קוואוט פון מתבונן?

ומה שנראה לעניות עצמי דרך האמת כתבתי

_נפש׳ל

ווייל אין די מהלך פון אניאגראם איז דער יסוד פונעם זעקסער "אינסעקיוריטי" ער פילט זיך נישט פארזיכערט, און ער לייגט אריין גרויסע כוחות צי העלפן די סאסייעטי כדאי צי באקומען א סענס אף סעקיוריטי. דאס איז געזאגט געווארן אויף א געווענטליכער זעקסער, נישט א קראנקער .

ווי מער געזינט ער איז אלץ מער פילט ער זיך פארזיכערט, ווי ווייניגער ער איז געזינט אלץ מער פילט ער זיך אומפארזיכערט, ביז פאניק אטאקעס און פאראניע,

ביי דיר איז דער יסוד פונעם זעקסער איינער וואס "וויל געבן" און אויך אז ער "מוז נעמען פון אנדערע"
ווי מער געזינט ער איז אלץ מער וועט ער נעמען פון אנדערע בלויז כדאי ער זאל קענען געבן, ווי מער קראנק ער איז וועט ער ניצן זיין כח פון געבן בלויז כדאי צי נעמען פון אנדערע פאר זיין הנאה.

די סעקיוריטי אישו איז א זייטיגע זאך, ער זיכט דעם אמת כדאי ער זאל נישט מכשיל זיין זיינע מקבלים, ד.ה. ער זיכט צי פארזיכערן זיינע מקבלים

-ודא עקא אז לויט די מהלך וואס אניאגראם שטעלט אהער איז סעקיוריטי די צענטער פונקט וואס דרייווט דעם זעקסער,
-ודא עקא לויט די מהלך וואס אניאגראם שטעלט אהער איז בכלל נישט דא אזא זאך אז דער זעקסער "מוז" מקבל זיין. די איינציגסטע קבלה וואס דער זעקסער איז מקבל בשכר זיין לאיאליטי איז בלויז און בלויז "סעקיוריטי" און דאס טוט דער "געווענטליכער" זעקסער, נישט דער קראנקער
דער אויסערגעווענליכער געזונטער זעקסער איז נישט קיין מקבל, ער האט סעלף קאנפידענס, דאס מאכט עם פאר א געזונטער. און דער אויסערגווענליכער קראנקער זעקסער איז א ווידערשפעניגער אדער בי פי די. וואס שפירט אז ער איז פארלוירן, דאס מאכט עם זיין טיטול קראנק
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווייל אין די מהלך פון אניאגראם איז דער יסוד פונעם זעקסער "אינסעקיוריטי" ער פילט זיך נישט פארזיכערט, און ער לייגט אריין גרויסע כוחות צי העלפן די סאסייעטי כדאי צי באקומען א סענס אף סעקיוריטי. דאס איז געזאגט געווארן אויף א געווענטליכער זעקסער, נישט א קראנקער .

ווי מער געזינט ער איז אלץ מער פילט ער זיך פארזיכערט, ווי ווייניגער ער איז געזינט אלץ מער פילט ער זיך אומפארזיכערט, ביז פאניק אטאקעס און פאראניע,

ביי דיר איז דער יסוד פונעם זעקסער איינער וואס "וויל געבן" און אויך אז ער "מוז נעמען פון אנדערע"
ווי מער געזינט ער איז אלץ מער וועט ער נעמען פון אנדערע בלויז כדאי ער זאל קענען געבן, ווי מער קראנק ער איז וועט ער ניצן זיין כח פון געבן בלויז כדאי צי נעמען פון אנדערע פאר זיין הנאה.

די סעקיוריטי אישו איז א זייטיגע זאך, ער זיכט דעם אמת כדאי ער זאל נישט מכשיל זיין זיינע מקבלים, ד.ה. ער זיכט צי פארזיכערן זיינע מקבלים

-ודא עקא אז לויט די מהלך וואס אניאגראם שטעלט אהער איז סעקיוריטי די צענטער פונקט וואס דרייווט דעם זעקסער,
-ודא עקא לויט די מהלך וואס אניאגראם שטעלט אהער איז בכלל נישט דא אזא זאך אז דער זעקסער "מוז" מקבל זיין. די איינציגסטע קבלה וואס דער זעקסער איז מקבל בשכר זיין לאיאליטי איז בלויז און בלויז "סעקיוריטי" און דאס טוט דער "געווענטליכער" זעקסער, נישט דער קראנקער
דער אויסערגעווענליכער געלונגענער זעקסער איז נישט קיין מקבל, ער האט סעלף קאנפידענס, און דער אויסערגווענליכער קראנקער זעקסער איז א ווידערשפעניגער אדער בי פי די. נישט קיין לעלו הצלה

אט דע דא איז דער פראבלעם.
לויט ווי אזוי דו האסט עס יעצט אראפגעלייגט איז דער 6'ער ווען ער איז קראנק און דער 6'ער ווען ער איז גאנץ געזונט און דער 6'ער ווען ער איז גאר געזונט, זענען זיי 3 אנדערע מענטשן אינגאנצן
א 6'ער וואס איז אינגאנצן געזונט לויט דיר זיכט אינגאנצן נישט קיין סוקירוטי ער האט סעלף קאנפעדענס ביזן הימל, סוי וואס איז דער זאך וואס מאכט אים פאר א 6'ער???
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמת השכל האט געשריבן:וכאן המקום ארויסצוברענגען לשבח פון הניק החדש והחשוב רב נפש'ל! פארן צוריק אויפלעבן דעם אשכול אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן ווען איך בין נאך געווען צויישן די ליינער און נישט צווישן די שרייבער.

עפעס קומסטו ארויס זייער זייער נישט קלאר

ביסט געווארן א איי וועלט מעמבער אום מאי 2 2018, ביז דאן האט מען זייער זייער זעלטן גערעדט פון MBTI. כמעט גארנישט.

אום מאי 6. א פאר טאג נאכן ווערן דא א מעמבער האסטו ארויסגעלייגט די BOLD בקשה
נשמת השכל האט געשריבן:עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!

אפשר ביסטו געווען פון די ליינער (נאך פאר די פלעגסט דא שרייבן, נאך פאר די האסט געהאט דיין ניק) אינטער א אנדערע ניק, אבער די ביסט דער וואס האט געבעטן אז מען זאל דא אריינדרייען MBTI, יעצט גלליכסטו עס מער נישט?

וואס איז טאקע די מעשה?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:וכאן המקום ארויסצוברענגען לשבח פון הניק החדש והחשוב רב נפש'ל! פארן צוריק אויפלעבן דעם אשכול אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן ווען איך בין נאך געווען צויישן די ליינער און נישט צווישן די שרייבער.

עפעס קומסטו ארויס זייער זייער נישט קלאר

ביסט געווארן א איי וועלט מעמבער אום מאי 2 2018, ביז דאן האט מען זייער זייער זעלטן גערעדט פון MBTI. כמעט גארנישט.

אום מאי 6. א פאר טאג נאכן ווערן דא א מעמבער האסטו ארויסגעלייגט די BOLD בקשה
נשמת השכל האט געשריבן:עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!

אפשר ביסטו געווען פון די ליינער אינטער א אנדערע ניק, אבער די ביסט דער וואס האט געבעטן אז מען זאל דא אריינדרייען MBTI

דו ביסט גערעכט אז איך האב געבעטן אז איינער זאל מסביר זיין דעם בריגס מהלך ווייל נשמה און דו האבן עס געהאלטן אין איין דערמאנען און איך האב איבערהויפט נישט פארשטאנען די קאנצעפט דערפון, ממילא האב איך געבעטן אז איינער זאל עס אביסל מסביר, אבער איך האב נישט געמיינט אז דער אשכול זאל זיך אינגאנצן פארדרייען, און איך האב בכלל נישט קיין טענות אז מען האט דאס ארויפגעברענגט, און ישר כוח פאר נשמה און דו פארן עס אזוי שיין צולייגן, אבער בעיקר זענען מיר דא צו דיבעטן דעם אניגראם מהלך.

און איך האב טאקע נישט געהאט די קוראזש ביז יעצט צו קומען זאגן אז מען זאל צוריקדרייען זעענדיג ווי דער אשכול איז אינגאנצן פארפארן טאקע מהאי טעמא ווייל איך בין דאך דער בעל דבר דא...... אבער יעצט אז רב נפש'ל האט עס געגעבן אזא מאסיווע דריי צוריק...... בין איך אים דאנקבאר דערויף! פארשטייסט?????
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמת השכל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווייל אין די מהלך פון אניאגראם איז דער יסוד פונעם זעקסער "אינסעקיוריטי" ער פילט זיך נישט פארזיכערט, און ער לייגט אריין גרויסע כוחות צי העלפן די סאסייעטי כדאי צי באקומען א סענס אף סעקיוריטי. דאס איז געזאגט געווארן אויף א געווענטליכער זעקסער, נישט א קראנקער .

ווי מער געזינט ער איז אלץ מער פילט ער זיך פארזיכערט, ווי ווייניגער ער איז געזינט אלץ מער פילט ער זיך אומפארזיכערט, ביז פאניק אטאקעס און פאראניע,

ביי דיר איז דער יסוד פונעם זעקסער איינער וואס "וויל געבן" און אויך אז ער "מוז נעמען פון אנדערע"
ווי מער געזינט ער איז אלץ מער וועט ער נעמען פון אנדערע בלויז כדאי ער זאל קענען געבן, ווי מער קראנק ער איז וועט ער ניצן זיין כח פון געבן בלויז כדאי צי נעמען פון אנדערע פאר זיין הנאה.

די סעקיוריטי אישו איז א זייטיגע זאך, ער זיכט דעם אמת כדאי ער זאל נישט מכשיל זיין זיינע מקבלים, ד.ה. ער זיכט צי פארזיכערן זיינע מקבלים

-ודא עקא אז לויט די מהלך וואס אניאגראם שטעלט אהער איז סעקיוריטי די צענטער פונקט וואס דרייווט דעם זעקסער,
-ודא עקא לויט די מהלך וואס אניאגראם שטעלט אהער איז בכלל נישט דא אזא זאך אז דער זעקסער "מוז" מקבל זיין. די איינציגסטע קבלה וואס דער זעקסער איז מקבל בשכר זיין לאיאליטי איז בלויז און בלויז "סעקיוריטי" און דאס טוט דער "געווענטליכער" זעקסער, נישט דער קראנקער
דער אויסערגעווענליכער געלונגענער זעקסער איז נישט קיין מקבל, ער האט סעלף קאנפידענס, און דער אויסערגווענליכער קראנקער זעקסער איז א ווידערשפעניגער אדער בי פי די. נישט קיין לעלו הצלה

אט דע דא איז דער פראבלעם.
לויט ווי אזוי דו האסט עס יעצט אראפגעלייגט איז דער 6'ער ווען ער איז קראנק און דער 6'ער ווען ער איז גאנץ געזונט און דער 6'ער ווען ער איז גאר געזונט, זענען זיי 3 אנדערע מענטשן אינגאנצן
א 6'ער וואס איז אינגאנצן געזונט לויט דיר זיכט אינגאנצן נישט קיין סוקירוטי ער האט סעלף קאנפעדענס ביזן הימל, סוי וואס איז דער זאך וואס מאכט אים פאר א 6'ער???

אויף די געזינטע לעוועל איז די ליניע צווישן איין נומער אונעם צווייטן נומער זייער זייער דין.
צ.ב.ש. אדהאן זאגט אז אויב די זעסט דיך אין אלע נומערן פונעם אניאגראם איז מעגליך ווייל די ביסט זייער געזינט

אויסער די קשיא, פארשטייסטו אז אן די סעקיוריטי אלץ א צענטער פונקט רעדט מען נישט פונעם זעקסער? פארשטייסטו אז דער אניאגראם לויט ווי עס איז אראפגעלייגט לויט אלע וואס פארשן בלויז אניאגראם (אן חסידות אדער אן MBTI וכדו' ווי מען דארף צי שטעלן אניאגראם צי א אנדערע ענין) ) רעדט בכלל נישט אז דער יסוד פון א זעקסער איז אז ער מוז משפיע ומקבל זיין?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אויף די געזינטע לעוועל איז די ליניע צווישן איין נומער אונעם צווייטן נומער זייער זייער דין.
צ.ב.ש. אדהאן זאגט אז אויב די זעסט דיך אין אלע נומערן פונעם אניאגראם איז מעגליך ווייל די ביסט זייער געזינט

אבער דער שורש רירט זיך נישט קיין כי הוא זה ווי געזונט מען זאל נאר נישט זיין! און אויב דו פארשטייסט דעס נישט, דאן במחילת כבודך האט איר נאכנישט געכאפט די טיפע קאנצעפט פונעם אניגראם.
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אויסער די קשיא, פארשטייסטו אז אן די סעקיוריטי אלץ א צענטער פונקט רעדט מען נישט פונעם זעקסער?
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: רעדט בכלל נישט אז דער יסוד פון א זעקסער איז אז ער מוז משפיע ומקבל זיין?

דו פארשטייסט אז עס מוז זיין א הסבר צו דעם אז א 6'ער זיכט סוקירוטי?
וואס איז דער געפיל וואס נאגט אים אז ער גייט זיכן סוקירוטי?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמת השכל האט געשריבן:דו פארשטייסט אז עס מוז זיין א הסבר צו דעם אז א 6'ער זיכט סוקירוטי?
וואס איז דער געפיל וואס נאגט אים אז ער גייט זיכן סוקירוטי?

נו קום צו זיי מסביר, פארוואס זיכט ער סעקיוריטי?

איך פארשטיי אז דאס איז שוין די שורש השרשים אליין, און איך פארשטיי אז דאס איז דער מהלך פונעם עניאגראם.
זקן מלא רחמים.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:
וכאן המקום ארויסצוברענגען לשבח פון הניק החדש והחשוב רב נפש'ל! פארן צוריק אויפלעבן דעם אשכול אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן ווען איך בין נאך געווען צויישן די ליינער און נישט צווישן די שרייבער.

עפעס קומסטו ארויס זייער זייער נישט קלאר

ביסט געווארן א איי וועלט מעמבער אום מאי 2 2018, ביז דאן האט מען זייער זייער זעלטן גערעדט פון MBTI. כמעט גארנישט.

אום מאי 6. א פאר טאג נאכן ווערן דא א מעמבער האסטו ארויסגעלייגט די BOLD בקשה
נשמת השכל האט געשריבן:
עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!

"בריגס" נישט בריגס בשילוב אניגראם
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אפשר ביסטו געווען פון די ליינער (נאך פאר די פלעגסט דא שרייבן, נאך פאר די האסט געהאט דיין ניק) אינטער א אנדערע ניק,

נישט געוויסט אז צו ליינען ברויך מען זיין מעמבער
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

בעל מנוחה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:
וכאן המקום ארויסצוברענגען לשבח פון הניק החדש והחשוב רב נפש'ל! פארן צוריק אויפלעבן דעם אשכול אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן ווען איך בין נאך געווען צויישן די ליינער און נישט צווישן די שרייבער.

עפעס קומסטו ארויס זייער זייער נישט קלאר

ביסט געווארן א איי וועלט מעמבער אום מאי 2 2018, ביז דאן האט מען זייער זייער זעלטן גערעדט פון MBTI. כמעט גארנישט.

אום מאי 6. א פאר טאג נאכן ווערן דא א מעמבער האסטו ארויסגעלייגט די BOLD בקשה
נשמת השכל האט געשריבן:
עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!

"בריגס" נישט בריגס בשילוב אניגראם
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אפשר ביסטו געווען פון די ליינער (נאך פאר די פלעגסט דא שרייבן, נאך פאר די האסט געהאט דיין ניק) אינטער א אנדערע ניק,

נישט געוויסט אז צו ליינען ברויך מען זיין מעמבער

אה, שלום עליכם בעל מנוחה צו איי וועלט, קאנגראטעלאציעס צי דיין ערשטע תגובה!

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן און אינז מהנה זיין (אקעי משפיע ומקבל, איך מיין צי זאגן מקבל ע''מ להשפיע...)
------

וואס מיינט איר צי זאגן מיט די ווערטער: "בריגס" נישט בריגס בשילוב אניגראם ?
------

ניין מען ברויך נישט זיין א מעמבער כדאי צי קענען ליינען, אסאך מאל ליין איך אן זיך אריינסיינען
זקן מלא רחמים.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נפש'ל זיסער מען האלט דא נאך 6 יאר שרייבן איבער די נושא,אצינד האלט מען ביי בלאט 107. פון ווי האסטו אנגעפאנגען?
איך כאפ נאכנישט פון ווי די קומסט מיט דיינע הנחות איבער נשמה'ס צוגאנג, אין פ''ו איז מהרי''י גליק די אמת'ע וועג (נאכאמאל איך ווייס נאכנישט וואס ער זאגט אנדערש פון נשמה) און ווער איז דאס מהרי'י גליק, מה טיבו?

אגב נשמה איז א געוואלדיגע חסיד פונעם געטרייען זעקסער , ווי ער רופט עס "א ברכה פאר די וועלט"

ב"ה
יא. "א ברכה פאר די וועלט". א ברכה פאר זייערע נאנטע. צומאל טראכט איך אז די סיבה פארוואס זעקסער האבן באקומען אזא, מ'זאל מורא האבן צו זיין א זעקסער, איז פשוט ווייל ס'האט נישט אויסגעפעלט צו הייבן דעם זעקסער. אבער איך האב פרובירט מיט מיין קליינעם שכל זיך צו דערגרינטעווען אין די ערשיינונגען וואס איך זעה. פאר א ENFP איז זייער שווער צו זעהן אן אביעקטיווען פאקט. ווייל די Fi קאלירט זייער שטארק די שוין אזוי נישט פאקטן וואס מ'זעהט מיט די Ne. זייער שווער איז מיר געווען אויפצוכאפן מהלכים אין די פון אויבערפלעכליכער אומ'תמידיות'דיגער וועלט וואס האבן ערשיינט פאר מיינע אויגן.

טיף טיף טיף איז וואו מ'הייבט אן טרעפן מהלכים. (מהלכים מיין איך צוזאגן, אז פארשידענע זאכן חזר'ן זיך איבער) צומאל טראכט איך, "איז די אניאגראם א נוצבארער געצייג?" ווייל אויב איך דארף צוואנציג יאר אין איין ציה זאמלן אינפארמאציע, און ערשט נאכדעם אנהייבן זעהן מהלכים, וואס קען די אניאגראם צוניץ קומען פאר'ן פשוט'ן מענטש? צומאל האט איך חרטה פארן משפט'ן מענטשן וואסערע נומער זיי זענען, און אויסשטעלן מיינע ריאקציעס צו זיי. "וויאזוי בין איך געווען זיכער אז דו ביסט א דרייער, און איך האב מיך צו דיר נישט שיין באצויגן, און נישט געזעהן דעם אמת וואס ס'גייט פאר מיט דיר אז דו ביסט בכלל נישט א דרייער. נאר גאר א Fe וואס וויל פשוט אויסנעמען ביי די ארומיגע ווייל דו האסט געוואלט מ'זאל דיך ליבן".

היינט זאג איך פאר איינעם אין ביהמ"ד "זעהסט יענעם דארט? ער איז א פינעווער." איך פארשטיי אז ער איז א פינעווער, ווייל איך זעה (מיט מיינע באגרעניצונגען) אויף אים א שטארקער Ti. איך זעה ווי ער איז מגדיר די מהות פון די וועלט ארום. זאגט מיר יענער "נע... ווער?... דו מיינסט יענעם דארט?... מאשקאוויטש?... נע... ער איז א ניינער! זעהסט נישט אז ער איז א ניינער..." איך טראכט ביי מיר, "איך זעה די טיפע מהלך המחשבה זיינעם ווי עס לויפט פינעוועריש; קוקט מיר אויס צו זיין א INTP". ער באאבאכט, ער טראכט...

אבער ווי לאנג האט מיר דאס גענומען צו כאפן? יארן. יעדן טאג לערן איך מיך נאך און נאך און נאך און נאך. סתם פון באאבאכטן די בריאה. איך האלט אז א ENFP האט שווערער ארויס דעם אניאגראם. ווייל בכלל ער זעהט די וועלט זייער דינאמיש. אמאל אזוי, אמאל אנדערש, און אמאל פארקערט. אבער סוף סוף נאכן צאמנעמען אלע זייטן הייבט זיך אן צו זעהן הארטע מהלכים וואס עס לויפט טיפער אריין. מהלכים מיינעך צו זאגן: וואס מ'קען נישט זעהן ווי עס טוישט זיך אזוי אפט. טראכט איך צו מיר "איז עס די מהלכים וואס זיי האבן געזעהן טיף טיף אין א מענטש?"

וואס איז פשט פון דעם אז ס'איז אזוי שווער, פאר מיר אדער אפשר אויך פאר אנדערע צו געפינען די טיפע מהלכים לויפן אין א מענטש? וואס איז פשט? איז א יעדער וואס איז משפיע על מנת לקבל א זעקסער? און בכלל וואס רבש"ע איז די שאיפה צו וועלן דערגיין דעם אניאגראם; די מענטשהייט. מ'וויל א מהלך. "איך וויל קענען טרעפן אז וואס איך זעה אז דער מענטש טוט יעצט, זאל מיר אויסזאגן דעם סוד, וואס ער וויל"; "פארוואס טוט דער מענטש דאס און דאס"; "וואס וויל ער פון מיר"; "וואס דארף צו זיין מיין ריספאנס צו אים?".

מיר ווייסן אז דער מענטש וועם מיר באגעגענען האט אנדערע סיבות פארוואס ער טוט וואס ער טוט. "ווען איך האב עס געטון, האב איך דאך געפילט פארוואס איך טוט עס. אבער ער, פארוואס טוט ער עס יעצט? וואס ליגט אונטער דעם". און ווי לענגער, אלץ מער האלט איך אין איין איינזעהן אז ס'דא נאך טיפער, און נאך טיפער. אויב האבן די וואס האבן אונז געוואלט אויסלערנען דעם אניאגראם, געוואלט מיטטיילן אט די טיפע, טיפע מהלכים וואס עס לויפט אין א מענטש, וואס קענען מיר דאס נוצן אלץ געצייג, אויב ס'וועט אונז זיין אזוי שווער אויפצוכאפן?

מח האט נאכגעברענגט פון מתבונן אז די אניאגראם איז וואס איז די טיפסטע רצון פון א מענטש אויף דער וועלט. אפילו דעס איז נישט קלאר ביי מיר. לאמיר זאגן א ISFJ וואס איז אדער א זעקסער אדער א צווייער אדער א ניינער. איך זאג ענק, אז מ'קען זעהן אלע שטריכן ביי א ISFJ. מ'קען זעהן ניינערישקייט. ממש דאס ענין פון וועלן שלום; דאס ענין פון ציטערן אז ס'זאל זיין א אנגעצויגנקייט צווישן נאנטע מיט וואס מ'וויל זיין. מ'קען זעהן דאס ענין פון ליב האבן נאטור. ממש משוגע ווערן פון א וואסער'ל, פון א פייגעלע, פון א פלענט, פון גראז, פון בערג, פון די הימל, פון די בריאה. מ'קען זעהן די נאנטשאפט צום באשעפער. און מ'קען אויך זעהן די אנגעצויגנקייט אז אלעס זאל לויפן, און בלייבן סעקיור. און מ'קען זעהן דאס איבערגעגעבנקייט; דאס געטריישאפט; דאס ליבליכקייט, דאס טון נאר פאר יענעם. דאס כמעט נישט טון פאר זיך. וואס דאס באלאנגט צום צווייער.

יעצט, לויט ווי איך פארשטיי יעצט "וואס איז די טיפסטע סיבה פון די מענטש?" זיכערקייט = זעקס. אדער צוזאמען = ניין. אדער זיין באליבט = צוויי? מ'קען טעארייזן. די סיבה איז זעקס, סעקיוריטי. און זאגן אז נאר וועגן סעקיוריטי ווילן זיי אויך זיין נאנט. אבער מ'קען זאגן ניין, "וואס איך וויל האבן איז מנוחה, און ווען איך בין אונטער סטרעס גיי איך צו זעקס". און מ'קען זאגן צוויי. "איך וויל בעיקר זיין באליבט, און איך בין נישט צופרידן נאר מיט'ן האבן סעקיוריטי".

וואס פאר א "גרויסע עוולה" איז דאס, צו זאגן פאר אזא ISFJ (אין קאפ) ביסט א זעקסער. און די סיבה פארוואס איך גיי דיר געבן א שמייכל איז ווייל דו דארפסט עס האבן וועגן דיין סעקיוריטי געפיל. אפשר "איך גיי דיך געבן א שמייכל וועגן דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב, ווייל דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב, ווייל דו ווילסט פילן אז איך האב דיך ליב! אמת, טאקע אז דא איז דא זעקסערישע שטריכן. און לאמיר מסביר זיין וואס דאס מיינט זעקסערישע שטריכן.

ס'איז געווען א מענטש וואס האט גענומען פארשידענע שטריכן און עס געלייגט אויף א טייפ וואס ער האט גערופן דעם זעקסער; די לאיאליסט. און אלעס שטומט. יא, אמת אז "איך האב מורא אז איך גיי פארלירן מיינע נאנטע". יא אמת אז איך וויל אז זאכן זאלן זיין סעקיור. אבער איך וויל אויך ליבשאפט, נאנטשאפט. צווייערישקייט. פארוואס פעלט אויס צו לייגן דעם מענטש אין א זעקסער צאמגעשטעלאכץ. און דו קענסט נישט ענטפערן "ווייל ער איז א זעקסער". איך וועל דיך זאגן "א זעקסער ווייזט נישט קיין געפילן". די זעקסער וואס ווייזט נישט קיין געפילן איז לכאורה געווען א ISTJ.

מיין זארג איז: ווער ווייסט צו מ'האט נישט קאליע געמאכט א רילעשנשיפ צווישן זיך מיט א חבר נאר ווייל ער איז א זעקסער! אין די צייט וואס ס'קען אפילו זיין אז יענער איז נישט געווען קיין זעקסער. לאמיר טראכטן א רגע. ס'איז געווען א מענטש, אדער מענטשן, וואס האבן באשלאסן אז מענטשן וואס טוען אזוי און אזוי, זענען זעקסער. לאמיר טראכטן צוזאמען. מיר זענען געווען די וואס האבן זיך געלאזט. מיר זענען געווען וואס האבן ארויסגעשניטן פון די מענטשהייט פארשידענע שטריכן, און עס אריינגעלייגט אין א זעקסער באקס. אז דו וועסט זאגן "ניין, מיר האבן נאר געוואלט אוועקשטעלן בינטלעך, אז די וועלט זאל מאכן מער סענס". זאגט דער אנדערער "אבער אפשר האט עס געמאכט אז מיר זאלן ארויסשניידן און אפלערנען זאכן וואס יענער האט געטון וואס עס האט נישט געהאט צו טון מיט די זעקסער בכלל". א שמייכל פון יענעם וואס איז געווען ריין שמייכל און נישט געהאט די כוונה פון זוכן סעקיוריטי. און נישט געהאט די כוונה פון וועלן זיין א משפיע על מנת לקבל.

בכלל דארף דען יעצט יעדער מורא האבן צו זיין א משפיע על מנת לקבל? איך וויל עפעס פרעגן. אויב איך שטיי ביי א שמועס, און איך זעה מיך טון א זאך וואס איז א משפיע על מנת לקבל, דארף איך מיך פילן ארויס פון געזונט? אפשר איז דאס יא געזונט? געזונט און נישט געזונט איז, אזאך וואס פאדערט אינערליכע כוחות צו פייטן כדי צו האלטן א דמיון אין פלאץ, דאס איז נישט געזונט. א זאך וואס איז נאטורליך איז געזונט. איז משפיע על מנת לקבל א זאך וואס איז נישט נאטורליך? ווען איך זאג פאר איינעם א גוט ווארט, ווייל איך דארף צוריק יענעמ'ס אטענשאן איז דאס וואס? איך רעד נישט עקסטרים.

לויט ווי איך פארשטיי קומט דאס ענין פון משפיע על מנת לקבל, פון Fe. אבער מ'קען דאס נישט מאכן פאר א כלל אז דאס זאל זיין א זעקסער. פארוואס דארף א יונגערמאן אדער א בחור'ל זיך זארגן "מי יודע צו איך בין א זעקסער"? פארוואס? פארוואס דארפן מיר אננעמען א סיסטעם וואס האט געמאכט אז מיר זאלן מורא האבן פון די בריאה וואס השי"ת האט באשאפן? צו האט דער וואס האט געמאכט דעם אניאגראם געוואלט מ'זאל אים זאגן ביסט א זעקסער? צו האט אדאהאן געקענט באשטיין אז מ'זאל איר זאגן "ביסט א זעקסער?" צו איז די תכלית פון די אניאגראם אז מ'זאל איין מינוט זיך דארפן זארגן וועלכע טייפ מ'איז?

מיר זענען געווען די מענטשן וואס האבן עקזיסטירט פאר די אניאגראם. און מיר זענען די עצם טבע וויאזוי השי"ת האט באשאפן די וועלט ברוב חכמתו. וויאזוי קענען קומען א חלק מענטשן און שרייבן אויף א אנדערע חלק מענטשן זייער גנות? ווייסט ווען ס'וועט זיין א סימן אז ס'איז מער נישט קיין גנות? ווען ס'וועט מער נישט זיין קיין זארג "בין איך א זעקסער?" ווען ס'וועט מער נישט זיין די פרייד "wow!!! איך בין א אכטער, קענסט עס גלייבן?..." מיין זארג איז, איך האב געזעהן א קליין אומשולדיג בחור'ל וואס האט מיר געזאגט מיט א שטיקעדיג האלז, און אומצופרידן "איך מיין אז איך בין א זעקסער". אין דערצייט וואס לא מיניה ולא מקצתיה.

איך קען זעקסערס וואס זענען א ברכה פאר די מענטשהייט. און איך קען פירערס וואס דארפן זיך פאררעכטן. ס'האט נישט צו טון ווייל יענער האט געזאגט זעקסער. ס'איז מיר וואס האבן זיך דערפון וואוסנדיג געמאכט. און אנגענומען אז איינער זאל אריינזאגן א ווארט צו משפט'ן צו עס איז יא גוט צו זיין א זעקסער צו נישט. (נישט אז זיי האבן גע'משפט)

לאמיר זאגן אזוי. לאמיר זאגן אז ס'קומט א מענטש און שרייבט אז מענטשן זוכן סעקיוריטי. און דערפאר גייען זיי אויף ביידע פיס. און ווען איך גיי זעהן מענטשן וואס גייען אויף ביידע פיס גיי איך טראכטן "ער טוט עס פאר סעקיוריטי". די זעלבע זאך איז מיט צווייער. שטייט א יונגערמאן און ער שמייכלט בטוב לבו צו ארומיגע מענטשן, קומט זיך אריין "נשמה" און טראכט "מאניפיולאציע"!!! פארוואס רבש"ע? פארוואס דארף יעצט דער מענטש ווערן גע'משפט? ער איז געווען פאר מיר אין די בריאה. דאס איז די בריאה. האסט געוואלט אז ס'זאל נישט זיין קיין זעקסערס? האסט נישט געוואלט. איז, ווען איך וועל זעהן אז מענטשן וועלן אויפהערן טראכטן מיט פחד און מיט זארג "איך מוז אויסטשעקן און מאכן זיכער אז איך בין נישט קיין זעקסער". דעמאלט וועל איך וויסן אז די בריאה איז צוריקגעגאנגען צום נארמאלן וועג אן ווערן גע'משפט'.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז איך מיין (און אלעס וואס איך שרייב איז לויט ווי איך מיין... איך בין מודה...) אז אסאך פירערס זענען געשטעמפלט געווארן אלץ זעקסערס. איך געדענק ווי איינער האט מיר געזאגט "ביסט א זעקסער". און איך האב עס אנגענומען פאר face value. אז דאס איז דאס טאקע. איך מיין, אויב איז די אניאגראם אזוי שווער צו באגרייפן, וואסערע תכלית האמיר דערפון? אז דאס הארץ זאל צאפלן צו מ'איז א זעקסער צו נישט. ווען דער וואס לערנט אויס דעם אניאגראם וועט זיין גרייט אז מ'זאל זאגן אויף אים "ביסט א זעקסער" אפילו אויב ער ווייסט קלאר ביי זיך אז ער איז נישט, דאן קען ער זאגן פאר אנדערע ביסט א זעקסער.

שטעל דיך פאר דו זאגסט פאר א ISFJ ביסט א זעקסער. "אבער מיסטער, נאר דאס בין איך?" און וואס איז מיט מיין געטריישאפט, איך וועל אלעס טון פאר דיר? ניין, דו טוסט עס פאר דיין סעקיוריטי! "אבער איך האב דיך עכט ליב" ניין, דו טוסט עס ווייל דו ביסט א צווייער! דו מיינסט דיך. דו מיינסט נישט מיך. הבל.

מיר זענען די וואס נעמען אן דעם אניאגראם. מיר זענען די וואס האבן אריינגעלייגט מענטשן אונטער די ליכט פונעם אניאגראם, אפצו'פסק'נען זייערע מעשים נישט ריכטיג! ער איז א זעקסער! אבער ביטע... לאז פלאץ... ער איז נישט נאר א זעקסער. און בכלל זייט איך האב אנגעהויבן זעהן וואס מאיר בריגס איז, האב איך אנגעהויבן טראכטן, אז אפשר האט עס גארנישט צו טון מיט זעקס. אזוי איז זייער נאטור.

לדוגמא: ביים זעקסער טענה'ן זיי אז די אינערליכער מחשבה פעלט! ביי א ISFJ איז די אינערליכער מחשבה די פערטע פונקציע. ביי א ENFP איז די אינערליכע מחשבה די זיבעטע פונקציע. איך מיין נישט צו זאגן אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי א זעקסער. אבער מ'דארף עס האלטן זייער לייכט, נישט עס נעמען און פסק'נען דערמיט יעדע שמייכל וואס יענער געט אז "האסט עס געטון ווייל דו ביסט א מקבל על מנת להשפיע". מיר קענען נוצן דעם אניאגראם אבער ביטע "נעם עס נישט אזוי ערנסט, ווייל ס'איז נאר א באשלוס פון א מענטש". און די בריאה האט השי"ת באשאפן. די בריאה; די נאטורליכקייט פון א מענטש, איז סך טיפער ווי סתם א זעקסער. אפילו ס'שטומט. איז אבער די בריאה סך טיפער דערפון.

אפילו מתבונן האט געזאגט אז טיפער זעהט ער מער ווי איין טייפ. טיפער זעהט ער סך מער. ביטע זיך אויסלערנען צו האלטן דעם "ער איז א זעקסער" זייער לייכט. און זיין גרייט אז ס'זאגט נישט אלעס וועגן דעם מענטש. אז מ'האלט עס לייכט

והשם הטוב יעזור.

שטארקע דיבורים און אסאך אמת'ע דיבורים, איי איז דאס הרהורי תשובה וואס גייט זיך ארויסרייסן פון אידן כשישגב ה' לבדו ביום ההוא, די גאנצע תשובה וועט זיין ווען מ'וועט צוריק אנהייבן דן זיין מענטשן לפי בצדק תשפוט עמיתך, ולפי מעשיהם בתורה ומצות ומעשים טובים אזוי ווי כלל ישראל האט זיך געפירט אין אלע דורות ביז לעצטנס.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

היות איך שפיר אז איך האב אנגעפאנגען צי נעמען נפש'ל פערזענליך , וויל איך קודם מקיים זיין די ציוו השם און די עצה פון די פסוקים: "לא תשנא את אחיך בלבביך", "הוכח תוכיח את עמיתיך" , אזוי ארום: "ולא תשא עליו חטא"

נפש'ל עס באדערט מיר די וועג ווי אזוי די ביסט דא אריינגעקומען, קודם , נעם ביטע נישט די לייצעס אין דיין היינט, די אשכול איז מיינס, טראג מיר נישט אוועק דארט ווי די ווילסט, עס איז אויך דיינ'ס אלזא שרייב וואס די שפירסט אז עס קומט צי שרייבן דא, נאר נעם נישט די לייצעס, איך בין זיכער אז די האסט ע געשריבן בתורת ווערטעל, אבער יעדע ווערטעל האט א אמת אין זיך

סאך מער באדערט מיר דאס וואס די האסט געשריבן
נפש׳ל האט געשריבן:
כ׳ווייס נישט וואס ס׳מאכט נשמה׳נען האלטן אז לויט אניאגראם זענען דא ניין ״פראבלעימען,
מיר ווייסן אז לויט אניאגראם איז דא ניין גוטע פערסאנאליטיס אין ניין נישט גוטע פערסאנאליטיס,

די האסט געמאכט א דורכאויס פאלשע באשילדיגונג אויף נשמה, נשמה ווייסט נאך די א'ב' פון אניאגראם און ער האלט נישט אז עס איז דא נאר ניין פראבלעמען.
וכן לא יעשה במקומינו.

אביסל שטערט מיר די איבער געטריבענע זיכערקייט מיט וואס די האסט ארויס געלייגט דיינע מיינונגען און אוועקמאכן די אנדערע (

קאוד: וועל אויס אלע

לויט די אמת'ע וועג וואס איך האב מקבל געווען
, ועוד דוגמאות)

ביטע לאז פלאץ פאר דעבאטע.

אה... איצט פיל איך אז איך וועל קענען רעדן מתוך בקשת האמת, אן מיין נגיעות

איך האף אז די פארשטייסט מיר
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

.
לעצט פארראכטן דורך נפש׳ל אום דינסטאג אוגוסט 14, 2018 11:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

@דערבארעמדיגער, מיטן נעמען די לייצעס האב איך גערעדט פון צוריק ברענגען דעם אשכול צום אניאגראם טרעק,
2) כ׳האב געשריבן א שיינע מהלך אין אניאגראם, וואס קיינער איז נישט מחיוב צו אננעמען, כ׳האב געשריבן וואס נפש׳ל מיט נאך אסאך אנדערע האבן פארשטאנען פאר ריכטיג, און ווער ס׳האלט אז דאס איז נישט א ריכטיגע מהלך, קען קלאר אריין קומען און זאגן פארוואס,
סתם שרייבן אין זאגן ״עה.. שטותים.. פשוט ווייל איך האב נאך נישט געהערט פון אזא מהלך״ אן א פארוואס אן א פארווען, פילט נישט נפש׳ל פאר וויכטיג צו ענטפערן.
נאכאמאל! אויב איינער האלט אז דער מהלך איז נישט אויסגעהאלטן, זאל אריין קומען מיט ״קלארע״ הסברים
3)נפש׳ל האט געשריבן זיינע מיינונגען בנוגע דעם מהלך, און מסביר געווען פארוואס די אנדערע מיינונגען ווענדן דאס נישט אפ.

ומה שנראה לנפש׳ל דרך האמת כתב

תודה _נפש׳ל
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

4)
נשמה האט געשריבן:די אניאגראם ווארפט אזא געצווינגענע שאטן כאילו ס'דא ניין פראבלעמען. יעדער איינער איז איינע פון ניין פראבלעמען מיט א פליגל פון א דערנעבנדיגער פראבלעם. ניין שוועריגקייטן. איינע פון די הייסט 'זעקס'. און איינס הייסט פיר, כאילו ס'איז א געוויסע שוועריגקייט. א פראבלעם. אזאך וואס מ'וואלט געוואלט בעסער מאכן. אזוי ווי דו פארשטייסט אז ס'דא געלינקטע מענטשן. ס'איז א פראבלעם? מ'דארף עס בעסער מאכן?

דא האט איר דעם לינק,
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נעם ביטע נישט די לייצעס אין דיין האנט, די אשכול איז מיינס

??????
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

פון בלאט 89

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מח בקדקדו האט געשריבן:לאמיר טראכטן א מינוט, וואס איז די סיבה פארוואס א מענטש איז אומזיכער? פארוואס א מענטש שפירט זיך אומסעקיורט?,
לויט ווי איך פארשטיי א מענטש נארמאלערהייט ווען ער קוקט זיך אליין אהן, ער קוקט אריין אין זיך, זעט ער א מענטש פול מיט אייגענע רצונות און שאיפות, בדרך כלל ווייסט א מענטש וואס ער וויל און וואו ער וויל אנקומען, ווידעראום דער זעקסער ווען ער קוקט זיך אהן, ער קוקט אריין אין זיך, זעט ער איין גרויסע צומישעניש, און אין דעם גרויסן צומישעניש זוכט ער אבער זיין "זיך" "ווער בין איך?" ער קען איר אבער בשום אין אופן נישט טרעפן, איי איך האב דאך רצונות, אבער עפעס ווען איך קריך אריין אביסל טיפער, זעה איך אז עס קומט נישט פון מיין "איך" עפעס א אנדערע מענטש ליגט אינטער דעם, ס'איז נישט "איך" אויב אזוי וואס איז יא מיין "איך"?....

בקיצור, אזוי זעט אויס דער זעקסער, ער שפירט נישט זיין "עצם", וואס געשעהט דורכדעם ער ווערט וואקל'דיג און אומזיכער, הייסט עס אז איך האב נישט קיין שטאנד!! אבער קוק אהן אלע מענטשן יעדער איינער קוקט אויס אזוי זיכער מיט זיך, זיי ווייסן וואס זיי ווילן, ווידער איך טרעף מיך עפעס אזוי פליען אהין און צוריק, וואס איז דאס? איך האב נישט קיין אייגענקייט?!.

די "אומזיכערקייט" פון וואס דו רעדסט, ווען די קוקסט אביסל טיפער זעסטו אז דאס איז אז ער פילט נישט זיין אייגענע עצם, דאס מאכט אים אזוי אומזיכער,

וואס געשעהט נאכדעם? ער ווערט מורא'דיג באזארגט אז ער זאל יא זיין אוועקגעשטעלט, כדי נישט צו דארפן פילן די אויבנדערמאנטע געפיל, ער שטעלט זיך אוועק צו דורך א סטרוקטשור, צו דורך סיי וועלכע זאך וואס מאכט אים פילן אז ער איז אויף זיכערע טרעקס, ער וועט פרובירן ווי ווייניגער צו טראכטן טיף אין זיך, אזוי וועט ער נישט זען זיין שוואכע זייט.

דער זעקסער איז נישט נאר באזארגט פונעם "עתיד" ער איז אויך באזארגט פונעם "הוה" טאמער ער גייט זיך שפירן אומבאהאלפן, ווייל ווען ער גייט זיך שפירן אומבאהאלפן גייט ער זען אז ווען ער איז אליין אהן קיינעמ'ס סופארט איז ער גארנישט, זעראו!, ער האט מורא אז ער גייט איין טאג קומען אין א מצב וואס ער גייט זיך פילן פארלוירן אן עפעס וואס זאל אים געבן דעם געפיל אז ער איז אקעי, און ער גייט מוזן מודה זיין פאר זיך אליין אז יא! איך האב נישט קיין ברעקל שטאנד, איך פאר מיר האב נישט קיין "חוט השדרה" איך מוז אלס אנקומען צו עפעס פון אינדרויסן וואס זאל מיך געבן דעם געפיל אז איך בין מסודר, איך בין דא, איך לעב, איך שטיי דא מיט ביידע פיס, איך בין אקעי,

און די פייט וואס ער האלט אין איין פייטן נישט צו שפירן זיין פארלוירנקייט דאס גיט אים "ענקזייעטי" און אנגעצויגן אז אלעס זאל זיין מסודר, אלע זאלן זיין מיט אים, יעדער זאל אים ליב האבן, ער זאל נישט פילן פלאפט, ער זאל אלס האבן א מעמד, ווייל אנדעם איז ער אויס,
דער זעקסער ווערט נישט געבוירן מיט ענקזייעטי, ענקזייעטי איז ביי אים א פועל יוצא פון די פחד אז ער גייט זיך שפירן הילפלאז אהן קיין אייגענע שטאנד, און דאס פייט ער, ער פייט נישט די ענקזייעטי זעלבסט, אוודאי נאכדעם וואס ער באקומט ענקזייעטי ציטערט ער שוין פון דעם אויך, ווייל ער ווייסט פון וואס די ענקזייעטי קומט, "ער ציטערט פונעם ציטערן פונעם ציטערן אז ער גייט פילן אומבאהאלפן", און ווען ער איז אומבאהאלפן איז ער אויס מענטש .

יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

פון בלאט 92

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:און איך זאג, אז דער זעקסער האט ביידע, "ער האט בכלל נישט קיין עצם" ממילא פילט ער זיך נישט "ווערד" און נישט "פארזיכערט"

זייער גוט מח! איך וויל נאר מסביר זיין וואס מיינט "ער האט נישט קיין עצם",
איך האב דא געזעהן עטליכע מאל זיך אויסדריקן, דער 3ער האט נישט סעלף עסטיעם - דער 4ער זיכט זיין זיך - דער 6ער זיכט נישט זיין זיך, אא"וו, דעס אלעס איז נישט אזוי קארעקט ווייל יעדע נומער זיכט זיין זיך, און עס איז נישטא אזא שורש ווי לאו סעלף עסטיעם, דער 4ער און דער 5ער האבן אויך לאו סעלף עסטיעם ווען זיי זענען קראנק נאר וואס דען?

יעדע נומער האט א געוויסע זאך וואס דעס איז זיין מהות און דעס איז וואס ער זיכט, למשל דער 4ער זיכט זיין געפיל אין יעדע זאך און אויב טרעפט ער עס נישט האט ער "זיך" נישט געטראפן, דער 5ער זיכט די לאגיק אין יעדע זאך און אויב ער טרעפט עס נישט פילט ער "זיך" נישט, דער 3ער זיכט הצלחה און אויב ער טרעפט עס נישט טרעפט ער "זיך" נישט,

און זיי אלע אויב טרעפן זיי זיך נישט, יעדער מיט זייער זאך, גייען זיי אלע באקומען לאו סעלף עסטיעם, אפגערעט פונעם 4ער ער וועט זיך פילן נאך ווייניגער ווערד פון גארביטש (ער וועט פילן אזוי ווי א מחנך האט געזאגט: מען דארף דיך נעמען צו די עק פון די וועלט און דיך דארט אראפ ווארפן ארויס פון די וועלט) נאר אפי' די אלע אנדערע וועלן זיך אויך פילן גארנישט ווערד יעדער וועגן זייער זאך,

נאר דער 6ער ער האט נישט א געוויסע מהות וואס מיט דעם קען ער שפירן זיין "זיך" "ער האט נישט קיין עצם" ממילא כדי ער זאל שפירן זיין "זיך" פרובירט ער כסדר צו טון\האלטן די זאך וואס ער האלט פאר די מערסטע ריכטיג און סענציבל {נישט סוקסעספול}, און ווען ער איז קראנק וועט ער טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג און סענציבל, און איר וועט זעהן אז אפי' וועט ער פרובירן מיט אלע כוחות אז עס זאל שטימען אויך.... און ממילא וועגן דעם ווען ער וועט נישט קענען נאכקומען צו טון וואס אנדערע האלטן פאר ריכטיג ווייל עס איז דאך פארהאן סתירות א יעדע מינוט ועוד אז ער וועט נאך זיין צוריסן צווישן דאס וואס ער האלט אז ער דארף טון און וואס אנדערע קוקן אן פאר ריכטיג פילט ער זיך ווי א פלאפ פון אויבן ביז אונטן, און נאכאמאל אלעס ווייל ער האט נישט קיין אייגענע מהות מיט וואס זיך אליין צו שפירן.

כעת איז דעס מיין מיין בליק אין דער זאך. ואדרבה כל הרוצה יבוא ויחלוק איך האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוציען.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”