'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

איך בין נישט קיין 4, איך בין א 6 מיט א 5 ווינג און א 7 ווינג
הנשמה שבמוחי
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

מח בקדקדו האט געשריבן:איך בין נישט קיין 4, איך בין א 6 מיט א 5 ווינג און א 7 ווינג



מאן ייאמר?
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:די זאך שמעקט מיר 4 מיט א ווינג פון 3. די קווענקעלנישן, די צומישעניש, די ריס אין זיך צו מען זאל גיין צו די די וועלט אדער בלייבן אין זיך. זיכער נישט צוויי נשמה, די צווייערס זענען ווייט נישט אזוי דינאמיש, טיף און קאמפלעצירט, די דריי אויך נישט.

איך בין א 4 מיט 3 און איך קען פילן אלעס וואס מח שרייבט. איך בין אקטיוו, זייער אקטיוו, אבער דאן בין איך מיר, איך דארף יעדעם געפעלן, אבער איך בין אייגענארטיג, איך בין מפורסם אבער אויך פריוואט, איך האב איך מיר טיילמאל קעגנזייטיגע נאטורן. מענטשן קענען אפטמאל מיינען אז איך בין א לעבעדיגע אומשעמעדיגע מענטש, אבער אין אמתן בין איך צוריקגעצויגן. איך ווער משוגע עקסיידעט פון א ׳ריזיגע׳ דזשאמבאו מצב, אבער אויך זייער מאדי נאכדעם. איך בין גאנץ א גוטע דיפלאמאט, אבער איך האב פיינט פאלשע שמייכלען. איך פיר גאנצע קופקעס, און ארום מיר קלעבן זיך אן מענטשן אבער איך בין אין טון פון יעדענס געפילן, און איך וואטש מוראדיג שטארק אויף דעם. איך לייג אראפ גוט א מצב צומאל אז דער עולם קאטשעט זיך אבער איך בין אימזיכער מיט מיר.

דאס איז א טייל פון א מענטש וואס האט קעגנזייטיגע נאטורן

קוק אהער, א פירער האט אויך 'אביסלע' צווייערישקייט, א מענטש דארף צו האבן די עיקר נומער, למשל פיר, און די פליגל, און אויך 'אביסל' צוויי,און 'אביסל' איינס, די דאזיגע 'ריס' איז די קאנפליקט צווישן צוויי נומערן. א דרייער אליין מיט א שוואכע פליגל פון פיר, פילט נישט א 'ריס', (לויט ווי איך געדענק יעצט) אבער א דרייער מיט א פירער פליגל לעבט אין א שטארקער קאנפליקט. אבער לויט ווי ס'פארשטייט זיך פון די תגובה קוקט נישט אויס אז ער איז א דרייער מיט א פירער פליגל, אלעס קען זיין אבער ס'קוקט נישט אויס.

פון די תגובה קוקט אויס פיר מיט א שטארקער דרייער פליגל.

די טונקעלקייט פון וואס ער רעדט, קוקט אויס (איך שרייב נאר וויאזוי עס קוקט אויס) ווי ס'נעמט זיך פון די דרייער פליגל, וואס ער האט זיין אינערליכקייט נישט געגעבן די געלעגנהייט צו ווערן 'גענומען אין באטראכט' און ס'איז געבליבן אומאנגעקוקט און אומאנטשידן. דאס געשעהט ביי דרייער וואס חיצוניות איז דער 'עיקר'. מ'זעהט אז ער האט זייער מורא פון זיין אומבא'טעמ'ט און אומבא'חנ'ט, אזאך וואס קומט פון דריי. וואס דאס איז דער עיקר פחד פון א דרייער. נישט צו ווערן אנגענומען ביי אנדערע מענטשן אלץ אומבא'טעמ'ט און אומבא'חנ'ט. און דאס וואס ער שרייבט "איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק", דאס קומט פון דריי, די דרייער פילן ווי אינעווייניג זענען זיי ליידיג, דהיינו, זיי אליין גיבן נישט קיין 'ווערד' פאר זייער אינערליכער נפש. זיי גיבן דעם ווערד נאר פארן 'אימעדש'.

דאס וואס ער שרייבט "דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר", און "נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ" קוקט אויס ווי פיר, ווייל א 'פינעווער' וואלט נישט געשריבן 'געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ'. און די סיבה פארוואס ער פילט אז ער דארף עס באהאלטן זאגט ער קומט פון "ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומבחנ'טער יונגערמאן," דהיינו אז ער שלאגט זיך צו זיין 'בא'חנ'ט און געשמאק' און האבן א 'שיינעם פנים', אז נאר פון דעם נעמט ער 'סיפוק', דאס איז 'דריי'. און ער שרייבט אנהייב "דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט, קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק 'שלוה'," קוקט אויס ווי מענטשן לאזן אים נישט זיין מיט זיין אינערליכקייט" א פינעווער וואלט נישט געשפירט אז ער דארף שפילן א 'שפיל' א דאפעלטן שפיל. און די קאנפליקט צווישן פיר און דריי קען אוועקנעמען שלוות הנפש. אזוי ווי א טראק מיט צוויי דרייווערס. איינער זאגט אזוי איז גוט. און דער צווייטער שרייט, אזוי איז נישט גוט. "איך וויל בלייבן מיט מיך".

דאס קוקט אויס ווי א ריס צווישן פיר און דריי. ווי צווישן מענטשן ווערט ער 'דריי'. און די קאנפליקט רייסט פון אים כוחות. ער שרייבט "יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט, אוי! איך האב שוין נישט קיין כח!" פון דעם זעהט מען וויפיל כוחות ס'קאסט אים צו דארפן פילן אנדערש ווי ער וויל אינערליך.

בקיצור פון דעם גאנצן תגובה קוקט נישט אויס זעקס בכלל. ניטאמאל א שמעק פון זעקס. א זעקסער וואלט נישט אזוי געשריבן. די ווערטער "צעמישט און צע'חוש'ט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס" קוקט אויס ווי 'דריי', ווייל דרייער זענען אזוי מקושר צו די 'דרויסן', אז זיי ווערן צעמישט און צע'חוש'ט ווען זיי ווילן זיך טרעפן. למשל ביים דאווענען. זיי ווייסן אליין נישט וואס. זיי פילן אז זיי דארפן ארויפברענגען אן ארטיפישל 'זיך', ווייל זיי זענען אפגעהאקט פון זייער נאטורליכער אינערליכער שטראם. דאס האט נישט מיט די אינערליכער גיידענס פון זעקס. א זעקסער 'ווייסט' וואס צו טראכטן. ער ווייסט "איך דארף טראכטן פון 'יענץ' ווייל 'יענץ' איז ביי מיר געפראווט אלץ די זיכערסטע!!! אבער א דריי ווייסט נישט וויאזוי מ'טרעפט זיך. ער איז אזוי אפגעהאקט... (אזוי פארשטיי איך ווען איך שרייב די דאזיגע שורות)

דאס וואס ער שרייבט "איך האב שוין נישט קיין כח צו אזויפיל שעבודים". קוקט נישט אויס 'פינף'. הגם פינעווער האבן נישט קיין כח צו אזויפיל שעבודים און האבן נישט קיין כח צו 'פילן' א געוויסע געפיל וואס יענער פאדערט. קוקט עס נישט אויס 'פינף', ווייל א פינעווער וואלט נישט געשריבן "קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט", א פינעווער 'איז' אליין. ער איז זיינע מחשבות, און ער איז נישט צעמישט. און אוודאי נישט זעקס. ווייל זעקסער האבן גאר אסאך כח צו שעבודים. גאר אסאך כח און רצון צו שעבודים. אדרבה זעקסער האבן 'ליב' שעבודים. און ווען זיי האבן נישט קיין כח צו 'שעבודים', איז עס נישט ביי זייער 'פאמיליע'. נאר ווייל זיי ארבעטן זיך באמת צופיל איבער מיט 'אחריות'ער' און שעבודים.

און דאס וואס דו שרייבסט " וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?, א צעמישעניש...! איך בין צושאסן..." לאמיר דיך פרעגן? צו קענסטו נישט פארשטיין, אז ווען א מענטש מאכט אוועק זיין אינערליכקייט, און ער לעבט צו זיין 'נארמאל' פאר 'יענעם', און ווען ס'ציהט אים צו זיין 'אליין'. זיך צו טרעפן. צו ווערט ער נישט צעמישט? ער באקומט דאך צוויי סארטן 'איגו דיפענסעס'. פון איין זייט וויל ער נישט זיין 'אומבא'חנ'ט און אומבא'טעמ'ט, און ער געט אויס כוחות דערויף. און פון די אנדערע זייט זאגט אים זיין 'פירער', דו האסט אן אינערליכער 'נפש', "וואס ווילסטו"? אזוי ווי ער שרייבט... "לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,"

דאס וואס דו שרייבסט "באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!" קען קומען פון די קאנפליקט צווישן פיר און דריי. דו שרייבסט "און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה מיט מיר אליין", דהיינו צווישן די צוויי נומער. איינער איז זייער צופרידן מיטן בעיקר טרעפן חן און זיין געשמאק, און איינער איז דוקא נישט צופרידן מיט זיין אפגעהאקט פון זיך. איך פרעג דיך, צו איז א זעקסערישע שטריך גורם צו בעטן "וויאזוי געב איך מיר אן עצה מיט מיר אליין?" א זעקסערישע שטריך מאכט בעהטן דעם אייבערשטן "העלף מיך אז זאכן זאלן בלייבן שטיין מיט א פעסטקייט, און נישט חלילה אונטערברעכן". אבער א קאנפליקט צווישן פיר און דריי קען גורם זיין אז מ'זאל בעטן "וויאזוי געב איך מיך אן עצה מיט מיך אליין?" (מ'דארף אויף אלעם בעטן, איך רעד נאר פון וואספארא שטריך איז גורם די געברויך צום תפילה)

והשם הטוב יעזור שלא יצא חלילה מכשול מתחת ידי. און אויב איך שרייב עפעס וואס איז שלא על פי תורתינו הקדושה ציה איך צוריק און איך טו שוין תשובה. עניוויי.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה! איז מיין תגובה א סתירה מיט זעקס?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:ליג איך מיר אזוי אין בעט 8:30 אינדערפרי, מיין זייגער האב איך שוין געדרוקט 'סנוז', איך דריי מיך אהער און אהין, יא אויפשטיין? נישט אויפשטיין?, צו וואס אויפשטיין? בעסער בלייב איך פארשטעקט אונטערן דאכענע...

(איך שרייב לויט וויאזוי עס ליגט מיר אין קאפ) דאס איז א סתירה מיט זעקס. ווייל א זעקסער טראכט נישט, "יא אויפשטיין, נישט אויפשטיין, צו וואס אויפשטיין?" א זעקסער איז א שטארקער מסודר'דיגער אחריות'דיגער מענטש. ער טוט זיינע פליכטן. און אפילו אין די שטאפלן וואס ער פארטראגט שוין נישט די ענגזייעטי, שיינט מיר נישט אז ער טראכט אזוי. א פירער, יא. א פירער טראכט פונקט דאס. "יא אויפשטיין, נישט אויפשטיין, צו וואס אויפשטיין?" דהיינו, נעכטן האב איך געמיינט אז איך גיי מיך טרעפן, און ביז דערווייל האב איך נישט מצליח געווען זיך ארויסצוברענגען, ס'איז נאר געווארן ערגער, דערפאר, "פארוואס זאל איך אויפשטיין"?

איך האב נישט קיין כח, א צעמישטע וועלט, פיל מיט ספיקות! געפילן רוישן! איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל פון מיר אליין, ס'איז מיר טונקל! דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט, קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק שלוה, דריי איך מיך אהער, דריי איך מיך אהין, ענדליך באשלוס איך, נישטא קיין ברירה! ווילאנג קען איך דען בלייבן דא פארשטעקט?

פארוואס זאל א זעקסער יא האבן 'שלווה' אונטערן דאכענע, אלעס וויבאלד ער איז נישט צווישן מענטשן? א זעקסער באקומט 'שלווה' ווען ער ווייסט אז זאכן זענען יא 'פארזיכערט'. (באמת, ווען מ'האט בטחון בה') צו קען א זעקסער אנטלויפן אונטער די דאכענע און האבן שלווה? ווען מ'האט א קאנפליקט צווישן דריי און פיר יא. האט מען שלווה ווען מ'איז נישט צווישן מענטשן. (אלעס קען זיין, איך וויל דיר נאר שארפער מאכן די קאנטראסט.)

שוין, ענדליך איך שטיי אויף, שוין! מ'דארף גיין דאווענען יוש! איך האב נישט קיין כח צו גיין אין ביהמ"ד וואו איך מוז אריין קומען מיטן גראדן רוקן ווי צו זאגן פאר מיר אליין און פאר מיינע ארומיגע, 'איך בין נארמאלער מענטש' 'מיך פעלט גארנישט' ווי כאילו איך בין געבוירן אויף א בוים, איך בין א ראבאט! אהן קיין שפיר פון דורכפאל, איך קען נישט! יעדן טאג שפיל איך דעם שפיל, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,

א זעקסער האט נישט קיין כח צו דעם? דאס קאסט אים די עיקר כוחות? דאס שטערט אים? איך פרעג?

שוין, א ברירה האב איך? איך קען שוין נישט דאווענען אזוי לאנג ביחידות, שוין! צורעכט איך מיר מיינע פיאה'לעך, און איך לויף אין שול שוין היבש נאך זמן תפלה,
שטעל איך מיך דאווענען, צעמישט און צע'חוש'ט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס,

?. אויב זעקס וואלסטו געדארפט שרייבן: "שטעל איך מיך דאווענען פיל מיט אומזיכערקייט און קווענקלניש, צו זענען מיינע נאנטע און געטרייע שטיצערס ווייטער גוט מיט מיר אדער אפשר נישט? צו איז אלעס ארום מיר פארזיכערט, אדער איז דא א סכנה? איך האב מורא אז ס'יא דא א סכנה, וואס איז יענץ דארט? צו טו איך גענוג צו זיין פארזיכערט, אדער אפשר האב איך נישט גענוג געטון צו זיין פארזיכערט? קודם פיל איך אז איך בין פארזיכערט מיט וואס איך טו, אז איך האב יא א פארזיכערטער סיסטעם, און א מינוט נאכדעם פיל איך אז איך בין אומפארזיכערט. קודם פיל איך אז ס'וועט זיך יא אויסארבעטן, און א מינוט נאכדעם 'פיל איך' אז ס'וועט זיך נישט אויסארבעטן. קודם ווער איך שטארק בייצוקומען מיינע שוועריקגייטן מיט כח, און א מינוט נאכדעם ווער איך שוואך אז ס'וועט זיך אבער פארט נישט אויסארבעטן, אפשר. איך פיל אז דא שטייען מיינע פיינט וואס איך בין קעגן זיי, און דא שטייען מיינע פריינט וואס איך האף אז זיי זענען מיט מיר. קודם פיל איך אז איך דארף שטיצע, און נאכדעם פיל איך אז איך דארף נישט קיין שטיצע. קודם פיל איך אז איך בין שטארק, און נאכדעם פיל איך אז איך בין פיל מיט ספיקות".

בערך אזוי וואלסטו געדארפט שרייבן. אבער דו שרייבסט: "איך ווייס נישט וואס צו טראכטן"! זייער ארעם פאר א זעקסער זיך ארויסצוברענגען זיין אינערליכער שטורעמדיגער מצב. וואלסט אפשר געדארפט שרייבן "איך ווייס נישט וואס צו באשליסן, איך מוז פרעגן"? דו שרייבסט "ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל"! זייער ארעם פאר א זעקסער זיך אזוי ארויסצוברענגען. "טונקל" מיט "אומזיכער" איז צוויי אנדערע זאכן, ניין? "מאך שוין ליכטיג מיין הארץ!" זייער ארעם פאר א זעקסער זיך ארויסצוברענגן אזוי. וואלסט געדארפסט שרייבן: "מאך מיר שוין קלאר איך זאל וויסן וועם ענדערש צו פרעגן". איך וויל דיר נאר געבן דעם קאנטראסט. אז דו זאלסט זעהן וואס עס איז א זעקסער.

איך ענדיג דאווענען, איך לויף אין כולל, מיין חברותא א "נארמאלער מענטש" געבוירן אין וויליאמסבורג, ער קומט יעדן טאג און צייט, שוין, יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט,

א זעקסער וואלט געשריבן, "מיין חברותא, איך ווייס נישט צו ער איז באמת גוט מיט מיר, א סך מאל פיל איך אז ער איז נישט באמת דא פאר מיר. ער האלט זיך העכער פון מיר. איך פיל אז ער קוקט מיך אראפ. אסאך מאל פיל איך אז ער וויל מיך אויסנארן און אריינכאפן אין זיין זאק, וואס איך מאך זיכער זיך נישט צו לאזן. אסאך מאל פיל איך אז ער וויל מיך אפלאזן און איך ווייס נישט פארוואס ער וויל מיך אפלאזן, אין דערצייט וואס איך בין אזוי גוט מיט אים, און דערפאר פרעג איך אים פון צייט צו צייט נישט ממש דירעקט צו אונזער חברותא איז א גוטע חברותא, אבער פונדעסטוועגן פיל איך נאך אלץ אסאך מאל אז ער וויל מיך אפלאזן."
אוי! איך האב שוין נישט קיין כח! לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין! איך קען נישט מער אריבער טראגן דעי פאלשע דאפלטע לעבן
איך פרוביר מיך מצמצם צו זיין אין לערנען, איך בין דאך א שארפער למדן, איך נישט אוועק נעמען דעם אימעדזש פון מיר, אויב יא, פון וואס וועל איך נעמען סיפוק איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק.. א אומגעלונגענע פראדוקט עפעס אראפגעפאלן דא..,

נישט איבעראל טרעף איך דוקא א סתירה. אבער א זעקסער וואלט געשריבן "וויאזוי קען איך וויסן וועם 'עכט' צו טראסטן? וויאזוי קען איך וויסן ווער ס'איז 'עכט' מיין פריינט?" "א פאלשע דאפלטע לעבן פון דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר, און אינדרויסן באווייזן פאר יעדן א שיינעם פנים ווי כאילו קיינמאל גארנישט, ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומב'חנ'טער יונגערמאן"? איז דאס די זאך וואס ס'שטערט פאר א עכטער זעקסער? אדער פאר א זעקסער מיט א פינעווער פליגל? דא שטעקט די זאך וואס דרוקט אים? ווילאנג גיי איך האבן א פאלשע דאפלטע לעבן?

שוין! געענדיגט דאס לערנען, יעצט גייט מען אהיים פאר לאנטש, יעעעצט הייבט זיך עס אהן!! איך מוז אהיים קומען און ארויפציען א שמייכל פון אויער צו אויער

א זעקסער מיט א פינעווער פליגל שפירט ווי די שמייכל איז נישט נאטורליך? איך פרעג? אפשר א פינעווער קען אזוי פילן, אדער א פירער.
, ווי אזוי איז געווען דיין טאג? פרעגט מיר מיין אשת חיל אזוי שיין, ב"ה קען נישט זיין בעסער! ממש מעין עולם הבא! טשאדאש!, און ווי אזוי איז אריבער דיין טאג? דאאא הייבט זיך עס אן,
איינער האט מיך געזאגט אז זי איז געגאנגען.. און געקומען.. הערסט?! מורא'דיג און זי האט געמיינט.. און נאכדעם צוריקגצויגען.. הערסט? חני איז געווען היייייי מיט דעי קלייד (נו שוין! וואס ווייטער? איך בין זייער נייגעריג) זי איז געווען אזוי אימפרעסט!! און איך שמייכל מיט, WOW!! עכט?! ממש צום באוואונדערן דיין גאנצע סטארי דא!
און אויב איז זי באטראפעצט און דעפרעסט דארף איך יעצט דינען אלס פסיכאלאג איר "אויך" צו בארואיגן פארשטייסט? איך האב שוין נישט קיין כח צו אזופיל שעבודים, לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,

דא איז דא א שארפע סתירה. 'שעבודים'! אזאך וואס א זעקסער לעבט דערמיט. א זעקסער לעבט פאר זיין משפחה. אפשר א פינעווער נישט.
אזוי פארט דער טאג ווי א ראלער קאוסטער, קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף מיר

קיינער האט נישט 'רחמנות'? דאס איז וואס א זעקסער רעדט זיך אפ? א זעקסער פילט אז מ'האט נישט 'רחמנות'? אדער א פירער פילט אזוי. אדער א צווייער קען אזוי פילן לויט וויאזוי איך געדענק יעצט. א פירער פילט אז די וועלט איז צו 'הארט' פאר זיינע געפילן. ער פילט זאכן, אבער ס'גייט קיינעם נישט אן.
נישט קיין חילוק און וועלכע מאוד איך בין, נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ, איך מוז מיט פארן מיטן באן, אז נישט, בלייב איך שטעקן,

וועלכע מאוד? א פירער מיט געפילן וואס דיין דרייער חלק רעכנט זיך נישט וואס דו פילסט? נישט אז ס'דא דוקא א סתירה. אבער א זעקסער וואלט געשריבן "נישט קיין חילוק ווי אומזיכער איך בין, מוז איך מאכן באשלוסן און אנגיין מיטן לעבן." עפעס שפירט זיך עס נישט 'זעקס'. אלעס קען זיין. אבער שפירן שפירט זיך עס נאכנישט די עכטע זעקס.

איך מוז אלעס דעקן, קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט, איך קען מיך נישט אראפזעצן טראכטן וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?,

א זעקסער וואלט אזוי געשריבן? א זעקסער וואלט 'געוואוסט' און וואלט זיך געשלאגן פאר זיין 'תפקיד'. וואו האסטו פארלוירן דיין עכטע זעקסערישע שטריכן פון זיך שלאגן וואס מ'האלט אז דאס איז דער 'תפקיד'?
א צעמישעניש...! איך בין צושאסן.. באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!

מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דערעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.

איך ווייס נישט צו דעיס בלאנגט דא, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין בעסערע פלאץ און איך גלייב אז עס זענען דא "פארשידענע" טייפס פון אניגראם וואס וועלן זיך טרעפן דא דורכאויס זייער טאג טעגליכן (אינערליכע) צומישטן סדר החיים, האב איך עס דא אריין געלייגט, ואתכם הסליחה.

תמיד בשמחה!

הער צו, אלעס קען שטומען. ס'קען שטומען אז מ'רעדט דא פון זעקס. אבער ס'רעדט נישט 'עכט' זעקס. ס'קען זיין. אבער אויב זעקס וואלט געווען אביסל מער זעקסעריש. איך האף אז אלעס וואס איך האב געשריבן איז גוט. און ואתכם הסליחה. פארשטייסט וואס איך זאג דיר. אויב דו וועסט מיר זאגן, אז דאס איז וואס דו פילסט, קען מען עס אריינשטופן אין זעקס. פארשידענע שטריכן וואס שטומט מיט זעקס און א פינעווער פליגל. אבער פון דעסטוועגן. הייב אן צו קוקן אויף דריי און פיר. און אדרבה. געב א קוק.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

(אלעס וואס איך שרייב איז לויט וויאזוי איך פארשטיי עס ווען איך שרייב די דאזיגע שורות) די ספר 'לימודים לדעת' פון פליישמאן האט אסאך הסבר בעניני נפש ותהלוכותיה. אויב מ'מעג זאגן אז ס'איז אזוי ווי א מתנה וואס השי"ת האט ווי מ'זאגט געמאכט אז א מענטש זאל זיך קענען דערגרינטעווען און קלאר מאכן פארשידענע דקות'דיגע ענינים וואס פאדערן ביאור. דער ספר האט אין זיך היפש פון די חכמה פונעם אניאגראם. דאס הייסט אז ער שטעלט אוועק אלע צורות הנפש פונעם אניאגראם, דאס הייסט, אלע צורות וואס קען זיך מאכן ביים נפש. ער האט עס געגעבן אנדערע נעמען. פליישמאנ'ס חכמה איז געווען צו נעמען למשל אזא מושג ווי די 'איגו' און עס אוועקשטעלן מיט א נאמען וואס איז מער שורש'דיגער. ער רופט 'איגו' 'מציאותיות'.

אויב ס'פרעגט זיך א קשיא "וואס איז דאס דער 'איגו'?" ווייל די גאנצע אניאגראם דרייט זיך ארום די 'איגו'. איז ווען פליישמאן זאגט 'מציאותיות', שיינט עס אריין דעם שכל ביז א העכערער שורש. פליישמאן איז מסביר אז א מענטש וויל מרגיש זיין 'האיך היא מציאותית מהותית וחיובית. אויב איך שטעל אזוי אוועק, דאן וואס געבוירט זיך דערפון? א גאנצע אניאגראם. און אויך וויאזוי צו ווערן אויסגעהיילט. דאס איז די מאכטפולקייט פון א 'פרינציפ'. אויב אזוי און אזוי דאן פארשטיי איך שוין אלעס. אויב איך האב דעם 'שורש' פון א זאך, דאן זעה איך נישט פאר מיר צעווארפענע שטיקלעך.

אויב מ'לערנט תורת הנפש און מ'גייט צו מיט א 'שורש', וואס איז דער אנהייב פון יעדע זאך וואס איך זעה, און אזוי אויך ביי יעדע זאך, אויב מ'גייט צו מיט א 'שורש', זעה איך מער נישט צעווארפענע מציאות'ער. דער רמח"ל שרייבט, יתרון ידיעת הדברים על מתכונת חלקיהם כפי מחלקותם וסדרי יחסיהם, מידיעתם שלא בהבחנה, כיתרון ראיית הגן המהודר בערוגותיו ומיופה במסילותיו ובשורות מטעו, מראיית חורש הקנים והיער הצומח בערבוב.

כי אמנם ציור חלקים רבים, אשר לא נודע קשרם ומדרגתם האמיתית בבניין הכל המורכב מהם, אצל השכל המשתוקק לדעת, אינו אלא משא כבד בלא חמדה, שייגע בו ויעמול ונלאה ועייף ואין נחת. כי הנה כל אחד מהם, שיגיע ציורו אצלו, לא יניח מהעיר בו התשוקה לבוא עד תכליתו, וזה לא יעלה בידו, כיון שנעדר ממנו תשלום עניינו, שהרי חלק גדול מהדבר, הוא יחסיו עם המתייחסים לו ומדרגתו במציאות, וזה נעלם ממנו, ונמצאת תשוקתו טורדתו מבלי שבעתה וחמדתו מכאיבתו ואין מנוחה. לא כן היודע דבר על אופניו, שבהיות נושאו מתגלה לעיניו בעליל כמות שהוא, הלוך ילך והשכל אל אשר יפנה שם, וביופי מלאכותיו יתענג וישתעשע.

אין אונזערע ווערטער, ווען דו ווערסט אויפמערקזאם מיט דיין השגה אויף פארשידענע צורות הנפש וואס איז אלץ דא אין דיין באגעגעניש, אבער דו ווייסט נישט וועכע צורה קומט פון וועכע שורש, גייסטו ווערן מיד און דו גייסט נישט האבן קיין נחת רוח. דא זעהסטו א צורת נפש וואס איז איינגעזאפט אין זיך 4, דא זעהסטו א צורת נפש וואס לעבט אריין אין די וועלט 7, דא זעהסטו א צורת נפש וואס איז מער באזארגט און אנגעצויגן 6, דא זעהסטו א צורת נפש וואס איז רואיג 9, דא זעהסטו א צורת נפש וואס גייט צו טון גוט מיט אנדערע 2, דא זעהסטו א צורת נפש וואס שיינט זיך ארויס 3, דא זעהסטו א צורת נפש וואס שטארקט זיך ארויסצוקומען מיט וואס ער וויל 8, דא זעהסטו א צורת נפש וואס איז ערנסט פארטראכט 5,

און איינמאל זעהסטו ווי דער זעלבער מענטש וואס נעכטן האסטו געזעהן אויף אים אן איינגעזאפטער צורת נפש 4, טראגט שוין היינט א מער אן אויפגעלייגטער צורת נפש, און פאריגע וואך האסטו געזעהן אויף אים א צורת נפש וואס איז מער דעפרעסט, אויב מ'ווייסט נישט דעם 'שורש' פון יעדן צורת נפש וואס מיר פארשטייען, פארלירט מען דאס געדולד און חשק צו פארשטיין וואס גייט דא פאר און וואס מ'קען דא צוהעלפן צו מאכן זאכן בעסער. און מ'געפינט זיך אין א צעמישעניש, אזוי ווי מ'פילט ווען מ'איז אין א וואלד.

קלארער גערעדט, איינער וואס פארשטייט דעם אניאגראם, איך מיין צו זאגן ער פארשטייט דעם 'שורש' וואס טרייבט אלע תולדות. קלארער גערעדט, ער פארשטייט אז פונעם שורש פון א פירער, גייט געשעהן אדער א צורת נפש וואס קוקט אויס אז ער טראכט פון זיין אינערליכער געפילן, אדער א צורת נפש וואס ברענגט 'זיך' ארויס, אדער א צורת נפש וואס ליגט אין זיין כח המדמה, אדער א צורת נפש וואס איז איינגעזאפט אין זיך, ווי רעדער פון א קאר וואס איז איינגעזאפט אין זאמד, אדער א צורת נפש וואס האלט אז ער איז אנדערש ווי יעדעם און ער איז נישט מחוייב, אדער א צורת נפש וואס איז בעצבות און פארקלאפט, אדער א צורת נפש וואס איז שטארק אנגעווייטאגט, וכו' דאס מיינט, אז וואס ער זעהט פאר זיך, וואס פארא ציור הנפש ער איז משיג פאר זיך, ווייסט ער פון וואו דאס קומט, וואס האט דאס גורם געווען, וואס דער נפש וויל יעצט דערגרייכן, וואס דער נפש וויל יעצט באשיצן, וואס דער נפש האט זיך טועה געווען, פארוואס איז דער צורת הנפש ביי דעם מענטש ווען עס קומט צווישן מענטשן, אזוי ווי עס איז, וכו'

יעצט אז מיר זעען אז פליישמאן האט אפגעטייטשט די ווארט 'איגו', מציאותיות, און אז ער איז מסביר אז יעדער מענטש וויל שפירן אז ער איז א מציאות מהותי ונצחי, פארוואס וויל דער מענטש אזוי שפירן, ווייל ער איז א חלק אלוק ממעל, וואס דער באשעפער איז די ממציא כל המציאות, און ווייל א מענטש האט אין זיך דעם ניצוץ אלוק, וואס האט אמאל געשפירט אלץ א מציאות מהותי ונצחי, נאר ער פארלירט דעם אמת'ן קשר, דעם אמת'ן שפיר, און די רצון צו בלייבן אלץ מציאות איז דורך נישט אמת'ע מציאות. אויב מ'ווייסט דעם כלל, פארשטייט מען די אלע תולדות וואס ווערן געבוירן פון אט דעם פרינציפ.

ער שרייבט אזוי, דף שט, דבר מצוי הוא בבעלי הנפש, שאם מרגישים איזו התעוררות בנפשם, הם משתדלים לתפוש באותה התעוררות, 'לאוחזה' שלא תעבור מהם. שמתוך שרגש ההתעוררות מעניק להם סיפוק נפשי, (מציאותיות) הם דואגים ומפחדים שלא יאבדו אותו, (מ'האט מורא אז ס'זאל נישט אוועקלויפן), (דא זאגט ער א מורא'דיג לשון) ובזה הם באמת 'עובדים' את רגש נפשם ולא את הבורא ית'. (זיי זעצן פאר צו דינען דעם אייבערשטן ווייל זיי ווילן פילן זייער מציאות) והעיקר בזה הוא שמייחסים ה'מצאותיות' שבנפשם ל'עצם הרגש', (די פראבלעם דערמיט איז, זאגט ער, ווייל זיי מיינען אז זייער נפש איז די עצם רגש, דהיינו דער צורת הנפש פונעם פירער) ומחמת זה הם נמשכים אחריו לתפסו. (און דערפאר ווילן זיי למשל ווייטער דאווענען אויף די געוויסע אופן, כדי אנצוהאלטן זייער מציאותיות דמיוניית) און ער שרייבט ווייטער אז זיי מיינען אז דאס איז די עצם הנפש, זיי מיינען אז די נפש איז די 'געפיל' וואס מ'האט דעמאלט געפילט. און ווען מ'הערט אויף צו פילן דעם געפיל ווערן זיי אנטוישט און צעקלאפט. ווייל זיי מיינען אז זיי האבן אלעס פארלוירן.

שרייבט ער אז די עצה איז, אז מ'זאל נישט זיין אינטערעסירט אין קיין 'תוצאה' פון די עבודת השי"ת, און ער שרייבט אין די הערות, אז מ'זאל נישט וועלן די געפיל וואס מ'האט געהאט נעכטן, אדער א געוויסע געפיל וואס גייט אפשר ארויפקומען אלץ א געוויסע 'תוצאה' פון מאכן ערליך קידוש למשל. און מ'זאל זיך צוברענגען אז מ'זאל אנערקענען ווי יעדע רגע איז גאר א נייעם זאך אינעם נפש, און מ'זאל אויפנעמען מיט ביידע ארעמ'ס נאר וויאזוי ס'ווערט דענסמאל נשפע אינעם נפש. און ער שרייבט ווייטער וייחסו כל המציאותיות רק לבורא ית' שמאיר בכל רגע מתוך ה'כלים הקדושים' דער אייבערשטער וואס באהאלט זיך אין די ווערטער פון תורה, אין די ווערטער פון תפילה, אין די ווערטער פון קידוש, וואס ער שיינט אריין אינעם נפש, (כמובא דבר זה ביושר דברי אמת) און זאגט ער, אז מ'זאל זיך מבטל זיין מיטן גאנצן נפש, דאס הייסט אט דעם אייגענעם נפש וואס מ'וויל טרעפן זאל מען אינגאנצן מבטל זיין צו די געטליכקייט ית"ש וואס שיינט זיך ארויס פון די ווערטער וואס קומען ארויס פון זיין מויל למשל בשעת'ן מאכן קידוש. וואס דאס איז דער אייבערשטער ית', און ער איז א אייביגקייט.

אן אינטערעסאנטע ספר. והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול חלילה וחלילה מתחת ידינו
אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם27 »

Where I can buy the ספר לימודים לדעת?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אברהם27 האט געשריבן:Where I can buy the ספר לימודים לדעת?

פראבעבלי אין די ספרים געשעפטן. ער האט אויך ארויסגעגעבן סידיס, אז מ'זאל עס בעסער פארשטיין. פליישמאן איז ווי ס'זעהט אויס א פינעווער. דער ספר איז געשריבן מיט 'עמקות'. ס'דארף זיין מעשים מרובים מחכמה. דאס הייסט אז דאס פאדערט עבודה פון יארן יארן בעת מ'נוצט דעם לימודים לדעת אלץ ענערגיע שעפער, (מ'נוצט די תורה הקדושה אלץ ענערגיע שעפער) בקיצור דער לימודים לדעת איז עמקות'דיג. די אמת'ע 'מציאותיות', שרייבט ער, איז א 'הארה' אינעם נפש. ס'איז נישט אז מ'דארף טראכטן דערפון כדי עס אויפצודעקן, נאר מ'דארף תשובה טון און זיך דערנענטערן צום אויבערשטן אזוי אז ס'שיינט פון זיך אליין אין נפש דער אמת'ער 'מציאותיות'.

מ'מוז פארשטיין, פירער ווילן טרעפן זייער נפש, בעסער געזאגט זיי ווילן 'פילן' זייער נפש. און פינעווער ווילן שפירן דעם ענערגיע פון זיין דורכגענומען מיט פארשטאנד. און דרייער ווילן זיין זיכער אז די חיצונית איז גוט אהערגעשטעלט אין עבודה. און איינזער קענען וועלן אז ס'זאל ווערן געטון ריכטיג אזוי ווי זיי ווילן. און אכטער אז ס'זאל ווערן געטון וואס זיי ווילן. און זיבענער אז "מ'מוז שפירן א חיות" (און זיי דארפן געבן א געלעגנהייט אז 'חיות' זאל פון דאס ניי אריינקומען). אבער דאס מיינט נישט 'תשובה'. תשובה מיינט אז דאס אמת'ע 'מציאותיות' הייבט אן פון זיך אליין אריין צו שיינען אין אלע פעולות פונעם מענטש. ובדעת חדרים ימלאו, אזוי ווי א מענטש וואס טוט תשובה, קען נאכדעם טון סתם זאכן, איינמאל ער איז דערנענטערט צום באשעפער. איך וויל זאגן דאס גאנצע זאך וואס דער פירער וויל טרעפן זיין נפש, קומט פונעם 'איגו'. אבער די אמת'ע מציאותיות קומט נישט דורכ'ן זוכן די נפש. די אמת'ע מציאותיות שיינט זיך אריין אינעם נפש פון זיך אליין. דורך תשובה, און נישט דורך זוכן געפיל. זוכן געפיל איז א גוטע זאך, אבער נישט ווען ס'קומט פון א איגו אגענדע.

וואס אלע טייפס ווילן איין זאך, זיי ווילן שפירן אז זייער עקזיסטענץ ווערט אנגעהאלטן. די נפש פון א פירער ווערט נתגלה ביי אים אין געפיל. ער רעדט נישט דירעקט פונעם פירער, ווייל ער וויל נאר געבן די דרכי עבודה, וויאזוי איטליכער קען זיך צוריק טרעפן מיטן ריכטיגן אמת'ן 'מציאותיות'. ער רעדט פון 'דעת'. וואס די גאנצע זאך פון א טייפ, הייבט זיך אן מיט דעת. דער איינזער באקומט מער און מער דעת פון 'טון' וואס איז ריכטיג. דער צווייער באקומט דעת, איז מוסיף דעת, איז מוסיף 'זיך' צו 'קענען', ווען ער טוט טובות מיט די גוטסקייט פון זיך. ווען ער דערקענט זיך מער און מער אלץ א גוטער מענטש. (ער רעדט נישט פונעם צווייער, לויט ווי איך געדענק) דער דרייער איז מוסיף זיך צו קענען, איז מוסיף דעת, ווען ער מאכט שענער זיין דמות. און ער רעדט זייער, זייער פון דמות. (די סיבה פארוואס ער רעדט אזויפיל פון 'דמות' איז, ווייל דמות איז באמת א שטארקער ווענדפונקט צווישן אמת'ע עבודה, און נישט אמת'ע עבודה.) דער פירער איז מוסיף דעת, ווי מער ער איז מוסיף 'הרגשות' מכח המדמה, וואס ער איז באקוועם אז דאס איז 'ער'. דער פינעווער איז מוסיף דעת דורכ'ן פארשטיין טיפער.

ער רעדט פונעם פינעווער, (אדער פינעווער חלק פון יעדע מענטש) ער רופט עס 'דעת הבעלות'. ער שטעלט צאם 'הכרה' מיט 'בעלות'. מ'קען זאגן אז די אנהייב פונעם איגו פון א פינעווער איז די אנערקענונג פון זיין אייגענעם מציאות, דהיינו דאס טרעפן זיין 'איך', (זיין מציאותיות) דורכדעם וואס 'ער' 'פארשטייט' די וועלט ארום אים. ער שפירט 'זיין' 'מציאות' אלץ אן אפגעטיילטער מציאות פון אלעס וואס קומט פאר ארום אים, דורכ'ן 'פארשטיין' די וועלט ארום (הכרה). דאס טוט אים מפריד זיין פון די וועלט ארום, נישט צו ווערן 'פארשוועמט' און 'פערגארנישט'. ווייל נאר אזוי 'דערקענט' ער 'זיין' מציאות, "איך פארשטיי". דהיינו, דא מוז דאך זיין מיין 'מציאות', ווייל 'ווער' 'פארשטייט' וואס ס'קומט דא פאר ארום? "איך פארשטיי". און דאס געט אים בעלות, ס'הייבט אים ארויף.

א פינעווער איז דאך באקאנט, אז זיין עיקר פחד איז, אז ער האט מורא פון זיין 'אומפעהיג'. און 'פארשטיין' געט א מענטש דעם מאכט פון וואס? פון זיין פעהיג. "איך גיי פארשטיין די וועלט, סאו איך גיי נישט ווערן פארלוירן און איך גיי מיך קענען באגיין". ס'איז נישט קיין חילוק די טעאריע, אזוי וויייט ווי די פאקט אז ס'עקזיסטירט אזא 'דעת הבעלות מצד ההכרה' אין א נפש, מער אדער ווייניגער, וואס קען געבן א שקריות'דיגער 'מציאותיות'. וואס ער טענה'ט אז דער פינעווער, אדער פינעווער חלק, אדער אזא צד נפש, אזא 'דעת הבעלות', ווען א מענטש איז פארנומען דערמיט, קען ער ווערן אפגעהאקט פונעם 'תמימות נפשי'.

ער רעדט נישט פונעם זעקסער, ער רעדט אבער עצות פאר 'פחד' (ענגזייעטי), וואס וויבאלד דער זעקסער גיט זיין מציאותיות פאר אנדערע מענטשנ'ס שטיצע, (הגם מ'קען אריינשטעלן דעם זעקסער אויך אין דעת ההתבססות. בקיצור ער צעטיילט נישט לויט די טייפס פונעם אניאגראם, נאר לויט כוחות הנפש.) די שורש פון ענגזייעטי איז ווען א מענטש ווייסט נישט וואס צו ערווארטן. די יודן אריינגייענדיג אינעם גאז קאמער ל"ע (די וואס האבן געוואוסט) האבן שוין נישט געהאט קיין ענגזייטי נעבעך. ענגזייעטי קומט ווען א מענטש ווייסט נישט וואס צו ערווארטן. "וואס גייט זיין?" דער זעקסער, וויבאלד ער פארזיכערט זיך אויף אנדערע מענטשנ'ס שטיצע, האט ער ענגזייעטי, וואס ווייסטו וואס יענער גייט באשליסן? איז דארף מען ארבעטן אויף בטחון בה', אויף רעדן צום באשעפער, אויף התבודדות, וואס דער אויבערשטער וויל, זאל זיין. איך ווייס גארנישט. איך פארלאז מיך אויף אים. ער ווייסט. זאל זיין וואס זאל זיין. (כמובא בספר הישר) עכ"פ ווען א מענטש גיט זיין מציאותיות, זיין עקזיסטענץ, אויף א געוויסע זאך. איז אוודאי דא א חשש פחד.

ער רופט 'תמימות' דעת ההתדבקות. דעם פרייליכן זיבענער האט ער א נאמען געגעבן 'דעת ההתדבקות', זייער א גוטער נאמען. דעת = דער זיבענער ווייסט זיך דורך התדבקות, דורך זיין צוגעקלעבט צו די וועלט. ווילסט אז דיינע פניות זאלן זיך א משהו אויסלעשן? נוץ דעת התדבקות. דער זיבענער טרעפט זיין מציאות, אז ער לעבט, דורכ'ן לעבן. חחחח. דורכ'ן אריינלעבן אין די וועלט, דורכ'ן שפירן די חיות פונעם מאמענט אין וואס ער לעבט, אדער גייט לעבן, ווערט נתרבה זיין 'איך', זיין 'דעת', זיין שפירן און 'וויסן' אז 'ער' לעבט. דאס מיינט דעת = זיך שפירן און וויסן, דורך התדבקות = פון דעם אז מ'האט שייכות און מ'נעמט חיות פון די וועלט ארום.

ווען מ'נעמט ארויס א תהלימ'ל אין בהמ"ד און מ'גייט צו מיט דעת התדבקות, דהיינו, מ'גייט צו דערצו מיט א "משיכה ישרה ופשוטה שישנה בנפש להתדבק לכליה בלי עקיפין וחשבונות צדדיים" מ'גייט צו דערצו פון אינעווייניג גראד מיט א 'דביקות' צום תהלימ'ל, דאס מיינט 'לב', דאס מיינט לב טהור ברא לי אלקים. אויב די הארץ וויל פילן 'חיות' דורך די ווערטער פון תהלים, נעמט מען אוועק די גראבע שטיקער פניות.

ער שרייבט אזוי: דעת זו יש בה תועלת גדולה לנפש, שמחמתה האדם נמסר לעניניו בעצם מהות נפשו בתמימות פשוטה מבלי פניות וחשבונות. ובה הוא מתדבק בעבודת השי"ת באהבה, בהתגלות נפשו בצורה אמיתית ומהותית. וכאן הוא עצם מהותה ולבה של הנפש. אז ווען א מענטש וויל זאגן למשל תהלים, ווייל ער וויל מרבה זיין דעם דעת פון התדבקות, פאלט אוועק אסאך גראבע פניות (איך רעד נישט פון דקות'דיגע פניות, כידוע מהבעש"ט, שזה אינו), ווייל ער וויל נאר דאס חיות וואס ווערט נתרבה אין זיין 'הארץ', אין זיינע 'געפילן', אין זיינע 'קעמיקאלן' פון זאגן תהלים. שרייבט ער אבער אז ביים דעת התדבקות דארף מען אכטונג געבן אז מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון זאכן וואס מ'דארף נישט נתפעל ווערן.

דעם אכטער רופט ער (לויט ווי איך פארשטיי) דעת ההתבססות, וואס קומט דורך התפשטות. נאכאמאל, ער צעטיילט נישט דעם נפש לויט די ניין טייפס. ער צעטיילט עס לויט כוחות וואס ער האט פארשטאנען אז ס'געפינט זיך אינעם נפש. דעת ההתבססות מיינט ער, די מענטש קען 'זיך' (דהיינו 'דעת', דהיינו 'מציאותיות') דורכדעם וואס ער גיט נאך זיין שטופ פאר 'התפשטות'. ווי מער ער געט נאך זיין שטופ צו טון דוקא וואס 'ער וויל', אלץ מער פילט ער 'זיך'. און דאס איז דאך דער אכטער. אזוי איז דער אכטער מרבה זיין 'דעת'. זיין 'מציאותיות'.

אין דעת ההתבססות, קען מען אריינלייגן דעם איינזער, ווייל דער איינזער גיט נאך זיין שטופ צו טון וואס ער האלט אז ס'איז 'ריכטיג' צו טון. דאס איז דער איינזער. דעם איינזערס דעת זיך צו קענען, ווערט נתרבה ווען ער טוט מער און מער וואס ס'איז 'ריכטיג' צו טון. וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג צו טון. "איך טו וואס ס'איז ריכטיג". דער פליישמאן איז גוטע נייעס. ער שרייבט למשל אז דער ווילן פון א מענטש קען זיין אן עבודה זרה. שרייבט ער אזוי: אז ס'איז שייך אז א מענטש זאל מאכן פון זיין רצון, "איך וויל" אז "אזוי דארף זיין, און אזוי מוז זיין".

לאמיר נעמען א אומגעזונטער איינזער (איך מיין נישט קיינעם חלילה, יעדער האט איינזערישקייט) וואס ער הייבט אן מיינען, אז אזוי ווי איך האלט אז מ'דארף טון, אזוי 'דארף' מען טון. און דער זעלבער ביים אכטער, "וואס איך וויל טון, אזוי מוז זיין". און ביי אן איינזער מאכט זיך טאקע דאס ענין פון 'כעס', און אזוי אויך ביים אכטער. ווייל וויבאלד ס'מוז זיין אזוי און אזוי, נו? אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס מיין פלאן? דאן ווער איך בכעס. ווי מער ס'מוז זיין אזוי און אזוי, אלץ מער כעס. אבער ער קומט דא, דער פליישמאן, און ער טענה'ט א מורא'דיגע זאך.

אז אפילו ווען מ'וויל אמת'דיג שטארק דינען דעם הייליגן בורא ב"ה, איז אויך שייך אז א מענטש זאל פארגעסן, און אנהייבן וועלן אז ס'זאל גיין אזוי ווי "איך וויל". וויבאלד איך האב געוואלט דינען דעם אויבערשטן, און יעצט וויל איך עס שוין, זאל שוין גיין אזוי ווי איך וויל. ניין.

דעת הבעלות מצד ההכרה, איז דער פינעווער. דאס הייסט וויבאלד דער פינעווער איז מכיר די וועלט מער און מער, ער פארשטייט מיט זיין הכרה די וועלט מער און מער, באקומט ער דורכדעם 'בעלות'. דעת = ער ווייסט 'זיך' דורך בעלות, דורכדעם וואס ער שפירט אז ער פארשטייט די וועלט באקומט ער א 'מציאותיות'.

דעת התכבדות מצד הדמות, איך שפיר מיך, דורכדעם וואס מ'קוקט מיך ארויף. דעת, איך ווייס 'מיך' דורך התכבדות. דורכדעם וואס מ'קוקט מיך ארויף (אדער איך קוק מיך ארויף). דאס איז דער? דרייער. יעדער קען עס האבן, אבער דער דרייער איז דארט צאמגענומען.

דעת התבססות מצד התפשטות, איז דער איינזער, ווי מער ער טוט וואס איז 'ריכטיג' באקומט ער מער דעת. א איינזער איז מער א איש מעשי. אויך דער זעקסער, א זעקסער שפירט זיין התבססות דורך אוועקשטעלן זיכערע סיסטעמען. און אויך דער אכטער, דעם אכטערס דעת, זיין 'איך' ווערט נתרבה דורך טון וואס ער וויל.

דעת התדבקות מצד החיות איז דער זיבענער. וואס ער איז צוגעקלעבט צו די וועלט, צו די עקספיריענסער פון די וועלט, צו די עקספיריענסער וואס ער שפירט חיות פון אינטעראקטן מיט די וועלט. דעת התדבקות, ער קען 'זיך', דורך התדבקות. דורך זיך מדבק זיין צו די וועלט.

פון דא און ווייטער לייג איך צו.
דער פירער נוצט דעת זיך צו קענען פון זיין כח המדמה. דער צווייער נוצט דעת פון זיין טובו לזולתו. דער ניינער איז די ענין פון הוד, די ענין פון ביטול. נישט אזוי ווייט די ענין פון דעת. דער ניינער איז די כח זיך מבטל צו זיין, אדרבה, זיך נישט צו קענען. פונעם ניינער קען מיר זיך ארויסלערנען די ענין פון ביטול היש. דער נייער איז דעת = זיך צו קענען, מחמת העולם, פון קענען די וועלט. פון זיין א חלק פון די וועלט.

יעדע טייפ וויל אז די וועלט ארום זאל אפשפיגלן זיין אינערליכקייט. דער איינזער וויל אז די וועלט ארום זאל זיין מסודר. ריכטיג געשטעלט. גראד. דער צווייער וויל די גוטסקייט פון די בריאה. דער דרייער זעהט "וויפיל שיינט דער זאך ארויס מער קוואליטעט פון אנדערע זאכן". דער פירער "וויפיל קען מיך דער וועלט ארום מיר דערמאנען מיין טיפער דמיון געפילן" "אזוי צעבראכן ווי יענע צעבראכע טיש", דער פינעווער, "ווי ווייט איז די וועלט וואס איך זעה מוסבר אין מיינע אויגן", דער זעקסער "ווי ווייט האלט איך מיך אן אין די וועלט און די וועלט אין מיר, אז ס'זאל זיין זיכערקייט", דער זיבענער "ווי לעבעדיג איז די וועלט ארום מיר" כל העולם חי!!! דער אכטער, ווי שטארק איז מיין רצון אויף די וועלט ארום מיר" און דער ניינער ווי שטארק קען איך מיך אריינשלינגען אין די וועלט ארום מיר.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:ליג איך מיר אזוי אין בעט 8:30 אינדערפרי, מיין זייגער האב איך שוין געדרוקט 'סנוז', איך דריי מיך אהער און אהין, יא אויפשטיין? נישט אויפשטיין?, צו וואס אויפשטיין? בעסער בלייב איך פארשטעקט אונטערן דאכענע...

(איך שרייב לויט וויאזוי עס ליגט מיר אין קאפ) דאס איז א סתירה מיט זעקס. ווייל א זעקסער טראכט נישט, "יא אויפשטיין, נישט אויפשטיין, צו וואס אויפשטיין?" א זעקסער איז א שטארקער מסודר'דיגער אחריות'דיגער מענטש. ער טוט זיינע פליכטן. און אפילו אין די שטאפלן וואס ער פארטראגט שוין נישט די ענגזייעטי, שיינט מיר נישט אז ער טראכט אזוי. א פירער, יא. א פירער טראכט פונקט דאס. "יא אויפשטיין, נישט אויפשטיין, צו וואס אויפשטיין?" דהיינו, נעכטן האב איך געמיינט אז איך גיי מיך טרעפן, און ביז דערווייל האב איך נישט מצליח געווען זיך ארויסצוברענגען, ס'איז נאר געווארן ערגער, דערפאר, "פארוואס זאל איך אויפשטיין"?


ער איז מסודר? ער "וויל' זיין מסודר, ער טוט זיינע פליכטן? ער "וויל' טון זיינע פליכטן' אבער רוב מאל גייט עס אים נישט ווי געפלאנט,

איך האב נישט קיין כח, א צעמישטע וועלט, פיל מיט ספיקות! געפילן רוישן! איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל פון מיר אליין, ס'איז מיר טונקל! דא אונטערן דאכענע, קיינער באדערט נישט, קיינער איז מיר גארנישט מחייב, אלעס איז איין שטיק שלוה, דריי איך מיך אהער, דריי איך מיך אהין, ענדליך באשלוס איך, נישטא קיין ברירה! ווילאנג קען איך דען בלייבן דא פארשטעקט?

פארוואס זאל א זעקסער יא האבן 'שלווה' אונטערן דאכענע, אלעס וויבאלד ער איז נישט צווישן מענטשן? א זעקסער באקומט 'שלווה' ווען ער ווייסט אז זאכן זענען יא 'פארזיכערט'. (באמת, ווען מ'האט בטחון בה') צו קען א זעקסער אנטלויפן אונטער די דאכענע און האבן שלווה? ווען מ'האט א קאנפליקט צווישן דריי און פיר יא. האט מען שלווה ווען מ'איז נישט צווישן מענטשן. (אלעס קען זיין, איך וויל דיר נאר שארפער מאכן די קאנטראסט.)


א זעקסער בויעט זיך אויף שטיצע פון אנדערע מענטשן, סאו ווען ער איז צווישן מענטשן ווערט ער מורא'דיג דיסטרעקטעד, ווייל איין רגע זעט ער איינעם עפעס טון, און יענער איז א מענטש וואס ער האלט אז יענער ווייסט וואס ער טוט, טראכט ער אקעי! סאו מען דארף אזוי טון, די אנדערע רגע זעט ער א צווייטן טון פארקערט וויל ער טון יענץ.
און עס איז לאו דוקא די נקודה ווייל ער איז צווישן מענטשן, ווילאנג ער געפינט זיך אויף דער וועלט ווי מען איז מחויב צו טון פליכטן, און ער וויל טון וואס מען דארף און נאך מער פון דעם ער וויל עס "שפירן" ער וויל פילן אז ער איז ריכטיג ער וויל באקומען דעם געפיל פון שלימות ער וויל עס דוקא "שפירן" (ענליך צום פירער) וויבאלד ער האט א געפיל פון "איך קען נישט" איך קען מיך נישט האלטן, איך בין שוואך, וויל ער באקומען די 'געפיל' אז ער איז יא גוט, און ער קען יא, פארדעם מוז ער 'שפירן' אה! איך פיל אז דאס מאל איז עס געלונגען, פארשטייט זיך אז די פילינג קען מען נישט אייביג באקומען, סאו ווען ער 'פילט' נישט, ווערט ער דיפרעסט אדער פרובירט ער ווייטער עס נאכצולויפן און עס זוכן, בקיצור, למעשה קען ער עס נישט הענדלען, ס'איז אים מורא'דיג שווער, ער פילט ווי ער איז אליין ער האט נישט די כח זיך צו שלאגן מיט זיך אליין, איך טו יא גוט? איך טו נישט גוט? בקיצור, אונטערן דאכענע איז אלעס מסודר, ווי לאנג איך געפון זיך דא, בין איך גארנישט מחויב, איך האב נישט קיין כח אנצוגיין מיטן לעבן.

שוין, ענדליך איך שטיי אויף, שוין! מ'דארף גיין דאווענען יוש! איך האב נישט קיין כח צו גיין אין ביהמ"ד וואו איך מוז אריין קומען מיטן גראדן רוקן ווי צו זאגן פאר מיר אליין און פאר מיינע ארומיגע, 'איך בין נארמאלער מענטש' 'מיך פעלט גארנישט' ווי כאילו איך בין געבוירן אויף א בוים, איך בין א ראבאט! אהן קיין שפיר פון דורכפאל, איך קען נישט! יעדן טאג שפיל איך דעם שפיל, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,


א זעקסער האט נישט קיין כח צו דעם? דאס קאסט אים די עיקר כוחות? דאס שטערט אים? איך פרעג?


כנ"ל.

שוין, א ברירה האב איך? איך קען שוין נישט דאווענען אזוי לאנג ביחידות, שוין! צורעכט איך מיר מיינע פיאה'לעך, און איך לויף אין שול שוין היבש נאך זמן תפלה,
שטעל איך מיך דאווענען, צעמישט און צע'חוש'ט! איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אוי באשעפער!! מאך מיר שוין ליכטיג מיין הארץ ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל! איך ווייס אליין נישט וואס,

?. אויב זעקס וואלסטו געדארפט שרייבן: "שטעל איך מיך דאווענען פיל מיט אומזיכערקייט און קווענקלניש, צו זענען מיינע נאנטע און געטרייע שטיצערס ווייטער גוט מיט מיר אדער אפשר נישט? צו איז אלעס ארום מיר פארזיכערט, אדער איז דא א סכנה? איך האב מורא אז ס'יא דא א סכנה, וואס איז יענץ דארט? צו טו איך גענוג צו זיין פארזיכערט, אדער אפשר האב איך נישט גענוג געטון צו זיין פארזיכערט? קודם פיל איך אז איך בין פארזיכערט מיט וואס איך טו, אז איך האב יא א פארזיכערטער סיסטעם, און א מינוט נאכדעם פיל איך אז איך בין אומפארזיכערט. קודם פיל איך אז ס'וועט זיך יא אויסארבעטן, און א מינוט נאכדעם 'פיל איך' אז ס'וועט זיך נישט אויסארבעטן. קודם ווער איך שטארק בייצוקומען מיינע שוועריקגייטן מיט כח, און א מינוט נאכדעם ווער איך שוואך אז ס'וועט זיך אבער פארט נישט אויסארבעטן, אפשר. איך פיל אז דא שטייען מיינע פיינט וואס איך בין קעגן זיי, און דא שטייען מיינע פריינט וואס איך האף אז זיי זענען מיט מיר. קודם פיל איך אז איך דארף שטיצע, און נאכדעם פיל איך אז איך דארף נישט קיין שטיצע. קודם פיל איך אז איך בין שטארק, און נאכדעם פיל איך אז איך בין פיל מיט ספיקות".
בערך אזוי וואלסטו געדארפט שרייבן. אבער דו שרייבסט: "איך ווייס נישט וואס צו טראכטן"! זייער ארעם פאר א זעקסער זיך ארויסצוברענגען זיין אינערליכער שטורעמדיגער מצב. וואלסט אפשר געדארפט שרייבן "איך ווייס נישט וואס צו באשליסן, איך מוז פרעגן"? דו שרייבסט "ס'איז מיר עפעס אזוי טונקל"! זייער ארעם פאר א זעקסער זיך אזוי ארויסצוברענגען. "טונקל" מיט "אומזיכער" איז צוויי אנדערע זאכן, ניין? "מאך שוין ליכטיג מיין הארץ!" זייער ארעם פאר א זעקסער זיך ארויסצוברענגן אזוי. וואלסט געדארפסט שרייבן: "מאך מיר שוין קלאר איך זאל וויסן וועם ענדערש צו פרעגן". איך וויל דיר נאר געבן דעם קאנטראסט. אז דו זאלסט זעהן וואס עס איז א זעקסער.



דו האסט לימיטעד דעם זעקסער'ס נקודה, ווי כאילו ביים זעקסער דרייט זיך נאר דעי איין געפיל א גאנצן טאג פון סכנות און שטיצע וכו' אין דער צייט וואס ביים זעקסער דרייט זיך פונקט אזוי ארום געפילן פון דיפרעסיע ער פילט ווי דאס לעבן איז פארנעפלט ער ווייסט נישט וואס ער אליין וויל פון זיך, זיין "איך" איז מורא'דיג צומישט.

איך ענדיג דאווענען, איך לויף אין כולל, מיין חברותא א "נארמאלער מענטש" געבוירן אין וויליאמסבורג, ער קומט יעדן טאג און צייט, שוין, יעצט דארף איך שוין פילן שלעכט, זיך אנטשולדיגן פארן קומען שפעט,

א זעקסער וואלט געשריבן, "מיין חברותא, איך ווייס נישט צו ער איז באמת גוט מיט מיר, א סך מאל פיל איך אז ער איז נישט באמת דא פאר מיר. ער האלט זיך העכער פון מיר. איך פיל אז ער קוקט מיך אראפ. אסאך מאל פיל איך אז ער וויל מיך אויסנארן און אריינכאפן אין זיין זאק, וואס איך מאך זיכער זיך נישט צו לאזן. אסאך מאל פיל איך אז ער וויל מיך אפלאזן און איך ווייס נישט פארוואס ער וויל מיך אפלאזן, אין דערצייט וואס איך בין אזוי גוט מיט אים, און דערפאר פרעג איך אים פון צייט צו צייט נישט ממש דירעקט צו אונזער חברותא איז א גוטע חברותא, אבער פונדעסטוועגן פיל איך נאך אלץ אסאך מאל אז ער וויל מיך אפלאזן."


נאר דאס פילט א זעקסער? דאס קען ער אויך פילן, און בכלל איך האב דאך גערעדט פון מיר אליין סאו פון וואו ווייסטו וואס איך האב געשפירט :lol:, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה די צוויי הרגשים.
אוי! איך האב שוין נישט קיין כח! לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין! איך קען נישט מער אריבער טראגן דעי פאלשע דאפלטע לעבן
איך פרוביר מיך מצמצם צו זיין אין לערנען, איך בין דאך א שארפער למדן, איך נישט אוועק נעמען דעם אימעדזש פון מיר, אויב יא, פון וואס וועל איך נעמען סיפוק איך וועל מיך פילן ממש ווי א ליידיגע זאק.. א אומגעלונגענע פראדוקט עפעס אראפגעפאלן דא..,

נישט איבעראל טרעף איך דוקא א סתירה. אבער א זעקסער וואלט געשריבן "וויאזוי קען איך וויסן וועם 'עכט' צו טראסטן? וויאזוי קען איך וויסן ווער ס'איז 'עכט' מיין פריינט?" "א פאלשע דאפלטע לעבן פון דארפן באהאלטן אלע מיינע קוועטשענישן אין מיר, און אינדרויסן באווייזן פאר יעדן א שיינעם פנים ווי כאילו קיינמאל גארנישט, ווייל אויב נישט וועל איך זיין דער אומגעשמאק'ער אומב'חנ'טער יונגערמאן"? איז דאס די זאך וואס ס'שטערט פאר א עכטער זעקסער? אדער פאר א זעקסער מיט א פינעווער פליגל? דא שטעקט די זאך וואס דרוקט אים? ווילאנג גיי איך האבן א פאלשע דאפלטע לעבן?,


דער זעקסער וויל זיין א נארמאלער מענטש צווישן מענטשן, ער וויל "פילן" אז מענטשן האבן אים ליב, אבער למעשה וויבאלד די גאנצע סיבה פארוואס ער וויל אזוי פילן איז וויבאלד ער פאר זיך פילט נישט זיין שויית ער האט נישט קיין שטאנד, ממילא סוב קאנטשעסטלי שפירט ער עס, ער פילט דעם דעקל מיט וואס ער וויל צודעקן זיין שוואכע "אני" פארשטייסט וואס איך מיין? ער פילט די סתירה אין זיך אליין, ער פילט די מלחמ,ה און ער קען זיך נישט דערליידן, און איך וויל צולייגן אז איך רעד פון א זעקסער וואס האט זיך שוין געטראפן מיט זיינע הרגשים, נאר ער האט עס נאך בתוקפם.

שוין! געענדיגט דאס לערנען, יעצט גייט מען אהיים פאר לאנטש, יעעעצט הייבט זיך עס אהן!! איך מוז אהיים קומען און ארויפציען א שמייכל פון אויער צו אויער,

א זעקסער מיט א פינעווער פליגל שפירט ווי די שמייכל איז נישט נאטורליך? איך פרעג? אפשר א פינעווער קען אזוי פילן, אדער א פירער.,

, ווי אזוי איז געווען דיין טאג? פרעגט מיר מיין אשת חיל אזוי שיין, ב"ה קען נישט זיין בעסער! ממש מעין עולם הבא! טשאדאש!, און ווי אזוי איז אריבער דיין טאג? דאאא הייבט זיך עס אן,
איינער האט מיך געזאגט אז זי איז געגאנגען.. און געקומען.. הערסט?! מורא'דיג און זי האט געמיינט.. און נאכדעם צוריקגצויגען.. הערסט? חני איז געווען היייייי מיט דעי קלייד (נו שוין! וואס ווייטער? איך בין זייער נייגעריג) זי איז געווען אזוי אימפרעסט!! און איך שמייכל מיט, WOW!! עכט?! ממש צום באוואונדערן דיין גאנצע סטארי דא!
און אויב איז זי באטראפעצט און דעפרעסט דארף איך יעצט דינען אלס פסיכאלאג איר "אויך" צו בארואיגן פארשטייסט? איך האב שוין נישט קיין כח צו אזופיל שעבודים, לאמיך שוין זיין מיט מיר אליין,

דא איז דא א שארפע סתירה. 'שעבודים'! אזאך וואס א זעקסער לעבט דערמיט. א זעקסער לעבט פאר זיין משפחה. אפשר א פינעווער נישט.


ער לעבט דערמיט, אבער וויבאלד ס'איז נישט 'ער' נאר ער טוט עס ווייל ער וויל צו דעקן זיין שוואכקייט און באקומען דעם הרגש פון זיכערקייט דורך פארזיכערן אז ער האט א גוטע בעיס אויף וואס זיך אנצולאנען און נישט שפירן ווי א אפגעריסענע בלעטל, ס'איז נישט זיין עכטע "איך" פארקערט ס'איז א פאלטשע "אני" וואס ער צווינגט ארויף אויף זיך צו ריפלעיסן זיין עכטע שוואכע "אני"

אזוי פארט דער טאג ווי א ראלער קאוסטער, קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף מיר

קיינער האט נישט 'רחמנות'? דאס איז וואס א זעקסער רעדט זיך אפ? א זעקסער פילט אז מ'האט נישט 'רחמנות'? אדער א פירער פילט אזוי. אדער א צווייער קען אזוי פילן לויט וויאזוי איך געדענק יעצט. א פירער פילט אז די וועלט איז צו 'הארט' פאר זיינע געפילן. ער פילט זאכן, אבער ס'גייט קיינעם נישט אן.

נישט קיין חילוק און וועלכע מאוד איך בין, נישט קיין חילוק וואס פאר א געפילן רוישן יעצט אין מיין הארץ, איך מוז מיט פארן מיטן באן, אז נישט, בלייב איך שטעקן,

וועלכע מאוד? א פירער מיט געפילן וואס דיין דרייער חלק רעכנט זיך נישט וואס דו פילסט? נישט אז ס'דא דוקא א סתירה. אבער א זעקסער וואלט געשריבן "נישט קיין חילוק ווי אומזיכער איך בין, מוז איך מאכן באשלוסן און אנגיין מיטן לעבן." עפעס שפירט זיך עס נישט 'זעקס'. אלעס קען זיין. אבער שפירן שפירט זיך עס נאכנישט די עכטע זעקס.


בקיצור ס'איז א זעקסער מיט געפילן וואס דער זעקסער רעכנט זיך נישט וואס דו פילסט, כנ"ל

איך מוז אלעס דעקן, קיין מינוט זיך צו מתבודד זיין מיט מיך אליין האב איך נישט, איך קען מיך נישט אראפזעצן טראכטן וואס טו איך דא? וואס איז מיין תפקיד?,

א זעקסער וואלט אזוי געשריבן? א זעקסער וואלט 'געוואוסט' און וואלט זיך געשלאגן פאר זיין 'תפקיד'. וואו האסטו פארלוירן דיין עכטע זעקסערישע שטריכן פון זיך שלאגן וואס מ'האלט אז דאס איז דער 'תפקיד'?
א צעמישעניש...! איך בין צושאסן.. באשעפער, ווייז מיר דעם וועג, עפען מיינע אויגן, רעד צו מיר אליין.. און זאג מיר ביטע וואס פארלאנגסטו פון מיר? און וויאזוי גיב איך מיר אן עצה דא מיט מיר אליין? איך בעט דיר!

מיינטס נישט אז איך בין עפעס א שלעפער, און א דורכפאל פון א מענטש, ניין! מענטשן האלטן מיר דערעקט פאר א געלונגענער מענטש, איך פארמאג פארשידענע מעלות (איך קען אפי' דעם אניגראם), אבער איין באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אונטער דעם שיינעם שלייער טאקע פון די סארט מענטשן.

איך ווייס נישט צו דעיס בלאנגט דא, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין בעסערע פלאץ און איך גלייב אז עס זענען דא "פארשידענע" טייפס פון אניגראם וואס וועלן זיך טרעפן דא דורכאויס זייער טאג טעגליכן (אינערליכע) צומישטן סדר החיים, האב איך עס דא אריין געלייגט, ואתכם הסליחה.

תמיד בשמחה!

הער צו, אלעס קען שטומען. ס'קען שטומען אז מ'רעדט דא פון זעקס. אבער ס'רעדט נישט 'עכט' זעקס. ס'קען זיין. אבער אויב זעקס וואלט געווען אביסל מער זעקסעריש. איך האף אז אלעס וואס איך האב געשריבן איז גוט. און ואתכם הסליחה. פארשטייסט וואס איך זאג דיר. אויב דו וועסט מיר זאגן, אז דאס איז וואס דו פילסט, קען מען עס אריינשטופן אין זעקס. פארשידענע שטריכן וואס שטומט מיט זעקס און א פינעווער פליגל. אבער פון דעסטוועגן. הייב אן צו קוקן אויף דריי און פיר. און אדרבה. געב א קוק.


איך האב שוין געקוקט, און אפי' געהאלטן א שטיק צייט אזוי, אבער למעשה בין איך א זעקסער.

נשמה! קוק אהן דעם זעקסער אביסל טיפער ווי דו האסט אים אנגעקוקט ביז יעצט, דער זעקסער איז נישט אזוי פשוט.
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 3:00 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:א זעקסער בויעט זיך אויף אנדערע מענטשן, סאו ווען ער איז צווישן מענטשן ווערט ער מורא'דיג דיסטרעקטעד, ווייל איין רגע זעט ער איינעם עפעס טון, און יענער איז א מענטש וואס ער האלט אז יענער ווייסט וואס ער טוט, טראכט ער אקעי! סאו מען דארף אזוי טון, די אנדערע רגע זעט ער א צווייטן טון פארקערט וויל ער טון יענץ.

יא? קען זיין. ס'שטומט גאנץ גוט. אבער יאך דענק נישט אז א זעקסער צווישן מענטשן ווערט 'מורא'דיג' דיסטרעקטעד. אבער אויב א זעקסער שפירט דיסטרעקטעד קען עס אפשר קומען פון דעם.

און עס איז לאו דוקא די נקודה ווייל ער איז צווישן מענטשן, ווילאנג ער געפינט זיך אויף דער וועלט וואו מען איז מחויב צו טון פליכטן, און ער וויל טון וואס מען דארף, און נאך מער פון דעם, ער וויל עס "שפירן", ער וויל פילן אז ער איז ריכטיג, ער וויל באקומען דעם געפיל פון שלימות, ער וויל עס דוקא "שפירן" (ענליך צום פירער)

יאך דענק אז א זעקסער וויל בעיקר 'זיכערקייט', און דו דערמאנסט נישט קיין ווארט פון 'זיכערקייט'. און דאס וואונדערט מיר. א מענטש וואס וויל באקומען דעם געפיל פון 'שלימות', א מענטש וואס וויל שפירן דעם געפיל פון 'שלימות', און דו לאזט אויס אז ער וויל שפירן 'פארזיכערט'.

וויבאלד ער האט א געפיל פון "איך קען נישט" איך קען מיך נישט האלטן, איך בין שוואך

איך לייג צו די ווארט 'אליין'. וויבאלד ער האט א געפילן פון "איך קען נישט 'אליין'" אן שטיצע.
וויל ער באקומען די 'געפיל' אז ער איז יא גוט, און ער קען יא,

איך לייג צו, וויל ער באקומען די 'געפיל' אז ער איז יא 'פארזיכערט'. אז ער קען 'יא' זיך אליין אן עצה געבן איינצוהאנדלן 'זיכערקייט'. א זיכערער געפיל.
פארדעם מוז ער 'שפירן' אה! איך פיל אז דאס מאל איז עס געלונגען,

:lol: דו דערמאנסט מיך א שאטן ענליך צו זייער אלטע געפילן וואס איך האב געהאט מיט יארן צוריק.
:lol: ס'קען שטומען וואס דו זאגסט. איך לאך, ווייל דו ברעגסט 'עפעס' ארויס. עפעס א נקודה פון א געוויסע שוועריגקייט אין די נפש פון א מענטש. וואס זוכט נאכצולויפן א 'שאטן' זאל זיך דערהאלטן.
פארשטייט זיך אז די פילינג קען מען נישט אייביג באקומען, סאו ווען ער 'פילט' נישט, ווערט ער דיפרעסט

איך זאג דיר, דו דערמאנסט מיר עפעס א אלטע 'מהלך המחשבה' מיינס וואס האט אנגעהאלטן פאר א קליין שטיקל צייט. חחחח. אבער איך לייג צו אז דער זעקסער וויל פילן 'פארזיכערט', נישט ווייניגער ווי דעם טערמין 'פארזיכערט'. 'פילן פארזיכערט'. דאס איז די שורש פון א זעקסער. פילן 'געשטיצט און אונטערגעהאלטן'. אזוי ווי זיין פארזיכערט אז ס'דא גענוג געלט אין די באנק צו צאלן די מארגידש. אזא מין 'זיכערקייט'.
אדער פרובירט ער ווייטער עס נאכצולויפן און עס זוכן,

דו דערמאנסט מיך עפעס א מצב מיינס. זעהט אויס אז אין די 'אויפוואקסונג' יארן, פרובירט א מענטש אויס פארשידענע מהלכים. איך האב עס שנעל אפגעלאזט, איך האב פארשטאנען אז ס'איז נישט מעגליך צו שפירן 'פארזיכערט'. די ווארט איז נישט פארזיכערט, נאר עפעס אזא סארט, "איך טו גוט" "שפירן אז איך טו גוט"! (שפירן זעלבסט-זיכער :smile: ) דאס איז נישט ממש דער זעקסער. חחחח.
בקיצור, למעשה קען ער עס נישט הענדלען, ס'איז אים מורא'דיג שווער, ער פילט ווי ער איז אליין ער האט נישט די כח זיך צו שלאגן מיט זיך אליין, איך טו יא גוט? איך טו נישט גוט? בקיצור, אונטערן דאכענע איז אלעס מסודר, ווי לאנג איך געפון זיך דא, בין איך גארנישט מחויב, איך האב נישט קיין כח אנצוגיין מיטן לעבן.


????????? שפירט דען נישט יעדע מענטש מיט ווייניג זעלבסט זיכערקייט אזוי? דאס איז נאכנישט דער זעקסער. יעדע מענטש וואס האט 'ווייניג זעלבסט זיכערקייט' שפירט אזוי. דאס איז נאכנישט דער זעקסער. דו דארפסט צולייגן נאך שטריכן עס משלים זיין צום זעקסער כאראקטער. די שטריכן מוזן זיין.

א מענטש וואס איז אחריות'דיג.

א מענטש וואס ארבעט שווער בלי ליאות.

א מענטש וואס איז שטארק מסודר.

א מענטש וואס האלט א וואכזאם אויג אז ס'זאל זיך נישט מאכן קיין סכנה.

א מענטש וואס 'טוט' זיינע פליכטן. (און נישט א מענטש וואס 'וויל' טון זיינע פליכטן).

א מענטש וואס געט נישט אויף, נאר גייט אן, טראץ ער זעהט נאך נישט קיין ברכה.

כדי משלים צו זיין אז מ'זאל זיין א זעקסער, מוז מען זיין א מענטש וואס נישט נאר ער וויל אינעווייניג 'פילן' אז ער איז גוט. (אזוי ווי מענטש וואס האט ווייניג זעלבסט זיכערקייט) נאר ער ארבעט אהערצושטעלן א זיכערער סביבה. ווען מ'קומט אין א סביבה פון א זעקסער, צו ס'זאל זיין אין זיין הויז, צו אין זיין קאר, צו נעבן אים אין ביהמ"ד, שפירט מען אז ער שיקט שטראלן פון 'זיכערקייט'. אזאנע שטראלן וואס דו פילסט שטייענדיג נעבן א 'שומר'. (איך רעד נישט פון א אומגעזונטע זעקסער, וואס קענען שיקן שטראלן פון אומזיכערקייט) א זעקסער איז נישט נאר א מענטש וואס קוקט אויף ווער ס'ווייסט די מערסטע וואס מ'דארף טון. דאס איז א געוויסע 'שוואכקייט' פון א מענטש, אבער מ'ווערט נאכנישט קיין זעקסער טייפ דערמיט. א זעקסער איז א מענטש וואס 'ארבעט מיט ארומיגע מענטשן צוזאמען'. דאס הייסט אז מ'קען זיין אזוי ווי דיין שילדערונג, אבער ווילאנג 'מ'ארבעט נישט מיט ארומיגע אהערצושטעלן א פארזיכערטער סביבה' איז מען נאכנישט קיין זעקסער.

ווילאנג א מענטש קוקט נאר אויף אנדערע מענטשן, צו וויסן ווער פון די אלע מענטשן טוען דאס בעסטע, אבער גרייט זיך נישט אגאנצן צייט אן צו האנדלן מיט שוועריגקייטן וואס קענען אויפקומען אין לעבן, איז ער נאכנישט קיין זעקסער! א זעקסער איז נישט יעדע שוואכקייט וואס מענטשן מיט ווייניג זעלבסט זיכערקייט האבן. דאס איז נישט קיין זעקסער. א זעקסער איז א טייפ פון א מענטש וואס שטעלט אוועק און ארבעט פלייסיג און הארעוועט שווער פאר 'זיכערקייט' אין זיין סביבה. דאס איז די ערשטע זאך. א זעקסער איז נישט איינער וואס וויל באקומען דעם געפיל פון 'שלימות'. א זעקסער מיינט נישט איינער וואס וויל האבן זעלבסט-זיכערקייט, דאס איז נאכנישט קיין זעקסער. נישט קיין חילוק ווי שטארק מ'וויל פילן אז מ'טוט גוט, און מ'וויל פילן אז מ'קען יא. איז מען נאכנישט קיין זעקסער, ווילאנג מ'איז נישט קיין אחריות'דיגער מענטש! איינער וואס האט נישט קיין אחריות, קען זיך גיין זוכן אן אנדערע טייפ. מ'דארף זיין 'אחריות'דיג'. פון וואס דו רעדסט איז א מענטש מיט ווייניג זעלבסט זיכערקייט. יא, אמת, אז זעקסער זענען די מערסטע אויסגעשטעלט צו ליידן פון די שוואכסטע זעלבסט זיכערקייט, און די שוואכסטע זעלבסט-ווערד, און פון די מערסט זיך-אליין-אראפקלאפן. אבער מ'איז פארט נישט קיין זעקסער, ווילאנג מ'איז נישט קיין מענטש וואס ארבעט שווער פאר זיכערקייט. ווילאנג מ'טוט נישט פאר 'זיכערקייט'. נישט פאר זעלבסט-זיכערקייט. נאר פאר 'זיכערקייט'. אז זאכן זאלן נישט אונטערברעכן. טון אז זאכן זאלן נישט אונטערברעכן. טון אז זאכן זאלן גיין זיכער..

דו קענסט נישט נעמען א כלליות'דיגע שוואכקייט און עס שטעלן אלץ א טייפ. ס'קען זיין אז דו ביסט א זעקסער, ס'קען זיין אז דאס פילט א זעקסער. אבער דו לאזט אויס שטריכן. מ'זעהט עס קלאר. דו האסט גענומען א שוואכקייט וואס הייסט 'ווייניג זעלבסט זיכערקייט' און א מענטש וואס וויל פילן 'זעלבסטזיכער', און געשטעלט אז דאס איז א זעקסער. אבער א זעקסער איז א מענטש וואס פילט זיכער! נאר זיין זיכערקייט קומט פון ארומיגע. פון ארבעטן מיט 'ארומיגע'. דאס וואס דו שרייבסט אז א זעקסער קוקט אויף דעם, און נאכדעם אויף יענעם, און ער ווערט דיסטרעקטעד. דאס קלינגט מיר אין קאפ, ווי סתם א מענטש וואס האט ווייניג זעלבסט זיכערקייט. איך וויל דיך עפעס פרעגן, א זעקסער קינד וואס וואקסט אויף מיט זעלבסט-זיכערקייט, איז נישט קיין זעקסער? די תירוץ אויף דעם איז אוודאי איז ער א זעקסער. א קינד וואס וואקסט אויף מיט זעלבסט זיכערקייט, קען זיין א זעקסער. ער איז א זעקסער מיט דעם, אז ער שפירט אז ער דארף טון פאר יענעם זייער אסאך מיט א שטארקע 'געטריישאפט' און 'איבערגעגעבנקייט' כדי צו האבן זיכערקייט, ער איז א זעקסער מיט דעם אז ער שפירט אז מ'דארף 'טון' פאר זיכערקייט. ער איז א זעקסער מיט דעם אז ער האט א געוואלדיגע 'אחריות', און פעסט אוועקגעשטעלט. ער איז א זעקסער מיט דעם אז ער וועט 'פרעגן' וויאזוי זיך צו פירן ביי יעדע זאך. "ער לעבט צוזאמען מיט די סיסטעם". וועסט אריינקריכן צו ער פילט ממש 'זעלבסטזיכער' מיט א דגוש, דאס וועט די תירוץ זיין 'צוזאמען מיט יענעם'! 'טון'! 'אחריות'! פיל איך פארזיכערט. אבער לויט ווי דו לייגסט עס אראפ, רעדסטו פון א שוואכקייט. אבער נישט פון א טייפ.

די וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ איז נאכנישט זעקס. יעדע טייפ מיט ווייניג זעלבסט זיכערקייט, צעשמיסן און צעריסן, קען אזוי פילן. לאמיר דיר עפעס פרעגן. איינע פון די שטריכן פון א זעקסער איז וואס אדאהאן שמועסט עס אויס, הייסט 'טעסטן'. דאס מיינט אז זיי 'טעסטן' אויס צו די מענטש וואס געט זיי שטיצע, וועט ווייטער זיין געטריי. אזא "נסיון". מ'פרואווט אויס, "איך גיי דיך בעטן א שווערע זאך וואס איך ווייס אז דו וועסט עס 'נאר' טון אויב דו ביסט מיר געטריי, ווייל איך וויל וויסן צו דו ביסט מיר אמת'דיג געטריי" איז דאס איינע פון די זאכן וואס דו לייגסט אויך אריין אין דיין צאמשטעל פון א זעקס? אדער דאס איז נאר ווי א קינוח סעודה, וואס א זעקסער מוז נישט האבן.

איך האב זייער הנאה פון דיין אראפגעלייגעכץ. ווייל ס'קען אריינשיינען א ליכט אין פארשידענע זאכן וואס קומען פאר מיט מענטשן. אבער זעקס? דאס איז א זעקסער? יא א זעקסער פילט אזוי ווי דו האסט עס אראפגעלייגט. מער ווייניגער. אבער דו פארפעלסט נקודות. נאך א שטריך פון זעקסערס איז "מקשר זיין יענעם צו זיך"! 'כורת ברית' זיין. מאכן א בונד! דאס איז איינע פון די שטארקע שטריכן פון א זעקסער, דאס אז זיי פארמאגן די כח צו מאכן א בונד מיט יענעם. זיי קענען אויפוועקן יענעמ'ס געפילן, און עס צושלעפן צו זיי. און מאכן א קשר. יענער זאל ווערן זייער חבר (דהיינו שטיצער). פארוואס זיי דארפן עס טון איז, ווייל דאס איז זייער זיכערקייט. איז דאס אויך אזאך וואס דו לייגסט אריין אין דיין דעסקריפשאן פון זעקס? והשם יעזור.

דאס וואס דו שרייבסט אז זעקסער ווערן דיסטרעקטעד. זעקסער מוזן נישט ווערן דיסטרעקטעד. זעקסער פילן אז זיי האבן איינעם וועם צו טראסטן! זייער פשוט! און סימפל! דו לייגסט עס אראפ אלץ איינע פון די שוואכקייטן פון א מענטש. נאך אזאך דו שרייבסט נישט וועגן "ענגזייעטי"! אנגעצויגנקייט. די עיקר שטריכן פון א זעקסער איז ענגזייעטי. סתם וועלן פילן גוט, סתם וועלן פילן אז מ'טוט גוט. זייער ארעם אראפצולייגן דעם זעקסער.
דו האסט לימיטעד דעם זעקסער'ס נקודה, ווי כאילו ביים זעקסער דרייט זיך נאר דעי איין געפיל א גאנצן טאג פון סכנות און שטיצע וכו' אין דער צייט וואס ביים זעקסער דרייט זיך פונקט אזוי ארום געפילן פון דיפרעסיע ער פילט ווי דאס לעבן איז פארנעפלט ער ווייסט נישט וואס ער אליין וויל פון זיך, זיין "איך" איז מורא'דיג צומישט.

איך האב לימיטעד דעם זעקסער'ס נקודה? ווייל דו ווילסט זיך ענדליך טרעפן אין א טייפ, דארפסטו זיך אריינשטעלן אין נאר איין געוויסע אספעקט פון א זעקסער? יא! אויסדרוקליך יא! פונקט אזוי ווי א פירער'ס געפיל דרייט זיך אגאנצן טאג "זיך צו טרעפן". אבער א גאנצן טאג ממש. גיי קוק וועסטו זעהן. און פונקט אזוי ווי א דרייערס ציה קראפט איז צו זיין ארויסגעשיינט! און דאס טראכט דער דרייער אגאנצן טאג. און פונקט אזוי ווי א פינעווער דרייט זיך זיין גאנצן טאג ארום, "פארשטיין די וועלט". דאס טוט ער אגאנצן טאג! און פונקט אזוי ווי א ניינער טוט אגאנצן טאג צו אנטלויפן פון פראבלעמען! און פונקט אזוי ווי א צווייער טוט א גאנצן טאג צו פילן אז ער איז "באליבט". און פונקט אזוי ווי אן איינזער טוט א גאנצן טאג צו טון וואס ס'איז 'ריכטיג'! און פונקט אזוי ווי אן אכטער טוט אגאנצן טאג וואס ער "וויל". און פונקט אזוי ווי א זיבענער טוט אגאנצן טאג "אריינלעבן אין די וועלט". אזוי טוט א זעקסער אגאנצן טאג צו פילן "פארזיכערט". אוועקצושטעלן זיכערע סיסטעמען. אלעס אלעס דרייט זיך ארום דעם נקודה.

א זעקסער (קראנק) קען האבן געפילן פון דעפרעסיע. ער פילט נישט ווי זיין לעבן איז פארנעפלט! ער פילט נישט דעס. ער פילט ווי ער האט נישט קיין 'סעקיוריטי'! גארנישט מער, און גארנישט ווייניגער. א פירער פילט "זיין "איך" איז מורא'דיג צעמישט".
דער זעקסער וויל זיין א נארמאלער מענטש צווישן מענטשן, ער וויל "פילן" אז מענטשן האבן אים ליב, אבער למעשה וויבאלד די גאנצע סיבה פארוואס ער וויל אזוי פילן איז וויבאלד ער פאר זיך פילט נישט זיין שויית ער האט נישט קיין שטאנד, ממילא סוב קאנטשעסטלי שפירט ער עס, ער פילט דעם דעקל מיט וואס ער וויל צודעקן זיין שוואכע "אני" פארשטייסט וואס איך מיין? ער פילט די סתירה אין זיך אליין, ער פילט די מלחמה און ער קען זיך נישט דערליידן, און איך וויל צולייגן אז איך רעד פון א זעקסער וואס האט זיך שוין געטראפן מיט זיינע הרגשים, נאר ער האט עס נאך בתוקפם.

א שוואכע "אני"! יא יא. דאס מיינט ווייניג זעלבסט זיכערקייט. דאס האט נאכנישט מיט זעקס. ס'קען זיין אז דו ביסט א זעקסער. אבער געדענק. אויב ווילסטו זיך אריינלייגן אין די שיך פון א זעקסער, מוזטו אויך זיין א מענטש מיט א שטארקע 'אחריות'! פאר עניני זיכערקייט. שטארק איבערגעגעבן צו פליכטן! אויב נישט, גיי זוך דיך א אנדערע טייפ. אויב ביסטו א זעקסער מוזטו זייער גוט וויסן פון וואס איך רעד. ווען דו וועסט ליינען די קומענדיגע ווערטער מוז ארויפקומען אין דיר גאר א שטארקער שטראם פון די טיפסטע פון דיין נפש, אויב נישט גיי זוך דיך א אנדערע טייפ.

"אחריות"!!!

"געטריישאפט"!!!

"זיך היטן פון א סכנה"!!!

"זיכערקייט"!!!

"וואס האלטן אנדערע פון מיר"!!!

"שטיצע"!!!

"וויסן וואס ס'גייט זיין"!!!

אויב ביסטו א זעקסער דארפן די קומענדיגע ווערטער דורכשניידן אין דיין חוט השדרה א סקרוך פון די מח אראפ. אויב נישט, אויב ס'איז נאר "אפשר יא, אפשר נישט." ביסטו נישט קיין זעקסער. די קומענדיגע ווערטער מוזן אויפוועקן אין דיר גאר א שארפע נגדיות, אויב דו ביסט א זעקסער.

"איך פיל אז מ'דארף מיך נישט"!!!

"איך פיל אומזיכער"!!!

"איך פיל ענגזייעטי"!!!

"איך בין אליין אין א פרעמדע ביהמ"ד"!!!

"ארום מיר איז דא טראבל"!!!

ער לעבט דערמיט, אבער וויבאלד ס'איז נישט 'ער' נאר ער טוט עס ווייל ער וויל צו דעקן זיין שוואכקייט און באקומען דעם הרגש פון זיכערקייט דורך פארזיכערן אז ער האט א גוטע בעיס אויף וואס זיך אנצולאנען און נישט שפירן ווי א אפגעריסענע בלעטל, ס'איז נישט זיין עכטע "איך" פארקערט ס'איז א פאלשע "אני" וואס ער צווינגט ארויף אויף זיך צו ריפלעיסן זיין עכטע שוואכע "אני"

איך אפרישיעד דיך זייער שטארק פארן מיטטיילן א געוויסע אינערליכער וועלט. איך האלט נאך אלץ אז דאס איז סתם "ווייניג זעלבט זיכערקייט" און נאכנישט זעקס.
איך האב שוין געקוקט, און אפי' געהאלטן א שטיק צייט אזוי, אבער למעשה בין איך א זעקסער.

נשמה! קוק אהן דעם זעקסער אביסל טיפער ווי דו האסט אים אנגעקוקט ביז יעצט, דער זעקסער איז נישט אזוי פשוט.


אויב וואלסטו געווען א זעקסער, וואלט איך הנאה געהאט אז דו זאלסט אונז מיטיילן פון דיין אינערליכער וועלט, אבער ביזדערווייל קוקט נישט אויס ווי מיר האבן געטראפן דעם ריכטיגן זעקסער. א זעקסער דארף האבן די 'מעלות' פון א זעקסער אויך. איך וויל דיך זאגן, א מענטש וואס שטעלט זיינע באשלוסן אויף וואס ער 'פילט', איז זייער צעמישט. ווייל געפילן טוישן זיך. דאס מיינט נאכנישט זעקס. הגם ס'קען זיין.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:03 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה, איין זאך דארפסטו פארשטיין, איך האב בכלל נישט געשריבן מיין אויבנדערמאנטע תגובה מגדיר צו זיין דעם זעקסער, איך האב סתם געשריבן כלליות'דיגע געפילן וואס באטרעפט מיר און אזוי אויך אנדערע מענטשן בדומה לי, און איך האב נישט געשטעלט מיינע באשלוסן אויף וואס איך פיל,
דאס אז איך בין א זעקסער דאס האב איך געוואוסט פון פארדעם, איך האב עס נישט אויסגעבויעט פון דעם,
דו ביזט אבער געקומען און געזאגט, אז מיין תגובה איז 'פיר' 'דריי', האב איך דיר געוואלט זאגן אז די אלע פילינגס קען א זעקסער פונקט אזוי שפירן, און איך האב מסביר געווען וויאזוי עס האט שייכות מיט זעקס, דאס אלעס, יעצט שטימט שוין אלעס?
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 8:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

(איך שרייב לויט וויאזוי איך געדענק יעצט, אויב ווען דו ליינסט עס ווייסטו בעסער, ווייסטו בעסער)
ווען איך וויל מגדיר זיין א פירער, וועל איך זאגן אז ער דערזעהט זיך פון ווען ער וואקסט אויף מיט עפיזאדן פון עמאושענס. ער פילט אז אין אים איז דא א מאשין וואס פראדוצירט עמאושענס. יעדע זאך פון די דרויסענדיגער וועלט מאכט אים זייער 'געפיליש', ס'איז עפעס א גאנצע מעשה וואס ס'קומט פאר ארום אים. פירער ביי א חתונה למשל, איז עפעס א גאנצע זאך. זייערע געפילן אפערירן שטארק אין זיי, און ס'נעמט זיי איבער. ס'איז נישט קיין וואונדער אז זיי קענען נישט כאפן זייער 'איך', זיי פילן אז זייער אינעווייניג איז שטערקער ווי זיי אליין. איינער לעבט אין זיי. און יעדע מאל 'פילט' ער אנדערש. ווייל געפילן טוישן זיך מיטן מצב, און פירער 'פילן' שטארק, סאו ווער בין 'איך'. זיי ווערן צומישט דערפון, און זיי ווילן אפשטעלן זייער געפילן אויף איין פלאץ אז ס'זאל נישט פארדרייען זייער 'איך'.

אינדערצייט ווען מענטשן ארום די פירער ווערן נישט אזוי איבערגענומען מיט געפילן, און זיי גייען אן, און זיי זענען 'לייכט', פילט אבער דער פירער ווי ער ווערט דערשטיקט פון 'געפיל'. און ער קען נישט פארשטיין וויאזוי אנדערע מענטשן קענען אנגיין אזוי 'לייכט' פון איין זאך צום צווייטן, אינדערצייט ווען ער 'פילט' זאכן אזוי שטארק. ער פילט און פילט און פילט און פילט און פילט. דערפאר דארף א פירער קינד, אדער סייוועלכע קינד וואס מ'באמערקט אויף אים 'געפילן', דארף מען אים אויסרעדן. ס'איז נישט קיין שלעכטע געפילן, ס'איז די 'שטארקייט' פון געפילן וואס מ'דארף עס 'אויסלופטערן'.

ער פילט ווי ער ווערט פיל מיט עמאושענס, געפילן, כח המדמה. ס'איז נישט שווער צו וויסן וואס א פירער פילט. ווען דו שטייסט אויף צופרי, זאלסטו די ערשטע זאך טראכטן "וואס פיל איך"? און אויף יעדע זאך וואס דו קוקסט זאלסטו פרובירן צו שפירן די געפילישע זכרונות וואס די זאך וועקט אויף אין דיר, די געפילישע זכרונות וואס די זאך דערמאנט אין דיר, און ווער גאר שטארק 'איינגעזאפט' דערין. זעהסט א מענטש, דערמאן דיך אלע געפילן וואס דו געדענקסט וועגן דעם מענטש און ווער איינגעזאפט דערין. שפיר עס. אזוי פילט א פירער.

א פירער ווערט באגלייט פון טיפע געפילן, ער טראכט נישט "וואס פיל איך יעצט?" ס'פילט זיך אים 'אינעווייניג' די מצב ארום, מיט א שטארקייט, ער ווערט איבערגענומען מיט געפילן. איבערגענומען מיט געפילן איז נישט די ריכטיגע ווארט. איבערגענומען מיט געפילן קען מען זאגן אויף א מענטש וואס איז 'לייכט', און פלוצלינג ווערט ער איבערגענומען מיט געפילן. אבער א פירער איז א שטיק געפיל. ער איז איין שטיק מיט די געפיל, און איינגעזאפט דערין. אזוי ווי א קינד וואס מ'האט אריינגעווארפן אין א הויעכע הויפן דאכענעס. (געדענקסט, אלץ קינד?) דער פירער איז איינגעזינקען דערין. און פון דארט, פון יענע פלאץ, אפערירט ער.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז א דורכשניטליכער פירער איז אומצופרידן. איך טראכט פון די קינד וואס מוטשעט די מאמע, מאמי, מאמי, מאמי. ער איז נישט צופרידן. "וואס גייט פאר"? "וואס איז נישט גוט"? "קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט"? מאמי מאמי מאמי. כאילו ס'פעלט אים עפעס.

א זיבענער איז אנדערש ווי א פירער. א זיבענער בורדעט (טראכט פון קינדער אין א פארק) ער לויפט פון סווינג צום גליטשער צום סיסאו, צו אנדערע זאכן, ער איז פאזיטיוו, ער לאכט, ער 'לעבט'. ווען ס'קומט צום סוף וויל ער נאכנישט אהיים גיין. ער לויפט נאך די נקודה פון א געוויסע עקספיריענס וואס ער האפט אז ס'וועט אים געבן 'חיות', באפרידיגן. געבן זיין געפיל אז ער לעבט. זיין פרישקייט.

א פירער, ניין. א פירער שטייט נעבן די מאמע און מוטשעט. (איך מיין נישט ארויסצוברענגען אז א פירער מוטשעט, איך מיין צוזאגן די נקודה וואס ער פילט) א פירער איז אומצופרידן. "משה'לע, פארוואס גייסטו נישט צום גליטשער? ס'איז נישט אינטערעסאנט! פארוואס גייסטו נישט צום סווינג? די סווינג איז נישט גוט. מאאאמי, ס'איז נישט אינטערעסאנט דא. (אפילו ער זאגט עס נישט, אבער ער פילט עס, איך וויל ארויסברענגען וואס ער פילט) א פירער פילט אז "עפעס א נקודה פעלט דא", א נקודה וואס קען נישט ווערן ערפילט. ער ווייסט נישט פונקטליך וואס. א פירער לעבט מיט אנטוישונגען. "איך האב געמיינט אז ס'גייט זיין גוט, און ס'גארנישט דאס וואס איך האב געמיינט. ס'גארנישט 'יענע' נקודה". אפילו ווען פירער וואקסן אויף זענען זיי נאך אלץ נישט צופרידן.

ביידע, סיי דער פירער, און סיי דער זיבענער ווילן טרעפן זייער 'חיות', אבער אינדערצייט וואס א זיבענער לעבט אריין אין די וועלט און לויפט אוועק פון נעגעטיוו, און לויפט צו פאזיטיוו, נאך און נאך, און לעבט אריין, וועט דער דורכשניטליכער פירער זיין אומצופרידן וויאזוי ס'איז. א פירער וועט זיין צופרידן דוקא ווען די פלאץ וואו ער דאווענט איז נישט טרוקן. א פירער רופט עס 'טרוקן'. (און זאג מיר צו איך בין גערעכט) 'סתם'. א פירער האט אזוי מורא פון די 'סתם'. 'סתם' אן מיין 'נפש'? ניין! נאו וועי. ס'מוז זיין ספעשול. ס'מוז האבן מיין נפש דערין. פליישמאן רופט עס 'כלים', ס'מוז האבן די 'כלים' מעורר צו זיין מיין 'נפש'. איך האב ליב ווען די ביהמ"ד איז מער אזא שוהל, כאפסט? סתם טישן און בענק מיט ווייסע פלעסטיג טישטוכער, הייסט נאכנישט קיין 'שוהל' פאר א פירער, אז ער זאל פילן אז ס'האט די ריכטיגע נקודה אין זיך. די 'נפש' אין זיך. ס'דארף האבן זיין 'נקודה הפנימיות'. יעדע פירער עפעס אנדערש. א פירער פילט טאקע אייביג (און זאג מיר צו איך בין גערעכט) אז די שוהל ווי איך האב געדאווענט ווען איך בין געווען דארט און דארט אויף שבת, איז געווען אזוי "פלעין", א פירער ווייסט אליין נישט וואס, ס'האט געפעלט די 'נקודה'.

א פירער איז נישט צופרידן. וואס דארפסטו? דוקא א סחורה'נע ווייסע טישטוך? איך געב דיר א ווייסע טישטוך דוקא א סחורה'נע. מיט א דיזיין. יעצט ביסטו שוין צופרידן? ביסטו נאך אלץ נישט צופרידן ווייל ס'מוז האבן פרינדשעס ביי די עקן?, דא האסטו דאס אויך. יעצט ביסטו שוין צופרידן? נאך אלץ נישט. סאו וואס דארפסטו? דארפסט דוקא קאווע אין א גלאז? און דוקא ברייטע צוקער? דאס דארפסטו? דא האסטו. איך געב דיר דאס אויך. אבער ביסט נאך אלץ נישט צופרידן ווייל חזקאל אברהם איז נישטא די וואך. דו ווילסט אז חזקאל אברהם זאל דא דאווענען די וואך. ווייל נאר מיט חזקאל אברהם ביסטו צופרידן, סאו ביסט אומצופרידן. און ווען חזקאל אברהם איז יא דא, ביסטו אויך נישט צופרידן. קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט? קענסט מיר זאגן וואסערע 'נקודה' דו זוכסט? זיי ווייסן אליין נישט. זיבענער דארפן אויך דוקא א קאווע פון די מאשין למשל. (איך געב נאר די משל) אבער ער לעבט. ער לעבט אריין. ווען ער טרונקט די קאווע, טראכט ער שוין פון די קומענדיגע זאך וואס גייט אים געבן 'חיות'. וואס גייט פיטערן זיין 'דעת'. זיין 'מציאותיות'. אבער פירער, בלייבן אלעמאל מיט דעם אז מיט דעם אלעם 'פעלט' דא עפעס.

ווען פירער קומען צו א חתונה, אדער צווישן חברים, מיינען זיי אז דאס מאל וועלן זיי טרעפן יענע נקודה וואס פעלט. און זיי גייען אהיים אזוי אנטוישט. איי פירער, נעבעך, איך שוין דיר. האסט אזוי געוואלט טרעפן יענע נקודה. האסט אזוי געהאפט אפשר דאס מאל וועסט עס טרעפן, און ווען דו ביסט געקומען דערצו האסטו געזעהן אז די עכטע וועלט איז נישט די פאנטאזיע וועלט.

באמת אבער, ווען מ'איז זיך מקשר צו די הייליגע תורה, ווען מ'וויינט זיך אויס פארן הייליגן באשעפער, ווען מ'בענקט נאך די הייליגע שכינה, דאן טרעפט מען די עכטע נקודה. דערמאנסט דיך פון די ניגון איך האב געווארט און געווארט דאס פילט א פירער. אבער ווען מ'גיסט זיך אויס דאס הארץ צום הייליגן באשעפער ווערט אביסל גוטמוטיג. ווייל דער אמת פארוואס א פירער פילט אזוי אז ס'פעלט עפעס, איז טאקע אט דאס ווייטקייט פונעם תחת כסא הכבוד פון וואו זיין נשמה קומט, כאיל תערוג על אפיקי מים כן נפשי תערוג אליך אלוקים.

פירער בענקען. אויב 'בענקשאפט' זענען עס די פירער. אויב די הארץ קען ח"ו ווערן ווי א שטיין זענען עס די פירער (אומגעזונט). א פירער אויב ח"ו ס'ווערט גארנישט און ער זעהט אז מיט דעם אלעם האט ער זיך נאך אלץ נישט געטראפן, קען עס ווערן ח"ו פארשטיינערט (דעפרעסט). ווייל וויפיל קען א מענטש בענקען? א פירער דארף אויסגעבן זיין שעפערישקייט. זיין פליסיגער נפש. אז די קוואל זאל זיך צוריק נעמען גיין ווי אמאל. א פירער דארף זיך מקשר זיין צום יעצט. ער דארף זיך מקשר זיין צו זיין הארץ, וואס פילט מיין הארץ 'יעצט'. און די 'יעצט' טוישט זיך. אגאנצן צייט. סאו די פירער דארפן זיך מיטטוישן. א נייע זאך. א נייע זאך. א נייע זאך. פארקערט ווי זייער 'איגו' אנצוהאלטן די פריערדיגע געפיל.

פליישמאן שרייבט אין זיין לימודים לדעת, ואכן עיקר השייכות שישנו לאדם עם נפשו, היא דייקא 'בזמן ההוה עם כלים הווים' ורק בצורה זו הוא מגלה שפע טוהר נפשו בפשטותה וטהרתה ונצחיותה. אין אייוועלט גערעדט, א מענטש דארף לעבן אינעם 'יעצט', זיך מקשר זיין צו וואס ס'קומט פאר יעצט. האסט יעצט פאר דיר דאס וואס דו האסט פאר דיר. און מיט דעם זיי דיך מקשר. אזוי האבן ערליכע יודן אלעמאל געלעבט. זיי האבן געלעבט אינעם יעצט.

א פירער קען דאס שווער הערן. א פירער קען אזוי שווער לעבן אינעם יעצט. "ס'איז נישט גוט!!!" איך האב נישט ליב!!! עפעס פעלט. ס'ביטער. ס'אומבא'טעמ'ט. ער וויל כאפן די געפיל. ער ווארט נישט אז זיין געפיל זאל אריינקומען מיט אן התחדשות פון דאס ניי. פון הימל. א פירער קען אזוי שווער זיך צאמקלויבן, אויפהערן צו בענקען אזוי פיל, און אנהייבן לעבן אינעם יעצט. און זיין מיט געדולד וויאזוי עס איז נאר אין זיין הארץ. און אויב ער פרובירט יא דאס צו טון, נאך אפאר סקונדעס און זיין קאפ לויפט שוין ווייטער "אבער ס'פעלט מיר", ער וויל כאפן די 'נקודה'. אויב מ'פילט אז ס'פעלט איז א סימן אז מ'דארף זיך נאך מער מקשר זיין צום יעצט, צו וויאזוי די הארץ פילט אינעם 'יעצט'. און נאך מער מקשר זיין צום יעצט, און נאך מער. ביז מ'פילט שוין נישט אז ס'פעלט. ס'איז נישט אז ס'פעלט עפעס אינעם 'הוה', ס'איז אז דו ביסט נישט מקושר צום 'הוה'. ביסט נישט מקושר צו דיין 'הארץ'. צום רצון השם שבהוה. דאס איז וואס ס'פעלט דיך. א פירער דארף זיך מקשר זיין צו זיינע געפילן פונעם 'הוה'. לאז אפ די געפילן פון א סקונדע צוריק, לעב מיט די געפילן וואס איז יעצט אריינגעקומען, וואס דו גייסט עס אין א סקונדע ארום אינגאנצן אפלאזן, און דיך ערלויבן צו לעבן מיט די טיפע געפילן פון דיין הארץ פון יענע סקונדע און אזוי ווייטער.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 2:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

מיין פערסאנעלעטי טעסט רעזולט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איך האב נישט לאנג צוריק גענומען א באצאלטע אניגראם טעסט (אניגראם אינסטוטוט) איך האב געסקורט הויפט: 4 דענאך איז געווען א טיי צווישן 6 און 2.

מומחים ודיינים, נשמה ומוח וויאזוי האלט איר קען איך פעסטשטעלן אז דאס איז די מציאות, ווען איך שפיר אלס אז איך האב דעם 3 ווינג זייער שטארק.

כ׳וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב מיך אלס געשפירט מער סאושעל און פראקטיש ווי אנדערע פירער׳ס, אבער נישט אזוי נערוועז און אומטראסטעדיג ווי זעקס.

ברצוני לשמוע דעתכם
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק גענומען א באצאלטע אניגראם טעסט (אניגראם אינסטוטוט) איך האב געסקורט הויפט: 4 דענאך איז געווען א טיי צווישן 6 און 2.

מומחים ודיינים, נשמה ומוח וויאזוי האלט איר קען איך פעסטשטעלן אז דאס איז די מציאות, ווען איך שפיר אלס אז איך האב דעם 3 ווינג זייער שטארק.

כ׳וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב מיך אלס געשפירט מער סאושעל און פראקטיש ווי אנדערע פירער׳ס, אבער נישט אזוי נערוועז און אומטראסטעדיג ווי זעקס.

ברצוני לשמוע דעתכם

ס'מאכט סענס לויט זייערע שאלות, אז א פירער מיט א דרייער פליגל זאל אויסקומען 'הויפט' א פירער, און דערנאך א טיי צווישן זעקס און צוויי. אויב דו וועסט גוט דורכקוקן זייערע 'שאלות'. איך גיי פרובירן עפעס, מוז נישט זיין אז ס'וועט זיך אויסארבעטן. און מוז נישט זיין אז דו וועסט האבן געדולד צו ענטפערן.
וועכע האסטו אויסגעקליבן פון די קומענדיגע שאלות?

א טייפ פון א מענטש וואס איז היפש ציניש און סקעפטיש?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס איז היפש געפיליש (ער ווייזט זיינע ליבליכע געפילן פאר אנדערע)?
דער צווייער.

א טייפ פון א מענטש וואס איז 'אנגעהאנגען' אין זיינע חברים, און זיינע חברים ווייסן אז זיי קענען זיך אנהענגען אין אים?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס הענגט זיך נישט אן אויף מענטשן, און 'טוט זאכן אליין'?
דער דרייער.

א טייפ פון א מענטש וואס איז אנגעהאנגען אויף זיין התמדה (טראץ שטיינער אין וועג) און אויף זיין קאמאן סענס?
דער זעקסער. (א זעקסער ווייסט, אז זיין 'התמדה' און דאס וואס ער נוצט זיין 'קאמאן סענס' צו מאכן א חשבון וואס צו טון, איז וואס ס'נוצט אים ב"ה אין לעבן)
א טייפ פון א מענטש וואס איז אנגעהאנגען אויף זיין דמיון און צייטן פון אינספיירעשאן?
דער פירער. (א פירער ווייסט, אז ער מוז צוקומען צו זיין 'דמיון' און ווערן "איבערגענומען מיט א טיפן געפיל פון זיין נפש צו טון עפעס" אויב נישט ווייסט ער גייט עס נישט.)

א טייפ פון א מענטש ביי וועם פליכטן, און אחריות'ער, איז זייער חשוב?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס ביי אים איז הארמאניע און אקסעפטענס (שלום צווישן מענטשן, אננעמען מענטשן וויאזוי זיי זענען) זייער חשוב?
דער ניינער.

אויף די קומענדיגע זאלסטו גוט קוקן, ווייל צומאל מיינט מען אז ס'פילט זיך 'נאטורליך' צו זיין אין צענטער, ווען באמת אין הארץ, האט מען נישט ליב.
א טייפ פון א מענטש פאר וועם ס'פילט זיך געווענליך 'נאטורליך' צו זיין אין צענטער פון אטענשאן?
דער זיבענער.
א טייפ פון א מענטש פאר וועם ס'פילט זיך געווענליך 'פרעמד' צו זיין אין צענטער פון אטענשאן?
דער פירער.

א טייפ פון א מענטש וואס איז 'פארזיכטיג', און פרובירט זיך צוצוגרייטן צו 'אומפאראויסגעזעענע פראבלעמען'?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס איז 'ספאנטאן', און באפארציגט זיך אן עצה צו געבן בשעת די פראבלעמען קומען, אבער נישט פארדעם, (דער אייבערשטער זאל אפהיטן)?
דער זיבענער. (איך כ'על טון אזוי, אדער אזוי, מ'עט שוין זעהן דעמאלטס. דער אייבערשטער זאל אפהיטן)

א טייפ פון א מענטש וואס פילט זיך אפט אלץ דער 'אייגנטומער' פון באליבטע – און ער האט שוועריקייטן זיי צו לאזן זיין?
דער צווייער.
א טייפ פון א מענטש וואס "פרובירט" אפט אויס באליבטע, צו זעהן אויב זיי זענען עכט דא פאר אים?
דער זעקסער.

א טייפ פון א מענטש ביי וועם ס'איז זעלטן אויבן אין זיין אגענדע צו ערפילן סאושעל התחייבות'ער (וואס דער ציבור טוט)?
דער פירער. (איך מיין נישט זאכן וואס ס'שטייט דערויף אל תפרוש מן הציבור.)
א טייפ פון א מענטש וואס נעמט סאושעל התחייבות'ער זייער ערנסט?
דער זעקסער.

אויף די קומענדיגע, בין איך אויך זייער נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט. וועכע דו האסט ענדערש אויסגעוועלט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' 'צוריקצוהאלטן' זיינע ווארעמע ליבליכע שטראלן צו אנדערע, און וויל אז אנדערע זאלן אריינקומען אין זיין וועלט?
דער פירער.
א טייפ פון א מענטש וואס 'גיבט זיין ווארימקייט' צו פריי, און וויל 'זיך' אויסברייטערן אין אנדערע'מס הערצער.
דער צווייער.

דא וויל איך דיר זאגן, אז א פירער האט זייער א רייכער 'דמיון' אזוי שרייבט אדאהאן. און זעקסער טראכטן פון די ערגסטע וואס קען געשעהן. פירער טראכט זיי פון זיך אליין די ערגסטע וואס קען געשעהן. ס'איז א הבחנה צווישן די צוויי. בין איך נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' צו טראכטן פון די ערגסטע וואס קען געשעהן?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' צו טראכטן אז אלעס וועט זיך צום סוף אויסארבעטן צום גוטן.
דער ניינער.

בין איך נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט ביי די קומענדיגע פראגע.
א טייפ פון א מענטש וואס האלט אז ער האט פארלוירן, ווייל ער האט נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט?
דער פירער.
א טייפ פון א מענטש וואס האלט אז ער האט פארלוירן ווייל ער איז נאכגעגאנגען צופיל מעגליכקייטן?
דער זיבענער.

דא איז מיר אויך אינטערעסאנט וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס פרובירט אפט אויסצופיגערן וויאזוי צו ווערן נאנטער צו אנדערע?
דער צווייער.
א טייפ פון א מענטש וואס פרובירט אפט אויסצופיגערן וואס אנדערע ווילן פון אים?
זעקסער.

דא איז מיר אויך אינטערעסאנט.
א טייפ פון א מענטש וואס טוט רוב מאל וואס ער דארף טון?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס טוט רוב מאל וואס ער וויל טון?
דער פירער. (א זעקסער טוט וואס מ'דארף פאר 'זיכערקייט', א פירער טוט וואס ער וויל, והשם הטוב יעזור)

די קומענדיגע איז אויך אינטערעסאנט וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א טיפע געברויך צו 'באלאנגען'?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א טיפע געברויך צו פילן 'באלאנסירט'?
דער איינזער.

דא איז מיר זייער אינטערעסאנט. וואס פילסטו ענדערש, וועכע געפיל קומט ארויף. קומט ארויף א געפיל אוועקצומאכן יענעם איך בין די זאך און שוין. אדער קומט אריין א געפיל צו ווערן דעפענסיוו און צוריק טענה'נען.
א טייפ פון א מענטש וואס ווען ער פילט אז ער ווערט אומזיכער, ריאקט ער דורכן ווערן אראגאנט, און אוועקמאכן יענעם?
דער דרייער.
א טייפ פון א מענטש וואס ווען ער פילט אז ער ווערט אומזיכער ריאקט ער דורכן ווערן דעפענסיוו און טענה'דיג.
דער זעקסער.

בקיצור. ס'מאכט סענס אז אויב דו ביסט א פירער מיט א דרייער פליגל, זאל אויסקומען די הויפט פיר, און נאכדעם א טיי צווישן זעקס און צוויי. געדענק א פירער האט אין זיך צווייערישקייט אויך.

והשם הטוב יעזור.
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

נשמה האט געשריבן:ס'מאכט סענס לויט זייערע שאלות, אז א פירער מיט א דרייער פליגל זאל אויסקומען 'הויפט' א פירער, און דערנאך א טיי צווישן זעקס און צוויי. אויב דו וועסט גוט דורכקוקן זייערע 'שאלות'. איך גיי פרובירן עפעס, מוז נישט זיין אז ס'וועט זיך אויסארבעטן. און מוז נישט זיין אז דו וועסט האבן געדולד צו ענטפערן.
וועכע האסטו אויסגעקליבן פון די קומענדיגע שאלות?

א טייפ פון א מענטש וואס איז היפש ציניש און סקעפטיש?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס איז היפש געפיליש (ער ווייזט זיינע ליבליכע געפילן פאר אנדערע)?
דער צווייער.

דער צווייטע

א טייפ פון א מענטש וואס איז 'אנגעהאנגען' אין זיינע חברים, און זיינע חברים ווייסן אז זיי קענען זיך אנהענגען אין אים?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס הענגט זיך נישט אן אויף מענטשן, און 'טוט זאכן אליין'?
דער דרייער.

נישט קלאר, איך בין (מיינעך) א מענטש וואס מיינע חברים שפירן אז זיי קענען זיך אנהענגן אין מיר, איך בין געטריי צו זיי, איך בין אויך איינער וואס האט ליב צו טון זאכן צוזאמען מיט אנדערע, צו האבן א טיעם, געטרייע טיעם, סעקיורד טיעם.
אבער איך טוה זאכן אליינס אויך, דהיינו איך ווער נישט פארפרוירען אויב איך דארף טוהן זאכן אליינס(אביסל אומזעקסעריש)

א טייפ פון א מענטש וואס איז אנגעהאנגען אויף זיין התמדה (טראץ שטיינער אין וועג) און אויף זיין קאמאן סענס?
דער זעקסער. (א זעקסער ווייסט, אז זיין 'התמדה' און דאס וואס ער נוצט זיין 'קאמאן סענס' צו מאכן א חשבון וואס צו טון, איז וואס ס'נוצט אים ב"ה אין לעבן)
א טייפ פון א מענטש וואס איז אנגעהאנגען אויף זיין דמיון און צייטן פון אינספיירעשאן?
דער פירער. (א פירער ווייסט, אז ער מוז צוקומען צו זיין 'דמיון' און ווערן "איבערגענומען מיט א טיפן געפיל פון זיין נפש צו טון עפעס" אויב נישט ווייסט ער גייט עס נישט.)

דער צווייטע

א טייפ פון א מענטש ביי וועם פליכטן, און אחריות'ער, איז זייער חשוב?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס ביי אים איז הארמאניע און אקסעפטענס (שלום צווישן מענטשן, אננעמען מענטשן וויאזוי זיי זענען) זייער חשוב?
דער ניינער.

דער ערשטע, כבין היבש א קריטיקעל מענטש (היבש דזשאדשמעמטל)

אויף די קומענדיגע זאלסטו גוט קוקן, ווייל צומאל מיינט מען אז ס'פילט זיך 'נאטורליך' צו זיין אין צענטער, ווען באמת אין הארץ, האט מען נישט ליב.
א טייפ פון א מענטש פאר וועם ס'פילט זיך געווענליך 'נאטורליך' צו זיין אין צענטער פון אטענשאן?
דער זיבענער.
א טייפ פון א מענטש פאר וועם ס'פילט זיך געווענליך 'פרעמד' צו זיין אין צענטער פון אטענשאן?
דער פירער.

האלב און האלב

א טייפ פון א מענטש וואס איז 'פארזיכטיג', און פרובירט זיך צוצוגרייטן צו 'אומפאראויסגעזעענע פראבלעמען'?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס איז 'ספאנטאן', און באפארציגט זיך אן עצה צו געבן בשעת די פראבלעמען קומען, אבער נישט פארדעם, (דער אייבערשטער זאל אפהיטן)?
דער זיבענער. (איך כ'על טון אזוי, אדער אזוי, מ'עט שוין זעהן דעמאלטס. דער אייבערשטער זאל אפהיטן)

לכאורה דער ערשטע

א טייפ פון א מענטש וואס פילט זיך אפט אלץ דער 'אייגנטומער' פון באליבטע – און ער האט שוועריקייטן זיי צו לאזן זיין?
דער צווייער.
א טייפ פון א מענטש וואס "פרובירט" אפט אויס באליבטע, צו זעהן אויב זיי זענען עכט דא פאר אים?
דער זעקסער.

דער צווייטע

א טייפ פון א מענטש ביי וועם ס'איז זעלטן אויבן אין זיין אגענדע צו ערפילן סאושעל התחייבות'ער (וואס דער ציבור טוט)?
דער פירער. (איך מיין נישט זאכן וואס ס'שטייט דערויף אל תפרוש מן הציבור.)
א טייפ פון א מענטש וואס נעמט סאושעל התחייבות'ער זייער ערנסט?
דער זעקסער.

דא בין איך סטאק, איך בין נישט קלאר וואס מען מיינט מיט סאושעל התחייבותער, פליז נשמה מאך קלאר.

אויף די קומענדיגע, בין איך אויך זייער נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט. וועכע דו האסט ענדערש אויסגעוועלט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' 'צוריקצוהאלטן' זיינע ווארעמע ליבליכע שטראלן צו אנדערע, און וויל אז אנדערע זאלן אריינקומען אין זיין וועלט?
דער פירער.
א טייפ פון א מענטש וואס 'גיבט זיין ווארימקייט' צו פריי, און וויל 'זיך' אויסברייטערן אין אנדערע'מס הערצער.
דער צווייער.

דער ערשטע

דא וויל איך דיר זאגן, אז א פירער האט זייער א רייכער 'דמיון' אזוי שרייבט אדאהאן. און זעקסער טראכטן פון די ערגסטע וואס קען געשעהן. פירער טראכט זיי פון זיך אליין די ערגסטע וואס קען געשעהן. ס'איז א הבחנה צווישן די צוויי. בין איך נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' צו טראכטן פון די ערגסטע וואס קען געשעהן?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' צו טראכטן אז אלעס וועט זיך צום סוף אויסארבעטן צום גוטן.
דער ניינער.

די ערשטע

בין איך נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט ביי די קומענדיגע פראגע.
א טייפ פון א מענטש וואס האלט אז ער האט פארלוירן, ווייל ער האט נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט?
דער פירער.
א טייפ פון א מענטש וואס האלט אז ער האט פארלוירן ווייל ער איז נאכגעגאנגען צופיל מעגליכקייטן?
דער זיבענער.

די ערשטע,

דא איז מיר אויך אינטערעסאנט וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס פרובירט אפט אויסצופיגערן וויאזוי צו ווערן נאנטער צו אנדערע?
דער צווייער.
א טייפ פון א מענטש וואס פרובירט אפט אויסצופיגערן וואס אנדערע ווילן פון אים?
זעקסער.

די צווייטע

דא איז מיר אויך אינטערעסאנט.
א טייפ פון א מענטש וואס טוט רוב מאל וואס ער דארף טון?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס טוט רוב מאל וואס ער וויל טון?
דער פירער. (א זעקסער טוט וואס מ'דארף פאר 'זיכערקייט', א פירער טוט וואס ער וויל, והשם הטוב יעזור)

דא בין אויך אומקלאר, נשמה ביטע געב א משל.

די קומענדיגע איז אויך אינטערעסאנט וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א טיפע געברויך צו 'באלאנגען'?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א טיפע געברויך צו פילן 'באלאנסירט'?
דער איינזער.

די ערשטע

דא איז מיר זייער אינטערעסאנט. וואס פילסטו ענדערש, וועכע געפיל קומט ארויף. קומט ארויף א געפיל אוועקצומאכן יענעם איך בין די זאך און שוין. אדער קומט אריין א געפיל צו ווערן דעפענסיוו און צוריק טענה'נען.
א טייפ פון א מענטש וואס ווען ער פילט אז ער ווערט אומזיכער, ריאקט ער דורכן ווערן אראגאנט, און אוועקמאכן יענעם?
דער דרייער.
א טייפ פון א מענטש וואס ווען ער פילט אז ער ווערט אומזיכער ריאקט ער דורכן ווערן דעפענסיוו און טענה'דיג.
דער זעקסער.

האלב און האלב

בקיצור. ס'מאכט סענס אז אויב דו ביסט א פירער מיט א דרייער פליגל, זאל אויסקומען די הויפט פיר, און נאכדעם א טיי צווישן זעקס און צוויי. געדענק א פירער האט אין זיך צווייערישקייט אויך.

והשם הטוב יעזור.
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

די פריערדיגע תגובה האב איך אריינגעשריבן מיינע ענטפער אין די תגובה פון נשמה, סאו נאך יעדע שאלה מערק א תשובה (אויב איינער קען מיך זאגן וויאזוי מען קען מאכן צו רעאגירן אין א תגובה און עס זאל נאך אלס זיין עקסטער, נשמה סטייל, וואלט איך אפרישיעטעד)
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לב אחד האט געשריבן:די פריערדיגע תגובה האב איך אריינגעשריבן מיינע ענטפער אין די תגובה פון נשמה, סאו נאך יעדע שאלה מערק א תשובה (אויב איינער קען מיך זאגן וויאזוי מען קען מאכן צו רעאגירן אין א תגובה און עס זאל נאך אלס זיין עקסטער, נשמה סטייל, וואלט איך אפרישיעטעד)

מען מאכט פשוט קוואוטס ביי יעדע שטיקל. כזה:
https://www.dropbox.com/s/isw09s4435j5m ... 3.mp4?dl=0
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:א טייפ פון א מענטש וואס איז היפש ציניש און סקעפטיש?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס איז היפש געפיליש (ער ווייזט זיינע ליבליכע געפילן פאר אנדערע)?
דער צווייער.

דער צווייטע

א פירער האט אויך אין זיך צווייערישקייט. דאס הייסט, נישט אזוי ווייט ווי דער צווייער וואס פילט אז ער מוז ארויסווייזן זיינע געפילן פאר א צווייטן, אז א צווייטער זאל עס זעהן, ווייל נאר אזוי פילט ער אז זיין עקזיסטענץ קען ווייטער האבן א קיום. נאר אלץ א פירער וואס האט געפילן וועט ער ארויסווייזן זיינע געפילן. און ווער רעדט אונטער סטרעס וועט ער ארויסווייזן זיינע געפילן. און וויבאלד דו האסט אויסגעקליבן אז דו ווייזט ענדערש ארויס דיינע געפילן פאר א צווייטן, ווי איידער ציניש און סקעפטיש, ווייזט עס אז דו ביסט נישט קיין זעקסער. א זעקסער וואלט ענדערש אויסגעקלויבן די ערשטע.
א טייפ פון א מענטש וואס איז 'אנגעהאנגען' אין זיינע חברים, און זיינע חברים ווייסן אז זיי קענען זיך אנהענגען אין אים?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס הענגט זיך נישט אן אויף מענטשן, און 'טוט זאכן אליין'?
דער דרייער.

נישט קלאר, איך בין (מיינעך) א מענטש וואס מיינע חברים שפירן אז זיי קענען זיך אנהענגן אין מיר, איך בין געטריי צו זיי, איך בין אויך איינער וואס האט ליב צו טון זאכן צוזאמען מיט אנדערע, צו האבן א טיעם, געטרייע טיעם, סעקיורד טיעם.
אבער איך טוה זאכן אליינס אויך, דהיינו איך ווער נישט פארפרוירען אויב איך דארף טוהן זאכן אליינס (אביסל אומזעקסעריש)

האבן א טיעם. געטרייע טיעם. סעקיורד טיעם. זיין געטריי צו חברים. און דאס אז זיי פילן אז זיי קענען זיך אנהענגען אין דיר, קען זיין אדער א 'פאקט' ביי א מענטש, און ס'קען זיין א 'איגו דיפענס'. רצוני לומר, ביי א זעקסער איז זיין אנגעהאנגען אין חברים, און זיינע חברים אנגעהאנגען אין אים, דאס איז ביי אים אלץ א 'איגו ערהאלטונג'. ער 'לעבט' מיט דעם. ער פילט אז דאס איז זיין 'עצם' עקזיסטענץ. ער 'מוז' אזוי אנגיין. זיין 'קערל' איז אזוי. די נוקליעס זיינס. ווען ער פילט 'זיך' פילט ער 'זיך' און אויך 'זיינע שטיצערס'.

א דרייער, און דו זאגסט אז דו ביסט א פירער, אבער א דרייער, זיין קערל, זיין שפיר, איז אנדערש ווי דער זעקסער. ער שפירט נישט אז ער דארף אנקומען צו יענעם, ער 'קען' אליין. נישט צופיל א חילוק וואס מ'טוט! רצוני לומר, אויב א פירער מיט א דרייער פליגל וויל האבן א סעקיורד טיעם, מוז עס 'נאכנישט' ווייזן אויף זעקס. הגם 'ס'קען' ווייזן אויף זעקס. א דרייער שפירט אז 'ער' איז די 'זאך', א זעקסער פילט 'זיך' זיין עקזיסטענץ-ערהאלטונג, אלץ דער חלק פון 'יענעם'. אזוי ווי א ברידש וואס ווערט געבויעט אז איין חלק לאנט זיך אן אויף די צווייטער חלק קעגן איבער. דאס מיינט, אז יעדע איינע פון די צוויי חלקים 'ווייסן' אז איינער 'מוז' אנקומען צום צווייטן. און נאר 'צוזאמען' גייט מען אן. און דאס מיינט "א טייפ פון א מענטש וואס איז 'אנגעהאנגען' אין זיינע חברים, און זיינע חברים ווייסן אז זיי קענען זיך אנהענגען אין אים" אבער א דרייער פילט נישט דאס. ער פילט "איך אליין בין די זאך". (מ'דארף זיך אינגאנצן פארלאזן אויפן באשעפער)


א טייפ פון א מענטש וואס איז אנגעהאנגען אויף זיין התמדה (טראץ שטיינער אין וועג) און אויף זיין קאמאן סענס?
דער זעקסער. (א זעקסער ווייסט, אז זיין 'התמדה' און דאס וואס ער נוצט זיין 'קאמאן סענס' צו מאכן א חשבון וואס צו טון, איז וואס ס'נוצט אים ב"ה אין לעבן)
א טייפ פון א מענטש וואס איז אנגעהאנגען אויף זיין דמיון און צייטן פון אינספיירעשאן?
דער פירער. (א פירער ווייסט, אז ער מוז צוקומען צו זיין 'דמיון' און ווערן "איבערגענומען מיט א טיפן געפיל פון זיין נפש צו טון עפעס" אויב נישט ווייסט ער גייט עס נישט.)

דער צווייטע

זייער פירעריש. א פירער ווייסט ביי זיך, אז 'נאר' אויב ער וועט באקומען דעם אינספיירעשן, דאס איבערגענומענקייט, וועט ער קענען אנגיין. אויב נישט, ווייסט דער פירער, טוט ער גארנישט. א פירער שרייבט א בוך? ווייסט ער אז ס'ווענט זיך אין די צייטן פון אינספיירעשן. משא"כ א זעקסער וועט קיינמאל, קיינמאל נישט זיין אנגעהאנגען אין צייטן פון אינספיירעשאן. א זעקסער גייט אן! ער האט אחריות! ער האט התמדה! אזאך וואס געווענליכע פירער קענען נישט באווייזן. והשם הטוב יעזור אז מ'זאל יא קענען.


א טייפ פון א מענטש ביי וועם פליכטן, און אחריות'ער, איז זייער חשוב?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס ביי אים איז הארמאניע און אקסעפטענס (שלום צווישן מענטשן, אננעמען מענטשן וויאזוי זיי זענען) זייער חשוב?
דער ניינער.

דער ערשטע, כבין היבש א קריטיקעל מענטש (היבש דזשאדשמעמטל)


א פירער קען זיין דשאדשמענטל. ס'איז מיר אביסל אינטערעסאנט, ווייל דו האסט געשריבן, אז מיט דיין מענעדשער (וואס קען דיך נישט טעקניקלי ארויסווארפן) האסטו דיך קודם נישט געוואלט קריגן און ווען דו האסט דיך יא געקריגט איז דאס געווען שווער. איך וויל דיך עפעס פרעגן, אויב ביסטו א פירער, ווייסטע דאך זייער גוט, אז פליכטן און אחריות'ער זענען נישט 'אזוי' חשוב, אמת? ס'איז מער חשוב דיין אינערליכער גיסטע זאל זיין מסודר, ריכטיג? אויב ביסטו א פירער, וועסטו מוזן מודה זיין, אז פליכטן און אחריות זענען אזאך וואס ס'קאסט דיך היבש כוחות דאס נאכצוקומען. ריכטיג? פליכטן און אחריות זענען אזאך אויף וואס דו דארפסט דיך היבש שלאגן אז דו זאלסט דיך יא נעמען טון צום 'זאך', און די צייט ווען דו ביסט נישט אין די גיסטע. (דהיינו ווען דיין אינערליכער קוואל האט נישט געשיקט קיין אינספיירעשאן) איך וויל דיר נאר ווייזן, וויאזוי ס'איז שווער אויסצואוועלן צווישן די צוויי. סוף דבר, אפילו זיי האבן גע'פסק'נט לויט דעם תירוץ מער זעקס. מוז נאך נישט זיין זעקס.


אויף די קומענדיגע זאלסטו גוט קוקן, ווייל צומאל מיינט מען אז ס'פילט זיך 'נאטורליך' צו זיין אין צענטער, ווען באמת אין הארץ, האט מען נישט ליב.
א טייפ פון א מענטש פאר וועם ס'פילט זיך געווענליך 'נאטורליך' צו זיין אין צענטער פון אטענשאן?
דער זיבענער.
א טייפ פון א מענטש פאר וועם ס'פילט זיך געווענליך 'פרעמד' צו זיין אין צענטער פון אטענשאן?
דער פירער.

האלב און האלב

דהיינו זיבן זיכער נישט. דהיינו, דער צווייטער.

א טייפ פון א מענטש וואס איז 'פארזיכטיג', און פרובירט זיך צוצוגרייטן צו 'אומפאראויסגעזעענע פראבלעמען'?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס איז 'ספאנטאן', און באפארציגט זיך אן עצה צו געבן בשעת די פראבלעמען קומען, אבער נישט פארדעם, (דער אייבערשטער זאל אפהיטן)?
דער זיבענער. (איך כ'על טון אזוי, אדער אזוי, מ'עט שוין זעהן דעמאלטס. דער אייבערשטער זאל אפהיטן)

לכאורה דער ערשטע

סאו, א זיבענער ביסטו נישט. איך בין זייער נייגעריג ווי 'פארזיכטיג' דו ביסט. דו מוזט פארשטייין אז א זעקסער איז 'פארזיכטיג' מיט א שלשלת. סאו, אויב דו ווילסט דיך אריינשטעלן אין א זעקסער, דארפסטו פארשטיין אז א זעקסער איז 'פארזיכטיג' אבער 'פארזיכטיג'. נישט נאר אז ער מאכט זיכער אז די שבת זייגער זאל זיין אנגעשטעלט. ס'איז ביי אים א 'קערל', א וועג פון עקזיסטענץ.

א טייפ פון א מענטש וואס פילט זיך אפט אלץ דער 'אייגנטומער' פון באליבטע – און ער האט שוועריקייטן זיי צו לאזן זיין?
דער צווייער.
א טייפ פון א מענטש וואס "פרובירט" אפט אויס באליבטע, צו זעהן אויב זיי זענען עכט דא פאר אים?
דער זעקסער.

דער צווייטע

אינטערעסאנט. איך טראכט פארוואס זאל א פירער מיט א דרייער פליגל אויספרובירן אויב די נאנטע זענען עכט דא פאר אים. ס'קען זיין אז דו האסט נישט געוואלט אויסוועלן די ערשטע, פשוט ווייל דו פילסט דיך נישט אפט אלץ דער 'אייגנטומער' פון באליבטע. און דו האסט נישט שוועריקייטן זיי צו לאזן זיין וויאזוי זיי וואונטשן זיך.

א טייפ פון א מענטש ביי וועם ס'איז זעלטן אויבן אין זיין אגענדע צו ערפילן סאושעל התחייבות'ער (וואס דער ציבור טוט)?
דער פירער. (איך מיין נישט זאכן וואס ס'שטייט דערויף אל תפרוש מן הציבור.)
א טייפ פון א מענטש וואס נעמט סאושעל התחייבות'ער זייער ערנסט?
דער זעקסער.

דא בין איך סטאק, איך בין נישט קלאר וואס מען מיינט מיט סאושעל התחייבות'ער, פליז נשמה מאך קלאר.

סאושעל התחייבות'ער מיינט, אז ער טראכט וואס דארף איך טון פון די זאכן וואס מ'איז מחויב צו טון אלץ זיין און בלייבן א חלק פון די קהילה אין וואו איך דריי מיך. אזא סטעטמענט ווי פאלגענד: "משה יעדער טוט דעס און דעס, איך מוז עס טון" אנדערש ווי דער "ניינער" וואס האט ליב צו זיין א "נארמאלער" מענטש, וועם מ'זעהט נישט ארויס. וויל דער זעקסער טון וואס "יעדער" פון די פלאץ וואו ער דרייט זיך, טוט. (דהיינו וואס געט אים א סענס פון שטיצע און סעקיוריטי) אלץ א געפיל צו זיין און בלייבן א חלק פון די קהילה, אלץ די שטיצע וואס זיין א חלק געט אים. ס'איז א געפיל וואס דער זעקסער פילט. "וואס טוט יעדער? וואס איז מען מחוייב צו טון, צו זיין א חלק פון די קהילה" כאפסט? (אגב ביי אונז יודן ווייסט מען, אל תפרוש מן הציבור, איך רעד נישט פון דעם, איך רעד ווען ער טוט עס וועגן אנהאלטן זיין סעקיוריטי)

אויף די קומענדיגע, בין איך אויך זייער נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט. וועכע דו האסט ענדערש אויסגעוועלט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' 'צוריקצוהאלטן' זיינע ווארעמע ליבליכע שטראלן צו אנדערע, און וויל אז אנדערע זאלן אריינקומען אין זיין וועלט?
דער פירער.
א טייפ פון א מענטש וואס 'גיבט זיין ווארימקייט' צו פריי, און וויל 'זיך' אויסברייטערן אין אנדערע'מס הערצער.
דער צווייער.

דער ערשטע

פיר, און נישט זעקס, און נישט צוויי, עכ"פ פון דעם תירוץ. א זעקסער נעמט אריין אנדערע צו זיך. אנדערש ווי דער צווייער וואס שיקט זיך אריין אין אנדערע. אנדערש ווי דער פירער וואס וויל אז אנדערע זאלן אים טרעפן.

דא וויל איך דיר זאגן, אז א פירער האט זייער א רייכער 'דמיון' אזוי שרייבט אדאהאן. און זעקסער טראכטן פון די ערגסטע וואס קען געשעהן. פירער טראכט זיי פון זיך אליין די ערגסטע וואס קען געשעהן. ס'איז א הבחנה צווישן די צוויי. בין איך נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' צו טראכטן פון די ערגסטע וואס קען געשעהן?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א נטי' צו טראכטן אז אלעס וועט זיך צום סוף אויסארבעטן צום גוטן.
דער ניינער.

די ערשטע

אינטערעסאנט. אדאהאן שרייבט אז פירער האבן זייער א רייכער דמיון. זעקסער וועלן מער פאר'דוקא טראכטן "וואס קען גיין ראנג" און לויט דעם זיכער מאכן. אבער פירער, זיי וועלן פילן, "בררררררר. שרעקעדיגגגגגגגגגג". א דמיון האט זיי איבער גענומען. זיי טראכטן עס נישט פאר'דוקא. נאר זייער דמיון לויפט אזוי פון זיך אליין פון צייט צו צייט. דאס איז אנדערש ווי דער זעקסער. א זעקסער טראכט אין א רואיגע מינוט "איך וויל זיך צוגרייטן צום ערגסטן וואס קען געשעהן, אז איך זאל דערצו אויך זיין צוגעגרייט, סאו, לאמיר טראכטן, וואס קען געשעהן דאס ערגסטע?" א פירער וועט אבער נישט טראכטן שרעקעדיג אין א רואיגע מינוט.
בין איך נייגעריג וואס דו האסט געענטפערט ביי די קומענדיגע פראגע.
א טייפ פון א מענטש וואס האלט אז ער האט פארלוירן, ווייל ער האט נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט?
דער פירער.
א טייפ פון א מענטש וואס האלט אז ער האט פארלוירן ווייל ער איז נאכגעגאנגען צופיל מעגליכקייטן?
דער זיבענער.

די ערשטע,

יא. א פירער, האלט אין איין טראכטן, פריער וואלט איך מיך געקענט טרעפן "אזא שאד כ'האב פארפאסט". סאו ביסט נישט קיין זיבענער.

דא איז מיר אויך אינטערעסאנט וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס פרובירט אפט אויסצופיגערן וויאזוי צו ווערן נאנטער צו אנדערע?
דער צווייער.
א טייפ פון א מענטש וואס פרובירט אפט אויסצופיגערן וואס אנדערע ווילן פון אים?
זעקסער.

די צווייטע

ביסט נישט קיין צווייער. איך אליין פארשטיי נישט פונקטליך וואס ס'מיינט אז א זעקסער פרובירט אויסצופיגערן וואס אנדערע ווילן פון אים. וואס און פארוואס וויל ער אויספיגערן? עכ"פ ביסט נישט קיין צווייער אלץ א טייפ.

דא איז מיר אויך אינטערעסאנט.
א טייפ פון א מענטש וואס טוט רוב מאל וואס ער דארף טון?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס טוט רוב מאל וואס ער וויל טון?
דער פירער. (א זעקסער טוט וואס מ'דארף פאר 'זיכערקייט', א פירער טוט וואס ער וויל, והשם הטוב יעזור)

דא בין אויך אומקלאר, נשמה ביטע געב א משל.


די קאפ פון א זעקסער לויפט אלעמאל "וואס דארף איך יעצט טון". נישט ער טראכט "וואס דארף איך יעצט טון", נאר זיין אינערליכער 'אימפליסיט' פראסעס לויפט אלעמאל "וואס דארף איך יעצט טון". ער טראכט אלעמאל פון די זאך וואס ער 'דארף' טון! מה שאין כן א פירער, וואס זיין אינערליכער פראסעס וויל אלעמאל "וואס 'וויל' איך יעצט טון". וואס וויל איך, וואס שפיר איך, וויל איך יעצט טון. וואס שפיר איך, וויל איך יעצט טון. און ער טוט טאקע וואס ער "פילט" אז ער "וויל" טון. א זעקסער נישט. א זעקסער וועט נישט קוקן וואס זיין "נפש" זאגט אים וואס צו טון. א זעקסער גייט נישט בלייבן שמועסן אין ביהמ"ד מיט איינעם וועגן פידלעך און טראמפייטערס, סתם ווייל זיין נפש האט אים געזאגט אז דארט ליגט יעצט זיין נפש. א זעקסער טראכט "וואס 'דארף' איך יעצט טון". פאר א פירער זאגט מען אייביג "דו טוסט וואס דו ווילסט".


די קומענדיגע איז אויך אינטערעסאנט וואס דו האסט געענטפערט.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א טיפע געברויך צו 'באלאנגען'?
דער זעקסער.
א טייפ פון א מענטש וואס האט א טיפע געברויך צו פילן 'באלאנסירט'?
דער איינזער.

די ערשטע

די געברויך ביי אן איינזער צו פילן 'באלאנסירט' איז, ווייל זיין אינערליכער קריטיקירער קריטיקירט אים, טו אזוי, מאך אזוי, ניין, נישט גוט. און דאס מאכט אים וועלן פילן באלאנסירט. אזוי ווי איינער וואס ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי צו וואקן, דער איינזער, מאכט אפ, "אזוי" וואק איך. סאו דו האסט נישט געוואלט ענטפערן אויף די צווייטע, ווייל דו פילסט נישט ווי דו האסט א געברויך צו פילן באלאנסירט. דו קענסט באשטיין צו פילן וואס דו פילסט. וויאזוי ס'וויל. האסטו געענטפערט אויף די ערשטע. א געברויך צו באלאנגען. בין איך נייגעריג, צו דו האסט טאקע א געברויך צו באלאנגען. א זעקסער האט א געברויך צו באלאנגען, וועגן דאס געט אים 'סעקיוריטי', דער ווילן פאר 'סעקיוריטי' טרייבט אן אין אים א טיפער געברויך צו באלאנגען. אזוי ערפילט ער זיין 'געברויך' וואס ער פילט אז עס פעלט פון אים, נעמליך זיכערקייט. אז ער באלאנגט, האט ער זיכערקייט. איך בין נייגעריג, צו דו האסט אזא סארט "באלאנגען" ווי דער זעקסער האט.

דא איז מיר זייער אינטערעסאנט. וואס פילסטו ענדערש, וועכע געפיל קומט ארויף. קומט ארויף א געפיל אוועקצומאכן יענעם איך בין די זאך און שוין. אדער קומט אריין א געפיל צו ווערן דעפענסיוו און צוריק טענה'נען.
א טייפ פון א מענטש וואס ווען ער פילט אז ער ווערט אומזיכער, ריאקט ער דורכן ווערן אראגאנט, און אוועקמאכן יענעם?
דער דרייער.
א טייפ פון א מענטש וואס ווען ער פילט אז ער ווערט אומזיכער ריאקט ער דורכן ווערן דעפענסיוו און טענה'דיג.
דער זעקסער.

האלב און האלב

האלב און האלב דהיינו 'פיר'. איינע פון די שטארקע שטריכן פון א זעקסער איז ווערן 'דעפענסיוו' און צוריק טענה'ן. מיר ליגט נישט אין קאפ, אז א זעקסער זאל ענטפערן האלב און האלב.


בקיצור. ס'מאכט סענס אז אויב דו ביסט א פירער מיט א דרייער פליגל, זאל אויסקומען די הויפט פיר, און נאכדעם א טיי צווישן זעקס און צוויי. געדענק א פירער האט אין זיך צווייערישקייט אויך.

והשם הטוב יעזור.


סוף דבר, יעדער האט אין זיך שטריכן וואס באלאנגען צו אלע טיייפס. מ'דארף קוקן, און גוט קוקן, וואס די 'נטי' איז. אלעס איז לויט וואס איך פארשטיי יעצט. דאס איז יעדער מודה, אז יעדער האט איין בעסיק טייפ, לויט ווי עס קוקט אויס ביסטו א פירער. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זיין גוטע יודן.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

דער זעקסער האט א נטיה אלץ צו האבן א "אחיזה" אין די בריאה ס'איז אים זייער שווער צו זיין "טשעקט אוט", אפי' אסאך מאל קען דער זעקסער יא זיך אפרייסן פון די מציאות און זיין פאר זיך אליין, איז אבער כמעט אייביג דא א נקודה אין אים וואס איז קאנעקטעד צו די מציאות, און ווי אויך קען ער נישט אזוי אנהאלטן צו לאנג, ווען עס וועט אדורך גיין צופיל צייט וועט ער מוזן צוריק לענדן,

אנדערש ווי דער פירער וואס איז דוקא יא ארויס פון אונזער טאג טעגליכע מציאות, ער לעבט פאר זיך, ער האט זיך זיין אייגענע סדר היום אהן קיין שעבוד צו די נארמאלע סיסטעם, ער איז פיל באקוועמער צו זיין "אוט" נישט צו זיין מיט ביידע פיס דא אונטן, דאס איז סיי ווען ער איז קראנק און סיי ווען ער איז געזונט, חוץ אויב ער וועט אריינגיין אין א באקס פון זיין א נארמאלע מענטש ווייל ער וויל נישט זיין אנדערש, ער קען זיך האבן א אייגענע סדר היום אפי' ס'וועט אריין קרעשן אין די געווענליכע רוטינע סדר החיים פון די מענטשהייט, ס'זעט עפעס אויס אזוי ווי ער שטייט אזוי אינמיטן ווען יעדער לויפט אויף די זייט לויפט ער אויף די אנדערע זייט און ס'עפעקט אים נישט, ווי כאילו ער לעבט אין עפעס א אנדערע פלאנעט ווי ס'קומט נישט פאר די אלע זאכן וואס ס'קומט פאר דא, דארט איז דא גאנץ אנדערע פריאריטיס און אנדערע געשעהנישן און אנדערע סארט געפילן ווי ביי אונז,

בקיצור, לאמיר צוריק גיין צום זעקסער, ער מוז עפ"י רוב דוקא יא זיין "דאהי", און די נקודה איז, אז דער זעקסער מוז שפירן אז זיין לעבן איז פארזיכערט, דאס גיט אים אין זיינע אויגן "אייגענע לעגעטימאציע", ער מוז שפירן אז ער פארלירט נישט די וועלט און אז די וועלט פארלירט אים נישט, ווען ער איז צו לאנג "טשעקט אוט" פונעם סיסטעם פילט ער, יו! וואו בין איך? אין עולם התוהו? ער פילט ווי ער געפונט זיך נישט אין קיין ארט, ער מוז זיכער מאכן אז, אה! איך בין דא! איך גיי אהן! איך לעב!
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מח בקדקדו האט געשריבן:דער זעקסער האט א נטיה אלץ צו האבן א "אחיזה" אין די בריאה ס'איז אים זייער שווער צו זיין "טשעקט אוט", אפי' אסאך מאל קען דער זעקסער יא זיך אפרייסן פון די מציאות און זיין פאר זיך אליין, איז אבער כמעט אייביג דא א נקודה אין אים וואס איז קאנעקטעד צו די מציאות, און ווי אויך קען ער נישט אזוי אנהאלטן צו לאנג, ווען עס וועט אדורך גיין צופיל צייט וועט ער מוזן צוריק לענדן,

אנדערש ווי דער פירער וואס איז דוקא יא ארויס פון אונזער טאג טעגליכע מציאות, ער לעבט פאר זיך, ער האט זיך זיין אייגענע סדר היום אהן קיין שעבוד צו די נארמאלע סיסטעם, ער איז פיל באקוועמער צו זיין "אוט" נישט צו זיין מיט ביידע פיס דא אונטן, דאס איז סיי ווען ער איז קראנק און סיי ווען ער איז געזונט, חוץ אויב ער וועט אריינגיין אין א באקס פון זיין א נארמאלע מענטש ווייל ער וויל נישט זיין אנדערש, ער קען זיך האבן א אייגענע סדר היום אפי' ס'וועט אריין קרעשן אין די געווענליכע רוטינע סדר החיים פון די מענטשהייט, ס'זעט עפעס אויס אזוי ווי ער שטייט אזוי אינמיטן ווען יעדער לויפט אויף די זייט לויפט ער אויף די אנדערע זייט און ס'עפעקט אים נישט, ווי כאילו ער לעבט אין עפעס א אנדערע פלאנעט ווי ס'קומט נישט פאר די אלע זאכן וואס ס'קומט פאר דא, דארט איז דא גאנץ אנדערע פריאריטיס און אנדערע געשעהנישן און אנדערע סארט געפילן ווי ביי אונז,

בקיצור, לאמיר צוריק גיין צום זעקסער, ער מוז עפ"י רוב דוקא יא זיין "דאהי", און די נקודה איז, אז דער זעקסער מוז שפירן אז זיין לעבן איז פארזיכערט, דאס גיט אים אין זיינע אויגן "אייגענע לעגעטימאציע", ער מוז שפירן אז ער פארלירט נישט די וועלט און אז די וועלט פארלירט אים נישט, ווען ער איז צו לאנג "טשעקט אוט" פונעם סיסטעם פילט ער, יו! וואו בין איך? אין עולם התוהו? ער פילט ווי ער געפונט זיך נישט אין קיין ארט, ער מוז זיכער מאכן אז, אה! איך בין דא! איך גיי אהן! איך לעב!

;l;p- גוט ארויסגעברענגט
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה
אבדשעקטיוו ווערזעס סאבדשעקטיוו.
איינזער ווערזעס פירער.
אינטעגרעשאן. זיך צו פאראייניגן מיט די חלק ה'איינזער שבך.

אבדשעקטיוו מיינט (לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט ווען איך שרייב די דאזיגע שורות בעזר הוי') אז דער מענטש וואס לעבט אויף דער וועלט, און קוקט אויף דער וועלט, קוקט 'אויף' די זאכן וואס ער זעהט, און נישט 'אין' די זאכן וואס ער זעהט. (באלד בעסער מסביר זיין וואס איך פארשטיי) סאבדשעקטיוו מיינט, אז דער מענטש לעבט מיט זיינע 'געפילן', מיט זיינע זכרונות וועגן דער זאך.

דער אבדשעקטיוו מענטש האט געפילן, ער האט אוודאי געפילן. אבער ער זאגט אזוי: פאר מ'גייט רעדן פון געפילן, וואס איך פיל, 'קודם' וואס קומט דא פאר ארום מיר. וואס 'זעה' איך דא ארום מיר. וואס איז די 'שטיינערנע' מציאות ארום מיר, און וואס דארף מען טון צוליב דעם. ער זאגט: פאר מיר גייען זעהן די 'געפילן' פון די זאך דא, לאמיר קודם נעמען אין מיין באטראכט די שטיינערנע מציאות ארום מיר. 'שטיינערנע' מיין איך צו זאגן אזוי: מ'קען קוקן אויף א זאך מיט צוויי אויגן גלעזער: מ'קען עס אנקוקן "וואס איז די דרויסענדיגער געבוי פון די זאך!" פארטיג. גיי נישט ווייטער! אן קוקן וואסערע 'געפילן' אדער 'זכרונות' ס'וועקט אויף אין דיר. לאמיר נעמען צום ביישפיל, דו זעהסט פאר דיר דעם רבין ז"ל הויז. איז, נאך פאר דו קוקסט עס אן אלץ דעם 'רבינ'ס' הויז, מיט אלע דיינע 'געפילן' און דיינע זכרונות וואס איז שייך צו דעם הויז, וואס דער הויז 'מיינט' אלץ ביי דיר. קוקסט עס אן אלץ א 'הויז. כמו שהוא. אן 'געפילן'. אן וויסן דיין סאבדשעקטיוו שייכות צו דעם הויז. און דאס מיין איך צו זאגן די 'שטיינערנע' מצב. די 'הויז' זאגט פארן מענטש וואס קוקט אויף איר: 'הויז', גארנישט מער. נאר דו אליין ביסט דער וואס ווייסט 'סאבדשעקטיוולי' וואס אט דער הויז איז. וואס דער באדייט פון דעם הויז איז. דער אבדשעקטיוו מענטש זאגט: פאר איך גיי צו צו די געפילן, לאמיר קוקן אויף די אבדשעקטיוו. וויאזוי די זאך איז פון דרויסן.

סאבדשעקטיוו מיינט דער פערזענליכער פירוש וואס ס'קומט ארויף אין דעם באאבאכטער אויפן מציאות. יעדער געט אן אנדערער 'סאבדשעקטיוו' אויפן הויז, אין אונזער ביישפיל. א סאטמארער געט אזא סאבדשעקטיוו, אויב איז ער געווען א משמש וואס האט נאך באדינט דעם רבי'ן, געט ער אזא און אזא סאבדשעקטיוו. די 'סאבדשעקטיוו' אויף א זאך האט שוין צו טון לפי יעדן מענטש פאר זיך. דאס איז שוין נישט די 'אבדשעקטיוו', דאס איז שוין נאר לויט וויאזוי ס'לערנט זיך אפ די 'אבדשעקטיוו' פאר איטליכן באזונדער, לויט וויאזוי ס'סאבדשעקטיוויזירט זיך די אבדשעקטיוו.

סאו, אבדשעקטיוו איז וויאזוי 'יעדער' וואלט עס געזעהן, נעמליך "א הויז מיט שטובער". אבדשעקטיוו זעהט יעדער 'די זעלבע', יעדער זעהט "א הויז". סאבדשעקטיוו איז געוואנדן אין יעדנס אייגענעם 'פירוש' אויפן מציאות. וואס אזאך מיינט ביי אים אין זיין סאבדשעקטיוו.

יעצט דער 'פירער'. (איך רעד נאך פאר ער גייט צום 'איינזער') ער איז 'סאבדשעקטיוו'. זיינע 'געפילן' באבלן ארויף אין וואו ער געפינט זיך. וואס געשעהט ווען א פירער לעבט און לעבט און לעבט מיט זיין 'סאבדשעקטיוו' אויף זיין מציאות ארום? ער ווערט 'אומקלאר'! פארוואס? ווייל געפילן האלטן זיך אין איין טוישן. שלמה המלך זאגט אין משלי "שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל". יעצט טרעפט די און די זאך 'חן', 'נפש', און ס'ציהט אים, און א רגע נאכדעם איז 'אויס'. געפילן האבן נישט קיין שטאנד, ס'בלייבט נישט, ס'טוישט זיך. געפילן איז עולם הדמיון. ס'איז "שקר החן והבל היופי". א רגע מיינט מען דאס, און א רגע נאכדעם זעהט מען איין אז ס'האט זיך נאר געדאכט. וכו'.

פירער לעבן אין זייער א צעמישטע וועלט. די חשבון איז פשוט. געפילן מאכט צעמישט! זייער פשוט. ס'איז נישט קיין וואונדער אז פירער ווילן אפשטעלן זייערע געפילן אז ס'זאל בלייבן אויף איין פלאץ. ס'מאכט זיי משוגע. און אויב זיי ווערן שוין צו צעדרייט דערפון, ווערן זיי פארהאקט. ווי איינער זאגט "איך פיל גארנישט מער און שוין". אן ענין פון מיתה ה"י. פארקערט פון "וחי בהם". דער פירער פארטראגט נישט מער, און דערפאר ווערט ער דיפרעסט. ווי ער וואלט געזאגט: איך גיי אינגאנצן ווערן טויט, אן געפיל, און דו גייסט מיר מער נישט מאכן פילן אזוי סך, ווייל איך קען נישט מער.

וואס איז די עצה? וואס איז גורם אז פירער זאלן זיין אזוי אין צער? די סיבה איז איין ווארט "סאבדשעקטיוו"! דער פירער, זיין נפש ארבעט אז ער איז 'סאבדשעקטיוו'. איבעראל קומט אים ארויף 'פון זיך אליין' זיין 'סאבדשעקטיוו' פון די מצב וואס ער זעהט. אויף א שטארקען פארנעם. אין אונזער "הויז", ס'קומט אים ארויף אלע זיינע זכרונות און געפילן שייך צו וואו ער געפינט זיך. ער זעהט גארנישט דעם 'אבדשעקטיוו', אבער ער זעהט נאר די 'סאבדשעקטיוו'. ער איז פונקט פארקערט ווי דער איינזער, ווי דער 'אבדשעקטיוויסט', ער זאגט (נישט ער זאגט, ס'איז כאילו ער זאגט) קודם לאמיר פילן אלע עוועילעבל געפילן בנוגע דעם פלאץ וואו איך געפין זיך יעצט. אלעס, אלעס, אלעס. האסט נאך? ברענג אהער. ער שווימט אין 'סאבדשעקטיוויטי'. ער שווימט אין זיין אייגענעם סאבדשעקטיוו וואס קוועלט פון זיינע זכרונות וכו'. א שטיק סאבדשעקטיוויטי. ער זאגט: קודם לאמיר פילן אלע מיינע פערזענליכע זכרונות פון אלעמאל, וואס אט דער פלאץ, מענטש, חפץ, וכו', ברענגט ארויף אין מיר. ס'איז נישט קיין וואונדער אז דער פירער ווייסט נישט ווער ער איז. אויב יעדע זאך איז נאר לויט די געפילישע זכרונות פון די זאך, נו, וויאזוי זאל ער וויסן ווער ער איז, יעצט פילט ער אזוי, און א רגע שפעטער אנדערש. אויב ער לעבט אין זיין סאבדשעקטיוו וועלט, נו, 'סאבדשעקטיוו פשט' אויף א מצב, איז נישט א זאך וואס איז 'שטאנדהאפטיג', ס'טוישט זיך יעדע רגע, געוואנדן אין די ווינט, און אין נאך עטליכע פאקטארן וואס האבן אן השפעה אויפן אינערליכן וועטער.

פירער לעבן זייער שטארק אין זייער סאבדשעקטיוו וועלט. זיי ווייסן כמעט נישט וואס דאס מיינט אפילו לעבן 'אבדשעקטיוו', פון וואו זאלן זיי דאס וויסן? זיי מיינען אז אזוי דארף מען לעבן. ס'איז נישט זייער טאטע מאמע וואס האט זיי נעבעך נישט גוט מחנך געווען, און נישט געגעבן קיין ליבשאפט, און וכו' וכו', בערג מיט טענות אויף זייערע עלטערן, ס'איז זייער וועג פון לעבן 'סאבדשעקטיוו' פון אלעמאל אן. פון די טאג וואס זיי האבן געטראפן זייער 'איך', ווייסן זיי נאר פון זייערע סאבדשעקטיוו געפילן צו יעדע זאך. און זיי לעבן נישט מיט די הארטע ריאליטי. ס'איז בכלל נישט קיין וואונדער אז פירער גייען אזויפיל דורך אין זייער לעבן. ס'איז נישט קיין וואונדער אז זיי לעבן פיל מיט צער און ווייטאג. זיי לעבן אין א מציאות וואס איז נישט די מציאות. ס'איז זייער אייגענעם פערזענליכן פירוש. וואס איז איין שטיק הבל. "שקר החן והבל היופי" די בענקשאפט צו טרעפן איינעם וואס וועט זיי פארציילן דעם סוד, און די ווייטאג נאכן ווערן אנטוישט אז יענער האט נישט געהאט דעם סוד, און די ווייטאג אז זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייער נאכאנאנדער זוכונג נאך עפעס וואס איז נישט במציאות.

פירער קענען נישט הערן "לעב מיט פרינציפן". (ס'ווענט זיך וויפיהל זיי האבן שוין מיטגעמאכט און אנגעזעהן אז ס'ווארט זיי גארנישט אפ ביים יענער אומזעהבארער קארנער) זיי קענען נישט הערן "לאז אפ דיין מוד". זיי קענען נישט. זיי קענען נישט. זיי קענען נישט. זיי קענען נישט? לאמיר זעהן. א מענטש שטייט און גרובט נאכן ביליאן דאלערדיגער דיימאנד וואס ער האלט אז ס'דארף זיך געפינען אין דער ערד אונטער זיין שאוועל, קומט איינער און זאגט אים "לאדיך אפ, גיי טו צום זאך", אבער ער איז ביזי צו טרעפן זיין דיימאנד. פארוואס זאל ער אויפהערן? קומט אבער איינער און זאגט אים "איך בין געשטאנען אויפן זעלבן פלאץ און געגראבן און געגראבן און געגראבן, און איך האב פארנאכלעסיגט די אלע "פשוטע, טרוקענע, סתם" זאכן אין מיין לעבן, אלעס כדי צו טרעפן דעם שטיין, להוי ידוע ידידי היקר, דער שטיין געפינט זיך נישט. לאז אפ. גלייב מיר דו זוכסט אויף אזאך וואס געפינט זיך אין דיין 'דמיון'. אבער נישט אין מציאות. ס'איז שקר החן והבל היופי, דו גייסט ווערן זייער זייער אנטוישט. דו גייסט איינזעהן אז דוקא די פשוטע טאג טעגליכע לעבן איז די עכטע מציאות מיט וואס מ'דארף לעבן" אזא איינער קען שוין ווערן אויפגעשאקלט אביסל און אראפלאזן דעם שאוועל, עכ"פ פאר אביסל.

פירער זעהען צומאל די וועלט זייער בארינג, אן א נפש. נאר זיי האבן די עכטע אינערליכע 'זאפט'. די עכטע 'נפש'. סתם מענטשן זענען אזוי בארינג. עפעס אזוי 'פלעין'. פירער כאפן נישט אז זיי זענען די פראבלעם. זיי זענען די וואס זענען בארינג. זיי זענען די וואס ווייסן פון די עקזיסטענץ פון זייער 'נפש', אבער האבן נישט עכטע צוטריט צו עס. ווייל זיי דארפן ארבעטן דערויף. צו לעבן אין די יעצטיגע מינוט וויאזוי עס איז, טרעפן דעם נפש פונעם 'יעצט', און נישט ארויפברענגען געפילישע זכרונות פון אמאל. און דערמיט אוועקלויפן פונעם 'יעצט'.

א פירער טרעפט זיך מיט אן איינזער (איך רעד אגאנצן צייט דוקא פון גאר א געזונטער אבדשעקטיוו איינזער). דער פירער קוקט אן דעם איינזער און טראכט מיט קנאה "פארוואס גייט ער אן, אין זיין טאג טעגליכן לעבן מיט אזא גרינגקייט. פירער פילן זיך ווי אין אזא טיפע קאמפליצירטע פארקניפטע וועלט, מיט גאנצעטע חשבונות, חשכות מיט אורות. מיט געפילן, מיט זאכן, יא, ניין, זיי קענען עפעס נישט מאכן 'סדר'. זיי פרובירן אזוי שטארק זיך 'צאמצוקלויבן'. זיך צאמצוקלויבן. זיך צאמצוקלויבן. און ס'קלויבט זיך עפעס נישט צאם. זיי קענען נישט מאכן סדר. וואס קומט דא, און וואס קומט דארט. וואס קומט דא פאר בכלל? דאס קומט ווייל זיי לעבן נישט 'אבדשעקטיוו'. ווען א פירער קינד וויל מאכן 'סדר' אין א קאבינעט וואס איז צעווארפן, וועט ער נישט קענען. ווייל ער זעהט נאר דעם 'סאבדשעקטיוו' פון א זאך. ער זעהט נאר זיינע אייגענע געפילן. נעמליך "אלעס איז דא צעמישט". ער זעהט נישט מער ווי דעם. אבער אן איינזער קינד, זעהט 'אבדשעקטיוויטי'. ער זעהט די שטיינערנע מציאות. דערפאר קען ער מסדר זיין. דער פירער ווערט פארקניפט.

יעצט דער פירער קען נישט פארשטיין פארוואס דער איינזער איז עפעס אזוי 'לייכט'. א איינזער געט א שלעפ ארויס דעם פירער פון די צעמישטקייט. און שטעלט אים אוועק אין 'אבדשעקטיוויטי'. קוק, דו מוזט נישט קוקן אויף יעדע זאך אין דיין לעבן מיט דיין פערזענליכער 'געפיל', דהיינו זכרונות, (נעגעטיוו זכרונות מער) וואס דו געדענקסט אלץ וועגן דער זאך. קוק אויף די זאך וויאזוי ס'איז 'יעצט' 'אבדשעקטיוו'. וואס דארף מען יעצט טון? למעשה? הער אויף מיט דיינע חשבונות. קום ארויס פון דארט. לעב אבדשעקטיוו. הער אויף צו געבן פירושים אויף יעדע זאך. דער איינזער געט אזא קוק אויפן פירער מיט א 'שארפקייט' און שטעלט אים אויפן פלאץ. ווי ער וואלט געזאגט: "וואס איז די פראבלעם בכלל". און דאס קומט פון 'אבדשעקטיוויטי'. ווייל באמת איז דער יעצטיגער מצב פארן פירער נישט פראבלעמאטיש און נעגעטיוו. ס'איז נאר אז ער האט געפילן וואס געבן א קאמפליצירטער הסבר פון טיפע פארקניפטע געפילן. געפילן וואס קומען נישט אריין דא. דער איינזער גייט אריין אין רבינ'ס הויז, זעהט עס. ווערט אביסל איבערגענומען און שוין. דער פירער ווערט סטאק, ער וויל פון דארט, פון יענע פלאץ, פון געפיל מאכן סדר. ער וויל פון די פלאץ פון תוהו ובהו מאכן סדר.

די עצה פאר א פירער איז אנצוהייבן צו לעבן 'אבדשעקטיוו'. קוק אויף די זאך כמו שהוא. ס'איז א טעות. פירער מאכן א טעות אז מיט'ן נאכגיין זייערע געפילישע זכרונות צו טרעפן זייער נפש גייען זיי ווערן אויסגעהיילט. איך קען נישט גענוג מסביר זיין. פאר אנדערע טייפס איז זייער גוט צו טרעפן זייער נפש. אבער פאר א פירער איז נישט דאס די עצה צו זיצן אין געפילישע זכרונות. א פירער דארף נישט זיצן ביי טערעפי און זיך עסן אויף זיין טאטע און אויף זיין מאמע פאר די שוידערליכער חינוך וואס זיי האבן געגעבן. דאס איז א טעות. (אוודאי איז דא ולפעמים להיפוך, איך רעד דא צו קלוגע לייט וואס פארשטייען דעם ולפעמים להיפוך) פירער דארפן אנהייבן דוקא זיך אפלאזן פון זייערע שווערע געפילן, און שווערע זכרונות, און אויסטערלישע בענקשאפט. און אנהייבן לעבן מיט די 'יעצטיגע' מציאות. אנהייבן פון דאס ניי צו טרעפן נפש.

יונגע פירער'ס קענען דאס נישט הערן. זיי האבן אזויפיל טענות ומענות, זיי זענען אזוי אויפגערעגט און אנגעביטערט אויף זייערע עלטערן וואס האבן זיי נעבעך אזוי נישט פארשטאנען. און אזוי נישט געזעהט זייער 'עכטער' נפש. און ווען איך וואלט ווען אזוי געווען, וואלט אזוי געווען, און אהער, און אהין. די אלע זאכן פירן נישט אין ערגעץ. אויב א פירער וועט עס נישט איינזעהן ווען ער איז יונג, וועט ער עס צום סוף מוזן איינזעהן אויף זייער א ביטערער אופן (דער אויבערשטער זאל אפהיטן). פירער גייען אריין אין א טאנעל וואס האט נישט קיין ליכטיגקייט ביים ענדע. די ענדע איז א אויסגעפאטשקעטער לעבן צו טרעפן אזאך וואס מ'קען נישט טרעפן. די איינציגע עצה, איז אנצוהייבן צוביסלעך צו לעבן דייקא אינעם יעצטיגן 'אביעקטיוו'. אוודאי דארף מען לעבן מיט 'נפש', אוודאי דארף מען לעבן מיט געפיל. אבער הייב אן פון דאס ניי. לאז אפ דיינע אלטע געפילישע זכרונות. איך רעד צום פירער. לאז אפ דיינע אלטע ווייטאגן, מיט דיינע טענות. וועגן מיר אויס טו וואס דו ווילסט, אבער זאלסט וויסן אז דער אמת וועט דיך פאטשן אין פנים, ווען דו גייסט מוזן איינזעהן אז מ'מוז לעבן 'אבדשעקטיוו', און אז א מענטש קען נישט לעבן לויט די גיסטע.

ביסט אבער נישט אין די גיסטע וואס?
והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 12:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

נשמה אייזען גוט,

קיפ איט אפ, ווי וואנט מאר,
(אבער איין מינוט ווער זאגט עס איז דא נאך, אפשר דארף איך זיין צופרידן מיט דעם) :roll:
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

זעקסער
איך בין משפיע דורך דעם וואס איך באשלוס אז יעצט גיי איך משפיע זיין, איך גיי ארויסנעמען מיינע כלים וואס איך האב איבערצוגעבן פאר אנדערע וואס איך האב צו פארקויפן.
פירער
"מיין עצם מהות איז משפיע". איך דארף גארנישט אנשטעלן כדי איך זאל קענען משפיע זיין, עס רינט שוין איבער פון זיך אליין:

זעקסער
איך לאך פון די וועלט ווייל אזוי באקום איך דעם הרגש אז איך בין יא גוט און אז איך קען יא שטיין אליין פאר מיר אהן דארפן צוקומען צו די נער'ישע וועלט וואס זאל מיך זאגן וואס צו טון. (דעיס איז נאר ביי טייל).
פירער
איך לאך פון די וועלט ווייל אזוי באקום איך דעם הרגש אז איך בין מער פון יעדן, און איך האב א טיפערע און מער באדייטנפולע בליק אויף די וועלט מער פון אנדערע מענטשן:

זעקסער
איך טאר מיך נישט שפירן אליין, ווייל אויב יא גיי איך מיך שפירן פארלוירן איך גיי נישט וויסן וואס צו טון מיט מיר אליין און אז קיינער "האלט" נישט פון מיר.
פירער
איך טאר מיך נישט שפירן אליין, ווייל אויב יא וועל איך מיך שפירן זייער מינדערוויכטיג און אז קיינער האט מיך נישט "ליב" ווייל איך בין א דורכפאל:

זעקסער
איך וויל זיין אזוי ווי יעדער, ווייל באמת בין איך אזוי ווי יעדער אבער מענטשן האלטן מיך נישט אזוי.
פירער
איך וויל זיין אזוי ווי יעדער, אבער "למעשה בין איך נישט".....:
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:נשמה אייזען גוט,

קיפ איט אפ, ווי וואנט מאר,
(אבער איין מינוט ווער זאגט עס איז דא נאך, אפשר דארף איך זיין צופרידן מיט דעם) :roll:

ביסט גערעכט. א פירער פיהלט אז ער דארף אויפזוכן זיין גליק ערגעץ. (מיר דאכט זיך אז) איינמאל א פירער שפירט אז דו ווילסט מיט אים רעדן, וועט ער דיר נישט אפלאזן, און פרובירן צו שעפן נאך 'נפש', און נאך 'נפש', און נאך און נאך, און ווערן אזוי ברוגז אז דו האסט אפגעהאקט. "סתם א גוט מארגן? איך האב געוואלט פון דיר מער. וואס האסטו געוואלט מער? איך ווייס נישט וואס, עפעס מער. וואס מער? איך ווייס נישט." א פירער ווייסט נישט וויאזוי צו פילן צופרידן. "איז יענעמ'ס בליק צו מיר געווען אז ער האט געטראפן מיין ספעציעלקייט?" (מיר דאכט זיך) אז ווען א פירער זעהט א פרעמדער מענטש אין זיין געגנווארט ווערט ער עקסיידעט. "אה, אפשר איז יענער 'דער' מענטש את אשר אהב נפשי, וואס מיין נפש זוכט אייביג, אפשר האט ער דעם שטיקל נפש וואס ס'פעלט מיר". און ס'וועט זיך פון אים ארויסברענגען פון זיין ארסענאל זיין 'ספעציעלקייט' וואס ענדליך זאל עס שוין יענער איינזעהן. "זעהסט, דאס בין איך, האסט עס געזעהן, האסט עס באמערקט?"

א פירער פילט נישט צופרידן. האסט שוין אמאל געשמועסט מיט א פירער און ער האט געפילט 'זאט'? אלעמאל בלייבט איבער אזא "נישט דאס האב איך געמיינט." (ער דרייט זיך אין ירושלים און ער פרעגט וואו איז די פינטעלע ירושלים וואס איך האב געזעהן אויפן מאפע) א פירער פילט אלעמאל ווי "נאך עפעס פעלט דא, נאך עפעס, נו". די סיבה איז ווייל א פירער ווייסט אז זיין נשמה איז געווען אמאל דבוק צום חי כל החיים, ממציא כל המציאות, ער געדענקט דאס. ער איז געווען דבוק צום מקור החיים, און יעצט שפירט ער זיין ווייטאג, מיטן זיין 'אפגעריסן'. די קליפה וויל אפרייסן א מענטש פונעם 'יחוד', פונעם אמת'ן איינציגקייט, ס'וויל מפריד זיין א מענטש (א מענטשן) פון זיין דבוק צום מקור. ווען מ'איז דבוק צום מקור פילט מען 'זיך' גאנץ. ווען מ'איז אפגעטיילט פונעם מקור פילט מען 'זיך' פעלערהאפטיג. ווען מ'איז 'זיך' מייחד מיט כלל ישראל ווען מ'טוט א מצווה, "בשם כל ישראל", לעשות יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, פילט מען 'זיך' 'גאנץ', (ועיין בספר הקדוש נועם אלימלך דברים ד"ה עוד בפסוק הנ"ל אלה הדברים) ווען מ'איז מייחד מיט די מחשבה די אלע זאכן פון די וועלט צום 'מקור', צום בורא וואס האט זיי באשאפן פילט מען 'זיך' גאנץ. ווען א ערליכע יוד לערנט מתוך תשובה והכנעה, און ער געדענקט אז די תורה קומט פונעם מקור החיים, קודשא בריך הוא ושכינתיה זענען איינס, פילט ער זיך גאנץ.

פירער לויפן ארום זוכן זייער פארלוירענער שטיקל, "ווער האט מיין פארלוירענע נקודה", פירער ווערן זייער אנטוישט ווען יענער האט 'אנגעהויבן א שמועס', (כאילו ס'האט געדארפט זיין יעצט אן עמאושענאל 'שמועס' מלא נפש...) און אפגעלאזט פונקט ווען ס'האט שוין אנגעהויבן צו ווערן 'גוט'. "פונקט ווען איך האב אנגעהויבן פילן יענע נקודה הייבט אן צו ווערן ערפילט" אבער דער פירער דארף זיך בענקען צום באשעפער. ס'איז אלעס ניצוצות פון די שבירה פון 'אהבה', צוריקצוציען א נשמה צום מקור. הקב"ה זאגט פארן פירער, (פאר יעדן מענטש) "איך וויל זאלסט צו מיר בענקען, נאר דו מאכסטעך נישט וואוסענדיג, שיק איך דיר א גוטע שמועס וואס ווערט פלוצלינג אפגעהאקט, איך וויל נישט זאלסט מיט דעם זאט ווערן, איך וויל זאלסט זאט ווערן מיט מיר, מיט א שטיקל 'משנה', א גמרא, א שטיקל הייליג ספר.

פירער דארפן זיך אויסלערנען צו לעבן מיט "וואס איז יא גוט יעצט", דיין קאר איז נישט דעס וואס דו וואלסט גע'חלומ'ט, ס'פעלט א פיטשער? וואס איז אבער 'יא' גוט. דיין קינד איז נישט אין די רגע דאס וואס דו האסט גע'חלומ'ט, "יענע נקודה..."? וואס איז אבער יא גוט מיט אים, שלימות איז נאר מיט'ן אייבערשטן, מיט'ן זיין דבוק אין אים דורך די תורה הקדושה. ס'איז א פשוט'ע טאג? וואס איז גוט אין דעם 'פשוט'ן טאג? דיין חבר האט נאר געהאט 'איין מינוט' צו שמועסן מיט דיר, אפרישיעד די מינוט. אפרישיעט וויפיל נפש ס'איז 'יא' דא אין די יעצטיגע מינוט. דו זיצט ביי א מסיבה און דו פילסט דיך 'פלעין פונקט ווי יעדעם', לערן דיך אויס צו זיין צופרידן מיט וואס ס'איז "יא" דא. "האב נישט מורא צו ווערן פונקט ווי יעדעם". גייסט אויף וויקאציע, זוך נישט דיין גליק! דיין גליק איז וויאזוי ס'איז 'יעצט'. דו זיצט? האב הנאה אז דו זיצט. דו שטייסט? האב הנאה אז דו שטייסט. הער אויף ארומצוקוקן "אפשר אויף דרום, אפשר אויף צפון, אפשר אראפ, און אפשר אויף מזרח." די כבוד פון רבש"ע איז דא, יעצט, איבעראל. איבעראל קען מען זיין מקושר צום מקור. איבעראל קען מען געדענקען אז השי"ת איז משגיח על כל. יענע נקודה וואס פעלט וועסטו טרעפן ווען דו וועסט וויסן און פילן אז דו ביסט א חלק פונעם ענדלאזן שלימות'דיגן איינציגן אמת. א שראפל פון א ריזיגע מאשין קען זיך פילן אומצופרידן אויב ער שפירט זיך 'אפגעטיילט פאר זיך', ווי בלויז א שראפל, א קליין שטיקל פלעסטיג, גארנישט. אדער ער קען 'זיך' פילן מקושר צו אלעם, א חלק פונעם גאנצן סיסטעם.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 5:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:ביסט גערעכט. א פירער פיהלט אז ער דארף אויפזוכן זיין גליק ערגעץ. (מיר דאכט זיך אז) איינמאל א פירער שפירט אז דו ווילסט מיט אים רעדן, וועט ער דיר נישט אפלאזן, און פרובירן צו שעפן נאך 'נפש', און נאך 'נפש', און נאך און נאך, און ווערן אזוי ברוגז אז דו האסט אפגעהאקט. "סתם א גוט מארגן? איך האב געוואלט פון דיר מער. וואס האסטו געוואלט מער? איך ווייס נישט וואס, עפעס מער. וואס מער? איך ווייס נישט." א פירער ווייסט נישט וויאזוי צו פילן צופרידן. "איז יענעמ'ס בליק צו מיר געווען אז ער האט געטראפן מיין ספעציעלקייט?" (מיר דאכט זיך) אז ווען א פירער זעהט א פרעמדער מענטש אין זיין געגנווארט ווערט ער עקסיידעט. "אה, אפשר איז יענער 'דער' מענטש את אשר אהב נפשי, וואס מיין נפש זוכט אייביג, אפשר האט ער דעם שטיקל וואס ס'פעלט מיר". און ס'וועט זיך פון אים ארויסברענגען פון זיין ארסענאל זיין 'ספעציעלקייט' וואס ענדליך זאל עס שוין יענער איינזעהן. "זעהסט, דאס בין איך"

א פירער פילט נישט צופרידן, האסט שוין אמאל געשמועסט מיט א פירער און ער האט געפילט 'זאט'? אלעמאל בלייבט איבער אזא "נישט דאס האב איך געמיינט" (ער דרייט זיך אין ירושלים און ער פרעגט וואו איז די פינטעלע ירושלים וואס איך האב געזעהן אויפן מאפע) א פירער פילט אלעמאל ווי "נאך עפעס פעלט דא, נאך עפעס, נו". די סיבה איז ווייל א פירער ווייסט אז זיין נשמה איז געווען אמאל דבוק צום חי החיים ממציא כל המציאות, ער געדענקט דאס. ער איז געווען דבוק צום מקור החיים, און יעצט שפירט ער זיין ווייטאג, מיטן זיין 'אפגעריסן'. די קליפה וויל אפרייסן א מענטש פונעם 'יחוד', פונעם אמת'ן איינציגקייט, ס'וויל מפריד זיין א מענטש (א מענטשן) פון זיין דבוק צום מקור. ווען מ'איז דבוק צום מקור פילט מען 'זיך' גאנץ. ווען מ'איז אפגעטיילט פונעם מקור פילט מען 'זיך' פעלערהאפטיג. ווען מ'איז 'זיך' מייחד מיט כלל ישראל ווען מ'טוט א מצווה, "בשם כל ישראל", לעשות יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, פילט מען 'זיך' 'גאנץ', ווען מ'איז מייחד מיט די מחשבה די אלע זאכן פון די וועלט צום 'מקור', צום בורא וואס האט זיי באשאפן פילט מען 'זיך' גאנץ. ווען א ערליכע יוד לערנט, און ער געדענקט אז די תורה קומט פונעם מקור החיים, קודשא בריך הוא ושכינתיה זענען איינס, פילט ער זיך גאנץ.

פירער לויפן ארום זוכן זייער פארלוירענער שטיקל, "ווער האט מיין פארלוירענע נקודה", פירער ווערן זייער אנטוישט ווען יענער האט 'אנגעהויבן א שמועס', (כאילו ס'האט געדארפט זיין יעצט אן עמאושענאל 'שמועס'...) און אפגעלאזט פונקט ווען ס'האט שוין אנגעהויבן צו ווערן 'גוט'. "פונקט ווען איך האב אנגעהויבן פילן יענע נקודה הייבט אן צו ווערן ערפילט) אבער דער פירער דארף זיך בענקען צום באשעפער. ס'איז אלעס ניצוצות פון די שבירה פון 'אהבה', צוריקצוציען א נשמה צום מקור. הקב"ה זאגט פארן פירער, (פאר יעדן מענטש) "איך וויל זאלסט צו מיר בענקען, נאר דו מאכסטעך נישט וואוסענדיג, שיק איך דיר א גוטע שמועס וואס ווערט פלוצלינג אפגעהאקט, איך וויל נישט זאלסט מיט דעם זאט ווערן, איך וויל זאלסט זאט ווערן מיט מיר, מיט א שטיקל 'משנה', א גמרא, א שטיקל הייליג ספר.

פירער דארפן זיך אויסלערנען צו לעבן מיט "וואס איז יא גוט יעצט", דיין קאר איז נישט דעס וואס דו וואלסט גע'חלומ'ט, ס'פעלט א פיטשער? וואס איז אבער 'יא' גוט. דיין קינד איז נישט אין די רגע דאס וואס דו האסט גע'חלומ'ט, "יענע נקודה..."? וואס איז אבער יא גוט מיט אים, שלימות איז נאר מיט'ן אייבערשטן, מיט'ן זיין דבוק אין אים דורך די תורה הקדושה. ס'איז א פשוט'ע טאג? וואס איז גוט אין דעם 'פשוט'ן טאג? דיין חבר האט נאר געהאט א מינוט צו שמועסן מיט דיר, אפרישיעד די מינוט. אפרישיעט וויפיל נפש ס'איז יא דא אין די יעצטיגע מינוט. דו זיצט ביי א מסיבה און דו פילסט דיך 'פלעין פונקט ווי יעדעם', לערן דיך אויס צו זיין צופרידן מיט וואס ס'איז "יא" דא. "האב נישט מורא צו ווערן פונקט ווי יעדעם". גייסט אויף וויקאציע, זוך נישט דיין גליק! דיין גליק איז וויאזוי ס'איז 'יעצט'. דו זיצט? האב הנאה אז דו זיצט. דו שטייסט? האב הנאה אז דו שטייסט. הער אויף ארומצוקוקן "אפשר אויף דרום, אפשר אויף צפון, אפשר אראפ, און אפשר אויף מזרח." די כבוד פון רבש"ע איז דא, יעצט, איבעראל. איבעראל קען מען זיין מקושר צום מקור. איבעראל קען מען געדענקען אז השי"ת איז משגיח על כל. יענע נקודה וואס פעלט וועסטו טרעפן ווען דו וועסט וויסן און פילן אז דו ביסט א חלק פונעם ענדלאזן שלימות'דיגן איינציגן אמת. א שראפל פון א ריזיגע מאשין קען זיך פילן אומצופרידן אויב ער שפירט זיך 'אפגעטיילט פאר זיך', ווי בלויז א שראפל, א קליין שטיקל פלעסטיג, גארנישט. אדער ער קען 'זיך' פילן מקושר צו אלעם, א חלק פונעם גאנצן סיסטעם.


נשמה, דאס איז גוט געווען! איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם שטיקל, איך האב קאנעקטעד דערצו, פיין ארויסגעברענגט די נקודה!.
הנשמה שבמוחי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”