'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:אויב בין איך נישט גארנישט מער ווי א פלעינע זעקסער.. בין איך דאך א טיפיקל סאסייעטי פערד.. שרעקעדיג!!

א גוטן שיעלע בהמה,
איך קען דיר נאך נישט פון דאהי, (אינדרויסן ווייס איך נישט) אבער איך האב געקריגן אינטערעסע פארשטיין דיין נאטור.
ווי מער איך ליין די תגובות דא אין דעם אשכול איבער דיר ווערט מיין נייגער שטערקער...

לאמיר אנהייבן א סעשען. ביזט רעדי?

אוואדע בין איך רעדי..
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ערשט גיי מיר לעזן 959 תגובות... דערנאך גיי מיר זיך נעמען איבערדעם..

איך בין נאך נישט רעדי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ראשעשיווע
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

נשמה האט געשריבן:
ראשעשיווע האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
ראשעשיווע האט געשריבן:אין קורצן: איך ווייס נישט.
אבער אויב קען איך טראכטן מיט א אמת'דיגע בליק וואלט איך געקענט אראפנאגלען עטליכע נקודות וואס קומט מיר ארויף.
ראשית, איך וויל נישט זיין א 6'ער, און פארדעם ווען ס'הייבט מיר אן ארויפצוקומען די מחשבות אז יכול להיות אז כ'בין א 6, וויל איך אויסלעשן די געדאנק. (מיינע באקאנטע און נאנטע בארואיגן מיר אז ס'איז דזשאסט די סיערטש פאר אידענטעטי).
אפשר וועט באלד אפירקומען נאך...

פארוואס טראכט איר בכלל אז איר זענט א 4?

ווען איך האב געליינט די ערשטע מאל די אניאגראם - וואס איז געוועהן א קורצע און נישט אזא דעטאלירטע באשרייבונג - האב איך מיך בעיקר געטראפן און 3 אבער נישט אינגאנצן, און 4 האב איך מיך בעיקר געטראפן, און דאן אין 6 האב איך מיר געזעהן היבש. ווען כ'האב מיך מער אריינגעלייגט דערינען, האב איך געהאט ספיקות, סאו כ'האב גענומען אזא 7-8 טעסטס אנליין וואס אלע האבן געוויזן 4 חוץ איינס וואס האט געוויזן 2.
נאר ס'איז מיר פשוט שווער געוועהן אז איך בין נישט אזא introverted מענטש. האב איך מיך דורככערעדט מיט עטליכע מענטשן וואס פארשטייען צו תורת הנפש און קענען די אניאגראם און קענען מיך, יחד כולם הודו אז איך בין א 4'ער און איך האב די social אינסטינקט...

בס"ד

אויב ארומיגע זאגן אז דו ביסט א פירער, מן הסתמא ביסטו א פירער, וואס איז די ספיקות? וואס איז דאס די גריבלן?

נאר, ס'קען זיין אזוי.

דו זעהסט אין דיר - וואס דו מיינסט - אז דאס זענען זעקסערישע שטריכן. אויב ביסטו א פירער, האסטו מן הסתם נאכנישט געשפירט דעם עכטן זעקסערישע ביאינג. אויב ארומיגע זאגן אויף דיר פיר, מן הסתם ביסטו א פירער. און נאכדערצו אויב טעסטס האבן געוויזן אז דו ביסט א פיר.

זייער מעגליך אז דו ביסט א פירער מיט א דרייערישער פליגל. פון צייט צו צייט שפירסטו ווי דו ווילסט ארויסקומען אין די פובליק און זאגן "העי, איך בין ספעציעל"

אז מ'רעדט שוין וועל איך דיר זאגן פשוט'ע און גאר גרינגע סימנים צו וויסן וועלכע אינסטינקט מ'האט די מערסטע. די אפטייטש פון אינסטינקט איז "א אינערליכע טרייב קראפט צו טון א געוויסע זאך, און מ'דארף דאס קאנטראלירן דורך די שכל"

איין אינסטינקט איז: Self Preservation.

נאך א אינסטינקט וואס מ'טרעפט ביי מענטשן איז די Social Instinct.

און נאך איין איז וואס זיי רופן One To One. דער מענטש זוכט זיך צו מחבר זיין מיט א נקודה וואס ער טרעפט ביי איין געוויסע מענטש אז יענער זאל אים ערפילן די איבעריגע וואס פעלט אים. דעם אינסטינקט קען מען באמערקן ווען מ'זעהט א פייערל טליעט אינעם מענטש. דאס איז אזא בחינת אש.

די סימנים קען מען זייער גרינג באמערקן ביי מענטשן וואס קומען אריין אין ביהמ"ד צווישן מענטשן, אדער ביי א וואכנאכט און נאך.

דער ס"פ (סעלף פריזערוועשאן) וועט זיין פאר זיך. ער גייט צום שאנק, נעמט זיך זיין סידור, און איז פאר זיך. ער איז אויף אזא אופן זיך צאמצוהאלטן. דאס איז סעלף פריזערוועשאן. אין חדר אין כיתה א' איז ער אויך געווען פאר זיך. ליב געהאט זיין סיט אויפן באס. נישט געדארפט אזוי שטארק די ענין פון חברותא, אדער זיין אנגענומען אין סאושל. ביי אים איז דער עיקר אז ער ווערט פרעזערווירט.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס מ'קען באמערקן אויף זיין די ענין פון סאושל. זיי זענען די וואס שמועסן מיט יעדעם איינעם ארום און ארום. אזא סאושל מענטש. ער קומט אריין אין א נייעם ביהמ"ד וועט ער זוכן זיין יחס צו די סאושל. ער נעמט אלע מענטשן פון ביהמ"ד, אדער וואס זענען ביי די וואכנאכט, און ער מאכט זיי פאר "די מענטשהייט". דו גייסט אים נישט זעהן זיין ספעציעל גוט מיט דעם, אדער דוקא מיט יענעם. ער איז גוט מיט יעדעם אויף איינמאל. אדער ווערט ער גוט מיט די מענטשן וואס ער האלט אז אט די דאזיגע מענטשן האבן די מערסטע השפעה אויפן סאושל. דו קענסט באמערקן אויף אים די געברויך "וויאזוי בין איך אין די קיבוץ של אנשים".

דו גייסט נישט זען אויף אים א ספעציעלע אינטערעסע צו איין געוויסע מענטש. ער זוכט בעיקר די סאושל פון די מענטשהייט. ווען ער שטייט און שמועסט אינדרויסן מיט א קאווע מיט איינעם, שמועסט ער מיט יענעם, אלץ יענעמ'ס חלק אין די סאושל. אין די מענטשהייט.

נאכדעם איז דא די איין צו איין מענטשן.

זיי קומען אריין אין א ביהמ"ד פיל מיט מענטשן, וועלן זיי זוכן איין געוויסע מענטש וואס רעדט צו זייער הארץ. זיי וועסטו אלעמאל זעהן ווי זיי האבן זיך געטראפן "מאמי, איך האב געטראפן א נאנטע חבר". זיי טרעפן זיך אלעמאל עפעס א מענטש וואס קען זיי פארקויפן עפעס וויכטיגס. צום ביישפיהל, אויב זיי קומען אין א פרעמדע ביהמ"ד, נאך אזא שעה צוויי וועסטו אים טרעפן שמועסן ביי די ספרים שאנק, שטיל, סודות'פול. וואס שמועסט ער? ער נאשט אינפארמאציע. ער טשארשד זיין בעטערי. זיי זענען אלעמאל די מענטשן וואס קומען צו וואכנאכטס צוזאמען מיט נאך איינעם. און אגאנצן צייט שמועסט מען צוזאמען.

קענסט עס זעהן ביי די גראמען ביי א חתונה. ס'דא די סעלף פריזערוועשאן, זיי זיצן פאר זיך מיט א ספר. נאכדעם איז די סאושל חברה, זיי זיצן צוזאמען און מ'עסט מעלאונע. נאכדעם ביי די וואנט, קענסטו זעהן פארלעך זיצן איינער קעגן צווייטן.

די איין צו איין האבן אין זיך אזא אינטענסיווקייט. אזא סארט זוכונג צו ערפילן וואס עס פעלט זיי.

יעדער האט אלע דריי 'יצרים'. יעדער האט א אינסטינקט צו זיין סאושל. צו זיין ס"פ, אדער איינס צו איינס, אבער ביי יעדעם איז איינס די שטערקסטע.

יעצט, דער אינסטינקט זאך לייגט אסאך קאליר צו די טייפ. ס'דא צווייערס וואס זיי ווארפן אזא זעקסערישקייט. ווייל די סעלף פריזערוועשאן אינסטינקט איז א מענטש וואס טוט סייוויאזוי פאר א געוויסע סארט סעקיוריטי. דאס מיינט דאך סעלף פריזערוועשאן. נאכדעם איז דא פירערס וואס זיי וואונדערן זיך פארוואס יעדער זאגט אויף זיי אז זיי זענען פירערס, אין די צייט וואס זיי זענען זייער זייער סאושל.

שוין. והשם הטוב יעזור.

A1
פיין ארויסגעברענגט צום פינטל.
ראשעשיווע
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

נשמת השכל האט געשריבן:
ראשעשיווע האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
ראשעשיווע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:וואס באדערט דיר צו זיין א זעקסער? לאמיר זאגן אז דו באשליסט זיך צו צו הערן צו דעם קול דממה דקה, וועלכע הרגש קומט דיר ארויף?

צו זיין אמת'דיג קומט ארויף עטליכע געפילן, ואודה ולא בוש, ואלו הן:
ס'איז זייער טיפיקעל צו זיין א 6'ער, איך וויל זיין עפעס מער ווי דעם.
אפשר וועט באלד אפיר קומען נאך געפילן..

צו זיין א זעקס איז טיפיקל??

יא.

זיי מסביר...

כ'האב פרטים פון 6 און דאס קומט פון געם 3'ער פליגל אזוי ווי נשמה האט אוןפגעקלערט
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ראשעשיווע האט געשריבן:כ'האב פרטים פון 6 און דאס קומט פון דעם 3'ער פליגל

אדער נישט...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ככככ...
זקן מלא רחמים.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ככככ...

צ"ל: חחח...

נפשי חמדה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ככככ...

צ"ל: חחח...

ולא קשיא, הא לן והא להו

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ככככ...

צ"ל: חחח...

ולא קשיא, הא לן והא להו

מקום שנהגו... אי אתה רשאי...

אין כאן לא תתגודדו,
שני בתי דינים במקום אחד שאני, ועוד כאן קודם בת קול וכאן לאחר בת קול

לא יעול גבורתך בחושבניא...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נאך ליגענדיג אינעם וויגל האבן שוין מיינע עלטערן פראבירט, איך האב געהאט מלמדים, מגידי שיעור, משגיחים, שלום בית רבי'ס, יעדער האט פראבירט צו מאכן א מענטש פון מיר אבער אן ערפאלג, קלערט עטץ טאקע אז מיט א תגובה צוויי אויף אייוועלט וועט עטץ מיר אויסמענטשלן...?

איך פארשטיי ענקער געברויך צו שרייבן תגובות, אבער ביטע ציטירט מיר נישט אינעם לאנגן קייט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זייער שיין נשמה אויסגעשמועסט די 3 אינסטינקט'ס, און דאס איז די סיבה פארוואס דאן ריסו זאגט אז עס איז דא 27 טייפס, זינט יעדע טייפ קען זיין פון א אנדערע אינסטינקט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אינטערעסאנט אז דער OUT OF THE BOX ביכל האט אן אנדערע אינסטינקט, אנשטאט די ONE TO ONE.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך האב שוין געשריבן דאס? שיעלע בהמה זעט מיר אויס ווי א זיבענער, אויב זאל ער ווען זיך מצמצם זיין אויסצוארבעטן זיינע כוחות וועט ער זיין א ספעציעל שיינע פרי, אזוי ווי א זיבענער וואס ארבעט זיך אויס.

ער איז האלבוועגס באקאנט מיר גאר א סאך זאכן, האט א מיינונג אין גאר א סאך נושאים, אויב זאל ער זיך אויסשארפן וועט ער זיין עפעס ספעציעל.

ביודעי ובמכירי קאמינא, עס איז זייער זייער שווער פאר א זיבענער איינצוזיצן און זיך פארלייגן צו פארשטיין זאכן מיט א פולע קלארקייט, אדער צו ענדיגן א פראיעקט ביזן סוף.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

@דערבארומדיגער! איר זענט א זיבענער...?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

@מחשב, כמדומה לי אז זיי רופן דעם one on one אינסטינקט מיט א אויסדרוק פון ליבשאפט וואס משומר לאזט נישט סירטשען, און איך שטעל זיך פאר אז נשמה גלייכט בעסער דעם איידעלן אויסדרוק, אבער עס מיינט באמת די זעלבע זאך.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

יעך בין א זיבן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יעך בין א זיבן.

האבעך דעניש געוואוסט....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אה, כ'געמיינט אז פרעגסט ערענסט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אה, כ'געמיינט אז פרעגסט ערענסט.

ווען איר האט גערעדט צו @שיעלע האט איר דאך גערעדט צו אייך אליינס....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

וואס מיינסטו צו זאגן? איך שרייב דאך ביודעי ובמכירי אז עס גייט נישט לייכט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:וואס מיינסטו צו זאגן? איך שרייב דאך ביודעי ובמכירי אז עס גייט נישט לייכט.

אה, נישט באמערקט די חלק.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער OUT OF THE BOX ביכל האט אן אנדערע אינסטינקט, אנשטאט די ONE TO ONE.

די 'ארויס פונעם באקס' וויל עס ריכטיגער מגדיר זיין. דאס איז דער זעלבער מושג אבער 'ארויס פון די באקס' איז עס ריכטיגער מגדיר. אפילו די אלגעמיינע שרייבן אויך אז ס'האט מיט די אופן וויאזוי א מענטש וויל זיך מקשר זיין צו א צווייטנ'ס הארץ און אראפלאדענען אינפארמאציע וואס ער האלט אז ס'פעלט אים.

'ארויס פונעם באקס' רופט עס the stimulation instinct. ס'איז אזא מידת התקשרות.

עס איז אין א טיפערערע פלאץ אינעם מענטש, וואס זוכט זיך צו מקשר זיין צו א טיפערערע פלאץ אין א צווייטן. דער אינסטינקט ברענגט אינעם מענטש א חפץ צו ערפילן א טיפערע דארשט.

די OUT OF THE BOX שרייבט, אז געווענליך די וואס ביי זיי איז דער אינסינקט דער שטערקסטער טרייבער, זיי זענען competitive. פארוואס זענען זיי קאמפעטיטיוו? ווייל אזוי מאכן זיי זיכער אז זיי זאלן עס באקומען.

עס איז נישט אזוי ווי זיי רופן עס. עס איז די מידת התקשרות. דער שרייבער שרייבט:
This Instinct is often referred to as One-on-one or Attraction, among other names, in the Enneagram literature, but i believe those names limit the understanding of this instinct

ווייטער אין יודיש: דער אינסטינקט איז א חפץ פאר געוויסע סארט ענערגיע וואס דער מענטש וויל באקומען אין זיין נפש ע"כ.

איך וואלט עס גערופן די מידת התקשרות. די תניא שרייבט 'דעת הוא לשון התקשרות'.

איך האב שוין געשריבן אז מ'קען עס גרינג באמערקן אין די אופן פון זוכן א נאנטן מיט וועם צו שמועסן טיפע שמועסן פון די טיפענישן פון הארץ. ס'איז א געוויסע טיפע נקודה אינעם נפש וואס זוכט צו ווערן ערפילט מיט די טיפקייט וואס עס איז דא אין די וועלט. איך וואלט געזאגט: מידת התקשרות. ער וויל אז ס'זאל געזעטיגט ווערן א טיפערע נקודה אינעם נפש.

דער שרייבער פון 'ארויס פונעם באקס' צעטיילט עס ווייטער אויף דריי. אויף לשון הקודש: ומזה המידה יוצא שלשה אופנים שיכול לאפן באדם.

ס'דא די ענין פון געוואויר ווערן א נייע סוד. א נייע ענין אין אלוקות. דאס איז איין סארט אופן וויאזוי דער מידה קען זיך ארויסברענגען. דער מענטש וועט אלעמאל זוכן נייע זאכן.

אשר יחדו נמתיק סוד בבית אלקים נהלך ברגש. און ווי דער ישמח משה שרייבט אויפן פלאץ, דהיינו מתיקות אהבת ודבקות אשר בינינו הוא סוד. ס'איז טיפער ווי דיבור.

עס קען ארויסקומען אין די כח פון צוציען מענטשן צו זיך. און די סיבה פארוואס דאס האט מיט Attraction איז ווייל דער מענטש, וויבאלד ער אין דער מידה פון התקשרות, איז זיין גאנצע ערשיינונג, זיין פנים וכו', איז אויף אן אופן פון צוציען צו זיך די סודות. די ענינים וואס קענען זעטיגן זיין נשמה.

יפיפית מבני אדם, הוצק חן בשפתותיך, על כן ברכך אלקים לעולם.

און עס קען ארויסקומען אויף אן אופן פון ווערן נאנט מיט איינעם. און דא איז ווייטער די זעלבע זאך. ער וויל ווערן נאנט ווייל ער דארף יענעמ'ס נייע אינפארמאציע, סוד. ענין.

ואני קירבת אלקים לי טוב. אדער די אופן וויאזוי דוד המלך לייגט אראפ די ברכי נפשי. דער מענטש ווערט צוגעקלעבט.

עכ"פ, דער אינסטינקט, דער מידה, איז א אופן פון התקשרות. אדער טרעפן התקשרות.

ס'דא מענטשן וואס האבן דעם אינסטינקט אלץ די דאמינירענדער און זיי דארפן געדענקען אז מ'דארף זיך מקשר זיין נאר מיט די ריכטיגע אלוקות.

אלע דריי אופנים וואס דער בוך 'OUT OF THE BOX' זאגט אז ס'ווערט צעטיילט, קומט פון איין שורש. די שורש איז די מידת התקשרות. וואס דאס איז צו טרעפן א נייע געטליכער ענין.

לאמיר נעמען דעם ערשטן אופן, די אופן פון זוכן א נייע איידיע, א נייע ניגון, דאס האט מיט'ן זוכן א נייע אופן וויאזוי צו זעטיגן דעם נפש. אדער די ענין פון צוציען, האט מיט די ענין פון התקשרות. ווייל ער זוכט צו זעטיגן זיין נפש, שיקט ער ארויס א מאגנעטישער כח אז זיי זאלן קומען צו אים. און די זעלבע די ענין פון ווערן איינס מיט, צום ביישפיהל, א נייע ניגון, איז אויך די ענין פון התקשרות. זעטיגן א טיפערע דארשט אינעם נפש.

בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין. די וועלט מוז האבן א יצר אנצוגיין, אבער מיט תורה גייט אלעס צום אייבערשטן.

והשם הטוב יעזור.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”